שווערער מאנגל אין יאנעווער אתרוגים ערווארטעט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

טשאדעלע באדעלע
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אוגוסט 13, 2017 4:45 pm

יאיר גאלד האט געשריבן:נו, אודאי ווילן די סוחרים עס זאל זיין א מאנגל, ווער האט געגעבן רשות פאר דעם 'געוועזענעם' סוחר צו רעדן פאר דער איד? נאר 'איצטיגע' סוחרים זענען ערלויבט אריינצורעדן אין דעם פעלד!!

נאא.. וואדע ווילן די סוחרים ס׳זאל זיין א מאנגל, ס׳איז בעסער פאר די ביזנעס א גרעסערע דעמענד. אבער ווי די משגיח האט מיר געזאגט האנדלט זעך עס נישט פון א מאנגל. ס׳איז נישטא קיין יאנאווע אתרוגים היי יאר! 1% פונעם פארלאנג איז נישט קיין מאנגל
...!!!JOBS JOBS JOBS

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג אוגוסט 13, 2017 4:51 pm

האט עפעס א שייכות מיט די מצה-פרייז העכערונג, און שכר לימוד העכערונג?................
אויב יא, קען מען ערווארטן פאר חנוכה א דראסטישע העכערונג אויף שמן זית און נר מצוה סופלייען...

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג אוגוסט 13, 2017 5:20 pm

פארוואס ווערט דער עולם אזוי אנגעצויגן מיט די אתרוגים פרייזן? ווילסט נישט צאלן? ווארט זיי מוחל ביז ערב יו"ט און קויף אנעסרעג אויף לי עוועניו וכדומה.

שטייגען
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: וועירהאוז

תגובהדורך שטייגען » זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:26 pm

די טייפערס, פרינטינג סטארס, שמות ביזנסער זענען וואס מאכן די גאנצע ספקות. גרייטן ענק אין די הייליגסטע טעג פונעם יאר גייט מען זיין ביזי מיט ליינען פאשקעווילן.

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג אוקטובער 01, 2017 4:07 pm

זייער א שיינער קונטרס געווען אין די בתי מדרשים פון התאחדות הרבנים בנוגע די אתרוגים, איז עס דא צו באקומען אויפ'ן אינטערנעט?

אוועטאר
דונש
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » זונטאג אוקטובער 01, 2017 4:26 pm

לא לנו האט געשריבן:זייער א שיינער קונטרס געווען אין די בתי מדרשים פון התאחדות הרבנים בנוגע די אתרוגים, איז עס דא צו באקומען אויפ'ן אינטערנעט?

viewtopic.php?p=1521464#p1521464
פארגעס נישט צו געבן א שמייכל, עס קאסט אייך סייווי גארנישט.

אוועטאר
א גוטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » זונטאג אוקטובער 01, 2017 4:35 pm

איך זעה בכלל נישט די שרעק איבער דעם אזויגערופענע מאנגל, בין איך געווען ביי עטליכע סוחרים און געזען א שפע פון הערליכע מאראקאער אתרוגים, כהאב קיינמאל נישט געגלייבט אז סוועט קומען דער טאג וואס די מאראקא אתרוגים וועלן איבערנעמן די מארקעט. איך מיין אז פון די גאנצע מעשה וועט נאך ארויסקומען א גרויסע טובה אז נעקסטע יאר אי״ה וועט זיין א שפע פון אתרוגים
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

ווערעצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 5:00 pm

היינט געווען אדווערטייזט אז די מאנגל איז פאריבער, ווייסט איינער מער פרטים?

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 4:12 pm

א נעכטיגן טאג האט געשריבן:ניו יארק – א געוועזענער ניו יארק סיטי אתרוג סוחר זאגט, אז טראץ וואס עס איז לעצטנס פארשפרייט געווארן א זארג איבער א מעגליכן מאנגל אין אתרוגים, איז ער זיכער אז ס'וועט אלעס זיין נארמאל. די זארג היי יאר האט זיך אנגעהויבן אפאר וואכן צוריק, ווען עס זענען געקומען באריכטן אז אין איטאליע זענען געווען שווערע קאלטע וועטערס, וואס האט אפגע'הרג'עט אתרוג ביימער אין קאלאבאריע, וואו די יאנעווער אתרוגים וואקסן. ר' מענדל ליפסקער, א געוועזענער אתרוג סוחר, זאגט אבער אז עס וועט ווארשיינליך נישט זיין קיין מאנגל. ר' מענדל זאגט אז ער האט גערעדט צו עטליכע סוחרים און גוי'אישע פארמערס אין איטאליע, און זיי אלע באשטעטיגן אז ס'איז טאקע געווען א שווערער וועטער, אבער פון ערפארונג האבן זיי שוין געהאט ווינטערס ווען זיי האבן געמיינט אז ס'וועט נישט זיין קיין איין גוטער אתרוג, און ביים ענדע זענען געווען גענוג און נאך אתרוגים.

קרעדיט: דער איד דעילי.

שטעלט זיך ארויס אז דער מר. ליפסקער האט געגרייזט.
שוין איינמאל געווען א מאנגל (אין יאנעווע פארשטיי זיך).


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה, וויכטיג מאכער, פראהביטש און 25 געסט