אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אור
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג יולי 26, 2018 12:53 pm

BREAKING: North Korea to transfer remains of unspecified number of U.S. soldiers killed in the Korean War on Friday - Yonhap

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2037
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 10:16 am

פרעסע סעקרעטארשע: פרעזידענט טראמפ נעכטן ערהאלטן א בריוו פון דער פירער פון צפון קארעא

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 11:04 am

לטב או למוטב?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 6:46 pm

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אנגעדייטעט אז די פארהאנדלונגען מיט צפון קארעא גייען ווייטער אן טראץ באריכטן אז זי אנטוויקלט פרישע מיסילס, און האט אין א טוויט שטארק אויסגעלויבט קים יאנג-אָן פאר׳ן האלטן ווארט און אומקערן קערפער פון אמעריקאנער זעלנער וועלכע זענען אומגעקומען אינעם קריג אין קארעא.

דער פרעזידענט האט באצייכנט די שריט אלס ״גוטהארציג״ שרייבנדיג ״א דאנק אייך פארזיצער קים יאנג-אָן פאר׳ן האלטן ווארט און אנהייבן דעם פראצעדור פון אומקערן אהיים די געפאלענע זעלנער, איך בין נישט איבעראשט אז דו האט אונטערגענומען דעם גוטהארציגן שריט, אזוי אויך א דאנק פאר דיין שיינעם בריוו, איך קוק פאראויס דיך צו טרעפן אינגיכן״

דער פרעזידענט האט אינעם טוויט אנגעדייטעט אז ער האט געקריגן א בריוו פונעם דעספאט פון צפון קארעא, דאס ווייסע הויז האט נישט אנגעגעבן צופיל דעטאלן איבער דעם אינהאלט פונעם בריוו זאגנדיג אז עס דיסקוטירט די פארשריט וואס ווערט געמאכט. גלייכצייטיג האט דער פרעזידענט אנגעדייטעט אינעם טוויט אז מען גרייט זיך פאר נאך א סאמיט.

די קערפער זענען אנגעקומען דעם זונטאג צו אן אמעריקאנער לופט-באזע אין האנאלולו וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מיליטערישע צעראמאניע צו אפטיילן עהרע צו די קערפער, און דער וויצע פרעזידענט מייק פענס האט אויפגעטרעטן מיט א רעדע און ארויסגעהויבן זייער העעראישקייט.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 12:19 pm

א טאג נאכדעם וואס פרעזידעט טראמפ האט געמאלדן אז ער האט באקומען א פרישע בריוו פון זיין פרישער פריינד קים יאנג אָן, און אז מען גרייט זיך מעגליך אויף א צווייטע סאמיט, זאגט סעקערטערי אף סטעיט מייק פאמפעאו אז מען האלט נאך ווייט פון אן אפמאך איבער איר נוקלעארן פראגראם.

ער האט געמאכט דעם באמערקונג ביי א פרעסע קאנפערענץ אין סינגאפור וואו ער וועט זיך באטייליגן אין א קאנפערענץ פון אויסערן מינסטארן פון אזיע, וואו עס וועט זיך אויך באטייליגן דער אויסערן מיניסטער פון צפון קארעא, און פאמפעאו האט אונטערגעשטראכן אז צפון קארעא טוט נאך אלס פארלעצן אינטערנאציאנאלע רעגולאציעס איבער נוקלעארע וואפן און דערווייל האט זי נישט איינגעהאלטן איר צוזאג וואס זי האט געמאכט ביים סאמיט אין סינגאפור מיט צוויי חדשים צוריק.

פאמפעאו האט נישט אויסגעשלאסן א זיצונג מיט׳ן צפון קארעא אויסערן מיניסטער, זאגנדיג אז עס איז מעגליך אבער דערווייל נישט באשטעטיגט, און אזוי אויך האט דאס ווייסע הויז געזאגט אז עס איז נישט זיכער אז עס וועט פארקומען נאך א סאמיט צוושין קים יאנג אן און טראמפ, און עס ווענדט זיך אין די פארשריט פון די געשפרעכן.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 12:32 pm

תגובהדורך אהבת השם » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:39 pm

צפון קארעא איז בייז אויף אמעריקע פאר׳ן נישט פארלייכטערן די סאנקציעס קעגן איר, טראץ וואס לויט ווי זי זאגט האט זי גענומען פאזיטיווע שריט צו נאכקומען פארלאנגען פון אמעריקע, און זי ווארנט אז אויב וועלן די סאנקאציעס נישט פארלייכטערט ווערן דאן וועט נישט קענען פארקומען קיין פארשריט אין די פארהאנדלונגען.

צפון קארעא האט צום ערשטן מאל קלארגעשטעלט אז זי האלט זיך נישט ביים רוקן פאראויס מיט דע-נוקלעאריזאציע בלויז אויב די סאנקציעס וועלן פארלייכטערט ווערן, זי האט געזאגט אז אנהאלטן די סאנקציעס און ערווארטן רעזולטאטן איז ״די זעלבע דורכגעפאלענע פאליסי פון די פריערדיגע אמעריקאנער אדמינסטראציעס״ און עס וועט נישט ארבייטן.

דער צפון קארעאר אויסערן מיניסטער וועלכער געפונט זיך די טעג אויף א באזוך אין איראן האט אויך קלארגעשטעלט אז אויך אויב מען קומט צו אן אפמאך וועט צפון קארעא אנהאלטן אירע מעגליכקייטן צו באנייען דעם פראגראם אויב אמעריקע וועט נישט האלטן אירע צוזאגן אונטער דעם אפמאך ״וויבאלד עס איז שווער זיך צו פארלאזן אויף אמעריקע״.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11913
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:00 pm

אהבת השם האט געשריבן:צפון קארעא איז בייז אויף אמעריקע פאר׳ן נישט פארלייכטערן די סאנקציעס קעגן איר, טראץ וואס לויט ווי זי זאגט האט זי גענומען פאזיטיווע שריט צו נאכקומען פארלאנגען פון אמעריקע, און זי ווארנט אז אויב וועלן די סאנקאציעס נישט פארלייכטערט ווערן דאן וועט נישט קענען פארקומען קיין פארשריט אין די פארהאנדלונגען.

צפון קארעא האט צום ערשטן מאל קלארגעשטעלט אז זי האלט זיך נישט ביים רוקן פאראויס מיט דע-נוקלעאריזאציע בלויז אויב די סאנקציעס וועלן פארלייכטערט ווערן, זי האט געזאגט אז אנהאלטן די סאנקציעס און ערווארטן רעזולטאטן איז ״די זעלבע דורכגעפאלענע פאליסי פון די פריערדיגע אמעריקאנער אדמינסטראציעס״ און עס וועט נישט ארבייטן.

דער צפון קארעאר אויסערן מיניסטער וועלכער געפונט זיך די טעג אויף א באזוך אין איראן האט אויך קלארגעשטעלט אז אויך אויב מען קומט צו אן אפמאך וועט צפון קארעא אנהאלטן אירע מעגליכקייטן צו באנייען דעם פראגראם אויב אמעריקע וועט נישט האלטן אירע צוזאגן אונטער דעם אפמאך ״וויבאלד עס איז שווער זיך צו פארלאזן אויף אמעריקע״.

נו נו, וועלען מיר זעהן וואס טראמפ וועט צו דעם זאגען.

אויב נארט קאריע ווארפט אריין איר לאט מיט איראן אז די זעלבע שיקזאל ווי איראן וועט זי אויך האבען; דעמאלט איז עס אין גאנצען נישט פארשטענדליך, ווייל איראן קען טאקע נישט אויף געבען, ווייל דענמאלט די גאנצע האוז אוו קארדס צופאלט און די נארמאלע אין איראן (וואס זענען די רוב) נעמען איבער; משא"כ נארט קאריע איז אין א בעסערע מצב בנוגע צו דעם, און קען טאקע זיך ארויס זעהן אויב זי גיבט אויף נוקליארע וואפען, איז אלזא וואס זיכסטו זיך סתם צרות מיט א אנ-פרעדיקטעבל טראמפ?

מוז זיין אז אדער האט איראן אים אויף געוויזען אז אויב ער גייט דורך מיט דער אפמאך דענמאלט וועט מען אים הארגענען פינקט ווי קאדאפי; אדער האט כינע איר פארשפראכען נישט צו לאזען פאלען (עד יעבור זעם און דער טורמין פון טראמפ); אדער ביידע צוזאמען.

דער בילד זעהט אויס אזוי, אז איראן וויל אז נארט קאריע זאל זיך מטט איר קעגען שטעלען אמעיריקע; און מיט כינע און נאך א פאר לענדער (אפשר אויך רוסלאנד מיט טערקיי) מאכען א יד אחת פינאנציעל און מיליטעריש.

איראן שפילט זיך מיט פייער (נאך מער ווי נארט קאריע וואס האט כאטשיג דער אמת'ן בעקינג פון כינע), ווייל פארלאזען זיך אויף כינע איז פינקט אזוי ווי זיך פארלאזען אויף רוסלאנד, וואס די מיניט וואס די אינטערעסען גייען שוין נישט אין ביידע דיירעקשען'ס, איז עס אויס (ווי מען זעהט אין סיריע).

דא גייט זיין לעבעדיג. אזוי זעהט אויס א געקארנערטער איראן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:37 pm

מיין שאלה איז דא, האט טראמפ נישט געמאכט קיין פונקטליכע פלאן וואס ער ערווארט פון נ"ק כדי מען זאל קענען אנהייבן פארלייכטערן סאקנציעס?

אויב יא, פארוואס מעלדט מען נישט די פלאן אין פובליק? און פארוואס האבן זיי נישט אינטערגעשריבן צוזאמען אויף אזא סארט דעטאלירטע פלאן? אז נ"ק זאל נישט קענען שרייען חי וקים מיר האלטן איין די אפמאך.

און אויב נישט, נו פארוואס טאקע נישט? קען מען דען אזוי האנדלען מיט א לאנד? יעדער וועט דאך שרייען אז ער האט געמיינט צו זאגן עפעס אנדערש, וואו קומט מען אהן אזוי?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11913
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 3:14 pm

פעיק נוז האט געשריבן:מיין שאלה איז דא, האט טראמפ נישט געמאכט קיין פונקטליכע פלאן וואס ער ערווארט פון נ"ק כדי מען זאל קענען אנהייבן פארלייכטערן סאקנציעס?

אויב יא, פארוואס מעלדט מען נישט די פלאן אין פובליק? און פארוואס האבן זיי נישט אינטערגעשריבן צוזאמען אויף אזא סארט דעטאלירטע פלאן? אז נ"ק זאל נישט קענען שרייען חי וקים מיר האלטן איין די אפמאך.

און אויב נישט, נו פארוואס טאקע נישט? קען מען דען אזוי האנדלען מיט א לאנד? יעדער וועט דאך שרייען אז ער האט געמיינט צו זאגן עפעס אנדערש, וואו קומט מען אהן אזוי?

מען האט קלאר אפגעמאכט וואס יעדער זייט דארף טוהן, אבער נישט געזאגט ווען.

אמעריקע ווייסט אז נארט קאריע וויל שפילען פאר צייט עד יעבור זעם; און טראמפ מיינט אז ער קען לייגען די נויטיגע דרוק עס צוצואיילען.

דער מיליאן דאלער קשיא איז צו נארט קאריע האט נישט געהאלטען ביי גארנישט ווען קים האט צוגעזאגט; אדער יא געהאלטען אבער איראן מיט כינע האבען זיך אריין געמישט און ער האט געטשעינדזד זיין מיינד.

די מידיע ווייסט נישט דער תירוץ און מיט דער צייט דארף עס זיך אויס קלארען.

וועגען דעם זאג איך אז עס גייט זיין לעבעדיג ווייל דער סטאטוס קווא גייט נישט בלייבען.

די פאלגענדע געשעענישען זענען אלעס געקניפט און געבינדען און מאכט א דעדלי מיקס:

* צו נארט קאריע גייט ווערען דינוקליערייזד אדער איר עקינאמיע גייט ערגער ווערען.
* צו איראן האלט ביי ווערען ציוויליזירט (קען נישט, ווייל דעמאלט פארלירען די מולעס די העגעמאניע), אדער איר עקינאמיע וועט ערגער ווערען און עס גייט זיין ריזיגע דעמענסטראציעס וואס קענען פאטענשילי איבערווארפען דיי רעגירונג.
* די טעריף מלחמה צווישען אמעריקע מיט כינע וואס אמעריקע געווינט, און דאס גיבט כינע דער ווילען צו אפען שטיצען די שונאים פון אמעריקע.
* די אנגעצויגענקייט צווישען אמעריקע מיט רוסלאנד צוליב די אינערליכע פאליטיק אין אמעריקע און אויך דאס וואס ענגלאנד (אמעריקע'ס נאטירליכער עליי) און רוסלאנד, זענען אויף שטעך מעסערס.
* די עקענאמיע אין טערקיי שרינקט און טערקיי איז גרייט צו טוהן אומפאראנטפורליכע זאכען.
*אויך קען מען אריין ווארפען צווישען די טראבעל מעיקערס, וועניזועלע וואס איז אין א שריקלעכע מצב פינאנציעליש, און אויך סיריע וואס איז איראן'ס פאפעט און שפיל גארטען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 5:20 pm

צפון און דרום קארעא האבן געמאלדן אז אירע פירער וועט אפהאלטן א דריטן סאמיט דעם קומענדיגן סעפטעמבער אין פיאנגיענג, דער הויפטשטאט פון צפון קארעא. אין די צייט וואס די געשפרעכן צווישן אמעריקע און צפון קארעא הינקען אונטער און אמעריקאנער באאמטע דרוקן אויס סקעפטישקייט איבער איר גרייטקייט זיך אנטוואפענען פון נוקלעארע וואפנס.

דער מעלדונג איז געקומען נאך א לענגערע זיצונגן צווישן דעלעגאציעס פון ביידע לענדער וואו עס איז דיסקוטירט געווארן דאס דע-נוקלעאריזאציע פונעם קארעאר האלב-אינזל און נענטערע באציאונגען צווישן די צוויי לענדער, אבער ביידע זייטן האבן נישט אנגעגעבן מער דעטאלן איבער פארשריט וואס ווערט געמאכט אין דעם הינזיכט.

אין אנדערע נייעס האט די רויטע קרייץ געווארנט אז צפון קארעא געפונט זיך אויפ׳ן שוועל פון א שווערער הונגער אלס רעזולטאט פון א גאר טרוקענער זומער וואס האט עפעקטירט דאס רייז און ווייץ שניט, א ענליכע טרוקעניש אין די 90ער יארן האט געקאסט דאס לעבן פון איבער 3 מיליאן בירגער.

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 5:48 pm

ווען קים ווערט הינגעריג כאפט ער זיך אריבער אויף א לאנטש אויף די סאוט.

אוועטאר
א נייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 6:42 pm

דממה דקה האט געשריבן:ווען קים ווערט הינגעריג כאפט ער זיך אריבער אויף א לאנטש אויף די סאוט.

;l;p-
נע ער דארף נאר די וויא ער עסט נאר היימיש ער גייט ארויס נאר היימיש
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2037
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 5:31 pm

פרעזידענט טראמפ גיבט איבער אז ער וועט העכסט ווארשיינליך האבן נאך א זיצונג מיטן פירער פון צפון קארעא

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 5:32 pm

פאמיליע מיטגלידער וועלכע האבן זיך נישט געזען פאר איבער 60 יאר האבן זיך צום ערשטן מאל געטראפן א דאנק א ספעציעלע פראגראם וואס צפון און דרום קארעא האבן אויסגעארבעט אונטער וועלכע עס ווערן ערלויבט קורצע באגעגענישן צווישן פאמיליעס וועלכע זענען צוטיילט געווארן ווען קארעא איז צוטיילט געווארן מיט 60 יאר צוריק ביים ענדע פונעם קריג.

ווען קארעא איז צוטיילט געווארן אין צוויי, און אן אייזערנער פארהאנג איז געשטעלט געווארן אינדערמיט זענען פילע פאמיליעס צוטיילט געווארן, אריינגערעכנט ברודערס און שוועסטערס, עלטערן און קינדער, און האבן נישט געקענט האבן די מינדעסטע פארבינדונג אפילו דורך בריוו אדער טעלעפאניש.

אין 1985 האבן די צוויי לענדער אנגעהויבן א פראגראם אונטער וועלכע איינמאל א יאר ווערן עטליכע טויזנט - צווישן די הונדערטער טויזנטער צוטיילטע - ערלויבט זיך צו טרעפן מיט פאמיליע מיטגלידער, אבער דער פראגראם איז אפגעשטעלט געווארן אין די לעצטע יארן צוליב די דערקייקלונג אין די באציאונגען.

א דאנק די לעצטע אנווארמונג פון די באציאונגען האט זיך דער פראגראם פריש באנייט און עטליכע טויזנט פאמיליע מיטגלידער האבן נעכטן זיך פארזאמלט אין א זאל אינעם דע-מיליטאריזירטע זאנע פאר עטליכע שטונדן פון פאראייניגונג, וויסנדיג אז זיי וועלן זיך מער נישט זען אויף אייביג.

אנוועזנדע זשורנאליסטן זאגן אז מען האט געזען הארצרייסנדע סצענעס ווי מאמע׳ס און קינדער טרעפן זיך צום ערשטן מאל נאך זעכציג יאר און דארפן זיך ווידער צוטיילן נאך עטליכע שעה, אזוי אויך האבן פילע אויפגעפאסט אז אלע צפון קארעא באטייליגטע זענען נידריגער און מער פארעלטערט ווי זייערע געשוויסטער אויף די אנדערע זייט גרעניץ, צוליב די פיין און הונגער וואס זיי שטייען אויס.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 5:05 pm

דער ״אינטערנאציאנאלער אטאמישע אגענטור״ - א נוקלעארער וואטשדאג פון די יו.ען. וועלכע איז הויפטקווארטירט אין ווין - זאגט היינט אין א סטעיטמענט אז זי האט דערווייל נישט אבזערווירט קיין שום צייכנס אז צפון קארעא האט סיי וועלכע פלענער צו אויפלעזן אדער פארקלענערן איר נוקלעארעא ארסענאל.

״די לעצטע שריט און רעטאריק פון די נארט קארעא רעזשים צייגט נישט קיין שום וויליגקייט צו אייגנטליך אויפגעבן אירע נוקלעארעא מעגליכקייטן, און איז שטארק באזארגנד״ שרייבט זי אין איר באריכט וועלכע וועט פארגעשטעלט ווערן פאר די אינטערנאציאנאלע געמיינדע קומענדיגע חודש ביי איר יערליכע סאמיט איבער נוקלעארע זיכערהייט.

דאס קומט א טאג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אין אן אינטערוויו מיט די ״רויטערס״ נייעס אגענטור אז ער ״גלייבט״ אז צפון קארעא האט יא גענומען געוויסע שריט אין די ריכטונג פון דע-נוקלעאריזאציע און געזאגט אז ער קוקט ארויס אויף נאך א סאמיט מיט קים יאנג-אן צו פארשנעלערן דעם פראצעדור.

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2037
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 11:15 am

אויסערן מיניסטער מייק פאמפעא שטעלט סטיווען ביעגאן צו דינען אלץ זיין פערזענליכע רעפרעזענטאט צו פארהאנדלען מיט צפון קארעא

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11913
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 1:00 pm

ברצונם הטוב אפילו אז זיי האבען צו געזאגט, גייען זיי עס נישט טוהן. צו האלטען זיי בכלל ביי דעם, ווייסען מיר אויך נישט (און יעדען טאג וואס גייט ארובער האלטען זיי ווייניגער ביי דעם). כינע שטערט נישט אז נארט קאריע האט עס, און עס שטערט זיי יא אז אמעריקע זאל אויס פירען. דאס זעלבע איז רוסלאנד, אבער זיי זענען יא גרייט צו מאכען א דיעל מיט אמעריקע. איראן ארבעט אויף קעסיל און כלים אז נארט קאריע זאל בלייבען דערמיט און ביי עקסטענשען זיי אויך. טערקיי (און אויך שוואכלינג סיריע) און נאך א פאר ראוג סטעיטס ארבעטען שטארק מיט נארט קאריע.

און דא אין אמעריקע האט מען געבינדען די הענט (און די פיס אויך) פונעם פרעזידענט און ער קען נישט מאכען א דיעל מיט רוסלאנד. באלד האלב אמעריקע וויל נישט אז דער פרזעידענט זאל מצליח זיין. דערווייל באקומט איראן יעדען חודש צוריק אירע סחורה וואס איז געעווען געסטאורד אין רוסלאנד ואין פוצה פה ומצפצף.

דער פרעזידענט פון סאוט קאריע איז א אידיאט איינער אין דער וועלט און איז צופרידען ווי עס איז. יאפאן פלאצט אבער דערווייגט זיך נישט זיך אנצורופען. אייראפא (דער אמאליגע מערב וועלט) איז ביזי קאמיטען סועסייד און ווילען אויך נישט אז דער פרעזידענט זאל מצליח זיין.

א נס מוז געשעהן.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 1:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11913
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 1:19 pm

SPUSMN האט געשריבן:ברצונם הטוב אפילו אז זיי האבען צו געזאגט, גייען זיי עס נישט טוהן. צו האלטען זיי בכלל ביי דעם, ווייסען מיר אויך נישט (און יעדען טאג וואס גייט ארובער האלטען זיי ווייניגער ביי דעם). כינע שטערט נישט אז נארט קאריע האט עס, און עס שטערט זיי יא אז אמעריקע זאל אויס פירען. דאס זעלבע איז רוסלאנד, אבער זיי זענען יא גרייט צו מאכען א דיעל מיט אמעריקע. איראן ארבעט אויף קעסיל און כלים אז נארט קאריע זאל בלייבען דערמיט און ביי עקסטענשען זיי אויך. טערקיי (און אויך שוואכלינג סיריע) און נאך א פאר ראוג סטעיטס ארבעטען שטארק מיט נארט קאריע.

און דא אין אמעריקע האט מען געבינדען די הענט (און די פיס אויך) פונעם פרעזידענט און ער קען נישט מאכען א דיעל מיט רוסלאנד. באלד האלב אמעריקע וויל נישט אז דער פרזעידענט זאל מצליח זיין. דערווייל באקומט איראן יעדען חודש צוריק אירע סחורה וואס איז געעווען געסטאורד אין רוסלאנד ואין פוצה פה ומצפצף.

דער פרעזידענט פון סאוט קאריע איז א אידיאט איינער אין דער וועלט און איז צופרידען ווי עס איז. יאפאן פלאצט אבער דערווייגט זיך נישט זיך אנצורופען. אייראפא (דער אמאליגע מערב וועלט) איז ביזי קאמיטען סועסייד און ווילען אויך נישט אז דער פרעזידענט זאל מצליח זיין.

א נס מוז געשעהן.

עס איז קלאר אז שטיפען צייט איז נארט קאריע'ס סטראטעגיע. און דער סטראטעגיע ארבעט. זיי האפען אז טראמפ וועט לאנג נישט זיין פרעזידענט, און אפילו אויב יא וועט ער גארנישט טוהן זייענדיג פארנומען מיט אימפיעטשמענט און הונדערטע אנדערע דאגות.

דאס בעסטע עצה בעיני בשר זעהט מיר אויס אז דער פרעזידענט זאל גיין זייער שטייף (אראפ שטיפען דער עקסעלערעטאר); האלטען א קליינע מייער מיט א גרויסע ריזיגע שטעקען. דערשטיקען איראן מיט נארט קאריע מיט וואס מען קען פינאנציעל, און אויך ברענגען שטארקע מיליטערישע כוחות צו אירע ברעקען צו לייגען דער מאקסימום דרוק. געבען אולטימאטום'ס ווען זאכען "מוזען" געזעהן, און אויב זיי געשעהן נישט, נעמען די נויטיגע שריט. ווייטער האלטען כינע באזארגט און אין דער זעלבע ציייט שמייכלען צו זיי (אזוי ווי זיי טוהען). קומען צו א ערענסטע אפמאך מיט רוסלאנד און נישט קוקען וואס די לינקע וועלען שרייען קאלוזען קאלוזען. זיי וועלען אים סיי ווי אימפיעטשען אויב זיי קענען; אבער אויב עס געלונגט אים מיט נארט קאריע וועט מען אין נישט קענען לאזען פאלען אין מיטען וואס נארט קאריע ווערט דינוקלערייזד, ער וועט צו באקומען אלע אונדערסיידעדס און אפילו א פאר דעסיידעד פארקערט.

עס וואלט געווען פאר אים ראטזאם צו לייגען זיין גאנצע מוח אריין אין דעם פראבלעם, וועלען אלע אנדערע גרינגער ווערען פאר אים. ער זאל זיין דער וואס שטעלט די טיים טעבעלס און נישט זיי.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 2:27 pm

SPUSMN האט געשריבן:

לויט מיין מיינונג
אויב וועט @SPUSMN זיין א קאבינעט מיטגעליד וועט די פרעזידענט אסאאאאאאאאך שטערקער מצליח זיין......
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 1:41 pm

ברעיקינג:

טראמפ האט און א טוויט׳ע געמאלדן אז ער האט פארארענט סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיאו אפצורופן זיין רייזע קיין צפון קאריע וואס איז געווען געפלאנט אויף קומענדע וואך.

טראמפ:
I have asked Secretary of State Mike Pompeo not to go to North Korea, at this time, because I feel we are not making sufficient progress with respect to the denuclearization of the Korean Peninsula...
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11913
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 2:29 pm

א פלא אז ער האט ביז יעצט נאך געדולדיג פרובירט מיט גוטען. אפשר אז מען זאל צו אים נישט האבען קיין טענות ווען ער וועט סטראשען מיט זיין גרויסע באטאן.

זאכען גייען זיך האפענטליך מיט די צייט אויס קלארען.

ס'זעהט מיר אויס אז ס'האט א סאך צו טוהן מיט איראן און דער ראוד פון דינוקליראציע פון נארט קאריע גייט דורך איראן; איז דערובער נארט קאריע דער סייד שאו און איראן דער עיקר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 3:11 pm

אט אזוי!., כ׳האב גראדע געהאלטן (כ׳האלט נאך אלטס) אז טראמפ באגייט א טעות מיטן טוען אלעס אויף אמאל. אפילו איך עגרי מיט אים אויף די מהלכים וויזוי ער ארבעט מיט טשיינע, נארט קאריע, רוסלאנד, מעקסיקא, קאנאדע.. איז דאס אלעס אבער נאר ווען מ׳קוקט אן יעדע זאך אינדעווידזשעוואל. מיט טשיינע האלט איך אז נאר דעם שפראך פארשטייען זיי, נארט קאריע פארשטייט נאר פייער און פיארי.. אא״וו

ס׳איז אבער זייער מעגליך אז, למשל דאס אויספירן זיינע פלענער אויף נאטאו קען זיך פארהאנקענען ״נאר״ צוליב דעם ווייל ער פירט א טאריפן קריג מיט די זעלבע לענדער. און די זעלבע איז מיט מעקסיקאו. ווען ער צורייסט זיך ווען נישט מיטן זייער ארויסגייענדע פרעזידענט איבער וואנט ארויף וואנט אראפ, וואלט ער זיי מעגליך געקענט גרינגער קארנער׳ן מיט טאריפן.

קען זיין אז און ביזנעס איז עס יא א גוטע סטראטעגיע, בפרט אויב רעדסטע פון טראמפ וואס האט אלעמאל גע׳אפארעיט אויף דעם וועג. ווען ס׳קומט אבער צו דילן מיט לענדער וואס מיט יעדע לאנד עקסטער פירט מען פארשידענע סארט רילעישנשיפ׳ס מיז עס נישט זיין אז אזא סארט מהלך איז ווירקזאם. כ׳האב גראדע געטראכט, און פאל טראמפ פאלט אדורך מיט נארט קאריע און אזוי אויך מיט א טשיינע האנדל אפמאך. וואלט איך דע זאך אפ געשריבן אלטס טראמפ׳ס גרעסטע טעות.

נאכאמאל, ס׳איז זייער מעגליך אז ער וועט למעשה אויספירן, און פאקט יעצט בשעת די אלע זאכן דיוועלעפען זיך און די זעלבע צייט, ריקן זיך אבער זאכן פאראויס. טשיינע איז ביים טיש, מעקסיקאו איז ביים טיש, נארט קאריע, יאפאן... אא״וו. ס׳קען אבער זיין ס׳קומט אן שווערער ווי ווען ער ארבעט אויף יעדע זאך באזינדער. ווי מער באקסעס די קאר האט אלטס לענגער נעמט ארויף צו פארן׳פ בארג.

ס׳קען זיין ער האט מתחילה באשלאסן מאיזה סיבה דייקא יא צו נעמען דעם ריכטונג, אזוי צו אזוי.. שרייבט ער היינט אויף טוויטער דאס

BACD211A-603D-4DC2-A9B3-526CEA04C320.jpeg
BACD211A-603D-4DC2-A9B3-526CEA04C320.jpeg (75.77 KiB) געזעהן 275 מאל
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 3:20 pm

וואס מיינט

In the meantime I would like to send my warmest regards and respect to Chairman Kim. I look forward to seeing him soon!

ער פלאנט יא זיך צו טרעפן מיט קים?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11913
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 3:27 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אט אזוי!., כ׳האב גראדע געהאלטן (כ׳האלט נאך אלטס) אז טראמפ באגייט א טעות מיטן טוען אלעס אויף אמאל. אפילו איך עגרי מיט אים אויף די מהלכים וויזוי ער ארבעט מיט טשיינע, נארט קאריע, רוסלאנד, מעקסיקא, קאנאדע.. איז דאס אלעס אבער נאר ווען מ׳קוקט אן יעדע זאך אינדעווידזשעוואל. מיט טשיינע האלט איך אז נאר דעם שפראך פארשטייען זיי, נארט קאריע פארשטייט נאר פייער און פיארי.. אא״וו

ס׳איז אבער זייער מעגליך אז, למשל דאס אויספירן זיינע פלענער אויף נאטאו קען זיך פארהאנקענען ״נאר״ צוליב דעם ווייל ער פירט א טאריפן קריג מיט די זעלבע לענדער. און די זעלבע איז מיט מעקסיקאו. ווען ער צורייסט זיך ווען נישט מיטן זייער ארויסגייענדע פרעזידענט איבער וואנט ארויף וואנט אראפ, וואלט ער זיי מעגליך געקענט גרינגער קארנער׳ן מיט טאריפן.

קען זיין אז און ביזנעס איז עס יא א גוטע סטראטעגיע, בפרט אויב רעדסטע פון טראמפ וואס האט אלעמאל גע׳אפארעיט אויף דעם וועג. ווען ס׳קומט אבער צו דילן מיט לענדער וואס מיט יעדע לאנד עקסטער פירט מען פארשידענע סארט רילעישנשיפ׳ס מיז עס נישט זיין אז אזא סארט מהלך איז ווירקזאם. כ׳האב גראדע געטראכט, און פאל טראמפ פאלט אדורך מיט נארט קאריע און אזוי אויך מיט א טשיינע האנדל אפמאך. וואלט איך דע זאך אפ געשריבן אלטס טראמפ׳ס גרעסטע טעות.

נאכאמאל, ס׳איז זייער מעגליך אז ער וועט למעשה אויספירן, און פאקט יעצט בשעת די אלע זאכן דיוועלעפען זיך און די זעלבע צייט, ריקן זיך אבער זאכן פאראויס. טשיינע איז ביים טיש, מעקסיקאו איז ביים טיש, נארט קאריע, יאפאן... אא״וו. ס׳קען אבער זיין ס׳קומט אן שווערער ווי ווען ער ארבעט אויף יעדע זאך באזינדער. ווי מער באקסעס די קאר האט אלטס לענגער נעמט ארויף צו פארן׳פ בארג.

ס׳קען זיין ער האט מתחילה באשלאסן מאיזה סיבה דייקא יא צו נעמען דעם ריכטונג, אזוי צו אזוי.. שרייבט ער היינט אויף טוויטער דאס

BACD211A-603D-4DC2-A9B3-526CEA04C320.jpeg

ער זעהט ריכטיג כינע אלץ דער עיקר פראבלעם און שטער, און האט נאך האפעניננג אויף קים.

דאס מיינט אז זיין אינטעלידזענס עדזענסיס זאגען אים אז נארט קאריע האלט טאקע באמת ביים דינוקליאריזירען (ווי מיר האבען געהאלטען ביז נישט צו לאנג צוריק), נאר כינע מיט איראן איז דער שטער.

שייינע אנאליז טשאדאלע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אלי' מקוה יוד, בילדער, טוט זיך...?, נאך פונדערהיים, קרייסלער און 32 געסט