אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:26 pm

32 יאריגע פרעזידענט קוקט און טרעפט טויט אויפן אנדערע זייט
צוגעלייגטע
IMG_2382.JPG
IMG_2382.JPG (40.72 KiB) געזעהן 1795 מאל

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:33 pm

בעריש'ל האט געשריבן:וועטער אויסקוק פון נארט קאריע


גאר גוט.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:47 pm

בעריש'ל האט געשריבן:באריכטן געבן איבער אז דאס מיסיל איז דוכגעפלויגן העכער יאפאן און געלאנדעט אין פאסיפיק.

?is it the 1st time
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:52 pm

פארוואס טוט נישט יאפאן און די אליאירטע די זעלבע זאך, נעמליך ארויסשיקן א מיסיל וואס זאל דורכפליען צפון'ען?

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:15 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:באריכטן געבן איבער אז דאס מיסיל איז דוכגעפלויגן העכער יאפאן און געלאנדעט אין פאסיפיק.

?is it the 1st time

איך האב געליינט אז סיז דאס 6'סטע מאל, איך ווייס נישט פונקטליך די היסטאריע.

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:17 pm

מיין (אפשר נארישע) שאלה איז: פארוואס שיסט מען עס נישט אראפ?

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:12 pm

כשמואל און כבעריש, ממילא אמעריקע גייט נישט אריין אין קיין מלחמה מיט נארט קאריע היינט איז פשוט ווייל ער האט למעשה גארנישט געטוהן חוץ גערעדט אז אמעריקע זאל אים עפעס מיזען צוריק טוהן.

אבער ווי איז יאפאן? עס פליהען מיסעלס העכער זייער קאפ און גארנישט, מען גייט מאכען א מיטונג, און אין סעאול מאכט מען א עמערזשענסי מיטונג - ווער ווייסט וואס איז די נעקסטע לעוועל נאך עמערזשענסי? ווי עס זעהט יעצט אויס איז עס נאכאמאל גארנישט טוהן.

עפעס גראדע אמאל געהערט אדער געזעהן אז יאפאן האט נישט קיין געהעריגע ארמיי, איז עס אמת? איז נישט די צייט יעצט רייף אז זיי זאלען יא האבען א מיליטער כדאי זיי זאלען קענען אנלערנען דעם קליינעם גראבען?

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:16 pm

דאכט זיך אז זיי האבן יא דייקא גאנץ א לייטישער מיליטער.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:16 pm

לויט יאפאנ'ס קאנסטיטושען וואס איז פארגעשריבן געווארן דורך אמעריקע נאך די צווייטע וועלט מלחמה, טארן זיי נישט האבן קיין מיליטער אויסגעשטעלט אויף אפענס, נאר אויף דיפענס. זייער דעפענסיוו מעגליכקייט זענען טאקע גאנץ שטארק, אבער עס איז פארט דעפענסיוו.

און פאר מען גיבט זיי צוריק די רעכט פאר א געהעריגע מיליטער, איז כדאי צו געדענקען וויאזוי יאפאן האט זיך אויפגעפירט צו אירע שכינים פאר הונדערטער יארן.

אוועטאר
מים שלנו
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 12:22 am

ווי איז די דין בכללות אויב שיסט איינער א מיסעל איבער רוסלאנד טעריטאריע און לאנדעט אין וואסער וואס גייט זיין די פידבעק?

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 9:21 am

שמואל בארג האט געשריבן:פארוואס טוט נישט יאפאן און די אליאירטע די זעלבע זאך, נעמליך ארויסשיקן א מיסיל וואס זאל דורכפליען צפון'ען?

דרום האב געשאסן דעי נאכט א מיסל קיין צפון [צו דעי וואסער וואו צפון שיסט]
סאדאם בן באראק חוסעין

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 12:56 pm

עס איז ממש נישט צו גלייבן. יעדע מיסל קאסט אלפים ורבבות, מען שיסט עס, סתם, צו ווייזן אז מען האט א שיסער, (ווי קינדער אום ל"ג בעומר), בשעת יענער ווייסט סייווי אז דו האסט מיסילס, וואס איז די אויפטו? צו בארואיגן די נערווען?

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 1:13 pm

זאל יאפאן מוחל זיין און אנלערנען צפון, פארוואס איז דרום אדער אמעריקע פאראנטווארטליך אויף דעם?

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 1:15 pm

שואלכענין האט געשריבן:עס איז ממש נישט צו גלייבן. יעדע מיסל קאסט אלפים ורבבות, מען שיסט עס, סתם, צו ווייזן אז מען האט א שיסער, (ווי קינדער אום ל"ג בעומר), בשעת יענער ווייסט סייווי אז דו האסט מיסילס, וואס איז די אויפטו? צו בארואיגן די נערווען?

ניין, מ'קען זיך נישט בויען אן א טעסט
Fine Tuned Machine

הצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:32 pm

דער גייט אמאל ארויס פון זיין לאנד ?
קום אריין קלאר

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:19 pm

הצדיק האט געשריבן:דער גייט אמאל ארויס פון זיין לאנד ?

זיין טאטע פלעגט רייזן קיין רוסלאנד

הצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:26 pm

ער האט נישט מורא געהאט ?
קום אריין קלאר

הצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:11 am

@realDonaldTrump: Just heard Foreign Minister of North Korea speak at U.N. If he echoes thoughts of Little Rocket Man, they won't be around much longer!

m.t...
קום אריין קלאר

הצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:11 am

@vinnews: Seoul - US Flies Mission North Of DMZ, Sends Message To North Korea https://t.co/NjU72478gz (22 minutes ago)
קום אריין קלאר

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:13 am

קול העולם אויף טוויטער קען נישט קיין ענגליש... ער האט געשיקט אז נ. ק. האט שוין באמבאדירט אמעריקע, אנשטאט צו מעלדן אז זיי האבן געסטראשעט...
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

הצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:21 am

איסר האטלקי האט געשריבן:קול העולם אויף טוויטער קען נישט קיין ענגליש... ער האט געשיקט אז נ. ק. האט שוין באמבאדירט אמעריקע, אנשטאט צו מעלדן אז זיי האבן געסטראשעט...



אין וואס איז יעצט ?
קום אריין קלאר

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:26 am

הצדיק האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:קול העולם אויף טוויטער קען נישט קיין ענגליש... ער האט געשיקט אז נ. ק. האט שוין באמבאדירט אמעריקע, אנשטאט צו מעלדן אז זיי האבן געסטראשעט...



אין וואס איז יעצט ?

מוצאי שבת האזינו. אנדערע רופן עס "מוצאי דריי טעג יום טוב".
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

הצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:27 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:קול העולם אויף טוויטער קען נישט קיין ענגליש... ער האט געשיקט אז נ. ק. האט שוין באמבאדירט אמעריקע, אנשטאט צו מעלדן אז זיי האבן געסטראשעט...



אין וואס איז יעצט ?

מוצאי שבת האזינו. אנדערע רופן עס "מוצאי דריי טעג יום טוב".

שכח
קום אריין קלאר

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1353
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 8:26 am

די דרשה פון נארט קארעא אין די יו ען.
(דיסקלעימער איך האב עס נישט דורך געליינט)

PDF
טעק איט איזי! שמועס אין האב הנאה!

גאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

אונזערע ראקעטן גייען באזוכן אלע אמעריקאנער סטעיטס

תגובהדורך גאפל » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:49 pm

ניו יארק – א פרישע שארפע סטראשע האט מען געהערט פרייטאג פונעם צפון קארעאר אויסערן מיניסטער, וועלכער האט זיך געאייסערט ביי א רעדע אינעם יו-ען, אז די רעזשים'ס ראקעטן "וועלן באזוכן אלע אמעריקאנער סטעיטס". די ווערטער פון אויסערן מיניסטער רי יאנג-האו, איז געקומען ביי זיין רעדע ביים יו-ען דזשענעראל אסעמבלי, וואו ער האט ארויסגעברענגט אז פרעזידענט טראמפ'ס פערזענליכע טשעפערייען און חוזק-לאזונגען אין ריכטונג פונעם צפון קארעא פירער קים יאנג אן, וועלן נאר פארשנעלערן דעם פראצעדור פון אמעריקע'ס פארניכטונג, ה"י.

יאנג-האו'ס רעדע קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אויפגעטרעטן ביים יו-ען דזשענעראל אסעמבלי, וואו ער האט באצייכנט דעם צפון קארעא פירער אלס "ראקעט מאן", וועלכער איז "אויף א זעלבסטמארד מיסיע פאר זיך און פאר'ן צפון קארעאר פאלק", און פילע עקספערטן האבן געווארנט אז טראמפ'ס פערזענליכע טשעפערייען קעגן דעם צפון קארעא פירער, וועט אים נאר מער אויפרעגן, און ברענגען ווילדערע שריט, און מען האט דאס טאקע געזען, ווען יאנג-האו האט ביי זיין רעדע אויך געלאזט הערן אז צפון קארעא באטראכט די מעגליכקייט דורכצופירן א נוקלעארן טעסט העכער'ן פאסיפיק אקעאן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וויכטיג מאכער, קנעטענע קיגעל און 25 געסט