אנקעטעס איבער פרעזידענט טראמפ.

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3936
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 9:07 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:נאך אזויפיל נעגעטיווע דעקונג פון די מידיע איז א חידוש אז ס'איז בכלל נאך פארהאן אזעלכע וואס זענען צופרידן, איי געס דאס זענען די וועלכע ניצן די אייגענע קאפ, נישט די מידיע'ס קאפ.

אזוי גאר, ווידער איז די מידיע שילדיג, האט גארנישט מיט דעם איידעלער טראמפ, נאר די מידיע...
לעצט פאראכטן דורך אמביציע אום מאנטאג נובעמבער 06, 2017 9:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 9:07 pm

אדער זענען פארמאכט אין די פאקס ניוז באקס

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 9:13 pm

בוידעם האט געשריבן:איך האב אינטערסאנטע פראגע, איז דא א מעגליכקייט אז די אמעריקאנע באפעלקערונג איז נישט צופרידן פון טראמפ?

א שאלה? א גרויסע טייל איז נישט צופרידן.

די שאלה איז, פארוואס זענען זיי נישט צופרידן? ווייל זיי האבן אפגעמאכט אזוי אדער ווייל די מידיע פראגרעמט זיי אזוי.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 9:25 pm

איך למשל בין זייער נישט צופרידען מיט טראמפ - האועווער ווען איך דערמאן זיך צוריק אלע שוידערליכע פאראויסשאצונגען איבער טראמפ האלט איך אז די אנטי טראמפערס וואלטען ווען געדארפט זיין שטארק צופרידען מיט טראמפ און אז אלעס פירט זיך רעלאטיוולי רואיג (נישט אנדערשט ווי עני אנדערע פרעזידענט)

די פרא טראמפערס וואס האבען געחלומט צו באקומען די וועלט אויף זיי איז א רחמנות.
לעצט פאראכטן דורך מטעמים אום מאנטאג נובעמבער 06, 2017 9:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 9:28 pm

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:איך האב אינטערסאנטע פראגע, איז דא א מעגליכקייט אז די אמעריקאנע באפעלקערונג איז נישט צופרידן פון טראמפ?

א שאלה? א גרויסע טייל איז נישט צופרידן.

די שאלה איז, פארוואס זענען זיי נישט צופרידן? ווייל זיי האבן אפגעמאכט אזוי אדער ווייל די מידיע פראגרעמט זיי אזוי.


איז לאמיר פרעגן קלארער מיין פראגע, איז דא א מעגליכקייט אז טראמפ׳ס ארבעט איז נישט צופרידנשטעלנד?

קען זיין אזא זאך אז מענטשן זאלן זאגן, העי, דו טוסט א טערעבעל דזשאב?
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 9:34 pm

זיכער אז יא.

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 9:45 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:זיכער אז יא.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 9:59 pm

עגרי, ער טוט נישט דאס מיר ערווארטן פון אים און פארוואס מיר האבן אים אריינגעוועלט, ווער ס'איז שילדיג וועלמיר נישט אריינגיין, אבער נאך אלעמען טוט ער עס נישט
מר' פרעזידענט! נעם דיך צו די עבודה!
מיר ווארטן !!
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 10:10 pm

בוידעם האט געשריבן:איך האב אינטערסאנטע פראגע, איז דא א מעגליכקייט אז די אמעריקאנע באפעלקערונג איז נישט צופרידן פון טראמפ?



יא
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 11:38 pm

הא, סא פארשטיי איך נישט פארוואס מען לערענט אריין פשטל׳ך אין די אנקעטעס, ווי כאילו זיין סוקסעסן זענען היי סקיי, אז ממש עס מאכט נישט קיין סענס זיינע אפראוועל רעיטינגס.
?I DON'T CARE, DO YOU

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 12:23 am

אולי קען זיין אז מען מאכט חוזק פון די אנקעטעס ווייל זיי האבען שלעכט פאראויס געשאצט טראמפ פאר די עלעקשאן.

אדער ווייל זיינע שאנסען צו געווינען ריעלעקשאן איז נאכאלס העכער ווי עני אנדערע דעמאקראט.

אדער ווייל עס איז אינטערסאנט צו זעהן ווי די מידיע יובלט מיט טראמפס נידריגע נאמבערס בעת וואס דאס איז זייער איינציגסטע נחמה בעת וואס ״דאנעלד טראמפ״ איז אין פאקט פרעזידענט.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4869
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 1:24 am

ווי עני אנדערע דאמאקרעט!
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:15 am

בוידעם האט געשריבן:הא, סא פארשטיי איך נישט פארוואס מען לערענט אריין פשטל׳ך אין די אנקעטעס, ווי כאילו זיין סוקסעסן זענען היי סקיי, אז ממש עס מאכט נישט קיין סענס זיינע אפראוועל רעיטינגס.



יעדער האט זיין וועג וויזוי מ'קוקט, פון דיין קוק ווינקל איז נארמאל נישט צו פארשטיין... פאר די וואס קוקן פון א צווייטע קוק ווינקל זעיען אז די מידיע טוט אלעס וואס זיי קענען צו מאכן טראמפ אויסקוקן שלעכט, אריינגערעכנט מאכן זיינע פאול נאמבערס אויסקוקן שלעכט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7593
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 1:33 am

DOk_CryWAAAxb3y.jpeg
DOk_CryWAAAxb3y.jpeg (68.39 KiB) געזעהן 1115 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 1:44 am

:grin:

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 9:32 am

רעסמוסען אנקעטע, איז געווען דאס מערסטע אוף אין די לעצטע ווירדזשיניע וואלן.

זיי האבן געלייגט די רעיס אז עס איז א טיי. וויפל איז למעשה געווען די ריזאלטס? פלאס 9, קומט אויס ער איז אוף מיט 9 פוינטס פעיווערינג די רעפוליקאנער אויב אזוי דעמאלס איז די 46 פראצענט מיינוס 9 = 37.

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 9:34 am

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:רעסמוסען אנקעטע, איז געווען דאס מערסטע אוף אין די לעצטע ווירדזשיניע וואלן.

זיי האבן געלייגט די רעיס אז עס איז א טיי. וויפל איז למעשה געווען די ריזאלטס? פלאס 9, קומט אויס ער איז אוף מיט 9 פוינטס פעיווערינג די רעפוליקאנער אויב אזוי דעמאלס איז די 46 פראצענט מיינוס 9 = 37.

;l;p-

לייג צו אז זיי זענען געווען די איינציגסטע וואס האבן אזאנס געצייגט - אפילו פאקס ניוז אנקעטע האט געצייגט +5 פאר נארטאם

און דאס איז אויסער די פאקט ווי סטופיד עס איז זיך שפירן פיין מיט אן אנקעטע וואס צייגט אים מיט %53 "דיסאפראוול :lol:

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 9:44 am

The Rasmussen Reports daily Presidential Tracking Poll for Wednesday shows that 45% of Likely U.S. Voters approve of President Trump’s job performance. Fifty-three percent (53%) disapprove.

The latest figures include 29% who Strongly Approve of the way the president is performing and 45% who Strongly Disapprove. This gives him a Presidential Approval Index rating of -16. :mrgreen:

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 2:22 pm

דער יוד דעילי האט געשריבן:וואשינגטאן – אן אינטערעסאנטער ריעל עסטעיט פראיעקט איז אונטערגענומען געווארן אין אמעריקע'ס הויפטשטאט, ווען א פירמע האט געמאלדן אז אינעם קומענדיגן זומער סעזאן וועט זי עפענען א ספעציעלן אנטי-טראמפ האטעל אריינצונעמען מענטשן און פאליטישע אקטיוויסטן וואס ווילן זיך געפינען אין דער הויפטשטאט פאר אפאר טעג צו פראטעסטירן קעגן פרעזידענט טראמפ, אבער זיי האבן מורא אז זיי וועלן דארפן בלייבן נעכטיגן אין גאס. דער “איטאן וואורקשאפ האטעל” וועט פארמאגן 209 צימערן, און כדי צו מאכן זיי אין א גוטמוטיגע שטימונג, וועט דארט געשפילט ווערן א גאנצע צייט פילמען פון פריערדיגן פרעזידענט באראק אבאמא און זיינע בילדער וועלן אראפהענגען פון אלע ווענט... עקסטער וועלן דארט פארקומען “לעקציעס” און “שטודיע גרופעס” מיט אקטיוויסטן אויפצוארבעטן נייע פאליטישע און סאציאלע געדאנקען. דער האטעל-געדאנק איז די קאפ-שטיק פון קעטערין לאו, די טאכטער פון קאי שאו לא, וואס פירט אן די “לענגהעם” האטעל טשעין גרופע, איינע פון די גרעסטע לוקסוריעזע האטעל אפעראטארן אין דער וועלט.
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

ביידען קעגן טראמפ: ביידען געווינט

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 2:38 pm

דער יוד דעילי האט געשריבן:וואשינגטאן – עס איז נאכנישט אריבער אקייןיאר פון ווען דאנאלד טראמפ איז איינגעשוואוירן געווארן, און קוים איז געווארן א יאר פון ווען טראמפ האט געצייגט אז אנקעטעס טויגן אויף גארנישט און ער האט ארויסגעצויגן א סורפרייז געווינס, אבער פארט האט מען נעכטן געהערט אז מען נעמט שוין אנקעטעס און שאצונגען איבער די 020' וואלן, ווען טראמפ וועט דארפן לויפן פאר א צווייטן טערמין. די "פאליטיקא-מארנינג קאנסאלט" אנקעטע האט אנגעפרעגט ביי וויילער פאר וועמען זיי וועלן שטימען, אויב וועט עס זיין א פארמעסט צווישן דעם אמטירנדן פרעזידענט טראמפ, און דער געוועזענער וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען אלס דער דעמאקראטישער קאנדידאט, און בלויז 35 פראצענט האבן געזאגט אז זיי וועלן שטימען צו ווידערוויילן פרעזידענט טראמפ, אינדערצייט וואס 46 פראצענט האבן געזאגט אז זיי וועלן שטימען ענדערש פאר ביידען. מערקווירדיג אין דער אנקעטע איז אז ווען מען פרעגט די וויילער אין אלגעמיין צי זיי וועלן שטימען פאר טראמפ אדער פאר סיי וועלכן דעמאקראטישן פרעזידענט קאנדידאט, זאגן בלויז 34 פראצענט פאר טראמפ און אזויפיל ווי 48 פראצענט פאר'ן דעמאקראט.
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 2:50 pm

דער יוד דעילי האט געשריבן:5 דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן נעכטן אריינגעברענגט דאקומענטן אין קאנגרעס, אנצוהייבן אימפיטשמענט פראצעדורן קעגן פרעזידענט טראמפ.
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

טראמפ וויל פרוי קלינטאן זאל לויפן נאכאמאל

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג נובעמבער 19, 2017 5:01 pm

דער יוד דעילי האט געשריבן:וואשינגטאן - פון א מעסעדזש אויף טוויטער, וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעשיקט, זעט אויס ווי ער וויל אז זי זאל לויפן נאכאמאל פאר פרעזידענט. טראמפ האט געשריבן א מעסעדזש אז ״קרומע הילערי איז די ערגסטע פארלירער אין דער היסטאריע״, באציענדיג זיך צו דעם וואס פרוי קלינטאן איז ארויסגעקומען אין די לעצטע פאר טעג מיט א סעריע אינטערוויוס, אין וועלכע זי רייסט אים גאר שטארק אראפ, זאגנדיג צווישן אנדערן אז טראמפ׳ס פרעזידענטשאפט איז נישט לעגיטים און אז טראמפ איז פשוט א ״פּאפּעגיי״ פונעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין. טראמפ עצה'ט פרוי קלינטאן אויף טוויטער, אז זי זאל זיך גוט אפרוען, און אין דריי יאר ארום, ווען טראמפ וועט דארפן לויפן פאר ווידערוויילונג פאר א צווייטן טערמין, זאל זי נאכאמאל פרובירן.
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג נובעמבער 19, 2017 5:02 pm

דער יוד דעילי האט געשריבן:אקלעהאמע - עטליכע קוילן אינדוסטריע עקזעקוטיוון זענען ארויסגעקומען אין די לעצטע פאר טעג, און אויסגעדרוקט גרויס אויפברויז און אנטוישונג אין ריכטונג פון פרעזידענט טראמפ. ווען טראמפ איז געלאפן פאר פרעזידענט, האט ער נאכאנאנד קאמפיינט אין עטליכע סטעיטס וועלכע האבן פארמאגט אמאל בליענדיגע קוילן גראבן אינדוסטריעס, און ער האט פארשפראכן אז ווען ער וועט ווערן פרעזידענט, וועט ער טאן וואס ער קען נאר ארויסצוהעלפן די קוילן אינדוסטריע אין אמעריקע, זאגנדיג אז זיי ווערן געטשעפעט פון צופיל ענווייראמענטאלע רעגולאציעס. למעשה זאגן די קוילן עקזעקוטיוון אז זיי האבן נאכנישט געהערט ביז יעצט גארנישט קיין שריט פון ווייסן הויז, און ספעציפיש זאגן זיי אז עס האלט נאך ביי דעם אז פון די קוילן וואס ווערט פראדוצירט אין אמעריקע ווערט 90 פראצענט פארנוצט אין אמעריקע, וואס באדייט אז ס'ווערט כמעט נישט עקספארטירט אמעריקאנער קוילן, טראץ וואס טראמפ האט פארשפראכן אויסצוברייטערן אמעריקע׳ס קוילן עקספארטן.
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 5:25 pm

דער יוד דעילי האט געשריבן:וואשינגטאן – א באריכט אין "באזפיד" דעקט אויף אז עיטש אר מעקמעסטער, פרעזידענט טראמפ'ס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער, האט זיך אויסגעדרוקט אז טראמפ איז א קליין קינד. לויט'ן באריכט, האט מעקמעסטער גענוצט די ווערטער ביי א זיצונג אין יולי מיט'ן הויפט עקזעקוטיוו פון דער טעכנאלאגישער פירמע "ארעקאל", סאפרא קאטז. מעקמעסטער איז געזעסן אינאיינעם מיט קאטז און אפן גערעדט קעגן טראמפ, נוצנדיג די ווערטער "אידיאט", "נאר" און "קינדערגארטן קינד". א ווארטזאגער פאר ארעקאל און די טראמפ אדמיניסטראציע לייקענען ביידע די באריכטן, און עטליכע עקספערטן זאגן אז די געשיכטע איז פאלש און איז פארשפרייט געווארן דורך אזעלכע וואס ווילן שאפן א ריס צווישן מעקמעסטער און דער פרעזידענט, אז דער פרעזידענט זאל אים ארויסווארפן פון ווייסן הויז.
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 9:47 pm

איר האט פארפעלט דעם קעפל פון אשכול?


(אדער א אנדערע קעפל?)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, joegreen, rogers, אזוי וויל איך, אנטי לינקער, וויכטיג מאכער, חלה, פרעג נישט, שטיל און 55 געסט