תעיר ותריע להכרית כל מארי"א: האריקעין מאריא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תעיר ותריע להכרית כל מארי"א: האריקעין מאריא

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:07 pm

האריקעין מאריא האט זיך נארוואס פארשטערקערט צו א קאטיגאריע 5 מיט ווינטן פון 160 מייל א שעה.

עס קוקט אויס לעת עתה צו פארן אויף אן ענליכער ריכטונג ווי האריקעין אירמע זצ"ל.

קעפל געטוישט נאכן זען דעם מליצה פון "שואלכענין" אין האריקעין האזע אשכול.
לעצט פאראכטן דורך איסר האטלקי אום דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 1:06 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

zugurnish
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:11 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
עס קוקט אויס לעת עתה צו פארן אויף אן ענליכער ריכטונג ווי האריקעין אירמע זצ"ל.

עס גייט אויף פארטא ריקא און אויף אינזלאך וואס האבן געכאפט פון אירמא

אבער אויף פלורידה קוק ניט אויס לעת עתה בעזרת השם

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:14 pm

עס איז ערווארטערט צו מאכן א מאסיווע לעדפאל אויף פארטא ריקא - צום ערשטן מאל אין 85 יאר וואס אזא מאכטפולע האריקעין באטרעפט דירעקט אויף איר יבשה.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:07 pm

עס איז נישט פשוט, עס קוקט אויס ממש ווי מען שרייט פון הימל. איך געדענק נישט אזא זאך אין די היסטאריע, אז עס זאלן זיך פארמירן שטורעמעס איינס נאכן אנדערן, ווי שוועמלעך נאך א רעגן.

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:36 pm

עד שלא שקעה שמשו של הוזעי. זרח שמשו של רעבעצען ''מאריא''..
ותשליך במצולות כל חטאתם
He is not my president!! It's like saying, this is not my sky..

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:31 pm

שואלכענין האט געשריבן:עס איז נישט פשוט, עס קוקט אויס ממש ווי מען שרייט פון הימל. איך געדענק נישט אזא זאך אין די היסטאריע, אז עס זאלן זיך פארמירן שטורעמעס איינס נאכן אנדערן, ווי שוועמלעך נאך א רעגן.

נישט אז איך וויל חס ושלום אפשוואכן דיין שריי פון הימל אבער די סיבה פארוואס מען הערט יעצט אזוי פיל האריקעין'ס איז ווייל עס איז דא ווי עס צו הערן און ליינען........ ביז היינט איז עס געווען א נייעס אין די מקום ווי עס האט באטראפען היינט איז אלעס יעדעם'ס נייעס.

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 12:56 am

איפה פייביש האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:עס איז נישט פשוט, עס קוקט אויס ממש ווי מען שרייט פון הימל. איך געדענק נישט אזא זאך אין די היסטאריע, אז עס זאלן זיך פארמירן שטורעמעס איינס נאכן אנדערן, ווי שוועמלעך נאך א רעגן.

נישט אז איך וויל חס ושלום אפשוואכן דיין שריי פון הימל אבער די סיבה פארוואס מען הערט יעצט אזוי פיל האריקעין'ס איז ווייל עס איז דא ווי עס צו הערן און ליינען........ ביז היינט איז עס געווען א נייעס אין די מקום ווי עס האט באטראפען היינט איז אלעס יעדעם'ס נייעס.

נישט אמת, עס איז א סעזאן וואס איז נישט געווען זיינס גלייכן פאר לאנגע יארן, כהיום איז עס שוין איבערגעשטיגן די לעצטע צוועלף יאר און עס איז נאך דא א מהלך צו גיין ביז צום ענדע סעזאן, עס זענען שוין געווען איבער דאפעלט האריקעינס פון די עוועריזש נומערן!

אבער דאס איז נישט אזוי ווייט קיין סופרייז וויבאלד מען האט דאס פאראויס געזאגט עטליכע חדשים פריער אז עס קומט צו גיין. די סיבות דערצו זענען עטליכע, איינע פון די הויפטן זענען צוליב די הייסע וואסערן וואס גיבט צו מאכט צום שטורם, אויך ווייל עס קומט נישט צו פליען גענוג שטויב היי-יאר פון אפריקע צום אטלאנטיק (פרעג מיך נישט וואס עס מיינט..).

איין שרעקליכע רעקארד וואס מען האט שוין געבראכן דאס יאר, (זינט מען האט אנגעהויבן צו רעקאדירן האריקעינס פאר 166 יאר צוריק) זייענדיגע דאס ערשטע מאל אין היסטאריע וואס צוויי האריקעינס אין שטארקייט פון קאטעגאריע 4 באטרעפן אמעריקע אין זעלבן יאר! (הארווי און אירמע).

נ. ב. נאך דא צוויי חדשים צום סעזאן, אם ה' לא ישמר עיר.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 1:40 am

ששששש! דערמאן נישט ח״ו היץ! עס קען נאך אויס זעהן ווי ״קלימאט טויש״...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 2:09 am

ווילסט רעדן פון גלאובל ווארמינג? דא האסטו... https://tiny.iavian.net/j37o
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 8:19 am

איסר האטלקי האט געשריבן:האריקעין מאריא האט זיך נארוואס פארשטערקערט צו א קאטיגאריע 5 מיט ווינטן פון 160 מייל א שעה.

עס קוקט אויס לעת עתה צו פארן אויף אן ענליכער ריכטונג ווי האריקעין אירמע זצ"ל.

קעפל געטוישט נאכן זען דעם מליצה פון "שואלכענין" אין האריקעין האזע אשכול.

בכלל נישט... די טרעק פון אירמע איז געווען א גוטע 100 מייל מער צפון (זעה בילד די טרעק פון אירמע און די ביז איצטיגע טרעק פון מאריע)

atl-tracks-2017-sep18.jpg
atl-tracks-2017-sep18.jpg (76.09 KiB) געזעהן 1573 מאל

אויך די פארקעסט פעד פון מאריע איז גאר אנדערש ווי אירמע, ס'הייבט זיך שוין אן צו פארקירעווען מער צו צפון (זעה בילד), משא"כ אירמע איז געגאנגען מער ווייניגער אין א גלייכע מערב ליניע ביזן מאכן די דריי ביי די קי וועסט.

דערווייל ווייזן אלע לעצטערע פרישע מאדלס אז מאריע וועט בכלל נישט האבן קיין אימפעקט אויף די יונייטעד סטעיטס, מ'דארף אבער מתפלל זיין אז ס'זאל ווייטער אנהאלטן, און ס'זאל טאקע זיך פאקטיש אזוי אויסלאזן.
צוגעלייגטע
085640_5day_cone_with_line_and_wind.png
085640_5day_cone_with_line_and_wind.png (85.05 KiB) געזעהן 1573 מאל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 8:36 am

איסר האטלקי האט געשריבן:נישט אמת, עס איז א סעזאן וואס איז נישט געווען זיינס גלייכן פאר לאנגע יארן, כהיום איז עס שוין איבערגעשטיגן די לעצטע צוועלף יאר און עס איז נאך דא א מהלך צו גיין ביז צום ענדע סעזאן, עס זענען שוין געווען איבער דאפעלט האריקעינס פון די עוועריזש נומערן!

פאר 7 יאר צוריק אין 2010 איז געווען 19 נעימד שטורעמעס, פון דעם איז געווען 12 האריקעינס, פיר קאטעגאריע 4'ס, איין קאטעגאריע 3, פיר קאטעגאריע 2'ס, און דריי קאטעגאריע 1'ס.
נאר וואזשע דען? פון די אלע האריקעינס איז קיין איינס נישט אנגעפאלן די יו עס עי

אויך פאר 5 און פאר 6 יאר צוריק איז געווען 19 שטורעמעס סך הכל, אבער אזוי ווי רוב זענען נישט אנגעפאלן די יו עס עי האט קיינער נישט גערעדט דערפון - מ'האט נאר גערעדט פון סענדי און איירין.

די ווארט איז: "ס'איז א סיזאן וואס מער האריקעינס טרעפן אן לאנד" (האט גארנישט מיט גלאובעל ווארעמינג בד"וו). אבער איז נישט (דערווייל) א סיזאן וואס איז נישט געווען זיינס גלייכן פאר לאנגע יארן.
אין די אויבנדערמאנטע 2010 למשל, האט מען בערך ביי די יעצטיגע צייט שוין געהאלטן ביי 12 שטורעמעס, דאס יאר האלט מען ביי 13, בלויז 1 מער. און א יאר שפעטער 2011 האט מען אין די יעצטיגע צייט שוין געהאלטן ביי 16 שטורעמעס, דאס יאר האלט מען ביי 3 ווייניגער. און אין 2012 האט מען אין די יעצטיגע צייט שוין געהאלטן ביי 14 שטורעמעס.

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 11:34 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווילסט רעדן פון גלאובל ווארמינג? דא האסטו... https://tiny.iavian.net/j37o

וואס ווילסטו מיט דעם? עס איז נישט קיין חידוש! און עס פרעגט גארנישט אפ.

https://www.livescience.com/52831-antar ... rming.html

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 9:41 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווילסט רעדן פון גלאובל ווארמינג? דא האסטו... https://tiny.iavian.net/j37o

וואס ווילסטו מיט דעם? עס איז נישט קיין חידוש! און עס פרעגט גארנישט אפ.

https://www.livescience.com/52831-antar ... rming.html

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:נישט אמת, עס איז א סעזאן וואס איז נישט געווען זיינס גלייכן פאר לאנגע יארן, כהיום איז עס שוין איבערגעשטיגן די לעצטע צוועלף יאר און עס איז נאך דא א מהלך צו גיין ביז צום ענדע סעזאן, עס זענען שוין געווען איבער דאפעלט האריקעינס פון די עוועריזש נומערן!

פאר 7 יאר צוריק אין 2010 איז געווען 19 נעימד שטורעמעס, פון דעם איז געווען 12 האריקעינס, פיר קאטעגאריע 4'ס, איין קאטעגאריע 3, פיר קאטעגאריע 2'ס, און דריי קאטעגאריע 1'ס.
נאר וואזשע דען? פון די אלע האריקעינס איז קיין איינס נישט אנגעפאלן די יו עס עי

אויך פאר 5 און פאר 6 יאר צוריק איז געווען 19 שטורעמעס סך הכל, אבער אזוי ווי רוב זענען נישט אנגעפאלן די יו עס עי האט קיינער נישט גערעדט דערפון - מ'האט נאר גערעדט פון סענדי און איירין.

די ווארט איז: "ס'איז א סיזאן וואס מער האריקעינס טרעפן אן לאנד" (האט גארנישט מיט גלאובעל ווארעמינג בד"וו). אבער איז נישט (דערווייל) א סיזאן וואס איז נישט געווען זיינס גלייכן פאר לאנגע יארן.
אין די אויבנדערמאנטע 2010 למשל, האט מען בערך ביי די יעצטיגע צייט שוין געהאלטן ביי 12 שטורעמעס, דאס יאר האלט מען ביי 13, בלויז 1 מער. און א יאר שפעטער 2011 האט מען אין די יעצטיגע צייט שוין געהאלטן ביי 16 שטורעמעס, דאס יאר האלט מען ביי 3 ווייניגער. און אין 2012 האט מען אין די יעצטיגע צייט שוין געהאלטן ביי 14 שטורעמעס.

דאס פרעגט שוין יא עפעס אפ?

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 10:31 pm

מאריא דערנענטערט זיך צו פארטא ריקא, עס אנטהאלט ווינטן פון 175 מייל פער שטונדע.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:11 pm

קולמע דערמאנט דעם קעפל ביי אן אינטערוויו מיט גאלדשטיין פון פארטא ריקא.

(ער זאגט בעילום שם)
טעק איט איזי! שמועס אין האב הנאה!

ווערעצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 10:16 pm

בילדער און באריכטן פון די חורבן וואס די האריקעין האט געמאכט אין פארטא ריקא.
ווייס איך נישט צו מ'דארף עס צאמשמעלצן, אבער ס'איז מענין לענין באותו ענין.
viewtopic.php?f=6&t=35091

zugurnish
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך אוקטובער 04, 2017 6:20 pm

http://www.nhc.noaa.gov/refresh/graphic ... e#contents

קאן זיין נאך א הוריקיין אין פלורידה לעבען גורג'א אויף זונטיק

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: רה''ק דקהל פורים און 21 געסט