אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

חלהדעקל
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 2:53 pm

זעהט אויס אז לינזי גרעהם ווייסט אז די אין וואשינגטאן האבן אויך נישט אזזזזאא שטארקע שרעק פון דעס אז נארט קארעא וועט האבן נוקלארע אינטערקאנענטאל מיסילס..
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 2:55 pm

חלהדעקל האט געשריבן:זעהט אויס אז לינזי גרעהם ווייסט אז די אין וואשינגטאן האבן אויך נישט אזזזזאא שטארקע שרעק פון דעס אז נארט קארעא וועט האבן נוקלארע אינטערקאנענטאל מיסילס..

ביי אונז פלעגט מען זאגן..

ווער עס ווייסט רעדט נישט און ווער עס רעדט ווייסט נישט..

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג דעצמבער 15, 2017 9:00 am

כאפצעם האט געשריבן:לינדזי גרעהם גיבט א %30 שאנס פאר א מיליטערישע קאנפליקט מיט נארט קאריע.

איך פארשטיי נישט וויאזוי ער רעכנט אזוי ווייניג, דער סי איי עי דירעקטאר זאגט אז נארט קאריע איז גאראנטירט צו האבן א נוקליער קעפעבל ICBM ביז מארש 2018, דאס מיינט אז דאן איז מיליטערישע שריט שוין אוממעגליך, יעצט (הגם איך האלט בכלל נישט פון די פחד אבער) נעמענדיג אין באטראכט די שטארקע שרעק אין וואשינגטאן און אין די מיליטערישע געמיינדע צו זעהן אזא פארשריט מצדם וואלט איך געשאצט די שאנסן מער יא ווי נישט פאר א קאנפליקט נאך בעפאר דעם א.ד. דאטום.



האסט געזעהן די גאנצע אינטערוויא? ער זאגט וויזוי סיז יעצט, איז דא א 30 פראצענט שאנס... אויב קים שיסט נאך איין מיסל איז דא א 70 פראצענט שאנס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג דעצמבער 15, 2017 9:04 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:האסט געזעהן די גאנצע אינטערוויא? ער זאגט וויזוי סיז יעצט, איז דא א 30 פראצענט שאנס... אויב קים שיסט נאך איין מיסל

נאך א *נוקליער טעסט
ווייסע סופראמיסטן זענען פיינע מענטשן, אפריקאנער זענען גארבעדזש לעכער -דאנעלד טראמפ

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » פרייטאג דעצמבער 15, 2017 11:31 am

איך בין שוין זאט פון די "נאך איינמאל"...

פעיק נוז
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג דעצמבער 15, 2017 1:14 pm

די קרעמעלין האט געמאלדן אז פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט׳ן אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ צו דיסקוטירן און איבערשמועסן די סיטואציע מיט נארט קארעא, און אויך אנדערע גלאבאלע אנלעגנהייטן, און האבן איינגעשטימט צו קאארדינירן די אמעריקאנער און רוסישע רעאקציע ווען עס קומט צו נארט קארעאר פראוואקאציעס, אנדערש ווי ביז יעצט ווען רוסלאנד האט עפנטליך אראפגעריסן אמעריקע ווען עס איז געקומען צו נארט קארעא.

די טעלעפאן געשפרעך איז געקומען א טאג נאכדעם וואס פוטין האט געמאכט עפנטליכע באמערקונגען אין וועלכע ער האט געזאגט אז רוסלאנד איז איינשטימיג מיט אמעריקע אויפ׳ן פרינציפ אז נארט קארעא טאר נישט ערלויבט ווערן צו פארמאגן נוקלעארע מעגליכקייטן, און האט אויך געזאגט אז ער און טראמפ וואלטן געוואלט בעסערע באציאונגען צווישן אמעריקע און רוסלאנד און באשולדיגט פאליטישע אינטערעסאנטן אין וואשינגטאן וועלכע שטייען אין וועג פון פארשריט

פיינע נייעס
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום פרייטאג דעצמבער 15, 2017 1:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
סאבסיטוט האט געשריבן:אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..

פעיק נוז
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג דעצמבער 15, 2017 1:14 pm

אין די טעג האט זיך אומגעקערט פון נארט קארעא דער העכסטער אויסלענדישער דיפלאמאט פון די מערב וועלט צו באזוכן דארט אין די לעצטע יארן, דשעפערי פעלטמאן, וועלכער האט פרובירט צו בעפארברייטן די מעגליכקייטן פאר געשפרעכן צווישן די דארטיגע רעזשים און די אינטערנאציאנאלע געמיינדע, און האט נעכטן אין אן אינטערוויו צו די פרעסע מיטגעטיילט זיין בליק איבער די סיטואציע, זאגנדיג אז ער איז דאס מערסטע באזארגט אז קריג קען אויסברעכן צוליב א מיספארשטענדיש וויבאלד די איזאלירטע רעזשים האט נישט כמעט קיין דירעקטע פארבינדונגען צו די מערב וועלט און דעריבער קענען שריט אויף ביידע זייטן ווערן שלעכט אויסגעטייטשט און פירן צו א ספאנטאנע אויסברוך פון קריג.

ער האט געזאגט אז ווי עס שיינט איז די רעזשים נישט גרייט צו אנהויבן געשפרעכן יעצט, אבער האט צוגעלייגט אז ער האט יא געפונען א וויליגקייט מצד די רעזשים צו אנקניפן בעסער באציאונגען מיט די מערב וועלט אין די צוקונפט, און אז זיי פאלגן נאך פון די נאנט די סטעיטמענטס וואס קומען ארויס פון וואשינגטאן און טוען ווארטן צו באקומען א בעסערע אנבאט. ער זאגט אז ער האט אפגעהאלטן לאנגע זיצוגען פון לאנגע שטונדען און די ארטיגע באאמטע האבן אים אויסגעהערט און ער האפט אז זיין באזוך וועט ברענגען פרוכט אין די נאנטע צוקונפט.

פיינע נייעס
סאבסיטוט האט געשריבן:אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..

שטייגען
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: וועירהאוז

תגובהדורך שטייגען » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:41 am

א צפון קארעא סאלדאט וועלכער איז געשטאנען אויפ'ן וואך ביים גרעניץ מיט דרום קארעא איז היינט אריבער געלפון דעם שווער באוואכטען גרעניץ צו די דרום קארעא זייט, דער סאלדאט האט דורכגעמאכט דעם געפארפולען וועג אן געשעדיגט ווערן, דאס פאסירט שוין דאס צווייטע מאהל אין צוויי וואכן, אבער אנדערש ווי דאס פריערדיגע מאהל איז דער סאלדאט אנגעקומען צום דרום זייט אן פארוואנדעט ווערן פון די שיסעריי פון זיינע געוועזענע קאלעגן.

שטייגען
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: וועירהאוז

תגובהדורך שטייגען » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:42 am

די דרום קארעא רעגירונג האט נעכטן געזאגט, אז זי וויל סוספענדירן די געסקעדזשועלטע מיליטערישע מושטירונגען מיט דעם אמעריקאנער מיליטער אויף די קומענדיגע מאנאטן. די ביטע פון דרום קארעא ווערט באטראכט אלס א דראמאטישע אנטוויקלונג, וויבאלד עס זעט עפעס אויס ווי גלייך זי ברעכט זיך פאר די פארלאנגען פון דער קאמוניסטישער צפון קארעא – וועלכע זאגט נאכאנאנד, אז זי איז נישט גרייט פאר קיין שלום געשפרעכן מיט דער מערב וועלט אזוי לאנג ווי די מושטירונגען מיט אמעריקאנער זעלנער גייען אן נעבן זייערע גרעניצן. דרום קארעא זאגט אבער אז זי וויל בלויז סוספענדירן די מושטירונגען אויף דערווייל, ווייל זיי גייען אפהאלטן דארטן די אינטערנאציאנאלע "ווינטער אלימפיק" שפילערייען, און ווילן נישט אז די אנגעצויגענע באציאונגען מיט צפון קארעא זאל האבן א נעגאטיוון אפעקט אויף די שפילערייען.

הצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 9:10 am

קום אריין קלאר

בארואיגט-אייך
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am
לאקאציע: ביי תיקון און ביי קופקעס

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 12:25 pm

וואס איז געבליבן מיט צפון קארעא?
קומט מלחמה אדער נישט,

פעיק נוז
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 6:40 pm

אויטאריטעטן אין סאט קארעא זאגן אז מעדיצינישע אונטערזוכונגען אויף א דעפעקטירטער סאלדאט וועלכע איז אנטלאפן פון נארט קארעא צייגן אז דער סאלדאט האט באקומען א ״וואקסין״ קעגן די טויטליכע ענטרעקס גיפט, א זאך וואס פארשערקערט די פארדאכט אז נארט קארעא ארבייט אויף פארגעשריטענע כעמישע וואפן וואס פארמאגן אזעלכע גיפט, און דעריבער טוט זי וואקסינירן אירע זעלנער דערקעגן

פיינע נייעס
סאבסיטוט האט געשריבן:אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2755
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 8:51 am

realDonaldTrump
Caught RED HANDED - very disappointed that China is allowing oil to go into North Korea. There will never be a friendly solution to the North Korea problem if this continues to happen!

אוועטאר
וויי-פיי
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am

תגובהדורך וויי-פיי » דינסטאג ינואר 02, 2018 1:00 pm

אמעריקא האט שוין געשיקט שיפן צו דערשרעקן - זיי מאכן עקסערסייז מיט יאפאן און דרום קאריע

רוסלאנד האט אנגעהויבן שיקן מילטער צו זייער גרעניץ - זיי האבן א שמאלע גרעניץ מיט צפון

טשיינע וויל נישט אז אמעריקא זאל אנהייבן קריג -

טראמפ זאגט פאר טשיינע צו מאכן סדר ווייל אמעריקא האלט זיי אויס -
Screenshot 2018-01-02 at 12.57.54 PM.png
Screenshot 2018-01-02 at 12.57.54 PM.png (248.02 KiB) געזעהן 1471 מאל
WiFi is a technology that allows electronic devices to connect to a wireless network

פעיק נוז
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 4:29 pm

א באריכט פון אמעריקאנער שפיאנאזש קוועלער דעקט אויף אז א מיסיל פראבע וועלכע איז נישט געגאנגען ווי געפלאנט אין די איזאלירטע נארט קארעא האט באטראפן א שטאט אין נארט קארעא, און האט מעגליך אויך אנגעמאכט שאדנס און פאטאליטעטן, די אינצידענט האט פאסירט פאריגן אפריל, נאכדעם וואס דריי פראבעס נאכאנאנד זענען דורכגעפאלן.

די מיסיל האט אראפגעקראט ארום א מינוט נאכ׳ן ווערן ארויסגעשאסן און האט באטראפן דעם שטאט קאטשון און האט געלאנדעט אויף א קאמפלעקס פון געביידעס ווי עס האבן זיך מעגליך געפונען ארבייטער. צוליב די שטארקע איזאלאציע פון די רעזשים איז אוממעגליך צו באקומען מער אינפארמאציע איבער די צאל פאטאליטעטן און די גרויסקייט פון די שאדנס.

פיינע נייעס
סאבסיטוט האט געשריבן:אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..

פעיק נוז
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 4:38 pm

אין ליכט פון די פארשריט וואס ווערט געמאכט צווישן סאוט קארעא און נארט קארעא און די מעגליכקייט אז נארט קארעא וועט אנטייל נעמען אין בעפארשטייענדע אלימפישע שפילן אין סאוט קארעא האט דער פרעזידענט פון סאוט קארעא באקומען א פארשפרעכונג פון פרעזידענט טראמפ אז דער אמעריקאנער מיליטער וועט זיך אפהאלטן פון דורכפירן סיי וועלכע מיליטערישע מאנווערעס איבער׳ן קארעאר האלב אינזל ביז נאך די אלימפישע שפילן כדי צו געבן א געלעגנהייט פאר שלום געשפרעכן צווישן די צוויי קארעא׳ס. פרעזידענט טראמפ האט אויך געזאגט אז אמעריקע שטיצט הונדערט פראצענט א דיאלאג צווישן די צוויי שכנים און באגריסט פרעזידענט מאָן אויף די פארשריט.

פיינע נייעס
סאבסיטוט האט געשריבן:אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..

הצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך ינואר 10, 2018 2:54 pm

קום אריין קלאר

פעיק נוז
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך ינואר 10, 2018 4:51 pm

אין א טעלעפאנישע געשפרעך מיט׳ן פרעזידענט פון סאוט קארעא דשעי אין מאָן האט פרעזידענט טראמפ אין קאנגראטולירט אויף די פארשריט אין די געשפרעכן מיט נארט קארעא, און האט געזאגט אז אמעריקע איז אויך גרייט צו אפהאלטן דירעקטע געשפרעכן מיט נארט קארעא. דאס קומט א טאג נאכדעם וואס אפיציעלע באאמטע פון די צוויי לענדער האבן אפגעהאלטן די ערשטע רונדע פון פארמאלע געשפרעכן אין איבער צוויי יאר, דער פרעזידענט האט געזאגט אז אמעריקע וועט זיך אנשליסן אין די געשפרעכן ווען די צייט און סיטואציע זענען רייף דערצו.

דער פרעזידענט האט אויך פארשפראכן אז אמעריקע וועט נישט אפהאלטן קיין שום מיליטערישע אקטיוויטעטן אויפ׳ן קארעאר האלב אינזל ווילאנג די געשפרעכן האלטן אן, און האט אפגעלייקנט א באריכט אינעם ״וואל סטריט דשורנאל״ וועלכע האט באריכטעט אז ער האט ערנסט באטראכט מיליטערישע שריט.

דער פרעזידענט האט אויך איינגעמאלדן אז ער וועט שיקן זיין וויצע פרעזידענט מייק פענס זיך צו באטייליגן אין די בעפארשטייענדע אלימפישע שפילן אין סאוט קארעא ווי עס וועלן אויך אנוועזנד זיין א דעלעגאציע פון נארט קארעא, דאס קומט טראץ רופן פון געוויסע געזעצגעבער אריינגערעכנט סענאטאר לינדזי גרעהעם וועלכע האבן פארלאנג אז אמעריקע זאל באיאקאטירן די שפילן וויבאלד לויט זיי זענען די געשפרעכן נישט עפעקטיוו ווילאנג נארט קארעא טוט זיך נישט פארפליכטן צו גענצליך אויפלעזן איר נוקלעארע פראגראם.

די סטעיטמענט פונעם פרעזידעט דערמאנט נישט אז אמעריקע פארלאנגט פון נארט קארעא צו אויפגעבן אויף איר מיליטערישע פראגראם אלס באדינג צו אנהייבן געשפרעכן, א פארלאנג וועלכע איז ביז נעכטן ארויסגעלייגט געווארן אלס אפיציעלע ליניע פון די אדמינסטראציע. דער פרעזידענט פון סאוט קארעא האט שוין נעכטן געגעבן קרעדיט פאר פרעזידענט טראמפ אויף דעם וואס די נארט קארעא רעזשים איז וויליג צו עפענען א דיאלאג.

פיינע נייעס
סאבסיטוט האט געשריבן:אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 14, 2018 5:14 pm

טרעסאנט אז קיינער האט נישט באריכטעט די נייעס פון האוואי.

איך וואלט געזאגט אז עס איז וויבאלד מען קען נישט באשולדיגן טראמפ, אבער איך בין זיכער אז די אנטיס קענען אפירקראצן ק''ן טעמים פארוואס טראמפ איז שולדיג.

וצ''ע
איי געס פאקטן מאכן נישט אויס.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2755
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג ינואר 14, 2018 5:23 pm

שרייב די תגובה וואס די וואלסט געשריבען 15 חדשים צוריק אין אזא פאל

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 14, 2018 6:15 pm

איך בין נישט קיין נייעס ברענגער און דעמאגאגיע שרייבער. זאלן די וואס קענען די מלאכה עס טוען.
איי געס פאקטן מאכן נישט אויס.

אוועטאר
צל עובר
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 15, 2018 2:03 am

אין וועלכע אשכול דארף מען עס שרייבן?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג ינואר 16, 2018 6:47 pm

דער פרעזידענט ארבעט פלייסיג


קרעדיט פיינע נייעס

רוסלאנד און כינע ברויזן איבער סאמיט אין קאנאדע איבער נארט קארעא

פארשטייער פון אמעריקע און נאך 20 לענדער וועלן זיך באטייליגן אין אן אינטערנאציאנאלן סאמיט אין ווענקאָווער קאנאדע ווי עס וועט דיסקוטירט ווערן א גלאבאלע סטראטעגיע צו אנטוואפענען נארט קארעא פון אירע נוקלעארע זאפאסן, און אזוי אויך וויאזוי צו בעסער אינפארסירן די שטרענגע סאנקציעס אויף די רעזשים.

די 20 לענדער וועלכע באטייליגן זיך זענען די זעלבע בלאק פון לענדער וועלכע האבן געשטיצט סאוט קארעא אין איר קריג מיט׳ן קאמוניסטישן רעזשים אין די 1950ער יארן. דאס האט געברענגט שטארקע קריטיק פון רוסלאנד וועלכע באטראכט דאס ווי א קאאליציע פון די מערב וועלט וואס שליסט אויס רוסלאנד, כינע און אירע פריינט טראץ וואס זיי האבן געשטיצט די סאנקציעס אינעם פעלקער פאראיין, אין אן אפיציעלע סטעיטמענט האט רוסלאנד דאס באצייכנט אלס אן אומקער צו די קאלטע קריג יארן.

די סאמיט איז שוין פאררופן געווארן מיט עטליכע מאנאטן צוריק באלד נאך די לעצטע נוקלעארע פראבע, אבער זינט דאן האט זיך די סיטואציע בארואיגט און די סאמיט קומט אין א צייט וואס נארט קארעא צייגט סימנים אז זי איז גרייט צו פארהאנדלן, און דאס ווייטער גיין מיט די סאמיט טוט - לויט א סטעיטמענט פון די כינזערע רעגירונג - צייגן אז ״אמעריקע איז אנטשלאסן צו פארארגערן די סיטואציע״ אנשטאט צו ארייננעמען אינעם דיאלאג נאך לענדער וועלכע האבן דיפלאמאטישע פארבינדונג מיט די רעזשים אין נארט קארעא
קום אריין קלאר

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10577
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג ינואר 16, 2018 7:14 pm

רוסלאנד און כינע באלאנגען נישט ביי אזא סאמיט, ווייל זיי זענען א חלק (און דער סיבה) פון דער פראבלעם; און וועלען זיך באטייליגען נאר מיט דער איין ציל פון שעדיגען עהני ריעל סעלושען. זיי האבען נישט קיין שום אינטערעסט אין א סעלושען.

ביידע, סיי כינע און סיי רוסלאנד האבען געבראכען אין גרויסען די פריערדיגע סאנקציעס און געשיקט שיפען מיט אויל און אנדערע חפצים וואס איז געווען פארבאטען אין די סאנקציעס. בקיצור געמאכט אמעריקע צו נאר. (און אמעריקע מיט טיפשות האט זיך געמאכט ווי זיי זעהען נישט)

אויב זיי האבען באמת א לעזונג, קענען זיי עס מודיע זיין דורך אנדערע טשאנאלען און דארפען נישט זיין דארטען. זיי זענען אומגעווינטשענע געסט.

דער אמת איז אז זיי האבען יא לעזונג און דאס איז צו דערשטיקען נארט קאריע; אבער האלטען נישט דערביי פון זיך באניצען מיט דער לעזונג אפילו אויב מען זאל זיי געבען די "כבוד" פון האלטען די סאמיט אין בעידזינג אדעיר מאסקווע. א נוקליערע טרעט צו אמעריקע איז א סטראטעגישע ווינטש פאר כינע און רוסלאנד.
--
און ווער איז שילדיג?

שילדיג זענען די אלע בהימות פרעזידענטען פון נאך רעיגען ביז אבאמא, וואס האבען געמאכט דער גרויסע מיסטעיק פון גיין צו איידעל מיט כינע, און צו שטרענג מיט רוסלאנד. ווען דער סאוויעט יוניען איז צאם געפאלען האט נעטא אויך געדארפט זיך שליסען. און מיטען האלטען עס אפען און ווייטער עימען צוואנציג טויזענט נוקליארע מיסילס אויף רוסלאנד האט אמעריקע מיט גרויס טיפשות באשאפען א פיינטליכע רוסלאנד וואס האט נישט געדארפט געשעהן.

ווען נעטא וואלט נישט עקזיסטירט וואלט רוסלאנד געבליבען נאך א גרויסע לאנד צווישען אנדערע. נעטא איז שילדיג פאר צווינגען רוסלאנד צו וועלען בלייבען א וועלטס מאכט שוה בשוה מיט אמעריקע.

יעצט איז צו ווארטען און זעהן צו טראמפ גייט דזוינען די אידיאטישער פרעזידענטען ביז אהער, און לאזען דער נוקליארע טרעט אויף אמעריקע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

פעיק נוז
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג ינואר 16, 2018 8:21 pm

איך מוז דיר זאגן שפוזמאן, דו רעדסט צום זאך
סאבסיטוט האט געשריבן:אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ישראל_הלוי, לאנדאן שטופער, פארקלאצט און 26 געסט