שווערער מאנגל אין יאנעווער אתרוגים ערווארטעט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

שווערער מאנגל אין יאנעווער אתרוגים ערווארטעט

תגובהדורך בדרך אפשר » מיטוואך יולי 12, 2017 7:54 am

איטאליע – מען שטייט טאקע נאך עטליכע מאנאטן בעפאר'ן יום טוב סוכות, אבער אין א באריכט וועלכע איז נעכטן פובליצירט געווארן, זעט מען אז די היימישע אתרוגים סוחרים זאגן פאר א מעגליכן ערנסטן מאנגל אין יאנעווער אתרוגים, צוליב וואס דער ווינטער סעזאן איז געווען גאר א שווערער אין איטאליע. הרב מנחם לאזאר הי"ו איז א לאקאלער רב אין רוים, איטאליע, וועלכער טוט די ארבעט פאר פילע היימישע אתרוגים סוחרים פון האלטן א נאענט אויג אויף די אתרוגים ביימער אין לויף פונעם יאר, און לויט ווי ער זאגט, האבן זיך אינמיטן ווינטער אראפגעלאזט עטליכע זעלטענע פראסטיגע טעג, און שוין דאן האט ער באקומען טעלעפאן–רופן פון עטליכע פארמער, אז ניינציג פראצענט פון אלע ביימער זענען געגאנגען א גאנג. הרב לאזאר זאגט אז נאכ'ן אליינס אראפפארן באטראכטן די ביימער, האט ער געזען אז ס'איז נישט אזוי געפערליך ווי די פארמער האבן עס געהאט אראפגעגעבן, אבער נאך אלץ זענען דא גענוג ערנסטע שאדנס. די יאנעווער אתרוגים וואקסן אינעם איטאליענער ראיאן באקאנט אלס קאלאבריע, און ארטיגע עקספערטן זאגן אז אזא פראסט איז שוין נישט באפאלן דעם ראיאן העכער 50 יאר, און עס וועט אפעקטירן די אתרוגים ביימער פאר די קומענדיגער דריי-פיר יאר, ביז די ביימער וועלן צוריק שטארק ווערן.
קרעדיט DYD דער איד דעילי
לעצט פאראכטן דורך בדרך אפשר אום מיטוואך יולי 12, 2017 11:20 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך יולי 12, 2017 8:37 am

איך ווייס נישט צו יא מאנגעל צו נישט, אבער מען קען שוין אנהייבן אוועק לייגן געלט פאר א אתרוג דעי יאר, פאר א תירוץ צו בעטן דאפעלט איז דעי פראסטען זעכער גוט

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » מיטוואך יולי 12, 2017 8:44 am

אט אזוי, יעדעס יאר שפילט מען מיטן עולם אויף א צווייטע מהלך, איין יאר אז מאראקא איז א געפערליכע מאנגל, א יאר דעראויף יאנעווע, וחוזר חלילה.

די לעצטע פאר יאר האבן געוויסע אימפארטירער א אינטערעסע צו מאמיפאלירן די מארקעט און מיט פערזענליכע און פאליטישע חשבונות רייזסט מען אויסגעהארעווענטע געלט פונם ציבור און די שטיפת מוח (ברעי״ן ווא״ש) הייבט זיך שוין אן אזוי יעצט (געווענדליך שוין סאאאאאך פריער).

איש האשכולות
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך יולי 12, 2017 9:51 am

שוין אמאל געווען אזא זאך אז די סוחרים זאלן אראפ לאזן די פרייז ווייל דאס יאר איז דא אן הרחבה גדולה?
#יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך יולי 12, 2017 10:09 am

"היימישע מארקעט" בתפארתה...
קאקאש קעיק איז פיין, ביז מ'שלונגט דאס אראפ.

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » מיטוואך יולי 12, 2017 10:11 am

כמיין מזאל עפענען א אשכול אז סאיז שוין צייט פאר א וועד בעלי בתים פון די קונים און ביי דעים וועט זיך ענדיגען די אויפברויז!
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2662
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מיטוואך יולי 12, 2017 10:15 am

:lol:
מים שלנו האט געשריבן:כמיין מזאל עפענען א אשכול אז סאיז שוין צייט פאר א וועד בעלי בתים פון די קונים און ביי דעים וועט זיך ענדיגען די אויפברויז!

:P
Democrats need to start getting elected by doing things right, not waiting for someone else to do something wrong.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך יולי 12, 2017 10:21 am

שוין עס הייבט זיך ווידער אן, מען דארף שוין א וועד בעלי בתים, א וועד הרבנים, תקנות, לייגן משומר מיט גדר אויפן אתרוג, א חתונה פלאן פארן אתרוג... אז מען ניצט נישט דעם אייגענעם שכל און מען לאזט זיך ווייטער פון יעדן מאניפּולירער דאן וועט די אלע אויבענדערמאנטע ענינים נישט העלפן.

קויפט א שיינעם הערליכען א״י אתרוג מיט אלע מפרשים פאר 75 טולערס ערב יו״ט ביים משמש אן א פּרעשור, דאן קען זיין א מאנגל פון יאנעווער אתרוגים פון חרמה ביז כנען, דארף מען נישט ברעטשענען נישט דאגה׳נען. איי איר זענט א סאטמארער און...

קיין פראבלעם מאכט אליינס דעם החלטה וואס רוב מאנופּלירער טוען סיי ווי... מעמאכט אליינס אפּ וואס די רבי וואלט באמת געוואלט און אזא מצב... איבערהויפט ביים רייטן אויפן ציבור, זיכער האט ער דאס נישט געמייט ער וואלט געהייסן קויפן א״י אתרוגים! און ווען עס איז דער ניגון א מאנגעל אין א״י אתרוגים קויפט מען יענעם יאר א שיינעם גרינעם יאנעווער אתרוג...

אידן געט אייך אן עצה, ניצט דעם אייגענעם קאפ!

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יולי 12, 2017 10:30 am

מען קען טוהן ווי מען האט געטון אין פראג און אין בודאפעסט....
צען אידן קענען בענטשן אויף איין אתרוג....
נאך אזוי אנטי-קאמיש ווי א חתונה אין ביהמ"ד...

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » מיטוואך יולי 12, 2017 10:32 am

חשוב לדעת אז יאנאווע אתרוגים איז א עסק נאר ביי סאטמאר און אביסל ביי חב"ד,

מסתבר לומר אז אויב די סוחרים וועלן ארויפשרטרייבן די פרייזן וועלן סאטמארע אידן שואל עצה זיין צו בשעת חירום מעג זיך מורה היתר זיין אויף נעמען א אר"י אתרוג,

בכלל איז גוט צו וויסען אז די גאצע איסור פון נישט נעמען א אתרוג אר"י איז נישט אזוי הארב צו האבן א צושטערעטע יו"ט פאר דעם, און בארגן געלט דערפאר.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יולי 12, 2017 10:33 am

צהלה ושמחה האט געשריבן:חשוב לדעת אז יאנאווע אתרוגים איז א עסק נאר ביי סאטמאר און אביסל ביי חב"ד,

מסתבר לומר אז אויב די סוחרים וועלן ארויפשרטרייבן די פרייזן וועלן סאטמארע אידן שואל עצה זיין צו בשעת חירום מעג זיך מורה היתר זיין אויף נעמען א אר"י אתרוג,

בכלל איז גוט צו וויסען אז די גאצע איסור פון נישט נעמען א אתרוג אר"י איז נישט אזוי הארב צו האבן א צושטערעטע יו"ט פאר דעם, און בארגן געלט דערפאר.

אמת ויציב
בפרט פאר די אידן וועלכע זענען מקפיד צו עסן א גאנץ יאר טשאקלעד וועפערס פון ארץ ישראל....

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » מיטוואך יולי 12, 2017 10:43 am

דארפסט נישט צו קימען צו דעם כאילו עסן טשאקלעד וועפערס פון ארץ ישראל פון אר"י איז א פראבלעם אדער נחות דרגא,

דאס אין דאס איז אקעי, מען טוט וואס האט מען צו טיען, די וועפערס זענענן דא צומאכען א ברכה דערויף ליהנות בהן בני אדם, און אתרוגי אר"י האט די רבי ארויס געגעבן א מכתב בשעתו, און דעמלאטס האט עס געהאט אסאך מער משמעות ווי היינט, דעמלאטס יענע יארען האט מחזק געווען די נייע מדינה, בימינו איז די טעם כמעט שוין נישט דא.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך יולי 12, 2017 10:47 am

זבחי צדק האט געשריבן:
צהלה ושמחה האט געשריבן:חשוב לדעת אז יאנאווע אתרוגים איז א עסק נאר ביי סאטמאר און אביסל ביי חב"ד,

מסתבר לומר אז אויב די סוחרים וועלן ארויפשרטרייבן די פרייזן וועלן סאטמארע אידן שואל עצה זיין צו בשעת חירום מעג זיך מורה היתר זיין אויף נעמען א אר"י אתרוג,

בכלל איז גוט צו וויסען אז די גאצע איסור פון נישט נעמען א אתרוג אר"י איז נישט אזוי הארב צו האבן א צושטערעטע יו"ט פאר דעם, און בארגן געלט דערפאר.

אמת ויציב
בפרט פאר די אידן וועלכע זענען מקפיד צו עסן א גאנץ יאר טשאקלעד וועפערס פון ארץ ישראל....

וועפערס מילא, אבער די וואס זענען מקפיד אויף ארץ ישראל'דיגע וויין, קענען זיכער נעמען אן אתרוג פון דארט...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
טעם וריח
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך יולי 12, 2017 10:53 am

חב"ד איז מקפיד אויף יאנעווע, טויזענטער יאנעווע אתרוגים ווערט אהין געשיקט פאר שפאט ביליג דורך די זעלבע חברה וואס טשארדשן אונז סאקמערע אידן די הויזן.

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » מיטוואך יולי 12, 2017 10:56 am

טעם וריח האט געשריבן:חב"ד איז מקפיד אויף יאנעווע, טויזענטער יאנעווע אתרוגים ווערט אהין געשיקט פאר שפאט ביליג דורך די זעלבע חברה וואס טשארדשן אונז סאקמערע אידן די הויזן.

פאר א זייטיגע נאטיץ, איר האט געזעהן דעם אתרוג וואס דער חבד"סקער מאכט א ברכה דעראויף?? קיין איין סאטמארע איד וואלט דאס ניטאמאל גענומען אין די האנט..... אזאלעכע גרויסע גראבע אנע שום חן.....

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » מיטוואך יולי 12, 2017 11:04 am

עטליכע יאר צירוק איז טאקע געווען א פראבלעם, מען האט געקענט טרעפן פיל מיט שווארצע פינטעלעך אויפן יאנעווער אתרוג, יענע יאר האבן די חברה געטשארדשט שווערע געלטער (ביודעי ומכירי) פון דעם אומשולדיגן אתרוג סוחר-כולל אינגערמאן, זיי האבן פארדרייעט א קאפ אז "דער עולם וועט נישט האבן קיין ברירה און צאלן געפעפערטע פרייזן פאר יאנעווע" צום סוף א מכה בדופן עקומה... דער עולם האט פעסט געקויפט מאראקא יענע יאר און צענדליגע אינגעלייטלעך סוחרים האבן אנגעזעצט שווערע געלטער וואס זיי האבן געמוזט באצאלן פאר די האלסעילער'ס....

ממילא קום איך צו די מסקנה, כ'גלייב שוין נישט אז ס'איז פערצופאל אזוי געווען (שווארצע פינטעלעך- שווערע וועטער'ס וכדו'), לויט די יאר-יערליגע וואלף-שרייען "ס'איז געווען א פרעסט" ס'איז דא א מאנגל אין מאראקא-יאנעווע גלייב איך אז די גאנצע זאך איז בכוונה תחילה, צו מאנאפעלירן די מארקעט און שוואך מאכן קאמפעטישן, וועלעכע וועג עס לוינט היי-יאר, ודו"ק כי קצרתי
לעצט פאראכטן דורך אי-רעלעווענט אום מיטוואך יולי 12, 2017 11:22 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך יולי 12, 2017 11:12 am

צהלה ושמחה האט געשריבן:חשוב לדעת אז יאנאווע אתרוגים איז א עסק נאר ביי סאטמאר און אביסל ביי חב"ד,

מסתבר לומר אז אויב די סוחרים וועלן ארויפשרטרייבן די פרייזן וועלן סאטמארע אידן שואל עצה זיין צו בשעת חירום מעג זיך מורה היתר זיין אויף נעמען א אר"י אתרוג,

בכלל איז גוט צו וויסען אז די גאצע איסור פון נישט נעמען א אתרוג אר"י איז נישט אזוי הארב צו האבן א צושטערעטע יו"ט פאר דעם, און בארגן געלט דערפאר.

פון וואנעט נעמט איר דאס אז סאטמאר קויפט יאנעווע?און גאר נאר סאטמאר? סאטמאר בדרך כלל קויפט מאראקאנע.

און 'אביסל' ביי חב''ד??? אין חב''ד וואלט מען נישט געמאכט קיין ברכה אויף קיין שום אנדערע אתרוג אפי' עס זאל ווען ארויסשטיין אין פסוק!

און אויף וואס באזירט איר אייער הנחה אז אויב ס'נישטא קיין יאנעווע איז די איינציגסטע ברירה א''י? וואס איז מיט מאראקאנע?

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » מיטוואך יולי 12, 2017 11:36 am

מאראקא האט נאך נישט גענוג גיטע צו ערפילען א מאנגעל אין יאנעווע, ופשוט הוא
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך יולי 12, 2017 11:40 am

איר זענט שוין אמאל געווען אויפ'ן אתרוג מארק אין ווילי?
אויב איז טאקע יאנעווע נאר ן עסק ביי א קליינעם עולם ווי איר לייגט עס אראפ, קען מאראקא עס גאר גרינג ערזעצן. ס'שוין היינט דא א ריזיגע מארקעט מיט עטליכע האולסעילערס וכו'.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך יולי 12, 2017 11:43 am

חב"ד נעמט נישט פון כפר חב"ד אין א"י ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

יצחק ראזענפעלד
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובהדורך יצחק ראזענפעלד » מיטוואך יולי 12, 2017 11:44 am

טעם וריח האט געשריבן:חב"ד איז מקפיד אויף יאנעווע, טויזענטער יאנעווע אתרוגים ווערט אהין געשיקט פאר שפאט ביליג דורך די זעלבע חברה וואס טשארדשן אונז סאקמערע אידן די הויזן.

נישט ממש.
ריכטיגער: ממש נישט!

אמת אז די היימישע האלסעילער האבן קאנטראל אויף די מארקעט, אבער זיי לאזן געוויסע סוחרים וואס האבן איינגעקלאפט מיט זיי מיטקומען און אליין שניידן פאר זיך. חב"ד פארט אליינס אראפ (פארשטייט זיך צוזאמען מיט י.ש. און ברשותו), און שניידט אליינס.

כך שמעתי מפי צוויי ברידער סוחרים וואס פארן מיט און שניידן פאר זיך.

אוועטאר
ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך יולי 12, 2017 11:45 am

מיין אתרוג סוחר וועט בל"נ נישט באקומען פון מיר קיין דאללער מער ווי פאריאר!!
אין פארטיג
נישטא וואס זיך צו עסן אין זיין באזארגט
מיין אתרוג איז שוין במילא אפגעשריבן פון ט"ו בשבט
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך יולי 12, 2017 11:47 am

maybeeynot האט געשריבן:חב"ד נעמט נישט פון כפר חב"ד אין א"י ?

די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי מעגן נעמען פון כפר חב"ד איז וויבאלד די דארטיגע ביימער קומען פון יאנעווע אתרוגים.
אין קראונהייטס איז דא א ריזיגע מארקעט פון יאנעווע, פאר גאר ביליג.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך יולי 12, 2017 12:15 pm

טשאקלאד מילא, דאך נישט דא קיין ברירה, די שווייצע האבן נישט דעם בעסטן הכשר, און די אמעריקאנע זענען ליידער נישט אזוי געשמאק.... העכסטנס פאלט מען אפ דערנאך די וואג וואס מען האט צוגענומען דערפון, און ולא נודע כי באו אל קרבינה.... מקען צוריק געבן די ציוני'סטישע שטחים וואס מהאט צוגענומען.... נאך דערצו אז די אלע גרויסע טשאקאלאד פאבריקן זענען די אייגענטימער תינוקות שנשבו, משא"כ די אתרוגים ביזנעס וואס זענען היימישע נאכשלעפערס... אבער אפילו אתרוגים, ווילאנג בינגא איז אפן, בין איך נישט באזארגט, וועט זיכער זיין דארט היי יאר א סעט פאר 99 צענט.

אוי, פארגעסן צו שיקן, און מהאקט

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך יולי 12, 2017 12:20 pm

;l;p-
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וויכטיג מאכער און 28 געסט