קלענערע עלעקשאנס נאציאנאל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג מארטש 23, 2018 12:37 pm

צל עובר האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:דער אנטיסעמיט, נעא נאצי און האלאקוסט לייקענער ארטור דזשאנס האט געווינען די רעפובליקאנע פריימערי פאר א קאנגרעס זיץ אין אילינאוס (די פארטיי האט אים נישט געשטיצט אבער נישט ארויסגעשטעלט א אנדערע קאנדידאט)
(א בליק אויף זיין וועבסייט ווייזט זיין אפענע אנטיסעמיטיזם, אינטערסאנט אז ער האט דארט אונטערן קעפל ״האלאקוסט?״ א ליפלעט אנטקעגן די ״הכשר סקעם״ ווי ער שימפט אז גויים דארפן באצאלן מער פאר אלעם אריינגערעכנט pet food און אנטי פריז ווייל די ״ראבייס״ דארפן ווערן באצאלט פאר די הכשרים....)

ווען מען האט געכאפט וואס דא טוצעך איז שוין געווען צו שפעט איינצושרייבן א צווייטן.

און ער האט 'געווינען' אן א קעגנער..
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 23, 2018 2:03 pm

נישט אין אלע דיסטריקטס לויפן קאנדידאטן, סוי בעצם אין א סעיף דיסטריקט פון די אנדערע פארטיי קען יעדער צרה לייט זיך ארויפריקן אויף די בעלאט און ווערן דער קאנדידאט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18660
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מארטש 27, 2018 12:19 pm

מ'האט אסאך דעבאטירט צו די פענסעלוועיניע רעיס קען ווערן איבערגעשפיהלט איבעראל אין לאנד, מיין אפיניען איז געווען אז די פענסעלוועיניע רעיס איז געווען א פערפעקט סטארם פאר די דעמעקראטן... די ריכטיגע דיסטריקט, די ריכטיגע קאנדידאט... משא"כ אין אנדערע דיסטריקטס ווי סיז דא אנדערע אישוס און אנדערע קאנדידאטן, וועט זיין אנדערע רעזולטאטן...

אצינד קעמען זעהן אז איך האב א פוינט... אין אריזאונע איז געווען די זעלבע מעשה, א קאנגרעסמאן האט ריזיינד צוליב פערזענליכע מיסברויכן, און סיז דא א ספעשל עלעקשן אים צו ריפלעיסן... ערלי וואוטינג הייבצעך אן עני דעי, און בלויז פון די פאקט אליין אז די מידיע דעקט עס נישט, ווייזט אז די ריפאבליקען קאנדידאט שטייט גוט...

גענוי ווי אין פענסעלוועיניע, די דיסטריקט האט טראמפ געוואונען מיט ארום צוואנציג פראצענט, און דער דעמעקראטישע קאנדידאט לויפט אלס מאדערעט, אבער דא איז נישט דא מער דעמעקראטן ווי ריפאבליקענס... און פאר אינטערעסאנטקייט, די ריפאבליקען קאנדידאט איז אונטער אינוועסטיגעישן וועגן מאני לאנדרינג, אבער נישט קיין מעידזשער אישו... און לויט ווי אלע שאצן וועט זי געווינען מיט דאבל דידזשיטס...

סאו, יא! זי איז פון די אינקאמבענט פארטיי, סאו א דיסטריקט וואו טראמפ האט געוואונען מיט צוואנציג גייט זי געווינען מיט לאמער זאגן נאר 10... אבער א צוואנציג פראצענטיגע סווינג איז נישט דא סתם אזוי!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » דינסטאג מארטש 27, 2018 12:27 pm

א 10 פראצענט סווינג איז איבערגענוג וואס די דעמאקראטן ברויכן אין די מידטורם...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18660
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מארטש 27, 2018 12:36 pm

איי עגרי! און קיינער האט נישט געהאלטן אנדערש... די רעדע איז געווען צו מ'קען נעמען א ראי' פון פענסעלוועיניע איבער עני דיסטריקט וואס טראמפ האט געוואונען מיט צוואנציג פראצענט!

מאנכע האבן געפייערט זיג, און איך האב געשריבן אז די דיסטריקט מעטטערס, לאקאלע אישוס און פארטיי רעדזשיסטרעישן מעטטערס, און די קאנדידאט מעטטערס...

#קאנטעקסט
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » דינסטאג מארטש 27, 2018 12:48 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איי עגרי! און קיינער האט נישט געהאלטן אנדערש... די רעדע איז געווען צו מ'קען נעמען א ראי' פון פענסעלוועיניע איבער עני דיסטריקט וואס טראמפ האט געוואונען מיט צוואנציג פראצענט!

מאנכע האבן געפייערט זיג, און איך האב געשריבן אז די דיסטריקט מעטטערס, לאקאלע אישוס און פארטיי רעדזשיסטרעישן מעטטערס, און די קאנדידאט מעטטערס...

#קאנטעקסט

און לשיטתך אז די גאנצע פראבלעם אין פענסילוועניע איז געווען די פראבלעמאטישע רעפובליקען קאנדידאט דארף דאך אריזאנע אויך גיין צום דעמאקראט, ניין?!...

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: און ערגעץ נישט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מארטש 27, 2018 2:03 pm

ריק סקאט, פלארידע גאווענער, גייט מאכן א ספעשעל אנאונסמענט און די קומענדע טעג, ווארשיינדליך אז ער לויפט פאר סענעט (צו נאך א גאווענער אמט קען ער נישט מער צוליב טירם לימיטס), אויב לויפט ער איזעס א כמעט 100% פארזיכערטע סענעט זיץ פליפ פון א דעמעקרעט צו ריפאבליקען אויף נאוועמבער
!...Jobs Jobs Jobs

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » דינסטאג מארטש 27, 2018 2:34 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ריק סקאט, פלארידע גאווענער, גייט מאכן א ספעשעל אנאונסמענט און די קומענדע טעג, ווארשיינדליך אז ער לויפט פאר סענעט (צו נאך א גאווענער אמט קען ער נישט מער צוליב טירם לימיטס), אויב לויפט ער איזעס א כמעט 100% פארזיכערטע סענעט זיץ פליפ פון א דעמעקרעט צו ריפאבליקען אויף נאוועמבער

דאס נעמסטו פון די פאולס ווי נעלסאן ליעדט באקוועם אדער פון די ענערזשייזד יונגע באזע אין פלארידע קעגן די ען אר עי פאליטישאנס?...

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג מארטש 27, 2018 3:11 pm

עס איז וויכטיג אנציווייזן אז אין אריזאנע קומט צו נאך איין אישו וועלכע איז נישט אזוי נוגע איבערן לאנד און דאס איז אישו פון אימעגראציע און די וואנט. די דעמעקראטישע קאנדידאט איז שטארק אויסגעשפראכן קעגן די וואנט - א זאך וועלכע די לאקאלע געמיינדע שטיצט שטארק - און די רעפאבליקאנער קאנדידאט האט געמאכט דעם וואנט אלץ די צענטער פונקט פון איר קאמפיין

אבער אין יענדספאל, וויכי, דיין פוינט איז זיכער אמת

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18660
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מארטש 27, 2018 5:51 pm

סאבסיטוט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איי עגרי! און קיינער האט נישט געהאלטן אנדערש... די רעדע איז געווען צו מ'קען נעמען א ראי' פון פענסעלוועיניע איבער עני דיסטריקט וואס טראמפ האט געוואונען מיט צוואנציג פראצענט!

מאנכע האבן געפייערט זיג, און איך האב געשריבן אז די דיסטריקט מעטטערס, לאקאלע אישוס און פארטיי רעדזשיסטרעישן מעטטערס, און די קאנדידאט מעטטערס...

#קאנטעקסט

און לשיטתך אז די גאנצע פראבלעם אין פענסילוועניע איז געווען די פראבלעמאטישע רעפובליקען קאנדידאט דארף דאך אריזאנע אויך גיין צום דעמאקראט, ניין?!...

מיין שיטה איז אז יעדע מידטוירם עלעקשן איז שלעכט פאר די אינקאמבענט, דאס מיינט אז די ריפאבליקענס וועלן פארלירן זיצן! וויפיל? כ'ווייס נישט... קעמען ארויסלערנען פון די ספעשל עלעקשן אין פענסעלוועיניע אן אנדייטונג אז יעדע דיסטריקט וואס טראמפ האט געוואונען מיט 20 פראצענט איז אין דעינדזשער? ניין! ווייל די פענסעלוועיניע דיסטריקט האט אפאר פאקטארן וואס האבן געשפיהלט א ראלע...

1 איז טאקע אז די ווינט איז קעגן ריפאבליקענס
2 סיז דא מער דעמעקראטישע רעגיסטרירטע וויילער אין די דיסטריקט
3 די דעמעקראטן האבן געהאט א סאליד קאנדידאט וואס איז געלאפן סענטער רעכט
4 די ריפאבליקענס האבן געהאט גאר א שוואכע קאנדידאט
5 לאוקעל אישוס

יעצט ווילסטו וויסן בנוגע די אריזאונע רעיס...

כאניש גענוג שטודירט די קאנדידאטן, אבער אפאר פאקטארן גייען דארט אויך אן... סיז נאכאלץ דא א אנטי אינקאמבענט פארטיי ווינט, און דער דעמעקראט לויפט אביסל צו סענטער... נישט אזויווי לעמב, אבער נישט קיין ליבעראל! דער ריפאבליקען איז נישט אזא שלעכטע קאנדידאט, און די דיסטריקט האט נישט מער דעמעקראטן ווי ריפאבליקענס... סאו בעת איך גלייב אז די ריפאבליקענס גייען געווינען שוואכער ווי טראמפ האט געוואונען, גלייבעך אבער אז סעט נישט זיין אזוי ווי פענסעלוועיניע...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18660
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מארטש 27, 2018 5:52 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ריק סקאט, פלארידע גאווענער, גייט מאכן א ספעשעל אנאונסמענט און די קומענדע טעג, ווארשיינדליך אז ער לויפט פאר סענעט (צו נאך א גאווענער אמט קען ער נישט מער צוליב טירם לימיטס), אויב לויפט ער איזעס א כמעט 100% פארזיכערטע סענעט זיץ פליפ פון א דעמעקרעט צו ריפאבליקען אויף נאוועמבער

כמעט זיכער? כ'מיין א נישט... אויב עפעס איזעס א גוטע טשענס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18660
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מארטש 27, 2018 5:55 pm

יש ברירה האט געשריבן:עס איז וויכטיג אנציווייזן אז אין אריזאנע קומט צו נאך איין אישו וועלכע איז נישט אזוי נוגע איבערן לאנד און דאס איז אישו פון אימעגראציע און די וואנט. די דעמעקראטישע קאנדידאט איז שטארק אויסגעשפראכן קעגן די וואנט - א זאך וועלכע די לאקאלע געמיינדע שטיצט שטארק - און די רעפאבליקאנער קאנדידאט האט געמאכט דעם וואנט אלץ די צענטער פונקט פון איר קאמפיין

אבער אין יענדספאל, וויכי, דיין פוינט איז זיכער אמת

דו זאגסט גארנישט אנדערש ווי מיר, דיין פוינט איז גענוי מיין פוינט! סיז דא אסאך פאקטארן, אריינגערעכנט לאוקעל אישוס, אין פענסעלוועיניע זענען די יוניאןס געווען פארן דעמעקראט, און דא זענען די וואנט חברה פארן ריפאבליקען... סאו די איין פאקטאר וואס איז געווען פאר די בענעפיט פונעם דעמעקראט אין פענסעלוועיניע איז דא פאר די בענעפיט פון די ריפאבליקען...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג מארטש 27, 2018 6:24 pm

מ'דארף געדענקן אז אין אריזאנע האט שוין קלינטאן אויסגעמעקסט די איבעריגע אישו, באקומענדיג בלויז 3.5% ווייניגער ווי טראמפ, אין א ראמני דאבל דידזשיטס סטעיט.

משא"כ אין די ראסט בעלט איז פונקט פארקערט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג מארטש 27, 2018 6:27 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ריק סקאט, פלארידע גאווענער, גייט מאכן א ספעשעל אנאונסמענט און די קומענדע טעג, ווארשיינדליך אז ער לויפט פאר סענעט (צו נאך א גאווענער אמט קען ער נישט מער צוליב טירם לימיטס), אויב לויפט ער איזעס א כמעט 100% פארזיכערטע סענעט זיץ פליפ פון א דעמעקרעט צו ריפאבליקען אויף נאוועמבער

עס איז דא א אשכול פאר די מידטערם וואלן.

אויב לויפט ער, גייט עס פון לייקלי דעמאקרעט, צו טילט דעמאקראט, דער אינקאמבענט נעלסאן האט די עדזש.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג מארטש 27, 2018 6:44 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:עס איז וויכטיג אנציווייזן אז אין אריזאנע קומט צו נאך איין אישו וועלכע איז נישט אזוי נוגע איבערן לאנד און דאס איז אישו פון אימעגראציע און די וואנט. די דעמעקראטישע קאנדידאט איז שטארק אויסגעשפראכן קעגן די וואנט - א זאך וועלכע די לאקאלע געמיינדע שטיצט שטארק - און די רעפאבליקאנער קאנדידאט האט געמאכט דעם וואנט אלץ די צענטער פונקט פון איר קאמפיין

אבער אין יענדספאל, וויכי, דיין פוינט איז זיכער אמת

דו זאגסט גארנישט אנדערש ווי מיר, דיין פוינט איז גענוי מיין פוינט! סיז דא אסאך פאקטארן, אריינגערעכנט לאוקעל אישוס, אין פענסעלוועיניע זענען די יוניאןס געווען פארן דעמעקראט, און דא זענען די וואנט חברה פארן ריפאבליקען... סאו די איין פאקטאר וואס איז געווען פאר די בענעפיט פונעם דעמעקראט אין פענסעלוועיניע איז דא פאר די בענעפיט פון די ריפאבליקען...

יאפ! איך האב נישט געמיינט צו זאגן אנדערש.

אגב נאך עפעס וואס ארבעט פאר די רעפובליקאנער. עס זענען פארהאן 80K מער רעגיסטרירטע רעפובליקאנער אין אריזאנע, אין די צייט וואס אין פענסילוועניע האבן די דעמאקראטן נאר געהאט 70K מער.

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מארטש 28, 2018 1:36 am

יש ברירה האט געשריבן:

און איך האלט אין איין וויינען צו ענק, רעגיסטרירטע וויילער מיינט גארנישט, אבער ממש גארנישט, איך האב געברענגט אפאר סעמפלס, די שטערקסטע סעמפל איז קענטאקי וואס איז "איינס פון דריי" סטעיטס איבער אמעריקע וואס די דעמאקרעטס האבן א מעדזשאריטי אין רעדזשיסטערד וואויטערס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מארטש 28, 2018 1:46 am

זעה איך יעצט א ארטיקל אין פאליטיקא אז די רעפאבליקענס גיסן דארט אריין הונדערטער טויזענטער דאלער, אפילו זיי האלטן אז זיי האבן עס.

קיין שום פארגלייך א פענסילוועניע דיסטריקט, וואס פענסילוועניע "איז" טראמפ לאנד דאס איז זיין סטעיט ווי ער האט אווערפערפורעמט ראמני, וואס טראמפ האט אין יענע דיסטריקט געווינען מיט כמעט צוואנציג פראצענט, צו א דיסטריקט אין אריזאנע, ווי טראמפ איז געווען די שוואכסטע קעגן ראמני, חוץ יוטא דאכציך, און דאך האט ער געווינען יענע דיסטריקט מיט איבער צוואנציג פראצענט, דאס הייסט אז די אריזאנע דיסטריקט איז אסאאך שווערער ווי פענסילוועניע, ווייל די אריזאנע מארדזשין איז שוין נאכן דארט יא געלונגענעם אנטי טראמפ קאמפיין אין 2016.

איך האב עס אויך געשריבן לגבי די סענאט רעיס דארט, אז די רעפאבליקענס האבן דארט גרעסערע טשענסעס ווי ממיינט, אפשר וואלט געווען א גוטע איידיע צו קוקן ענדערש אין אריזאנע אויף מקעין'ס נאמבערס, וואס ער איז אויך געלאפן אין 2016.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18660
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מארטש 28, 2018 1:48 am

בקיצור זאגסטו א צווייטע סיבה פארוואס די דיסטריקט איז אנדערש... כער, אבער די פוינט איז די זעלבע... מ'קעניש זאגן אז וויבאלד פענסעלוועיניע אי געווען אין פלעי איז טעקסעס אדער אריזאונע אויך אין פלעי... יעדע דיסטריקט האצעך זיין סטארי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מארטש 28, 2018 1:59 am

איך עגרי פולי פולי אז די דעמאקרעטס האבן גאנץ פיצי טשענסעס צו געווינען ליידיגע זיצן אין אזעלכע טראמפ פלאס 20 פלעצער, און אפשר טראמפ פלאס 15 אויך, נאר וואס דען פענסילוועניע האט געוויזן אז די מצב איז זייער ביטער פאר די GOP.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג אפריל 03, 2018 10:18 pm

ברעיקינג:

דער דעמאקראטישער קאנדידאט 'רעבעקע דאלעט' האט געווינען דעם וויסקאנסן סופרים קאורט פארמעסט מיט דאבל דיזשעטס.

דאס איז בערך אן 11 פונקטן (סאיז נאך נישט פארטיג דאס ציילן) פליפ אוועק פון טראמפ אינעם סטעיט וואס ער האט געווינען אין 2016, און מיט פענסילוועניע איז עס שוין די צווייטע עלעקשאן וואס זיין פארטיי האט פארלוירן דעם חודש אינעם סטראטעגישן מידוועסט.

די געווינס ברענגט אראפ דעם קאנסארוואטיוון סופרים קאורט ריכטער מערהייט אין וויסקאנסן פון 5-2 צו 4-3.

אגב, נישט פארגעסן אז סקאט וואלקער לויפט יעצט נאוועמבער פאר ריעלעקשאן... קוקט אויס לויט די רעזולטס ווי ער גייט מיאוס פארלירן..

דאס איז די 38'סטע טראמפ פליפ.

#טייערד אוו ווינינג
פיין טונד מאשין

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מיטוואך אפריל 04, 2018 12:22 am

דעיס מיינט אז טראמפ איז דערנאך

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אפריל 04, 2018 3:06 am

די ערשטע סטעיטווייד פארמעסט אין א סווינג סטעיט וואס טראמפ האט געווינען.

געווענליך קומען רעפאבליקאנער שטערקער ארויס פאר געריכטליכע וואלן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מיטוואך אפריל 04, 2018 8:19 am

צל עובר האט געשריבן:די ערשטע סטעיטווייד פארמעסט אין א סווינג סטעיט וואס טראמפ האט געווינען.
.

אלאבאמא

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אפריל 04, 2018 2:15 pm

סאבסיטוט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:די ערשטע סטעיטווייד פארמעסט אין א סווינג סטעיט וואס טראמפ האט געווינען.
.

אלאבאמא

איך רעד פון א סווינג סטעיט, עס איז אסאך וויכטיגער לגבי די מידטערמס און 2020 ווייל יעדער ווייסט אז טראמפ גייט געווינען אלאבאמע אין 2020, משא"כ צו פארלירן מיט 11% אין וויסקאונסען איז א סימן אויף וואקער אין 18 און טראמפ אין 20.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג אפריל 10, 2018 11:20 pm

ספעציעלע עלעקשאנס פון היינט:

דעמאקראט 'לערי בערמאן' האט געווינען די פלארידע סטעיט סענאט עלעקשאן פארמעסט מיט %75, א 14 פונקטן העכערונג פון קלינטאן אין 2016.

רעפובליקען 'אנעט סווין' האט געוינען די אייאווע סטעיט סענאט עלעקשאן פארמעסט מיט %56, א 14 פונקטן טראסק פון טראמפ אין 2016.
פיין טונד מאשין

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], private, איש האשכולות, אץ קוצץ, הערשקא, זבחי צדק, זזה, יש ברירה, לעבט אין לאכט, משה צימערינג, צווייפעל און 41 געסט