הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א פארט קיין אומאן אויף ראש השנה תשע"ח

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:29 am

נא_שכל האט געשריבן:יישר כח פאר די בילדער.

זייער אינטערסאנט, ער זאגט תיקון הכללי ביים ציון פון בעש"ט.

עס קומט נישט צו זאגן (איך בין נישט באהאוונט אין דעם נושא)?
Never argue with an idiot. They will only bring you down to their level and beat you with experience

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:38 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:יישר כח פאר די בילדער.

זייער אינטערסאנט, ער זאגט תיקון הכללי ביים ציון פון בעש"ט.

עס קומט נישט צו זאגן (איך בין נישט באהאוונט אין דעם נושא)?

אנדערע וואלטן געזאגט אז מ'זאל זאגן פון צ' ביז ק"ז.

ס'משמע אז ער האלט אז דער תיקון הכללי איז א ענין צו זאגן ביי אנדערע צדיקים אויך.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:42 am

עס איז אנגענומען אין ברסלב בשם דעם רבין אז וועם מ'קען נישט אויסזאגן גאנץ ספר תהלים, אבל דאן זאגט מען דעם תיקון הכללי וועלכע ווערד פאררעכנט ווי גאנץ תהלים.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:48 am

טענקס משה, קיינמאל געהערט דערפון. איר ווייסט אפשר פון עפעס א געדרוקטע מקור?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

זעירא דמן חבריא
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

תגובהדורך זעירא דמן חבריא » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:53 am

ייש"כ פאר די כסדר'דיגע באריכטן פון די געהויבענע נסיעה, וו"י וואנ"ט מא"ר!

ר' פסיקתא טייערע, ס'פארהאן אן אלטע כלל "דער וואס ווייסט רעדט נישט און דער וואס רעדט ווייסט נישט".

גראדע איז דא בריוון פון ר' יעקב מאיר איבער די נחיצות הנסיעה לאומאן כדוע.

אויסער דעם איז שוין ארויסגעברענגט געווארן אז עס פעלט נישט אויס קיין חתימות אויף אן ענין וואס איז פון די הויפט יסודות אין חסידות ברסלב.

כ'האב נישט געזעהן קיין חתימה פון האדמו"ר מסקווירא אז מ'דארף גיין מיט שטיוול, און אויך נישט פון אדמורי"ם מסאטמאר אז מ'טאר נישט גיין צום כותל, וכו' וכו'.

זעירא דמן חבריא
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

תגובהדורך זעירא דמן חבריא » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:08 am

לומר בכל יום העשרה מזמורי תהילים הידועים:
ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ,

שהם הכלל של כל ספר התהילים כדברי הרה"צ מוהר"ר
ר' שמואל הלר זצ"ל אב"ד צפת ומרא דאתרא דישראל,
שהיה תמיד אומר שמי שיאמרם נחשב בשמים כאילו
אמר כל ספר התהילים, כי העשרה פרקים אלו הם
הכלל של כל ספר תהילים (ספר ימי שמואל)

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:17 am

א דאנק ר' זעירא
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

התחדשות
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2016 6:01 am

תגובהדורך התחדשות » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:06 am

איך האב געכאפט א לענגערע שמועס מיט איינער פון די נאענטע גבאים, ביי ר' יעקב מאיר.

און ער האט מיר מסביר געווען, אז ביי ר' יעקב מאיר אין שטוב ווייסט מען פאר א פשטות,
אז די סיבה פאר וואס ער פארט נישט אויף ר"ה קיין אומן, איז בלויז צוליב וואס ר' לוי יצחק בנדר האט עם געבעטן צו בלייבן אין ירושלים, כדי מחזק זיין דער וואס קען נישט פארן, זיי זאלן נישט פילן, ווי אויב מ'פארט נישט האט מען שוין גארנישט מיט ר' נחמן'ס ר"ה, נאר אפי' אויב מ'מוז בלייבן זאל מען זיין א חלק פונעם קיבוץ אין ירושלים.

און דערפאר שיקט ער, יעדען וואס פרעגט עם, קיין אומן ר"ה, אריינגערעכנט זיינע גבאים.

אבער אין די לעצטע פאר יאר, וואס ס'פעלט זיך שוין נישט אזוי שטארק אויס קיין חיזוק פאר די וואס בלייבן, האט ער אנגעהויבן צו זאגן אז ער וויל פארן קיין אומן,
און דעס יאר האט זיך עס אויסגעארבעט.

און עס טוט עם גאר שטארק וויי, וואס מענטשן זאגן אז ער האלט נישט פון פארן, און דאס האט טאקע אויך געגעבן א שטארקע שטופ צו פארן דאס יאר.

און נאך א נקודה, ער פלעגט זיכער מאכן אז ער זאל אייביג האבן א פאספארט גרייט, כדי ער זאל קענען פארן, און ווען ס'לויפט אויס זאל מען עס רניוען.

שטיגליץ
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:16 am

התחדשות האט געשריבן:
אבער אין די לעצטע פאר יאר, וואס ס'פעלט זיך שוין נישט אזוי שטארק אויס קיין חיזוק פאר די וואס בלייבן, האט ער אנגעהויבן צו זאגן אז ער וויל פארן קיין אומן,
און דעס יאר האט זיך עס אויסגעארבעט.

.

פארוואזשע טאקע פעלט שוין נישט אויס קיין חיזוק?

איך דיסאגרי נישט, איך בין פשוט אומוויסנד און שטארק נייגעריג

התחדשות
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2016 6:01 am

תגובהדורך התחדשות » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:20 am

כ'וועל נאך צו לייגן נאך מער, ער האלט אז אפי' נישט ברסלב'ע וואס ס' ציט זיי צו פארן, אויב האבן זיי נישט קיין פראבלעם פון די עלטערן/ישיבה אדער ווייב, זאלן זיי פארן.

און דאס האב איך פערזענלעך יעצט מיט געהאלטן, ווי ארויסגייענדיג פונעם בעש"ט'ס ציון, האט עם איינער געפרעגט אז ער איז נישט קיין ברסלב'ע, זאל ער פארן קיין אומן אויף ר"ה?
האט ער געענטפערט, 'מען דארף וויסן מער פרטים פון ארום' ,

און שפעטער איז יענער אריין פריוואט און געזאגט די פרטים אז די משפחה האט נישט קיין פראבלעם מיט זיין פארן,
האט ר' יעקב מאיר גענטפערט בזו הלשון,
'' אויב ס'ציט עם צו זיין דארטן, זאל ער פארן''

און מ'רעדט דא פון א נישט ברסלב'ע.

#יסכר פי דוברי שקר

להודיע
שר האלף
תגובות: 1902
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:26 am

https://drive.google.com/file/d/0B8UW7l ... VOV0E/view

"וידעו כי נסיעה קדושה זו יש לה חלק בגאולה השלמה, ואשרי הנוסעים על הציון הק' כבקשתו וכהבטחותיו הנפלאים".

א בריוו פון רבי יעקב מאיר אלול תשע"ד לפ"ק

תן חיוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am

תגובהדורך תן חיוך » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:51 am

התחדשות האט געשריבן:איך האב געכאפט א לענגערע שמועס מיט איינער פון די נאענטע גבאים, ביי ר' יעקב מאיר.

און ער האט מיר מסביר געווען, אז ביי ר' יעקב מאיר אין שטוב ווייסט מען פאר א פשטות,
אז די סיבה פאר וואס ער פארט נישט אויף ר"ה קיין אומן, איז בלויז צוליב וואס ר' לוי יצחק בנדר האט עם געבעטן צו בלייבן אין ירושלים, כדי מחזק זיין דער וואס קען נישט פארן, זיי זאלן נישט פילן, ווי אויב מ'פארט נישט האט מען שוין גארנישט מיט ר' נחמן'ס ר"ה, נאר אפי' אויב מ'מוז בלייבן זאל מען זיין א חלק פונעם קיבוץ אין ירושלים.

און דערפאר שיקט ער, יעדען וואס פרעגט עם, קיין אומן ר"ה, אריינגערעכנט זיינע גבאים.

אבער אין די לעצטע פאר יאר, וואס ס'פעלט זיך שוין נישט אזוי שטארק אויס קיין חיזוק פאר די וואס בלייבן, האט ער אנגעהויבן צו זאגן אז ער וויל פארן קיין אומן,
און דעס יאר האט זיך עס אויסגעארבעט.

און עס טוט עם גאר שטארק וויי, וואס מענטשן זאגן אז ער האלט נישט פון פארן, און דאס האט טאקע אויך געגעבן א שטארקע שטופ צו פארן דאס יאר.

און נאך א נקודה, ער פלעגט זיכער מאכן אז ער זאל אייביג האבן א פאספארט גרייט, כדי ער זאל קענען פארן, און ווען ס'לויפט אויס זאל מען עס רניוען.


Wow דאס אז ער האט אייביג זיכער געמאכט צו האבן א פאספארט האב איך נישט געהערט... ישר כח!

דערבארומדיג'ער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 1:24 pm

זעירא דמן חבריא האט געשריבן:ייש"כ פאר די כסדר'דיגע באריכטן פון די געהויבענע נסיעה, וו"י וואנ"ט מא"ר!

ר' פסיקתא טייערע, ס'פארהאן אן אלטע כלל "דער וואס ווייסט רעדט נישט און דער וואס רעדט ווייסט נישט".

גראדע איז דא בריוון פון ר' יעקב מאיר איבער די נחיצות הנסיעה לאומאן כדוע.

אויסער דעם איז שוין ארויסגעברענגט געווארן אז עס פעלט נישט אויס קיין חתימות אויף אן ענין וואס איז פון די הויפט יסודות אין חסידות ברסלב.

כ'האב נישט געזעהן קיין חתימה פון האדמו"ר מסקווירא אז מ'דארף גיין מיט שטיוול, און אויך נישט פון אדמורי"ם מסאטמאר אז מ'טאר נישט גיין צום כותל, וכו' וכו'.

גוט גאזאגט.

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:21 pm

הגה"צ רי"מ איז זייער זייער א גרויסע רבי, אבער נאר אין סאטמאר, און ספציעל געווארען גרעסער זייט גזירות גיוס וגזירות הדת וואס מען האט אנגעהויבן אין סאטמאר נעמען זיינע חתימות, אין ברסלב גופא איז ער נישט אזוי גרויס, און ספציעל זיין נישט פארן אויף ר"ה קיין אומאן האט אים אפגעטיילט פונעם המון עם ברסלב, זיין קהילה אין ירושלים איז נישט גרויס, און אין אומאן וועט ער ציען ארום זיך סאטמארע און זיינע מענטשן פון זיין קהילה, ער האט גרויסע פאראטשענס אין מירון אנגעפילט מיט סאטמאר'ע.

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:26 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:הגה"צ רי"מ איז זייער זייער א גרויסע רבי, אבער נאר אין סאטמאר, און ספציעל געווארען גרעסער זייט גזירות גיוס וגזירות הדת וואס מען האט אנגעהויבן אין סאטמאר נעמען זיינע חתימות, אין ברסלב גופא איז ער נישט אזוי גרויס, און ספציעל זיין נישט פארן אויף ר"ה קיין אומאן האט אים אפגעטיילט פונעם המון עם ברסלב, זיין קהילה אין ירושלים איז נישט גרויס, און אין אומאן וועט ער ציען ארום זיך סאטמארע און זיינע מענטשן פון זיין קהילה, ער האט גרויסע פאראטשענס אין מירון אנגעפילט מיט סאטמאר'ע.


אבי געשריבן [ער איז אייביג געווען נערץ ונקדש איבעראל]
און אגב, איך האב בכלל נישט געשריבן אז ער איז א גרויסע רבי
[און וואס דו שרייבסט איבער 'סאטמארע' איז דאך סתם אזוי א פאקט, אז בכלל די מערסטע אנהענגער פון פרעמדע חסידות'ער וואס זענען אריינגעפאלן אין ברסלב, טאקע 'סאטמארע'!, וויפיל בעלזע, וויזניצע וכו' קענסטו אלס ברסלבע?]
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:33 pm

נערץ ונקדש? מעגליך יא, אבער ווייניג האבן אנגעקערט מיט אים,

גיוס בנות
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 2:53 pm

תגובהדורך גיוס בנות » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:40 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:נערץ ונקדש? מעגליך יא, אבער ווייניג האבן אנגעקערט מיט אים,

זייט איך געדענק איז ער געווען נערץ ונקדש (נישט אז איך בין אזוי אלט אבער לעצטנ'ס קען מען שוין נישט זאגן)

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:43 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:הגה"צ רי"מ איז זייער זייער א גרויסע רבי, אבער נאר אין סאטמאר, און ספציעל געווארען גרעסער זייט גזירות גיוס וגזירות הדת וואס מען האט אנגעהויבן אין סאטמאר נעמען זיינע חתימות, אין ברסלב גופא איז ער נישט אזוי גרויס, און ספציעל זיין נישט פארן אויף ר"ה קיין אומאן האט אים אפגעטיילט פונעם המון עם ברסלב, זיין קהילה אין ירושלים איז נישט גרויס, און אין אומאן וועט ער ציען ארום זיך סאטמארע און זיינע מענטשן פון זיין קהילה, ער האט גרויסע פאראטשענס אין מירון אנגעפילט מיט סאטמאר'ע.

איך האב זיך פונקט אנגעטראפן אין א גאר אלטע קליפ פון א ברסלבער מעמד אין ירושלים, מיט זקני ברסלב בראש, דארט רעדט פאר די ציבור 2 משפיעים! ר' לוי יצחק ז''ל און ר' יעקב מאיר זאל געזונד זיין!! ער קוקט אויס מערסטענס 40 יאר אלט אפשר נאך יונגער.

ר' לוי יצחק איז דאך כו''ע מודה (אפי' מוהרא''ש...) אז ער איז געווען די גרעסטע און איינס נאך עם איז געווען ר' יעקב מאיר נאך יענע יארן

פסיקתא
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:46 pm

איך וועל זאגען בקיצור וויל איך קען נישט זיין דא א גאנצער טאג
איך זעה פין דער תגובת אז איך בין נאך מער גערעכט
איך זאג איין זאך ,אז ר יעקב מאיר האלט ווער עס קען זאל פארען אין אפשר ער מיז. אין אויף דעם איז דא בריוו וועגען נחיצות העניין צי פארען, נאר אויב א מענשט דארף זיך אנחובענען אדער שלום בית פראבלעמען וכדומה צי ער האלט אז מען מיז פארען!!! איז דער ענטפער ניין!! דעמאלסט איז נישט דא קיין חיוב אין איש הישר בעיניו יעשה, (איך פריווארט האלט אז אפילו איינער וואס קען פארען נאר עס קימט עם אן שווער איז אויך נישט קיין חיוב גמור לשיטת ר יעקב מאיר). וועגען דעם שיקט ער זיין נאנטע מענטשען צי וויזען אז אז איז א גרויסער זאך צי פארען אין אויף דעם איז דא א בריוו ,אין היינט האב מיך איינער געזאגט אז אסאך פין זיינע מענטשען פלעגן אלע יארען בלייבען אין א״י ,אין כאב הנאה פין דער טעם פין ר לוי יצחק, ווייל הוא אשר דיברנו אז עס נישט דא קיין חיוב ,אין מען דארף זיך זארגען פאר דער וואס בלייבען ,אין לוי יצחק האט אויך פארשטאנען אז מען דארף נישט זיין א אונס גמור(לייגען אין שפיעטול וכדומה ) אין דער זאכען קען נישט זאגען אויפיציעל אין ברעסלעב וועגען טעמים וואס איך האב שוין געזאגט , אין אלע פריוארטע מעשות פין יחידים דארף מען וויסען פינקטליך וואס איז דער פראבלעם ווייל ר יעקב מאיר איז א מומחה אוועקצינעמען פראבלעמען , ואיבעית אימא ,אז מען פרעגט עם אפשר מיז ער זאגען יא ווייל אויב נישט קען ער כאפען פין זיינע מתנגדים אז ער איז א כופר ב ר נחמן.עס פעלט עם נישט
אין דער מעשה פין א פרעמדער וואס האט עם געפרעגט אין דער תשובה זעה איך נאך מער אז איך בין גערעכט
ווייל ייעדער ברעסלעבער האלט אז בעצם דארף ייעדער פארען ממילא וואלט געווען דער תשובה,אוודאי!!!נישט מאכען חקירת ודרישות !עד כאן כעת , איך קען נישט ייעדער מעניט צריקענטפערען
אין ווער עס האלט איך רעד דברים של טעם זאל מיר זאגען ,נישט נאר קריטיק
לעצט פאראכטן דורך פסיקתא אום מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:53 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

משה חיים פנחס
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:43 pm

תגובהדורך משה חיים פנחס » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:48 pm

Amazing האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:הגה"צ רי"מ איז זייער זייער א גרויסע רבי, אבער נאר אין סאטמאר, און ספציעל געווארען גרעסער זייט גזירות גיוס וגזירות הדת וואס מען האט אנגעהויבן אין סאטמאר נעמען זיינע חתימות, אין ברסלב גופא איז ער נישט אזוי גרויס, און ספציעל זיין נישט פארן אויף ר"ה קיין אומאן האט אים אפגעטיילט פונעם המון עם ברסלב, זיין קהילה אין ירושלים איז נישט גרויס, און אין אומאן וועט ער ציען ארום זיך סאטמארע און זיינע מענטשן פון זיין קהילה, ער האט גרויסע פאראטשענס אין מירון אנגעפילט מיט סאטמאר'ע.

איך האב זיך פונקט אנגעטראפן אין א גאר אלטע קליפ פון א ברסלבער מעמד אין ירושלים, מיט זקני ברסלב בראש, דארט רעדט פאר די ציבור 2 משפיעים! ר' לוי יצחק ז''ל און ר' יעקב מאיר זאל געזונד זיין!! ער קוקט אויס מערסטענס 40 יאר אלט אפשר נאך יונגער.

עפעס א ספק? הגה"צ רי"מ איז נערץ ונקדש שוין יארן לאנג, לכאורה פון די גרעסטע הזכרות היינט איבער די וועלט בעת צרה, אפגערעדט אין צוגעבן נעמען
פאר עפעס א סיבה פארט די וועלט אויף רעדער איבער זיין לעצטיגע נסיעה
לעצט פאראכטן דורך משה חיים פנחס אום מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1600
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:08 pm

פסיקתא האט געשריבן:
משה מאשקאוויטש האט געשריבן:ביטע נישט רעדן אן וויסן. רבי יעקב מאיר שיקט אוועק אפילו זיינע גבאים און נעמט ספעציעל גבאים וועלכע געהערן נישט צו ברסלב. ער הייסט יעדעם איינעם פארן, אפילו אזעלכע וואס די עלטערן זענען זיך מתנגד. ביודעי קאמינא.


ר יעקב מאיר חתמענט יעדער וואך אויף צעטליך
פארוואס זאל איך נישט וויסען צי איך דארף פארען צי נישט ,איז פארוואס חתמענט ער נישט אז על כל פנים אלע ברעסלעווער חסידים זאלען פארען
איי פארוואס? ווייל אויב ר יעקב מאיר פארט נישט מיינען מענטשען אז מען דארף נישט !כידוע וכידוע וכידוע דא אליין דינגט מען זוך ! אויב מען מיז פארען דארף מענטשען וויסען קלאר אז ער האלט אזוי , אדער זיין גבאי זאל חתמענען בשם ר יעקב מאיר

דער אוועק שיקען דער גבאים איז צי ווייזען אז ער האלט אויכעט מצוה גדולה צי פארען
נאר מען מען רעדט מענטשען וואס האבען נישט שבת צי מאכען מי מען דארף זיך פארחובענען אדער נישט דער אנדערע ברעסלעב האלטען יהרג ובעל יעבור אין ר יעקב מאיר האלט אז מען מיז נישט!!!!מען קען עס נישט זאגען קלאר אין ברעסלעב , אבער דאס האלט ער

קודם זאגסטו אז ער שיקט נישט קיינעם, נאכדעם האסטו שוין א סיבה פארוואס ער שיקט נישט... גיי דריי א צווייטנס קאפ.

איך מיין אז דו מישט צווישן מארגענשטערן און שעכטער, ער האלט אז מען מוז נישט.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1600
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:13 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:הגה"צ רי"מ איז זייער זייער א גרויסע רבי, אבער נאר אין סאטמאר, און ספציעל געווארען גרעסער זייט גזירות גיוס וגזירות הדת וואס מען האט אנגעהויבן אין סאטמאר נעמען זיינע חתימות, אין ברסלב גופא איז ער נישט אזוי גרויס, און ספציעל זיין נישט פארן אויף ר"ה קיין אומאן האט אים אפגעטיילט פונעם המון עם ברסלב, זיין קהילה אין ירושלים איז נישט גרויס, און אין אומאן וועט ער ציען ארום זיך סאטמארע און זיינע מענטשן פון זיין קהילה, ער האט גרויסע פאראטשענס אין מירון אנגעפילט מיט סאטמאר'ע.

ר' יעקב מאיר איז נאכנישט געווען אין מירון זייט גזירות גיוס, ער פארט שוין נישט פאר איבער פינף יאר קיין מירון.
אין ירושלים איז ער שוין נחשב כאחד מגדולי הדור זינט פערציג יאר צוריק. הרה"ק ר' יהודה'לע דזיקובער איידער ער איז געפארן קיין לאנדאן האט ער געשיקט עטליכע תלמידים זיך קוויטלען ביי אים. שמעתי מכלי ראשון.
אין ברסלב זעלבסט האבן זיי טענות אויף אים, צוליב וואס ער מישט אנדערע חסידישע הויפן און מקורות אינאיינעם. זיין בעיס אין ירושלים באשטייט נישט פון קיין סאטמארע בכלל, אפשר סלונימ'ע אדער פארצייטישע ירושלימער.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

יאנקעל פעדראטשיק
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:22 pm

אויב מעגליך ביטע לאזן דעם אשכול נאר פאר נייעס און בילדער איבער זיין נסיעה, די אלע געשרייבעכצער באלאנגט נישט דא

יישר כח

תן חיוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am

תגובהדורך תן חיוך » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:22 pm

נישט סלונימע נישט ירושליםע... ס״ה ברסלבע וואס האבן נישט סובל געווען (אדער מורא געהאט פארן חינוך) די שטראם פון בע״ת וכו׳

1000 שקל
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:08 am

תגובהדורך 1000 שקל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:25 pm

תן חיוך האט געשריבן:נישט סלונימע נישט ירושליםע... ס״ה ברסלבע וואס האבן נישט סובל געווען (אדער מורא געהאט פארן חינוך) די שטראם פון בע״ת וכו׳


יאפ


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט