אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג מארטש 26, 2018 6:16 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:מסתם גייט אים טשיינע ווארענען אז ער טאר גארנישט אפערן פאר טראמפ ווילאנג זיי קומען זיך נישט דורך מיט אמעריקע אויף טרעיד.

דעי כינעיזער האבן א מעלה, זיי פארשטייען גוט צו וואס זיי ווילן צוקומען און זיי נוצן דעם קאפ, און טראמפ האט א מעלה אז ער פארשטייט גוט צו וואס ער ווילן צוקומען און ניצט נישט דעם קאפ. און אזא פאל געווענדליך ענדיגט זיל עס גוט פאר יעדעם


ביטע קוק אויף מיין חתימה

Potus
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » מאנטאג מארטש 26, 2018 6:22 pm

צווייפעל האט געשריבן:מסתם גייט אים טשיינע ווארענען אז ער טאר גארנישט אפערן פאר טראמפ ווילאנג זיי קומען זיך נישט דורך מיט אמעריקע אויף טרעיד.

טראמפ גייט זיך נישט לאזן פון כינע אין נארט קארעא אויך נישט ווייל נ.ק. וויל גוט ווערן מיט אמעריקא אין זיי האבן נישט קיין פראבלעם זיך צו קריגן מיט כינע
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » דינסטאג מארטש 27, 2018 9:33 am

דעם קליינעם גראבער פארט אין טשיינע
צוגעלייגטע
44183A82-6A98-4B7E-BD72-DC7CFE05159C.png
44183A82-6A98-4B7E-BD72-DC7CFE05159C.png (276.76 KiB) געזעהן 1412 מאל
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19913
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מארטש 27, 2018 11:33 am

לבי אומר לי אז ער איז געפארן קיין טשיינע אויף די פארלאנג פון טשיינע, ער וויל דערמאנען טראמפ אז ער איז בעה"ב אויף נארט קאריע און טראמפ זאל איבערטראכטן זיינע טרעיד שטיק...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

די מעכטיגע באן

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג מארטש 27, 2018 11:42 am

בילד

אור
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג מארטש 27, 2018 11:46 am

שטייגען האט געשריבן:דעם קליינעם גראבער פארט אין טשיינע
וועלכע קאר האט ער? קוקט אויס ווי א אמעריקאנע קעדי

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג מארטש 27, 2018 1:43 pm

א בין הזמנים אויספלוג ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » דינסטאג מארטש 27, 2018 2:33 pm

maybeeynot האט געשריבן:א בין הזמנים אויספלוג ?

מן הסתם איז דאס א Marcedes
די קאר איז געווארן צוגעשטעלט אין טשיינע מסתמא דורך די ארטיגע רעגירונג
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11913
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 27, 2018 2:41 pm

כינע לייקענט אז ער איז דארט.

דאס מיינט אז ער איז טאקע דארט; ווייל ביי שקרנים ווי כינע "איז גארנישט אמת חוץ אויב מען לייקענט עס".

אבער למעשה קען מען זאגט אז זיי זאגען אמת (נישט אמת לאמיתו נאר עפעס א אמת לינגוויסטיש גערעדט); ווייל דער מעלדונג איז אז:
China has denied reports that North Korean leader Kim Jong-un is visiting Beijing

אז ער איז נישט דארט אויף א וויזיט (ווי קום-דזאנג-אן וואלט געוואלט אז עס זאל הייסען) נאר דארט געצווינגענעהייט צו טוהן ווי מען באפעלט אים. אדער נישט אין בעידזינג נאר אין א אנדערע שטאט ("געווען א ויקרא חומש נישט א במדבר")

זעהט אויס אז די "פאליטיק" פון די צוויי לענדער זענען נישט אייניג, און גוט אזוי; קומען זיי ביידע ארויס ווי שקרנים.
--
פארוואס זאג איך אז ער איז דארט געצווינגענהייט, ווייל קום-דזאנג-אן איז נאך קיינמאל אלץ דיקטאוור אין ערגעץ נישט געווען; און דער סיבה איז פשוט, ווייל ער האט מורא אז מען זאל אים נישט פערטיג מאכען מיט ארעסטירען אדער הארגענען (ווייל ער איז דער לאנד און דער לאנד איז ער, און ער האט נישט קיין שום ממלא מקום וכו' וכו').

איז ממילא ציטירט ער אריין צו טרעטען אין כינע, און ברצונו הטוב איז ער נישט דארט ווייל כהרף עין קענען זיי אין אויס טוישען מיט א צווייטען און אים נישט אהיים לאזען. דעריבער אויב ער געפינט זיך דארט, האט מען אים געצווינגען צו קומען; און דאס איז זייער גוטע נייעס. (האפענטליך האט מען אים געהייסען מיט ברענגען דער באטאן אויך)

דער פאלשע ניו יארק טיימס שרייבט אז עס איז זייער אנגעצויגען צווישען די צוויי לענדער, וואס איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען. לאידך גיסא שרייבען אנדערע (מער אמת'ער מקורות) אז:
China enjoys warm relations with Pyongyang

דער אמת איז אז ביידע איז נישט אמת; כינע איז נישט זיין פריינד און נישט זיין שונא. טוהט ער וואס ער וויל לאזט ער אים אין פאוער (ווייל עס לוינט זיך אים); און טאמער נישט, נישט. דארט איז דער לאו אוו דע דזאנגעל, ווי דער לייב איז בעל הבית.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5735
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג מארטש 27, 2018 10:32 pm

זיי לייקענען שויניש..
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מיטוואך מארטש 28, 2018 12:14 am

.
צוגעלייגטע
kim 1.png
kim 1.png (435.88 KiB) געזעהן 906 מאל
kim 2.png
kim 2.png (570.97 KiB) געזעהן 906 מאל

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך מארטש 28, 2018 2:43 am

הא הא הא די דערשראקענע בליקן מיט וואס ער קורט אויפן מנהל.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך מארטש 28, 2018 9:36 am

Screenshot_20180328-093442-270x480.png
Screenshot_20180328-093442-270x480.png (79.53 KiB) געזעהן 775 מאל


פארוואס איז עס נישט די מעין נייעס דא?

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מיטוואך מארטש 28, 2018 9:54 am

ממש עס גייט מיר נאך נישט אריין אין קאפ פארוואס די מענטש האט געטוישט זיין מיינוג, נישט צוליב פרעשור, ווייל ער איז דאך געגאנגען קאפ אין וואנט אריין, נישט צוליב די מענטשן לאגע אין לאנד, ווייל דאס האט עהם ווייניג אינטערסירט.
3 זאכן וואס קען מאכן טראכטן פארוואס דאס איז געשעהן אדער צוליב טראמפ האט צוריקגערעדט זיין שפראך עיין ערך רעגן ביים קאלטן פייט מיט רוסלאנד, (דאס וועט נישט אזוי שטארק שמעקן פאר אינזערע דעמעקראטס, סהאט זיי שוין דעמאלטס אויך נישט געשמעקט)
אדער שוין נאכן אריינטראגן די גאנצע לאנד אין ארעמקייט אין זיך צוקריגן מיט די גאנצע וועלט האט ער נאך אלס נישט קיין סוקספולע מיסלס, רובה דרובה פון די טעסט האבן זיך נישט אויסגעארבעט, סאיז דאך געווען א א האלבע יאר צוריק א רעפארט אז א גאנצע בארג ווי סאיז געווען א גרויס חלק פון די אפארציע איז צוזאם געפאלן אין מווייסט נישט וויפיל מענטשן האבן דארט פארלוירן דאס לעבן, אין קען אפילו זיין פון די גרויסע סיינטיסטן האבן דארט אויך גענדיגט, מי יודע
זייער שווער צו גלייבן ער נעמט אינז אויף א רייד.
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך מארטש 28, 2018 10:02 am

שטייגען האט געשריבן:זייער שווער צו גלייבן ער נעמט אינז אויף א רייד.

זיכער נישט ער פארגינט זיך עס אויך נישט די ערשטע מאל אין 7 יאר וואס ער איז ארויס פון לאנד :lol:
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך מארטש 28, 2018 10:07 am

שטארק מעגליך אז ער איז אנגעקומען צו א דעד ענד, ער האט שוין די מיסילס, באמבעס, נו, וואס האט ער יעצט דערפון ? זיין א פרעזידענט פון א ש-דים תפיסה ? אדער אפשר זעט ער אז ער גייט נישט קענען פינאנציעל ממשיך זיין און באנקראטירן ? אפשר שרינקט די באפעלקערונג זייער שטארק, אז עס שטעלט אין סכנה זיין עקזיסטענץ ? און אפשר קומט קרעדיט פאר טראמפ פארן פראקן כינע עפענטליך פארן שווערצן ?

וועט זיין אינטערסאנט צו זעען צו דער פראבלעמאטישער בחור וויל זיך באמת אויסמענטשעלען, אדער איז דאס בלויז נאך א ווילדע שפיצל.

איך וואלט אים גע'עצה'ט צו ווייזן גוד וויל מיטן אפפאלן עפעס וואג ביז טראמפס מיטינג, צו ווייזן אז ער פלאנט באמת זיך צו נעמען אין די הענט אריין.

אגב, קימ'ס האר זעען אויס אביסל פאלש, איך גלייב אז טראמפ וועט פארלאנגען צו שלעפן די האר צו זען צו דאס איז עכטע האר, און קים וועט אויך וועלן זען צו טראמפס לעגענדארע האר זענען עכטע.

זייטיגע באמערקונג - דער כינעזער האט אזא אויסדרוק אויפן פנים ווי איינער האט נארוואס פארזוכט א לימענע (ווער ווייסט אפשר גייט פון דעם קליינעם א אומאנגענעמע נארט קאריע ריח), און דער קאריער ווי איינער האט נארוואס גענדיגט א גאנצן דבר אחר.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2982
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך מארטש 28, 2018 10:11 am

סארא צווייפעל דער צווייפעל האט צי צווייפעלט דא!!

אויסגעשאסן אין הויכע געלעכטער! :lol: :lol: :lol:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך מארטש 28, 2018 10:13 am

;l;p- :lol:
צווייפעל האט געשריבן:שטארק מעגליך אז ער איז אנגעקומען צו א דעד ענד, ער האט שוין די מיסילס, באמבעס, נו, וואס האט ער יעצט דערפון ? זיין א פרעזידענט פון א ש-דים תפיסה ? אדער אפשר זעט ער אז ער גייט נישט קענען פינאנציעל ממשיך זיין און באנקראטירן ? אפשר שרינקט די באפעלקערונג זייער שטארק, אז עס שטעלט אין סכנה זיין עקזיסטענץ ? און אפשר קומט קרעדיט פאר טראמפ פארן פראקן כינע עפענטליך פארן שווערצן ?

וועט זיין אינטערסאנט צו זעען צו דער פראבלעמאטישער בחור וויל זיך באמת אויסמענטשעלען, אדער איז דאס בלויז נאך א ווילדע שפיצל.

איך וואלט אים גע'עצה'ט צו ווייזן גוד וויל מיטן אפפאלן עפעס וואג ביז טראמפס מיטינג, צו ווייזן אז ער פלאנט באמת זיך צו נעמען אין די הענט אריין.

אגב, קימ'ס האר זעען אויס אביסל פאלש, איך גלייב אז טראמפ וועט פארלאנגען צו שלעפן די האר צו זען צו דאס איז עכטע האר, און קים וועט אויך וועלן זען צו טראמפס לעגענדארע האר זענען עכטע.

זייטיגע באמערקונג - דער כינעזער האט אזא אויסדרוק אויפן פנים ווי איינער האט נארוואס פארזוכט א לימענע (ווער ווייסט אפשר גייט פון דעם קליינעם א אומאנגענעמע נארט קאריע ריח), און דער קאריער ווי איינער האט נארוואס גענדיגט א גאנצן דבר אחר.
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

abeg
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך מארטש 28, 2018 10:19 am

לכאורה האט ער עפעס א געזינטהײט אישו

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך מארטש 28, 2018 10:59 am

abeg האט געשריבן:לכאורה האט ער עפעס א געזינטהײט אישו

אין?

abeg
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך מארטש 28, 2018 11:09 am

הצדיק האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:לכאורה האט ער עפעס א געזינטהײט אישו

אין?

ער האט געמאכט א חשבון הנפש

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך מארטש 28, 2018 11:29 am

קען אפשר זיין א סברא אז טשיינע האט זיך דערשראקן אז אפשר גייט ער ער איינגיין אויף א הסכם מיט אמעריקע און ער וואט זיך אביסעלע אפשאקלען פון זיי ,און נענטער וועגן מיט דרום קארעא און אויטאמאטיש מיט די מערב וועלט האבן זיי באשלאסן צו נעמען די זאך אין די הענט אריין און זיי זאלן זיין די עיקר מחותנים ביים הסכם דא.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1344
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך מארטש 28, 2018 12:10 pm

צווייפעל!! נאר ווי די קענסט!!

;l;p-
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2203
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך מארטש 28, 2018 12:49 pm

איך מיין עס האט צוטון אז זשאן באלטאן קען נאך לאזן וואקסן זיינע וואנצן לעגער ווי קים׳ס האר

אוועטאר
ידען נאמן
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:59 pm

תגובהדורך ידען נאמן » מיטוואך מארטש 28, 2018 12:54 pm

פארוואס רעד קיינער נישט פון דעם אז ער האט צוגעזאגט אויפצוגעבן די וואפן

כ'מיין קול מבשר


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Growth hacker, joegreen, בארג, פייווישעל און 27 געסט