טערקישער סולטאן אורדואן... אפגעטון אויף טערקיש

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

טערקישער סולטאן אורדואן... אפגעטון אויף טערקיש

תגובהדורך ישעי בלום » זונטאג אפריל 16, 2017 3:06 pm

יא איר ליינט גוט, די טערקן האבן היינט געקרוינט דעם סולטאן ארדואן אלץ פאקטישער סולטאן אין טערקיי.
די וועלט איז געווען פארנומען די לעצטע יארן מיט פארשידענע קאנטערווערסיעשע שטיק פון דער טערקישער פרעימער מיניסטער ארדואן, וועלכער רייסט זיך ארום מיט יעדעם.
דער האט מער שונאים ווי נעגל אויף די וואנט, רוסלאנד, סיריע, איראן, אמעריקא, פראנקרייך לעצטענס אפילו זיך צוהארגעט מיט האללאנד...
דער גרעסטער שונא איז געווען מדינת ישראל, נאכדעם וואס מדינת ישראל איז יארן לאנג געווען א גוטער פריינד פאר טערקיי האט דער טערקישער אריינפליקט א נזיפה אין שמעון פערעס, די רעכטע ישראלים האבן אים געלערנט בלק און און ארדואן איז נישט שולדיג געבליבן און געמאכט א חברותא מיט מדינת ישראל אין סוגיית בלק, לעצטענס טרייען זיי צו שטיל מאכן די מצב ווייל די חברותא האט שטארק געשאדט פאר ביידע זייטן.
אבער צום עיקר נושא, נאך די לעצטע דורכגעפאלענע פוטש (א טייל זאגן אז דאס איז גאר געווען א שטיקל פון ארדואן אליינס, און די קאנספעראציע איז נישט א ווילדע) האט דער ארדואן שטארק געארבעט צו ווערן פול-טיים בעל בית אין טערקיי.
היינט איז פארגעקומען א Referendum אין טערקיי צו געבן ארדואן מער רעכטן א בעלות אין זיין פאזיציע, און ווי פארויס געזען האט ער געווינען , טאקע זייער שמאל אבער למעשה איז ער יעצט געווארן דער מושל בכיפה, און פון דא ביזן ווערן א פולער דיקטאטור איז גאנץ נאנט.
עס איז דא אסאך צו רעדן איבער די שארפע זיגזאג פון טערקיי'ס היסטאריע, פון שטארק רעגליעיז ביז סעקולער, און יעצט פירט ארדאון א טיקעט פון ווערן צוריק שטארק רעגליעיז.
מיר אידן דארפן נאר דאווענען אז דער ארדואן זאל האבן א מפלה ווי שנעלער ווייל די יודעי דבר זאגן אז דער איז א שרעקליכער שונא ישראל און קען ברענגען גרויסע מלחמות און צרות.
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג אפריל 16, 2017 4:58 pm

שכוח פארן באריכט
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » זונטאג אפריל 16, 2017 5:46 pm

יישר כח פאר'ן באריכט.
איך האב געליינט דערוועגן און די שטערן אז ס'גייט געשען און ב"ה ס'איז געשען... מיין מיינונג... למעשה דארפען די צולאזטע אראבערס א סולטאן!
איזי

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » מיטוואך אפריל 19, 2017 3:26 pm

יודעי דבר... שרעקליכער שונא ישראל... סולטאן... גרויסע מלחמות...

sharp
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:30 pm

תגובהדורך sharp » מיטוואך אפריל 19, 2017 5:07 pm

פארוואס אין די וועלט האבן די טערקן געשטומט דערפאר?

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מיטוואך אפריל 19, 2017 5:13 pm

פאר די טערקן איז ער גוט.

די זעלבע פרעגט מען ביי פוטין אויך, פארוואס אין די וועלט ווערט ער ערוועלט איינמאל נאכן צווייטן? ווייל ער שטארקט זיין פאלק, און לאזט זיי נישט באקריוודעט ווערן, און פון דא און ווייטער על כל פשעים תכסה אהבה.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

sharp
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:30 pm

תגובהדורך sharp » מיטוואך אפריל 19, 2017 5:44 pm

די רוסן זענען גרייט צי פארקוקן זיינע עוולות אבער וואלטן קיינמאל געשטומט אים צי געבן אפיציעלע מאכט דערויף.

עניוועי כ׳האב שוין לאנג אויף געגעבן אויף ארויס צו האבן דעם אראבער

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך אפריל 19, 2017 6:52 pm

sharp האט געשריבן:פארוואס אין די וועלט האבן די טערקן געשטומט דערפאר?

ווייל ער פארקויפט אז ער היט אפ טערקיי פון די פרייע עלעמענטן, און ער לויפט מיט די שטיצע פון די אימאםס
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

תגובהדורך הכנעה » מיטוואך אפריל 19, 2017 11:38 pm

#אמביציע אלערט

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 2:11 pm

דאס סטאטיסטיק ענטפערט אסאך.
צוגעלייגטע
IMG_1573.JPG
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 2:34 pm

זייער ענליך צו וואס עס פאסירט אין אמעריקע
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”