קלענערע עלעקשאנס נאציאנאל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אפריל 25, 2018 9:55 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איי עגרי! און קיינער האט נישט געהאלטן אנדערש... די רעדע איז געווען צו מ'קען נעמען א ראי' פון פענסעלוועיניע איבער עני דיסטריקט וואס טראמפ האט געוואונען מיט צוואנציג פראצענט!

מאנכע האבן געפייערט זיג, און איך האב געשריבן אז די דיסטריקט מעטטערס, לאקאלע אישוס און פארטיי רעדזשיסטרעישן מעטטערס, און די קאנדידאט מעטטערס...

#קאנטעקסט

און לשיטתך אז די גאנצע פראבלעם אין פענסילוועניע איז געווען די פראבלעמאטישע רעפובליקען קאנדידאט דארף דאך אריזאנע אויך גיין צום דעמאקראט, ניין?!...



מיין שיטה איז אז יעדע מידטוירם עלעקשן איז שלעכט פאר די אינקאמבענט, דאס מיינט אז די ריפאבליקענס וועלן פארלירן זיצן! וויפיל? כ'ווייס נישט... קעמען ארויסלערנען פון די ספעשל עלעקשן אין פענסעלוועיניע אן אנדייטונג אז יעדע דיסטריקט וואס טראמפ האט געוואונען מיט 20 פראצענט איז אין דעינדזשער? ניין! ווייל די פענסעלוועיניע דיסטריקט האט אפאר פאקטארן וואס האבן געשפיהלט א ראלע...

1 איז טאקע אז די ווינט איז קעגן ריפאבליקענס
2 סיז דא מער דעמעקראטישע רעגיסטרירטע וויילער אין די דיסטריקט
3 די דעמעקראטן האבן געהאט א סאליד קאנדידאט וואס איז געלאפן סענטער רעכט
4 די ריפאבליקענס האבן געהאט גאר א שוואכע קאנדידאט
5 לאוקעל אישוס

יעצט ווילסטו וויסן בנוגע די אריזאונע רעיס...

כאניש גענוג שטודירט די קאנדידאטן, אבער אפאר פאקטארן גייען דארט אויך אן... סיז נאכאלץ דא א אנטי אינקאמבענט פארטיי ווינט, און דער דעמעקראט לויפט אביסל צו סענטער... נישט אזויווי לעמב, אבער נישט קיין ליבעראל! דער ריפאבליקען איז נישט אזא שלעכטע קאנדידאט, און די דיסטריקט האט נישט מער דעמעקראטן ווי ריפאבליקענס... סאו בעת איך גלייב אז די ריפאבליקענס גייען געווינען שוואכער ווי טראמפ האט געוואונען, גלייבעך אבער אז סעט נישט זיין אזוי ווי פענסעלוועיניע...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8981
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אפריל 25, 2018 9:58 am

דעמאקראטן פליפן די נ.י. אסעמבלי דיסטריקט אין לאנג איילענד, געהאלטן ביי רעפובליקאנער פאר 30 יאר.

דאס איז די 40'סטע דעמאקראטישע פליפ.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך אפריל 25, 2018 10:07 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:טיפערניני איז א ספאנישע אין א ווייסע דיסטריקט.

לעסקא האט געוואלט געווינען מיט עטליעסט דאבל דידזשיטס.


לעסקא איז זייער געלונגען און פאפעלער, זי האט למשל דורכגעבראכן אז מזאל מעגן פארן דארט אויפן גאס מיט גאלף קארס, וואס איז געווען א וויכטיגע זאך אין די רעטייערטע קאמיוניטי דיסטריקט.

ביי די פריימעריס האבן די רעפאבליקאנער קאנדידאטן אינאיינעם באקומען בערך 66% פון די שטימען.

דאס איז אויך נוגע פאר טעקסאס ווי די דעמאקרעטס חלוםען פון טעד קרוז, אבער די רעפאבליקאנער האבן געהאט אסאאך מער שטימען ביי די פריימעריס.



אה, און היות טיפערניני האט נישט געוואלט געווינען, האבן די דעמעקראטן געוואונען...


איך האב נישט געהערט דערפון, איבעראל ווערט באריכטעט אז לעסקא האט געווינען (מיט בלויז 5 % אין א דיסטריקט וואס טראמפ האט געווינען מיט 21 פונקטן).
?I DON'T CARE, DO YOU

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך אפריל 25, 2018 10:24 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מ'האט אסאך דעבאטירט צו די פענסעלוועיניע רעיס קען ווערן איבערגעשפיהלט איבעראל אין לאנד, מיין אפיניען איז געווען אז די פענסעלוועיניע רעיס איז געווען א פערפעקט סטארם פאר די דעמעקראטן... די ריכטיגע דיסטריקט, די ריכטיגע קאנדידאט... משא"כ אין אנדערע דיסטריקטס ווי סיז דא אנדערע אישוס און אנדערע קאנדידאטן, וועט זיין אנדערע רעזולטאטן...

אצינד קעמען זעהן אז איך האב א פוינט... אין אריזאונע איז געווען די זעלבע מעשה, א קאנגרעסמאן האט ריזיינד צוליב פערזענליכע מיסברויכן, און סיז דא א ספעשל עלעקשן אים צו ריפלעיסן... ערלי וואוטינג הייבצעך אן עני דעי, און בלויז פון די פאקט אליין אז די מידיע דעקט עס נישט, ווייזט אז די ריפאבליקען קאנדידאט שטייט גוט...

גענוי ווי אין פענסעלוועיניע, די דיסטריקט האט טראמפ געוואונען מיט ארום צוואנציג פראצענט, און דער דעמעקראטישע קאנדידאט לויפט אלס מאדערעט, אבער דא איז נישט דא מער דעמעקראטן ווי ריפאבליקענס... און פאר אינטערעסאנטקייט, די ריפאבליקען קאנדידאט איז אונטער אינוועסטיגעישן וועגן מאני לאנדרינג, אבער נישט קיין מעידזשער אישו... און לויט ווי אלע שאצן וועט זי געווינען מיט דאבל דידזשיטס...

סאו, יא! זי איז פון די אינקאמבענט פארטיי, סאו א דיסטריקט וואו טראמפ האט געוואונען מיט צוואנציג גייט זי געווינען מיט לאמער זאגן נאר 10... אבער א צוואנציג פראצענטיגע סווינג איז נישט דא סתם אזוי!

אקעי ווי האלט מיר

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8981
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:10 am

ביי ברוך שאמר
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5519
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:11 am

מארק מעדאס די טשערמאַן פון די הויז פרידמאן קאוקעס זאגט אז די נייע ערוועלטע אריזאנע קאנגספרוי איז ערווארטעט צו דשוינען די פרידאם קאוקעס

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8981
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:12 am

לאקאלע נייעס: דוב הייקינד רעטייערט.

א דעמאקראטישע רעטייערמענט...
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5519
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:20 am

כאפצעם האט געשריבן:לאקאלע נייעס: דוב הייקינד רעטייערט.

א דעמאקראטישע רעטייערמענט...

גייט אפציעל לויפן פאר א זיץ אין כנסת...?

אוועטאר
חד יומא
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:23 am

זייט זיין יוני האט פארלוירען איז ער שוין געוועזן מיט א האלבע פיס ארויס

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:27 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:מ'האט אסאך דעבאטירט צו די פענסעלוועיניע רעיס קען ווערן איבערגעשפיהלט איבעראל אין לאנד, מיין אפיניען איז געווען אז די פענסעלוועיניע רעיס איז געווען א פערפעקט סטארם פאר די דעמעקראטן... די ריכטיגע דיסטריקט, די ריכטיגע קאנדידאט... משא"כ אין אנדערע דיסטריקטס ווי סיז דא אנדערע אישוס און אנדערע קאנדידאטן, וועט זיין אנדערע רעזולטאטן...

אצינד קעמען זעהן אז איך האב א פוינט... אין אריזאונע איז געווען די זעלבע מעשה, א קאנגרעסמאן האט ריזיינד צוליב פערזענליכע מיסברויכן, און סיז דא א ספעשל עלעקשן אים צו ריפלעיסן... ערלי וואוטינג הייבצעך אן עני דעי, און בלויז פון די פאקט אליין אז די מידיע דעקט עס נישט, ווייזט אז די ריפאבליקען קאנדידאט שטייט גוט...

גענוי ווי אין פענסעלוועיניע, די דיסטריקט האט טראמפ געוואונען מיט ארום צוואנציג פראצענט, און דער דעמעקראטישע קאנדידאט לויפט אלס מאדערעט, אבער דא איז נישט דא מער דעמעקראטן ווי ריפאבליקענס... און פאר אינטערעסאנטקייט, די ריפאבליקען קאנדידאט איז אונטער אינוועסטיגעישן וועגן מאני לאנדרינג, אבער נישט קיין מעידזשער אישו... און לויט ווי אלע שאצן וועט זי געווינען מיט דאבל דידזשיטס...

סאו, יא! זי איז פון די אינקאמבענט פארטיי, סאו א דיסטריקט וואו טראמפ האט געוואונען מיט צוואנציג גייט זי געווינען מיט לאמער זאגן נאר 10... אבער א צוואנציג פראצענטיגע סווינג איז נישט דא סתם אזוי!

אקעי ווי האלט מיר



דו ווייסט מסתם ווען די תגובה איז געשריבן געווארן, און מיין נאכפאלגענדע תגובה וואס כאב געשריבן נאכדעם... אבער סיז אקעי... פיהל די גוט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:34 am

כאב געזעהן אן אנאליז פון א צייטונג אין אריזאונע איבער די נעכטיגע וואלן... איינע פון די "טעיקעוועי'ס" איז אז סיז געווען א סווינג פאר די דעמעקראטן פון 15 פראצענט, און די ריפאבליקענס דארפן זיך נעמען אין די הענט אריין... די אנדערע פוינט שרייבט יענער "די דעמעקראטן דארפן רילייזן אז מ'דארף אנהייבן געווינען געהעריג, נישט נאך א מאראלישע געווינס"... דער שרייבער ברענגט ארויס אז די דעמעקראטן האבן געוואונען אין אלאבאמא און אין פענסעלוועיניע... זייער שיין! אבער סיז געווען נאך אסאך פארמעסטן, און זיי האבן מער פארלוירן ווי געוואונען... און יעדעס מאל איז געווען א מאראלישע געווינס! סאו יענער שרייבט אז די דעמעקראטן זאלן אויפהערן פאוקעסן אויף אויסצוברייטערן די בעטל פיעלד, און אנהייבן פאוקעסן אויף זיצן ווי זיי קענען געווינען!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5519
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:40 am

זאג פאר יענעם שרייבער אז די דעמאקראטן האבן נישט געפאוקעסט אויף דעם זיץ.

בשעת וואס די רנס האט אריינגעגאסן א מיליאן טאלער אין דעם פארמעסט האט די דנס געפאוקעסט אויף זיצן וועלכע זיי קענען געווינען...

יעצט, זעהנדיג ווי נאענט ס'איז, האבן זיי מן הסתם חרטה.

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:43 am

?Is there any disagreement here
It's clear that Dems enjoying of an average of 16-17% swing towards them in the special elections, which points to a nightmare for republicans in Nov even
after taking in consideration an adjustment for incumbency factor
And if this has with trump? I guess so, as 2010 had with Obama's unpopularity in that time & '94 with Clinton
is Midterms bad for President's party? Yes, but not always is 2010, and this year seeming to be a 2010 on the opposite side
I can't get what points are disagreed here?, Please clarify

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אפריל 25, 2018 3:09 pm

דעיס אז טראמפ האט געוואונען מיט 21 פונט'ס אין זי האט געוואונען מיט 5 פוינט'ס נישט דעיס ווייזט אויף די שוואכע פאזיציע מיט וואס די רעפובליקענ'ס שטייען, זיי שטייען נישט גוט ווייל זיי שטייען נישט גוט, דער עולם איז נישט עקסיידעט פון זייער דזשאב וואס זיי טוען, עס האט גארנישט מיט טראמפ,

סאו דעיס אז זי האט געוואונען מיט 5% מיינט נישט אז טראמפ וואלט היינט אויך געוואונען דארט מיט נאר אזויפיל, טראמפ מיט די רעפובליקענס איז צוויי זאכן.

מיין אפיניען#
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

zurech
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:48 pm

תגובהדורך zurech » מיטוואך אפריל 25, 2018 3:36 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:כאב געזעהן אן אנאליז פון א צייטונג אין אריזאונע איבער די נעכטיגע וואלן... איינע פון די "טעיקעוועי'ס" איז אז סיז געווען א סווינג פאר די דעמעקראטן פון 15 פראצענט, און די ריפאבליקענס דארפן זיך נעמען אין די הענט אריין... די אנדערע פוינט שרייבט יענער "די דעמעקראטן דארפן רילייזן אז מ'דארף אנהייבן געווינען געהעריג, נישט נאך א מאראלישע געווינס"... דער שרייבער ברענגט ארויס אז די דעמעקראטן האבן געוואונען אין אלאבאמא און אין פענסעלוועיניע... זייער שיין! אבער סיז געווען נאך אסאך פארמעסטן, און זיי האבן מער פארלוירן ווי געוואונען... און יעדעס מאל איז געווען א מאראלישע געווינס! סאו יענער שרייבט אז די דעמעקראטן זאלן אויפהערן פאוקעסן אויף אויסצוברייטערן די בעטל פיעלד, און אנהייבן פאוקעסן אויף זיצן ווי זיי קענען געווינען!


וועסט נישט זעהן שטיין אז די דעמאקראטן האבן געווינען! נעכטן ווייל זיי האבן פאקטיש פארלוירן!

וואזשע דען? די אלע לעצטע פארמעסטן זענען גאר גוטע אינדיקעיטערס וואס צו ערווארטן פאר זיי און די בעפארשטייענדע מידטורמס און געבט זיי מאמענטום און בלאזט אריין אנטוזיאזעם

איז אזוי אוודאי קען מען נישט רעכענען פונקטלעך יעדע פארמעסט צו די פרעזידענט פארמעסט' אוודאי איז לאקאל אנדערש און אוודאי שפילן אנדערע פאקטארן חוץ פארטיי אויך א ראלע

נאר וואס דען אויב זעהט מען ביי כמעט יעדע איינציגסטע פארמעסט לאקאל ווי נאציאנאל ריזיגע שיפטס און דעמאקראטישע ריכטונג ווייזט דאס עפעס די קענסט אפשר טרעפן תירוצים דא און דארט' אבער עס שטעלט זיך נישט אפ נאך א פארמעסט און נאך איינס

ווי פלעגן די רביס זאגן די וועסט בלייבן גערעכט אבער עס טוישט נישט די מציות איין רעיס צוויי נו.. ראוי מאאר, דער, יענער, אבער אז עס איבערצייגט זיך איינס נאכן אנדערן אז זיי ציען אן גאר שטארק און קיין איין רעיס זעהט מען עפעס סאם האו נישט אז די לאקאלע אושוס זאלן פירן צו רעפאבליקאנער שוואנג דאס מאכט די מצב גאר ביטער פאר די רעפאבליקאנער אפילו די וועסט האבן גאר גוטע הסברים אויף יעדן רעיס באזינדער ברויך מען קוקן ניכטערהייט אויפן גרויסן בילד

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך אפריל 25, 2018 3:39 pm

עס איז דא נאך ספעשל עלעקשאנ'ס ביז נאוועמבער?

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מיטוואך אפריל 25, 2018 5:03 pm

some Ohio congressional District in August which is around a R+14 district

קהל עדתינו
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך אפריל 25, 2018 5:34 pm

אין כל חדש האט געשריבן:some Ohio congressional District in August which is around a R+14 district




Ohio 12th Congressional district was held by Republican for over 35 years Election Aug. 7

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אפריל 25, 2018 5:40 pm

zurech האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:כאב געזעהן אן אנאליז פון א צייטונג אין אריזאונע איבער די נעכטיגע וואלן... איינע פון די "טעיקעוועי'ס" איז אז סיז געווען א סווינג פאר די דעמעקראטן פון 15 פראצענט, און די ריפאבליקענס דארפן זיך נעמען אין די הענט אריין... די אנדערע פוינט שרייבט יענער "די דעמעקראטן דארפן רילייזן אז מ'דארף אנהייבן געווינען געהעריג, נישט נאך א מאראלישע געווינס"... דער שרייבער ברענגט ארויס אז די דעמעקראטן האבן געוואונען אין אלאבאמא און אין פענסעלוועיניע... זייער שיין! אבער סיז געווען נאך אסאך פארמעסטן, און זיי האבן מער פארלוירן ווי געוואונען... און יעדעס מאל איז געווען א מאראלישע געווינס! סאו יענער שרייבט אז די דעמעקראטן זאלן אויפהערן פאוקעסן אויף אויסצוברייטערן די בעטל פיעלד, און אנהייבן פאוקעסן אויף זיצן ווי זיי קענען געווינען!


וועסט נישט זעהן שטיין אז די דעמאקראטן האבן געווינען! נעכטן ווייל זיי האבן פאקטיש פארלוירן!

וואזשע דען? די אלע לעצטע פארמעסטן זענען גאר גוטע אינדיקעיטערס וואס צו ערווארטן פאר זיי און די בעפארשטייענדע מידטורמס און געבט זיי מאמענטום און בלאזט אריין אנטוזיאזעם

איז אזוי אוודאי קען מען נישט רעכענען פונקטלעך יעדע פארמעסט צו די פרעזידענט פארמעסט' אוודאי איז לאקאל אנדערש און אוודאי שפילן אנדערע פאקטארן חוץ פארטיי אויך א ראלע

נאר וואס דען אויב זעהט מען ביי כמעט יעדע איינציגסטע פארמעסט לאקאל ווי נאציאנאל ריזיגע שיפטס און דעמאקראטישע ריכטונג ווייזט דאס עפעס די קענסט אפשר טרעפן תירוצים דא און דארט' אבער עס שטעלט זיך נישט אפ נאך א פארמעסט און נאך איינס

ווי פלעגן די רביס זאגן די וועסט בלייבן גערעכט אבער עס טוישט נישט די מציות איין רעיס צוויי נו.. ראוי מאאר, דער, יענער, אבער אז עס איבערצייגט זיך איינס נאכן אנדערן אז זיי ציען אן גאר שטארק און קיין איין רעיס זעהט מען עפעס סאם האו נישט אז די לאקאלע אושוס זאלן פירן צו רעפאבליקאנער שוואנג דאס מאכט די מצב גאר ביטער פאר די רעפאבליקאנער אפילו די וועסט האבן גאר גוטע הסברים אויף יעדן רעיס באזינדער ברויך מען קוקן ניכטערהייט אויפן גרויסן בילד



טאמער האסטו געוואלט ארויסברענגען אז די ווינט איז אויף די דעמעקראטן'ס גייט, איז אשאד דיין צייט! קיינער איז נישט מחולק מיט דעם!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אפריל 25, 2018 9:05 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:some Ohio congressional District in August which is around a R+14 district




Ohio 12th Congressional district was held by Republican for over 35 years Election Aug. 7



אויך איז דא א זיץ אין טעקסאס, נאך אביסל מער רויט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אפריל 25, 2018 10:53 pm

יש ברירה האט געשריבן:סיריעסלי א אינסיידער פאלל...

נעט כהן איז די אנקעטע פארשטייער פון וועם דו רעדסט ער מיט נעט סילווער, קיינער האט נישט געזאגט אז די דעמאקראטן האבן בכלל א גוטע טשאנס (נעט האט עס געלייגט 75-25٪) אוודאי א טשאנס איז אייביג דא

אוודאי וואלסטו נישט געדארפט סורטשען, דאס וואלט געווען א ריזיגע אפסעט און א אומערווארטעטע ערדציטערניש וואס וואלט יעדן גערידערט, דאס מיינט אבער נישט אז ס'איז געווען א שלעכטע נאכט פאר די דעמעקראטס, בכלל נישט. ס'האט ווידער באשטעטיגט אז זיי האבן א עורידש פון א 17٪ סווינג! אויב מען רעכנט צוזאם אלע ספעשיל עלעקשינס. מער ווי גענוג אנצוזייען א בלוט בוד בי די מידטורמס.

----

ענוועיס מיט 13٪ געציילט שטייט די רעפאבליקאנער מיט 5.6٪ פאראויס אין א דיסטריקט וואס טראמפ האט געווינען מיט איבער 20٪


עס קוקט אויס אז כהן דרייט זיך דא

ער האט היינט געטוויט קוקט אויס אלס הכרת הטוב פאר @יש ברירה, אזוי "I aspire to snow leopard energy magical but usually sleeping "
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8981
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:45 pm

צל עובר האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:60% געציילט

די רעפאבליקאנער איז פאראויס מיט 5.2%


100% נאך אלץ 5.2%.

יעצט מיט די אבסענטי: %4.8
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:46 pm

סוי נאך שוואכער ווי ארפייא.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5519
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 10:50 am

כאפצעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:60% געציילט

די רעפאבליקאנער איז פאראויס מיט 5.2%


100% נאך אלץ 5.2%.

יעצט מיט די אבסענטי: %4.8

איז דאס שוין די פיינעל נומער? אדער ס'נאך דא אומגעציילטע שטימען

איך פארשטיי אז ס'נאך דא, אבער קיינער רעדט נישט קלאר...

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 2:35 pm

איך מיין אז עס איז שוין נישט דא, אפשר מיליטערי בעלאטס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בר חכים, פארקלאצט, פריינד און 42 געסט