הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א פארט קיין אומאן אויף ראש השנה תשע"ח

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:15 am

אבן יקרה האט געשריבן:
יש מזל האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:דא האט איר די גאנצע נסיעה צום לופט פעלד.
https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

דראפבאקס ביטע

מכאן תצא הקריאה, אלע זאכן וואס מ'לייגט ארויף, מ'זאל לייגען אויף ג'מבו מייל, אין נישט גענוג דרופבוקס אדער דרייב. ווייל דרופבוקס אין דרייב זענען פארמאכט פארשלאסן אין די כשר'ע נעט אין אר"י.

ג'מבו מייל קענען די אמעריקאנע נישט עפענען
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:18 am

אבן יקרה האט געשריבן:א גרויסע ייש"כ

קען איינער עקלערן בדברים פשוטים וואס איז געווען די סיבה המוסתרת אז אלע יאהרן האט מען נישט געפארן?

ער זאגט נישט, ער זאגט אליינס אז מ'ווייסט נישט, ס'איז דא וואס ווילן זאגן אז ר' לוי יצחק האט אים געבעטן בלייבן, אבער ס'איז נישט ריכטיג, איינער וואס האט געוואלט דאס שטארק אוועק מאכן האט גאר מחדש געווען אז ער האט מורא צו פארן.
למעשה ווייס איך יא פון מענטשן וואס האב ארויס באקומען דעם סוד פון אים אבער זיי גייען נישט זאגן עכ"פ בחייו.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:18 am

בלעטל האט געשריבן:ווער ס'פארשטייט אביסל די גרעוויטי פון די געשיכטע וואס שפילט זיך דא אפ פאר אונזערע אויגן, ס'איז קווייט היסטאריש, און גייט האבן טיפע נאכפאלגן מיד ולדורות.
כ'האף נאר אז ס'איז נישט א אלטע מעשה וד"ל ברמיזא


הגה"צ ר' יעקב מאיר איז אקעי, (ער איז פיזיש שוואך), לכאורה איז עס ווירקליך א היסטארישע געשעהניש, בפרט פאר חסידי ברסלאוו.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4597
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

קריה נאמנה!

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:26 am

אין דעם רואיגן ווינקל - ווייט פונעם אלעגעמיינעם גערויש אין אומאן, וועט רבי יעקב מאיר זיך אויפהאלטן, בקרב תלמידיו ומעריציו און די בחורי החבורות פון "קרן אור".

ס'איז א מקום ארומגענומען מיט א צוים פון אלע זייטן, ס'האט דארט עטליכע בנינים, צימערן צו שלאפן, אונטער דעם א ריזיגע עס-זאל, א מיטלגארטיגע בית המדרש, א קאווע שטיבל, און א קליין טייכעלע לויפט דארט אדורך גלייך ביי די מרפסת פונעם בית המדרש.

ס'דויערט צו גיין פון דארט ביזן ציון בערך 10-15 מינוט.

אויף גוגל מעפס
צוגעלייגטע
מתחם-קריה-נאמנה.jpg
מתחם-קריה-נאמנה.jpg (241.09 KiB) געזעהן 1801 מאל
כניסת-קריה-נאמנה.jpg
כניסת-קריה-נאמנה.jpg (247.72 KiB) געזעהן 1801 מאל
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:08 am

די העליקאפטער העכער אומאן...
צוגעלייגטע
IMG_0521.JPG
IMG_0521.JPG (137.19 KiB) געזעהן 1411 מאל
הכל לטובה!

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:13 am

.
צוגעלייגטע
IMG_0522.JPG
IMG_0522.JPG (72.17 KiB) געזעהן 1413 מאל
הכל לטובה!

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:16 am

דוכט זיך מיר, אז ער איז יא געפארן אלע יארן, נאר בעפאר ר"ה, און איז געווען צוריק אהיים אויף ר"ה. איז דאס ריכטיג?

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:20 am

שואלכענין האט געשריבן:דוכט זיך מיר, אז ער איז יא געפארן אלע יארן, נאר בעפאר ר"ה, און איז געווען צוריק אהיים אויף ר"ה. איז דאס ריכטיג?

לויט ווי איך האב געהערט איז עס די צווייטע אדער דריטע מאל וואס ער פארט ארויס פון א"י

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:21 am

שואלכענין האט געשריבן:דוכט זיך מיר, אז ער איז יא געפארן אלע יארן, נאר בעפאר ר"ה, און איז געווען צוריק אהיים אויף ר"ה. איז דאס ריכטיג?


איך מיין אז נאר איין מאל
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:22 am

בלעטל האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:א גרויסע ייש"כ

קען איינער עקלערן בדברים פשוטים וואס איז געווען די סיבה המוסתרת אז אלע יאהרן האט מען נישט געפארן?

ער זאגט נישט, ער זאגט אליינס אז מ'ווייסט נישט, ס'איז דא וואס ווילן זאגן אז ר' לוי יצחק האט אים געבעטן בלייבן, אבער ס'איז נישט ריכטיג, איינער וואס האט געוואלט דאס שטארק אוועק מאכן האט גאר מחדש געווען אז ער האט מורא צו פארן.
למעשה ווייס איך יא פון מענטשן וואס האב ארויס באקומען דעם סוד פון אים אבער זיי גייען נישט זאגן עכ"פ בחייו.

קיינמאל געהערט אז עס איז דא מענטשן וואס האבן ארויסבאקומען פון ״אים״ דער סוד...
אבער דאס איז אמאל זיכער אז ער האלט אז מען דארף פארן, שיקט אוועק זיינע נאנסטע משמשים, און רעדט צו אסאך פון זיינע אמעריקאנער גבירים, ער אליינס איז אלע יארן אויסגעגאנגען פאר דעם...
הכל לטובה!

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:23 am

מעגליך דארף ער זיין אין שטוב, וד"ל, און האלט דאס פאר א גרעסערע מצוה.

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:23 am

אלט מאנרא האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:דוכט זיך מיר, אז ער איז יא געפארן אלע יארן, נאר בעפאר ר"ה, און איז געווען צוריק אהיים אויף ר"ה. איז דאס ריכטיג?


איך מיין אז נאר איין מאל

איינמאל איז ער געפארן אינמיטן ווינטער, דאכט זיך שנת תשמ״ח...
הכל לטובה!

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:30 am

maybeeynot האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
יש מזל האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:דא האט איר די גאנצע נסיעה צום לופט פעלד.
https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

דראפבאקס ביטע

מכאן תצא הקריאה, אלע זאכן וואס מ'לייגט ארויף, מ'זאל לייגען אויף ג'מבו מייל, אין נישט גענוג דרופבוקס אדער דרייב. ווייל דרופבוקס אין דרייב זענען פארמאכט פארשלאסן אין די כשר'ע נעט אין אר"י.

ג'מבו מייל קענען די אמעריקאנע נישט עפענען

וועגן דעם האב איך געזאגט "נישט גענוג דראפבאקס אדער דרייב, נאר לייגען אויך אויף ג'מבו מייל"

נ.ב. פארוואס זאל ג'מבו מייל זיין פארמאכט. ס'איז אזוי ווי יעדע פריוואטע מייל.

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:31 am

אומאן ראש השנה!!!
צוגעלייגטע
IMG_0525.JPG
IMG_0525.JPG (269.22 KiB) געזעהן 1397 מאל
IMG_0524.JPG
IMG_0524.JPG (255.45 KiB) געזעהן 1397 מאל
לעצט פאראכטן דורך תן חיוך אום דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:33 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הכל לטובה!

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:32 am

ער גייט דאווענען מיטן עולם ?
אויב יא איז נאך דא ווי מען קען באקימען א זיץ?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

זעירא דמן חבריא
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

תגובהדורך זעירא דמן חבריא » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:33 am

זעט זיך אן דער ענערגישער עסקן ר' הלל כהן פון הצלה ד'קיעוו.

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:35 am

זעירא דמן חבריא האט געשריבן:זעט זיך אן דער ענערגישער עסקן ר' הלל כהן פון הצלה ד'קיעוו.

יאפ הילל האט מסדר געווען די זאך פון דארט.
הכל לטובה!

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:36 am

תן חיוך האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:דוכט זיך מיר, אז ער איז יא געפארן אלע יארן, נאר בעפאר ר"ה, און איז געווען צוריק אהיים אויף ר"ה. איז דאס ריכטיג?


איך מיין אז נאר איין מאל

איינמאל איז ער געפארן אינמיטן ווינטער, דאכט זיך שנת תשמ״ח...

דער וואס פארט אויף ערב ראש השנה און צוריק אין אלט שטאט ירושלים אויף ראש השנה איז ר' איטשע מאיר מורגנשטרן מקוצק...
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:38 am

מען קען משוגע ווערן פון באטראכטן זיין צורה דארטן...
אן אויסגעקלאפטע הושענה אבער זיין נפש איז לויטער ריין און פרייליך... אומאן ראש השנה...
הכל לטובה!

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:41 am

maybeeynot האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
יש מזל האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:דא האט איר די גאנצע נסיעה צום לופט פעלד.
https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

דראפבאקס ביטע

מכאן תצא הקריאה, אלע זאכן וואס מ'לייגט ארויף, מ'זאל לייגען אויף ג'מבו מייל, אין נישט גענוג דרופבוקס אדער דרייב. ווייל דרופבוקס אין דרייב זענען פארמאכט פארשלאסן אין די כשר'ע נעט אין אר"י.

ג'מבו מייל קענען די אמעריקאנע נישט עפענען

נאדיר דראפבאקס
איזי

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:41 am

עס איז ערווארטעט אז היינט שפעט ביינאכט וועט ער זיין ביים הייליגן ציון..
דער פון אויבן זאל אים געבן כוחות צו דערהייבן זיין התרגשות...
הכל לטובה!

תלמוד תורה
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:42 pm

תגובהדורך תלמוד תורה » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:42 am

ווער איז דער איד מיטן ווייסן בארד, וואס זיצט מיט אים אויפן באנק?

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:44 am

תלמוד תורה האט געשריבן:ווער איז דער איד מיטן ווייסן בארד, וואס זיצט מיט אים אויפן באנק?

ר׳ בצלאל פרידמאן
הכל לטובה!

זעירא דמן חבריא
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

תגובהדורך זעירא דמן חבריא » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:44 am

כ'שפיר אז עס ווייזט אויף עפעס גרויסע ענינים, דאס אז ר' יעקב מאיר האט מחליט געווען צו קומען דייקא היי-יאר.
האלט איינער אויך אזוי?

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:47 am

צווייפעל האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:ווער ס'פארשטייט אביסל די גרעוויטי פון די געשיכטע וואס שפילט זיך דא אפ פאר אונזערע אויגן, ס'איז קווייט היסטאריש, און גייט האבן טיפע נאכפאלגן מיד ולדורות.
כ'האף נאר אז ס'איז נישט א אלטע מעשה וד"ל ברמיזא


הגה"צ ר' יעקב מאיר איז אקעי, (ער איז פיזיש שוואך), לכאורה איז עס ווירקליך א היסטארישע געשעהניש, בפרט פאר חסידי ברסלאוו.

לאחר הבירור, אמת.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, rogers, א גוטן, בארג, שמערעל און 46 געסט