2018 מידטורם עלעקשאנס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יוני 06, 2018 2:44 am

#48 נאך גאר נאענט
צוגעלייגטע
Screenshot_2018-06-06-02-41-09-1.png
Screenshot_2018-06-06-02-41-09-1.png (43.6 KiB) געזעהן 975 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8545
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יוני 06, 2018 3:13 am

מיט %93 געציילט:

די איינציג פארבליבענע שמאלע פארמעסט, דיסטריקט #48 האט נארוואס געכאפט א שאקל נאך די לעצטע בעטש שטימען און דער רעפובליקאנער וואס איז געשטאנען א האר איבערצונעמען דעם צווייטן פלאץ איז אצינד אראפגעפאלן צום פערטן...
צוגעלייגטע
v 3.png
v 3.png (7.1 KiB) געזעהן 979 מאל
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יוני 06, 2018 4:12 am

די דעמאקרעטס זענען ניצל געווארן פון א לאק אוט אין אלע קאמפעטעטיוו פארמעסטן, איין זיץ די אכטע דיסטריקט איז זייער טייט די צווייטע פלאץ, אבער די דעמאקרעטס האבן מסתמא עניוועי נישט קיין טשענס דארט אין נאוועמבער.

איינער קען ביטע אנצייגן וועלכע רעפאבליקאנער דיסטריקטס קלינטאן האט געווינען, און אויב עס איז דא פארקערט אויך אין קאליפארניע?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך יוני 06, 2018 7:27 am

פארוואס זענען די דעמאקראטען אזוי שטארק אויף די דעפענסיווע אין די מערסט בלויע שטאט אין אמעריקע?

וואספארא טשעלענדזש האבען די דעמאקראטען? אלעס גייט דאך אקוראט זייער וועג, נישט אזוי?

א צודרייטע אימפאלסיוו פרעזידענט אין די אפאזיציע און עס איז די ערשטע מיד-טוירמס, די מערסט ארגאניזירטע פארטיי און וויאזוי אין די וועלט קען דאס זיין אז זיי דארפען זיך דעפענדען אין ליבעראלע קאליפארניע?

עס איז זייער נישט די סטאנדארט!
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך יוני 06, 2018 9:28 am

Great night for Republicans! Congratulations to John Cox on a really big number in California. He can win. Even Fake News CNN said the Trump impact was really big, much bigger than they ever thought possible. So much for the big Blue Wave, it may be a big Red Wave. Working hard!

פייגעלע אפפאל.

(קרעדיט טשאדעלע )

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 06, 2018 9:50 am

סענאטאר בערני סענדערס געפרעגט געווארן אויב ער שטיצט די ווידערוויילונג פארזוכן פונעם מעסיגן דעמאקראטישן וועסט ווירדזשיניע סענאטאר דזשאו מענשין: איך וויל זעהן דעמאקראן צוריקנעמען קאנטראל פונעם סענאט, אבסאלוטלי!

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מיטוואך יוני 06, 2018 10:41 am

איינער קען ברענגען די ס"ה נאמבערס וויפל וואוטערס די דעמאקראטס האבען ארויס געברענגט נעכטען אין וויפל די רעפאבליקענס

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19619
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יוני 06, 2018 11:02 am

כאפצעם האט געשריבן:#42 פליפ:

א פרישע פליפ דאסמאל אין מיזורי, ווי דער דעמאקראט האט געווינען מיט %20 א טראמפ +5 סטעיט סענאט דיסטריקט.



און אין קאלעפארניע האט מען סוקסעספול ריקאללד א דעמעקראט, און מיט דעם אוועקגענומען די סופער מעדזשארעטי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8545
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יוני 06, 2018 11:09 am

דעמאקראטן האבן טאקע אויסגעמיטן לאקאוטס אבער די נומבערס זענען שרעקליך פאר זיי. ממש די חברה זענען נישט ארויסגעקומען!

קיין קאנגרעס קאנטראל גייען זיי אזוי נישט באקומען..
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19619
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יוני 06, 2018 11:40 am

שטארקע פוינט, כאבעס געקלערט פון שרייבן, אבער כאב נישט עכט מיטגעהאלטן די נייעס וואס מ'דארף צו זעהן אין קאלעפארניע, האבעך נישט געשריבן...

למעשה פארשטיי איך יעצט אז ווען סאט אויסגעקוקט אז ס'קומט א דעמעקראטישע וועיוו, די דזשענעריק ליעד איז געווען דאבל דידזשיט, איז געווען די עסאמפשן אז אויב מאכט א דעמעקראט דעם וועג ארויף אויפן בעלאט זענען די ריפאבליקענס אין טראבל... למעשה זעה איך אז סיז אפשר דא איין זיץ ווי די אינקאמבענט פארטיי האט נישט אנגעצויגן גאנצע 50 פראצענט... אין סיי וועלעכע פארמעסט אפילו וואו ס'איז נישטא קיין אינקאמבענט, האט די פארטיי פונעם אינקאמבענט באקומען איבער 50 פראצענט שטומען! סאו איה"נ די דעמעקראטן האבן עוואוידעד צו ווערן אויסגעשלאסן, איז די געווינס נישט אזוי שטארק ווען די דזשענעריק בעללאט איז 3-4 פראצענט...

די זעלבע איז מיט די ריפאבליקען'ס "זיג" אז זייער גאווערנער קאנדידאט האטעס געמאכט שטארק אויפן צווייטן פלאץ... סיז א הערליכע מאראלישע זיג וואס סינישטא וואו צו דיפאזיטן! אנלעסס עפעס מעידזשער געשעהנט גייט א דעמעקראט געווינען די גאווערנער'ס זיץ...

וואס זיי זאגן יא, איז אז ווען ס'איז ווען נישטא קיין ריפאבליקען אויפן טאפ טיקעט, הרג'טעס טוירנאוט... יעצט אז ער איז יא דארט, העטעס העלפן טוירנאוט...

ווי געזאגט, כ'האניש מיטגעהאלטן די לעצטע פאר וואכן קאלעפארניע נייעס, אבער בעיסד אויף וואס איך זעה פון די אנאליזן און שאצונגען פון אפאר טעג פארדעם און די ריזאלטס פון נאכדעם קוקט אויס ווי סינישטא קיין מעידזשער עקסייטמענט אויף קיין איין זייט פון די נעכטיגע וואלן... יעדער פרייצעך אז סיניש געשעהן די ערגסטע...

אנדערע פלעצער איז יא געווען נייעס, אין מיזורי, ווי כאפצעם האט געברענגט, האבן די דעמעקראטן געפליפט א זיץ, און אין קאלעפארניע האבן די ריפאבליקענס ריקאללד א דעמעקראט און אוועקגענומען (טעמפארערלי) די דעמעקראטישע סופער מעדזשארעטי...

אין ניו דזשערסי האט א אומבאקאנטע קאנדידאט אן קיין קאמפיין, אן געלט, ממש גארנישט געטוהן, אנגעצויגן סורפרייזינגלי גאר שיין קעגן מענענדעז אין די דעמעקראטישע פריימערי פאר סענאט... דאס איז א נייע זיץ וואס ברענגט אביסל זארג פאר דעמעקראטן... אין נארמאלע אומשטענדן וואלט די סיעט געווען זיכער פאר דעמעקראטן, אבער מענענדעז איז געווען פארמישט אין א סקאנדאל, און טראצדעם וואס מ'האטעם נישט געקענט טרעפן שולדיג, ס'האצעך געענדיגט אין א מיסטרייעל, האט די סענאט עטיקס קאמיטעי אים יא געפונען שולדיג און געהייסן צוריקצאלן געלטער... עכ"פ אויב עפעס אן אומבאקאנטע קאנדידאט האט געקענט אנציען באלד 40 פראצענט, האבן די דעמעקראטן מורא אז א גוט פינאנצירטער ריפאבליקען קאנדידאט קען אים מעגליך ביעטן...

דערווייל איז די זיץ קאנסידערט צו בלייבן ביי די דעמעקראטן, אבער אויב האצעך עפעס נעכטן מעידזשער געטוישט אין די סענאט אוטלאאק, איזעס אז מענענדעז'ס סיעט איז געווארן שטארק קאמפעטעטיוו...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

abeg
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך יוני 06, 2018 12:09 pm

.

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 06, 2018 1:02 pm

ווייסע הויז אנטזאגט זיך צו לאדענען מאנטאנא סענאטאר דזשאן טעסטער צו זיין אנוועזנד ביי צערעמאניע ווי דער פרעזידענט וועט אונטערשרייבן א ביל מיט זיין שטיצע אנדערש ווי סענאטארן הייטקעמפ און דאנעלי וועלכע האבן לעצטנס באקומען אזעלכע געלעגנהייטן

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 06, 2018 1:10 pm

סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער: דעמאקראטן שטייען זייער גוט אין באצוג צוריקצובאקומען קאנטראל פונעם סענאט, אונזערע אויסזיכטן זענען גאר גוט קוקנדיג אויף יעדע פארמעסט באזונדער.

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מיטוואך יוני 06, 2018 1:56 pm

עס הערשט דא א היפשע צומישעניש איבער וואס עעס גייט פאר אין קאליפארניע, איך וועל פרובירן אויסצוקלארן אביסעלע, בעיקר פאקטן נישט אנאליזן
די שטאט קאליפארניע -די גרעסטע אין יונייטעד סטעיטס - פארמאגט 53 קאנגרעס זיצן פון וואס דעמאקראטן זענען אין קאנטראל פון אן איבערוויגענדע מערהייט פון 39 זיצן צו 14 זיצן פאר די רעפובליקאנער
אזוי ווי אין 2016 האט קלינטאן אנגעצויגן שטארק אין א שיין ביסל רעפובליקאנע זיצן דארט, האט דאס געברענגט האפענונגען פאר די דעמאקראטן אוועקצוכאפן אפאר זיצן, אזויפיל ווי 7 פון די 14 רעפובליקאנע זיצן, ווערן באטראכט אלס א שטארקע מעגליכקייט אריבערצוגיין צו די דעמאקראטן
נעכטן זענען פארגעקומען די פריימעריס דארט, און עס האט זיך געהאט אנטוויקלט א זארג ביי די דעמאקראטן אז זיי קענען ווערן אויסגעשלאסן פון די נאוועמער וואלן ביי א טייל פון די 7 זיצן.
למעשה איז זיי ווי ס'שיינט געלונגען דאס אויסצומיידן און זיי וועלן האבן א קאנדידאט אויף אלע 7 געצילטע זיצן.
קוקנדיג אויף די נעכטיגע רעזולטאטן זעט מען אז אין איינס פון די 7 (דעריל אייסע'ס זיץ) האבן די דעמאקראטישע קאנדידאטן צונאזאם אנגעצויגן מער שטימען פון אלע רעפובליקאנע קאנדידאטן צונאזאם, און ביי 6 האבן די רעפובליקאנע אנגעצויגן מער, אבער עס ווערט אנגעוויזן דורך עקספערטן אז עס איז צו פרי צו ציען החלטות ווייל קאליפארניע האט א היסטארי פון ציילן שטייט די שטימען און געווענליך נאך אפאר וואכן ווען זיי ענדיגן ציילן, זעט מען שטארקע טוישונגען פון די וואל נאכט, סא מוז מען ווארטן צו זען די ענדגילטיגע נאמבערס. און אויך ווערט אנגעוויזן אז אין נאוועמבער זעט מען היפשע פאר מאל שטארקע טוישונגען פון די פריימעריס, סא פריימערי נאמבערס זענען נישט אזעלכע פונקטליכע פאראויסזאגערס

קאליפארניע פריימערי אנאליז (סאבאטא)

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מיטוואך יוני 06, 2018 2:30 pm

אין איינס פון די 7 זיצן (CA21) א קלינטאן +15 דיסטריקט האט דער רעפובליקאנער אנגעצויגן גאר שטארק איבער זיין קעגנער, ברענגענדיג היפש צו באטראכטן די זיץ איז נישט אין געפאר פאר די רעפובליקאנער, אבער די דעמאקראטן פרובירן צו פארענטפערן אז וויבאלד עס איז נישט געווען קיין ערנסטע פארמעסט פארן צווייטן פלאץ, במילא האט דער דעמאקראט זיך נישט אנגעשטרענגט צו קאמפיינען, אבער נאכדעם וואס ער וועט יעצט אנהייבן צו קאמפיינען האט ער מעגליך יא ערנסטע שאנסן אין נאוועמבער
ימים ידברו

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 06, 2018 2:35 pm

באריכטן פון אינערליכע דעמאקראטישע צירקלען אז די סענאט זיצן וועלכע ווערט באטראכט אלס מערסטע אין געפאר זענען:
היידי הייטקעמפ פון נארט דעקאטע
דזשאו דאנעלי פון אינדיאנא
קלערא מקעסקיל פון מיזורי
ביל נעלסאן פון פלארידע

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 06, 2018 3:31 pm

סענאטאר קארקער מאכט זיין טאריף ביל אפיציעל.
צווישן די קא ספאנסערס זענעןסענאטארן:
דזשעף פלעיק
לאמאר אלעקסאנדער
מייק לי
ראן דזשאנסאן
קריס ווען האלען
דזשאני ערנסט
מארק ווארנער
פעט טומי
היידי הייטקעמפ

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 06, 2018 3:36 pm

וועסט ווירדזשיניע סענאטאר דזשאו מענשין זאגט אז ער האט געמאכט א טעות מיטן שטיצן די קאנדידאטור פון הילערי קלינטאן און וואלט געווען אפן צו שטיצן דאנאלד טראמפ

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מיטוואך יוני 06, 2018 4:02 pm

נו וויל דאך יעדער וויסן וואס האבן די נעכטיגע רעזולטאטן געטוישט

לויט דעיוו וואסערמאן פון קוק פאליטיקעל

@Redistrict
Here's how we rate/rank NJ's Dem pickup opportunities following last night:

#NJ02: OPEN (R) - Likely D (was Lean D)
#NJ11: OPEN (R) - Lean D (was Toss Up)
#NJ07: Rep. Leonard Lance (R) - Toss Up
#NJ03: Rep. Tom MacArthur (R) - Lean R

We'll have more at @CookPolitical soon.

@Redistrict
Here's how we'd rank/rate CA's Dem targets after last night:

#CA49: OPEN (R): Lean D (was Toss Up)
#CA25: Knight (R): Toss Up
#CA48: Rohrabacher (R): Toss Up
#CA39: OPEN (R): Toss Up
#CA10: Denham (R): Toss Up
#CA45: Walters (R): Lean R
#CA21: Valadao (R): LIkely R (was Lean R)

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יוני 06, 2018 4:18 pm

מטעמים האט געשריבן:פארוואס זענען די דעמאקראטען אזוי שטארק אויף די דעפענסיווע אין די מערסט בלויע שטאט אין אמעריקע?

וואספארא טשעלענדזש האבען די דעמאקראטען? אלעס גייט דאך אקוראט זייער וועג, נישט אזוי?

א צודרייטע אימפאלסיוו פרעזידענט אין די אפאזיציע און עס איז די ערשטע מיד-טוירמס, די מערסט ארגאניזירטע פארטיי און וויאזוי אין די וועלט קען דאס זיין אז זיי דארפען זיך דעפענדען אין ליבעראלע קאליפארניע?

עס איז זייער נישט די סטאנדארט!


אין קאליפארניע איז דאס די סטענדערט, ווען דו האסט זעקס קאנדידאטן און יענער האט בלויז צוויי, ברויכסטו האבן אסאאך מער שטימען ווי יענעם צו קענען האבן פון די טאפ טו, און צעקוועטשן אפאר פון די אייגענע קאנדידאטן, וכך הוה, אבער פארדעם איז מען אנגעצויגן ווער עס וועט געווינען.

פאר אינטרעסאנטקייט, פון די גרעסטע רעיס אין קאליפארניע זענען די רעפאבליקענס לאקט אוט, זיי האבן נישט באוויזן צו געווינען א קעגנער קעגן סענעטאר פיינשטיין.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יוני 06, 2018 4:25 pm

שכח יעדער איינער, @אין כל חדש, @הכל הבל, @וויכטיג מאכער, @כאפצעם, פאר די באריכטן און אנאליזן.

לגבי די טוירנאוט פוינט, די נאמבערס קענען נאך זייער ארויפגיין, ווי @אין כל חדש שרייבט, פאר א דוגמא ווי שטארק עס קען זיך טוישן, אזוי ווי יעצט איז בערני געווען אונטערשטעליג דארט 13% און גע'ענדיגט האט ער ביי 7%.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 06, 2018 4:29 pm

צל עובר האט געשריבן:שכח יעדער איינער, @אין כל חדש, @הכל הבל, @וויכטיג מאכער, @כאפצעם, פאר די באריכטן און אנאליזן.

לגבי די טוירנאוט פוינט, די נאמבערס קענען נאך זייער ארויפגיין, ווי @אין כל חדש שרייבט, פאר א דוגמא ווי שטארק עס קען זיך טוישן, אזוי ווי יעצט איז בערני געווען אונטערשטעליג דארט 13% און גע'ענדיגט האט ער ביי 7%.

סתם פאר אינטערסאנטקייט, די יישר כח'ס איז געווארן במכוון מסודר על פי סדר האלף בית אדער איז עס פונקט געלונגען? 8.)

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מיטוואך יוני 06, 2018 4:30 pm

@צל עובר @מטעמים
קושיא מעיקרא ליתא, פונקט ווי יעדער פארשטייט אז הגם ניו יארק איז א טונקל בלויע סטעיט דאך איז וומס"ב און ב"פ רויט
די זעלבע איז אין קאליפארניע 39 פון 53 זיצן זעמען קאנטראלירט ביי דעמאקראטן. פון צווישן די בלויז 14 רעפובליקאנער זיצן איז דא א הייסע פארמעסט פאר 7 (אדער 6)
די הייסע פארמעסטן זענען נישט ביי די דעמאקראטישע זיצן

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8545
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יוני 06, 2018 5:49 pm

אין כל חדש האט געשריבן:קוקנדיג אויף די נעכטיגע רעזולטאטן זעט מען אז אין איינס פון די 7 (דעריל אייסע'ס זיץ) האבן די דעמאקראטישע קאנדידאטן צונאזאם אנגעצויגן מער שטימען פון אלע רעפובליקאנע קאנדידאטן צונאזאם, און ביי 6 האבן די רעפובליקאנע אנגעצויגן מער, אבער עס ווערט אנגעוויזן דורך עקספערטן אז עס איז צו פרי צו ציען החלטות ווייל קאליפארניע האט א היסטארי פון ציילן שטייט די שטימען און געווענליך נאך אפאר וואכן ווען זיי ענדיגן ציילן, זעט מען שטארקע טוישונגען פון די וואל נאכט, סא מוז מען ווארטן צו זען די ענדגילטיגע נאמבערס. און אויך ווערט אנגעוויזן אז אין נאוועמבער זעט מען היפשע פאר מאל שטארקע טוישונגען פון די פריימעריס, סא פריימערי נאמבערס זענען נישט אזעלכע פונקטליכע פאראויסזאגערס

קאליפארניע פריימערי אנאליז (סאבאטא)

איז אזוי. די שפעט ציילן שטימען איז מער אין די דרום זייט, דא אבער אין די 7 קאמפעטעטיוו דיסטריקטס קען מען ערווארטן נאך ארום %1/%2 פראצענט פארן דעמאקראט, נישט קיין ערענסטע מעשיות.

די דעמס האבן טאקע נעכטן אין קאליפארניע אינקריעסד זייער מארזשין פון די 2016 קאנגרעס פריימערי רעיסעס אבער עס איז נישט געווען העכער זייער 2016 זשענעראל עלעקשאן קאנגרעס וואוט און אסאך נידעריגער ווי קלינטאן'ס מארזשין.

דאס איז אמת אז אין די זשענעראל הייבן די דעמאקראטן זייערע נומבערס אבער אז מ'קוקט דא אויף דעם טשארט פון די לעצטע צוויי עלעקשאנס זעהט מען א געין פון בערך %6 אין עוורידזש. יעצט לאמיר זעהן וויפיל דאס וועט אויסמאכן אינדיווידואל אויף די פארמעסטן:

לאמיר גיין צו דיסטריקט #39.

אין 2016 איז די דעמ. געין (פון די פריימערי צו די זשענעראל) געווען +6, אין די נעכטיגע פריימערי זענען די רעפובליקענס אריינגעקומען מיט +10, קומט אויס לויט די 2016 +6 געין וועט אין די 2018 זשענעראל דער רעפובליקען נאכאלץ זיין +4. אין 2014 איז די דעמ. געין געווען +4, לויט דעם וועט יעצט אין די זשענעראל דער רעפובליקען געווינען +6

לאמיר גיין צו דיסטריקט #25.

אין 2016 איז דארט אויך די דעמ געין געווען +6, אין די נעכטיגע רעזולטס זענען די רעפוב. אריינגעקומען +6, דאס מיינט אז אין די 2018 זשענעראל איז עס נעק ענד נעק... אין 2014 איז די דעמ. יא געווען א +26 געין! וואס לפי זה געווינט יעצט דער דעמאקראט מיט 20 פוינטס.. אבער אזאנס קוקט אויס אן אויסנאם.

לאמיר זעהן דיסטריקט #45.

אין 2016 איז די דעמ. געין געווען +2, נעכטן האבן די רעפובס. באקומען +9. לפי זה געווינט דער רעפובליקען אין די 2018 זשענעראל מיט +7. אין 2014 האבן אבער די דעמ. געגעינט 11, לפי זה וועלן זיי אויפפיקן די סיעט מיט +2

יעצט צו דיסטריקט #10.

דארט האבן די דעמאקראטן געגעינט +12 אין 2016. יעצט אין די 2018 פריימערי האבן די רעפובליקענס געקריגן +4, סאו לפי זה גייט יעצט אין די זשענעראל דער דעמאקראט אויפפיקן מיט +8. ווידער אין 2014 איז דעמ. געין געווען +5, לפי זה איז עס א שמאלע דעמ. פיקקאפ מיט 1 פוינט.

דיסטריקט #48.

דארט האבן רעפ. אין 2016 געזעהן א געין פון 2 פוינטס ביי די זשענעראל, די נעכטיגע רעזולטס איז רעפ. +7, לפי זה געווינט דער רעפ. מיט +9. אין 2014 ווידער האבן די דעמס. געגעינט +8, לפי זה איז עס היי יאר א דעמ. +1 פיקאפ.

דיסטריקט #21.

דא האבן די "רעפובליקענס" אין 2016 געגעינט +6, די נעכטיגע רעזולטס איז רעפ. 26+, לפי זה געווינט דער רעפ. מיט +32.. ווידער קוקענדיג אויף 2014 האבן דעמאלטס די דעמ. געגעינט +10 לפי זה געווינט נאך אלץ דער רעפ. היי יאר מיט +16.

דיסטריקט #49.

אין 2016 האבן די דעמס. געגעינט +5, די נעכטיגע רעזולטס איז "דעמ" +3, לפי זה איז עס א +8 דעמ. פיקקאפ אין נאוועמבער. אין 2014 האבן די דעמס געגעינט +4, לפי זה איז א דעמ +7 פיקקאפ.

ס"ה:

לויט די נעכטיגע רעזולטאטן קריגן די דעמס בלויז 1 זיץ.
אויב קומט א 2016 געין קריגן די דעמס 3 זיצן.
אויב איז דא א 2014 געין קריגן די דעמס 5 זיצן.

וויאזוי איך פארשטיי איז אין 2014 געווען די גרעסטע געין פשוט ווייל ווי נידעריגער דו שטייסט אלס מער קענסטו גיין אויף ארויף, אין 2016 איז שוין געווען א שטארקערע דעם טורנאוט ביים פריימערי האבן זיי שוין נישט געהאט צופיל צו געינען אין די זשענעראל.. לפי זה וואלט איך פרעדיקטעט אז היי יאר ווי ביים נעכטיגע פריימערי איז די דעמ. טורנאוט געווען נאך העכער וועט שוין די געין ביים זשענעראל זיין נאך ווייניגער ווי אין 2016... סאו 3 זיצן פאר זיי אין נאוועמבער וואלט שוין געווען א בעסט קעיס סינעריא!

כ'געדענק נאך ווען זיי האבן גערעדט פון 7 זיצן.. איי זכרונות פון די יוגענט.. אבער דאס יא דארף מען געדענקן אז זיי האלטן יעצט ביי א שמאלע 3 פוינט ליעד נאציאנאל, אז דאס גיבט זיך א קליינע ריק אויף ארויף איז די גאנצע בילד אנדערש.
צוגעלייגטע
IMG_20180606_151408.jpg
IMG_20180606_151408.jpg (81.33 KiB) געזעהן 962 מאל
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך יוני 06, 2018 6:40 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך יוני 06, 2018 5:56 pm

א יישר כח פאר די שיינע און קלארע פאקטן.
ביי דיסטריקט #48 איז דאכצעך דא א טעות.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: rogers, באגלייבט, לאך א גוטס, שבתי בוים און 34 געסט