שווערער מאנגל אין יאנעווער אתרוגים ערווארטעט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג יולי 16, 2017 9:06 pm

א שיינע אינטערוויא אויף קול מבשר 1-1-4 מיט הרב שווארץ.

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג יולי 17, 2017 11:12 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:א שיינע אינטערוויא אויף קול מבשר 1-1-4 מיט הרב שווארץ.


יא זייער אינפארמאטיוו
ער זאגט אז פון פופציג ביז אכציג פראצענט פון די סחורה זענען חרוב געווארען, דאס מיינט אז עס איז זייער א ריסקי ביזנעס
ער בעהט זיך ביי די סאטמארע אידען זאלען דאס יאר זיין צופרידען מיט א מאראקאנער אתרוג
אויך באווארענט ער זיך אז אויב די זעהסט אז א צווייטער סוחר האט יא בריוח, איז עס זיכער מורכב מיט ארענדשעס אדער לעמאן וואס דער בוים האלט זיך יא
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3548
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג יולי 18, 2017 6:06 pm

אפשר קען איינער אריין קומען קלאר וויפיל מאכט א סוחר אויף א אתרוג ? 50? 100 ? אדער גאר מער ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
טעם וריח
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג יולי 18, 2017 6:33 pm

eller האט געשריבן:אפשר קען איינער אריין קומען קלאר וויפיל מאכט א סוחר אויף א אתרוג ? 50? 100 ? אדער גאר מער ?

שווערע שאלה....

נעם אין באטראכט, א אתרוג סוחר קויפט בערך 150-200 אתרוגים (א מיטלגאטיגער סוחר), ער פארקויפט בערך 100 סעט'ס.

א אתרוג קאסט פארן סוחר פון 35 דאלער ביז 120 דאלער א שטיקל,
בדרך כלל קויפט א סוחר א %75 פון די 35 דאלער'דיגע, %35 פון די 65 דאלערדיגע, אביסל פון די 100 אביסל פון די 120, עטליכע אפילו גאר טייערערע (וואס מאכט דאס טייער איז א סוגיא עמוקה, גידול, ריינקייט וכדו')

פון די 35 דאלערדיגע פאלט אוועק א שיינע פאר שטיק, דער סוחר קלויבט ארויס די 20 שענסטע וואס דעיס קען ער פארקויפן פאר בערך 200. (פארגעס נישט, די האלסעילערס ביים פאקן די אתרוגים מאכן זיכער אז דארט געפינט זיך נישט קיין סוג א', זעלטן קענסטו זיין א בר מזל וואס פאלט (פאלט דען?) דארט אריין...

מיט די סעט קומט מיט א לולב, (ס'שטייט זיך בחנם..... א דערי לולב קאסט ציווישן 25 און 100 דאללער האלסעיל!).
צו דעם פארשטייט זיך קומט מיט א פעקעלע הדסים משולשים, קאסט בערך 6 דאלער א פעקל האלסעיל.
א האנט קוישעלע קאסט פארן סוחר א דאלער....

יעצט א 'עוורידש' סעט קויפן מענטשן פאר בערך 225-250,

יעצט רעכן עס אויס.

אוועטאר
טעם וריח
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג יולי 18, 2017 6:44 pm

איין מינוט כוויל מוסף זיין נאך א נקודה.....

נישט אומזינסט זאגט מען נאך פאר סאטמארע רבי זי"ע אז מוואלט געברוכט מאכן אן עקסטערע ימי הרחמים פאר אתרוגים סוחרים...

א אתרוג סוחר פון א' סליחות ביז ערב יו"ט ציווישן ביידע פייפן, איז קיין מענטש נישט......

די אויווער-העד איז געפערליך, ער ארבעט לאנגע שעות אן מנוחה ביז שפעט ביינאכט, דארף קלויבן אתרויגים, סארטירן, פיצן, אויפסעטן א פלאץ (מעגליך אויך צאלן רענט פאר בעיסמענט, טרעילער וכדו'), מסדר מאכן די צעטלען (נאך עקספענסעס), ועל כולם האבן געדולד צו יעדעמ'ס משוגעת'ן און נישט צופלאצט ווערן ווען יענע גוט-זאגער מאכט אוועק זיין שווער אויסגעהארעוועטן אתרוג, מיט א מאך מיט די הענט פאר נא גוד ריזן נאר ווייל ער האט עס איהם ארויסגעברענגט ערשט....

די ס"ה איז אז א אתרוג סוחר ארבעט דריי וואכן ווי א אייזל! עסט נישט שלאפט נישט העלפט נישט געהעריג אין שטוב אין אזעלעכע אנגעצויגענע טעג,

און געלט?? א מכה בדופן, יא! דער האלסעילער שארט גאלד, אויך די אתרוג סוחר שארט עס, אבער צו האלסעילער, און ביי איהם בלייבט.....

טויטע באנקעס.

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג יולי 18, 2017 6:47 pm

דאס הייסט אז באמת צאלט ער פון 60 דאלער ביז 200 דאללער (האלסעיל!) אויף יעדן אתרוג וואס ער פארקויפט!

איז לאמיר זען אזוי; ווען א קהילה אדער שול זאל זיך צוזאמנעמען אפצוקויפן/דינגען א שטיקל פרדס פון אתרוגים, און גיבן פאר אירע מעמבערס פאר קאסט פרייז וויפיל ס'קאסט די גאנצע מעשה, וויפיל וואלט דאס דאן געקאסט?

יעדע זאך האט א פרייז, אנגעהויבן פון ריעל עסטעיט ביז קאמאדעטיעס, איז נארמאל אז א פרוכט זאל קאסטן אזוי סאך?
איך וואל דאס צוטיילט אין צווייען: 1 - וויפיל קאסט סתם אן אתרוג אויף די פרייע מארקעט 2 - יעצט רעכן צו אלע הוצאות וואס קאסט דאס צו מאכן/האלטן כשר און א יופי.
קאקאש קעיק איז פיין, ביז מ'שלונגט דאס אראפ.

אוועטאר
טעם וריח
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג יולי 18, 2017 6:48 pm

אמאליגע צייטן, פלעגט זיין די סדר, האסט באצאלט נאר וואס דו האסט פארקויפט, היינט צאלט מען פאר יעדע איינע, אפילו עס איז נאר גוט פאר קאמפאט, (און די מוזט עס קויפן ווייל אז נישט באקומסטו נישט די אנדערע גוטע סחורה)

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דינסטאג יולי 18, 2017 7:12 pm

און וויפיל קאסט ווען איך פאר אראפ און דיעל דירעקט מיט די בעל הפרדס?
אסאך סוחרים פארן שוין היינט אליינס אראפ

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג יולי 18, 2017 7:14 pm

די ריטעיל ביזנעס פון אתרוגים, איז א אנבעליוועבל שווערע סוגיא, סקען זיין אז די האלסעיל אויך, אבער למעשה זיי ווערען עשירים דערפון,
און די ריטעיל סוחרים שרייען אז זיי ארבעטן פארען האלסעילאר, און זיי בלייבען נאר מיט אפאר דאלער, וואס ווען זיי ארבעטן אויף וועידשאס וואלטן זיי מער פארדינט, און נישט געהאט דעם פרעשור, צו ער גייט קענען באצאלען, אדער חלילה בלייבען א בעל חוב פארן האלסעילאר, פלאס וואס מהאט נישט קיין ערב יום טוב, איר פרעגט פארוואס איז נאך אלץ דא סוחרים? איך האב נישט קיין תירוץ דערויף און איך מיין אז זיי אויך נישט
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג יולי 18, 2017 7:15 pm

Amazing האט געשריבן:און וויפיל קאסט ווען איך פאר אראפ און דיעל דירעקט מיט די בעל הפרדס?
אסאך סוחרים פארן שוין היינט אליינס אראפ

דאן מוזט איר קויפן גענוג אז סזאל אייך לוינען ווען איר האט א קליינעטעל פון הונדערט קאסטאמערס לוינט זיך עס נישט
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1652
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג יולי 18, 2017 8:04 pm

די נושא איז געעוען אויף די האלסעיל. איך האב א טעות?
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג יולי 18, 2017 9:42 pm

טעם וריח האט געשריבן:איין מינוט כוויל מוסף זיין נאך א נקודה.....

נישט אומזינסט זאגט מען נאך פאר סאטמארע רבי זי"ע אז מוואלט געברוכט מאכן אן עקסטערע ימי הרחמים פאר אתרוגים סוחרים...

א אתרוג סוחר פון א' סליחות ביז ערב יו"ט ציווישן ביידע פייפן, איז קיין מענטש נישט......

די אויווער-העד איז געפערליך, ער ארבעט לאנגע שעות אן מנוחה ביז שפעט ביינאכט, דארף קלויבן אתרויגים, סארטירן, פיצן, אויפסעטן א פלאץ (מעגליך אויך צאלן רענט פאר בעיסמענט, טרעילער וכדו'), מסדר מאכן די צעטלען (נאך עקספענסעס), ועל כולם האבן געדולד צו יעדעמ'ס משוגעת'ן און נישט צופלאצט ווערן ווען יענע גוט-זאגער מאכט אוועק זיין שווער אויסגעהארעוועטן אתרוג, מיט א מאך מיט די הענט פאר נא גוד ריזן נאר ווייל ער האט עס איהם ארויסגעברענגט ערשט....

די ס"ה איז אז א אתרוג סוחר ארבעט דריי וואכן ווי א אייזל! עסט נישט שלאפט נישט העלפט נישט געהעריג אין שטוב אין אזעלעכע אנגעצויגענע טעג,

און געלט?? א מכה בדופן, יא! דער האלסעילער שארט גאלד, אויך די אתרוג סוחר שארט עס, אבער צו האלסעילער, און ביי איהם בלייבט.....

טויטע באנקעס.

און מיט דעם אלעם וואקסען ארויס יעדע יאר פרישע סוחרים ווי שואמען נאך א רעגן

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג יולי 18, 2017 9:49 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:דאס הייסט אז באמת צאלט ער פון 60 דאלער ביז 200 דאללער (האלסעיל!) אויף יעדן אתרוג וואס ער פארקויפט!

איז לאמיר זען אזוי; ווען א קהילה אדער שול זאל זיך צוזאמנעמען אפצוקויפן/דינגען א שטיקל פרדס פון אתרוגים, און גיבן פאר אירע מעמבערס פאר קאסט פרייז וויפיל ס'קאסט די גאנצע מעשה, וויפיל וואלט דאס דאן געקאסט?

יעדע זאך האט א פרייז, אנגעהויבן פון ריעל עסטעיט ביז קאמאדעטיעס, איז נארמאל אז א פרוכט זאל קאסטן אזוי סאך?
איך וואל דאס צוטיילט אין צווייען: 1 - וויפיל קאסט סתם אן אתרוג אויף די פרייע מארקעט 2 - יעצט רעכן צו אלע הוצאות וואס קאסט דאס צו מאכן/האלטן כשר און א יופי.

וואס הייסט פרייע מארקעט? האסט שוין אמאל געטראפן אן אתרוג אין א פרוכט געשעפט סיי וואו איבער די וועלט?

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » מיטוואך יולי 19, 2017 8:30 am

פלאס וואס מהאט נישט קיין ערב יום טוב,
so is the case מיט יעדען וואס האט א ריטיעל סטאר, אין איינע פון די היימישע געגענטער, און נישט נאר ערב סוכות נאר אויך ערב פסח און ערב שבועות וכו' וכו' וכו'........

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך יולי 19, 2017 9:10 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:איין מינוט כוויל מוסף זיין נאך א נקודה.....

נישט אומזינסט זאגט מען נאך פאר סאטמארע רבי זי"ע אז מוואלט געברוכט מאכן אן עקסטערע ימי הרחמים פאר אתרוגים סוחרים...

א אתרוג סוחר פון א' סליחות ביז ערב יו"ט ציווישן ביידע פייפן, איז קיין מענטש נישט......

די אויווער-העד איז געפערליך, ער ארבעט לאנגע שעות אן מנוחה ביז שפעט ביינאכט, דארף קלויבן אתרויגים, סארטירן, פיצן, אויפסעטן א פלאץ (מעגליך אויך צאלן רענט פאר בעיסמענט, טרעילער וכדו'), מסדר מאכן די צעטלען (נאך עקספענסעס), ועל כולם האבן געדולד צו יעדעמ'ס משוגעת'ן און נישט צופלאצט ווערן ווען יענע גוט-זאגער מאכט אוועק זיין שווער אויסגעהארעוועטן אתרוג, מיט א מאך מיט די הענט פאר נא גוד ריזן נאר ווייל ער האט עס איהם ארויסגעברענגט ערשט....

די ס"ה איז אז א אתרוג סוחר ארבעט דריי וואכן ווי א אייזל! עסט נישט שלאפט נישט העלפט נישט געהעריג אין שטוב אין אזעלעכע אנגעצויגענע טעג,

און געלט?? א מכה בדופן, יא! דער האלסעילער שארט גאלד, אויך די אתרוג סוחר שארט עס, אבער צו האלסעילער, און ביי איהם בלייבט.....

טויטע באנקעס.

און מיט דעם אלעם וואקסען ארויס יעדע יאר פרישע סוחרים ווי שואמען נאך א רעגן


איך מוז דא דיסעגריען מיט דיר, עס וואקסן טאקע ארויס כסדר פרישע סוחרים אבער וועסט נאר זעהן עפי"ר כולל אינגעלייט, כלי קודש וכדו' וואס לייגן זיך אריין דערין, און זיי טוען עס נאר ווייל זיי פרובירן זייער מזל און זיי זענען גרייט צו ארבעטן עכט שווער דערפאר, און מיט דעם אלעם קענען זיי נאכאלץ ארויסקומען מיט שאדענס.

וועסט אבער קיינמאל נישט טרעפן אז א ביזנעסמאן זאל אריינגיין אין דעם ליין מיטן חשבון אז דא גייט ער מאכן זיינע גרויסע רווחים, אלא מאי איז טאקע די אתרוג ריטעיל ביזנעס טאקע נישט די מאני מעיקינג ביזנעס ווי מענטשן מיינען (און מ'דארף טאקע זעהן צו שטיצן די קליינע סוחרים), נאר ס'איז פשוט די מזל פון די האולסעילערס אז ס'זענען אלץ דא פרישע אינגעלייט וואס זענען גרייט צו פרובירן זייער מזל און זעהן צו זיי קענען פארדינען אפאר דאלאר פון פארקויפן אתרוגים, און אויב דערזעהט ער זיך אז ער האט למעשה נישט פארדינט דערביי וועלן שוין דעם קומענדיגן יאר זיין אנדערע פרובירערס.

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך יולי 19, 2017 9:45 am

איך מיין אז ס'איז פאראן 2 סארט אתרוג סוחרים. 1 - איז טאקע דער כולל אינגערמאן וואס פארקויפט ביי זיך אין דיינינג-רום/בעיסמענט, און פארקויפט א קנאפע 100 אתרוגים א סעזאן. ער מאכט טאקע גאנץ קנאפ נאכן צאלן די געפעפערטע האלסעיל פרייזן, און ער איז נאך רוי אין די מארקעט, ער מוז אדוועטייזן, און ער האט נאך נישט די גרויסע השגות פון בעטן אין אלף אריין וויבאלד זיינע קאסטומער זענען זיינס גלייכן, כולל אינגעלייט.

די 2'טע סארט איז דער לאנגיעריגער געריבענער סוחר וואס דינגט ארויס א לאקאל און האט א גאנצע שטאב אונטער זיך, מיט אן עטאבלירטע קונים באזע. דער האט שוין א סיסטעמאטישע סטראטעגיע וויאזוי ארויסשלעפן דאס מערסטע פון דאס ביליגסטע, און האט שוין א לאנג-יאריגע דיעל מיטן האלסעילער, ווארום ער פארקויפט א גרויסן קוואנטיטעט, און ער קען א שיינעם טאג נעמען פון א צווייטן. מיט א ראפינירטע מינע טוט ער אפשאצן די קונים וועלכע האבן די עקסלוסיווע זכיה אים צו באצאלן די 4 מיאות כבקרת רועה עדרו. פראביר נאר ניש צו האנדלען, ווייל דא זענען קיין קבצנים נישט פאראן. צענדליגער אתרוגים ווערן דא אוועקגעלייגט פאר חגורה נגידים וואס וועלן צאלן ביילייפיג אכט מיאות.

אויב צאלסטו דא בלויז צוויי-פופציג דאן באקומסטו אזא לולב, אז קומענדיגע יאר זאל זיך דיר נישט פארגליסטן אונטערצוצאלן.
קאקאש קעיק איז פיין, ביז מ'שלונגט דאס אראפ.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך יולי 19, 2017 10:32 am

בס"ד

און, ר' יום טוב, דער עיקר פארשטייט זיך אליינס אז מ'קען נישט אנהויבן צו זיין א סוחר נומ. 2 פאר'ן שוויצן א שיינע פאר יאר אלס סוחר נומ. 1.

ממילא, די אלע וואס מען זעהט אלס סוחרים נומ. 2, 10-20 יאר אין די ליין, עסטאבלישט, מיט א נאמען און א קליענטן באזע, איז טאקע נאר געקומען ווייל זיי אנגעהויבן פון א' און זיך אויפגעבויט פון יאר צו יאר בס"ד.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » מיטוואך יולי 19, 2017 10:55 am

יחזקאלע האט געשריבן:פלאס וואס מהאט נישט קיין ערב יום טוב,
so is the case מיט יעדען וואס האט א ריטיעל סטאר, אין איינע פון די היימישע געגענטער, און נישט נאר ערב סוכות נאר אויך ערב פסח און ערב שבועות וכו' וכו' וכו'........

יעדע ריטעיל סטאר אייגענטומער ארבעט טאקע זייער שווער אין די ערב יום טוב סעזאן. אבער ווען עס קומט צו קידוש יום טוב באנאכט און ער מאכט א שהחיינו אויף א קאלט גלעזל וויין, מאכט ער עס בשמחה תרתי משמע, איינס ער איז אווער מיט די שווערע ארבעט, צוויי ער האט אריינגעשארט עטליכע צענדליגע אלפים אין באנק קאנטע. ווידעראום אינזער אתרוג סוחר׳ל פרייד זיך טאקע אז ער איז פארטיג מיט די שווערע עבודה, אבער זיין שמחה איז נישט בשלימות ווען ער קוקט זיך אן, פארדעם האב איך געארבעט אזוי שווער??? צו מאכן קום 6 אלפים און זיך טיילן מיטן שותף?!

אוועטאר
טעם וריח
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך יולי 19, 2017 11:00 am

אי-רעלעווענט האט געשריבן:
יחזקאלע האט געשריבן:פלאס וואס מהאט נישט קיין ערב יום טוב,
so is the case מיט יעדען וואס האט א ריטיעל סטאר, אין איינע פון די היימישע געגענטער, און נישט נאר ערב סוכות נאר אויך ערב פסח און ערב שבועות וכו' וכו' וכו'........

יעדע ריטעיל סטאר אייגענטומער ארבעט טאקע זייער שווער אין די ערב יום טוב סעזאן. אבער ווען עס קומט צו קידוש יום טוב באנאכט און ער מאכט א שהחיינו אויף א קאלט גלעזל וויין, מאכט ער עס בשמחה תרתי משמע, איינס ער איז אווער מיט די שווערע ארבעט, צוויי ער האט אריינגעשארט עטליכע צענדליגע אלפים אין באנק קאנטע. ווידעראום אינזער אתרוג סוחר׳ל פרייד זיך טאקע אז ער איז פארטיג מיט די שווערע עבודה, אבער זיין שמחה איז נישט בשלימות ווען ער קוקט זיך אן, פארדעם האב איך געארבעט אזוי שווער??? צו מאכן קום 6 אלפים און זיך טיילן מיטן שותף?!

א אתרוג סוחר'ס אווער-העד איז בדרך כלל 25 אלפים!!! און ער מוז נאך ארויסקומן מיט עפעס ריווח, וואס האלטן די ביזנעס חברה דא?? עס לוינט???

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1731
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך יולי 19, 2017 11:21 am

טעם וריח (אתרוג?) דער פשוטער אתרוג סוחר האט נישט קיין פון 25 טויזענט!
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

אוועטאר
טעם וריח
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך יולי 19, 2017 11:27 am

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:טעם וריח (אתרוג?) דער פשוטער אתרוג סוחר האט נישט קיין פון 25 טויזענט!

קוק איבער מיין פריערדיגע תגובה, ווי איך רעכן אויס די הוצאות,
נעם אויך אין באטראכט אז צו פארקויפן 100-200 לולבים, מוז ער אויך האבן עטוואס מער אין באזיץ עס זאל זיין פון וואס צו קלויבן.

און יא טעם וריח-אתרוג, כבין געווען א שיינע פאר יאר אין די ליין, אנגעהויבן פון די ערשטע סארט וואס יום טוב שטעלט פאר, און געענדיגט ביי די צווייטע סארט, מיין לעצטע יאר האב איך פארקויפט 400 סעט'ס! אבער עס האט זיך מיר נאך אלטס נישט געלוינט, היינט האב איך ב"ה ניטאמאל קיין צייט פארדעם....

א נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

עקספערט: ס'וועט נישט  זיין קיין מאנגל אין אתרוגים

תגובהדורך א נעכטיגן טאג » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:17 am

ניו יארק – א געוועזענער ניו יארק סיטי אתרוג סוחר זאגט, אז טראץ וואס עס איז לעצטנס פארשפרייט געווארן א זארג איבער א מעגליכן מאנגל אין אתרוגים, איז ער זיכער אז ס'וועט אלעס זיין נארמאל. די זארג היי יאר האט זיך אנגעהויבן אפאר וואכן צוריק, ווען עס זענען געקומען באריכטן אז אין איטאליע זענען געווען שווערע קאלטע וועטערס, וואס האט אפגע'הרג'עט אתרוג ביימער אין קאלאבאריע, וואו די יאנעווער אתרוגים וואקסן. ר' מענדל ליפסקער, א געוועזענער אתרוג סוחר, זאגט אבער אז עס וועט ווארשיינליך נישט זיין קיין מאנגל. ר' מענדל זאגט אז ער האט גערעדט צו עטליכע סוחרים און גוי'אישע פארמערס אין איטאליע, און זיי אלע באשטעטיגן אז ס'איז טאקע געווען א שווערער וועטער, אבער פון ערפארונג האבן זיי שוין געהאט ווינטערס ווען זיי האבן געמיינט אז ס'וועט נישט זיין קיין איין גוטער אתרוג, און ביים ענדע זענען געווען גענוג און נאך אתרוגים.

קרעדיט: דער איד דעילי.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג אוגוסט 13, 2017 12:00 pm

עס מאכט נישט אויס די סוחרים וועלן באהאלטען געניג כדי עס זאל ווערן א מאנגעל
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אוגוסט 13, 2017 12:49 pm

א נעכטיגן טאג האט געשריבן:ניו יארק – א געוועזענער ניו יארק סיטי אתרוג סוחר זאגט, אז טראץ וואס עס איז לעצטנס פארשפרייט געווארן א זארג איבער א מעגליכן מאנגל אין אתרוגים, איז ער זיכער אז ס'וועט אלעס זיין נארמאל. די זארג היי יאר האט זיך אנגעהויבן אפאר וואכן צוריק, ווען עס זענען געקומען באריכטן אז אין איטאליע זענען געווען שווערע קאלטע וועטערס, וואס האט אפגע'הרג'עט אתרוג ביימער אין קאלאבאריע, וואו די יאנעווער אתרוגים וואקסן. ר' מענדל ליפסקער, א געוועזענער אתרוג סוחר, זאגט אבער אז עס וועט ווארשיינליך נישט זיין קיין מאנגל. ר' מענדל זאגט אז ער האט גערעדט צו עטליכע סוחרים און גוי'אישע פארמערס אין איטאליע, און זיי אלע באשטעטיגן אז ס'איז טאקע געווען א שווערער וועטער, אבער פון ערפארונג האבן זיי שוין געהאט ווינטערס ווען זיי האבן געמיינט אז ס'וועט נישט זיין קיין איין גוטער אתרוג, און ביים ענדע זענען געווען גענוג און נאך אתרוגים.

קרעדיט: דער איד דעילי.

געהערט פון איינע פון די גערעסטע משגיחים און איטאליע, זאגט ער אז ס׳דא איין פארמער וואס האט געבויעט א גרין-הויז פאריאר צו באשיצן די ביימער פונעם פראסט (מען האט שוין פאר ווינטער געזען אז ס׳גייט קומען א פראסט) ער האט יא ביימער וואס האבן ארויסגעגעבן אתרוגים, אבער דאס איז נישטאמאהל א האלבע פארצענט פונעם דאמענד. און פון אלע געווענליכע ביימער זענען 90% אפגעפגעפרוירען געווארן, און פון די 10% ביימער וואס זענען יא געבליבן, קען מען שניידן אפשר 1% פונעם דאמענד.
ער זאגט נאכמער, אז אויב וועסטו ארויסגיין ערב יו״ט אויף די גאס און וועסט זעען סוחרים פארמאגן א גרויסע אויסלאגע, זאל איך זיין כמעט 100% זעכער אז זיי קומען פון מורכבים׳דיגע ביימער, ווייל די רוב פון די סארט ביימער האבן איבערגעטראגן די פראסט ווייל זיי זענען שטערקער.
...!!!JOBS JOBS JOBS

יאיר גאלד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » זונטאג אוגוסט 13, 2017 3:01 pm

נו, אודאי ווילן די סוחרים עס זאל זיין א מאנגל, ווער האט געגעבן רשות פאר דעם 'געוועזענעם' סוחר צו רעדן פאר דער איד? נאר 'איצטיגע' סוחרים זענען ערלויבט אריינצורעדן אין דעם פעלד!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט