אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג אפריל 27, 2018 2:30 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:קום האט גערעד אפאר ווערטער נאכן קאנפרענס, האט ער אין מיטן געזאגט אז זיינע עמאושענס האהן אים איבערגענומען ביים זען אז אונז זעמער די זעלבע פאלק און אא״וו בלא בלא בלא... אונטערסאנט איז נאר אז ער האט עס ארויסגעליינט פון א צעטל וואס מען האט צוגעגרייט צוויי וואכן פארדעם.

ווען ער האט געהארגעט זיין אייגען ברודער (וואס איז נענטער ווי דער זעלבע פאלק), האט ער אויך געהאט עמאשענס?

אלא מאי... איז ער סתם א שפילער.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג אפריל 27, 2018 2:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג אפריל 27, 2018 2:43 pm

משה11 האט געשריבן:היסטאריע! צפון און דרום קארעא אנאנסירן היסטארישע שלום פראצעס

...
די צווי זענען דאן אריבער צום ״שלום הויז״ וועלכע געפונט זיך אויפ׳ן גרעניץ און האבן דארט אפגעהאלטן א באגעגעניש פון א שעה מיט 40 מינוט, אינאיינעם מיט ענגע דעלעגאציעס פון הויכראנגיקע דיפלאמאטן פון ביידע זייטן.

א פרישע קאפיטל!

ביי די ענדע פונעם סאמיט איז באשלאסן געווארן אז פרעזידענט מאָן וועט קומען אויף א ״ביקור גומלין״ קיין סאוט קארעא אין די קומענדיגע מאנאטן, און ביידע פירער האבן געגעבן ענטוזיאסטישע סטעיטמענטס אין וועלכע זיי האבן דערקלערט אז די לאנגיעריגע מלחמה איז א פארגאנגנהייט און עס הייבט זיך אן א עפאכע פון שלום.

ביי די ענדע פון זיין באזוך האט קים יאנג-אן אריינגעשריבן אינעם גאסט בוך פונעם שלום הויז ״א פרישע קאפיטל אין היסטאריע פאנגט זיך אן יעצט, אן עפאכע פון שלום וואס וועט טוישן היסטאריע״ און האט דאן געזאגט אז ער האט א וויזיע פון דעם גאנצן אינזל אלס איין פאראייניגטע לאנד וואס לעבט אין פרידן.

אן ענדע צום 50 יעריגן קאנפליקט

אויסער די היסטארישע באדייט פון א פולע אנטוואפענונג פון נארט קארעא האט די סאמיט אויך געברענגט אן ענדע צו א 50 יעריגע קריג צווישן די צוויי לענדער, און שוין ביים ענדע פונעם סאמיט זענען אריין אין קראפט א רייע אפמאכן וועלכע טוישן דעם צושטאנד אינעם ראיאן.

עס איז אפגעמאכט געווארן אז די צוויי זייטן וועלן אויפהערן אלע סימבאלישע אקטיוויטעטן וועלכע טוען אנדייטן אז עס איז פארהאן א קריג, דאס רעכנט אריין דאס אפשטעלן א פראגראם אונטער וועלכע ביידע לענדער האבן געשטעלט הויכהילכער ביים גרעניץ און געווארפן פראפאגאנדע ליפלעטן אריבער דעם גרעניץ.

אזוי אויך איז באשלסן געווארן צו עפענען די ים טעראטאריע ביים גרעניץ פאר פישערלייט פון ביידע לענדער צו קענען כאפן פיש אינעם זעלבן שטח, אפהאלטן פאראייניגטע ספארט און קולטורעלע פארזאמלונגען פאר די בירגער פון ביידע לענדער.

אויסער דעם איז באשלאסן געווארן צו גרינדען א געמיינזאמע קאמיטע פון די צוויי לענדער צו אויפקומען מיט געדאנקן וויאזוי צו פארשטערקען צוריק די פארבינדונג צווישן די צוויי פעלקער וועלכע זענען איין פאלק וועלכע איז צוטיילט געווארן צוליב די בלוטיגע קריג. די קאמיטע וועט זיך אויך באפאסן מיט פאראייניגן פאמיליעס וועלכע זענען צוטיילט געווארן צוליב די קריג.

אמעריקע באגריסט

דאס ווייסע הויז און פרעזידענט טראמפ האבן ווארים באגריסט די אנטוויקלונגען, און געזאגט אז זיי קוקן ארויס אויף די געשפרעכן צווישן קים יאנג-אָן און פרעזידענט טראמפ וועלכע זענען ערווארטעט צו פארקומען קומענדיג יוני, וועלכע וועט זיין דאס ערשטע מאל וואס אן אמעריקאנער פירער טרעפט זיך מיט א פירער פון צפון קארעא.

פרעזידענט טראמפ האט געשריבן אויף טוויטער ״די קריג אין קארעא קומט צו אן ענדע! די אמעריקאנער פאלק קען זיין שטאלץ מיט וואס קומט פאר דארט״ און דאן צוגעלייגט נאך א טוויט ״ביטע נישט פארגעסן די שטארקע הילף וואס מיין גוטע פריינט פרעזידעט טשי פון כינע האט געגעבן אז דאס זאל קענען פאסירן, אן אים וואלט עס געווען א פיל שווערערע און לענגערע פראצעדור״.

JP Feine Neies

עס איז נישט א ביקור גומלין, ווייל זיי האבען זיך געטראפען ביים גרעניץ און נישט אין נארט קאריע פראפער.

דער טשערמאן האט נישט קיין וויזיע און הייבט נישט אן צו וויסען וואס דאס מיינט פרידען. אבער טוישען היסטאריע איז ער גערעכט, אבער נישט ווי ער מיינט. (ער וועט נאך שטארק חרטה האבען אין דער פיוטשער "אויב דער וויזיע געלינגט")

פון דעסטוועגען איז דאס זייער א גוטע התחלה און א היסטארישע דערגרייכונג, אבער דער ערענסטע ריכטיגע ארבעט הייבט זיך ערשט יעצט אן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אפריל 27, 2018 2:47 pm

SPUSMN האט געשריבן:
משה11 האט געשריבן:היסטאריע! צפון און דרום קארעא אנאנסירן היסטארישע שלום פראצעס

...
פאלגנד איז א קורצע איבערזיכט איבער די אנטוויקלונגען ארום דעם סאמיט:

היסטארישע מאמענט!

די סאמיט האט זיך אנגעהויבן ווען קים יאנג אן האט אריבערגעשפרייזט צופוס דעם גרעניץ צווישן די צוויי לענדער ווי דער פרעזידענט דשעי-אין מאן האט אים אפגעווארט און זיי האבן זיך באגריסט פארנט פון די קאמערעס. דאס איז דאס ערשטע מאל וואס א פירער פון נארט קארעא טרעט איבער דעם גרעניץ.

קים יאנג-אן האט אין א סימבאלישע שריט איינגעלאדענט דעם סאוט קארעאר פרעזידענט צו אריבערשפרייזן מיט אים פאר א מאמענט צוריק צום נארט קארעאר טעראטאריע, און דאן האבן ביידע מארשירט צו א פרעכטיגע מיליטערישע אויפנאמע.

נאכדעם האבן די צוויי פירער אין א סימבאלישע צערעמאניע אינאיינעם איינגעפלאנצט א בוים ביים גרעניץ אלס א צייכן פון שלום און דער נארט קארעא דיקטאטור האט געזאגט פאר׳ן פרעזידנעט פון סאוט קארעא ״לאמיר מאכן היסטאריע אינאיינעם, עס איז צייט פאר א פאראייניגטע קארעא״.
...
JP Feine Neies

ווייטער הוילע ווערטער; ווייל קען דען נארט קאריע זיך פאראייניגען מיט סאוט קאריע און דער טעשירמאן זאל בלייבען בעל הבית איבער נארט קאריע? אזא זאך קען קיינמאל נישט געשעהן.

ווען סאוט קאריע וואלט דאס געזאגט, האט דאס פשט; ווייל דאס מיינט אז מען וועט אריין וועלען רעפרעזענטעטיווס (און ביידע טיילען פונעם אינזל) און מאכען שלום און פאראייניגונג. אבער ווען נארט קאריע זאגט דאס, איז דאס סתם שטותים געשאסען פון מויל, און דער ווינדער איז אז דער וועלט האט זיך צוגעכאפט צו דעם ווי ער זאגט עפעס!

ריכטיג. דאס אז קימ'ס חלום איז א פאראייניגטע קארעא איז נישט קיין נייעס. עס איז אבער בתנאי אז ער שטייט בראש.

לאמיר ווייטער מיטהאלטן די אנטוויקלונגען מיט פארזיכטיגע אפטימיזם.
“If you’ve been investigating something for almost a year, and you don’t have a general sense of where it’s likely to end up, you should be fired because you’re incompetent.” - James Comey

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג אפריל 27, 2018 2:50 pm

Naftule האט געשריבן:So דארף מען פארשטיין וועט דא קענען זיין א דיקטאטורישע מדינה -קאמוניסטיש מיט גולאגס - פריינד מיט די מערב וועלט ווייל ער גיט אויף דעם מיסיל?
ווער קען פארשטיין געבן וואס דער פלאן איז?

דער פלאן איז איינס; אים צו צוויגען אויף צו געבען זיין נוקליארע עמבישאן'ס. און אויב ער וועט טוהן אזוי ווי ליביע'ס קאדאפי האט פאר אים געטוהן, וועט מען אים אלעס צוזאגען און העלפען שלום מאכען מיט דער סאוט (און אויב שלום דארף ער דאך שוין מער נישט קיין נוקליארע וואפען).

אבער זיין סוף וועט מסתמא זיין ווי ליביע'ס קאדאפי; איין מאל דער דזיני גייט ארויס פון באטעל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » פרייטאג אפריל 27, 2018 3:00 pm

קיםי איז א פיפיג אינגל, ער האט געזען ווי זיין טאטע גייט אינדערעד אריין און נעמט מיט דאס גאנצע לאנד, ער האט געוויסט מ'דארף טוישן, אבער ער האט געהאט צוויי פראבלעמען.

איינס, ער מוז זיין שטארק אויפן בענקל, נישט צו האבן קיין קאמפעטישן.
צוויי, אויב ווערט ער וואויל איז דא צו סאך צו פארלאנגן פון אים וואס ער "קען" נישט נאכגעבן.

סיי לגבי מענטשן רעכטן, אויב וויל ער בלייבן אויפן בענקל, ווייל עס וועט זיין א אויפשטאנד, און סיי לגבי דרום, ער גייט נישט אויפגעבן זיין לאנד, ענדערש זאל דרום אויפגעבן און אים עס איבערגעבן.

במילא האט ער געמוזט ווייזן וואס ער קען, און ווייזן אז ער איז אויך משוגע, (סאנד פאמיליער?) צו האבן ידו על העליונה, מ'זאל זיך פרייען אז ער געט עפעס נאך, האט ער טאקע דערשראקן די וועלט מער ווי סיי ווען ביפאר, און די זעלבע צייט האט ער אפגערוימט ווער ס'איז אים געשטאנען אין וועג.

ער האט זיך נישט געיאגט, ער איז נישט ממש דערשטיקט געווארן, ווייל ער האט געוויסט א ביז היינט ווען נ"ק פלעגט בונטעווען, פלעגט מען זיי שנעל געבן אביסל געלט, און מפטירן כדאתמול, יעצט מיט טראמפ האט זיך די נוסח די געטוישט, און מ'ווארפט נישט קיין געלט, האט ער גענומען די געלענגהייט.

ער גייט נישט ווערן אזוי וואויל, ער גייט גענג נאכגעבן, צו לעבן גוט מיט די וועלט, כדי צו קענען אנהייבן א שטיקל אקאנאמי, אבער וועט מסתמה נאכגיין טשיינא'ס פיס טריט צוביסלעך.
לעצט פאראכטן דורך לייפציק אום פרייטאג אפריל 27, 2018 3:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג אפריל 27, 2018 3:03 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:דער היינטיגער אפמאך צווישען די צוויי קאריעס, די גאנצע טעקסט.

1) South and North Korea will ...

South and North Korea affirmed ...

South and North Korea agreed etc.

South and North Korea agreed etc.

South and North Korea agreed etc.

etc

etc

מאנכע וועלען טראכטען אז איך טוה ניט-פיקינג; אבער נישט פערצופאל האט מען געשטעלט אין דער דעקלעראציע אלע צעהן מאל סאוט פאר נארט, און דאס איז אז עס זאל נישט אויס זעהן ווי סאוט קאריע פארלאנגט און נארט קאריע איז (בדלית ברירה) מסכים; נאר אז נארט קאריע (איז דער וואס איז שטארק) און פארלאנגט, און סאוט איז דער וואס איז מסכים.

מיט גוטע ווערטער און דאנקבארקייט גייט מען ווארפען פאר נארט קאריע וויפיל עס גייט, אבי זיי זאלען פאלגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג אפריל 27, 2018 3:16 pm

געהערט אז דער בארג וואס איז צאם געפאלען איז געווען דער סייט פון זייערע (און איראנער) נוקליארע טעסטען, און אן דער בארג קענען זיי נישט גיין ווייטער. (נישטא נאך אזא בארג און דאס האט געדויערט 12 יאר צו בויען)

דארט זענען געהארגעט געווארען צענדליגער מענטשען (און אפשר א סאך מער), ווארשיינליך סייענטיסטען און ווארשיינליך איראנער סייענטיסטען אויך.

בקיצור זיין גאנצע חלום איז צובלאזען געווארען; און דא האט ער א גוטע אפערטוניטי נאך ארויס צו קומען דער געווינער און דער שטארקע.

דאס מיינט אז וואס לכאורה האט אמעריקע (טראמפ) געטוהן צו פארניכטען דער בארג שטילערהייט איז געלונגען.

יעצט איז דער שאלה, וואס גייט יעצט איראן טוהן?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » פרייטאג אפריל 27, 2018 3:21 pm

אויב איז עס טאקע אזוי, מיינט אז מיט אראן וועט אויך די פארהנדלונגען צוגיין גרינגער, זיי האבן אויך פיטער.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג אפריל 27, 2018 3:34 pm

איראן זאגט מען האלט ביים צוזאמען פאלען.

די וואלוטע איז שטארק געפאלען און די בענק ראציאנירען וויפיל מען קען ארויס נעמען.

דער פאלק איז נישט מיט די באהערדע און שרייען אז עס טוהט זיי וויי.

דער גאנצער פארמעגען פון דאס פאלק ליגט אין וואפען אין פיר הויפט שטעט.

זאל דער אייבערשטער האלטען דער רעכטע האנט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19035
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אפריל 27, 2018 4:13 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:נאך איינעם דא שטערט דא עפעס? איך זע נישט די גרויסע שמחה דא... איך זע נישט וואס נארט קאריע האט דערווייל דעליווערט חוץ׳ן באקומען א מלכות׳דיגע אויפנאמע אז די סאוט זאל שוין אלעס אויפגעבן אויפגעבען... איך מיין אז מען פאלט דא פאר קום יאנג אן׳ס פאלטשע שמייכל.


איך פארשטיי עס אויך נישט... דערווייל איז טאקע דא גוטע נייעס, אבער ממשות'דיג? זערא!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19035
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אפריל 27, 2018 4:16 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:נאך איינעם דא שטערט דא עפעס? איך זע נישט די גרויסע שמחה דא... איך זע נישט וואס נארט קאריע האט דערווייל דעליווערט חוץ׳ן באקומען א מלכות׳דיגע אויפנאמע אז די סאוט זאל שוין אלעס אויפגעבן אויפגעבען... איך מיין אז מען פאלט דא פאר קום יאנג אן׳ס פאלטשע שמייכל.

קאנסידערינג אז די גאנצע מעשה האלט אן נאר 2 חדשים, און אז אמעריקא האט נאך נישט אויפגעגעבן קיין האר, אפילו צייטווייליג פון די סאנקציעס איז עס זייער ענקארעזשינג. נארט קאריע פארשפרעכט איגאנצען אויפגעבן זייער נוקלעארע וואפנס, און דאס נאך פאר ער איז אפילו געזיצען מיט טראמפ.

טאמער קים קומט מארגן ארויס און זאגט איך האב נאר געמאכט א זשאוק, וואקט ער אוועק מיט זילטש. (אפשר א סאפער אין סאוט קאריע).



דאס עפענען די וואסערן פאר פיש כאפער איז א זאך וואס קים פארדינט...

ליסן, איך גיב קרעדיט פאר טראמפ פארן דערשרעקן נארט קאריע, און פארן "אינפארסן" סאנקציעס, אפילו קעגן טשיינע... דאס איז זיכער געווען א גורם צו די יעצטיגע מצב, אבער איך פייער נאכניש קיין זיג...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

!BREAKING

תגובהדורך הצדיק » זונטאג אפריל 29, 2018 12:40 am

North Korea will close main nuclear test site in May, South says

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... rBpdoQToqt
אוי ראשע ראשע ראשע ליבער מוזיקאנט... געב א ראשע ראשע...
[קרעדיט כספי]

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » זונטאג אפריל 29, 2018 12:43 am

איך מיין אז מוללער מיז שוין טרעפן איינעם אן צו קלאגן, עס איז שוין דא גיטע נייעס פאר טראמפ.
אוי ראשע ראשע ראשע ליבער מוזיקאנט... געב א ראשע ראשע...
[קרעדיט כספי]

אוועטאר
cookies
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 3:48 pm

תגובהדורך cookies » זונטאג אפריל 29, 2018 1:10 am

SPUSMN האט געשריבן:געהערט אז דער בארג וואס איז צאם געפאלען איז געווען דער סייט פון זייערע (און איראנער) נוקליארע טעסטען, און אן דער בארג קענען זיי נישט גיין ווייטער. (נישטא נאך אזא בארג און דאס האט געדויערט 12 יאר צו בויען)

דארט זענען געהארגעט געווארען צענדליגער מענטשען (און אפשר א סאך מער), ווארשיינליך סייענטיסטען און ווארשיינליך איראנער סייענטיסטען אויך.

בקיצור זיין גאנצע חלום איז צובלאזען געווארען; און דא האט ער א גוטע אפערטוניטי נאך ארויס צו קומען דער געווינער און דער שטארקע.

דאס מיינט אז וואס לכאורה האט אמעריקע (טראמפ) געטוהן צו פארניכטען דער בארג שטילערהייט איז געלונגען.

יעצט איז דער שאלה, וואס גייט יעצט איראן טוהן?



Doesn't make sense, as he have more places not only 1, and in fact after the fall of this hill, he tested a few more missiles and last 2 was after it and was more sophisticated

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג אפריל 29, 2018 1:29 am

ר' קיכעלעך, איר מישט מיסיל טעסטס מיט נוקלעארע טעסטס. פאר א מיסיל טעסט איז גענוג א ד' על ד' שטח ביים ים בארטן, אבער פאר א נוקלעארע טעסט דארף מען אדער ריזיגע אומבאוואוינטע שטחים, א שטייגער ווי די אמעריקאנער מדבריות, אדער ריזיג אונטערערדישע היילן. צפון קארעא האט נאר די צווייטע, נאר איינס דערפון (וואס האט געדויערט לאנגע יארן צו בויען), און יענס איז איינגעפאלן.
“If you’ve been investigating something for almost a year, and you don’t have a general sense of where it’s likely to end up, you should be fired because you’re incompetent.” - James Comey

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג אפריל 29, 2018 2:14 am

SPUSMN האט געשריבן:
משה11 האט געשריבן:היסטאריע! צפון און דרום קארעא אנאנסירן היסטארישע שלום פראצעס

נאך לאנגע מאנאטן פון ערווארטונגען איז נעכטן פארגעקומען די היסטארישע סאמיט צווישן די פירער פון די צוויי לענדער אויפ׳ן קארעא האלב-אינזל, און ווי עס שיינט איז די סוקסעס אריבער אלע ערווארטונגען.

ביי די ענדע פונעם סאמיטע האבן ביידע פירער אונטערגעשריבן א פאראייניגטע סטעיטמענט אין וועלכע ביידע זייטן טוען זיך פארפליכטען צו ״אויסרייניגן דעם קארעאר האלב-אינזל פון אלע נוקלעארע וואפן״ ביז די ענדע פון דעם יאר. און זאפארט ענדיגן אלע מיליטערישע מאנעווערעס אויפ׳ן האלב-אינזל.
...
JP Feine Neies

די יודעי דבר זאגען אז "אויסרייניגען דער קארעאר אינזל פון נוקליארע וואפען" איז א געקינצעלטע סטעיטמענט וואס איז גארנישט מחייב נארט קאריע ביז משיח וועט קומען; ווייל אויסריינגען מיינט אז אמעריקע זאל זיך אין גאנצען אפטראגען מיט זייערע נוקליארע שיפען, און צורייסען דער נוקליארע אומברעלע אפמאך זיי האבען מיט סאוט קאריע.

בקיצור, סתם הוילע (אפ-נארעדיגער) ווערטער וואס האט נישט קיין האפט.

נו, וואס איז דער פראבלעם אז אמעריקע טראגט אפ מיט זייערע שיפן?
און פאר וואס דארף מען נאך א נוקליער אמברעלע אפמאך אויב צפון געט באמת אויף זייערע נוקלעארע וואפן?

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » זונטאג אפריל 29, 2018 9:31 am

צפון קארעא האט נעכטן געזאגט, אז זי וועט אין מאי צעווארפן איר נוקלעארן טעסט צענטער, און זי לאדנט איין אמעריקאנער זשורנאליסטן און נוקלעארע עקספערטן, עס מיטצוהאלטן לעבעדיגערהייט.

איד דעילי
אוי ראשע ראשע ראשע ליבער מוזיקאנט... געב א ראשע ראשע...
[קרעדיט כספי]

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » זונטאג אפריל 29, 2018 4:00 pm

איך האב געזעהן היינט באריכטעט אז דער נ.ק. פירער האט זייער אפען געזאגט פאר ס.ק. אז ער איז גרייט אויפצוגעבן נוקס גענצליך אויב אמעריקא נעמט זיך אינטער אים נישט צו אטאקירן. דאס מאכט עס זייער קלאר אז וואס ער טוט יעצט איז טאקע יא גענצליך טראמפס קרעדיט, דער האט זיך פיין דערשראקן פין טראמפ.

איי וועט איר פרעגן פארוואס נאך טראמפס סטראשע האט ער נאך יא איינמאל געטעסט, ? איך וואלט געזאגט אז דאס איז ווי דער אינגעל אין חדר וואס מען ווארענט אים מיטן ערגסטן, פאסט אים אבער נישט זיך אינטערציגעבן, וועט ער נאך איינמאל טוהן עפעס צו ווייזן אז עכט האט ער נישט מורא. אזוי ווי דער אויפן פלעי וואאס שרייט ווען אלע איברים ווארפן זיך פאר פחד איייייך ה-אאאאא-ב נ-י-שששששש-ט מ-ו-רררררררר-אאאא.....

דממה דקה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג אפריל 29, 2018 4:28 pm

די שאלה איז נאר וואס פאר א ווערט האט הבטחה פון טראמפ, אבאמא'ס הבטחות זענען אים נישט מחייב, פארוואס זאלן זיינע הבטחות מחייב זיין דעם קומענדיגן פרעזידענט.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג אפריל 29, 2018 4:36 pm

אויב געט ער עס טאקע אינגאנצן אויף [נישט ווי איראן] וואס גייט מיר אן אויב ער טראסט דעם קומענדיגן פרעזידענט?
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

דממה דקה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג אפריל 29, 2018 4:52 pm

אויב ער האט אויפגעגעבן אדער נישט וועט אויך אפמאכען דער קומענדיקער פרעזידענט, ע"ע איראק.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1158
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג אפריל 29, 2018 4:55 pm

דממה דקה האט געשריבן:די שאלה איז נאר וואס פאר א ווערט האט הבטחה פון טראמפ, אבאמא'ס הבטחות זענען אים נישט מחייב, פארוואס זאלן זיינע הבטחות מחייב זיין דעם קומענדיגן פרעזידענט.

אויב גיט ער טאקע אויף אלעס פארוואס זאל אים דער נעקסטער פרעזידענט וועלן אטאקירן?

--------------
וואוילע האקט
"we will stop him" = פיטער שטרויזאק

אוועטאר
יעקב פריינד
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
לאקאציע: פיאנגיענג, צפון קרעא

תגובהדורך יעקב פריינד » זונטאג אפריל 29, 2018 5:23 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:די שאלה איז נאר וואס פאר א ווערט האט הבטחה פון טראמפ, אבאמא'ס הבטחות זענען אים נישט מחייב, פארוואס זאלן זיינע הבטחות מחייב זיין דעם קומענדיגן פרעזידענט.

אויב גיט ער טאקע אויף אלעס פארוואס זאל אים דער נעקסטער פרעזידענט וועלן אטאקירן?

--------------
וואוילע האקט

דו קענסט דאך נישט וויסן וועלכע זאך טראמפ גייט אים יעצט געבן פארן זיך צושטעלן און דעיס וועט דער נעקסטער פרעזידענט נישט וועלן ממילא וועט ער וועלן בטל מאכן די דיעל
Never give a man a job that doesn't belong to him

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1158
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג אפריל 29, 2018 5:32 pm

יעקב פריינד האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:די שאלה איז נאר וואס פאר א ווערט האט הבטחה פון טראמפ, אבאמא'ס הבטחות זענען אים נישט מחייב, פארוואס זאלן זיינע הבטחות מחייב זיין דעם קומענדיגן פרעזידענט.

אויב גיט ער טאקע אויף אלעס פארוואס זאל אים דער נעקסטער פרעזידענט וועלן אטאקירן?

--------------
וואוילע האקט

דו קענסט דאך נישט וויסן וועלכע זאך טראמפ גייט אים יעצט געבן פארן זיך צושטעלן און דעיס וועט דער נעקסטער פרעזידענט נישט וועלן ממילא וועט ער וועלן בטל מאכן די דיעל

אפיציעל הייסט עס דאך אז ער גייט גארנישט נאכגעבן, (איך רעד בנוגע זיין נוקלעארע וואפן)
"we will stop him" = פיטער שטרויזאק

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג אפריל 29, 2018 5:42 pm

ער שטעלט זיך פאר אז ס'וועט נעמען צייט ביז ס'וועט זיין נאך אן אמעריקאנער פרעזידענט וואס האט נישט מורא צו סטראשען מיט א רויטע קנעפל
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Burach_Nussen, Google [Bot], טראכט תורה, טשאדעלע באדעלע, כאפצעם, נאך פונדערהיים, צווייפעל, קהל עדתינו און 45 געסט