בארא פארק סיטי קאונסיל פארמעסט - הייקינד ווס. יעגער

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מנכל
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 30, 2017 2:17 pm

בארא פארק סיטי קאונסיל פארמעסט - הייקינד ווס. יעגער

תגובהדורך מנכל » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 10:34 pm

יונתן הייקענד האט נארוואס געמאלדן אז ער שפרינגט אריין אין די פארמעסט איבערצונעמען די זיץ פון קאונסילמאן גרינפעלד.

אויף די דעמקראטשיע זייט לויפט קלמן יעגער וועם גרינפעלד האט אריינגעשטעלט אלץ ממלא מקום...

הייקענד דארף גרינדען אן אייגענע פארטיי יעצט.

מען קען ערווארטן א היציגע פארמעסט וואס כגלייב בארא פארק האט נאכנישט געזעהן

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 10:38 pm

עין ערך קאלער הייקינד
Democrats need to start getting elected by doing things right, not waiting for someone else to do something wrong.

מנכל
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 30, 2017 2:17 pm

תגובהדורך מנכל » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 10:44 pm

די קאלעאר הייקענד קאמפיין איז לויט אלע ווארשאנדליכקייטן געווען א פארשפיל צו וואס דעי קאמפיין גייט זיין...

זיי ביידע זענען ארומגענומען מיט געלונגעלנע היימישע עסקנים! והעיר בארא פארק צהלה ושמחה... איך מיין צוזאגען ונהפוך...

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 10:50 pm

יעגער האטעס אין טאש. א שאד די צייט..
Fine Tuned Machine

מנכל
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 30, 2017 2:17 pm

תגובהדורך מנכל » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 10:54 pm

כאפצעם האט געשריבן:יעגער האטעס אין טאש. א שאד די צייט..


אונז אלע געדענקן נאך ווען הילערי האט עס געהאט...

מ'קען נישט וויסען... אבער ס'איז טאקע קלאר אז יעגער האט א בעסערע שאנסן... אבער מענשטן וואס קענען הייקינד זאגן אז מען זאל אים נישט אונטערשאצן! ווי אויך האט הייקינד א גוטע מאשין און אסאך שטיצער...

העמיר מוזן ווארטן

מנכל
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 30, 2017 2:17 pm

תגובהדורך מנכל » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:02 pm

אפציעלע פרעס ריליעס:

בארא פארק גרייט זיך צו היסטארישע וואלן!

יעצט אויפדערנאכט האט יוני הייקינד געמאלדן זיין קאנדידאטור פארן סיטי קאנסול אמט וואס ווערט יעצט ליידיג דורך דוד גרינפעלד.

עס איז שוין גאר א לאנגע צייט פאריבער זינט בארא פארק האט געזען א פנים חדשות אויפן טיקעט פאר דעם קאנסיל זיץ, נאך וואס גרינפעלד האט איר סוקסעספול באזעצט מערערע יארן. דעריבער רופן די וואלן אויס צו ערווארטן היסטאריע און דראמאטישע אנטוויקלונגן.

דער קאנדידאט יוני וועט נישט לויפן אין די סעמפטעמבער פריימעריס, וויבאלד זיין אפאנענט קלמן יעגגור האט איבערגענומען דאס פלאץ אויפן דעמאקראטישע טיקעט פון גרינפעלד, דעריבער לויפט ער אויף א פרישן טיקעט Our Neighborhood (אונזער געגנט), און האט אנגעהויבן די טעג זאמלען די נויטיגע פעטיציע אונטערשריפן ארויפצוגיין אויפן בעלאט ביי די נאוועמבער וואלן.

תושבי ב״פ קוקן ארויס מיט אנטיסיפאציע צו די וואלן, ווען עס וועט געגעבן ווערן א מעגליכקייט פאר יעדן איינוואוינער צו באשליסן ווער עס זאל זיין דער קאנדידאט וואס זאל אים פארטרעטן די קומענדיגע פאר יאר אין סיטי קאנסול.

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:08 pm

איך בין סתם נייגעריג.

ווי כאפט א נפק"מ ווער ס'איז מיין קאונסילמאן? וואס א חילוק צו יעגער מאכט זיכער אז מ'שארט די שניי, אדער הייקינד טוט עס?

דא רעדט מען אוודאי נישט פון קיין אידעאלאגישע דיפערענצן, און יעדע טאגדיגע טובות טוען 'אלע' אידישע פאליטאנס.

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4137
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:08 pm

מנכל האט געשריבן: אנטיסיפאציע

;l;p-

כ'האף ער האט א טרעידמאַרק...

שטייגען
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: וועירהאוז

יוני הייקינד קאונסל מעמבר 44 דיסטריק

תגובהדורך שטייגען » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

יוני הייקינד א זוהן פונעם אסמבעלימען דוב האט יעצט געמאלדן זיין קאנדטור פאר קאונסעל מעמבער אין די 44 דיסטריק
נאכדעם וואס דוד גרינפעלד האט פארלאזט די אמט אריבערגייענדיג צו פירן די שטאטשע צדקה קאסע מעט קאנסול
בארא פארקע אידן נעמען דאס אויף מיט גרויס פארלייכטערונג נאכדעם וואס מהאט געמיינט סגייט אריינקומען אין די אמט א מעמבער אנע וואטס וואס דאס מיינט אהן הכרות הטוב אין עני פארפליכטונג פארן ציבור וואטס איז א שטארקע צייט צו פארלאנגנען סערוויעס פאר די ציבור,
צו ר׳ קלמן יעגער וועט זיין די געווינער צו יוני הייקינד וועט ארויסקומען מיט די זיג וועט די קאנדיטאט וויסן אז מדארף זיך רעכנען מיטן ציבור
אין בארא פארק איז נישט קיין הפקר וועלט וואס מנעמט איבער זיצן אזויווי א ירושה.
ביידע קאנדיטאדן האבן א רייכע קארירע מיטן טוען פארן ציבור
יעצט וועט מיזן ווארטן צו זעהן ווער סוועט דאס ערליך פארדינען מיט וואטס.

אוועטאר
tech yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

יוני הייקינד מעלדט אז ער לויפט!!

תגובהדורך tech yid » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:44 pm

fffidget.com

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:49 pm

יש ברירה האט געשריבן:
מנכל האט געשריבן: אנטיסיפאציע

;l;p-

כ'האף ער האט א טרעידמאַרק...

דער שטערן/מאמענט האט עס שוין זיכער פארכאפט

אוועטאר
tech yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

תגובהדורך tech yid » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:53 pm

El Rushbo האט געשריבן:איך בין סתם נייגעריג.

ווי כאפט א נפק"מ ווער ס'איז מיין קאונסילמאן? וואס א חילוק צו יעגער מאכט זיכער אז מ'שארט די שניי, אדער הייקינד טוט עס?

דא רעדט מען אוודאי נישט פון קיין אידעאלאגישע דיפערענצן, און יעדע טאגדיגע טובות טוען 'אלע' אידישע פאליטאנס.

קען זיין עס כאפט טאקע נישט.
אבער עס טאר נישט זיין אזא זאך אז א קאנסילמאן קען "איבערגעבן" (מיטן מעלדן 5 טעג פאר די דעמאקראטישע טיקעט פארמאכט זיך) די זיץ פאר וועמען אים געפעלט.
עס קומט זיך אינז א עלעקשען, און טאמער געווינט ער געזונטערהייט אבער זאל ער זיך פילן שולדיג פאר די מנהלים און ראדיא קהילה.
און אגב ווער קען אים יעצט?

אננאנסמענט פון יוני אז ער לויפט
https://drive.google.com/file/d/0B0KnXE ... p=drivesdk

(שוין געלייגט און א אנדערע אשכול אבער מ'האט מיר ציגעוויזן די)
fffidget.com

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 1:11 am

כ'מיין אז אונז האבן שוין געהאט גענוג פון די סארט פאליטישענס
אלזא וואלט איך געהאלטן אדער אויפצינעמן א גוי אדער א משלנו
ס'שטייט נישט אין געזעץ אז מען דארף האבן א בענדאון צי פארטרעטן בארא פארק
סרוב פון בארא פארק זענען נישט די סארט מענטשען און האבן אן אנדערע געדאנקען גאנג
הכל לפי גודל עניות דעתי

להוסיף
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 1:50 pm

תגובהדורך להוסיף » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 1:16 am

באקומען אין אישי צו פאסטן:

האב איך הנאה אז עס וועט כאטשיג זיין קאמפעטישאן. נאכדעם וואס דוד גרינפעלד האט אזוי חוזק גימאכט פון זיינע וויילער. מיט'ן טון א שטיקל וואס פאסט פאר נארט-קארעא.

א אידישער פוליטיקאנט פון אזא אידישע שטאט וואלט גימעגט שענער באהאנדלן זיינע וויילער. נישט מאכן א בעק-רום דיעל פון די זעכציגער יארן.

תן חיוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am

תגובהדורך תן חיוך » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 1:35 am

ווער איז א ציוני צווישן די צוויי?
דוב הייקינד האט שיעור נישט פארלוירן צוליב זיין ציונות..
:lol: :lol:

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 1:42 am

כ'על איבערשרייבן לצורך הענין מיין תגובה וואס כ'אב געשריבען אין אן אנדערס אשכול

כ'מיין אז אונז האבן שוין געהאט גענוג פון די סארט פאליטישענס
אלזא וואלט איך געהאלטן אדער אויפצינעמן א גוי אדער א משלנו
ס'שטייט נישט אין געזעץ אז מען דארף האבן א בענדאון צי פארטרעטן בארא פארק
סרוב פון בארא פארק זענען נישט די סארט מענטשען און האבן אן אנדערע געדאנקען גאנג
הכל לפי גודל עניות דעתי

תן חיוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am

תגובהדורך תן חיוך » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 1:58 am

שעמעדיגער האט געשריבן:כ'על איבערשרייבן לצורך הענין מיין תגובה וואס כ'אב געשריבען אין אן אנדערס אשכול

כ'מיין אז אונז האבן שוין געהאט גענוג פון די סארט פאליטישענס
אלזא וואלט איך געהאלטן אדער אויפצינעמן א גוי אדער א משלנו
ס'שטייט נישט אין געזעץ אז מען דארף האבן א בענדאון צי פארטרעטן בארא פארק
סרוב פון בארא פארק זענען נישט די סארט מענטשען און האבן אן אנדערע געדאנקען גאנג

זייט מסביר פארוואס א גוי איז בעסער...
איך האלט אז אין ב״פ טוט מען מער אויף פארן ציבור ווי ווילי... און איך מיין דאס איז ווייל ב״פ האט אזעלכע חברה ווי הייקינד אדער גרינפעלד...

ליבלעך
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 2:14 am

וואס איז יונה הייקינד געווען ביז יעצט???
ער איז בכלל געווען אין פאליטיק ביז יעצט???

קאפ און אקסל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am

תגובהדורך קאפ און אקסל » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 7:09 am

ביידע זענען נישט קיין פנים חדשות׳ער.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17762
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 9:28 am

וועלכער פון זיי גייט צום כותל?.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

גראמער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 9:38 am

קען ער אזוי גוט פארדאמען געשעהנישן ארום די וועלט ווי זיין פאטער?

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 11:33 am

farshlufen האט געשריבן:וועלכער פון זיי גייט צום כותל?.

דאכצעך אז ביידע דאווענען געהעריג מיט מנין, און נישט ביים כותל.

קאזאבלאנקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 11:37 am

farshlufen האט געשריבן:וועלכער פון זיי גייט צום כותל?.


מיינסט צו פרעגן מיט די קאפ אין די וואנט אריין...

פלייוואד
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

תגובהדורך פלייוואד » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 4:55 pm

היות איך האלט אז סיטי קאונסיל איז דאס וויכטיגסטע פאליטישע אמט וואס איז נוגע דעם טאג טעגליכען לעבן, וועל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט,

מיין מיינונג, עניוואן באט יעגער, און דאס איז צוליב צוויי סיבות

1) דער פאקט אז יעגער ווערט 'אריינגעשטעלט' דורך גרינפיעלד (א שמועס פאר זיך) און גרינפיעלד באקומט א פאזיציע אין די שטארק געפלאגטע 'מעט קאונסיל' באדייט אז יעגער איז פארפליכטעט פאר מעט קאונסיל אינטערעסן, (וואס וועט פארלאנגען גאר אסאך ארבייט) בעפאר ער וועט דינען בארא פארקס אינטערעסן.

2) דער פאקט אז יעגער איז פארדעם געלאפן אנטקעגן חיים דויטש אין פלעטבוש, און געפירט א געמיינעם קאמפעין קעגן אים, באדייט א ווייטעדיגע סייקל פון זיך ארומאמפערן מיט אנדערע פאליטישאנס, ווי אויך דאס אז ער ווערט 'אריינגשטעלט' דורך גרינפיעלד, באדייט אז ער ירש'נט אויך זיינע קריגערייען, אינדערצייט וואס עס וואלט געווען א גוטע געלעגנהייט אהנצוהייבן א נייעם בלעטל פון צוזאמענארבייט פון אונזערע באאמטע אנטשאט באקומען ווייטעדיגע שלעגערייען מיט אנדערע ערוויילטע פון אונזער געגענט און ביתר שאת וביתר עוז אויך מיט די שכינות'דיגע היימישע פאליטישאנס.

און אנדערע ווערטער עס איז שוין העכסט צייט אהנצוהייבן א נייעם בלעטל פון צוזאמארבייט פון אונזערע ערוויילטע באאמטע, און ברענגן צו אן ענדע די זינלאזע קריגערייען וואס ברענגט נישט גארנישט פאר די קאמיוניטי, און מיט יעגער ובפרט דער וועג וויאזוי יעגער קומט אריין, איז כמעט אוממעגליך דאס צו עררייכן.

יעצט צו איך בין אינגאצן צופרידן מיטן נייעם קאנדידאט, נישט עכט, איך וואלט ענדערש געוואלט זעהן א פנים חדשות, דער עולם איז שוין מער ווייניגער מיד פון די זעלבע חברה,

בנוכע די עצם קוואליפיקאציעס פון ביידע קאנדיאדאטן, דערווייל זעה איך נישט וואס קיין איינער פןם זיי פארמאגט עכטע קוואליפיקאציעס, יעגער איז אן עלעקשאן לאיער מיט א פירמע וואס געט זיך אפ מיט לעגאליטעטן פון פאליטישע קאמפיינס, ווי אויך האט דעיוויד גרינפיעלד איינגעזעהן אין אים אלס א גוטער סטראטעג פאר פארשידענע קאמפיין ארבייט, און ער האט געארבייט אלס א סטראטעג פאר אים, און אויפן אנבאט פון גרינפיעלד איז ער אויפגענומען געווארן אין 2012 דורכ'ן קאמפיין פון שמחה פעלדער אלס קאנטער באלאנס צו דזשעיקאב קארנבלי וואס האט דאן גאר אייפערדיג געארבייט פאר דעיוויד סטאראבינ'ס קאמפיין, אלזא קוואליפיקאציעס אויף צו דינען אלס קאונסילמאן זעה איך נישט.

ווידעראום דער אינגער הייקינד וואס פון פאך אויס איז ער א טעראפיסט, און האט זיך אביסל געדרייט ביי זיין פאטער, זעה איך אויך נישט וואספארא קוואליפיקאציעס ער ברענגט צום טיש.


איז דערווייל האט הייקינד מיין אנטי יעגער שטימע, און וועלמיר צווארטן און זעהן צו עס וועט אריינקומען אנדערע קאנדידאטן, אדער וועט יוני הייקינד פראווען אז ער פארדינט א פרא יוני הייקינד שטימע, (אויב האט ער א הארץ ווי זיין טאטע, און א פיסקל פארקערט ווי זיין טאטע האט ער שוין מיין פרא שטימע, אבער דאס ווייסט מען נאך דערווייל אויך נישט)

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 5:24 pm

די מוסדות גלייב איך גייען האבן א פראבלעם וועם צו אינדארסען ווייל אויב זיי אינדארסירן יעגער מיינט עס געשטומט קעגן דוב הייקענד..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט