אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:56 pm

דאס אז אלע ביוראס זענען איינגעשפאנט איז השערות?
אלע ביוראס נישט, אבער דער וואס דארפן ארבעטן פעסט שוין א שיינע פאר וואכן

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יוני 07, 2018 2:07 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:אויף זאכן וואס קיינער פון אונז ווייסט נישט איז זיך נישט שייך זיך צו טענה'ן


דאס וואס אונז ווייס מיר אויף זיכער איז אז עס וועט (לכאו' ) זיין א סאמיט.
וואס אונז ווייסן נישט איז, אויב איז טאקע דא עפעס ערנסטע פארהאנדלונגען.
דאס אז אלע ביוראס פון די רעגירונג זענען איינגעשפאנט דא, איז אן השערה, האבעך שוין אויבן געשריבן נאך זעקס השערות והבוחר יבחר.

בלייבט מיין קושיא דערווייל און די לופטן

און דאס אז דיפלאמאטן פון ביידע זייטן פארן אהין און אהער איז אויך בלויז השערות?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5670
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יוני 07, 2018 2:40 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:עקזעקטלי! ס'זענען שוין געווען מיטונגען צווישן נארט טון סאוט, אמעריקא און סאוט, אמעריקא איז געפארן קיין נארט קאריע און זיי זענען געקומען דא... סיז דא א סיקרעט טשענעל אהין, און מ'רעדט דארט אויך...

סאו ס'קען זיין אז ביי די מיטינג גייט מען רעדן נאך זאכן, ס'קען זיין אז מ'גייט נאר פיינעלייזן, אדער סתם מאלן וואסער און גארנישט אויפטוהן אדער פלעין זיך בילדערן... אבער זאג נישט אז מ'מאכט נישט קיין מיטונגס פארדעם ביי די באאמטע...



כאניש קיינאנונג די שפעקולאציעס דא, דער פרעזידענט אליינס האט שוין [מער ווי איין מאל דאכצעך] ארויסגעברענגט אז ער פלאנט 'נישט' צו ענדיגן א דיעל ביי דעם סאמיט, ס'איז נאר די אנפאנג.

[בלייבט נאך אלס די שאלה פארוואס ער הייבט אן דארט ווי מ'ענדיגט געווענליך, וואס אויף דעם איז דא די 5 ליינס פון 'נאך פונדערהיים' פון לינקס צו רעכטס]
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5670
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יוני 07, 2018 2:42 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:פארוואס טאקע טראמפ טוט דא אזא זאך איז דא כמה דעות,
פון לינקס צו רעכטס:
1) ער טראכט פשוט נישט, ער איז אומסטאביל.
2)ער חלש'ט צו האבן א פיקטשער פון זיך מיט קימען (פרעג פארוואס)
3)ער חלש'ט צו האבן א דיעל טוט ער פארקוקן אויף די נארמאלע וועג
4)ער האלט אז ער איז די בעסטע נעגאושיעטער, ממילא טראסט ער נישט קיינעם
5)ער האלט אז מיטן געבן דעם אזוי וויכטיגן כבוד פאר קימען וועט ער אים מאכן קומען צום טיש ווי א מענטש

אוי פארגעסן, 6)מען האלט פאר מידטורם.

פשש.. א חידוש עצום. ווען מ׳ליינט דיין תגובה קען זיך ממש דאכטן אז די מעשה גייט אזוי...

יעצט, אויב ביסטו פאליטיש איינזייטיג קעגן טראמפ שטייט אויס אויף דיר צו שרייבן דעי זעקס ליינס.


כ'זעה נישט וואס דו ביסט אזוי בייז, ער זאגט קלאר אז ס'גייט פון לינקס צו רעכטס, ער ברענגט אלע מיינונגען. עפעס שטימט נישט?

---
בדו, איינער קען אראפ ברענגען די קוויניפיעק פאול איבער די צפון פארהאנדלונגען?

שכח
לעצט פאראכטן דורך וואוילע שעפעלע אום דאנארשטאג יוני 07, 2018 2:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 07, 2018 2:45 pm

טראמפ: בריוו פון קים יאנג אן געווען בלויזע באגריסונג

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יוני 07, 2018 3:16 pm

abeg האט געשריבן:Trump tells the pool, re: his Kim summit: "I think I'm very well prepared. I don't think I have to prepare very much. It's about attitude. It's about willingness to get things done."

גראף פאטאצקי האט געשריבן:מר טראמפ איז א ביזנעס מאן ער איז דאון טא ביזנעס
ער וויל גראד צום פואנט אויסהאמערן א דיעל אין פאניטא
פארשטייט זיך געוויסע זאכן האט מען געמיזט אויסהאמערן פארן זיך זעצען אבער קודם סקעדזעל מיר א זיצונג.

אבער די זעלבע גייט אויך פארקערט אויב מאכסטו פורים פון דער ביזנעס מאן....

אין קום ווייסט דאס גאנץ גיט

ביידע גוט געזאגט און געברענגט. דער איראן דיעל איז אזוי פיל בלעטער און אזוי פיל דיטעילס כדי צו מקיים זיין דעם הרוצה לשקר ירחיק עדותו, כדי אזוי צו פארנעפעלען יעדען דיטעיל פונעם אפמאך אז מען זאך עס קענען אויס טייטשען ווי מען וויל.

טראמפ וויל א איין פעידזש דאקיומענט ווי עס איז כתוב וחתום און פארשטענדליך אפילו פאר א חדר אינגעל וואס דער הסכם איז.

דער איראן דיעל איז געווען:
The accord will end decades of economic sanctions against Iran in exchange for restrictions on its nuclear program

וואס די ריסטריקשען'ס זענען, נעמט בלעטער נאך בלעטער און הערשט מיינט גארנישט.

טראמפ וויל א פשוטע איינפאכער אפמאך וואס איז אזוי קלאר ווי א ביזנעס דיעל אז ביז יעצט איז דער בנין געווען דיינס און יעצט איז עס מיינס און פערטיג. ביז יעצט האסטו געבויעט נוקליארע באמבעס און גע'ארבעט אויף מיסעלס עס צו דיליווירען, און יעצט געב מיר אהין אלע דיינע נוקליארע באמבעס און הער אויף אין גאנצען פון בויען מיסילס, נישט אליין און נישט מיט יענעם.

וואס איך וועל דיר געבען דערפאר, יא דאס גייט זיין אזוי פיל בלעטער ווי דער איראן דיעל... און פאר דעם דארף מען אזוי פיל נעגאשיעישענס.

#וויפיל צוגרייטונגען איז געווען צו דער יאלטע קאנפערענס?!
https://en.wikipedia.org/wiki/Yalta_Conference
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דאנארשטאג יוני 07, 2018 3:28 pm

און וואספארא דורכפאל איז די יאלטא קאנפערענץ געווען?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יוני 07, 2018 3:32 pm

געווען טאקע א דורכפאל. סטאלין האט געהאט די אויבער האנט.

אמאל געהערט אז סטאלין האט געקענט ענגליש אבער זיך געמאכט ווי ער קענישט; און אויס געהערט ווארט ביי ווארט "נאכאמאל" פונעם דאלמיטשער; און דערפאר געהאט דאפעלט צייט צו טראכטען ווי צו אויס שפילען רוזוועלט מיט טושרטשיל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג יוני 07, 2018 3:38 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:און וואספארא דורכפאל איז די יאלטא קאנפערענץ געווען?

אז כאווערטשא סטאלין האט "צוגעזאגט" פאר רוזוועלט און טשורטשיל אז נאך די קריג וועלן די סאוויטען ערלויבן אלע לענדער וועלכע זיי האבן באפרייט פון די נאציס צו ווערן צוריק זעלבסשטענדיג....

און ווי מיר ווייסן האט דאס פאסירט אין 1990.....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:36 pm

סעקרעטערי אף סעיט מייק פאמפעיא: צפון קארעא האט אונז קאנפירמירט אז זיי זענען גרייט פאר דענוקלאריזאציע

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:45 pm

פאמפעיא געפרעגט צו אמעריקע און צפון זענען זיך שוין דורכגעקומען אויף די אפטייטש פון דענוקלאריזאציע: יא און ניין

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:45 pm

פאמפעיא: קים האט מיר פערזענליך פארזיכערט זיין גרייטקייט אויף דענוקלאריזאציע

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:52 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:עקזעקטלי! ס'זענען שוין געווען מיטונגען צווישן נארט טון סאוט, אמעריקא און סאוט, אמעריקא איז געפארן קיין נארט קאריע און זיי זענען געקומען דא... סיז דא א סיקרעט טשענעל אהין, און מ'רעדט דארט אויך...

סאו ס'קען זיין אז ביי די מיטינג גייט מען רעדן נאך זאכן, ס'קען זיין אז מ'גייט נאר פיינעלייזן, אדער סתם מאלן וואסער און גארנישט אויפטוהן אדער פלעין זיך בילדערן... אבער זאג נישט אז מ'מאכט נישט קיין מיטונגס פארדעם ביי די באאמטע...



כאניש קיינאנונג די שפעקולאציעס דא, דער פרעזידענט אליינס האט שוין [מער ווי איין מאל דאכצעך] ארויסגעברענגט אז ער פלאנט 'נישט' צו ענדיגן א דיעל ביי דעם סאמיט, ס'איז נאר די אנפאנג.

[בלייבט נאך אלס די שאלה פארוואס ער הייבט אן דארט ווי מ'ענדיגט געווענליך, וואס אויף דעם איז דא די 5 ליינס פון 'נאך פונדערהיים' פון לינקס צו רעכטס]

און טראמפ וויל אליין פירן די געשפרעכן סיי פון אנהייב און סיי ביי די ענד, ס'איז אזוי שווער צו פארשטיין?

און איך האלט פערסאנאלי אז ער קען נישט האבן אזא סוקסעס ווען אלעס גייט דורך די נידריג ראנגיגע דיפלאמאטישע געשפרעכן ווי ווען ער פירט עס אליין, אוודאי דארף ער האבן זיי אויך, אבער ער וויל זיין "אן טאפ", און זיך טרעפן מיט קים איז א שטארקע זאך לויט דעם.
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5670
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:55 pm

כ'הער, קומסט מיט א נייע מהלך, [ס'קעניש זיין גרינג אדער שווער צו פארשטיין בעפאר מ'הערטעס צום ערשט] טראמפ וויל זיך טרעפן מיט קימען אסאך מאל און אליינס אויסהאמערן די גאנצע דיעל פון אנהייב ביזן סוף?

שווער צו גלייבן און נאך שווערער אויסצופירן.. כ'מיין אז ער אליינס זאגט אויך נישט דאס.
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:58 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:כ'הער, קומסט מיט א נייע מהלך, [ס'קעניש זיין גרינג אדער שווער צו פארשטיין בעפאר מ'הערטעס צום ערשט] טראמפ וויל זיך טרעפן מיט קימען אסאך מאל און אליינס אויסהאמערן די גאנצע דיעל פון אנהייב ביזן סוף?

שווער צו גלייבן און נאך שווערער אויסצופירן.. כ'מיין אז ער אליינס זאגט אויך נישט דאס.

ער זאגט עס יא, איך געדענק שוין נישט ווען אבער לויט ווי איך געדענק האט ער געזאגט אז ער וועט זיך מעגליך דארפן טרעפן מיט קים מער ווי איין מאל.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

באקסער בוים
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג יוני 07, 2018 5:02 pm

וויאזוי גייט צו אזא זיצונג? קים קען ענגליש? אלעס איז מיט א דאלמעטשער אינדערמיט? זיי זיצן דארט מיט זייערע אדווייזערס, אדער ממש אליינס?
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג יוני 07, 2018 5:06 pm

אויב וועט איינער דארט געבן אונטערן טיש אזא ציפ אויפן פיס פארן צווייטן, וועט זיין עדות?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יוני 07, 2018 5:27 pm

יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער אין וואשינגטאן בליץ-באזוך בעפאר קארעא-סאמיט.

באלד פון אנהויב ווען עס איז אויפגעקומען די מעגליכקייט פון דירעקטע געשפרעכן צווישן אמעריקע און צפון קארעא, האט די יאפאנעזער רעגירונג אויסגעדריקט סקעפטיציזם און געווארנט צו זיין זייער פארזיכטיג, וויבאלד דאס קען זיין א פרואוו פון צפון קארעא צו מאניפולירן אמעריקע.

יאפאן, וועלכע געפינט זיך אין שכנות מיט צפון קארעא, איז באזארגט אז זי קען זיך טרעפן אין אן אפגעשוואכטע פאזיציע קעגן צפון קארעא, און דעריבער פרובירט זי צו זיין פארמישט אין די פארהאנדלונגען, און אזוי אויך וויל זי אז אמעריקע זאל פארלאנגען פון צפון קארעא צו באפרייען יאפאנעזער בירגער וועלכע געפינען זיך דארט פארשפארט.

פאר דעם צוועק טוט היינט דער יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער שינזא אבעי אפשטאטן א ספאנטאנעם בליץ באזוך קיין וואשינגטאן, מיט'ן ציל אפצוהאלטן געשפרעכן מיט פרעזידעט טראמפ איידער ער לאזט זיך ארויס קיין סינגאפאר צום סאמיט מיט קים יאנג-אָן.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 07, 2018 5:31 pm

דזשאן באלטאן וועט זיין אין סינגאפור טראץ באריכטן אז צפון וואלט געוואלט ער זאל נישט זיין פארמישט אין די פארהאנדלונגען

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג יוני 07, 2018 5:38 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:עס קען זיין אז עס ליגט טאקע יא עפעס מער אונטער די אלע זאכן, אבער דאס אז מען ווייסט דערווייל גארנישט,
דו האלטסט באמת אז מ'דארף האלטן דעם פאבליק אינפארמירט אויף יעדן שריט אזוי אז יעדער וואס וויל שטערן זאל וויסן פונקטליך וואס און וויאזוי צו טוהן?

נאך פונדערהיים האט געשריבן:און עס איז נאך ארויסגעקומען א שאצונג פון די סי איי עי אז צפון האלט ביי גאנישט
און דו גלייבסט באמת אז די סי-איי-עי ריפארט פארן פאבליק? האו עבאוט זיי ווילן צומישן דעם שטן?

נאך פונדערהיים האט געשריבן:איז גענוג סיבה צו טראכטן אז עס איז גאנץ מעגליך לופט.
טראכט וואס דו ווילסט נאר פאר דו האלטסט אזוי, געדענק אז ס'איז דא אן אנדער וועג אויך

נאך פונדערהיים האט געשריבן:ונניח אז מען פאהאנדעלט פעסט, איז כמעט אוממעגליך אויסצוארבעטן די אלע קאמפליצירטע ענינים, און אפילו א טייל, אין די ביסל מיטינגס
פאר דעם האט דער אייבישטער באשאפן טעלעפאנען און ווידעא קאנפרענסינג

נאך פונדערהיים האט געשריבן:נו, וואס קענסטו נישט ווארטן ביז דו האסט עפעס ערנסט פארהאנדעלט.

3)די סאמיט איז געווען געסקעדזשולט פארן וויסן בכלל צו צפון וועט פאהאנדלען ביז אהין.
קודם כל דארפן נישט אזא דיעל נעמען אזוי לאנג אויסצוארבעטן. דו גיב אויף דיין פארבאטענע ווארע און איך נעם אראפ די סאנקציעס

צווייטענס. אז מ'מאכט א טיימליין מיינס עס אז איך גיי נישט שפילן קיין געימס


שוין. אינצווישן בינעך ביזי געווארן אבער כעלעס עניוועי שיקן
כ'ווייס נישט אלעס

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג יוני 07, 2018 5:45 pm

הכל הבל האט געשריבן:דזשאן באלטאן וועט זיין אין סינגאפור טראץ באריכטן אז צפון וואלט געוואלט ער זאל נישט זיין פארמישט אין די פארהאנדלונגען

זיי האבן מורא פונעם, הא? זאלער טאקע יא דארט זיין!

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג יוני 07, 2018 5:55 pm

הענדימען האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:עס קען זיין אז עס ליגט טאקע יא עפעס מער אונטער די אלע זאכן, אבער דאס אז מען ווייסט דערווייל גארנישט,
דו האלטסט באמת אז מ'דארף האלטן דעם פאבליק אינפארמירט אויף יעדן שריט אזוי אז יעדער וואס וויל שטערן זאל וויסן פונקטליך וואס און וויאזוי צו טוהן?

נאך פונדערהיים האט געשריבן:און עס איז נאך ארויסגעקומען א שאצונג פון די סי איי עי אז צפון האלט ביי גאנישט
און דו גלייבסט באמת אז די סי-איי-עי ריפארט פארן פאבליק? האו עבאוט זיי ווילן צומישן דעם שטן?

נאך פונדערהיים האט געשריבן:איז גענוג סיבה צו טראכטן אז עס איז גאנץ מעגליך לופט.
טראכט וואס דו ווילסט נאר פאר דו האלטסט אזוי, געדענק אז ס'איז דא אן אנדער וועג אויך

נאך פונדערהיים האט געשריבן:ונניח אז מען פאהאנדעלט פעסט, איז כמעט אוממעגליך אויסצוארבעטן די אלע קאמפליצירטע ענינים, און אפילו א טייל, אין די ביסל מיטינגס
פאר דעם האט דער אייבישטער באשאפן טעלעפאנען און ווידעא קאנפרענסינג

נאך פונדערהיים האט געשריבן:נו, וואס קענסטו נישט ווארטן ביז דו האסט עפעס ערנסט פארהאנדעלט.

3)די סאמיט איז געווען געסקעדזשולט פארן וויסן בכלל צו צפון וועט פאהאנדלען ביז אהין.
קודם כל דארפן נישט אזא דיעל נעמען אזוי לאנג אויסצוארבעטן. דו גיב אויף דיין פארבאטענע ווארע און איך נעם אראפ די סאנקציעס

צווייטענס. אז מ'מאכט א טיימליין מיינס עס אז איך גיי נישט שפילן קיין געימס


שוין. אינצווישן בינעך ביזי געווארן אבער כעלעס עניוועי שיקן


קיין איין פון די נקודות דא האבן מיר קיין אהנונג צו עס איז טאקע אזוי אדער נישט, גוט, דו שטעלסט זיך פאר, הערעך.
איך האב נישט קיין מיינונג דא, אבער א קושיא וואס ווערט פארענפערט מיט בדרך אפשרס, מעג א צווייטער אויך זאגן א צווייטע בדרך אפשר, און טאקע אויף זיין שניט, און עס איז נישט דא פארוואס אים צו באהאגלען ווען דו ווייסט אויך נישט גארנישט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4380
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג יוני 07, 2018 6:27 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דזשאן באלטאן וועט זיין אין סינגאפור טראץ באריכטן אז צפון וואלט געוואלט ער זאל נישט זיין פארמישט אין די פארהאנדלונגען

זיי האבן מורא פונעם, הא? זאלער טאקע יא דארט זיין!

ס'גייט דאך זיין דארט אין סינגאפאר זיצונגען מיט אנדערע רוגירונגען אפילו טאמער ער איז נישט אינוואלוועד אין די צפון קריע וואס בעצם מאכט עס נישט קיין סענס ווייל ער איז די נעשענאל סיקיוערטי ראטגאבער צום פאטאס
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:42 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:קיין איין פון די נקודות דא האבן מיר קיין אהנונג צו עס איז טאקע אזוי אדער נישט, גוט, דו שטעלסט זיך פאר, הערעך
מ'ווייס מיר טאקע נישט מיט א ברירות אבער מ'קען זיך גרינג פארשטעלן אז דאס די מציאות אנלעס דו ווילסט דוקא האלטן אנדערש

נאך פונדערהיים האט געשריבן:אבער א קושיא וואס ווערט פארענפערט מיט בדרך אפשרס, מעג א צווייטער אויך זאגן א צווייטע בדרך אפשר, און טאקע אויף זיין שניט
פארענטפערן בדרך אפשר איז טאקע גארנישט ראנג אבער אפפרעגן בדרך אפשר איז יא
כ'ווייס נישט אלעס

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:56 pm

הענדימען האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:קיין איין פון די נקודות דא האבן מיר קיין אהנונג צו עס איז טאקע אזוי אדער נישט, גוט, דו שטעלסט זיך פאר, הערעך
מ'ווייס מיר טאקע נישט מיט א ברירות אבער מ'קען זיך גרינג פארשטעלן אז דאס די מציאות אנלעס דו ווילסט דוקא האלטן אנדערש


דיין מיינונג. מען קען שרייבן די זעלבע שורה פארקערט

נאך פונדערהיים האט געשריבן:איך האב נישט קיין מיינונג דא
קוקט נישט אויס אזוי


כאילו עס איז נוגע.

נאך פונדערהיים האט געשריבן:אבער א קושיא וואס ווערט פארענפערט מיט בדרך אפשרס, מעג א צווייטער אויך זאגן א צווייטע בדרך אפשר, און טאקע אויף זיין שניט
פארענטפערן בדרך אפשר איז טאקע גארנישט ראנג אבער אפפרעגן בדרך אפשר איז יא


קיינער פרעגט נישט אפ דא, מען פארענפערט אויך בדרך אפשר, גראדע נישט אויף דיין שניט, אקעי נישט געפערליך.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: sholom88, איצל פיצל, ברוך, גוט זאגער, דממה דקה, יצחק ברוך, ממה נפשך, קליינקעפיק און 42 געסט