2018 מידטורם עלעקשאנס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג מארטש 23, 2018 2:04 pm

גראדע א אינטערסאנטע ספעקטעקאל נישט קיין חילוק וועלכע פאליטיק מען האט ליב.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 23, 2018 2:13 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:כאפצעם, די ריפאבליקען מעפ איז געווען גערימענדערינג, אבער די קאורטס אויך, סאו די קאורט האט ארויסגעווארפן די ריפאבליקאנע מעפ, ווארפט מען ארויס זייער...


נישט זייער מעפ, די דזשאדזשעס אליינס, א בחינה ווי רוזעוועלט האט געסטראשעט דעם סופרים קארט ווען זיי האבן געהאלטן אז די ניו דיעל איז אנקאנסטעטושענעל, אז ער וועט בעטן סענאט צו צולייגן נאך סופרים קארט דזשאסטיצעס ביז ער וועט האבן רוב, למעשה האט זיך דער קארט געבראכן צום דיקטאטורישען דעמאקראט.

די נייע מעפ איז נישט ממש דזשערימענדערט פאר די דעמאקרעטס, מקען געבן פאר די דעמאקרעטס א גוטע 12-13 דיסטריקטס, קל וחומר פון די רעפאבליקענס, און די מעפ געט זיי בלויז 8-9 פון 18 אנשטאט די ביז יעצטיגע 5-6.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג מארטש 23, 2018 3:37 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:כאפצעם, די ריפאבליקען מעפ איז געווען גערימענדערינג, אבער די קאורטס אויך, סאו די קאורט האט ארויסגעווארפן די ריפאבליקאנע מעפ, ווארפט מען ארויס זייער...

מיט וואס איז דאס זשערימענדערד?
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:27 pm

ברעיקינג:

קאנגרעסמאן 'רייען קאסטעלאו' (ר-PA6) קענסלט זיין ריעעלעקשאן קאמפיין. די דיסטריקט איז געגאנגען באקוועם פאר קלינטאן.

דאס איז די 32'סטע רעפובליקען רעטייערמענט.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » זונטאג אפריל 08, 2018 12:36 pm

פלארידע גאווערנאר 'ריק סקאט' איז ערווארטעט צו מעלדן מארגן אז ער לויפט פאר סענאט אין די 2018 עלעקשען'ס אנטקעגן אינקאמבענט דעמאקראטישע סענאטאר 'ביל נעלסאן'

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אפריל 08, 2018 3:09 pm

דער געוועזענער רעפאבליקאנער גאווערנער פון מינעסאטע טים פעלאנטי לויפט פאר גאווערנער אין 2018.

געוויסע רעפאבליקאנער האבן געוואלט אז ער זאל לויפן פאר דעם געוועזענער דעמאקראטישער סענעטאר על פרענקען'ס זיץ, זייענדיג זייער פאפעלער אין מינעסאטע, למעשה לויפט ער פאר גאווערנער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אפריל 11, 2018 8:46 am

ברעיקינג:

הויז ספיעקער פאול רייען לויפט נישט פאר ריעעלעקשאן.

רייענס זיץ איז געווארן א ציל ברעט פון דעמאקראטן נאך עטליכע גרויסע געווינסן אין וויסקאנסן, די בושות פאר א ספיעקער צו פארלירן וואלט געווען גאר גרויס. אויסערדעם, אפילו אויב ער געווינט זיין זיץ, האט ער סייווי שטארקע שאנסן צו פארלירן די ספיעקערשאפט אין פאל פון די דעמאקראטן איבערנעמען קאנגרעס, און מינאריטי ליעדער איז נישט די בעסטע ארבייט.

דאס איז די 39'סטע רעפובליקען וואס פארלאזט קאנגרעס היי יאר, און די 26'טע רעפובליקאנער וואס רעטייערט אינגאנצן.

#בלויע_כוואליע
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אפריל 11, 2018 10:34 am

#40?

Florida Republican Rep. Dennis Ross told his staff this morning he is retiring, Tampa Bay Times reports.

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אפריל 11, 2018 10:44 am

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

הויז ספיעקער פאול רייען לויפט נישט פאר ריעעלעקשאן.

רייענס זיץ איז געווארן א ציל ברעט פון דעמאקראטן נאך עטליכע גרויסע געווינסן אין וויסקאנסן, די בושות פאר א ספיעקער צו פארלירן וואלט געווען גאר גרויס. אויסערדעם, אפילו אויב ער געווינט זיין זיץ, האט ער סייווי שטארקע שאנסן צו פארלירן די ספיעקערשאפט אין פאל פון די דעמאקראטן איבערנעמען קאנגרעס, און מינאריטי ליעדער איז נישט די בעסטע ארבייט.

דאס איז די 39'סטע רעפובליקען וואס פארלאזט קאנגרעס היי יאר, און די 26'טע רעפובליקאנער וואס רעטייערט אינגאנצן.

#בלויע_כוואליע


עס האט געהייסן אז ער גייט פעסט געווינען.

ער גייט מסתמא פאר די זעלבע סיבה ווי טרעי גאודי, אז וואס האט ער פון דארפן ארבעטן פארן דעמאקראטישן פאפוליסטישן ביג גאווערמענט אנטי טרעיד אנטי טראסט פרעזידענט.

איין סיבה איז געווען, טעקס קאט, אבער מ'האלט שוין נאכדעם.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אפריל 11, 2018 10:45 am

בד"וו, דא זעהט מען אויך די באגלייבטקייט פון די "סורסעס".
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אפריל 11, 2018 10:57 am

איך פארדעכטיג ס'קומט נאך א פלייץ רעטייערמענטס פון רעפובליקאנער וואס ווארטן קודם אז די דעדליין פאר קאנדידאטן אפליקאציעס זאל אפלויפן.. א ליידיגע זיץ באקומט סאך בעסערע דעמאקראטישע טשאלענזשער קאנדידאטן
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג אפריל 15, 2018 2:05 pm

נייע אנקעטע: הויכע אינטערעסע אין די מידטורם עלעקשינס

66% דעמעקראטן, יא
49% רעפאבליקאנער , יא

אינטערעסאנט, אין יאר 2010 איז עס געווען פונקט פארקערט אויפ'ן האר!

WSJ/NBC poll

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אפריל 15, 2018 5:20 pm

די דעמעקרעטס זענען און דעי אנקעטע 3% אינטערשטעלוג פון פאריגען חודש
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אפריל 15, 2018 7:31 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די דעמעקרעטס זענען און דעי אנקעטע 3% אינטערשטעלוג פון פאריגען חודש


אבער די עיקר וואס דע אנקעטע ווייזט איז, אז די דעמאקרעטס זענען שטערקער ביי לייקלי וואויטערס ווי ביי סתם מענטשן, פארקערט ווי "אייביג".
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 16, 2018 12:32 am

מארנינג קאל האט ארויסגעגעבן א אנקעטע פון פענסילוועניע.

טראמפ עפראוועל אין די סטעיט וואס האט געהאט די גרעסטע חלק אין זיין געווינס, 39% צופרידן 55% אומצופרידן, מיינוס 16%.

גאווערנער טאם וואלף א דעמאקרעט וואס לויפט פאר ריעלעקשען 46% צופרידן 35% אומצופרידן, פלאס 11%.

סענעטאר באב קעיסי א דעמאקרעט וואס לויפט פאר ריעלעקשען 41% צופרידן 28% אומצופרידן, פלאס 13%.

דזשענעריק בעלאט דעמאקראט 47% רעפאבליקען 38% דעמאקראט פלאס 9%.

דריי רעפאבליקענס שלאגן זיך אין א פריימערי צו לויפן קעגן וואלף, קעגן סקאט וואגנער, וועם פאול מאנגא באשמוצט אלס א סלאמלארד, געווינט וואלף 47% קעגן 31%, קעגן די אנדערע, מאנגא מיט לאורא עלסווארט, זענען אינטערשטעליג מיט גאנצע צוואנציג פראצענט.

צוויי רעפאבליקענס האבן א פריימערי ווער עס זאל לויפן קעגן קעיסי, קאנגרעסמאן לו בארלעטע וואס איז דער פראנט ראנער און געשטיצט דורך טראמפ, ער פארלירט צו קעיסי 32% קעגן 48% א 16% ליעד פאר קעיסי, און סטעיט רעפרעזענעטיוו דזשים קריסטיאנע פארלירט צו קעיסי 29% קעגן 48% א 19% ליעד פאר קעיסי.

46% זענען קעגן דעם טעקס קאט און 39% שטיצן עס, 36% האלטן אז עס וועט נישט אויסמאכן אויף זייער טעקס ביל, 28% האלט אז עס וועט אראפגיין, און 25% האלט אז עס וועט גאר ארויפגיין פאר זיי.

אכט פון צען שטיצן די וואס מ'האט געברענגט אהער אומלעגאל אז מזאל זיי לאזן אין לאנד, און 57% קעגן 37% זענען קעגן די וואנט.

קרוב צו האלב שטיצן די סטעיט סופרים קארט וועגן די נייע מעפ, און 26% זענען דערקעגן.

זיבן פון צען האלטן אז מזאל לאזן מולער ענדיגן זיין אויספארשונג, און 16% האלט אז מזאל אים פייערען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג אפריל 16, 2018 10:05 pm

@politics_polls: Mississippi Senate GE:
Wicker (R) 48%
Baria (D) 31%
Undecided 21%

Triumph
Campaigns/@MSyallpolitics 4/10-11
https://t.co/O9Bub06Nm9 #MSsen...

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג אפריל 17, 2018 10:32 am

Screenshot_20180417-090621-1080x1920.png
Screenshot_20180417-090621-1080x1920.png (510.07 KiB) געזעהן 555 מאל

אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

תגובהדורך tech yid » דינסטאג אפריל 17, 2018 11:30 am

קוקט אויס ווי יוסי געשטעטנער האט אויפגעגעבן אויף די מידטורם עלעקשאנס
הק׳ טעקעלע

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » דינסטאג אפריל 17, 2018 12:29 pm

שכח הרב צל פאר אייער שיינע באריכט

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג אפריל 17, 2018 2:22 pm

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:שכח הרב צל פאר אייער שיינע באריכט
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מיטוואך אפריל 18, 2018 2:20 pm

...?No word about Texas Senate poll??? are you all busy with eating today

zurech
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:48 pm

תגובהדורך zurech » מיטוואך אפריל 18, 2018 2:27 pm

אין כל חדש האט געשריבן:...?No word about Texas Senate poll??? are you all busy with eating today

new Quinnipiac Texas Senate poll: Cruz 47%, O'Rourke 44%

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אפריל 18, 2018 10:04 pm

די מידטורמס הייבט שוין אן ווערן אביסל ווארעמער.. כ'על פראבירן יעדע שטיק צייט צו ברענגען אן אפדעיט פון די לעצטערע אנקעטעס און פארמעסטן.

איז קודם די וויכטיגסטע פאר די מידטורמס פאר ביידע צדדים איז די טראמפ אפראוול.. דאס איז פון די וואך:

נבס/וו"ס זשורנאל %39
עקאנאמיסט %42
ען פי אר/מעריסט %39
גאלאפ %39
עבס/וו"פ %44
רויטערס %41
רעסמוסען %50

די קאנגרעסנמאלע בעלאט פון די וואך, דעמאקראטן:

נבס/וו"ס זשורנאל +7
עקאנאמיסט +5
רויטערס +10
ען פי אר/מעריסט +5
עבס/וו"פ +4
רעסמוסען +5

נאכדעם איז דא אנקעטעס אין די הייסע פארמעסטן.

אין טעקסעס לויפט א מאדערעט דעמאקראט מיט חלומות פון ביעטן טעד קרוז. א קוויניפיעק אנקעטע פון היינט גיבט קרוז א שמאלע 3 פוינט אויבערהאנט. דער דעמאקראט בעטא אראוק זאמעלט ריזיגע געלטער און ציעט אן הערליך אין די אנקעטעס אבער ביים פריימערי האט קרוז באקריגן דאפעלט פון די דעמאקראטן וואס האט אביסל אויפגעוועקט ביי די עקסיידעד דעמאקרעטס די ריאליטעט פון טעקסעס..

אין אריזאנע קומט נעקסטע וואך פאר א ספעשל עלעקשאן אין א פעפער רויטן דיסטריקט.. און ניין, נישט פענסילוועניע-יוניען-ווארקינג קלעס טייפ רויט נאר געהעריג קעטשאפ רויט. שטייצעך די דעמאקראטן קאמפיעטן עניוועי און א אנקעטע יעצט ווייזט דעם דעמ. מיט +1, די ערלי וואוטס ווייזן אבער דעם רעפובליקען געווינען שיין באקוועם

אנדערע חלומות גייען פאר אין טענעסי ווי דער רעפובליקען מארשע בלעקבארן און דעמאקראט פיל ברעדסען לויפן פאר באב קארקער'ס זיץ, אן אנקעטע יעצט צייגט דעם דעמאקראט -און געוועזענע גאווערנער- ברעדסאן מיט א 10 פוינט ליעד, קארקער האט היינט אומאפיציעל אינדארסירט דעם דעמאקראט...

אינעם רויטן אינדיאנע צייגט היינט א גרעוויס פאול דעם אינקאמבענט סענאט דעמאקראט זשאו דאנעלי מיט א 10 און 18 פוינט ליעד קעגן די רעפובליקאנער קעגנער, למעשה כ'ווייס נישט פארוואס אבער ער פאולט נישט דאנעלי קעגן בראון וואס איז גראדע א שטיקל פראנט ראננער יעצט אין די זשי או פי פריימערי, סאו די דעמאקראטן דארפן נאך אביסל צואווארטן פארן לחיים..

אין אריזאנע ווי מ'לויפט פאר פלעיקס זיץ לויפט א מאדערעט סאליד דעמאקראט קריסטען סינעמע און די רעפובליקענס שלאגן זיך נאך אין די פריימערי צווישן דער בארימטער זשאו ארפייא, דער עקסטרעמיסט קעלי ווארד, און דער מאדערעט מעקסעלי. רעפובליקענס האבן זיך געפרייט מיט ארפייאס קאנדידאטור אזוי רייסן זיך די צוויי אויף די מערסט צעדרייטע שטימען און מעקסעלי וואס האט די בעסטע שאנס אין די זשענעראל קריגט די ליעד. למעשה איז דא די וואך איין אנקעטע וואס גיבט טאקע מעקסעלי א 10 פוינט ליעד אבער א פרישע אנקעטע גיבט פאר ווארד א 10 פוינט ליעד.. נו שוין.

אזוי שרייבענדיג איבער אריזאונע זעה איך אז ס'דארף ארויסקומען אין די נעקסטע שעה א פאול איבער די זשענעראל עלעקשאן, (דאכצעך די ערשטע פאול) דאס דארף זיין אינטערסאנט

חוץ מזה איז דא נאך א מעגליכע סיעט אין אריזאונע, זיידי מעקעין.. רעפובליקענס אין די אריזאונע סענאט האבן היינט געשטימט די זיץ זאל נישט זיין אויפן בעלאט אין די מידטורמס אויב פעקלט ער זיך אפ, למעשה אין די אסעמבלי ווי מדארף צוויי דריטל פאר דעם בלאקן עס די דעמאקראטן.. דאס מיינט אין דעם פאל עט זיין א אפוינטמענט דורכן רעפובליקען גאווערנער און אויב דעמאקראטן זענען לאקי און ער מאכט ליידיג דאס פלאץ נאך בעפאר נאוועמבער האבן זיי נאך א פיקאפ שאנס..
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך אפריל 18, 2018 10:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אפריל 18, 2018 10:09 pm

שכח כאפצעם, זייער שיין.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אפריל 18, 2018 10:44 pm

Thanks כאפצעם
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט