נייע כשר'ע געשעפט ביי דעלטא אויפן רוט 4.

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געב_מיר_כח
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 07, 2015 10:11 pm

נייע כשר'ע געשעפט ביי דעלטא אויפן רוט 4.

תגובהדורך געב_מיר_כח » פרייטאג יוני 30, 2017 12:07 pm

פרייליכע נייעס!

די DELTA געז סטעישאן גלייך ווען מען קומט אראפ פון די GWB אויף די 4 איז אפגעקויפט געווארן דורך א איד
און ער האט א פילע סטאר מיט כשר'ס, כאפט א בליק
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יוני 30, 2017 12:10 pm

בינעך דארט געווען נעכטן... כאגעמיינט מ'רעדט פון א ריזיגע פלאץ... סיז אזוי פיצי, אז... וואטעווער...

למעשה האמער איינגעקויפט אפאר סענדוויטשעס און געזעהן אז ער האט טאקע אסאך כשר'ע פראדוקטן, און געטראפן דארט איינע פון די חברים דא...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יוני 30, 2017 12:13 pm

דאס איז נעבן מוירטל עוועניו? רעכט?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » פרייטאג יוני 30, 2017 4:17 pm

אייביג זיך דא אפגעשטעלט אין געקויפט צו טרינקען,
זאל זיין מיט אסאך הצלחה, (איך האף עס וועט נישט שאטן ווילאמסבורג בייגעל)
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

רעסטאראנט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג יוני 30, 2017 4:21 pm

א פיינע איידיע וואס שוין יארן וואס מעהאט געקענט ניצן

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » זונטאג יולי 02, 2017 1:51 am

דאכט זיך אז סאיז די ביליגסטע געז סטעישן איבערן גאנצן וועג, פארגאנגענע וואך האב איך געזען אויפן סיין 1.99!

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » זונטאג יולי 02, 2017 2:13 am

קול העולם האט געשריבן אזא מעסעדש די וואך פרייטאג צופרי
NEW JERSEY: Drivers on the road this weekend will see the cheapest gas prices in 12 years, with some stations at $1.99 per gallon.
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

Efroiach
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » זונטאג יולי 02, 2017 8:57 am

שטייגען האט געשריבן:קול העולם האט געשריבן אזא מעסעדש די וואך פרייטאג צופרי
NEW JERSEY: Drivers on the road this weekend will see the cheapest gas prices in 12 years, with some stations at $1.99 per gallon.

א יאר צוריק זענען די פרייזן געלאפן אונטער $2

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4361
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג יולי 02, 2017 5:09 pm

וועלטניק האט געשריבן:דאכט זיך אז סאיז די ביליגסטע געז סטעישן איבערן גאנצן וועג, פארגאנגענע וואך האב איך געזען אויפן סיין 1.99!

יאפ'ס ס'איז די ביליגסטע אויפן וועג ארויס .
אבער ס'איז כמעט אייביג ליידיג אויסער אפאר היימישע אידן .
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

ראפאגאש
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2011 3:14 pm

תגובהדורך ראפאגאש » דאנארשטאג יולי 13, 2017 4:08 pm

יאפ! א גענצליך כשר געשעפט אויפן וועג. 

דעם מאנטאג פארנאכטס אויפן וועג ארויף צו די בערג, האב איך זיך אפגעשטעלט ביים 'דעלטא' גאזאלין סטאנציע אויפן 'פיר' גלייך נאכן וואשינגטאן בריק. אנגעפולט מיט דארשט נאכן לאנגן טרעפיק ביז אהער, האב איך שפאצירט צום קליינעם געשעפט דארט צו קויפן א פלעשל וואסער.

צו מיין ווינדער, זעה איך א היימישע אינגערמאן פירט אן מיט די געשעפט דארט. 

אזוי ארום קוקנדיק אויף די אנגעפולטע פאליצעס מיט כשרע עסנווארג, האב איך געכאפט א שמועס מיט אים, קלערענדיג אז דאס קען אפשר זיין אינטערסאנט פאר די ליינערס וואס מאכן אויך זייער וועג דא וועכנטליך. 

פ: דו ביזט בעל הבית דא?
ע: אביסל.

פ: וואס הייסט דאס אביסל? נאר אויף די וועיפערס?... 
ע: חחח ניין, איך בין א שטיקל שותף מיטן ארגינעלן אייגנטומער פונעם סטאנציע. 

פ: ווען האסטו איבערגענומען די סטאר?
ע: אפאר וואכן צוריק.

פ: איך זעה דו פארמאגסט דא א פולער ליין פון כשרע עסן, וואס א מענטש קען נאר ברויכן אויפן וועג. איז די פלאץ דא נישט צו קליין דערפאר? 
ע: ביסט גערעכט, אבער ווי געזאגט האלטן מיר נאך ביים אנהייב, און מ'ארבעט אויף צו פארגרעסערן מיט די צייט אי''ה. 

פ: דאס איז א פיינע זאך צו וויסן אז מ'קען האבן א כשר'ע סטאר אויפן וועג, און אין די זעלבע צייט אויך שטיצן א היימישען איד.
ע: יא, און מ'קען טרינקן א פרישע קאווע אן ברויכן עפענען נייע מילך פלעשער.. אן קיין שאלות אין כשרות.

פ: פארוואס זעהט מען נישט קיין אדווערטייזמענט? דו ווייסט דאך אוודאי וויפיל אידן ס'פארן דא דורך א טאג, און נאכדערצוה יעצט אין די זומער וואכן. איך בין אויך נאר דא אזוי פערצופאל דא אריינגעפאלן פאר א וואסער. 

ע: אה, מיר האבן דא אויך כשרע וואסער... 
אבער ווי געזאגט, האלטן מיר נאך אין די ערשטע שטאפלען. און די אלטע בעל הבית פלעגט אויך האבן אביסל כשר, און זייענדיג פון די ביליגסטע גאז סטאנציעס אויפן וועג, ווייסן שוין א חלק דרייווערס פון דעם פלאץ.
ווי אויך האט א סעילסמאן - איינע פון די היימישע דרייווערס וואס האבן דא אהער דערליווערט סחורה - געכאפט א שטיקל ווידיאו און עס ארומגעשיקט.

ממילה זיך איך נאכנישט צו אדווערטייזן אפיציעל, ווייל איך וויל נאך ערשט אויפפרישן דאס פלאץ דא.
ווי דו קענסט זעהן, האב איך איבערגענומען א ליידיגע סטאר, און אין זייער א שלעכטע מצב. קודם האב איך אנגעפולט די ליידיגע פאליצעס מיט כשר'ס, און יעצט ארבעט איך אויפצופרישן די סטאר.
איינמאל די פלאץ איז אפגרעידעט, וועט מען אדווערטייזן אי''ה געהעריג.

פ: איז די סטאר אפען ביינאכט?
ע: יא, די סטאר איז אפען 24 שעה! פון מוצ"ש נאכן זמן ביז פרייטאג פארן זמן. 

פ: שבת איז דאס גענצליך פארמאכט? 
ע: שבת געהערט דאס פארן גוי. דאס איז די שטיקל שותפות אונז האבן מיט אים.. 

פ: דו פלאנסט צו האבן טשולענט דאנערשטאג? 
ע: יא, אונז גייען אי''ה האבן א פולע ליין פון פליישיגע און פארווע טשולענט. ווי אויך אלע צוגעהערן, ווי קוגעל און קושקע.. 

געוואלדיג! איך קען קוים ווארטן ארויסצופארן דאנארשטאג צו די מאונטענס!...

זאלסטו מצליח זיין אין דעם נייעם געשעפט, און כסדר האבן טרעפיק מיט קאסטומערס ווי דרייווערס אויפן ברידש.. 

נו, אהער מיט די כשר'ע וואסער...

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג יולי 13, 2017 4:19 pm

ראפאגאש עס אלוועיס!
זוכט איר דוי?

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4361
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג יולי 13, 2017 4:39 pm

שכח ראפאגאש. (אגב ראפאגאש חלות האט ער אויך?)
טשולענט דארף ער בעיקר האבן יעצט זוממער זאג אים אז ער זאל זיך צואיילן....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » דאנארשטאג יולי 13, 2017 5:18 pm

איז די געשעפט אפען שבת דורכן גוי? אין וועלכע מילך ניצט ער?

ראפאגאש
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2011 3:14 pm

תגובהדורך ראפאגאש » דאנארשטאג יולי 13, 2017 9:48 pm

דוקטור האט געשריבן:איז די געשעפט אפען שבת דורכן גוי? אין וועלכע מילך ניצט ער?


וועלכע מילך דער גוי ניצט אום שבת? איר פרעגט לגבי ווערן מילך נסח?

א גולם
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דאנארשטאג יולי 13, 2017 9:52 pm

20170713_214321.jpg
20170713_214321.jpg (698.29 KiB) געזעהן 3393 מאל

20170713_214329.jpg
20170713_214329.jpg (644.39 KiB) געזעהן 3393 מאל

א גולם
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דאנארשטאג יולי 13, 2017 9:53 pm

20170713_214336.jpg
20170713_214336.jpg (732.07 KiB) געזעהן 3393 מאל

20170713_214339.jpg
20170713_214339.jpg (683.01 KiB) געזעהן 3393 מאל

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » פרייטאג יולי 14, 2017 7:35 am

ראפאגאש האט געשריבן:
דוקטור האט געשריבן:איז די געשעפט אפען שבת דורכן גוי? אין וועלכע מילך ניצט ער?


וועלכע מילך דער גוי ניצט אום שבת? איר פרעגט לגבי ווערן מילך נסח?


לאו דוקא די מילך, די רגע וואס די גוי באנוצט זיך מיט די קאך / כלים, קען מען שוין נישט וויסן צי עס איז כשר.

ראפאגאש
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2011 3:14 pm

תגובהדורך ראפאגאש » פרייטאג יולי 14, 2017 8:15 am

דוקטור האט געשריבן:
ראפאגאש האט געשריבן:
דוקטור האט געשריבן:איז די געשעפט אפען שבת דורכן גוי? אין וועלכע מילך ניצט ער?


וועלכע מילך דער גוי ניצט אום שבת? איר פרעגט לגבי ווערן מילך נסח?


לאו דוקא די מילך, די רגע וואס די גוי באנוצט זיך מיט די קאך / כלים, קען מען שוין נישט וויסן צי עס איז כשר.


וועלכע קאך?

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » פרייטאג יולי 14, 2017 11:00 am

וועלכע הכשר?

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » פרייטאג יולי 14, 2017 11:23 am

איך זעה אז ס'איז ראקלענד קאושער עסן

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » דינסטאג מאי 01, 2018 1:25 pm

נעכטן דארט געווען גענומען געז
יעצט זעה איך אויפן קארטל ער האט אראפגענומען $125 אנשטאץ $35
די רעסיט איז יא גוט,
איינער האט די נומבער ווי מקען זיך פארשטענדיגען מיט עהם ??
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

יליד אונגארן
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

תגובהדורך יליד אונגארן » דינסטאג מאי 01, 2018 2:05 pm

שטייגען האט געשריבן:נעכטן דארט געווען גענומען געז
יעצט זעה איך אויפן קארטל ער האט אראפגענומען $125 אנשטאץ $35
די רעסיט איז יא גוט,
איינער האט די נומבער ווי מקען זיך פארשטענדיגען מיט עהם ??

ס'איז לכאורה נאר א האלד וואס אסאך געז סטעישאנס לייגן אויפ'ן קארד, קוק אנליין וועסטו זען אז ס'איז נאך Pending און ווען ס'גייט דורך גיין אינגאצען גייט עס אראפ גיין צו $35

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » דינסטאג מאי 01, 2018 2:19 pm

יליד אונגארן האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:נעכטן דארט געווען גענומען געז
יעצט זעה איך אויפן קארטל ער האט אראפגענומען $125 אנשטאץ $35
די רעסיט איז יא גוט,
איינער האט די נומבער ווי מקען זיך פארשטענדיגען מיט עהם ??

ס'איז לכאורה נאר א האלד וואס אסאך געז סטעישאנס לייגן אויפ'ן קארד, קוק אנליין וועסטו זען אז ס'איז נאך Pending און ווען ס'גייט דורך גיין אינגאצען גייט עס אראפ גיין צו $35

אפשר אין די אונגארישע געז סטאנציעס זענען אזוי די מנהג
אבער דא עס איז די ערשטע מאל איך זעה אזא זאך, אין איך נעם כסדר דא געז.
וועלן מיר מיזן צו ווארטן נאך א טאג צוויי
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג מאי 01, 2018 2:22 pm

שטייגען האט געשריבן:
יליד אונגארן האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:נעכטן דארט געווען גענומען געז
יעצט זעה איך אויפן קארטל ער האט אראפגענומען $125 אנשטאץ $35
די רעסיט איז יא גוט,
איינער האט די נומבער ווי מקען זיך פארשטענדיגען מיט עהם ??

ס'איז לכאורה נאר א האלד וואס אסאך געז סטעישאנס לייגן אויפ'ן קארד, קוק אנליין וועסטו זען אז ס'איז נאך Pending און ווען ס'גייט דורך גיין אינגאצען גייט עס אראפ גיין צו $35

אפשר אין די אונגארישע געז סטאנציעס זענען אזוי די מנהג
אבער דא עס איז די ערשטע מאל איך זעה אזא זאך, אין איך נעם כסדר דא געז.
וועלן מיר מיזן צו ווארטן נאך א טאג צוויי

ניין ס'איז דייקא יא אן אמעריקאנער מנהג...

שוין געהאט די זעלבע אסאך מאל ביי פילע געז סטעישאנס אז קודם שטייט א האלד פון א גרעסערע סכום אלץ פענדינג, און נאך עטליכע טעג קומט ארויף די ריכטיגע סכום.

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » מיטוואך מאי 02, 2018 1:31 am

שוין אפאר מאל גענומען געז דארט, זייער נישט קיין גוטע סערוויס, סהאט אבער גארנישט מיט די סטאר.
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, בבל, בעריש'ל, דממה דקה, יאנקעל פעדראטשיק, שכל טוב און 45 געסט