אלעס ארום אבאמא'ס דאק"א פראגראם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס האלטסטו איבער דאק"א

עס מאכן געהעריג געזעץ
14
28%
עס אנולירן
8
16%
עס מאכן געזעץ אבער בלויז מיט א מעקסיקאנע "וואנט"
28
56%
 
סך הכול שטימען: 50

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

אלעס ארום אבאמא'ס דאק"א פראגראם

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 7:02 pm

ווי באקאנט האט פרעזידענט טראמפ דעם פארלאפענעם דינסטאג אפגעשאפן די 5 יאר אלט פראגראם גערופן "דאקא" וועלעכע איז געגרינדעט געווארן דורך זיין פארגייער פרעזידענט אבאמא און האט אריינגעברענגט אונטער איר שוץ כמעט א מיליאן יונגע אימיגראנטן, און טראמפ האט געמאלדן אז די פראגראם וועט אין 6 חדשים ווערן אויס אין פאל קאנגרעס שטעלט עס נישט אריין אלס עמטליכע געזעץ.

די דעבאטע און אנטוויקלונגען ארום די פראגראם וועט ווארשיינליך זיין א הייסע טאפיק פאר די קומענדיגע תקופה, וואלט כדאי געווען צו עפענען א באזונדער אשכול ווי מ'וועט עס קענער עקסטער אויסשמועסן.

אויף אימיגראציע איז שוין געווען פילצאליגע שטארקע פרואוון אין קאנגרעס דורכצופירן א ביל עס איז אבער ביז היינט יעדע מאל דורכגעפאלן.

אין 2007 האבן זיך רעפובס און דעמס צאמגענימען און געספאנסערט אן אימיגראציע ביל, עס איז אבער געשטארבן נאך די אויפשטייגענדע אפאזיציע דערקעגן אין רעכטן לאגער. אין 2010 ווען דעמאקראטן האבן קאנטראלירט ביידע הייזער האבן זיי פרובירט אליין צו דורכפירן א ביל, עס איז דורך אין קאנגרעס אבער געווארן אנידערגעשטימט דורך 5 דעמאקראטן אין סענאט. נאך די 2012 ראמני דורכפאל האבן זיך רעפובליקאנער נאכאמאל אראפגעזעצט צום טיש און געספאנסערט א פרישע ביל, עס איז דאסמאל דורך אין סענאט (ווי יעצט האבן שוין אלע דעמאקראטן געשטימט דערפאר) אבער איז דורכגעפאלן אין קאנגרעס נאך א רעוואלוציע דערקעגן פון די רעכטע.

אלס רעזולטאט פון די 2013 דורכפאל ווי אימיגראציע רעפארם איז באטראכט געווארן טויט איז פרעזידענט אבאמא געגאנגען און אנאנסירט צווי פראגראמען דורך עקזעקיוטיוו ארדער, איינס גערופן דאק"א וואס האט צוגעשטעלט שוץ פאר אימיגראנטן וואס זענען אהערגעברענגט געווארן דורך זייערע עלטערן אלס קינד. די צווייטע פראגראם גערופן דאפ"א האט צוגעשטעלט שוץ פאר אימיגראנטן וואס האבן אמעריקאנע קינדער און א ריינע רעקארד. ביידע פראגראמען האבן געגעבן די מעגליכקייט פאר הינדערטער טויזענטער אימיגראנטן צו אנהייבן ארבייטן אויף די ביכער און אריינצאלן אינעם סיסטעם טעקסעס, אבער אנע מעגליכקייט צו קריגן גאווערמענט הילפס געלטער, אזוי אויך האבן טויזענטער פון די זיך אנגעשלאסן אין די אמעריקאנע מיליטער, פאליציי און אין אנדערע הילפס ארגאנאזאציעס.

למעשה איז די צווייטע פראגראם דאפ"א געווארן אפגעשאפן דורך די געריכטן, אבער די דאק"א פראגראם איז געבליבן שטיין אלס געזעצליך, און זיך געגרייט צו גרייכן עווענטועל דעם סופרים קאורט.

די אנאנסירונג דינסטאג איבער'ן ענדיגן דעם פראגראם דורך'ן אטורני זשענעראל זשעף סעשאנס איז אויפגענימען געווארן מיט שאק איבערן לאנד און פארדאמט געווארן דורך דעמאקראטן,רעפובליקאנער, ביזנעס און רעליגיעזע פירער נאציאנאל, ווערנדיג א גאר שטארקע PR קאפוויי פאר די טראמפ אדמיניסטראציע. דינסטאג ביינאכט האט דער פרעזידענט זיך ענדליך געלאזט הערן מיט אביסל א ווייעכערע טאן שרייבענדיג אויף טוויטער אז ער וועט צוריקקומען צו די נושא אין 6 חדשים אין פאל קאנגרעס איז נישט מצליח דורכצופירן א ביל.

מיטוואך אין א דיעל מיט דעמאקראטן איבערן די חובות דאך איז טראמפ גאר געגאנגען ווייטער און פארשפראכן פאר קאנגרעס מינארעטי פירער פעלאוסי אז ער ווייט ארבייטן צו קומען צו אן אפמאך אין קאנגרעס דערויף און ער וועט עס מעגליך צוריקלייגן אין פלאץ אויב פאלט מען דורך.

דערווייל הערט מען בלויז איין צד שרייען, די שטיצער פון דאק"א וואס זענען אויסן פאר יעדן פרייז עס צו לאזן אין פלאץ, וואס אמאל זיכער אז איינמאל קאנגרעס וועט זיך נעמען איבער די נושא וועט מען אנהייבן צו הערן הויך די קולות פון די רעכטע אלטרע קאנסערוואטיווע באזע און בפרט די נאציאליסטן וואס זענען גראדע די עיקר חלק הניכר פון די טראמפ באזע.

היינט איז באקאנט געווארן אז די לאבי גרופע פון די גרעסטע קאנסערוואטיווע שטיצער די "קאטש ברודער" וועלן אקטיוו ארבייטן אויף קאנגרעסלייט צו שטיצן דאס אריינלייגן דאק"א אלס געזעץ. זייער ווארטזאגער האט אין א סטעיטמענט געשריבן:

"The group will engage with lawmakers in the hopes of securing permanent U.S. residency for DACA beneficiaries, commonly known as DREAMers"

זייער שטיצע מיינט א שטארקע בוסט פאר אן עווענטועלע ביל.

סייוויאזוי עס וועט זיך אויסלאזן וועט די פייט זיכער נישט זיין באורינג..

עס וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן וואס די עולם האלט דא איבער דעם אישו האמיר צוגעלייגט אן אנקעטע, און אויב מעגליך אויך ערקלערן אייער מיינונג.
Fine Tuned Machine

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 8:58 pm

איך האלט אז אלס "רחמנות" אויס איז וויכטיג אז עס זאל זיין א אפעציעלע געזעץ אז קינדער זענען נישט שולדיג אז זייערע עלטערן האבן זיי אריינגעברענגט אהער אומלעגאל.

און פרעזידענט טראמפ - האלטענדיג גענוי די זעלבע - האט געטון א געלונגענע מאוו מיטן "צווינגען" קעפיטעל היל צו (האפענטליך) טון גענוי דאס!

קאנגרעטולעישענס מיסטער פרעזידענט!
--
מיין שטומע גייט פאר עס מאכן געהעריג געזעץ.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

יא איך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 9:13 pm

איך מיין אז עס איז טאקע די ערשטע מאל וואס כאפצעם איז אויף איין שורה מיט טראמפ

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 9:09 am

לאמיר אביסל לאקאלעזירן די ״ד.א.ק.א.״ טעמע.

ווי אלע ווייסן איז דא א געטואכץ וועגן דעם דאקא פראגראם וואס דער פריערדיגער פרעזידענט אבאמא האט איינגעשטעלט און דער יעצטיגער פרעזידענט האט עס אפגעשאפן.

אלע ווייסן אז טראמפ האט נישט דווקא אינזין דאקא בפרטיות נאר די אומליגאלע אימעגראנטן פונעם דרום גרעינץ בכלליות. טראמפ און זיין קאמפיין האבן זייער קלאר געמאכט דורכאויס די לעצטע 2 יאר אז ער האט פיינט די אימעגראנטן פון דרום אמעריקא צוליב....

דורך אנשרעקן די אימעגראנטן און מאכן רעידס רעדן פון די וואנט אלעס ווירקט אויס שלעכט אויף די ספאנישע געמיינדע אזאש אז עס נעמט זיי אוועק די אפעטיט פון בלייבן דא. בקיצור עס איז פסיכילאגישע קאמפיין אנטקעיגן די אמיגאוס.

בדרך אגב איז יעצט דא א באריכט וואס ווייסט צו פארציילן אז אייס (ICE) גרייט זיך אויף גרויסע און מאסיווע אבלאוועס אין די קומענדע עטליכע טעג און וואכן.

יעצט לאמיר זעהן ווי אזוי עס וועט אויסקוקן אונזערע געגענטער, ניו יארק און די יאנייטעד סטעיטס אן די אמיגאוס? וואס מיר האסן אזוי שטארק.

קודם א שטיקל פון די נישט ווייטע היסטאריע וואס האט זיך אפגעשפילט אין די סטעיט אוף אלבאמא מיט איבער 10 יאר צוריק.

אלבאמא (נישט זיך פארמישן מיט אבאמא) איז איינע פון די רויט׳סטע סטעיט פון אמעריקא און פון די בייבל בעלט. זיין האבן אנגעהויבן רודפ׳ן די אמיגאוס עד חרמה, די חברה האבן באשלאסן עוקר צו זיין פון דארט צו אנדערע שטאטן פונעם פאראיין.

וואס איז דאן געשעהן? עס איז נישט געווען ווער זאל טוען די שמוציגע שווערע ארבייט וואס איז נאר געמאכט פאר די אמיגאוס. האט זיך געמאכט אז די פעלדער פון די טאמאטן וואס געפונט זיך אונטער די ברענעדיגע זוהן וואס פאדערט זיך שווערע דיטעיל ארבייט ווי אקערן, זייען און שניידן די פירות, וואס נאר די חברה זענען רעדי צו טוען, אבער די אמיגאוס זענען מער נישט דארט געווען צו טוען וואס מען האט אזוי וויכטיג געברויכט צו טוען.

סאו, מאי כולי האי? מ׳קען דאך נעמען אמעריקאנער ארבייטער? זיי האבן טאקע גענומען אמעריקאנער ארבייטער און א טמאטע האט געקאסט פיר דאלער א שטיק!!!!! באלד טייערער פון אן אתרוג... די טאמאטס איז נאר איין מעשה פון אסאך אנדערע ענדליכע עפיזאדן.

יעצט לאמיר עס מקרב זיין אביסל מער צו אונזער מציאות: איך שפאציר אריין אין ביהמ״ד דער גוי וואס קליענט די מקווה איז אן אמיגאו, דער גוי וואס העלפט ארויס אין גראסערי איז ווייטער אן אמיגאו. גיי איך אריין אין די ״הארד ווער סטאר״ ווייטער אן אמיגאו, גיי איך אהיים זעה דעם אמיגאו׳ס ווייב וואשן מיין פלאהר.

אונז אידן האבן שוין געהאט פארשינדע פעלקער - מינארעטעיטן וואס האבן געארבעט פאר אונז, אלע האבן זיך זייערע חסרונות און די אמיגאוס האבן אויך א שיינע ביסל חסרונות, אבער פון וואס עס איז היינט צוטאגס עוועיליבל זענען זיי דאס בעסטע, והראיה מ׳ניצט זיי און נישט די אנדערע חברה.

די מציאות איז, אז אמעריקא קען נישט אנגיין אן די חברה דער אמעריקאנער יענקי איז נישט רעדי צו טוען די ארבעט וואס זיי טוען, און ווען יא, פאר אסאך מער געלט און די קאסעקווענצן פון מער געלט איז אז דער קאסטעמער צאלט ארויף דערויף פי כמה.

אינמיטן דעם קאמפיין איז ארויפגעקומען אז טראמפ האט גענוצט אויסלענדישע ארבייטער פאר זיין האטעל דעמאלס האט זיך טראמפ פארענטפערט: אז עס אומעגליכע געווען אנצופילן די דזשאבס מיט אמעריקאנער. מיר האבן דאס געהערט פונעם זאך אליין, סאו וואס זאלן מיר זאגן?

אין ארץ ישראל איז דא א ענליכע פראבלעם, קיינער וויל נישט טוען די שווערע ביליג ארבעט נאר די אראבער. די רעכטע האבן שוין כמה פעמים געוואלט אפשטעלן די אראבער פון אריינקומען אין א״י ארבעטן, די מציאות איז אבער אז מ׳קען זיך אבער נישט באגיין אן זיי. דארט איז עס נאך אסאך א גרעסערע פראבלעם ווייל די אראבער זענען רוצחים וואס האבן שנאה צו זייערע ארבעטסגעבער, אבער אונזערע אמיגאוס זענען אין אלגעמיין נישט קיין רוצחים און אפילו ווען מיינען זיי נישט דווקא דעם איד, קען פון די אמיגאוס זיכער נישט פטור ווערן.

אשר על כן פאר איר ווילט זיין א שארפע רעפוליקאנער טראכטס א מינוט אפשר מאכט איר א לאך אין אייער אייגענע שיף.....

הצדיק
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 9:34 am

זיי קענען אריין קומען , באט עס דארף זיין ליגעל
קום אריין קלאר

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 9:48 am

ערשטענס, ליגעל אימעגרעישאן קאסט אפאר דאלער, די חברה האבן נישט דאס געלט.

צווייטסנס די טראמפ אדמיסטרעישאן וויל שניידן אין העלפט ליגעל אימעגרעישאן.

Trump backs plan that would curb legal immigration

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 9:53 am

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:אלבאמא (נישט זיך פארמישן מיט אבאמא) איז איינע פון די רויט׳סטע סטעיט פון אמעריקא און פון די בייבל בעלט. זיין האבן אנגעהויבן רודפ׳ן די אמיגאוס עד חרמה, די חברה האבן באשלאסן עוקר צו זיין פון דארט צו אנדערע שטאטן פונעם פאראיין.

וואס איז דאן געשעהן? עס איז נישט געווען ווער זאל טוען די שמוציגע שווערע ארבייט וואס איז נאר געמאכט פאר די אמיגאוס. האט זיך געמאכט אז די פעלדער פון די טאמאטן וואס געפונט זיך אונטער די ברענעדיגע זוהן וואס פאדערט זיך שווערע דיטעיל ארבייט ווי אקערן, זייען און שניידן די פירות, וואס נאר די חברה זענען רעדי צו טוען, אבער די אמיגאוס זענען מער נישט דארט געווען צו טוען וואס מען האט אזוי וויכטיג געברויכט צו טוען.
.

דו פארציילסט נישט די אנדערע זייט וואס איז א סאך ערגער וויפעל זשאבס זיי נעמען יא צו וואס אמעריקאנער וואלטען יא געטוהון (פארשטייט זיך נישט פאר די פרייז וואס מען צאלט זיי)

באט עניוועיס עס כאפט נישט קיין נפקא מינה ווייל דאקא האט געדארפט בטל ווערען פשוט ווייל עס איז געווען איליגעל און יענער האט עס געמאכט ווי א דיקטעיטער
און אזוי ווי פרעזידענט טראמפ שרייבט


In referencing the idea of creating new immigration rules unilaterally, President Obama admitted that “I can’t just do these things by myself” – and yet that is exactly what he did, making an end-run around Congress and violating the core tenets that sustain our Republic.

Officials from 10 States are suing over the program, requiring my Administration to make a decision regarding its legality. The Attorney General of the United States, the Attorneys General of many states, and virtually all other top legal experts have advised that the program is unlawful and unconstitutional and cannot be successfully defended in court.
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 10:13 am

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:ערשטענס, ליגעל אימעגרעישאן קאסט אפאר דאלער, די חברה האבן נישט דאס געלט.

צווייטסנס די טראמפ אדמיסטרעישאן וויל שניידן אין העלפט ליגעל אימעגרעישאן.

Trump backs plan that would curb legal immigration

סאו אנשטאט פייטן טראמפ ער זאל אריינלאזן מער לעגאלע אימיגראנטן, פייט מען ער זאל לאזן די אומלעגאלע?

ועוד, מ'קען דערציילן מעשיות און זאגן סברות, דער מציאות איז אז ס'איז נישט דא קיין איין איינציגע אינדוסטרי וואו אימיגראנטן זענען ארבעטער! און דאס רעכנט אריין סיי לעגאלע און סיי אומלעגאלע אימיגראנטן!
דאס מיינט אז אין ממש יעדע איינציגסטע אינדוסטריע, אריינגערעכנט די וועלכע 'אמעריקאנער וואלטן קיינמאל נישט געטון די דזשאב,' ווערן איבער האלב, און אין אסאך אינדוסטריעס גאר א גרויסער רוב, פון די דזשאבס פאקטיש געהאלטן דורך אמעריקאנער, פלאס נאך א שחינע פראצענט וואס וועאו געהאלטן דורך לעגאלע אימיגראנטן!

די אינדוסטרי מיט די מערסטע אומלעגאלע - פארמינג, פישינג און פארעסטרי - האט גאנצע 26% אומלעגאלע ארבעטער!
צוגעלייגטע
Screenshot_2017-09-08-10-04-30.png
Screenshot_2017-09-08-10-04-30.png (124.49 KiB) געזעהן 1048 מאל

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 12:23 pm

פון וואשינגטאן פאוסט
Obama criticized the DACA move this past week as “a political decision” that was “not required legally.” But legal issues certainly factored into the Trump administration’s calculation. The timing coincided with a deadline that several states imposed on the administration, stating that if the president did not wind down DACA by Sept. 5, they would sue. If President Trump wanted to end DACA for political reasons, he could have done so on his first day in office.

Obama should know that defending DACA legally could be difficult. After all, when he attempted to implement a similar but much broader program in 2015 for undocumented parents of U.S. citizens, courts shut him down. Obama implemented DACA without going through Congress, and although some legal scholars dispute whether it faces the same legal issues as the 2015 program, the Trump administration would have confronted a real possibility of defeat had it had chosen to defend DACA in court.
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 12:26 pm

פון איין זייט שרייט מען אז מען מוז האבן די אומלעגאלע ספאנישע ווייל זיי זענען ביליג. און פון די אנדערע זייט פארפירן די זעלבע חברה אז פאר אמעריקאנער ארבייטער זאלן די ארבייטגעבער ארויפריקען די מינימום וועידזש, גיבן פרייע העלט אינשורענס, באשטייערן פאר ריטייערמענט, כל מיני פעיפערווארק, אינשורענס וכו'.

איר ווייסט וואס; לעטס מעיק א דיעל. אלע אומלעגאלע צוריק קיין מעקסיקאו. איי, פראדוקט פרייזן וועלן ארויפגיין. קיין פראבלעם! מען וועט טוישן די געזעץ אז אמעריקאנע ארבייטער קענען קריגן באצאלט אויפן זעלבן מהלך ווי אומלעגאלע מעקסיקאנער, ושלום על אמעריקא.

געלעכטער און די זייט. א יעדע מארקעט טויש האט צייטווייליגע עקאנאמישע קאנסעקווענצן. און יא, ווען מ'טרייבט די אומלעגאלע פון די פעלדער וועלן די פרייזן שטייגן פאר א וויילע. אבער די טבע פון א מארקעט איז אז מיט די צייט וועלן זיך די זאכן סעטלען. די מציאות איז אז עס זיצן מיליאנען אומגעלערנטע מינאריטאטן און זוכן [נישט] ארבעט. פארוואס? ווייל פון איין זייט (פלעגן) אריינקומען מיליאנען דורכן גרעניץ און נעמען די דזשאבס וואס זיי וואלטן ווען גענומען, און פון די צווייטע זייט שטייט די רעגירונג און גיסט פרייע געלטער;‏ זיי האבן נישט קיין שום אינסענטיוו צו שטייגן עקאנאמיש. איך בין זיכער אז פאר יעדן אומלעגאלער וואס ווערט פארשווינדן פון די ארענע, קען מען טרעפן אן אמעריקאנער גאסן אינג וואס וואלט גערן איבערגענומען יענעמ'ס פאזיציע. עס וועט נישט פאסירן איבערנאכט, אבער מיט אויפריכטיגע לידערס און פארשטענדיגע לעיבאר פאליסיס קען מען אסאך אויפטאהן.‏

דאק"א: יעדע בר דעת פארשטייט אז מען ברויך זיך רעכענען מיט די פאקט אז פולע פון די ערוואקסענע אומלעגאלע פערזאנען זענען אריינגעקומען אהער אלץ קינד. לעגאל צו אומלעגאל; די רעאליטעט איז אז אמעריקא איז זייער היימלאנד און עס איז נישט מענטשליך צו כאפן און דעפארטירן. אבער סתם זיצן און איגנארירן חוקי המדינה, בשעת די גרעניצן זענען ברייט אפן און עס שטורעמען נאך און נאך "דאק"א קינדער", האט נישט קיין שום פשט. דאק"א איז פילייכט געווען א צייטווייליגע באנדאזש ווילאנג מען קען טרעפן א פערמענאנט לייזונג. אבער אלעס האט א שיעור. די זאך באלאנגט פאר קאנגרעס. זיי זענען די וואס קריגן באצאלט צו שרייבן געזעצן.‏ און טראמפ איז גערעכט פאר צוריקווארפן די אישו צו זייער שויס.‏
"Most people do what most people do, because this is what most people do." — Rabbi Dovid Orlofsky

מפתח צו מיינע אשכולות.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 12:49 pm

דאקא איז נישט געווען קיין באנדאזש. דאקא (און דאס וויסן אז דער עקסטרעם ליבעראלער וועט גאנץ ווארשיינליך דורכפירן נאך אזעלכע פראגראמען) האט דירעקט גורם געווען אז צענדליגער טויזנטער קינדער זאלן ווערן ארריינגעשווערצט קיין אמעריקע חודש'ליך - אן די באגלייטונג פון עלטערן - וואס די יו ען האט אנגערופן א הומאניטארישער קריזיס.

דאקא איז א דוגמא פון די טיפיקעל ליבערעל 'רחמנות' - טון א טובה פאר איינעם אויפ'ן חשבון פון צען אנדערע, ווייל אזוי לוינט מיר יעצט פאליטיש.

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 1:01 pm

לעגאליזירן די קינדער (פארשטייט זיך נאר מיט א 100% קליענע רעקאָרד) פשוט ווייל זיי זענען אומשולדיג
אבער
1) דעפארטירן די עלטערן ווייל זיי זענען דאך יא שולדיג, ניין?!
2) סעקירן די גרעניץ אז עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל
3) בשעת'ן לעגאליזירן אריינלייגן א אמענדמענד אז ביז די קומעדיגע 100 יאר וועט מען דעפארטירן די נייע געקומענע קינדער אפי' יונקי שדים
4) ביז 5 יאר טאמער איינער פון די קינדער באגייט א פארברעכן זאל ער אטאמאטיש פארלירן בירגערשאפט + אפזיצן אין תפיסה אזוי ווי א געהעריגע אמעריקאנער בירגער
5) די קינדער זאלן נישט קענען ברענגן זייערע קרובים (חוץ א ווייב) אלס זייער נייע בירגערשאפט (וואס אין אלגעמיין ווען איינער איז/ווערט א בירגער קען ער ברענגן נאנטע משפּחה)
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 1:12 pm

כלפי דעפארטירן די עלטערן איז אזוי
ווען א אמעריקאנער בירגער זאל לאזן זיין קינד אויף א טראקטאר טרעילאר פארן אפאר טאג און ווערן געשמוגלט דורך די ערגסטע פארברעכער לאמיר זעהן וואס עס וועט פאסירן
קודם וועט די "אמעריקען טשיילד אסאסיאציע" אנהויבן דערגיין די יארן פאר די עלטערן, אריינשליידרן אין תפיסה טאטע און מאמע, צוכאפן די קינדער און געבן פאר פרעמדע, קום מיט צרות וועט נאר די מאמע באקומען לימידעט וויזיטעישן מיט אנוועזנהייט פון א רעגירונג באאמטע וכו' וכו'

טא פארוואס דא נישט עכ"פ דעפארטירן אזאלכע עלטערן?
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 2:00 pm

הילערי קלינטאן אפיניען


Flashback clip shows Clinton saying illegal immigrant children ‘should be sent back’

Former Democratic presidential nominee Hillary Clinton is encouraging her supporters to “fight with everything” they've got to defend the Obama-era program that stops illegal immigrants who came to the U.S. at a young age from being deported

But just a few years ago, in an interview that has resurfaced online, Clinton called for sending back illegal immigrant children who crossed the border to “send a clear message” that such crossings won’t be tolerated by the United States
.

That interview, conducted in June 2014 on CNN, has been shared online by critics as Clinton protests President Trump’s decision to end the Deferred Action for Childhood Arrivals, or DACA, program.

“We have to send a clear message, just because your child gets across the border, that doesn't mean the child gets to stay,” Clinton said at the time. “So, we don't want to send a message that is contrary to our laws or will encourage more children to make that dangerous journey.”


Clinton, though, was not speaking about DACA recipients -- rather, she was referring to the surge of illegal immigrant children crossing the border from Central America.

Clinton argued the children should be reunited with their families

“They should be sent back,” Clinton said.

DACA recipients, often referred to as "Dreamers," generally have a longer-term connection to the U.S., having lived in the country for years and obtained work permits under the program.

Trump announced earlier this week that the program, established in 2012 by then-President Barack Obama, would be ended after six months.

The Trump administration argues Obama didn’t have the authority to enact the policy and says Congress should take up the issue.

Democrats, including Clinton, have expressed worries that the move will lead to the deportation of those who came out of the shadows to obtain DACA status.
“No time to waste - we've got to fight with everything we've got to #DefendDACA,” Clinton said this week.

No time to waste - we've got to fight with everything we've got to #DefendDACA. Thanks, @jorgeramosnews, for sharing these powerful stories. https://t.co/rNtZZ4ONBy

— Hillary Clinton (@HillaryClinton) September 4, 2017
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 5:46 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
וואס איז דאן געשעהן? עס איז נישט געווען ווער זאל טוען די שמוציגע שווערע ארבייט וואס איז נאר געמאכט פאר די אמיגאוס. האט זיך געמאכט אז די פעלדער פון די טאמאטן וואס געפונט זיך אונטער די ברענעדיגע זוהן וואס פאדערט זיך שווערע דיטעיל ארבייט ווי אקערן, זייען און שניידן די פירות, וואס נאר די חברה זענען רעדי צו טוען, אבער די אמיגאוס זענען מער נישט דארט געווען צו טוען וואס מען האט אזוי וויכטיג געברויכט צו טוען.

סאו, מאי כולי האי? מ׳קען דאך נעמען אמעריקאנער ארבייטער? זיי האבן טאקע גענומען אמעריקאנער ארבייטער און א טמאטע האט געקאסט פיר דאלער א שטיק!!!!! באלד טייערער פון אן אתרוג... די טאמאטס איז נאר איין מעשה פון אסאך אנדערע ענדליכע עפיזאדן.

יעצט לאמיר עס מקרב זיין אביסל מער צו אונזער מציאות: איך שפאציר אריין אין ביהמ״ד דער גוי וואס קליענט די מקווה איז אן אמיגאו, דער גוי וואס העלפט ארויס אין גראסערי איז ווייטער אן אמיגאו. גיי איך אריין אין די ״הארד ווער סטאר״ ווייטער אן אמיגאו, גיי איך אהיים זעה דעם אמיגאו׳ס ווייב וואשן מיין פלאהר.

אונז אידן האבן שוין געהאט פארשינדע פעלקער - מינארעטעיטן וואס האבן געארבעט פאר אונז, אלע האבן זיך זייערע חסרונות און די אמיגאוס האבן אויך א שיינע ביסל חסרונות, אבער פון וואס עס איז היינט צוטאגס עוועיליבל זענען זיי דאס בעסטע, והראיה מ׳ניצט זיי און נישט די אנדערע חברה.

די מציאות איז, אז אמעריקא קען נישט אנגיין אן די חברה דער אמעריקאנער יענקי איז נישט רעדי צו טוען די ארבעט וואס זיי טוען, און ווען יא, פאר אסאך מער געלט און די קאסעקווענצן פון מער געלט איז אז דער קאסטעמער צאלט ארויף דערויף פי כמה.


קודם האבעך הנאה אז דו פארשטייסט אז מיטן העכערן מינימום וועידזש קען אמעריקא נישט אנגיין...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 6:25 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:דאקא איז נישט געווען קיין באנדאזש. דאקא (און דאס וויסן אז דער עקסטרעם ליבעראלער וועט גאנץ ווארשיינליך דורכפירן נאך אזעלכע פראגראמען) האט דירעקט גורם געווען אז צענדליגער טויזנטער קינדער זאלן ווערן ארריינגעשווערצט קיין אמעריקע חודש'ליך - אן די באגלייטונג פון עלטערן - וואס די יו ען האט אנגערופן א הומאניטארישער קריזיס.

דאקא איז א דוגמא פון די טיפיקעל ליבערעל 'רחמנות' - טון א טובה פאר איינעם אויפ'ן חשבון פון צען אנדערע, ווייל אזוי לוינט מיר יעצט פאליטיש.

עקזעקטלי! די צענדליגער טויזענטער רעגולעישענס וואס הרג'נען טויזענטער ביזנעסער און דזשאבס, רוקן ארויף פראדוקט קאסטן, דאס איז גוט, אויב אבער איז די רעדע פון מענטשן וואס גייען וואוטן פאר א דעמעקראט דעמאלטס דארף מען זיך רעכענען אז פרייזן גייען ארויף טראצדעם וואס די מענטשן האבן געבראכן די געזעץ...

גיי באפריי אלע מענטשן פון אלע תפיסות, צוליב עקענאמישע אדער רחמנות אישוס... פארוואס איז אימיגרעישן געזעצן גרינגער ווי אנדערע ווייט קאללער קריים? און זיי האבן אויך קינדער אדער אייניקלעך וואס ווארטן אויף זיי אין שטוב...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 6:29 pm

משה כספי האט געשריבן:לעגאליזירן די קינדער (פארשטייט זיך נאר מיט א 100% קליענע רעקאָרד) פשוט ווייל זיי זענען אומשולדיג
אבער
1) דעפארטירן די עלטערן ווייל זיי זענען דאך יא שולדיג, ניין?!
2) סעקירן די גרעניץ אז עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל
3) בשעת'ן לעגאליזירן אריינלייגן א אמענדמענד אז ביז די קומעדיגע 100 יאר וועט מען דעפארטירן די נייע געקומענע קינדער אפי' יונקי שדים
4) ביז 5 יאר טאמער איינער פון די קינדער באגייט א פארברעכן זאל ער אטאמאטיש פארלירן בירגערשאפט + אפזיצן אין תפיסה אזוי ווי א געהעריגע אמעריקאנער בירגער
5) די קינדער זאלן נישט קענען ברענגן זייערע קרובים (חוץ א ווייב) אלס זייער נייע בירגערשאפט (וואס אין אלגעמיין ווען איינער איז/ווערט א בירגער קען ער ברענגן נאנטע משפּחה)


פערפעקט! און ווען די דעמעקראטן וועלן איינגיין דערויף העלעך קענען אננעמען אז זיי מיינען באמת די רחמנות'דיגע קינדערלעך... אזוי לאנג ווי זיי ווילן דוקא אפן בארדערס מיינען זיי וואוטס!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 6:32 pm

משה כספי האט געשריבן:הילערי קלינטאן אפיניען


Flashback clip shows Clinton saying illegal immigrant children ‘should be sent back’

Former Democratic presidential nominee Hillary Clinton is encouraging her supporters to “fight with everything” they've got to defend the Obama-era program that stops illegal immigrants who came to the U.S. at a young age from being deported

But just a few years ago, in an interview that has resurfaced online, Clinton called for sending back illegal immigrant children who crossed the border to “send a clear message” that such crossings won’t be tolerated by the United States
.

That interview, conducted in June 2014 on CNN, has been shared online by critics as Clinton protests President Trump’s decision to end the Deferred Action for Childhood Arrivals, or DACA, program.

“We have to send a clear message, just because your child gets across the border, that doesn't mean the child gets to stay,” Clinton said at the time. “So, we don't want to send a message that is contrary to our laws or will encourage more children to make that dangerous journey.”


Clinton, though, was not speaking about DACA recipients -- rather, she was referring to the surge of illegal immigrant children crossing the border from Central America.

Clinton argued the children should be reunited with their families

“They should be sent back,” Clinton said.

DACA recipients, often referred to as "Dreamers," generally have a longer-term connection to the U.S., having lived in the country for years and obtained work permits under the program.

Trump announced earlier this week that the program, established in 2012 by then-President Barack Obama, would be ended after six months.

The Trump administration argues Obama didn’t have the authority to enact the policy and says Congress should take up the issue.

Democrats, including Clinton, have expressed worries that the move will lead to the deportation of those who came out of the shadows to obtain DACA status.
“No time to waste - we've got to fight with everything we've got to #DefendDACA,” Clinton said this week.

No time to waste - we've got to fight with everything we've got to #DefendDACA. Thanks, @jorgeramosnews, for sharing these powerful stories. https://t.co/rNtZZ4ONBy

— Hillary Clinton (@HillaryClinton) September 4, 2017



סיז גוט דזשאסט צו ווייזן וואסערע היפעקריטן מ'האט פארמיטן פונעם ווייסן הויז... אבער ב"ה קיינער קימערט זיך מער נישט מיט איר... איר אפיניען איז שוין קיינעם נישט נוגע!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 6:10 pm

א פאליטיקאו באריכט היינט פארציילט אז אין א פריוואטע מיטינג מיט סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער די וואך האט טראמפ אויפגעברענגט זיין געשטרעבטע מעקסיקאו וואנט, בעטנדיג שומער ער זאל אים באשטעטיגן כאטש א חלק פאנדס דערפאר אין אויסטויש פארן באשטעטיגן די דאקא פראגראם.

שומער האט אים געענטפערט אז די וואנט איז א נאן סטארטער פאר דעמאקראטן און ממילא איז נישטא פון וואס צו רעדן.

טראמפ האט 10 מנוט דערויף נאכאמאל אויפגעבערנגט די פראגע דורך א צווייטע ריכטונג אויף וואס שומער האט אים שיינערהייט נאכאמאל געענטפערט די זעלבע.

די געהיימע באריכט איז זיך סותר מיט די ווייסע הויז עפענטליכע שטעלונג אז די דאקא פאליסי פארהאנדלונגען זענען כלל נישט פארבינדן מיטן וואנט און די אדמיניסטראציע זיכט נישט אזא סארט דיעל.
Fine Tuned Machine

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:03 am

א פרישע אנקעטע פון Politico/Morning Consult ווייזט אז: 54 פראצענט וויל אז קאנגרעס זאל פעסן א ביל אז די דאקא חברה זאל קענען פארבלייבן אין די פאראייניגט שטאטן און האבן די געלגעהייט צו באקומען בירגערשאפט.

19 פראצענט וויל זיי אז קאנגרעס זאל פעסן א ביל אז די דאקא חברה זאלן באקומען געהעריגע בירגער רעכט זאפארט. בלויז 12 פראצענט האלט אז מען דארף זיי צוריקשיקן פון וואו זיי קומען.

אוועטאר
אימפעט
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

תגובהדורך אימפעט » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:25 am

צום קעפל: וואס האלטסטו איבער דאק"א

ענטפער: איך האלט גארנישט...

און איינמאל פאר אלעמאל: וואס טראמפ האלט האלט איך אויך!!... נאו מעטטער וואט...
און יעצט לאמיר שרייען אלע צוזאמען "פעיק נוז"!!! און "הו קעירס"!!! ...

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:46 am

כאפצעם האט געשריבן:א פאליטיקאו באריכט היינט פארציילט אז אין א פריוואטע מיטינג מיט סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער די וואך האט טראמפ אויפגעברענגט זיין געשטרעבטע מעקסיקאו וואנט, בעטנדיג שומער ער זאל אים באשטעטיגן כאטש א חלק פאנדס דערפאר אין אויסטויש פארן באשטעטיגן די דאקא פראגראם.

שומער האט אים געענטפערט אז די וואנט איז א נאן סטארטער פאר דעמאקראטן און ממילא איז נישטא פון וואס צו רעדן.

טראמפ האט 10 מנוט דערויף נאכאמאל אויפגעבערנגט די פראגע דורך א צווייטע ריכטונג אויף וואס שומער האט אים שיינערהייט נאכאמאל געענטפערט די זעלבע.

די געהיימע באריכט איז ווארשיינליך זיך סותר מיט די הסבר פון די ווייסע הויז עפענטליכע שטעלונג אז די דאקא פאליסי פארהאנדלונגען זענען כלל נישט פארבינדן מיטן וואנט און די אדמיניסטראציע זיכט נישט אזא סארט דיעל.

ווי זאגט כאפצעם: כצ"ל
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:01 pm

טראמפ האט געשלאסן א דיעל ביי א נאכטמאל היינט מיט די דעמאקראטן פירערס טשאק שומער און נענסי פעלאוסי איבער די דאק"א פראגראם.

לויטן אפמאך וועט טראמפ ארבייטן צו באשטעטיגן א פעקעדזש וואס ענטהאלט דאקא צוזאמען מיט נאך גרעניץ סעקיורעטי, און עס וועט נישט ארייננעמען קיין וואנט.

ישמחו ה'ען קאלטער'ס ותגל הראש לימבאו'ס בביאת משיח צדקינו במהירה בימינו אמן
Fine Tuned Machine

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:14 pm

ס'איז צרות ווי א בארג
ווי איז בענאן???
מאסיווע פארלוסטן ווערן פארגעזאגט פארן רעפובליקאנער פארטיי אין 2018 אויב שטימען זיי מיט די טשאק און נענסי ביל, ווי אויך א לענדלייד פארלוסט אין 2020 פארן פרעזידענט יר"ה

#קרוז פאר פרעזידענט
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:20 pm

#פאזעטיווע דעקונג - פרעזידענט טראמפ 

פרעזידענט טראמפ האט געבעטען געזעצגעבער זאלן זיך אינטעריאגען און ווי פריער פאראויסברענגען א ביל וועלכע וועט פארזיכערען די רעכטען פון "דרימערס". ווי אויך אז זיי זאלן ארויסלאזן די 'מעקסיקא וואנט' פון די איקוועיזשען.

דער פרעזידענט האט גע'עצ'ה אז זיי זאלן נישט ווארטן ביז די דעדליין ווערט נאנט, ארויסברענגענדיג אז "ווען די בירגער קוקן נישט קען קאנגרעס רואיגער אויסארבייטען געזעצען אן פארטיזען בייעס"..

‎http://thehill.com/homenews/administration/350585-trump-tells-lawmakers-to-move-quickly-on-daca-without-linking-it-to
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט