אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11668
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מאי 16, 2018 5:34 pm

בוידעם האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:רוב אמעריקע האט דאך געוואוט פאר טראמפ. :wink:


נישט אמת.

ריכטיג, נישט יעדער איז געגאנגען וואוטען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מיטוואך מאי 16, 2018 5:43 pm

בוידעם האט געשריבן:איראן איז געווען געסאלווד דורך אבאמא, עד שבא אותו תלוש...

צפון פאר זיך איז קיין געפאר פאר אמעריקע.


איינער פארשטייט די ווערטער?
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך מאי 16, 2018 5:47 pm

נאך נישט געזען דא
באריכטעט אז זשי פון טשיינע בעט פון צפון יא פאראויס צו גיין מיטן סאמיט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11668
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מאי 16, 2018 5:53 pm

לאזט זיך הערען אז ער איז א שפילער דא.

"דער" שפיעלער דא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3804
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מאי 16, 2018 7:36 pm

בוידעם האט געשריבן:איראן איז געווען געסאלווד דורך אבאמא, עד שבא אותו תלוש...

צפון פאר זיך איז קיין געפאר פאר אמעריקע.


רב @בוידעם, ווען צפון האט נוקלער וואפן וואס קען פליען ביז אמעריקע, וואס אדער האט ער אדער גייט ער האבן, און אודאי אויף אמעריקאנער באזעס און אליאירטע, איז עס נישט קיין געפאר פאר אמעריקע?

ליגעל דיסקלעימער איך האף אז די דיעל וועט זיך נאך יא אויסארבעטן, כאטש איך האב אודאי א גוטע געפיל אז טראמפ מוטשעט זיך אביסל מיט קימעלע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך מאי 16, 2018 7:40 pm

פאליק האט געשריבן:מיין קורצע מיינונג:

יעצט גלייב איך מער ווי נעכטן אז דער סאמיט גייט פארקומען, עפעס האט נישט געמאכט קיין סענס ביז יעצט , פון איין מינוט אויפן אנדערען זאל אזא בעל גאוה און רוצח ווערן אזא שפל ברך און נכנע? פארוואס פארווען און פארוועם? פאר דער זעלבער וואס האט אים געזאגט א וואך פארדעם אז דו וועסט באגאסן ווערן מיט א מבול פון פייער און צארן? עס האט נישט געמאכט קיין סענס פון אנהייב ביז צום סוף

אבער יעצט הייב איך שוין אן צו גלייבן אז עפעס גייט זיין, קים זאגט שוין אין בין נישט דיין נאר מער, איך וועל נישט צווארפען קיין נוקאלערע סייטס און אהייםשיקן אמעריקאנער און דו זאלסט מיר אנהייבן מושטרינגען מיט דרום קארעא אין פראנט פון מיין נאז, מעגסט דיר איינהאלטען יעצט נאכן דיר אזויפיל נאכגעבן

און איך וויל ענק זאגן עפעס איך פארשטיי אים, זיין געדולד האט געמעגט פלאצן. עס איז א גרויסע טעות זיך צו רייצן מיט אים ווען ער ווייזט ארויס אזויפיל הכנעה

יעצט וועט מען זעהן וואס עס גייט געשעהן, איך האלט אז טראמפ גייט אים בארואיגן אויף עפעס אויף א אופן און מען וועט זיין מער נזהר פון ביידע זייטן און אזוי אולי ואולי וועט עפעס זיין



זייער קלאר ארויסגעשריבן.


אולי דאס איז אויך געווען דער סיבה פארן מאכן די מושטירונגן (רייצען), עפעס האט פשוט נישט געשמעקט גוט מיט דער גאנצער זיך אינטערבייגן צי אמעריקא, האבן זיי געוואלט זעהן עד היכן הדברים מגיעים! איז ער טאקע א פארלוירענע און האט גארנישט צי דערלייגן נאר שלום מאכן, אדער עס איז נאך דא עפעס וואס ער קען סטראשען ...
שכח = פארגעס
יישר כח = איז וואס מען ניצט צי באדאנקען איינעם

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3804
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מאי 16, 2018 7:40 pm

SPUSMN האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:רוב אמעריקע האט דאך געוואוט פאר טראמפ. :wink:


נישט אמת.

ריכטיג, נישט יעדער איז געגאנגען וואוטען.


רב שפוזמאן, עס איז א אויסגעדראשענע טעמע, אבער בלויז 46% האט געשטימט פאר טראמפ בערך די זעלבע ווי מקעין, און עס איז קלאר אז טראמפ האט נישט קיין האלב אמעריקע, דהיינו פופציג פראצענט וואס שטיצן אים, אפילו זיין בעסטע קאמפעני רעסמוסען וואס ער ברענגט אייביג אראפ, געט אים רוב טעג ווייניגער ווי פופציג, די עוורידזש איז אפגערעדט, סוי עס איז קלאר אז רוב אמעריקע שטיצט נישט טראמפ.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » מיטוואך מאי 16, 2018 8:00 pm

צל עובר האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:רוב אמעריקע האט דאך געוואוט פאר טראמפ. :wink:


נישט אמת.

ריכטיג, נישט יעדער איז געגאנגען וואוטען.


רב שפוזמאן, עס איז א אויסגעדראשענע טעמע, אבער בלויז 46% האט געשטימט פאר טראמפ בערך די זעלבע ווי מקעין, און עס איז קלאר אז טראמפ האט נישט קיין האלב אמעריקע, דהיינו פופציג פראצענט וואס שטיצן אים, אפילו זיין בעסטע קאמפעני רעסמוסען וואס ער ברענגט אייביג אראפ, געט אים רוב טעג ווייניגער ווי פופציג, די עוורידזש איז אפגערעדט, סוי עס איז קלאר אז רוב אמעריקע שטיצט נישט טראמפ.


ער האט געשריבן אמעריקע נישט אמעריקאנער... :smile:

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך מאי 16, 2018 11:04 pm

Lindsey Graham to Kim Jong Un: Meet with Trump if you want to "survive"


https://www.google.com/url?sa=t&source= ... GeIz56FaSm

אזוי דארף מען רעדן!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מאי 17, 2018 12:47 am

SPUSMN האט געשריבן:לאזט זיך הערען אז ער איז א שפילער דא.

"דער" שפיעלער דא.



קלאר אזוי! טשיינע וויל זיין א מחותן, זאגטער פאר נארט קאריע קווענקל, און איך וועל זאגן גיי יא, דו פארלאנג אז טשיינע מוז אויך דארט זיין וכד'...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יעקב פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
לאקאציע: פיאנגיענג, צפון קרעא

תגובהדורך יעקב פריינד » דאנארשטאג מאי 17, 2018 9:21 am

עפעס הער איך אויף קןל מבשר אז צפון מאכט פראבלעמען נאר וועגן ער וויל האבן צייט צו באהאלטן זיינע נוקלעארע מיסלס האט איינער מער אינפא.
Never give a man a job that doesn't belong to him

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג מאי 17, 2018 10:56 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:לאזט זיך הערען אז ער איז א שפילער דא.

"דער" שפיעלער דא.



קלאר אזוי! טשיינע וויל זיין א מחותן, זאגטער פאר נארט קאריע קווענקל, און איך וועל זאגן גיי יא, דו פארלאנג אז טשיינע מוז אויך דארט זיין וכד'...


עס איז נישט אז כינע "וויל" זיין א מחותן, נאר ער "איז" שוין איינמאל גאר א הויפט מחותן, דער אמעריקאנער מידיע רעדט נישט דערפון צוליב א סיבה שלא נודע למי, אבער ס'איז איינמאל קלאר אז מאחורי הפרגוד האט ער גאר א גרויסע דעה און זיין מיינונג איז יא א מיינונג.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11668
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 17, 2018 12:31 pm

יעקב פריינד האט געשריבן:עפעס הער איך אויף קןל מבשר אז צפון מאכט פראבלעמען נאר וועגן ער וויל האבן צייט צו באהאלטן זיינע נוקלעארע מיסלס האט איינער מער אינפא.

ליבי אומר לי אז דאס איז דער סיבה פון זיין צוריק ציהען און מאכען תנאים; און דעס האביך געמיינט מיט "איראן" אז איראן זעהט דא אז אמעריקע פאדערט אז נארט קאריע זאל אלעס אויף געבען; וועט דאך אמעריקע פון זיי אויך פאדערען אז זיי זאלען אלעס אויף געבען און אויב נישט וועט מען זיי באמבארדירען און ברעגגען א ענדע צו זייער נוקליער פרויעקט.

אויך, יעצט אז אמעריקע גייט לייגען די מאקסימום סאנקציעס אויף איראן און זיי טשאוקען, איז איראן געלאפען קיין כינע און רוסלאנד צו דזוינען זייער בענקינג סיסטעם און סירקומווענטען די סאנקציעס פון דער אמעריקאנער און יוראפעאר ענקנאמישע סיסטעם.

אמעריקע האט דאך געגעבען אייראפא דריי חדשים צייט (אין פאליטיקס איז עס א עטורניטי) טו-געט-זיר-בינעס-אין-ארדער און ענדיגען זייערע קרומע געשעפטען מיט איראן. דאס גיבט איראן דריי חדשים צייט זיך צו שפיעלען; זענען זיי געלאפען קיין נארט קאריע און געזאגט "וואס איילסטו זיך"? האסט נישט קיין געלט; נאדיר וויפיל געלט די דארפסט, ווייל יעצט "האב איך נאך".

בקיצור איראן וויל ציהען צייט און איז איטרעסירט אז נארט קאריע זאל ציהען צייט, און ביז דערווייל טוהן וואס זיי קענען צן צו-איילען וואס זיי טוהען אין דערהיים, און ארויס באקומען פון נארט קאריע וואס זיי קענען נאר, פאר זיי מוזען עס איבערגעבען פאר אמעריקע. איך שטעל זיך פאר אז צום סוף וועלען זיי עס איבער געבען פאר כינע און נישט פאר אמעריקע (ענליך צו סיריע'ס איבער געבען זייער כעמישע וואפען פאר רוסלאנד...), אבער דערווייל וויל עס איראן וואס זיי קענען נאר באקומען.

קען זיין אז אמעריקע וויל די מאטריאל ענדערש אין איראן, און עס דארטען פארניכטען.

דאס איז וויאזוי איך זעה עס.

אנדערע סיבות וואס ליגט אינטער דעם, איז ווי נעכטען געשריבען אז מען האט אויף געקלערט קימ-דזאנג-און אז לא זן הדרך; מען קאפיטיולירט נישט אלעס נאך פאר מען זעצט זיך אראפ. אין ניגאשיעישען'ס שטעלט יעדער זייט אראפ דאס ווינציגסטע וואס ער איז גרייט צו געבען; איז אויב אמעריקע פארלאנגט דער מאקסימום, הייב אן מיט אפערען דער מינימום.

ימים ידברו וואס באמת האט זיך דא אפגעשפיעלט; און וואס איז פארגעגאנגען אין איראן, רוסלאנד, און כינע.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג מאי 17, 2018 12:36 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » דאנארשטאג מאי 17, 2018 12:34 pm

גראף פאטאצקי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:רוב אמעריקע האט דאך געוואוט פאר טראמפ. :wink:


נישט אמת.

ריכטיג, נישט יעדער איז געגאנגען וואוטען.


רב שפוזמאן, עס איז א אויסגעדראשענע טעמע, אבער בלויז 46% האט געשטימט פאר טראמפ בערך די זעלבע ווי מקעין, און עס איז קלאר אז טראמפ האט נישט קיין האלב אמעריקע, דהיינו פופציג פראצענט וואס שטיצן אים, אפילו זיין בעסטע קאמפעני רעסמוסען וואס ער ברענגט אייביג אראפ, געט אים רוב טעג ווייניגער ווי פופציג, די עוורידזש איז אפגערעדט, סוי עס איז קלאר אז רוב אמעריקע שטיצט נישט טראמפ.


ער האט געשריבן אמעריקע נישט אמעריקאנער... :smile:

עפעס ליגט מיר און קאפ, אז אבאמא זאל זיך מיען, האט אמאל געזאגט אז מ'קען (נישט מ'קעין) צורעכענען אויך די וואס האבן נישט געוואוט. איינער ווייסט פון וואס איך רעד?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11668
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 17, 2018 12:50 pm

למעשה האט אים אמעריקע געמאכט פרעזידענט, און אין אמעריקע the majority rules

ער איז ליגעלי דער פרעזידענט; כאטש דער דיעפ סטעיט האט אים אילעגעלי געטרייד צו סטאפען.

מען קען דן זיין אויף יעדער וואוטער צו ער איז א ליגאלע אמעריקאנער וואוטער און צו זיין וואוט קאונטס, אבער די טעמע איז שוין אוסגעדראשען, און יעדער זאל זיך האלטען ביי זיינס אויב עס מאכט אים בעסער שפירען; אבער עס איז נישט נוגע לענינינו.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מאי 17, 2018 1:08 pm

SPUSMN האט געשריבן:למעשה האט אים אמעריקע געמאכט פרעזידענט, און אין אמעריקע the majority rules

די מעזשארעטי *עלעקטארעלס
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מאי 17, 2018 1:11 pm

SPUSMN האט געשריבן:
דער דיעפ סטעיט האט אים אילעגעלי געטרייד צו סטאפען.

אוי, וואס האבן זיי געטוהן צו נעם?
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג מאי 17, 2018 1:19 pm

כאפצעם האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
דער דיעפ סטעיט האט אים אילעגעלי געטרייד צו סטאפען.

אוי, וואס האבן זיי געטוהן צו נעם?

זיי טוהן נאך אלץ

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג מאי 17, 2018 1:23 pm

כאפצעם האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
דער דיעפ סטעיט האט אים אילעגעלי געטרייד צו סטאפען.

אוי, וואס האבן זיי געטוהן צו נעם?

די ווייסט זייער זייער גוט וואס ער מיינט, די נושא איז שוין אויסגעדראשן געווארן צענדליגע מאל, די תגובה איז נאר א ציל צו פירן נאך אן אשכול אין די אדמה מיט ענדלאזע טענה'ריי. הער אויף דערמיט.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11668
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 17, 2018 1:28 pm

ווען איך ווייס אויף וויפיל הינער אויגען כ'גיי טרעטען.

אפשר איז טאקע כדאי אז מען זאל די אלע תגיבות בנוגע דער צודרייטע, סענסיטיווע, פערסאנעלע, אויסגעדראשענע נושא, אראפ נעמען פון דא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מאי 17, 2018 1:44 pm

יישר כח האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
דער דיעפ סטעיט האט אים אילעגעלי געטרייד צו סטאפען.

אוי, וואס האבן זיי געטוהן צו נעם?

זיי טוהן נאך אלץ

איבער יעצט ווייס איך, ער רעדט אבער פון "בעפארן" עלעקשאן
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

TRUMP

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג מאי 17, 2018 3:32 pm

We'll see what happens. If the meeting happens it happens. And if it doesn't, we go on to the next step...we may have the meeting, we may not have the meeting. If we don't have it that will be very interesting."

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג מאי 18, 2018 11:49 am

צל עובר האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:רוב אמעריקע האט דאך געוואוט פאר טראמפ. :wink:


נישט אמת.

ריכטיג, נישט יעדער איז געגאנגען וואוטען.


רב שפוזמאן, עס איז א אויסגעדראשענע טעמע, אבער בלויז 46% האט געשטימט פאר טראמפ בערך די זעלבע ווי מקעין, און עס איז קלאר אז טראמפ האט נישט קיין האלב אמעריקע, דהיינו פופציג פראצענט וואס שטיצן אים, אפילו זיין בעסטע קאמפעני רעסמוסען וואס ער ברענגט אייביג אראפ, געט אים רוב טעג ווייניגער ווי פופציג, די עוורידזש איז אפגערעדט, סוי עס איז קלאר אז רוב אמעריקע שטיצט נישט טראמפ.

נישט מישן צווישן שטיצן דעם פרעזידענט פערזענליך און האלטן אז ער טוט א גוטע ארבעט.

איך פערזענליך קען מענטשן וועלכע האבן נישט געשטימט פאר טראמפ און זענען גרייט צו שטימען פאר אים אין 2020 צוליב זיין ארבעט.
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג מאי 18, 2018 11:52 am

מושך חסד האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
נישט אמת.

ריכטיג, נישט יעדער איז געגאנגען וואוטען.


רב שפוזמאן, עס איז א אויסגעדראשענע טעמע, אבער בלויז 46% האט געשטימט פאר טראמפ בערך די זעלבע ווי מקעין, און עס איז קלאר אז טראמפ האט נישט קיין האלב אמעריקע, דהיינו פופציג פראצענט וואס שטיצן אים, אפילו זיין בעסטע קאמפעני רעסמוסען וואס ער ברענגט אייביג אראפ, געט אים רוב טעג ווייניגער ווי פופציג, די עוורידזש איז אפגערעדט, סוי עס איז קלאר אז רוב אמעריקע שטיצט נישט טראמפ.


ער האט געשריבן אמעריקע נישט אמעריקאנער... :smile:

עפעס ליגט מיר און קאפ, אז אבאמא זאל זיך מיען, האט אמאל געזאגט אז מ'קען (נישט מ'קעין) צורעכענען אויך די וואס האבן נישט געוואוט. איינער ווייסט פון וואס איך רעד?

יא. נאך די צווייטע מידטערמס, וואו אבאמא'ס מידטערם לאסעס זענען אנגעקומען צו היסטארישע שטאפלען און ער האט פארלוירן אויך דעם סענאט, האט דער געזאגט מיט א פרעכהייט אז ער האט באקומען דעם מעסעדזש.... פון די וואס האבן נישט געוואוט און ער גייט ממשיך זיין מיט זיינע אנטי אמעריקאנער פאליסיס דורך זיין פעדער און פאון נוסח קעניג (כלשונו).
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3804
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מאי 18, 2018 2:56 pm

קאן זיין אז די דיבורים טאקע האט א גרויס חלק אין אריינברענגען טראמפ.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט