2018 מידטורם עלעקשאנס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2442
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יוני 06, 2018 4:18 pm

מטעמים האט געשריבן:פארוואס זענען די דעמאקראטען אזוי שטארק אויף די דעפענסיווע אין די מערסט בלויע שטאט אין אמעריקע?

וואספארא טשעלענדזש האבען די דעמאקראטען? אלעס גייט דאך אקוראט זייער וועג, נישט אזוי?

א צודרייטע אימפאלסיוו פרעזידענט אין די אפאזיציע און עס איז די ערשטע מיד-טוירמס, די מערסט ארגאניזירטע פארטיי און וויאזוי אין די וועלט קען דאס זיין אז זיי דארפען זיך דעפענדען אין ליבעראלע קאליפארניע?

עס איז זייער נישט די סטאנדארט!


אין קאליפארניע איז דאס די סטענדערט, ווען דו האסט זעקס קאנדידאטן און יענער האט בלויז צוויי, ברויכסטו האבן אסאאך מער שטימען ווי יענעם צו קענען האבן פון די טאפ טו, און צעקוועטשן אפאר פון די אייגענע קאנדידאטן, וכך הוה, אבער פארדעם איז מען אנגעצויגן ווער עס וועט געווינען.

פאר אינטרעסאנטקייט, פון די גרעסטע רעיס אין קאליפארניע זענען די רעפאבליקענס לאקט אוט, זיי האבן נישט באוויזן צו געווינען א קעגנער קעגן סענעטאר פיינשטיין.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2442
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יוני 06, 2018 4:25 pm

שכח יעדער איינער, @אין כל חדש, @הכל הבל, @וויכטיג מאכער, @כאפצעם, פאר די באריכטן און אנאליזן.

לגבי די טוירנאוט פוינט, די נאמבערס קענען נאך זייער ארויפגיין, ווי @אין כל חדש שרייבט, פאר א דוגמא ווי שטארק עס קען זיך טוישן, אזוי ווי יעצט איז בערני געווען אונטערשטעליג דארט 13% און גע'ענדיגט האט ער ביי 7%.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 06, 2018 4:29 pm

צל עובר האט געשריבן:שכח יעדער איינער, @אין כל חדש, @הכל הבל, @וויכטיג מאכער, @כאפצעם, פאר די באריכטן און אנאליזן.

לגבי די טוירנאוט פוינט, די נאמבערס קענען נאך זייער ארויפגיין, ווי @אין כל חדש שרייבט, פאר א דוגמא ווי שטארק עס קען זיך טוישן, אזוי ווי יעצט איז בערני געווען אונטערשטעליג דארט 13% און גע'ענדיגט האט ער ביי 7%.

סתם פאר אינטערסאנטקייט, די יישר כח'ס איז געווארן במכוון מסודר על פי סדר האלף בית אדער איז עס פונקט געלונגען? 8.)

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מיטוואך יוני 06, 2018 4:30 pm

@צל עובר @מטעמים
קושיא מעיקרא ליתא, פונקט ווי יעדער פארשטייט אז הגם ניו יארק איז א טונקל בלויע סטעיט דאך איז וומס"ב און ב"פ רויט
די זעלבע איז אין קאליפארניע 39 פון 53 זיצן זעמען קאנטראלירט ביי דעמאקראטן. פון צווישן די בלויז 14 רעפובליקאנער זיצן איז דא א הייסע פארמעסט פאר 7 (אדער 6)
די הייסע פארמעסטן זענען נישט ביי די דעמאקראטישע זיצן

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יוני 06, 2018 5:49 pm

אין כל חדש האט געשריבן:קוקנדיג אויף די נעכטיגע רעזולטאטן זעט מען אז אין איינס פון די 7 (דעריל אייסע'ס זיץ) האבן די דעמאקראטישע קאנדידאטן צונאזאם אנגעצויגן מער שטימען פון אלע רעפובליקאנע קאנדידאטן צונאזאם, און ביי 6 האבן די רעפובליקאנע אנגעצויגן מער, אבער עס ווערט אנגעוויזן דורך עקספערטן אז עס איז צו פרי צו ציען החלטות ווייל קאליפארניע האט א היסטארי פון ציילן שטייט די שטימען און געווענליך נאך אפאר וואכן ווען זיי ענדיגן ציילן, זעט מען שטארקע טוישונגען פון די וואל נאכט, סא מוז מען ווארטן צו זען די ענדגילטיגע נאמבערס. און אויך ווערט אנגעוויזן אז אין נאוועמבער זעט מען היפשע פאר מאל שטארקע טוישונגען פון די פריימעריס, סא פריימערי נאמבערס זענען נישט אזעלכע פונקטליכע פאראויסזאגערס

קאליפארניע פריימערי אנאליז (סאבאטא)

איז אזוי. די שפעט ציילן שטימען איז מער אין די דרום זייט, דא אבער אין די 7 קאמפעטעטיוו דיסטריקטס קען מען ערווארטן נאך ארום %1/%2 פראצענט פארן דעמאקראט, נישט קיין ערענסטע מעשיות.

די דעמס האבן טאקע נעכטן אין קאליפארניע אינקריעסד זייער מארזשין פון די 2016 קאנגרעס פריימערי רעיסעס אבער עס איז נישט געווען העכער זייער 2016 זשענעראל עלעקשאן קאנגרעס וואוט און אסאך נידעריגער ווי קלינטאן'ס מארזשין.

דאס איז אמת אז אין די זשענעראל הייבן די דעמאקראטן זייערע נומבערס אבער אז מ'קוקט דא אויף דעם טשארט פון די לעצטע צוויי עלעקשאנס זעהט מען א געין פון בערך %6 אין עוורידזש. יעצט לאמיר זעהן וויפיל דאס וועט אויסמאכן אינדיווידואל אויף די פארמעסטן:

לאמיר גיין צו דיסטריקט #39.

אין 2016 איז די דעמ. געין (פון די פריימערי צו די זשענעראל) געווען +6, אין די נעכטיגע פריימערי זענען די רעפובליקענס אריינגעקומען מיט +10, קומט אויס לויט די 2016 +6 געין וועט אין די 2018 זשענעראל דער רעפובליקען נאכאלץ זיין +4. אין 2014 איז די דעמ. געין געווען +4, לויט דעם וועט יעצט אין די זשענעראל דער רעפובליקען געווינען +6

לאמיר גיין צו דיסטריקט #25.

אין 2016 איז דארט אויך די דעמ געין געווען +6, אין די נעכטיגע רעזולטס זענען די רעפוב. אריינגעקומען +6, דאס מיינט אז אין די 2018 זשענעראל איז עס נעק ענד נעק... אין 2014 איז די דעמ. יא געווען א +26 געין! וואס לפי זה געווינט יעצט דער דעמאקראט מיט 20 פוינטס.. אבער אזאנס קוקט אויס אן אויסנאם.

לאמיר זעהן דיסטריקט #45.

אין 2016 איז די דעמ. געין געווען +2, נעכטן האבן די רעפובס. באקומען +9. לפי זה געווינט דער רעפובליקען אין די 2018 זשענעראל מיט +7. אין 2014 האבן אבער די דעמ. געגעינט 11, לפי זה וועלן זיי אויפפיקן די סיעט מיט +2

יעצט צו דיסטריקט #10.

דארט האבן די דעמאקראטן געגעינט +12 אין 2016. יעצט אין די 2018 פריימערי האבן די רעפובליקענס געקריגן +4, סאו לפי זה גייט יעצט אין די זשענעראל דער דעמאקראט אויפפיקן מיט +8. ווידער אין 2014 איז דעמ. געין געווען +5, לפי זה איז עס א שמאלע דעמ. פיקקאפ מיט 1 פוינט.

דיסטריקט #48.

דארט האבן רעפ. אין 2016 געזעהן א געין פון 2 פוינטס ביי די זשענעראל, די נעכטיגע רעזולטס איז רעפ. +7, לפי זה געווינט דער רעפ. מיט +9. אין 2014 ווידער האבן די דעמס. געגעינט +8, לפי זה איז עס היי יאר א דעמ. +1 פיקאפ.

דיסטריקט #21.

דא האבן די "רעפובליקענס" אין 2016 געגעינט +6, די נעכטיגע רעזולטס איז רעפ. 26+, לפי זה געווינט דער רעפ. מיט +32.. ווידער קוקענדיג אויף 2014 האבן דעמאלטס די דעמ. געגעינט +10 לפי זה געווינט נאך אלץ דער רעפ. היי יאר מיט +16.

דיסטריקט #49.

אין 2016 האבן די דעמס. געגעינט +5, די נעכטיגע רעזולטס איז "דעמ" +3, לפי זה איז עס א +8 דעמ. פיקקאפ אין נאוועמבער. אין 2014 האבן די דעמס געגעינט +4, לפי זה איז א דעמ +7 פיקקאפ.

ס"ה:

לויט די נעכטיגע רעזולטאטן קריגן די דעמס בלויז 1 זיץ.
אויב קומט א 2016 געין קריגן די דעמס 3 זיצן.
אויב איז דא א 2014 געין קריגן די דעמס 5 זיצן.

וויאזוי איך פארשטיי איז אין 2014 געווען די גרעסטע געין פשוט ווייל ווי נידעריגער דו שטייסט אלס מער קענסטו גיין אויף ארויף, אין 2016 איז שוין געווען א שטארקערע דעם טורנאוט ביים פריימערי האבן זיי שוין נישט געהאט צופיל צו געינען אין די זשענעראל.. לפי זה וואלט איך פרעדיקטעט אז היי יאר ווי ביים נעכטיגע פריימערי איז די דעמ. טורנאוט געווען נאך העכער וועט שוין די געין ביים זשענעראל זיין נאך ווייניגער ווי אין 2016... סאו 3 זיצן פאר זיי אין נאוועמבער וואלט שוין געווען א בעסט קעיס סינעריא!

כ'געדענק נאך ווען זיי האבן גערעדט פון 7 זיצן.. איי זכרונות פון די יוגענט.. אבער דאס יא דארף מען געדענקן אז זיי האלטן יעצט ביי א שמאלע 3 פוינט ליעד נאציאנאל, אז דאס גיבט זיך א קליינע ריק אויף ארויף איז די גאנצע בילד אנדערש.
צוגעלייגטע
IMG_20180606_151408.jpg
IMG_20180606_151408.jpg (81.33 KiB) געזעהן 715 מאל
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך יוני 06, 2018 6:40 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
פיין טונד מאשין

נאך פונדערהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך יוני 06, 2018 5:56 pm

א יישר כח פאר די שיינע און קלארע פאקטן.
ביי דיסטריקט #48 איז דאכצעך דא א טעות.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יוני 06, 2018 6:21 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:א יישר כח פאר די שיינע און קלארע פאקטן.
ביי דיסטריקט #48 איז דאכצעך דא א טעות.

אז?
פיין טונד מאשין

נאך פונדערהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך יוני 06, 2018 6:28 pm

כאפצעם האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:א יישר כח פאר די שיינע און קלארע פאקטן.
ביי דיסטריקט #48 איז דאכצעך דא א טעות.

אז?

די נעכטיגע ריזאלטס ר +7 און 2014 די דעמאקראטן געין +8 איז עס היי יאר ד +1 נישט +6
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יוני 06, 2018 6:42 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:די נעכטיגע ריזאלטס ר +7 און 2014 די דעמאקראטן געין +8 איז עס היי יאר ד +1 נישט +6

ריכטיג, פארראכטן.
פיין טונד מאשין

אור
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מיטוואך יוני 06, 2018 7:08 pm

זייער שיין
קומסט אריין גאר קלאר

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך יוני 06, 2018 7:28 pm

יישר כח.
יאפ קומט אריין שיין און קלאר
שכח = פארגעס
יישר כח = איז וואס מען ניצט צי באדאנקען איינעם

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2442
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יוני 06, 2018 8:29 pm

הכל הבל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:שכח יעדער איינער, @אין כל חדש, @הכל הבל, @וויכטיג מאכער, @כאפצעם, פאר די באריכטן און אנאליזן.

לגבי די טוירנאוט פוינט, די נאמבערס קענען נאך זייער ארויפגיין, ווי @אין כל חדש שרייבט, פאר א דוגמא ווי שטארק עס קען זיך טוישן, אזוי ווי יעצט איז בערני געווען אונטערשטעליג דארט 13% און גע'ענדיגט האט ער ביי 7%.

סתם פאר אינטערסאנטקייט, די יישר כח'ס איז געווארן במכוון מסודר על פי סדר האלף בית אדער איז עס פונקט געלונגען? 8.)


פונקט אויסגעקומען .
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2442
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יוני 06, 2018 8:30 pm

shimon7323 האט געשריבן:יישר כח.
יאפ קומט אריין שיין און קלאר


גם אני מצטרף, WOW @כאפצעם.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך יוני 06, 2018 8:53 pm

וואף! דער קומט אריין מיט קלארע נאמבערס! א פלעזשער צו ליינען אזא קלארע אנאליז. טענקס!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19015
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יוני 06, 2018 11:54 pm

טענקס כאפצעם פאר די שיינע שיעור...

אויף פאקס האבעך געזעהן איינער דיסעגריט... און ער זאגט אז אוודאי איזעס נישט פונקטליך אבער געווענליך קעמען יא נעמען די פריימערי נאמבערס און קאונטן לויט דעם פאר די דזשענעראל עלעקשן... ער ברענגט נאך פון לערי סאבאטא אז סיז יא אן אינדיקעיטער...

Other analysts agree about the predictive value of the California primary when it comes to figuring out what will happen in November. As Larry Sabato's Center for Politics pointed out last month: "Although the two-party voting in the primary is not a perfect predictor of the general election, the Democratic two-party percentage in the top-two primary and the Democratic two-party percentage in the general election were almost perfectly correlated in 2012, 2014 and 2016.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2442
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:25 am

פון די אנדערע זייט קוקט אויס אז די רעפאבליקענס זענען נעכטן ארויסגעקומען אסאך שטערקער ווי די דעמאקרעטס, און עס מוז נישט זיין אז עס וועט זיי נאכאמאל געלונגען אין נאוועמבער, די רעפאבליקענס האבן געהאט 37% שטימען פאר גאווערנער פון קאליפארניע, קעגן 61% פאר די דעמאקרעטס, וואס איז היפש מער ווי זייער עכטע פראצענט.

דאס איז א ליעד פון 24% פאר די דעמאקרעטס, ווי טראמפ האט פארלוירן מיט דרייסיג פראצענט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4937
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 07, 2018 9:47 am

א נייע נבס/וו.ס.דזש. אנקעטע צייגט גינסטיגע נייעס פאר די דעמאקראטן פאר די מידטורמס (מיט'ן אויסנאם פון פעלאוסי...)

צום אלעם ערשט איז זייער דשענעריק אויבערהאנט ארויף פון 7% אין אפריל צו 10% יעצט.

מיט א צוועלף פראצענט אויבערהאנט זאגן די אויסגעפרעגטע אז זיי זענען "לעס לייקלי" צו וואוטן פאר א קאנדידאט וואס האט געשטיצט די גרויסע טעקס קאט #אוטש. ביי רעדשעסטערד וואוטערס גייט עס אבער אראפ צו 6% מיט 20% וואס זאגן אז עס מאכט נישט אויס אידער וועי...

דא האט איר נאך עטליכע פראגעס
DfFypk_XcAAvfYA.jpg
DfFypk_XcAAvfYA.jpg (98.06 KiB) געזעהן 375 מאל

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2790
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דאנארשטאג יוני 07, 2018 10:57 am

ווייס איך נישט וועלכע אשכול דאס באלאנגט לייג איך עס דא

אין סאוט דעקאטע איז א דעפיוטי געלאפן קעגן זיין שעריף פאר די "שעריף פאזיציע", און דער דעפיוטי האט געוואנען די פריימערי, הארט ביים שפארן די פאלס האט די יעצטיגע שעריף (וואס האט פארלוירן די פריימערי) געפייערט די דעפיוטי וואס האט געוואנען זיין פאזיציע...

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2442
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יוני 07, 2018 12:13 pm

אפאר אנקעטעס.

דזשענעריק בעלאט D+7 40-47 לויט IBD
D+6 44-38 לויט יו גאוו
+4 45-41 לויט רעסמוסען

טעד קרוז איז פאראויס 6% 48-42 לויט PPP אין די אנקעטע איז טראמפס עפראוועל אין טעקסאס +3 49-46

אין די פערדע דיסטריקט אין יוטא איז די אינקאמבענט רעפאבליקאנע קאנגרעספרוי פאראויס +4 47-43
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19015
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יוני 07, 2018 12:35 pm

זעהענדיג היינט די NBC אנקעטע האבעך מיך געפרייט אז ענדליך וועלן אפאר אשכולות ווערן לעבעדיג...

בנוגע די טעקס בילל, ווען מ'פרעגט א מענטש איבער די טעקס קאט איז דאס נישט די זעלבע פראגע ווי די "טראמפ" טעקס קאט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג יוני 07, 2018 12:46 pm

גם אני מצטרף מיט דאנק פאר כאפצעם'ס הערליכע אנאליז
2 קליינע הערות
1) ווי ווייט איך פארשטיי און ליין, איז נישט ריכטיג אז די דיסטריקטס זענען שוין מער ווייניגער געענדיגט ציילן, קאליפארניע האט א סיסטעם פון Mail Ballots וואס נעמט צייט צו באקומען אלע
2) עס איז דא א סברא צו קלערן אז דאס יאר וועט די דעמאקראטישער שפרינג זיין גרעסער וויבאלד עס איז ערווארטעט צו זיין א שטארקע ענטוזיאזם ביי די דעמאקראטן

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג יוני 07, 2018 12:48 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:זעהענדיג היינט די NBC אנקעטע האבעך מיך געפרייט אז ענדליך וועלן אפאר אשכולות ווערן לעבעדיג...


איך האב הנאה אז דו האסט אינזין דיינע צוקלאפטע ברידער...

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4937
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:07 pm

די דשענעריק באלעט האט זיך א שארפע שאקל געטון אין די דעמאקראטישע ריכטונג, און זיי שטייען אצינד ביי +7.4 אויף רק"פ
צוגעלייגטע
Screenshot_2018-06-07-13-06-25_1.png
Screenshot_2018-06-07-13-06-25_1.png (122.31 KiB) געזעהן 263 מאל

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19015
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:31 pm

אה, סיז געווען בעסער?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג יוני 07, 2018 2:27 pm

לכאורה נישט, ווען יא וואלסטו עס אוודאי געמאלדן דא.
שנראה כל אחד מעלת חברינו


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”