אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מאי 16, 2018 9:57 am

:P
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 16, 2018 10:06 am

טינק, די בושות איז אז די דעמאקראטן האבן אים נישט געגלייבט, טראמפ יא.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1790
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך מאי 16, 2018 10:07 am

יישר כח האט געשריבן:האט ירום הודו נאכנישט ארויס געשקיט זיין פייגעלע , אויב יא ביטע מיטיילען
יישר כח

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 16, 2018 10:09 am

הענדימען האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:דאס איז דאך די בושות, טראמפ האט אים גענומען ערענסט אין די צייט וואס ער האט בכלל נישט געהאלטן ביים אויפגעגעבן עפעס.

ער האט געוויזן אז ער האלט יא ביים אויפגעבן אפילו מער ווי עפעס. והא ראי' אז ער האט אויפגעגעבן

א דורכפאל איז ער (אויב פאלן די פארהאנדלונגען צוזאם) בושות נישט


א דורעכפאל אין פאבליק איז געווענליך גרויסע בושות.

צו מעסטן די דורעכפאל און בזיונות, דארף מען עס קאמפערן צו די סוקסעס און כבוד וואס א דיעל וואלט געברענגט.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מאי 16, 2018 10:10 am

בוידעם האט געשריבן:טינק, די בושות איז אז די דעמאקראטן האבן אים נישט געגלייבט, טראמפ יא.


די דעמאקראטן וואס האבן געזאגט אז ער גיבט אויף זיינע נוקלעארע וואפן ווייל ער קען עס מער נישט טעסטן האבן עכט געהאלטן אז ער קען עס יא טעסטן?

און פון וואו דו נעמסט אז טראמפ האט זיי געגלייבט איז אויך א חידה סתומה. טראמפ איז דער וואס האט געהאלטן אין איין איבער'חזר'ן אז מען דארף צוגיין פארזיכטיג און אז עס איז מעגליך אז קים שפילט, און האט נאר געזאגט אז קים וויל 'האופפולי' אויפגעבן זיינע נוקלעארע וואפן.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » מיטוואך מאי 16, 2018 10:13 am

לאמיר הערן, וואס איז די ריכטיג'סטע זאך צי טוהן?

קום זאגט אז ער וויל זיך טרעפן און גרייט צי אויפגעבן זיינע נאוקס, ווען פינקטלעך נאכן איינלאדענען האבן די דעמאקראטן וואס האבן געוויסט אז ס'איז א טרעפ געוואלט אז טראמפ זאל באמבעדירען אנשטאטס צי הערן צי ער האט עפעס צי זאגן?

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מאי 16, 2018 10:16 am

Think and Thank האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:טינק, די בושות איז אז די דעמאקראטן האבן אים נישט געגלייבט, טראמפ יא.


די דעמאקראטן וואס האבן געזאגט אז ער גיבט אויף זיינע נוקלעארע וואפן ווייל ער קען עס מער נישט טעסטן האבן עכט געהאלטן אז ער קען עס יא טעסטן?
.


פשוט מאד, היות עס איז נישט געווען קיין אנגעבליכע סיבה פארוואס ער וויל קומען צום טיש, האט מען שפעקולירט, יעצט האט ער געגעבן א שטויס צו די שפעקולאציע. ער קען נאך צוריקדרייען מארגען, באט מען זיכט א נייעם שפעקולאציע.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 16, 2018 10:17 am

טינק, פשטלעך וועלן מיר לערנען דעם שבועות.

אין פאקט האבן די דעמאקראטן נישט געגלייבט קים, זיי זענען נישט געווארן עקסיידעט איבער די גאנצע זאך. טראמפ האט עס יא גענומען זייער סיריעס, למעשה האט ער געכאפט א פראסק, אבער א הילכיגע. סהאט זיך ארויסגעשטעלט אז די דעמאקראטן האט געהאט א גוטע שמעק.

די רעסט איז גוט לפלפולי בעלמא.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מאי 16, 2018 10:19 am

בוידעם, דו איגנארירסט בכונה מיין שאלה?

Think and Thank האט געשריבן:און פון וואו דו נעמסט אז טראמפ האט זיי געגלייבט איז אויך א חידה סתומה. טראמפ איז דער וואס האט געהאלטן אין איין איבער'חזר'ן אז מען דארף צוגיין פארזיכטיג און אז עס איז מעגליך אז קים שפילט, און האט נאר געזאגט אז קים וויל 'האופפולי' אויפגעבן זיינע נוקלעארע וואפן.


ווידער דאס אז דו דעמאקראטן זענען נישט געווארן עקסיידעט ווייזט אז זיי זענען געווען איבערצייגט אז קים מיינט עס ערנסט און טראמפ האט נאך עפעס באוויזן
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 16, 2018 10:24 am

קאליפארניע האט געשריבן:לאמיר הערן, וואס איז די ריכטיג'סטע זאך צי טוהן?

קום זאגט אז ער וויל זיך טרעפן און גרייט צי אויפגעבן זיינע נאוקס, ווען פינקטלעך נאכן איינלאדענען האבן די דעמאקראטן וואס האבן געוויסט אז ס'איז א טרעפ געוואלט אז טראמפ זאל באמבעדירען אנשטאטס צי הערן צי ער האט עפעס צי זאגן?


א גוטע קשיא.

אבער דאס איז איינמאל זיכער, ווען עס מאכט נישט קיין סענס אז קים זאל פלוצלינג ווערן א וואויל קינד, דארף מען נעמען די גאנצע זאך זייער סקעפטיש, אזוי ווי די דעמאקראטן האבן געטון, זיי האבן נישט געזאגט אז מען זאל נישט ממשיך זיין מיט די פארהנדלונג, אבער דאך געווען זייער ציניש דערמיט.

די סיבה פארוואס טראמפ האט עס יא גענומען ערענסט (און יא, ער האטט געזאגט 'האופעלי', בבחינת נישט אום שבת גערעדט...), איז ווייל ער איז באמת געווען איינגערעדט אז זיינע קינדערישע סטראשעריי האט געווירקט אויף קים זיך צו ברעכן.

נישט נאר ער האט אזוי געהאלטן, זיינע שטיצער זענען אויך געווען פולי ביי די מיינונג. און דאס איז אין פארט אויך א חלק פון די דורעכפאל.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מאי 16, 2018 10:28 am

בוידעם, פארוואס האט איראן געוואלט א דיעל מיט אמעריקע?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 16, 2018 10:31 am

Think and Thank האט געשריבן:בוידעם, דו איגנארירסט בכונה מיין שאלה?

Think and Thank האט געשריבן:און פון וואו דו נעמסט אז טראמפ האט זיי געגלייבט איז אויך א חידה סתומה. טראמפ איז דער וואס האט געהאלטן אין איין איבער'חזר'ן אז מען דארף צוגיין פארזיכטיג און אז עס איז מעגליך אז קים שפילט, און האט נאר געזאגט אז קים וויל 'האופפולי' אויפגעבן זיינע נוקלעארע וואפן.


ווידער דאס אז דו דעמאקראטן זענען נישט געווארן עקסיידעט ווייזט אז זיי זענען געווען איבערצייגט אז קים מיינט עס ערנסט און טראמפ האט נאך עפעס באוויזן


פון ווי איך ווייס אז טראמפ האט זיי געגלייבט, הממממ. פון טראמפ אליין. ער איז מיטגעגאנגען בכל אורך הדרך, גערעדט דערפון ווי א קינד וואס רעדט מיט שפייעכץ פון א בעפארשטייענדע אויספלוג. ער האט קיין רגע נישט געהאלטן אז קים מאכט פורים פון אים. קען זיין ער האט פארשטאנען אז עס קען זיך נאך פארהאנקענען אינדערמיט, אבער נישט אז די גאנצע זאך איז בלויז א שפיל.

דיין צווייטע העלפט, אז די דעמאקראטן האבן מורא געהאט אז קים מיינט עס ערענסט און האבן געציטערט פאר טראמפ'ס סוקסעס, איז בלויז א ספין געבויט אויף גארנישט, דאס האט סאך ווייניגער דעקונג ווי דאס אז טראמפ האט זיי געגלייבט ווי א נער.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » מיטוואך מאי 16, 2018 10:33 am

איינער האט עפעס מער אינפארמעישאן פאר מיר דא?
דערווייל זעה איך נישט קיינעם ריפארטן אז די שלום איז דערנאך אין די גאנצע פלאן איז ציפאלן
סך הכל וויל קום אז אמעריקע זאל עפעס מער ציזאגן
איז וואס? נא דאס האבן די דעמעקראטן פארפיהרט אז ער איז צו גיט, נא יעצט זעהט אויס עטס זענטס גערעכט עס איז נישט אזוי גערינג, איז וואס? וועגען דעים איז שוין בישות פאר טראמפ? קלעצער דאס האט עטס א גאנצע צייט פארפיהרט...
איין זאך האבן די דעמעקראטן זיכער בישות די בארג תריץ איז א פארגאנגענהייט, פון יעצט אין ווייטער וועט מען זיכער דארפן געבען קרעדיט פאר טראמפ
אויש נע זיכער אויפקומען מיט נאך עפעס..

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מאי 16, 2018 10:33 am

אין שטעטל האט געשריבן:דער ראקעט מען האט פיין געפרענקט אונזער אורענטש מען.

איך האלט אז קים וואלט דאס געדארפט בעסער אויסרעכענען, ער האט געדארפט מסכים זיין זיך צו טרעפן ביי די די.עם.זי. מיט אלע מידיע קאווערונג, אין ווען טראמפ קומט אן מיט די גאנצע פאראדע, וואלט אנטקעגן געקומען עפעס א לאצי מיט א הילערי קלינטאן מאסק.



אזוי רעדן אלע ליבעראלן וואס האבן מער מורא פון טראמפ'ס סוקסעס ווי פון א דעינדזשרעסס נארט קאריע...

עכ"פ ווער ס'וויל קען פייערן זיג אדער וויינען אויפן מצב... ס'קוקט אבער נישט אויס אז דאס איז די פיינעל, די מיטונג מיט טראמפ איז דערווייל נישט אפגערופן, ס'גייט נאך זיין א באנטש פאן דא...

און ביידעוועי פאר ווער ס'וואונדערט זיך צו טראמפ קען נאך קענסלן די מיטונג, דערווייל האט קים נאר אפגעהאקט מיט סאו קאריע, טראמפ קען נקמה נעמען און זאגן איך קענסל די מיטינג...

וואס ס'איז ווארשיינליך געשעהן, איז ווי געשריבן, טשיינע האט מסביר געווען פאר קים, לא זו הדרך... גיב נישט אלעס אויף פאר דו קריגסט עניטינג... יעדע זאך וואס דו גיבסט אויף זאל אמעריקא צוריקגיבן עפעס... נאך מער, ס'קען גאר זיין אז קים האט געוואוסט אז קיינער גייצעך נישט אראפזעצן מיט אים, האטער קודם געוויזן א ער איז א וואוילע אינגעלע, יעצט ווען די מיטונג איז שוין גע'סעט העט קיינער נישט וועלן קענסלן, העטער אנהייבן ווערן שטייפער און אזוי ארום קריגן מער קאנצעסיעס...

און פארוואס האטעס טשיינע געטוהן? זיי ווילן פשוט זעהן וויזוי אמעריקא ריעקט אין אזא פאל, סיז נוגע כלפי איראן וכד'...

יעצט העמער זיך אנטוהן סיעט בעלטס און ענדזשויען די רייד...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 16, 2018 10:35 am

Think and Thank האט געשריבן:בוידעם, פארוואס האט איראן געוואלט א דיעל מיט אמעריקע?


ווייל אבאמא האט זיי גוט צודריקט מיט סאנקציעס וואס האט שטארק פארקריפעלט זייער אקאנעמי, און עכ"ז האט זיך פארלאנגט אסאך אינטערווענץ צו צושטאנד ברענגן דיעל.

צפון קאריע האט זיך קיינמאל נישט גערעכענט מיט דעם, עס איז א דוקטאטארישע לאנד מיט גענצליך אנדערע רולס.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » מיטוואך מאי 16, 2018 10:36 am

אין שטעטל האט געשריבן:דער ראקעט מען האט פיין געפרענקט אונזער אורענטש מען.

איך האלט אז קים וואלט דאס געדארפט בעסער אויסרעכענען, ער האט געדארפט מסכים זיין זיך צו טרעפן ביי די די.עם.זי. מיט אלע מידיע קאווערונג, אין ווען טראמפ קומט אן מיט די גאנצע פאראדע, וואלט אנטקעגן געקומען עפעס א לאצי מיט א הילערי קלינטאן מאסק.

;l;p- ;l;p-
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 16, 2018 10:38 am

וויכי, לויט די באריכטן סטראשעט קים צו קענסלן די סאמיט, אין אזא פאל איז טראמפ א חוזק מיט'ן זאגן אז ער קענסעלט עס.


------
פארשטייט זיך אז די גאנצע דיסקאשן איז נאר אויב עס צופאלט טאקע, אין פאל עס איז ממשיך, און טראמפ באווייזט אויסצוהאמערן א דיעל, איז ער א יודשששש ווינער.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מאי 16, 2018 10:38 am

בוידעם האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:בוידעם, דו איגנארירסט בכונה מיין שאלה?

Think and Thank האט געשריבן:און פון וואו דו נעמסט אז טראמפ האט זיי געגלייבט איז אויך א חידה סתומה. טראמפ איז דער וואס האט געהאלטן אין איין איבער'חזר'ן אז מען דארף צוגיין פארזיכטיג און אז עס איז מעגליך אז קים שפילט, און האט נאר געזאגט אז קים וויל 'האופפולי' אויפגעבן זיינע נוקלעארע וואפן.


ווידער דאס אז דו דעמאקראטן זענען נישט געווארן עקסיידעט ווייזט אז זיי זענען געווען איבערצייגט אז קים מיינט עס ערנסט און טראמפ האט נאך עפעס באוויזן


פון ווי איך ווייס אז טראמפ האט זיי געגלייבט, הממממ. פון טראמפ אליין. ער איז מיטגעגאנגען בכל אורך הדרך, גערעדט דערפון ווי א קינד וואס רעדט מיט שפייעכץ פון א בעפארשטייענדע אויספלוג. ער האט קיין רגע נישט געהאלטן אז קים מאכט פורים פון אים. קען זיין ער האט פארשטאנען אז עס קען זיך נאך פארהאנקענען אינדערמיט, אבער נישט אז די גאנצע זאך איז בלויז א שפיל.

דיין צווייטע העלפט, אז די דעמאקראטן האבן מורא געהאט אז קים מיינט עס ערענסט און האבן געציטערט פאר טראמפ'ס סוקסעס, איז בלויז א ספין געבויט אויף גארנישט, דאס האט סאך ווייניגער דעקונג ווי דאס אז טראמפ האט זיי געגלייבט ווי א נער.

ווען דו בויעסט אויף רעטאריק האב איך נישט אריינצורעדן. האסט געווינען.
לעצט פאראכטן דורך Think and Thank אום מיטוואך מאי 16, 2018 10:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מאי 16, 2018 10:39 am

בוידעם האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:בוידעם, פארוואס האט איראן געוואלט א דיעל מיט אמעריקע?


ווייל אבאמא האט זיי גוט צודריקט מיט סאנקציעס וואס האט שטארק פארקריפעלט זייער אקאנעמי, און עכ"ז האט זיך פארלאנגט אסאך אינטערווענץ צו צושטאנד ברענגן דיעל.

צפון קאריע האט זיך קיינמאל נישט גערעכענט מיט דעם, עס איז א דוקטאטארישע לאנד מיט גענצליך אנדערע רולס.

און איראן איז א דעמאקראטיע? און צפון קארעא האבן נישט קיין סאנקציעס?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 16, 2018 10:42 am

און דו בויעסט אויף?

ניין, איראן איז נישט קיין דעמאקראטישע לאנד, אבער עס איז ווייט נישט צפון קאריע.

אין איראן שטארבט מען נישט פאר הונגער. אינגאנצן אנדערע סטאנדארטן.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מאי 16, 2018 10:43 am

פרידן האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
קאליפארניע האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:געמיינט האב איך אז טראפס צושטערן אירן דיעל האט געהארגעט אמעריקעס טראסט
ביזדערווייל זעה איך אז אבאמא'ס אריין גיין אין ליבע האט געהארגעט אמעריקעס טראסט

דער קליינער האט גאטס איך אונזער שטאלצער פאריך איז נישט אזוי גוט צונאר צומאכן
ווען צוויי משוגעים שלאגן זיך קען עס זיין זייער אסאך פאן אין עס קען זיין זייער שרעקעדיג


איך כאפ נישט פונקט וואס דו מיינסט צו זאגן. קים זאגט ער וויל זיך נישט אנטוואפענען אזוי ווי ליביע.

ד.מ. אז פאר אבאמא איז געלונגען צו אנטוואפענען ליביע, און פאר טראמפ איז דאס נישט געלונגען צו טון מיט צפון. דאס רופסטו גע'הרג'עט אמעריקע'ס טראסט?

ליביע האט זיך אנטוואפענט אין 2003, און אבאמא האט אים געלאזט פאלן ווי א פליג.

איך זעע סתם אזוי נישט פארוואס די דעמאקראטן האלטן ס'איז בושות פאר טראמפ, ביז נעכטען האבן די דעמאקראטן געזונגען אז די גאנצע סיבה פארוואס קום האט געזאגט אז ער וויל פארהאנדלען איז ווייל די בארג איז ציזאמגעפאלן, ענק האלטן די בארג איז צירוק געוואקסען די לעצטע פאר טעג?


דאס איז דאך די בושות, טראמפ האט אים גענומען ערענסט אין די צייט וואס ער האט בכלל נישט געהאלטן ביים אויפגעגעבן עפעס.

זענען דאך די דעמאקראטן יא גערעכט.

האב איך בכלל גערעדט וועגן טראמפס בושות איך האב נאר גערעדט איבער די פוינט פין די איראן דיעל מיט אמעריקע'ס טראסט
איך ווער נישט רויט ווען טראמפ האט בושות אין נישט פונק ווען ער האט כבוד, טראמפ איז נישט מיין ליבלינג, אין אבאמא איז נישט מיין פיינטלינג




זייער קלאר ארויסגעברענגט! אנדערש ווי ביי געוויסע... איז אמעריקאנע פאלעסי נישט געוואנדן צו טראמפ גייט זיגן צו טראמפ גייט האבן בושות! נארט קאריע איז א סיריעס פראבלעם, יעדער האט ערווארטעד אז ס'גייט נישט זיין גרינג, קים האט פאר א שטיק צייט געטרייט צו שפיהלן דעם געים אז ס'איז זייער גרינג, מסתם האטער געוואלט אז ס'זאל ווערן בכלל גע'סעט א מיטונג... יעצט גייטעס צוריק צו די ערווארטונגען...

דאס וואס דו זאגסט וועגן קאדאפי איז א לעדזשיד פוינט! נאך סאדאם כוסעין האט קאדאפי אנגעפאנגן ציטערן אז ער איז נעקסט, איזער געקומען צו לויפן צו בוש... אלעס האט אויסגעקוקט פיין, ביז אבאמא האט אים געווארפן ווי א הינט! מיט אסאד געשהעט עס נישט... און די חילוק איז די שעדליכע וואפן... קען זיין אז דאס איז קים'ס קאנסוירן... טשיינע האטעם געזאגט אויב גיבסטו אויף די וואפן, פארלירסטו א גאראנטי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 16, 2018 10:45 am

@טינק, זעה איך יעצט האסט געטוישט פון געפיל אויף רעטאריק. אקעי.

הגם מיין תגובות אין דעם ענין ענהאלטן נישט קיין שום רעטאריק, אבער איי געס דו פילסט אז יא, נו וויאזוי האט יענער געזאגט קודם חזרה: אז דו בויעסט אויף געפיל, ווער בין איך אריינצורעדן.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מאי 16, 2018 10:46 am

בוידעם האט געשריבן:און דו בויעסט אויף?

קוין פליפס

בוידעם האט געשריבן:ניין, איראן איז נישט קיין דעמאקראטישע לאנד, אבער עס איז ווייט נישט צפון קאריע.

אין איראן שטארבט מען נישט פאר הונגער. אינגאנצן אנדערע סטאנדארטן.


נעוואדע אזוי. די אמעריקאנער סאנקציעס קעגן צפון קארעא זענען פיל פיל שטייפער ווי די וואס זענען געווען קעגן איראן, און דעריבער שטארבן דארט מענטשן פאר הונגער.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מאי 16, 2018 10:47 am

דאס איז וואס?

בוידעם האט געשריבן:פון ווי איך ווייס אז טראמפ האט זיי געגלייבט, הממממ. פון טראמפ אליין. ער איז מיטגעגאנגען בכל אורך הדרך, גערעדט דערפון ווי א קינד וואס רעדט מיט שפייעכץ פון א בעפארשטייענדע אויספלוג. ער האט קיין רגע נישט געהאלטן אז קים מאכט פורים פון אים. קען זיין ער האט פארשטאנען אז עס קען זיך נאך פארהאנקענען אינדערמיט, אבער נישט אז די גאנצע זאך איז בלויז א שפיל.

דיין צווייטע העלפט, אז די דעמאקראטן האבן מורא געהאט אז קים מיינט עס ערענסט און האבן געציטערט פאר טראמפ'ס סוקסעס, איז בלויז א ספין געבויט אויף גארנישט, דאס האט סאך ווייניגער דעקונג ווי דאס אז טראמפ האט זיי געגלייבט ווי א נער.


אגב, דו האלטסט באמת אז דיין שרייבן "ער האט קיין רגע נישט געהאלטן אז קים מאכט פורים פון אים. קען זיין ער האט פארשטאנען אז עס קען זיך נאך פארהאנקענען אינדערמיט, אבער נישט אז די גאנצע זאך איז בלויז א שפיל" פראווט עפעס? דאס איז א ראי' אז אזוי איז טאקע געווען?

עניוועיז, איך האב נישט קיין צייט צו פרובירן אפצואווענדן רעטאריק דורך פאקטן. האב מיר א גוטן טאג און א לעכטיגן תמיד.
לעצט פאראכטן דורך Think and Thank אום מיטוואך מאי 16, 2018 10:49 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 16, 2018 10:48 am

וויכי, סאיז צייט אויסצוטון די מאסקע, פרא טראמפער ווילן זעהן "טראמפ'ס סוקסעס", אנטי ווילן זעהן "טראמפ'ס דורכפאל", מיש נישט אריין אמעריקע דא.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone, Kollel, maybeeynot, milech fried, אהבת השם, טשיינע רב, נאר חסרונות, נו שוין, קאפ און אקסל, שכל טוב און 46 געסט