2018 מידטורם עלעקשאנס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3411
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 2:23 am

די קלינטאן מעשיות איז דאכציך געווען אין צווייטן טערמין, אויב געדענק איך גוט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 5:11 am

יאפ, די רעפובליקאנע יארן לאנגע אינוועסטיגעישאנס קעגן הילערי האט זיי פיין געהאלפן

yes yes
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:01 pm

תגובהדורך yes yes » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 7:51 am

צל עובר האט געשריבן:PPP האט ארויסגעגעבן אפאר שרעקליכע אנקעטעס פאר די GOP אויב עס איז אמת זענען די דעמאקרעטס די ערשטע מאל פעוואריט צו געווינען דעם סענאט.

D.

שרייבסט דאך אז דאס איז נאר פלעצער ווי רעפאבליקענס זענען שוואך
פארשטיי איך נישט פארווס די דעמעקרעטס זענען פעוואריט

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3411
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 2:26 pm

yes yes האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:PPP האט ארויסגעגעבן אפאר שרעקליכע אנקעטעס פאר די GOP אויב עס איז אמת זענען די דעמאקרעטס די ערשטע מאל פעוואריט צו געווינען דעם סענאט.

D.

שרייבסט דאך אז דאס איז נאר פלעצער ווי רעפאבליקענס זענען שוואך
פארשטיי איך נישט פארווס די דעמעקרעטס זענען פעוואריט


די פוינט איז אז זיי קענען זיך די ערשטע מאל ערלויבן צו פארלירן איינס פון זייערע זיצן און נאך אלץ געווינען קאנטראל, עס איז מעגליך אז זיי וועלן געווינען אלע, אבער עס איז זייער א שווערע זאך, הגם רעיס ביי רעיס איזעס מעגליך.

אריזאנע נעוואדע און טענעסי האבן די רעפאבליקענס געהאפט אנצוהאלטן אלע דריי, ביז יעצט האט געהייסן אז אריזאנע מיט מקסעלי איז א נעק טו נעק מיט א עדזש פאר די רעפאבליקענס, נעוואדע מיט העלער די זעלבער, און טענעסי האט געהייסן לייקלי GOP, יעצט אלע דריי איז דער דעמאקראט פאראויס 5%, וויסקאונסען איז געווען א ארטיקל אין די לינקע האפפאוסט אז באלדווין איז אויף צרות ווייל זי איז א פראגרעסיוו אין א טראמפ סטעיט, לעצטענס איז זי געווען פאראויס בלויז 3% , עכ"פ עס איז געווען א פארמעסט דארט הגם מיט א ליעד פארן דעמאקראט, יעצט איז זי פאראויס 12% , פענסילוועניע האט יא געהייסן אז קעסי איז שטארק אבער יעצט איז ער פאראויס גאנצע 18% .

אבער ווי איך שרייב דאס איז אלעס PPP , דאס הייסט אז לויט די PPP אנקעטע זענען די דעמאקרעטס פעוואריט צו געווינען דעם סענאט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג מארטש 23, 2018 1:51 pm

די פענסילוועניע אסעמבלי גרייט זיך צו שטימען אויף א ביל צו אימפיעטשן אלע 5 דעמאקראטישע סטעיט סופרים קאורט ריכטער.

די ארטיגע קאנסטעטוציע לויטעט אז א ריכטער אדער געזעצגעבער קען ווערן אימפיטשט פאר "נישט שיינע אויפפירונג", די רעפובליקאנער געפירטע אסעמבלי טענהט אז די נייע מאפע וואס די ריכטער האבן ארויסגעגעבן -וועלעכע נעמט אוועק זייערע ביז היינטיגע ברייטע קאנגרעסניאלע עדווענטידזש- איז א נישט שיינע אויפפירונג..

די רעפובליקענס האבן די פארלאנגטע צוויי דריטל זיצן וואס פעלט אויס פאר אן אימפיטשמענט, די שאלה איז נאר וויפיל מעסיגע רעפובליקאנער וואס שטייען אויס עלעקשאנס וועלן מיטשטיין דערמיט.
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19264
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מארטש 23, 2018 1:54 pm

כאפצעם, די ריפאבליקען מעפ איז געווען גערימענדערינג, אבער די קאורטס אויך, סאו די קאורט האט ארויסגעווארפן די ריפאבליקאנע מעפ, ווארפט מען ארויס זייער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4941
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג מארטש 23, 2018 2:04 pm

גראדע א אינטערסאנטע ספעקטעקאל נישט קיין חילוק וועלכע פאליטיק מען האט ליב.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3411
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 23, 2018 2:13 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:כאפצעם, די ריפאבליקען מעפ איז געווען גערימענדערינג, אבער די קאורטס אויך, סאו די קאורט האט ארויסגעווארפן די ריפאבליקאנע מעפ, ווארפט מען ארויס זייער...


נישט זייער מעפ, די דזשאדזשעס אליינס, א בחינה ווי רוזעוועלט האט געסטראשעט דעם סופרים קארט ווען זיי האבן געהאלטן אז די ניו דיעל איז אנקאנסטעטושענעל, אז ער וועט בעטן סענאט צו צולייגן נאך סופרים קארט דזשאסטיצעס ביז ער וועט האבן רוב, למעשה האט זיך דער קארט געבראכן צום דיקטאטורישען דעמאקראט.

די נייע מעפ איז נישט ממש דזשערימענדערט פאר די דעמאקרעטס, מקען געבן פאר די דעמאקרעטס א גוטע 12-13 דיסטריקטס, קל וחומר פון די רעפאבליקענס, און די מעפ געט זיי בלויז 8-9 פון 18 אנשטאט די ביז יעצטיגע 5-6.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג מארטש 23, 2018 3:37 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:כאפצעם, די ריפאבליקען מעפ איז געווען גערימענדערינג, אבער די קאורטס אויך, סאו די קאורט האט ארויסגעווארפן די ריפאבליקאנע מעפ, ווארפט מען ארויס זייער...

מיט וואס איז דאס זשערימענדערד?
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:27 pm

ברעיקינג:

קאנגרעסמאן 'רייען קאסטעלאו' (ר-PA6) קענסלט זיין ריעעלעקשאן קאמפיין. די דיסטריקט איז געגאנגען באקוועם פאר קלינטאן.

דאס איז די 32'סטע רעפובליקען רעטייערמענט.
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » זונטאג אפריל 08, 2018 12:36 pm

פלארידע גאווערנאר 'ריק סקאט' איז ערווארטעט צו מעלדן מארגן אז ער לויפט פאר סענאט אין די 2018 עלעקשען'ס אנטקעגן אינקאמבענט דעמאקראטישע סענאטאר 'ביל נעלסאן'

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3411
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אפריל 08, 2018 3:09 pm

דער געוועזענער רעפאבליקאנער גאווערנער פון מינעסאטע טים פעלאנטי לויפט פאר גאווערנער אין 2018.

געוויסע רעפאבליקאנער האבן געוואלט אז ער זאל לויפן פאר דעם געוועזענער דעמאקראטישער סענעטאר על פרענקען'ס זיץ, זייענדיג זייער פאפעלער אין מינעסאטע, למעשה לויפט ער פאר גאווערנער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אפריל 11, 2018 8:46 am

ברעיקינג:

הויז ספיעקער פאול רייען לויפט נישט פאר ריעעלעקשאן.

רייענס זיץ איז געווארן א ציל ברעט פון דעמאקראטן נאך עטליכע גרויסע געווינסן אין וויסקאנסן, די בושות פאר א ספיעקער צו פארלירן וואלט געווען גאר גרויס. אויסערדעם, אפילו אויב ער געווינט זיין זיץ, האט ער סייווי שטארקע שאנסן צו פארלירן די ספיעקערשאפט אין פאל פון די דעמאקראטן איבערנעמען קאנגרעס, און מינאריטי ליעדער איז נישט די בעסטע ארבייט.

דאס איז די 39'סטע רעפובליקען וואס פארלאזט קאנגרעס היי יאר, און די 26'טע רעפובליקאנער וואס רעטייערט אינגאנצן.

#בלויע_כוואליע
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5125
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אפריל 11, 2018 10:34 am

#40?

Florida Republican Rep. Dennis Ross told his staff this morning he is retiring, Tampa Bay Times reports.

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3411
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אפריל 11, 2018 10:44 am

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

הויז ספיעקער פאול רייען לויפט נישט פאר ריעעלעקשאן.

רייענס זיץ איז געווארן א ציל ברעט פון דעמאקראטן נאך עטליכע גרויסע געווינסן אין וויסקאנסן, די בושות פאר א ספיעקער צו פארלירן וואלט געווען גאר גרויס. אויסערדעם, אפילו אויב ער געווינט זיין זיץ, האט ער סייווי שטארקע שאנסן צו פארלירן די ספיעקערשאפט אין פאל פון די דעמאקראטן איבערנעמען קאנגרעס, און מינאריטי ליעדער איז נישט די בעסטע ארבייט.

דאס איז די 39'סטע רעפובליקען וואס פארלאזט קאנגרעס היי יאר, און די 26'טע רעפובליקאנער וואס רעטייערט אינגאנצן.

#בלויע_כוואליע


עס האט געהייסן אז ער גייט פעסט געווינען.

ער גייט מסתמא פאר די זעלבע סיבה ווי טרעי גאודי, אז וואס האט ער פון דארפן ארבעטן פארן דעמאקראטישן פאפוליסטישן ביג גאווערמענט אנטי טרעיד אנטי טראסט פרעזידענט.

איין סיבה איז געווען, טעקס קאט, אבער מ'האלט שוין נאכדעם.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3411
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אפריל 11, 2018 10:45 am

בד"וו, דא זעהט מען אויך די באגלייבטקייט פון די "סורסעס".
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אפריל 11, 2018 10:57 am

איך פארדעכטיג ס'קומט נאך א פלייץ רעטייערמענטס פון רעפובליקאנער וואס ווארטן קודם אז די דעדליין פאר קאנדידאטן אפליקאציעס זאל אפלויפן.. א ליידיגע זיץ באקומט סאך בעסערע דעמאקראטישע טשאלענזשער קאנדידאטן
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5125
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג אפריל 15, 2018 2:05 pm

נייע אנקעטע: הויכע אינטערעסע אין די מידטורם עלעקשינס

66% דעמעקראטן, יא
49% רעפאבליקאנער , יא

אינטערעסאנט, אין יאר 2010 איז עס געווען פונקט פארקערט אויפ'ן האר!

WSJ/NBC poll

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אפריל 15, 2018 5:20 pm

די דעמעקרעטס זענען און דעי אנקעטע 3% אינטערשטעלוג פון פאריגען חודש
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3411
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אפריל 15, 2018 7:31 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די דעמעקרעטס זענען און דעי אנקעטע 3% אינטערשטעלוג פון פאריגען חודש


אבער די עיקר וואס דע אנקעטע ווייזט איז, אז די דעמאקרעטס זענען שטערקער ביי לייקלי וואויטערס ווי ביי סתם מענטשן, פארקערט ווי "אייביג".
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3411
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 16, 2018 12:32 am

מארנינג קאל האט ארויסגעגעבן א אנקעטע פון פענסילוועניע.

טראמפ עפראוועל אין די סטעיט וואס האט געהאט די גרעסטע חלק אין זיין געווינס, 39% צופרידן 55% אומצופרידן, מיינוס 16%.

גאווערנער טאם וואלף א דעמאקרעט וואס לויפט פאר ריעלעקשען 46% צופרידן 35% אומצופרידן, פלאס 11%.

סענעטאר באב קעיסי א דעמאקרעט וואס לויפט פאר ריעלעקשען 41% צופרידן 28% אומצופרידן, פלאס 13%.

דזשענעריק בעלאט דעמאקראט 47% רעפאבליקען 38% דעמאקראט פלאס 9%.

דריי רעפאבליקענס שלאגן זיך אין א פריימערי צו לויפן קעגן וואלף, קעגן סקאט וואגנער, וועם פאול מאנגא באשמוצט אלס א סלאמלארד, געווינט וואלף 47% קעגן 31%, קעגן די אנדערע, מאנגא מיט לאורא עלסווארט, זענען אינטערשטעליג מיט גאנצע צוואנציג פראצענט.

צוויי רעפאבליקענס האבן א פריימערי ווער עס זאל לויפן קעגן קעיסי, קאנגרעסמאן לו בארלעטע וואס איז דער פראנט ראנער און געשטיצט דורך טראמפ, ער פארלירט צו קעיסי 32% קעגן 48% א 16% ליעד פאר קעיסי, און סטעיט רעפרעזענעטיוו דזשים קריסטיאנע פארלירט צו קעיסי 29% קעגן 48% א 19% ליעד פאר קעיסי.

46% זענען קעגן דעם טעקס קאט און 39% שטיצן עס, 36% האלטן אז עס וועט נישט אויסמאכן אויף זייער טעקס ביל, 28% האלט אז עס וועט אראפגיין, און 25% האלט אז עס וועט גאר ארויפגיין פאר זיי.

אכט פון צען שטיצן די וואס מ'האט געברענגט אהער אומלעגאל אז מזאל זיי לאזן אין לאנד, און 57% קעגן 37% זענען קעגן די וואנט.

קרוב צו האלב שטיצן די סטעיט סופרים קארט וועגן די נייע מעפ, און 26% זענען דערקעגן.

זיבן פון צען האלטן אז מזאל לאזן מולער ענדיגן זיין אויספארשונג, און 16% האלט אז מזאל אים פייערען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג אפריל 16, 2018 10:05 pm

@politics_polls: Mississippi Senate GE:
Wicker (R) 48%
Baria (D) 31%
Undecided 21%

Triumph
Campaigns/@MSyallpolitics 4/10-11
https://t.co/O9Bub06Nm9 #MSsen...

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג אפריל 17, 2018 10:32 am

Screenshot_20180417-090621-1080x1920.png
Screenshot_20180417-090621-1080x1920.png (510.07 KiB) געזעהן 418 מאל

אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

תגובהדורך tech yid » דינסטאג אפריל 17, 2018 11:30 am

קוקט אויס ווי יוסי געשטעטנער האט אויפגעגעבן אויף די מידטורם עלעקשאנס
הק׳ טעקעלע

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » דינסטאג אפריל 17, 2018 12:29 pm

שכח הרב צל פאר אייער שיינע באריכט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט