אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך אפריל 18, 2018 12:05 pm

Think and Thank האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:דאס איז א היסטארישער געווינס פאר פרעזידענט טראמפ, וועלכער האט געוויזן אז זיינע פאליסיס, סאנקציעס, דראואונגען, סטראשונקעס און צעדרייטע טוויטס האט פיין געארבעט אויף דעם ראקעט-מען קים דזשאנג אן.

סע דרייען זיך שמועות אז די נוקלעארע סייענטיסטן זענען געהרגט געווארן אינטערן בארג צוזאמפאל, און קים איז געבליבן אנע גארנישט.

דאס זענען געווען פשוט'ע גרעבער וואס האבן געגראבן פרישע טונעלן, און רעטונגס ארבעטער.

וויאזוי ווייסטו?

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אפריל 18, 2018 1:07 pm

“If you’ve been investigating something for almost a year, and you don’t have a general sense of where it’s likely to end up, you should be fired because you’re incompetent.” - James Comey

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך אפריל 18, 2018 3:09 pm

שמאטע האט געשריבן:געפעלט מיר ווי די מידיע איז די שונא נאמבער איינס און אין די זעלבע צייט בעסט פרענדס...

איינער ווייסט "פון וואו" די 'וואשינגטאן פאוסט' ווייסט אז 'מיי פאמפעיאו' האט זיך געטראפן מיט 'קום דזשאנג אן'??... דאס איז דאך לכאורה "טאפ לעוועל סיקרעט!" וויאזוי "ליעקט" אזא קאליבאר היי לעוועל סעקיורעטי מישען צו די "וואשינגטאן פאוסט"?! 

נאר היות דאס איז געווען אין די נייעס:
April 17, 2018 - 05:40 PM EDT
Feinstein comes out against Pompeo for secretary of State

און איר אנגעגעבענע סיבה איז געווען צוליב:

“I sense a certain disdain for diplomacy in Mike Pompeo that I believe disqualifies him from being our next senior diplomat,”

און זי האט געבעטען דעם פרעזידענט:

“I urge President Trump to nominate someone capable of proudly representing all of America in the pursuit of peace.”

דעריבער האט "א סארס מיט באקאנטשאפט" צו די פאסירונג - ליין: האט די ווייסע הויז סטראטעגיסטן באשלאסן, און - "גע'ליעקט...." צו די 'וואשינגטאן פאוסט':

April 17, 2018 - 08:09 PM EDT
Pompeo met with Kim Jong Un: report

ווי  צו ווייזן פארן פאלק אז מייק פאמפעיאו איז דירעקט גאר איינפלוסרייך, און מייק פאמפעיאו איז גענוי דאס וואס די דעמאקראטען האבן געטענה'ט ער איז נישט!  ער איז דירעקט יא א סאליד "שטאטסמאן"!


זעה איך פון די קעפל אז איך בין נישט געווען אזוי אףף מיט מיין שפעקולאציע אז די נייעס איבער פאמפעיאוס מיטינג מיט נארט קאריע איז געווען געצילט צו שיקן א מעסעדש צו די וואס שפעקעלירן אים נישט צו ערלויבן ווערן אויפגענומען אלס סעקרעטערי אוף סטעיט....

North Korea meeting won't affect Pompeo vote in U.S. Senate: committee chair
רויטערס נייעס אגענטור

WASHINGTON (Reuters) - The chairman of the U.S. Senate Foreign Relations Committee said on Wednesday he did not expect that CIA Director Mike Pompeo’s meeting with North Korean leader Kim Jong Un would affect votes in the Senate on his nomination to be secretary of state.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך אפריל 18, 2018 3:23 pm

און דאס איז פון די וואשינגטאן פאוסט...

"But for other Democrats who supported Pompeo in the past, the revelation that he is already conducting high-level diplomacy for the Trump administration could be the cover they need to back his bid to lead the State Department."
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אפריל 18, 2018 3:41 pm

מצלמה האט געשריבן:שיינע וויצן.

לויט ווי די נייעס כראנאלאגיע פונעם טאג האט דיקטירט, איז עס צוגעגאנגען אנדערש:


1) די נייעס ברעכט אויס אז נארט און סאוט גייען ענדיגן די קריג.
2) אמעריקע קוקט אויס ווי א פיפטער-ראד. מ׳מאכט שלום, און ווי בין איך? - ויייסע הויז ליעקט - אמעריקע איז העווי אינוואלווד.
3) פרעסע קאנפערענץ מיט יאפאנעזער פירער עיב, העכסט ראנגיקע סיניער אמעריקאנער פארשטייער טרעפן זיך מיט קים אליין.

דער שפיץ איז: אני ואפסי!

וואו זעסטו אז אמעריקע איז א פיפטע ראד צום וואגן? סאוט קארעא קען זיך אליין מסדר זיין מיט נ"ק, אמעריקע מוז זיי נישט פעמפערן אויף טריט און שריט,
סאוט און נארט וועלן זיך אויסגלייכן צווישן זיך זייערע אייגענע דיפרענצן, און אמעריקע מיט נ"ק וועלן זיך אויסגלייכן זייערע אייגענע דיפרענצן,

און חוץ מזה, האט דער סאוט קארע פרעזידענט שוין געזאגט ביי די אלימפיק'ס און נאכדעם ווען זייערע דיפלאמאטן האבן זיך געטראפן מיט נ"ק דיפלאמאטן, אז די גאנצע זאך איז טראמפ'ס קרעדיט,
סאו איך ווייס נישט אויף וואס איר בויעט.
"we will stop him" = פיטער שטרויזאק

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אפריל 18, 2018 3:45 pm

ווער ווייסט די כראנאלאגיע? פאמפעיאו האט זיך געטראפען מיט קום-דזשאנג-אן פאר ער איז אפגעפארען קאנפערירען מיט כינע, אדער נאכדעם?

עס כאפט לכאורה א היפש נפקא מינה.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך אפריל 18, 2018 3:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אפריל 18, 2018 3:45 pm

פעיק נוז האט געשריבן:סאו איך ווייס נישט אויף וואס איר בויעט.

איך ווייס יא.
“If you’ve been investigating something for almost a year, and you don’t have a general sense of where it’s likely to end up, you should be fired because you’re incompetent.” - James Comey

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אפריל 18, 2018 3:48 pm

SPUSMN האט געשריבן:ווער ווייסט די כראנאלאגיע? פאמפעיאו האט זיך געטראפען מיט קום-דזשאנג-אן פאר ער איז אפגעפארען קאנפערירען מיט כינע, אדער נאכדעם?

עס כאפט לכאורה א היפש נפקא מינה.


זיי מסביר
"we will stop him" = פיטער שטרויזאק

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אפריל 18, 2018 3:57 pm

אויב האט זיך קום-דזשאנג-אן קודם געטראפען מיט כינע'ס פירער און געקומען צו פארען אויף אלע פיר צו אים, האט אים לכאורה כינע געצווינגען צו דער שריט.

אויב אבער איז פארקערט געווען די מעשה, אז קודם האט זיך קום-דזשאנג-אן געטראפען מיט פאמפעיאו; מיינט עס לכאורה אז קום-דזשאנג-אן שטייט בעסער, און עס איז כינע וואס לאחר המעשה האט געוואלט הערען ערשט האנטיג פון אים איינצילהייטען און וואס ער האט בדעה צו טוהן.

דער שאלה איז צו כינע איז טאקע איבער אים בעל הבית אדער נישט. און דאס קען האבען שטארקע קאנסיקוונעצען אויף ווי אזוי דאס עפעקט די איבעריגע פאליטיק אויף דער וועלט (איראן, סיריע, רוסלאנד וכו'), ווייל אלעס איז אינטער-קאנעקטעד, און דער פרעזידענט דארף מאכען החלטות פאר עס קומט מאי מיט איראן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ישוב הדעת
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך אפריל 18, 2018 11:05 pm

אין אנדערע נייעס האט דער פרעזידענט קלאר געמאכט אז אויב די מיטינג צווישן אים און דער ראקעט מען וועט נישט זיין ערענסט פון די נ״ק זייט, וועט ער זיך אויפהייבן און ארויסגיין אינמיטן..

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

Seoul: N. Korean leader removes major nuclear sticking point

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 12:12 pm

סאוט קאריע פרעזידענט האט היינט געמאלדן אז נארט קאריע וועט נישט פארלאנגן פון אמעריקא צו ארויסנעמען די אמעריקאנע טרופן פון סאוט קאריע אלס א "תנאי קודם למעשה" צו די 'די-נוקלערייזינג' טאלקס וועלכע איז ערווארטעט צווישן פרעזידענט טראמפ און קום דשאנג אן.

דאס איז ברעקינג נוז לויט אלע סאנדארטן. ווארום, די נארט האט פון אייביג אן געשטעלט די טאן אז זיי גייען נישט פארהאנדלען מיט אמעריקא בלויז אויפן תנאי קודם למעשה אז אמעריקא פארפליכטעט זיך צו ארויסנעמען די אמעריקאנע טרופן (30,000 אין צאל) פון זייער שכן סאוט קאריע.

די היינטיגע מעלדונג צייגט א שטארקע טויש מצד די נארט, אזש זיי זענען גרייט צו ערלויבן די אמעריקאנע טרופן אין די סאוט, אלעס אבי זייער פירער קום דשאנג אן זאל ערלויבט ווערן צו בליין ביי די מאכט.

----
ריפארטינג זיצעדיג: @שמאטע, אייוועלט באלי קאם.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 12:19 pm

@שמאטע איך ווארט שוין פאר די 3000טע תגובה. איך אויף אז עס קומט א קאנעקדיגע אשקול.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג אפריל 20, 2018 12:46 pm

אין בעפארברייטונג צום סאמיט צווישן די צוויי פירער, דשעי-אין מאָן פון סאוט קארעא און קים יאנג אָן פון נארט קארעא האבן די צוויי צום ערשטן מאל אוועקגעשטעלט א דירעקטע טעלעפאן ליניע צווישן די צוויי פירער, ענליך צום ״רויטן טעלעפאן״ וואס אמעריקע און רוסלאנד האבן געהאט דורכאויס די קאלטע קריג יארן.

דאס וועט ערלויבן פאר די צוויי פירער צו אפהאלטן געשפרעכן נאך פאר זיי טרעפן זיך פערזענליך אין א סאמיט וואס איז ערווארטעט צו ווערן אפגעהאלטן סוף פון דעם חודש. עס איז די דריטע סאמיטע צווישן די לענדער, אבער דאס ערשטע מאל וואס די צוויי פירער טרעפן זיך פערזענליך.

JP Feine Neies
"we will stop him" = פיטער שטרויזאק

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג אפריל 20, 2018 2:24 pm

ועל המדינות בו יאמר, לאמיר האפן אז ס'איז אנגעשריבן געווארן ס' זאל הערשן שלום און רואיגקייט אין די וועלט.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » פרייטאג אפריל 20, 2018 7:06 pm

Screenshot_20180420-190428.jpg
Screenshot_20180420-190428.jpg (439.5 KiB) געזעהן 975 מאל

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4247
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

וואס גייט טאקע פאר ?

תגובהדורך eller » זונטאג אפריל 22, 2018 6:00 pm

קען איינער מסביר זיין וואס דא גייט טאקע פאר ?
פארוואס זענען זיי פלוצלונג געווארן אזוי גוט און וואויל ? האט דאס טאקע צוטוען מיט די סאנקציעס אדער איז דאס פשוט ווייל זיי האבן שוין וואס זיי האבן געוואלט ?
און אויב יא פארוואס מאכט טראמפ אזא מצב ווען דו האנדעלסט שוין דא מיט איינעם וואס האט נוקלער מיסעלס ?

מענין לענין שלא באותו ענין..
נעכטן האט קולמא געזאגט אז אפאר CIA אנעליסטן האבן ארויסגעקומען אז זיי האבן מורא אז זיי האבן שוין מיסעלס, וויאזוי גייט עס קען יעדע אגענט ארויסקומען מיט זיינע שפעקילאציעס ? אדער מיינט עס אז ס'איז דא א אינערליכע פייט איןדי אגענטור וואס די פירער ווילן נישט אנערקענען אז צפון האט שוין וואס זיי האבן געוואלט און דעריבער האבן אנגעשטעלטע געמוזט ארויסקומען (זיך רעכענדיג מיט די קאנסיקווענסען) אין זאגן די אמת ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג אפריל 22, 2018 6:01 pm

זיי האבן נישט קיין נוקלעארע מיסילס. זיי האבן נאך קיינמאל נישט באוויזן צוריקצוברענגען א מיסיל פון ספעיס, אדער שיסן א מיסיל מיט א שפיץ דערויף (אפי' א דאמי) צו ווייט.
“If you’ve been investigating something for almost a year, and you don’t have a general sense of where it’s likely to end up, you should be fired because you’re incompetent.” - James Comey

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4247
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג אפריל 22, 2018 6:02 pm

Think and Thank האט געשריבן:זיי האבן נישט קיין נוקלעארע מיסילס. זיי האבן נאך קיינמאל נישט באוויזן צוריקצוברענגען א מיסיל פון ספעיס, אדער שיסן א מיסיל מיט א שפיץ דערויף (אפי' א דאמי) צו ווייט.

ווער זאגט ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג אפריל 22, 2018 6:04 pm

מיך איז עס אויך זייער מאדנע די גאנצע זאך איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, איך האף אז טראמפ טראכט יא
"we will stop him" = פיטער שטרויזאק

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג אפריל 22, 2018 6:05 pm

ווער זאגט אז יא?
אן אינטערקאנטינענטאל באליסטיק מיסיל קען מען נישט טעסטן אין בעקיארד. יעדע מיסיל וואס זיי האבן דערווייל ארויסגעשאסן איז פארברענט געווארן ביים אריינקומען אין די אטמאספער אדער פריער, ווי אויך איז די ווייטסטע וואס זייערס א מיסיל האט באוויזן צו גיין נאכ'ן ארויפפליען גענוג הויך צו קענען פליען אינטערקאנטינענטאל איז ווייניגער ווי טויזנט מייל.
“If you’ve been investigating something for almost a year, and you don’t have a general sense of where it’s likely to end up, you should be fired because you’re incompetent.” - James Comey

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג אפריל 22, 2018 6:15 pm

דאס לעצטע איז געווען א אונטער- קאנקארד פלאזא, און קוק ווי קאנקארד זעט יעצט אויס.
אבער א אונטער- קאנטענענטאל האבן זיי זיך קיינמאל נישט געקענט ערלויבן.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג אפריל 22, 2018 6:18 pm

Think and Thank האט געשריבן:ווער זאגט אז יא?
אן אינטערקאנטינענטאל באליסטיק מיסיל קען מען נישט טעסטן אין בעקיארד. יעדע מיסיל וואס זיי האבן דערווייל ארויסגעשאסן איז פארברענט געווארן ביים אריינקומען אין די אטמאספער אדער פריער, ווי אויך איז די ווייטסטע וואס זייערס א מיסיל האט באוויזן צו גיין נאכ'ן ארויפפליען גענוג הויך צו קענען פליען אינטערקאנטינענטאל איז ווייניגער ווי טויזנט מייל.

אויסער אויב א צווייטער (דער כינעזער דער רוס אדער דער איראנער) האט געטון פאר איהם די דשאב...
כאניש וואס צו טון האט געשריבן: גראדע בינעך "זייער" ביזי...

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג אפריל 22, 2018 6:22 pm

אי משום הא, האט דאך דער רוס צו דער כינעזער אים געקענט געבן פארטיגע מיסילס מיט נוקלעארע שפיצן דערויף, שוין אנגעשטעלט דעם טארגעט און שוין געדרוקט דעם צינגל?.. כ'מיין, פארוואס זאלן זיי פונקט דעם סטעידזש טון פאר קים?
חוץ מזה וואס עס איז נישט אזוי גרינג ארויסצושמוגלען אינטער-פרדס מיסילס פון צפון אנדעם וואס די וועלט זאל באמערקן. ועוד, צפון וואלט נישט אויפגעגעבן די כבוד און שטאלץ וואס א סוקסעספולע לאונטש וואלט אים געגעבן. (איי, אפשר וועט עס דורכפאלן? די היסטאריע ווייזט אז ער טראכט נישט אזוי... און ער קען עס העכסטנס טון נאך א געלונגענע טעסט דורך כינע.)

לייפציק האט געשריבן:דאס לעצטע איז געווען א אונטער- קאנקארד פלאזא, און קוק ווי קאנקארד זעט יעצט אויס.
אבער א אונטער- קאנטענענטאל האבן זיי זיך קיינמאל נישט געקענט ערלויבן.


:lol: :lol:
“If you’ve been investigating something for almost a year, and you don’t have a general sense of where it’s likely to end up, you should be fired because you’re incompetent.” - James Comey

עכט היימיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג אפריל 22, 2018 8:33 pm

טשיינע דער גרויסער בעל גאה וואס האט געהאלטן אמעריקא ביים קארג מיטן זיין אויפירונג צו צפון. ד. ה. אז ער איז כסדר אדער יא גוט געווען מיט צפון אדער נישט.אמאל יא פארדאמט און אמאל נישט, דער עיקר אז ער איז דער וואס האט פארבינדונגען מיט צפון, און ווען מען האט געדארפט צו קומען צו צפון איז ער אלץ געווען דער גרויסער בעל הבית קראכט אוועק....
אמעריקא, דרום, מיט צפון האבן זיך געזעצט צום פארהאנדלונג טיש איבערלאזענדיג אים קראכן....
ווי באריכטן צייגן שמעקט אים שטארק נישט אז ער איז עפעס אינדרויסן פון די פארהאנדלונגען.
באריכט קוואל: קולמע
שרייב צו דער 'זאך.....'

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

אנאליז פון "לכתחילה אריבער".

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג אפריל 23, 2018 9:17 am

ערהאלטן אין אישי א אנאליז פון אונזער באקאנטן "לכתחילה אריבער"

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אוקעי גייס.... ליסען אפ....

עפעס מאכט נישט קיין סענס די מעשה מיט נארט קאריע.. עס איז כמעט צו-גוט-צו-זיין-אמת.... עס איז אויך צו מזל'דיג אפילו פאר אזא בר מזל ווי טראמפ... איי מין... די לינקע פארפירן שוין אז "אפילו ער זעצט זיך אראפ, קומט נאכנישט פאר טראמפ די נאבעל פיס פרייז"..... דאס הייסט זיי ציטערן שוין אז טראמפ גייט גאר זיין די שלום העלד!! דער טראמפ וואס "גייט נוקען די וועלט ווי נאר ער וואקט אריין אין פענסעלוועניע עווע... ער זאל גאר אפשר אקומען די נאבעל פיס פרייז?.....

אויסער נאך די היפאקרעסי פון די לינקע, ווען אבאמא האט יא באקומען פארן טאן.. גארנישט... באט איי דייגרעס....

עפעס שטימט מיר נישט אין די מעשה.... וואס האט יעצט פאסירט? פארוואס האט דער מושגענער קים באשלאסן אזוי צו הייבן הענט? ער איז גרייט אויף אלעמען! אפילו אויף זאכן וואס זיין לאנד איז קיינמאל נישט איינגעגאנגען ביי פריערדיגע פארהאנדלונגען.

און יענע פארהאנדלונגען זענען טאקע געווען א סמאוק סקרין אזוי ווי מען האט געזעהן אין די ענדע, און עס איז זייער מעגליך אז יעצט איז די זעלבע, באט עס פילט אנדערש! קודם ווייסטעך קים אז יעדער איז אים חושד אז ער גייט גיין בדרכי אבות.. אז מען טאר נישט משנה זיין... און די גאנצע איז נאר א שפיל, סא ער פארשטייט אז עפעס אינשורענסעס גייט אמעריקע פארלאנגען.

צווייטענס טראגט ער אן גאר אסאך.

אינגאנצען דינוקליעריזעשאן, שלום מיט זיין שכן, אמעריקע קען בלייבן מיט די טרופן... ער גיט נאך... אלעס!! וואס גייט דא פאר? וועלכע בייזע חלום האטער געהאט??

איך האב א שטיקל מהלך..

נאכדעם וואס קימ'ס פאטער האט קרופירט, און דער טשיקיטא גארדא האט איבערגענומען, האט מען געשמועסט אז עס איז מעגליך אז עס וועט קומען נארמאלערע צייטן. ווייל סוף כל סוף איז ער א שטודירטער אין די מערב וועלט, ער האט געזעהן די וועלט, ער איז געלערענט וכו'. מען האט געהאפט אז ער וועט צוריקברענגן נארמעלעזאציע צו די קאריער פאנינצעלע.

יעצט.... האו עבאוט, אז די האפענונג פון די מערב וועלט איז געווען ריכטיג! האו עבאוט אז ער וויל טאקע דאס?

נאר... ער האט געדארפט ערשט עסטעבלישן זיינע קראדענטשעלס פאר די קאריער מענטשן, ווארפן זיין פעטער צו די הינט.... מאכן נוקליער טעסטס.... זיך רייצן מיט די וועלט... אזוי אז מען זאל זעהן אז ער איז א "פאורס טו רעקן וויט"... עקסטרע האט ער אפשר געוואלט זיין אביסעלע עלטער, נישט א אינגע צוצאק...

אצינד שפירט ער אז ער איז שוין גענוג באקוועם אויפ'ן בענקל. און האט גענומען די געלעגענהייט פון טראמפ, איינער וואס פייגערט צו ווערן געעהן אלס א "דיל מעיקער" און ער האט באשלאסן יעצט איז די ריכטיגע צייט צו מאכן שלום מיט די וועלט איינמאל פאר אלעמאל.

עקסטער וואס ער ווייסט אז אנצוהאלטן זיין בענקעל האט ער צוויי ברירות. ער קען ווייטער מאכן פראוועקאציעס, אדער פארהאנדלן מיט די וועלט. ווייל אזוי ווי ער שטייט, צו לאזן זאכן סטאטוס קווא, איז דאך נישט קיין מהלך. ער בלוט אויס.

אזוי אויך האט ער א פראבלעם מיט כינע, ווייל זיי ווילן נישט ער זאל ווערן נארמאל, ווייל זיי ווילן נישט א נארמאל לאנד אויף זייער גרעניץ. פאר זיי איז בעסער א משוגענער וואס איז אינגאנצן אונטער זייער קאנטראל.

סא... האט ער זיך גערייצט מיט טראמפ.... דאס האט געברענגט אז כינע האט נישט געהאט קיין ברירה און אויך אנגעהויבן לייגן דרוק... סא יעצט קומט ער זאגן.... אוקעי... אוקעי.... עטס ווילסט נארמאלקייט? ביי מיי געסט!!

און עס איז דא נאכעפעס צו זאגן די סברה.

לאמיר זאגן ער האט געוואלט זיך ווייטער רייצן. אז דו זעהסט אז דו האסט צו טאן מיט טראמפ, און דער טראמפ איז גענוג משוגע צו נעמען שריט אויב מען רעגט אים אויף, איז איך פארשטיי ער זאל שיסן א מיסל צוויי, אבער דער האט זיך גערייצט לייט נאו טעמארא! איינס נאכן אנדערן... אזוי ווייט אז ער האט פשוט געצווינגען כינע צו מיטארבעטן מיט אמעריקע, סא ווער זאגט דאס איז נישט געווען זיין חשבון לכתחילה?

שטופען אמעריקע און די וועלט ביזן ענדע, דאס וועט אים ברענגן קראדענטשעלס מיט זיינע אייגענע מענטשן, אראפנעמען כינע פון זיך קעגן שטעלן ווען ער פארהאנדעלט מיט די מערב וועלט... און יעצט טוט ער וואס מען האט געהאלטן גאנץ אין אנהייב אז ער גייט טאן, נארלעמאזירן באציאונגען מיט די וועלט....

אזוי האבעך געטראכט.....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בארג, דממה דקה, נו שוין, פארקלערטער, פיצי קעפעלע און 30 געסט