אידישע נייעס ארום די וועלט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3538
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך יולי 15, 2020 10:22 am

אלט מאנרא האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אזוי מין שטויביג דא...


:lol: :lol: דאכצעך אין דע גוטע צייטן איז דעס געווען די העלבראנץ אשכול, עד שבא המחוקוק ומחק. חבל.


שוין, אז מהאט עס שוין אויפגעברענגט וואס טוהט זיך טאקע מיט זיי? זיי האבן אדורכגעלעבט קאראנא אין בבל...?


די פרעגסט אויף די ביסל וואס איז נאך דארט געבליבן אדער אויף די רוב וואס שמאכן דא און תפיסה


מרעדמער דאך פון 'בבל' נישט פון אמעריקא...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

בעל הנס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך בעל הנס » דינסטאג יולי 28, 2020 11:19 am

א זיכערהייט-וועכטער אין מאריפאל, אוקריינע, האט אפגעשלאגן א ווילדן פארשוין באוואפנט מיט א האק, וועלכער האט פרובירט זיך אריינצורייסן אינעם ארטיגן שול, שרייענדיג מיט באנומענע קולות.
דער ארטיגער רב, א חב"ד שליח, הרב מענדל כהן איז געווען אין די בנין מיט נאר נאך צוויי מענטשן, וויבאלד די שול איז ליידיג צוליב קאראנא.
צוגעלייגטע
ax.jpg
ax.jpg (268.71 KiB) געזעהן 2978 מאל

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5970
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

נייע אידישע מטבע אין ווילנא

תגובהדורך eller » פרייטאג אוקטובער 30, 2020 11:54 am

פאגלענד איז די נייעס פון דא"ד
ווילנא – עטליכע טעג צוריק האט די צענטראלע ליטע באנק ארויסגעשטעלט א נייע מטבע, ספּעציעל אין עהרע פונעם בארימטן ווילנער גאון זי"ע. די מטבע ווערט ארויסגעגעבן אין צירקולאציע צו דער אפּצייכענונג פון 300 יאר פון ווען דער גרויסער גאון איז אראפּגעקומען אויף דער וועלט, און דאס איז שוין נאכדעם וואס די רעגירונג אין דער ליטא האט דערקלערט דער יאר 020' אלס "דאס יאר פונעם ווילנא גאון" און פון "היסטאריע פון אידן אין ליטע". די מטבע האט א בילד פון א מנורה און אויך די ווערטער "ש הגר"א."
unnamed.jpg
unnamed.jpg (18.39 KiB) געזעהן 2788 מאל

אבער ערגעץ האב איך געזעהן באשריבן (דענק איך נישט וואו...) אז די מנורה וואס זיי האבן געלייגט איז א אנטיסעמיטשע סימבאל.
ווייסט איינער מער דערוועגן ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

KMW
שר האלף
תגובות: 1650
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: נייע אידישע מטבע אין ווילנא

תגובהדורך KMW » פרייטאג אוקטובער 30, 2020 12:06 pm

eller האט געשריבן:פאגלענד איז די נייעס פון דא"ד
ווילנא – עטליכע טעג צוריק האט די צענטראלע ליטע באנק ארויסגעשטעלט א נייע מטבע, ספּעציעל אין עהרע פונעם בארימטן ווילנער גאון זי"ע. די מטבע ווערט ארויסגעגעבן אין צירקולאציע צו דער אפּצייכענונג פון 300 יאר פון ווען דער גרויסער גאון איז אראפּגעקומען אויף דער וועלט, און דאס איז שוין נאכדעם וואס די רעגירונג אין דער ליטא האט דערקלערט דער יאר 020' אלס "דאס יאר פונעם ווילנא גאון" און פון "היסטאריע פון אידן אין ליטע". די מטבע האט א בילד פון א מנורה און אויך די ווערטער "ש הגר"א."
unnamed.jpg

אבער ערגעץ האב איך געזעהן באשריבן (דענק איך נישט וואו...) אז די מנורה וואס זיי האבן געלייגט איז א אנטיסעמיטשע סימבאל.
ווייסט איינער מער דערוועגן ?


די נייעס איז דאכט זיך אלט, וועגן די טענה זעה דא, עס איז געבלאקט ביי מיר ברענג איך נאר די SEARCH

https://www.google.com/search?q=Critics ... e&ie=UTF-8

אוועטאר
סעלפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך סעלפאן » פרייטאג אוקטובער 30, 2020 12:10 pm

איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5970
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך eller » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 5:53 pm

ברוקלין - א דראמאטישער סיפור וואס הערט זיך גראד ארויס פון די מעשה ביכלעך האט זיך טאקע אפגעשפילט דא אין ניו יארק לויט ווי עס דערציילן די ברודער למשפחת פרחי. די ברידער יצחק און אלבערט פרחי וועלכע פארמאגן בשותפות א דיאמאנט געשעפט האבן געפראוועט די סעודת ליל שב"ק אינאיינעם בשבת אחים, ווען פלוצלינג האט זיך דער טעלעפאן צוקלינגען. זיי האבן פארשטייט זיך נישט אויפגעהויבן אבער באלד דערנאך האט זיך געהערט א היסטערישער געשריי אויפן ענסערינג מאשין אז גנבים האבן זיך איינגעבראכן אין זייער געשעפט און זיי מוזן שוין אראפ קומען אהין. איבריג צו זאגן אז פאר די ברודער האט דאס געמיינט זייער גאנצע פרנסה וועלכע איז אין א סכנה, פארט האבן זיי אבער באשלאסן תיכף אז אזוי ווי עס איז שבת וועלן זיי גארנישט טון און האבן ווייטער ממשיך געווען מיט דער סעודה כאילו לא היה.

מוצאי שבת ווען די ברודער זענען ענדליך אראפ געפארן צום געשעפט אויסטשעקן די שאדנס האבן זיי געפונען די שלעסער אויפגעבראכן און אינעווייניג האט זיך געטון א באלאגאן, אבער עפענענדיג דעם סעיף האט ער געזען אז עס פעלט נישט קיין געלט און נישט קיין דיאמאנטן, די גנבים האבן גארנישט געקענט נעמען. אין גאנצן פארוואונדערט זענען זיי ארויס אויף דער גאס ווי א פאליציי אפיציר האט זיי דערציילט די אומגלויבליכע געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט: די גנבים, נישט קענענדיג עפענען דעם סעיף, האבן באשלאסן אריין צו נארן די ברודער אראפ צו קומען אין געשעפט, און דערנאך זיי צווינגען מיט געווער צו עפענען דעם סעיף, און שפעטער וואלטן זיי ווארשיינליך ערמארדעט די אייגנטומער. דערפאר האבן זיי געמאכט דעם טעלעפאון רוף, וועלנדיג זיי זאלן אראפ קומען צום געשעפט. וויבאלד אבער די ברודער האבן געהאלטן שבת האבן די גנבים געווארט און געווארט א לענגערע צייט און זעהנדיג אז זיי קומען נישט אן זענען זיי בלית ברירה אוועקגעגאנגען מיט ליידיגע הענט.דער פאליציאנט האט אויסגעפירט זיינע ווערטער זאגנדיג: "עס איז זיכער אז ענקער שבת האט ענק אפגעהיטן".

פון JD MEDIA
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
חבקוק
פורים רב תשפ"א
תגובות: 8000
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך חבקוק » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 6:18 pm

זייער אינטערעסאנט!

יישר כח ר' עלער!

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5970
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך eller » זונטאג ינואר 17, 2021 4:27 pm

אינטערוויו: "גדולה הכנסת אורחים", ווי אזוי א איד פון קרית יואל איז וואונדערליך ניצל געווארן ווען זיי קאר האט זיך איבערגעדרייט נאכן איינקויפן פיש פאר די פופצן אומגעראכענטע געסט
https://www.yiddish24.com/interviews/12/32538
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5970
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך eller » זונטאג פאברואר 07, 2021 5:25 pm

רכסים - א סיפור דערציילט דורכן באקאנטן משפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, וועלכע האט פאסירט אין די שטאט רכסים, ברענגט ארויס וויאזוי דער רבוש"ע דער אבי היתומים בלייבט נישט שולדיג. די מעשה גייט אז א בר מצוה בחור'ל א יתום פון א ארימע שטוב האט געהאט שטארק חשק, האבנדיג א געפיל צו מוזיק, צו האבן א שיינע מוזיקאלישע באגלייטונג ביי די בר מצוה, א זאך וואס די משפחה האט זיך נישט געקענט ערלויבן, אנשטאט האט די אלמנה זיך געוואנדן מיט א בקשה צו א עסקן, וועלכער האט שטארק געמוטשעט א גרויסן בעל מנגן אנצונעמען דעם זשאב פאר אומזיסט טראץ דעם וואס דער זינגער האט לכתחילה נישט געוואלט.

די בר מצוה איז ב"ה דורך זייער שיין, אבער א טאג 2 שפעטער האט מען אים איינגעמאלדן אז דער בר מצוה בחור האט געטעסט פאזיטיוו פאר קאראנע און אויך ער ברויך זיך קוואראנטינען, א זאך וואס האט אים פארשטייט זיך נאכמער אומאנגענעם געמאכט ברענגענדיג ער זאל נישט קענען אננעמען קיין זשאבס פאר 2 וואכן, און אין די ענדע האט ער טאקע נאך געטעסט פאזיטיוו פאר קאראנע אויך... און ער האט דאס אלעס באשולדיגט אויף די בר מצוה.

אבער נישט צו לאנג שפעטער האט ער באקומען א איינלאדענונג פון א גרויסע צדקה ארגאניזאציע אין אמעריקע וועלכע האט געוואלט דוקא אים באשטעלן פאר א גאר גוט באצאלטע זשאב אין אמעריקע, וואס האט געדעקט אלע שאדנס און עגמת נפש וואס ער האט געהאט , און נאך מיט א שמיץ אריבער. וואונדער איבער וואונדער האט זיך ארויס געשטעלט אז די ארגאניזאציע איז אנגעקומען צו דעם בעל מנגן דורך דעם וואס זייער'ס א עסקן איז אנוועזנד געווען ביי דעם יתום'ס בר מצוה און אים געהערט דארט זינגען אין א וועג וואס האט אים גאר שטארק געפאלן. רבי מיילעך לייגט נאך צו אז די ארגאניזאציע האט זיך אויסגענומען אז עס איז נאר שייך אויב האט ער שוין געהאט קאראנע און איז מער נישט קיין געפאר פאר זיך און פאר אנדערע, און א דאנק די בר מצוה טאקע איז דאס אויך געווען מסודר...

פון JD MEDIA
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג פאברואר 09, 2021 2:27 pm

.
צוגעלייגטע
kaluv 2021.jpeg
kaluv 2021.jpeg (172.07 KiB) געזעהן 1573 מאל

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5970
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך eller » מאנטאג פאברואר 22, 2021 4:54 pm

אין אינטערסאנטע אידישע נייעס איז די סקווירא ישיבה פון מאנטריאל באזעצט אין א תפיסה
נאט אייך אן אינטערסאנטע אינטערוויא אויף קולמא https://www.yiddish24.com/interviews/12/34677
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך נארמאליזעם » זונטאג פאברואר 28, 2021 9:54 pm

לעצטענס קומען פאר מעשיות אין עירפארט ווי מווארפט אראפ אידן פון די פליגערס
פאריגע וואך האט מען אראפ געווארפן א משפחה צוליב וואס איינער האט אויפגעהויבן די מאסק עפעס צו עסן

היינט האט מען אראפ געווארפן א משפחה צוליב וואס די אכצן חדשים קינד האט נישט געהאט קיין מאסק
רייזעס ארום די וועלט


אלעס איבער לענדער

מיין טויזענט

זייער פארנימען
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 4:39 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך זייער פארנימען » זונטאג פאברואר 28, 2021 10:37 pm

די גאנצע פליגער אידן מיט גוים האבן געלאזט וויסן פאר די פילאט אז אויב די משפחה ווערט אראפגעשוקט גייען זיי אויך אראפ און זיי האבן געמוזט קענסלען די פלייט

Clm
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך Clm » זונטאג פאברואר 28, 2021 10:55 pm

נארמאליזעם האט געשריבן:לעצטענס קומען פאר מעשיות אין עירפארט ווי מווארפט אראפ אידן פון די פליגערס
פאריגע וואך האט מען אראפ געווארפן א משפחה צוליב וואס איינער האט אויפגעהויבן די מאסק עפעס צו עסן

היינט האט מען אראפ געווארפן א משפחה צוליב וואס די אכצן חדשים קינד האט נישט געהאט קיין מאסק

אתמה, נאר אידן ווארפט מען אראפ אדער די וויסט פין די צווי אידן פשוט פין וואטס עפפ נייעס? איך פרעג פאר א חבר

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך נארמאליזעם » זונטאג פאברואר 28, 2021 11:25 pm

זאג פאר דיין חבר אויב ער שטייט נאך לעבן דיר
נאר אידן ווארפט מען אראפ פאר גארנישט נאר אלטס זיי זענען אידן ווי מקען זעהן אויף די קליפ גענומען אויפן פליגער


זיי האבן געדארפט קענסלען די פלייט צוליב וואס גוים זענען אויך אראפ אלטס פראטעסט
רייזעס ארום די וועלט


אלעס איבער לענדער

מיין טויזענט

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8714
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג פאברואר 28, 2021 11:28 pm

Clm האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:לעצטענס קומען פאר מעשיות אין עירפארט ווי מווארפט אראפ אידן פון די פליגערס
פאריגע וואך האט מען אראפ געווארפן א משפחה צוליב וואס איינער האט אויפגעהויבן די מאסק עפעס צו עסן

היינט האט מען אראפ געווארפן א משפחה צוליב וואס די אכצן חדשים קינד האט נישט געהאט קיין מאסק

אתמה, נאר אידן ווארפט מען אראפ אדער די וויסט פין די צווי אידן פשוט פין וואטס עפפ נייעס? איך פרעג פאר א חבר

האסט געזען די קליפס? די סטעף האבן געפאטשט מיט די הענט און געשריגן מיט עקסטאז אז די היימישע קאפל גייט אראפ. דאס האט געמאכט די גאנצע פליגער זיך אננעמען פאר זיי, און יעדער האט געהייסן די קאפל בלייבן דארט.

ביטע מאכט אייער ריסוירטשט פארן שרייבן.

פּשוט און פּראָסט
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מאנטאג מארטש 01, 2021 12:03 am

יא, קוקט אױס שרעקליך אױף די קליפס

לױט װי איך הער איז לױט די רעגולאציעס פון די עירלײן דארף מען נאר א מאסק פון 2 יאר און העכער, בינעך נײגעריג װאס זײער אפיציעלע תירוץ איז, פארװאס זײ האבן אראפגעשיקט?

װי אױך בינעך נײגעריג, אױב מ׳כאפט אײנעם מיט די ערנסטע פארברעך פון נישט האבן א מאסק, גיבט מען אים כאטש א טשענס זיך צו פארשאפן אײנס, אדער פסקענען זײ ״כיון שנדחה שוב אינו חוזר ונראה״ און יענער בלײבט פארװאגלט פון בײדע װעלטן אױף אײביג??

אזױ אױך קען איך באשטײן צו װיסן די ריספאנדס פון די גױם אנלײן אױף די נײעס, װיבאלד דא איז דאך לכאו׳ ניטאמאל דא אױף װאס זיך ארױפצוכאפן

אױב אײנער קען ביטע ארײנקומען מיט דיטעילס. טענקס

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8714
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג מארטש 01, 2021 12:06 am

ס'דא א קליפ מיט עדות פון אנוועזנדע גויים וואס נעמען זיך פאר'ן אידישן פארפאלק.

ער האט געלט???
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 25, 2018 1:37 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך ער האט געלט??? » מאנטאג מארטש 01, 2021 12:14 am

8383FFCF-4800-4E67-AD90-9AED89CDCCCD.jpeg
8383FFCF-4800-4E67-AD90-9AED89CDCCCD.jpeg (305.01 KiB) געזעהן 865 מאל

ער האט געלט???
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 25, 2018 1:37 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך ער האט געלט??? » מאנטאג מארטש 01, 2021 12:17 am

גיי ווייס...

אוועטאר
Yitzchok Shmiel
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2016 9:37 am
לאקאציע: Misplaced

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך Yitzchok Shmiel » מאנטאג מארטש 01, 2021 1:21 am

IMG-20210301-WA0002.jpg
IMG-20210301-WA0002.jpg (179.55 KiB) געזעהן 718 מאל
צוגעלייגטע
IMG-20210301-WA0001.jpg
IMG-20210301-WA0001.jpg (67.55 KiB) געזעהן 718 מאל

אוועטאר
Yitzchok Shmiel
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2016 9:37 am
לאקאציע: Misplaced

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך Yitzchok Shmiel » מאנטאג מארטש 01, 2021 1:22 am

זעהט נישט אויס ווי די פאסאזשירן לאזן זיך פון די עירליינס ווערסיע

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2790
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג מארטש 01, 2021 10:00 am

I had a horrible experience flying Frontier lately , so I do hope something comes out of this, though I'm not having high hopes.

On both ways we were getting delayed after being already on taxi way right before take off.

On the way back home in Newark airport, all the passengers were forced to wait around 40-45 minutes at the baggage claim before the "first" bag started coming out. I have flown many times and had to go through something like that, after an exhausting flight having to wait that long for the bags to start coming ou was a nightmare.

When an airport staff walked by and some started to complain he just nodded his head saying, well, that's Frontier...

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך Borough Park » מאנטאג מארטש 01, 2021 7:59 pm

20210301_195754.jpg
20210301_195754.jpg (152.59 KiB) געזעהן 301 מאל
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8714
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג מארטש 01, 2021 8:11 pm

Clm האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:לעצטענס קומען פאר מעשיות אין עירפארט ווי מווארפט אראפ אידן פון די פליגערס
פאריגע וואך האט מען אראפ געווארפן א משפחה צוליב וואס איינער האט אויפגעהויבן די מאסק עפעס צו עסן

היינט האט מען אראפ געווארפן א משפחה צוליב וואס די אכצן חדשים קינד האט נישט געהאט קיין מאסק

אתמה, נאר אידן ווארפט מען אראפ אדער די וויסט פין די צווי אידן פשוט פין וואטס עפפ נייעס? איך פרעג פאר א חבר

פרעגסט נאכאלץ אדער אלעס שטימט שוין? די גאנצע מידיע איז אויף דערמיט, ס'איז געווען צווישן די הויפט טוויטער נייעס היינט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”