ספעשיל קאנסיל מולער'ס אויספארשונג - והמסתעף

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 18, 2018 1:32 am

צל עובר האט געשריבן:אבער למעשה כידוע האט זיך עס ביטערליך נישט געלוינט פאר טראמפ, און יעצט קען ער שוין נישט צוריק שרייען אויף דעם וואס זאגט, "דאס טוסטו ווייניגער ווי 72 שעה נאך א אינדייטמענט" שרייט ער צוריק "דאס טוסטו 72 שעה פאר א סאמיט", ווייל מען האט אים געפרעגט פארדעם.

אפילו ס׳איז אמת, וואלט איך נאך אלטס געראטן טראמפ נישט צו געבן ראזענשטיין די מינדערסטע עדווייס! (אויב ווייסט ער וואס ס׳איז גוט פאר אים). ענדערש זאל ער טוען וואס ער אליין באשליסט און אינדייטן פאר די סאמיט, טראמפ האט סייווי געהאט באשלאסן צו נעמען מיט רוסלאנד די ריכטוג וואס ער האט גענומען (און נישט צוריקגעצויגן).. ער וואלט אבער יא געדארפט רעדן מער אויסגערעכנט ווען ער האט גע׳ענפערט די ספעסיפישע פראגע איבער די איטעלינדזשענס קאמיטאניטי.

עגען. אויב ס׳איז אמת.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך יולי 18, 2018 2:10 am

איך האב יעצט געהערט בען שאפירא, און ער איז מסביר זייער א פשוטע זאך וועגן די סערווער, די עף בי איי האט טאקע נישט גענומען די פיזישע סערווער די סערווער, אבער זיי האבן געקאפיט אלע אינפארמעישאן וואס ליגט אויף דעם, און עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס מען זאל דארפן האבן די פיזישע סערווער פאר אזא אינוועסטיגעישאן.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2158
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך יולי 18, 2018 5:46 am

קען נישט זיין אמת ווייל זיי האבען קיינמאל נישט געהאט קיין עקסעס דערצו און יעדער דהיינו FBI DNC און נאך האבען עס מודה געווען פאבליקלי
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit
עמוק און עקום זענען די זעלבע אותיות א סאך מאל מיינט מען אז עס איז עמוק אבער עכט איז עס עקום

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך יולי 18, 2018 7:54 am

שמאטע האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:ברעיקינג

CNN can now confirm Rod Rosenstein did in fact give Trump the option to delay announcing the Russian hacking indictment until *after* the Helsinki summit. The White House told Rosenstein it was OK to announce before the summit, so he did.

צוויי זאכן קען מען ארויסנעמען פון די אינפארמעישאן:

אדער (וכן נראה לי עיקר) האבן זיי נישט געוואלט בכלל איינטיילן פאר ראזענשטיין ואס צי טוען, כדאי מען זאל נישט שפעטער שרייען "אבסטראקשען אוף דשאסטיס"... זיי זענען ציגעגאנגען דערצו מיט די מהלך פון "טוה וואס דו ווילסט און. וויאזוי דו פארשטייסט און לאז מיך ארויס דערפון"...


כן נראה גם לי. נאך פון פאר כ'האב געליינט דיין אנאליז, אבער יעצט איזעס כ"יהודה ועוד לקרא"...


בכל אופן האט אים די דיעפ סטעיט אריינגעלייגט און א "לואז לואז - פארליר פארליר סיטואציע" מיט זייער פלאן פון יעצט צו אינדייטען . וויאזוי ער וואלט געטוען אדער געזאגט וואלט עס אים געברענגט שטערונגען פאר זיין דרך אין הנהגת המדינה.

און דאס איז די הויפט טענות אויף די דיעפ סטעיט אז זיי האלטן אז זיי פירן באמת דאס לאנד, אדער זיי האבן לכה"פ א אייניגע שותפות מיטן פרעזידענט און פירן דאס לאנד, און זיי דרייען אן פארשידענע שטיקלעך (יעדע מאל נוצט מען א אנדערע TOOL וואס איז עוועלעביל און זייער שופלאד) וואס צווינגט און באגרענעצט דעם פרעזידענט פון פירן דאס לאנד וויאזוי אים שמעקט.

און די יעצטיגע פאסירונג איז א פערפעקט עקזעמפעל, זיי האבן געוואלט באגרענעצען טראמפ זיין וועג וויאזוי ער ארבייט מיט רוסלאנד און פוטין, האבן זיי געברענגט יעצט די אנקלאגעס, און מאך א המוציא!

און ס'איז זיי געלונגען גאר גוט, ובפרט אז די מידיע שפילט מיט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2564
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 18, 2018 3:23 pm

5 פראקורארן פון מולערס טיעם און 2 אדוואקאטן וועלכע פארטרעטן ענדרו מיללער א געוועזענע מיטארבעטער מיט ראדזשער סטאון האבן היינט פארברענגט פאר 90 מינוט אין אן קלאסיפיצירטע געריכט סעסיע פארנט פון ריכטער בעריל האועל אין די סי דיסטריקט קאורט

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5521
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

ברעיקינג

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 18, 2018 10:34 pm

אינטערעסאנטע באריכט וועלכע די ני"ט דעקט אויף

טראמפ איז געוויזן געווארן, צוויי וואכן איידער זיין איינשווערונג, העכסט געהיימע מאטריאל וועלכע צייגט איבער אז די רוסן זענען געווען אונטער די העקינג און דיסאינפארמעישין קאמפיין.

עטליכע פאראגראף אויסצוגן פון די ארטיקל
WASHINGTON — Two weeks before his inauguration, Donald J. Trump was shown highly classified intelligence indicating that President Vladimir V. Putin of Russia had personally ordered complex cyberattacks to sway the 2016 American election.

The evidence included texts and emails from Russian military officers and information gleaned from a top-secret source close to Mr. Putin, who had described to the C.I.A. how the Kremlin decided to execute its campaign of hacking and disinformation.

.....

They included stolen emails from the Democratic National Committee that had been seen in Russian military intelligence networks by the British, Dutch and American intelligence services. Officers of the Russian intelligence agency formerly known as the G.R.U. had plotted with groups like WikiLeaks on how to release the email stash.

And ultimately, several human sources had confirmed Mr. Putin’s own role


אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 18, 2018 10:48 pm

בערך די זעלבע צייט וואס ס׳איז געוויזן געווארן פאר טראמפ דורך קאומי אליין העכסט געמיינע מאטריאל איבער די דאסיער..

#שנייד די קרעפלעך
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5521
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 18, 2018 10:57 pm

נישט בערך נאר גלייך דערנאך.

The F.B.I. director, James B. Comey, was also there; after the formal briefing, he privately told Mr. Trump about the “Steele dossier.” That report, by a former British intelligence officer, included uncorroborated salacious stories of Mr. Trump’s activities during a visit to Moscow, which he denied.


וואס איז דיין פוינט? און אהער מיט די קרעפלעך! איך בין מילכיג...

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך יולי 18, 2018 11:03 pm

יש ברירה האט געשריבן:אינטערעסאנטע באריכט וועלכע די ני"ט דעקט אויף

טראמפ איז געוויזן געווארן, צוויי וואכן איידער זיין איינשווערונג, העכסט געהיימע מאטריאל וועלכע צייגט איבער אז די רוסן זענען געווען אונטער די העקינג און דיסאינפארמעישין קאמפיין.

עטליכע פאראגראף אויסצוגן פון די ארטיקל

[/quote]
זעט זיך אויס טראמפ זאגט נישט אלע 13 אני מאמין'ס
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מיטוואך יולי 18, 2018 11:11 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:בערך די זעלבע צייט וואס ס׳איז געוויזן געווארן פאר טראמפ דורך קאומי אליין העכסט געמיינע מאטריאל איבער די דאסיער..

#שנייד די קרעפלעך


וועל, מר. טראמפ האט אונז די וואך אינמאל און נאכאמאל באשטעטיגט דעם דאסיער.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 18, 2018 11:17 pm

נעבעך.. זיי האבן אמת׳דיג פראבירט אפילו און זייערע לעצטע מינוט׳ן פון די אבאמא אדמי צו סאבאטאזשירן טראמפ׳ס פרעזידענסי.

מ׳האט אים געבריפט מיט די ״גאר קלאסיפיצירטע״ - ״איטעלידזשענס בריפינג׳ס״. נעוואדע האצעך טראמפ אויסגעלאכט. געדענקסטע די העדליינס דעמאלטס? ממש א נעשנאל סעקיארעטי סרעט פאר לאנד, די פרעזידענט עלעקט איז נישט נייגעריג וואס דזשאהן ברענען און דזשעימס קאומי האבן אים צו פארקויפן..

ווי פיל יאר פעין.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יולי 18, 2018 11:20 pm

טשאדעלע איך האב הנאה פון דיר.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5521
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 18, 2018 11:21 pm

איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 18, 2018 11:31 pm

יש ברירה האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט.

כ׳וועל דיר פארשטיין געבן. סינס די ״העסט רעפעקטירטע״ א.ג. ״איטעלינדזשענס קאמיאניטי״ האבן געהאט די חוצפה און העזה אוועקצושטעלן א אפארעשן פון ספייאינג/אנמעסקינג קעגן א קאמפיין פון איינע פון די מעיזשער פארטי קאנדידאט׳ן און פאטענטשיל פיאטשער פרעזידענט און נאכדעם פרעזידענט עלעקט, געבעסט פעיק נאוז, און צוגאוו א פאליטיש געשטיצטע דאסיער וואס ס׳איז געווען באקאנט פאר זיי שוין דעמאלטס אז ס׳איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך די קלינטאן קאמפיין, און אז די מעטיראל דערפון זענען נישט באשטעטיגט אלטס אקאראט (קאומי באשטעטיגט) האט גענצליך אפגעווישט יעדעס מינדערסטע טראסט וואס טראמפ זאל נאר האבן און זיי.

יעצט ליין די קלארע ווערטער וואס ער האט היינט געזאגט פאר CBS
viewtopic.php?p=1719142#p1719142
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 18, 2018 11:35 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:בערך די זעלבע צייט וואס ס׳איז געוויזן געווארן פאר טראמפ דורך קאומי אליין העכסט געמיינע מאטריאל איבער די דאסיער..

#שנייד די קרעפלעך


וועל, מר. טראמפ האט אונז די וואך אינמאל און נאכאמאל באשטעטיגט דעם דאסיער.



טאמער בינעך געווען מסופק צו טראמפ האט עפעס אויפגעטוהן די וואך בינעך יעצט שוין זיכער... רעדס ווי מער פון דעם דאסיער, טראמפ איז פוטין'ס פאפעט... סיז געזונט יעצט פאר די מידטוירמס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 18, 2018 11:37 pm

יש ברירה האט געשריבן:אינטערעסאנטע באריכט וועלכע די ני"ט דעקט אויף

טראמפ איז געוויזן געווארן, צוויי וואכן איידער זיין איינשווערונג, העכסט געהיימע מאטריאל וועלכע צייגט איבער אז די רוסן זענען געווען אונטער די העקינג און דיסאינפארמעישין קאמפיין.

עטליכע פאראגראף אויסצוגן פון די ארטיקל
WASHINGTON — Two weeks before his inauguration, Donald J. Trump was shown highly classified intelligence indicating that President Vladimir V. Putin of Russia had personally ordered complex cyberattacks to sway the 2016 American election.

The evidence included texts and emails from Russian military officers and information gleaned from a top-secret source close to Mr. Putin, who had described to the C.I.A. how the Kremlin decided to execute its campaign of hacking and disinformation.

.....

They included stolen emails from the Democratic National Committee that had been seen in Russian military intelligence networks by the British, Dutch and American intelligence services. Officers of the Russian intelligence agency formerly known as the G.R.U. had plotted with groups like WikiLeaks on how to release the email stash.

And ultimately, several human sources had confirmed Mr. Putin’s own role




האלד איט! זיי האבן אזעלעכע געהיימע אינפארמעישן געקענט באקומען, פארוואס האבן זיי נישט געקענט טרעפן קיין קעלוזשן?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 18, 2018 11:41 pm

ואגב, די מידיע האט נישט קיין מושג וואס טראמפ האט גערעדט צו פוטין, אפשר האטערעם פארגעהאלטן שוין דעמאלטס און טאקע פארדעם גע'לייגט סאנקציעס, ארויסגעווארפן דיפלאמאטן, און געטוהן אנדערע שריט וואס אונז ווייסמער נישט? ווייל טראמפ מאכט צונאר די מידיע אין פובליק מיינט אז ער האט נישט געזאגט? איך זעה נישט וואס די באם-שעל איז דא...

און ווי טשאדעלע ברענגט ארויס... די פירער פון די אינטעל קאמיוניטי האט פארלוירן זייער קרעדעבילעטי! זיי האבן ליגענט געזאגט פאר די פובליק און פאר קאנגרעסס אונטער שבועה! טראמפ איז זיי נישט מחויב צו גלייבן, אויב ווילער נישט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מיטוואך יולי 18, 2018 11:45 pm

@KolHaolam: COLORADO: FBI Dir Wray suggested he considered resigning and pushed back against Trump's comments casting doubt on Russian election interference....

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5521
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 18, 2018 11:48 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
האלד איט! זיי האבן אזעלעכע געהיימע אינפארמעישן געקענט באקומען, פארוואס האבן זיי נישט געקענט טרעפן קיין קעלוזשן?

!not bad

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יולי 19, 2018 12:23 am

גאפל האט געשריבן:@KolHaolam: COLORADO: FBI Dir Wray suggested he considered resigning and pushed back against Trump's comments casting doubt on Russian election interference....

וואוו.. דאס איז גוטע נייעס!. ווייל אויב האט ער למעשה נישט ריזיינט איז טייטש אז נעכטן איז אים עפעס שווער געווען, אבער יעצט איז שוין אלעס מסודר...

#גינגרידזש
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 19, 2018 12:52 am

וואסי די מעשה מיט גינגריטש?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יולי 19, 2018 1:21 am

פרעג @פאליק און @מטעמים.

גינגרידזש׳ס נעכטיגע טוויט איז דא געווארן א משל צו ניצן אויף די טראמפ שטיצער אז ס״ה ווארטן זיי טראמפ זאל ארויסקומען קלעריפייען וואס דאס רעדן אזוי פאראווע אויף די איטעלינדזשענס קאמיאניטי האט געמיינט. און אז איינמאל טראמפ גייט קלארשטעלן זיין מיינונג גייט שטיל ווערן, והך קאווע!

נעכטן האט ער דזשאסט אויסגעלאשן דאס פייער מיטן קלארשטעלן די ערשטע חלק אז ער זעעט נישט פארוואס ׳נישט׳ אנצונעמען אז רוסלאנד איז געשטאנען דערינטער.

היינט אונעם סבס אינטערוויא האט ער שוין קלארגעשטעלט די צווייטע חלק אויך, אז ער האט טאקע נישט קיין קאנפידענט און די דזשאהן ברענען/קלעפלער/קאומי קאמיאניטי, אבער האלט פוטין אבסעלוטלי ריספאנסעבל פאר עלעקשן מעדעלינג.

סאו בעסעקלי האט טראמפ טאקע צופרידן געשטעלט זיינע מענטשן, און דאס איז וואס כ׳פריי מיר אזוי איבער די מסקנה פון רעי למעשה נישט ריזיינען. ווייל דאס טייטשט אז אלטס איז שוין מסודר.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

בלינצע
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » דאנארשטאג יולי 19, 2018 2:52 am

איך גלייב מיט מיין גאנצע הארץ אז ווען ער רעזיינט וואלט עס אויך געווען א סימן אז אלעס איז מסודר.

#טראמפסטער

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דאנארשטאג יולי 19, 2018 9:26 am

גאפל האט געשריבן:@KolHaolam: COLORADO: FBI Dir Wray suggested he considered resigning and pushed back against Trump's comments casting doubt on Russian election interference....

ווער לאטעים נישט גיין.

אפשר פארקערט
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

תגובהדורך אפשר פארקערט » דאנארשטאג יולי 19, 2018 9:49 am

גאפל האט געשריבן:@KolHaolam: COLORADO: FBI Dir Wray suggested he considered resigning and pushed back against Trump's comments casting doubt on Russian election interference....

איינער קען פליס ברענגען די ווערטער וואס ער האט געזאגט? ער האט עס געזאגט אדער מען פארשטייט פון זיינע ווערטער אז דעס האט ער גמיינט צי זאגען?
נישט אז סבאדערט מיר אויב ער האט עס געזאגט נאר אויף קול מבשר לייגט ער עס אזוי אראפ.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], private, אבן יקרה, אלי' מקוה יוד, בן הצעיר, טראכט א מינוט, טשיינע רב און 46 געסט