אידישע נייעס ארום די וועלט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בשבילי נברא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:53 am

ראשית האט געשריבן:וויזוי ספעלט מען "וואו עיר" אויף ענגליש?

Wow Air
---

אוועטאר
בשבילי נברא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:59 am

eller האט געשריבן:ניו יארק – די "וואו עיר" לופטליניע פון אייסלאנד האט געמאלדן, אז זי וועט אנהויבן צושטעלן רייזעס פון ניו יארק סיטי, קיין ארץ ישראל, פאר'ן פרייז פון בלויז 149 דאלאר. די פירמע איז באקאנט מיט אירע ביליגע עראפלאן רייזעס פון אמעריקע קיין אייראפע, פאר בלויז 99 דאלאר אדער צומאל אפילו 69 דאלאר. די פירמע זאגט אז אירע נייע רייזעס קיין ארץ ישראל וועלן זיך אנהויבן אין סעפטעמבער. עס וועט קאסטן 149 דאלאר פאר א וואן וועי טיקעט פון ניו יארק, באסטאן, שיקאגא, טאראנטא, און מאנטריאל, קיין ארץ ישראל. אויך וועט מען קענען פליען פון לאס אנדזשעלעס און סאן פראנציסקא, פאר א פרייז פון 199 דאלאר איין וועג, און פאר בלויז 99 דאלאר פון אייסלאנד. די נייעס איז ספעציעל פאזיטיוו פאר חרדי'שע רייזנדע, ווייל די דערמאנטע שטעט און לענדער זענען אפטע דעסטינאציעס פאר ארטאדאקסישע אידן.
דער איד דעלי

די פרייזן זענען טאקע זייער ביליג אבער מ׳דארף אבער וויסן אז זיי רעכענען צו פאר יעדע קלייניגקייט אסאך געלט, און אפילו פאר אזא פשוט׳ע זאך ווי א Carry On Luggage רעכענען זיי $70.

פאר מער זעהט דא:
http://www.dansdeals.com/archives/114522
---

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דאנארשטאג מאי 18, 2017 3:08 pm

איך האב שוין מעורר געווען אין אן אנדערען אשכול, אז די סטאפ אין אייסלאנד איז 13 שעה מיט 25 מינוט (אויפן וועג קיין א"י), ממילא איז עס כמעט נישט קיין אויסוואל פאר אחינו בנ"י, עס איז ניטאמאל דא א בית החיים דארטן וואו צו צוגיין, אפשר א בית חב"ד???
viewtopic.php?t=17149&start=475

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דאנארשטאג מאי 18, 2017 3:13 pm

איצט זעה איך אז אין די שפעטערדיגע דאטומס טוישט זיך עס, און די סטאפ איז שוין פיל ווינציגער, אלזא קען עס יא זיין אינטערעסאנט.

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

און L.A.

תגובהדורך גיי שוין גיי » דינסטאג מאי 23, 2017 12:57 am

צוגעלייגטע
IMG_9230.JPG
IMG_9230.JPG (110.17 KiB) געזעהן 5443 מאל

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דינסטאג מאי 23, 2017 1:25 pm

זעהט אויס ווי דאס

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דינסטאג מאי 23, 2017 1:37 pm

גאט באהיט! שוידערליך!!!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » דינסטאג מאי 23, 2017 6:30 pm

גיי שויןGuy who attacked a yid yesterday in LA גיי האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/rvr0j6pekmlz3lt/2017-05-22-VIDEO-00000154.mp4?dl=0

C/P

LAPD arrested the Guy who attacked a yid yesterday in LA
צוגעלייגטע
IMG_9249.JPG
IMG_9249.JPG (206.91 KiB) געזעהן 5208 מאל
IMG_9248.JPG
IMG_9248.JPG (426.22 KiB) געזעהן 5208 מאל
לעצט פאראכטן דורך גיי שוין גיי אום דינסטאג מאי 23, 2017 6:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » דינסטאג מאי 23, 2017 10:13 pm

מיין מיינונג: מען גייט באשטעטיגן אז ער איז גייסטיש צורידערט, און מען גייט אים ארויסלאזן.

טאטע אין הימל, ווער דען טוט אזאנס? אויב נישט גייסטיש צורידערטע פארשונען?

#לאנג זאל לעבן פרייהייט אין אמעריקע.. .

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 10212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג מאי 25, 2017 12:37 pm

חיזוק באזוך בקרוב

ע״י האדמורי״ם
צוגעלייגטע
france chizuk.JPG
france chizuk.JPG (65.08 KiB) געזעהן 4928 מאל

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 10212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג יוני 08, 2017 11:41 am

moishy56 האט געשריבן:חיזוק באזוך בקרוב

ע״י האדמורי״ם


יעצט געשלאסען א דאטום
צוגעלייגטע
visit in france.JPG
visit in france.JPG (139.61 KiB) געזעהן 4718 מאל

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג יוני 08, 2017 6:13 pm

ריזיגע נסים איז היינט געשעהן אין ירושלים, ווען א דאך אין א חתונה זאל - "שירת ירושלים" איז מאמגעפאלן אינמיטן א חתונה, די עולם איז באצייטנס אנטלאפן, בחסדי שמים איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן.
צוגעלייגטע
e4fcf5ab-1402-4adf-bcfb-87008fd6ced6-750x422.jpg
e4fcf5ab-1402-4adf-bcfb-87008fd6ced6-750x422.jpg (68.16 KiB) געזעהן 4591 מאל
WhatsApp-Image-2017-06-08-at-21.21.14-1-750x563.jpeg
WhatsApp-Image-2017-06-08-at-21.21.14-1-750x563.jpeg (97.87 KiB) געזעהן 4591 מאל
lqmmaa99__w470h352q95.jpeg
lqmmaa99__w470h352q95.jpeg (68.35 KiB) געזעהן 4591 מאל

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג יוני 08, 2017 6:25 pm

די חתונה איז אריבער צי בעלזער שוהל

אוועטאר
מאנטריאלער אינגערמאן
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 4:41 pm

תגובהדורך מאנטריאלער אינגערמאן » פרייטאג יוני 09, 2017 1:52 am

די זאל, בעפאר די דאך האט זיך אונטערגעבראכן.
photo_2017-06-09_01-51-42.jpg
photo_2017-06-09_01-51-42.jpg (65.6 KiB) געזעהן 4487 מאל

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5971
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג יולי 11, 2017 3:14 pm

א הערליכע חתונה איז פארגעקומען אין בערלין פונעם חתן בן הרב ר' בערל לאזאר פון רוסלאנד מיט בת ר' יודל טייכטאל די הויפט רב פון דייטשלאנד....
אינטערסאנט נאר וויאזוי פוטין האט צוגעלאזט דעם שידוך....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג יולי 11, 2017 3:25 pm

פוטין איז דאך יעצט געווען דארט ביים סאמיט

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5971
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 5:41 pm

דרייט זיך ארום בילדער ווי משפחת קושנער (די רעביצין....) גייט איינקויפן ד' מינים אין ניו זשערזי.
ווי עזרא פריעדלענדער זאגט אויף קולמא קען עס זיין א גיטע זאך וויבאלד ביי די פרייע גאס איז זייער ווייניג בקאנט איבער סוכות סא אז מ'זעהט ווי זיי קויפן ד' מינים וועלן אפשר אנדערע אויך קויפן..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5971
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך מאי 09, 2018 6:27 pm

אין א גאר אינטערסאנטע שטודיע קומט ארויס זייער אינטערסאנטע ציפערען פון אידן אין אמעריקע
ס'איז דא 90% ווייסע אידן
2 פערצענט שווארצע
4 % לאטינאס
2 % אזיאנע

איינער ווייסט ווי ס'איז דא אזוי סאך טונקעלע אידן ? (אפשר גאר אבאמא ???)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מיטוואך מאי 09, 2018 6:55 pm

eller האט געשריבן:אין א גאר אינטערסאנטע שטודיע קומט ארויס זייער אינטערסאנטע ציפערען פון אידן אין אמעריקע
ס'איז דא 90% ווייסע אידן
2 פערצענט שווארצע
4 % לאטינאס
2 % אזיאנע

איינער ווייסט ווי ס'איז דא אזוי סאך טונקעלע אידן ? (אפשר גאר אבאמא ???)

קוקט אויס אז ניסים בלעק האט געמאכט גענוג נויז אין די אלגמיינע וועלט.
..

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך מאי 09, 2018 7:01 pm

לכאורה די אין די תפיסות

[והמיבן יבין]
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך מאי 09, 2018 10:36 pm

ס'דא שווארצע געמיינדעס וואס האלטן זיך פאר אידן (די עכטע). נישט לאנג צוריק האט אפגעברענט אין בעד סטיי א שול פון זיי. ס'דא פון א שיינער פאר טויזנט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5971
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

גאר שרעקעדיגע נייעס

תגובהדורך eller » דאנארשטאג מאי 10, 2018 6:19 pm

שיכון סקווירא ארימסטע שטאט אין ניו יארק

א באריכט אינעם ״יו.עס.עי. טודעי״ ברענגט נאך אן אויספירליכע שטודיע איבער דעם פינאנציעלן צושטאנד פון אלע טאונס אין ניו יארק, וועלכע צייגט אז די טאון פון שיכון סקווירא איז דאס ארימסטע אין ניו יארק, נאכגעפאלגט דורך קרית יואל וועלכע איז די צווייט-ארימסטע.

דער באריכט זאגט אז איבער 70 פראצענט פון די איינוואוינער אין שטעטל געפינען זיך אונטער די לעגאלע ״ארימקייט ליניע״, וואס שטייט ביי אן איינקונפט פון ארום 15,000 דאלאר יערליך פאר יחידים און 20,000 דאלאר פאר פארפעלקער.

די שטודיע צייגט, אז די דורכשניטליכע יערליכע פארדינסט פון א פאמיליע אינעם שטעטל שטייט ביי 21,773 דאלאר, אין פארגלייך צו דעם אלגעמיינעם דורכשניט אין ניו יארק, וואס שטייט ביי א יערליכן איינקונפט פון 60,741 דאלאר.

סקווירא ווערט נאכגעפאלגט דורך קרית יואל, וועלכע איז די צווייט ארימסטע טאון און די דורכשניטליכע יערליכע פארדינסט שטייט עטוואס העכער ביים ארום 26,000 דאלאר פער פאמיליע. (פיינע נייעס)
זאל דער אויבערשטער אפהיטן
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג מאי 10, 2018 8:20 pm

למעשה איז אין שיכון דא זייער אסאך אינגעלייט (פראצענטיש גערעדט) וואס תורתם אומנתם...
ביידן איז נאט מיי פרעזידענט!

נשמת השכל האט געשריבן:מיר זענען נישט 'פרא טראמפ!' טראמפ איז 'פרא אונז!'

פאראויס
שר האלף
תגובות: 1394
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דאנארשטאג מאי 10, 2018 8:38 pm

This is looking really bad.

בבל
שר האלף
תגובות: 1799
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג מאי 10, 2018 8:41 pm

eller האט געשריבן:שיכון סקווירא ארימסטע שטאט אין ניו יארק

א באריכט אינעם ״יו.עס.עי. טודעי״ ברענגט נאך אן אויספירליכע שטודיע איבער דעם פינאנציעלן צושטאנד פון אלע טאונס אין ניו יארק, וועלכע צייגט אז די טאון פון שיכון סקווירא איז דאס ארימסטע אין ניו יארק, נאכגעפאלגט דורך קרית יואל וועלכע איז די צווייט-ארימסטע.

דער באריכט זאגט אז איבער 70 פראצענט פון די איינוואוינער אין שטעטל געפינען זיך אונטער די לעגאלע ״ארימקייט ליניע״, וואס שטייט ביי אן איינקונפט פון ארום 15,000 דאלאר יערליך פאר יחידים און 20,000 דאלאר פאר פארפעלקער.

די שטודיע צייגט, אז די דורכשניטליכע יערליכע פארדינסט פון א פאמיליע אינעם שטעטל שטייט ביי 21,773 דאלאר, אין פארגלייך צו דעם אלגעמיינעם דורכשניט אין ניו יארק, וואס שטייט ביי א יערליכן איינקונפט פון 60,741 דאלאר.

סקווירא ווערט נאכגעפאלגט דורך קרית יואל, וועלכע איז די צווייט ארימסטע טאון און די דורכשניטליכע יערליכע פארדינסט שטייט עטוואס העכער ביים ארום 26,000 דאלאר פער פאמיליע. (פיינע נייעס)
זאל דער אויבערשטער אפהיטן

נישט אין יא אמת פער נפשות היות מען האט גרויסע משפחות איז עס פער נפש די ארעמסטע אבער פער ראש המשפחה איז עס נאר כמעט די ארעמסטע אין ניו־יארק סטעיט

https://ny.curbed.com/2017/8/4/16099252 ... ordability
https://datausa.io/profile/geo/kiryas-joel-ny/
http://www.newyorkupstate.com/news/2017 ... nties.html
ועוד יש להלול'ל ועכמ'' ל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”