בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7017
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג אפריל 20, 2018 7:21 pm

ער האט געלייגט א דראפבאקס לינק סוף פון זיין תגובה.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
איצל פיצל
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מוצ"ש אפריל 21, 2018 10:01 pm

יונה כהן האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:דאס מיינט אז דאס גייט שטארק ארויסהעלפן די אלע שולן אין מאנסי אדער ארום מאנרא ?


דער קורצער ענטפער איז, יא
ס'לוינט זיך אויסהערן די אודיאו קליפ פון הרב שנאלל ווי ער איז דאס מסביר קלאר אז דער געווינס איז למעלה מן המשוער אז אפילו קיין זאנינג טויש פעלט שוין מער נישט אויס אויב מ'מאכט עס אויף א קליינעם פארנעם

איז שייך מגדיר צו זיין וואס עס מיינט א קליינעם פארנעם?
אויב איר ווייסט ביטע שרייבט די הגדרה, אדער כאטש א בערך'דיגע הסבר.
ווי אויך מוז עס זיין דוקא אז עס איז איינעמס הויז? אז איינער וואוינט דארט?
ביטע. ישר כח.

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש אפריל 21, 2018 10:40 pm

Think and Thank האט געשריבן:WOW.
דאס קען מורא'דיג צונוצקומען אין אלע געגנטער ווי אימער עס וואוינען א הייפעלע פרומע אידן. ייש"כ ר' יונה פאר הערליכע באריכט.

אז איר זענט שוין דא וויל איך אייך פרעגן עפעס וואס קוועטשט מיר אויף די לעצטע געזעץ טויש אין אלבאני, נעמליך, רוב חסיד'ישע ישיבות האבן בכלל נישט קיין לימודי חול נאך די בר מצוה, וא"כ מה הואילו בתקנתם? מאסטער ימ"ש וועט דאך ארויספוינטן די מוסדות און שרייען אז אפי' די קאמפראמיס האלטן זיי נישט איין?

די געזעץ שרייבט קלאר אז אין די ישיבה קטנה יארן ברויך מען שוין נאר לערנען קריטיקעל אויב מלערנט מער ווי איין שפראך.

עפעס אזוי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

oh vei
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

תגובהדורך oh vei » זונטאג אפריל 22, 2018 8:51 am

יונה כהן האט געשריבן:
אגודת ישראל באגריסט החלטה פון פעדעראלע קאורט, אז היים-שולען (שטיבלעך) זענען לעגאל

נצחון פאר בית חב"ד אין טאָמס ריווער ניו דזשערסי


אגודת ישראל אפּלאדירט דעם החלטה פון דזשאדש פרעדא ל. וואלפסאן וואס זאגט אז די 'טאמס ריווער בּאָרד אף אדזשאסטמענט' האט פארשוועכט מערערע פעדעראלע געזעצן און אויך דער קאנסטיטוציע פון אמעריקע ווען זיי האבען פארבּאטן דעם ארטיגען חב"ד צענטער צו אנגייען מיט זייער פעולות אן א רי-זאָנינג וואַריענס רשות.

אין איר אורטייל האט דזשאָדש וואלפסאן געשריבן אז עס איז געווען אומגעזעצליך פאר טאמס ריווער צו פארלאנגען פון הרב גורארי אז ער דארף האבען אז זאנינג טויש כדי מעגען פירן וועכענטליכע תפילות מיט א קליינע צאל מתפללים אין זיין אייגענע היים. די סארט אקטיוויטעטן, האט זי געשריבן, זענען באשוצט אונטער די (Religious Land Use and Institutionalized Persons Act) 'רעליגעזע לאנד באניצונג געזעץ' אויך די 'פעיר האוזינג געזעץ' און אויך די ערשטע און פערצענטע אמענדמענט פון דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע. די דזשאדש האט אויך באפוילען אז טאמס ריווער מוז באצאלן הרב גורארי $122,500 , צו דעקן זיין שאדן און לעגאלע הוצאות וואס טאמס ריווער האט אים און פאר בית חב"ד גורם געווען.

הרב מרדכי בּייזער, ספעציעלע לויער פאר אגודת ישראל אין אמעריקע האט געזאגט אז דער ארטייל האט אהער געשטעלט א וויכטיגע וועג-ווייז פאר אנדערע קאמיוניטיס דארט פון מערערע שולן און מוסדות ווערן אנגעפירט אין רעזידענשל געגענטן.

"עס צייגט אויס אז עס זענען פארהאן שיצונגען אין דעם פעדעראלע געזעץ און אין דער קאנסטיטוציע פאר די סארט אנשטאלטן צו קענען אנגיין ווייטער, אָן צו דארפן א ספעציעלע ענדערונג אין זאנינג בכלל" האט הרב בּייזער געזאגט.

הרב אביגדור שנאַלל, דירעקטור פון אגודת ישראל פון אמערקע אין ניו-דזשערסי האט פראקלאמירט אז דער פסק איז א נצחון פאר רעליגעזע רעכטן, און האט דערביי אנגעמערקט, אז שוין איבער צען יאר וואס דער חב"ד צענטער האט אנגעפירט מיט איר עבודת הקודש שטילערהייט, אן קיין שום התנגדות פון די שכנים, ביז ווען געוויסע העצער האבען אנגעהויבן פירן א מערכה צו פארמאכן דעם מוסד.

"דער אנטוויקלונג איז נאך א באווייז אז שנאה וועט נישט מצליח זיין" האט הרב שנאלל געזאגט. "מיר האפפען אז דער ארטייל פונעם קאורט וועט אי"ה דינען אלץ דערמאנונג פאר אלע אנדערע שטעט, אז מ'קען נישט טרעטן אויף רעליגעזע רעכטן אין אמעריקע."


כדי צו הערן אדער דאונלאָדען אן אינטערוויו מיט הרב אביגדור שנאלל איבער די אויבענדערמאנטע באריכט דרוקט דא
# # #

ר’ יונה
אפשר זענט איהר מסביר וואס פארא שמחה דא איז דא די פסק איז דאך פיל מיט ריסטריקשינס.
אגב אלץ א טאמס ריווער איינוואונער וויל איך אייך איבערגעבען די דיעה פון די ארטיגע איינוואונער,(אינטערעסאנטנאז קיינער דא לאקאל האט נאכנישט געהערט פון הרב שנאלל)
דער עולם דא וואס האט זיך אהרגעצויגען זענען רובם ככולם אן עולם וואס וויל א שטילע פריוואטע לעבן,רוב עולם האט געקויפט הייזער אויף א שטילע ״ קאול דע סאק״ און זענען עפ״י רוב צופרידען מיט די שטרענגע זאונינג זיי ווילען איבערהויפט נישט אז יעדער שצמץ״ וואס א דאקטאר האט עם פארשריבען אז ער ברויך האבען א בימד״ר זאל קומען און א שטיל געסיל און עס איבער דרייען צו א פובליק גאס.
דער עולם דא וויל אז סזאל זיין שוהלען נאר אויף די מעין גאסען אויף אן אופן אז סזאל נישט איבערדרייען די שטילע געסליך און א רשות הרבים.
איך שרייב עס דא פשוט ווייל אויב אגודה פרובירט צוזיין מעורב וויל און סזעעט מיר נישט אויס ווי זיי פרובירען צו הערן די מיינונג פון די לאקאלע איינוואוינער דעריבער שרייב איך עס אייך דא.

יונה כהן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2009 2:48 pm

תגובהדורך יונה כהן » זונטאג אפריל 22, 2018 10:56 am

איצל פיצל האט געשריבן:
יונה כהן האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:דאס מיינט אז דאס גייט שטארק ארויסהעלפן די אלע שולן אין מאנסי אדער ארום מאנרא ?


דער קורצער ענטפער איז, יא
ס'לוינט זיך אויסהערן די אודיאו קליפ פון הרב שנאלל ווי ער איז דאס מסביר קלאר אז דער געווינס איז למעלה מן המשוער אז אפילו קיין זאנינג טויש פעלט שוין מער נישט אויס אויב מ'מאכט עס אויף א קליינעם פארנעם

איז שייך מגדיר צו זיין וואס עס מיינט א קליינעם פארנעם?
אויב איר ווייסט ביטע שרייבט די הגדרה, אדער כאטש א בערך'דיגע הסבר.
ווי אויך מוז עס זיין דוקא אז עס איז איינעמס הויז? אז איינער וואוינט דארט?
ביטע. ישר כח.


קליינעם פארנעם מיינט אז דער שול מאכט נישט קיין באדייטענדיגע ענדערונגען אין דעם צורה פון דער בנין אדער פארקינג און דער אנטשטאלט 'בלענד' זעך אריין אין דער סביבה פון דער 'רעזידענשל' געגענד. פארשטייט זיך אז אלץ האט צו טון מיט ראות עיני הדשאדש. בפרט אויב די שטאט קען צייגן אז זייערע פארלאנגן זענען 'פארשטענדליך' און נישט א רעזולטאט פון העצע דאן האט די שטאט ידה על העליונה צו מאכן עטוואס סדר.

oh vei
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

תגובהדורך oh vei » זונטאג אפריל 22, 2018 11:34 am

יונה כהן האט געשריבן:
איצל פיצל האט געשריבן:
יונה כהן האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:דאס מיינט אז דאס גייט שטארק ארויסהעלפן די אלע שולן אין מאנסי אדער ארום מאנרא ?


דער קורצער ענטפער איז, יא
ס'לוינט זיך אויסהערן די אודיאו קליפ פון הרב שנאלל ווי ער איז דאס מסביר קלאר אז דער געווינס איז למעלה מן המשוער אז אפילו קיין זאנינג טויש פעלט שוין מער נישט אויס אויב מ'מאכט עס אויף א קליינעם פארנעם

איז שייך מגדיר צו זיין וואס עס מיינט א קליינעם פארנעם?
אויב איר ווייסט ביטע שרייבט די הגדרה, אדער כאטש א בערך'דיגע הסבר.
ווי אויך מוז עס זיין דוקא אז עס איז איינעמס הויז? אז איינער וואוינט דארט?
ביטע. ישר כח.


קליינעם פארנעם מיינט אז דער שול מאכט נישט קיין באדייטענדיגע ענדערונגען אין דעם צורה פון דער בנין אדער פארקינג און דער אנטשטאלט 'בלענד' זעך אריין אין דער סביבה פון דער 'רעזידענשל' געגענד. פארשטייט זיך אז אלץ האט צו טון מיט ראות עיני הדשאדש. בפרט אויב די שטאט קען צייגן אז זייערע פארלאנגן זענען 'פארשטענדליך' און נישט א רעזולטאט פון העצע דאן האט די שטאט ידה על העליונה צו מאכן עטוואס סדר.

דאס איז די רעסטריקשעינס און טאמס ריווער
There will be a maximum of 35 individuals for events held at the property, with that limit expanded to 49 people "for six specific holidays per year which are the following: Sukkot, Simchas Torah, PesachlPassover, Purim, Lag b’omer, and Shavuot."
Those limits do not include Gourarie's family members and do not apply to family events held at the property.
Events that would exceed those limits must be held off-site.
Gourarie and the Chabad must tell any guests of the Chabad house that there is no parking to be allowed on Church Road.

אזאמעשה
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2012 11:36 am

ווי קום איך צי די אינטערוויו אויף קולמע?

תגובהדורך אזאמעשה » דינסטאג אפריל 24, 2018 1:29 am

On
יונה כהן האט געשריבן:
אגודת ישראל באגריסט החלטה פון פעדעראלע קאורט, אז היים-שולען (שטיבלעך) זענען לעגאל

נצחון פאר בית חב"ד אין טאָמס ריווער ניו דזשערסי


אגודת ישראל אפּלאדירט דעם החלטה פון דזשאדש פרעדא ל. וואלפסאן וואס זאגט אז די 'טאמס ריווער בּאָרד אף אדזשאסטמענט' האט פארשוועכט מערערע פעדעראלע געזעצן און אויך דער קאנסטיטוציע פון אמעריקע ווען זיי האבען פארבּאטן דעם ארטיגען חב"ד צענטער צו אנגייען מיט זייער פעולות אן א רי-זאָנינג וואַריענס רשות.

אין איר אורטייל האט דזשאָדש וואלפסאן געשריבן אז עס איז געווען אומגעזעצליך פאר טאמס ריווער צו פארלאנגען פון הרב גורארי אז ער דארף האבען אז זאנינג טויש כדי מעגען פירן וועכענטליכע תפילות מיט א קליינע צאל מתפללים אין זיין אייגענע היים. די סארט אקטיוויטעטן, האט זי געשריבן, זענען באשוצט אונטער די (Religious Land Use and Institutionalized Persons Act) 'רעליגעזע לאנד באניצונג געזעץ' אויך די 'פעיר האוזינג געזעץ' און אויך די ערשטע און פערצענטע אמענדמענט פון דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע. די דזשאדש האט אויך באפוילען אז טאמס ריווער מוז באצאלן הרב גורארי $122,500 , צו דעקן זיין שאדן און לעגאלע הוצאות וואס טאמס ריווער האט אים און פאר בית חב"ד גורם געווען.

הרב מרדכי בּייזער, ספעציעלע לויער פאר אגודת ישראל אין אמעריקע האט געזאגט אז דער ארטייל האט אהער געשטעלט א וויכטיגע וועג-ווייז פאר אנדערע קאמיוניטיס דארט פון מערערע שולן און מוסדות ווערן אנגעפירט אין רעזידענשל געגענטן.

"עס צייגט אויס אז עס זענען פארהאן שיצונגען אין דעם פעדעראלע געזעץ און אין דער קאנסטיטוציע פאר די סארט אנשטאלטן צו קענען אנגיין ווייטער, אָן צו דארפן א ספעציעלע ענדערונג אין זאנינג בכלל" האט הרב בּייזער געזאגט.

הרב אביגדור שנאַלל, דירעקטור פון אגודת ישראל פון אמערקע אין ניו-דזשערסי האט פראקלאמירט אז דער פסק איז א נצחון פאר רעליגעזע רעכטן, און האט דערביי אנגעמערקט, אז שוין איבער צען יאר וואס דער חב"ד צענטער האט אנגעפירט מיט איר עבודת הקודש שטילערהייט, אן קיין שום התנגדות פון די שכנים, ביז ווען געוויסע העצער האבען אנגעהויבן פירן א מערכה צו פארמאכן דעם מוסד.

"דער אנטוויקלונג איז נאך א באווייז אז שנאה וועט נישט מצליח זיין" האט הרב שנאלל געזאגט. "מיר האפפען אז דער ארטייל פונעם קאורט וועט אי"ה דינען אלץ דערמאנונג פאר אלע אנדערע שטעט, אז מ'קען נישט טרעטן אויף רעליגעזע רעכטן אין אמעריקע."


כדי צו הערן אדער דאונלאָדען אן אינטערוויו מיט הרב אביגדור שנאלל איבער די אויבענדערמאנטע באריכט דרוקט דא
# # #

יונה כהן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2009 2:48 pm

ס'איז געווען ביי די קורצע אינטערוויו'ס פרייטיג

תגובהדורך יונה כהן » דינסטאג אפריל 24, 2018 9:56 am

ץ

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 1:04 pm

ווען האט מען דיך צוגעגעבן אזא לאנגע נאמען איך זע לעצטנס רופט מען דיך אברהם חיים יונה כהן ראפאפארט ?

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 6:46 pm

חיים יוסף יונה הכהן ראפפורט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט