אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

כינע צוימט האנדל מיט צפון קארעא

תגובהדורך גאפל » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:51 pm

בעיזשינג – אין אן ערנסטן שריט, האט די כינעזער רעגירונג אנגעהויבן איינצוימען אירע האנדלערייען מיט דער איזאלירטער צפון קארעא, אויספאלגנדיג די נייע סאנקציעס וואס די יו-ען זיכערהייט קאונסיל האט מיט עטליכע טעג צוריק באשטעטיגט, אין רעאקציע צו צפון קארעא'ס זעקסטע נוקלעארע טעסט. כינע זאגט אז זי וועט איינצוימען די אויל סופליי וואס זי שטעלט צו פאר צפון קארעא, און אויך וועט זי אפשטעלן דאס וואס זי קויפט איין פארשידענע שטאפן און סחורות פון צפון קארעא. אונטער די נייע יו-ען סאנקציעס, וועט כינע נאך אלץ מעגן שיקן פאר צפון קארעא א מאקסימום פון צוויי מיליאן פעסלעך גאזאלין יערליך, וואס לויט שאצונגען, האט האט צפון קארעא ביז יעצט באקומען ארום זעקס טויזנט פעסלעך געזאלין פון כינע טעגליך. מען דערווארט אז די פרישע שריט פון כינע וועט לייגן שטארקע עקאנאמישע דרוק אויף צפון קארעא, וועמענס פאבריקן זענען אנגעוויזן אויף כינע צו אקצעפטירן ריזיגע שיפמענטס פון האלב-געפארטיגטע סחורות און קליידונג, וועלכע ווערן דערנאך געפארטיגט אין כינע, צו קענען לעגאל ארויפשטעלן דעם "געמאכט אין כינע" לעיבל. אויך וועט עס אפעקטירן די פאבריקן און אינדוסטריעס וועלכע זענען אנגעוויזן אויף גאזאלין, ווייל עס וועט ווארשיינליך אנטשטיין א מאנגל.

אברהם27
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:06 pm

תגובהדורך אברהם27 » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:55 pm

ווער קען ברענגן ירום הודו דרשה ביי די un?

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3649
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 1:40 pm

און ניו יארק סיטי האט שוין אויך א חשבון מיט נארט קאריע, נעמליך זיי זענען שולדיג פאר די שטאט $156,000 פאר אומבאצאלטע פארקינג טיקעטס וואס זייערע דיפלאמאטן האבן אנגעמאכט.

א רעפארטער האט אנגעטראפן איין דיפלאמאט און אים געפרעגט דערוועגן, יענער האט זיך אויסגעדרייט אז ס'יז שקר ווי קאמיוניזים און זיי קומען נישט קיין פיאסטער פאר די סיטי רעגירונג. ער צייגט אן אז זיי האבן לעצטענס באקומען 2 טיקעטס און ביידע באצאלט, ווייל די געזעץ לויטעט אז נאך 3 טיקעטס פארלירט מען די פריוויליגע פון האבן די דיפלאמאטישע פלעיטס. "א סימן האט עטס, מיר האבן נאך די פלעקס".

די מעשה איז אז די סטעיט דעפט האט ארויסגעגיבן דעם געזעץ וואס ערלויבט אוועקצונעמען די פלעקארטס נאכן האבן די 3 אומבאצאלטע טיקעטס הערשט אום 2002 נאכדעם וואס אויסלענדישע רעגירונגען האבן געמאכט א לעבן און זיך אויפגעפירט "ווי ביי זיך אינדערהיים" און אנגעזאמעלט הויפענעס מיט אומבאצאלטע טיקעטס, אזוי ארום קען מען זיי באשטראפן אנע אויסשטיין אינטערנאציענעלע קריטיק, נעמליך; מ'אט אייך געווארענט.

די סכום וואס נארט איז שולדיג די סיטי איז פון איידער 2002...

כ'מיין אז בלאזיא זאל אויסרופן א בוי-קאט אקעגן נארט... אויש, ער קעניש, ווייל נאכדעם וועט ער זיין אויף איין פעידזש מיט טראמפ'ן...

טאקע א דילעמא דאס...
נאט אייך א גרינע...

אוועטאר
גארגארפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

תגובהדורך גארגארפיק » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 2:37 pm

פליגל האט געשריבן:....כ'מיין אז בלאזיא זאל אויסרופן א בוי-קאט אקעגן נארט... אויש, ער קעניש, ווייל נאכדעם וועט ער זיין אויף איין פעידזש מיט טראמפ'ן...

טאקע א דילעמא דאס...

גוט גוט ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אם אין איוועלט מי לי??? ועד עכשיו איפה הייתי??? כאפט א בליק
לאזט אייך הערן גיבט אפ אייער דאנק און האט הנאה און ברענגט מיט אייערע פריינד

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:30 am

Skinny Kim Jong Un would make the situation with North Korea more intimidating
צוגעלייגטע
IMG_2463.JPG
IMG_2463.JPG (29.97 KiB) געזעהן 1675 מאל

הצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 8:53 am

בעריש'ל האט געשריבן:Skinny Kim Jong Un would make the situation with North Korea more intimidating

What
קום אריין קלאר

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 11:08 am

הצדיק האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:Skinny Kim Jong Un would make the situation with North Korea more intimidating

What

דאס איז א ווערטל, שטעל דיך פאר ווען דער קים מאכט א סליוו, דער מצב וואלט אויסגעזעהן מער שרעקליך.

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:15 pm

גאפל האט געשריבן:בעיזשינג – אין אן ערנסטן שריט, האט די כינעזער רעגירונג אנגעהויבן איינצוימען אירע האנדלערייען מיט דער איזאלירטער צפון קארעא, אויספאלגנדיג די נייע סאנקציעס וואס די יו-ען זיכערהייט קאונסיל האט מיט עטליכע טעג צוריק באשטעטיגט, אין רעאקציע צו צפון קארעא'ס זעקסטע נוקלעארע טעסט. כינע זאגט אז זי וועט איינצוימען די אויל סופליי וואס זי שטעלט צו פאר צפון קארעא, און אויך וועט זי אפשטעלן דאס וואס זי קויפט איין פארשידענע שטאפן און סחורות פון צפון קארעא. אונטער די נייע יו-ען סאנקציעס, וועט כינע נאך אלץ מעגן שיקן פאר צפון קארעא א מאקסימום פון צוויי מיליאן פעסלעך גאזאלין יערליך, וואס לויט שאצונגען, האט האט צפון קארעא ביז יעצט באקומען ארום זעקס טויזנט פעסלעך געזאלין פון כינע טעגליך. מען דערווארט אז די פרישע שריט פון כינע וועט לייגן שטארקע עקאנאמישע דרוק אויף צפון קארעא, וועמענס פאבריקן זענען אנגעוויזן אויף כינע צו אקצעפטירן ריזיגע שיפמענטס פון האלב-געפארטיגטע סחורות און קליידונג, וועלכע ווערן דערנאך געפארטיגט אין כינע, צו קענען לעגאל ארויפשטעלן דעם "געמאכט אין כינע" לעיבל. אויך וועט עס אפעקטירן די פאבריקן און אינדוסטריעס וועלכע זענען אנגעוויזן אויף גאזאלין, ווייל עס וועט ווארשיינליך אנטשטיין א מאנגל.

זעקס טויזענט פעסלעך א טאג פאר 365 טעג איז צוויי מיליאן מיט 190 טויזענט פעסלעך יערליך; עפעס שטימט נישט מיט דער חשבון.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1353
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:18 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:Skinny Kim Jong Un would make the situation with North Korea more intimidating

What

דאס איז א ווערטל, שטעל דיך פאר ווען דער קים מאכט א סליוו, דער מצב וואלט אויסגעזעהן מער שרעקליך.

ער וועט האבן שוואכע נערווען אויב ער מאכט א סליוו :lol:
טעק איט איזי! שמועס אין האב הנאה!

פארקלאצט
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:22 am

תגובהדורך פארקלאצט » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:38 pm

BULLETIN - AP at 6:12 a.m.: "BEIJING (AP) - Reports: China orders most North Korean-owned businesses, ventures with Chinese partners closed under U.N. sanctions."

פעיק נוז
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג אוקטובער 01, 2017 5:14 pm

וואשינגטאן – דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט נעכטן געזאגט, אז די אמעריקאנער רעגירונג איז אין דירעקטער פארבינדונג מיט דער רעגירונג אין צפון קארעא, אין א פרישן פרואוו אנצוהייבן געשפרעכן מיט'ן ציל צו בארואיגן די אנגעצויגענע געמיטער צווישן די צוויי זייטן, צו פארמיידן א דירעקטע מיליטערישע קאנפליקט, וואס וועט זיין קאטאסטראפאל אויב ס'קומט אן דערצו.
טילערסאן זאגט אז אמעריקע פארמאגט דריי באזונדערע קאמיוניקאציע קאנאלן צווישן וואשינגטאן און פיאנגיענג, און עס ווערט נישט געפירט מיט א דריטן-לאנד, נאר די צוויי לענדער קאמיוניקירן דירעקט איינער מיט'ן צווייטן. טילערסאן'ס ווערטער זענען געקומען ביי א באזוך אין כינע, וואו ער האט פרובירט צו מאכן בלאס די אנגעצויגנקייט פון אנדערע לענדער אינעם ראיאן וואס זארגן אז מ'שטייט ביים שוועל פון א קריג.

דער איד דעלי.

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » זונטאג אוקטובער 01, 2017 7:35 pm

פעיק נוז האט געשריבן:וואשינגטאן – דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט נעכטן געזאגט, אז די אמעריקאנער רעגירונג איז אין דירעקטער פארבינדונג מיט דער רעגירונג אין צפון קארעא, אין א פרישן פרואוו אנצוהייבן געשפרעכן מיט'ן ציל צו בארואיגן די אנגעצויגענע געמיטער צווישן די צוויי זייטן, צו פארמיידן א דירעקטע מיליטערישע קאנפליקט, וואס וועט זיין קאטאסטראפאל אויב ס'קומט אן דערצו.
טילערסאן זאגט אז אמעריקע פארמאגט דריי באזונדערע קאמיוניקאציע קאנאלן צווישן וואשינגטאן און פיאנגיענג, און עס ווערט נישט געפירט מיט א דריטן-לאנד, נאר די צוויי לענדער קאמיוניקירן דירעקט איינער מיט'ן צווייטן. טילערסאן'ס ווערטער זענען געקומען ביי א באזוך אין כינע, וואו ער האט פרובירט צו מאכן בלאס די אנגעצויגנקייט פון אנדערע לענדער אינעם ראיאן וואס זארגן אז מ'שטייט ביים שוועל פון א קריג.

דער איד דעלי.

און אויף דעם האט דער פרעזידענט אויסגעשאסן מיט א פלייץ פון טוויטס, אז עס העלפט קיין רעדן מיט די קליינע ראקעט-מען און אז טילערסען זאל נישט פארברענגען זיין צייט מיט זאכן וואס העלפט נישט, און אז קלינטאן,בוש, און אבאמא Failed און ער גייט נישט!

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

תגובהדורך ברעחדך קאפ » זונטאג אוקטובער 01, 2017 9:23 pm

jaketurx: He's got a point. 25 years ago, when Rocket Man was 9 years old, I let him borrow my bike & he was still mean to me. Being nice didn't work!
The quickest way to double your Money is to fold it over and put it back in your pocket. .

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 5:38 pm

טשאקלעט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:וואשינגטאן – דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט נעכטן געזאגט, אז די אמעריקאנער רעגירונג איז אין דירעקטער פארבינדונג מיט דער רעגירונג אין צפון קארעא, אין א פרישן פרואוו אנצוהייבן געשפרעכן מיט'ן ציל צו בארואיגן די אנגעצויגענע געמיטער צווישן די צוויי זייטן, צו פארמיידן א דירעקטע מיליטערישע קאנפליקט, וואס וועט זיין קאטאסטראפאל אויב ס'קומט אן דערצו.
טילערסאן זאגט אז אמעריקע פארמאגט דריי באזונדערע קאמיוניקאציע קאנאלן צווישן וואשינגטאן און פיאנגיענג, און עס ווערט נישט געפירט מיט א דריטן-לאנד, נאר די צוויי לענדער קאמיוניקירן דירעקט איינער מיט'ן צווייטן. טילערסאן'ס ווערטער זענען געקומען ביי א באזוך אין כינע, וואו ער האט פרובירט צו מאכן בלאס די אנגעצויגנקייט פון אנדערע לענדער אינעם ראיאן וואס זארגן אז מ'שטייט ביים שוועל פון א קריג.

דער איד דעלי.

און אויף דעם האט דער פרעזידענט אויסגעשאסן מיט א פלייץ פון טוויטס, אז עס העלפט קיין רעדן מיט די קליינע ראקעט-מען און אז טילערסען זאל נישט פארברענגען זיין צייט מיט זאכן וואס העלפט נישט, און אז קלינטאן,בוש, און אבאמא Failed און ער גייט נישט!

מען קען האבען א הונדרעט קאמיוניקאציע קאנאלן, אבער אויב פון אלע הערט מען דער זעלבע זאך אז ער איז גרייט צו רעדען אבער נישט סטאפען; איז וואס איז דאס ווערט דאס רעדען. יעדער טאג וואס גייט פארביי איז טאקע א שאד די צייט, און מסתמא פארערגערט די מצב.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 6:23 pm

SPUSMN האט געשריבן:

גערעכט, אבער טוויטער איז אויך א דיפלאמאטיע! טוויטער מיינט נישט געטוען, און צייט גייט פארביי, און ס׳ מאכט נאר ערגער.

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 6:27 pm

ריכטיג; צייט צו סטאפען טוויטירען, און עפעס טוהן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

פעיק נוז
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 7:26 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
טשאקלעט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:וואשינגטאן – דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט נעכטן געזאגט, אז די אמעריקאנער רעגירונג איז אין דירעקטער פארבינדונג מיט דער רעגירונג אין צפון קארעא, אין א פרישן פרואוו אנצוהייבן געשפרעכן מיט'ן ציל צו בארואיגן די אנגעצויגענע געמיטער צווישן די צוויי זייטן, צו פארמיידן א דירעקטע מיליטערישע קאנפליקט, וואס וועט זיין קאטאסטראפאל אויב ס'קומט אן דערצו.
טילערסאן זאגט אז אמעריקע פארמאגט דריי באזונדערע קאמיוניקאציע קאנאלן צווישן וואשינגטאן און פיאנגיענג, און עס ווערט נישט געפירט מיט א דריטן-לאנד, נאר די צוויי לענדער קאמיוניקירן דירעקט איינער מיט'ן צווייטן. טילערסאן'ס ווערטער זענען געקומען ביי א באזוך אין כינע, וואו ער האט פרובירט צו מאכן בלאס די אנגעצויגנקייט פון אנדערע לענדער אינעם ראיאן וואס זארגן אז מ'שטייט ביים שוועל פון א קריג.

דער איד דעלי.

און אויף דעם האט דער פרעזידענט אויסגעשאסן מיט א פלייץ פון טוויטס, אז עס העלפט קיין רעדן מיט די קליינע ראקעט-מען און אז טילערסען זאל נישט פארברענגען זיין צייט מיט זאכן וואס העלפט נישט, און אז קלינטאן,בוש, און אבאמא Failed און ער גייט נישט!

מען קען האבען א הונדרעט קאמיוניקאציע קאנאלן, אבער אויב פון אלע הערט מען דער זעלבע זאך אז ער איז גרייט צו רעדען אבער נישט סטאפען; איז וואס איז דאס ווערט דאס רעדען. יעדער טאג וואס גייט פארביי איז טאקע א שאד די צייט, און מסתמא פארערגערט די מצב.

גערעכט, אבער טוויטער איז אויך א דיפלאמאטיע! טוויטער מיינט נישט געטוען, און צייט גייט פארביי, און ס׳ מאכט נאר ערגער.

מילא טוויטן אז עס מאכט ערגער פארשטיי איך, אבער קאמיוניקאציע? אפשר וועט עס נישט העלפן, אבער וואס קען עס ערגער מאכן?

און אויב האט דער פרעזידענט א הערה פאר זיין סעקרעטערי אוו סטעיט קען עס נישט גיין אנדערש נאר דורך א טוויט?

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 8:36 pm

פעיק נוז האט געשריבן:

איך האב אים סך הכל נאכגעזאגט, אז פונקט ווי טילערסאן זאל נישט דיפלאמאטיווירן אזוי אויך טראמפוויטער... ווייל עס נעמט אויף צייט, און מען רעדט זיך איין אז מען האט שוין עפעס אויפגעטוען מיטן פסק׳ווען אויף טוויטער.

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 8:55 pm

אין די לעצטע צוואנציג יאר איז נאך נארט קאריע נישט געוועהן אזוי צוהיצט ווי זיי זענען אין די לעצטע צוויי וואכען - די טוויטער פון פרעזידענט טראמפ האט עס אזוי געמאכט, און ער טוהט עס בכונה.

דאס הייסט אז ער האט אויפגעטוהן וואס ער האט געוואלט, צו דאס איז די ריכטיגע מהלך ווייס איך נישט אדער צו זיין מהלך גייט אראפברענגען דעם ראקעט מען (איך גלייך די נאמען) ווייסט מען אויך נישט יעצט.

עס איז דא איין זייער גוטע נייעס פון די גאנצע מעשה און דאס איז די פאקט אז טשיינע האט זיך פאר די ערשטע מאל געבראכען אין די היסטאריע, און איך דערוואג מיך צו געבן פאר טראמפ די קרעדיט דערצו.

יא איך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 9:19 pm

@מטעמים נישט דא וואס צו צולייגען און שטארק מעגליך אז עס איז אויסגערכענט וואס טילערסען זאל זאגען אין אז די טוויט פון טראמפ זאל נאכפאלגען

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 9:48 pm

כמעטעמים, ווי עס זעהט אויס וויל נישט טראמפ זיין דער וואס הייבט אן מלחמה וואס דעמאלטס וועט אלע טויטע זיין אויף זיין קאפ, ממילא צינד ער אזוי אינטער דער קליינער ראקעט-מען האפענדיג ער זאל זיך באנארישען און שיסן אויף שכינותדיגע טערעטאריע וכדו' וואס דעמאלטס וועט ער צוריקכאפן אין קאפ אריין.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 9:49 pm

אדער שפילט ער שטעקן און מייער

פעיק נוז
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 9:52 pm

גבריאל האט געשריבן:כמעטעמים, ווי עס זעהט אויס וויל נישט טראמפ זיין דער וואס הייבט אן מלחמה וואס דעמאלטס וועט אלע טויטע זיין אויף זיין קאפ, ממילא צינד ער אזוי אינטער דער קליינער ראקעט-מען האפענדיג ער זאל זיך באנארישען און שיסן אויף שכינותדיגע טערעטאריע וכדו' וואס דעמאלטס וועט ער צוריקכאפן אין קאפ אריין.

און דעמאלטס וועט אויך יעדער זאגן אז טראמפ איז שילדיג מיטן אים אויפרייצן (אייגענטליך טוט מען עס שוין יעצט) עס מאכט אים נישט צופיל בעסער

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:02 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
גבריאל האט געשריבן:כמעטעמים, ווי עס זעהט אויס וויל נישט טראמפ זיין דער וואס הייבט אן מלחמה וואס דעמאלטס וועט אלע טויטע זיין אויף זיין קאפ, ממילא צינד ער אזוי אינטער דער קליינער ראקעט-מען האפענדיג ער זאל זיך באנארישען און שיסן אויף שכינותדיגע טערעטאריע וכדו' וואס דעמאלטס וועט ער צוריקכאפן אין קאפ אריין.

און דעמאלטס וועט אויך יעדער זאגן אז טראמפ איז שילדיג מיטן אים אויפרייצן (אייגענטליך טוט מען עס שוין יעצט) עס מאכט אים נישט צופיל בעסער

איך מיין - אז לויט ווי עס זעהט אויס - האט טראמפ אפגעמאכט אז ער שיסט נישט די ערשטע שאס, פיריעד! און אויך האט ער אפגעמאכט אז קארעא גייט נישט שיסען ערשט ווייל דער ראקעט מאן ווייסט אז ער קען נישט ארויסקומען לעבעדיג פון אזא קריג און פארדעם האט ער נישט קיין שום פלאן צו שיסען ערשט, ער ווארט נאר צו שרייען אז אמעריקע שיסט אויף מיר און איך מיז זיך דיפענדען.

איז דא איין וועג וויאזוי שטיל צו מאכען דעם גראביאן, און דאס איז סטראשע צוריק אויף די זעלבע וועג ווי יענער טוהט, עספעציעל ווען ביידע האלטען נישט ביים טוהן גארנישט - און ווער איז נאך אזא מומחה אין שטותים רעדן ווי ירום הודו בכבודו ועצמו, עס איז א פערפעקט שידוך - פארשטייט זיך אז די ריזיגע חילוק איז אז טראמפ איז שטאלץ מיט אמעריקע און אירע פרייהייטען דערגעגן דער ראקעט מענטש איז א פארפוילטע דיקטאטור.

א ראי האב איך פון די עקסטשעינדזש וואס די אויסערן מיניסטער האט געהאט מיט די סטעיט דעפארטמענט - זיי האבען געטענהט אז טראמפ האט אויסגעריפען מלחמה מיט זיין טוויט און אמעריקע האט גלייך צוריק געשאסען אז דאס איז שקר לגמרי - ווייל למעשה וויל אמעריקע נישט קיין מלחמה מיט זיי לעת עתה, די איינציגסטע זאך וואס עס קומט ארויס פון די היציגע אויסטויש אין ווערטער איז די פאקט אז טשיינע ציטערט פון אפשר וועט יא עפעס אויסברעכן פון דעם היציגקייט, און ווי עס שיינט האבען זיי גענומען סך א שטרענגערע ליניע קעגן נארט קאריע ווי סיי ווען אין די פארגאנגענהייט און דאס איז טראמפס קרעדיט, צו ער האט עס אזוי אויס געפלאנט אדער עס איז פשוט אזוי געלונגען, וועט מען נישט אזוי שנעל וויסען.

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 11:51 am

גוטע אנאליזען דא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד, שמערעל און 14 געסט