אידישע נייעס ארום די וועלט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג מארטש 14, 2017 3:31 pm

וואו קען מען הערן דעם אינטערוויו? וואו וועט דער באן לויפן? וואספארא סארט באן?

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3491
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג מארטש 14, 2017 3:40 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:וואו קען מען הערן דעם אינטערוויו? וואו וועט דער באן לויפן? וואספארא סארט באן?

געווען פאריגע וואך אדער 2 וואכן צוריק אויף די קורצע אינטערוויאס
כ'ווייס נישט ... דאס וויל איך וויסן
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

תורה סחורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:12 pm

תגובהדורך תורה סחורה » דינסטאג מארטש 21, 2017 1:50 pm

א העלישע פייער האט היינט אינדערפרי אויסגעבראכן אין א בנין פונעם הכנסת אורחים אין האדיטש, אוקריינא
סמוך ונראה צום ציון הקדוש פונעם הייליגן בעל התניא זי״ע, ב״ה קיינער איז נישט פארוואונדעט געווארן,
אבער די בנין האט געליטן שווערע געלט-שאדן ביים פייער.
צוגעלייגטע
9ad04107-42be-4a81-ace9-45454aec71f8.jpg

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

קול קורא

תגובהדורך נכד » מיטוואך מארטש 22, 2017 2:29 pm

איינער האט די קול קורא פון רבני העדה וואס רופט צום יום תפילה און מחאה קומענדיגן ערב ראש חודש ניסן ?

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

א יונגערמאן אין מירער ישיבה רייך געווארן מיט 13000000 ש"ח צוליב א טעות...

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג אפריל 02, 2017 1:52 pm

הערט א מעשה, אין מירער ישיבה האט מען אויסגעטיילט פאר אלע יונגעלייט לכבוד פסח טשעקן אויף די סכום פון 1300 ש"ח, איין יונגערמאן האט איינגעגעבן די טשעק אין באנק, אז מען זאל אריבערפירען די געלט אויף זיין אקאונט, דער איינגעשטעלטע שלימזל אין באנק האט אבער בטעות אריינגעטייפט צוויי מאל די ציפערען פון 1300 ש"ח, איז עס אויסגעקומען 13001300 ש"ח, דאס הייסט דרייצן מיליאן מיט טויזענט דריי הונדערט ש"ח!.
די ישיבה האט באקומען אן הודעה פון באנק איבער אן אויסטערלישען חריגה, און גלייך האבן זיי באמערקט אז עס זיכער געווען עפעס אן טעות, גלייך איז אנטשטאנען א בהלה, און נאכדערצו איז עס געווען פרייטיג ווען די בענק זענען פארשפארט, מען האט גלייך טעלעפאנירט צום יונגערמאן אין שטוב, וואס האט פארשטייט זיך גלייך מסכים געווען אז עס איז א פשוט'ע טעות, און נאכן אריינמישען די הויכע חברה פונעם באנק, איז אלעס צוריק עצהיו"ט.

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » זונטאג אפריל 02, 2017 1:56 pm

א פארפירישע קעפל..... למעשה איז ער נישט רייך געווארן
מ'טאר נישט זיין קליינקעפיג, אין אויב ביסטו יא דאן האלט עס אין בויך.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג אפריל 02, 2017 1:59 pm

אויף א שעה צוויי איז ער יא געווען רייכער...

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » זונטאג אפריל 02, 2017 1:59 pm

טראבל מעיקער האט געשריבן:א פארפירישע קעפל..... למעשה איז ער נישט רייך געווארן

וואס איז דיין פראבלעם, אז ס'דא נאך איינער וואס מאכט טראבל...???

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » זונטאג אפריל 02, 2017 2:00 pm

פטיש האט געשריבן:
טראבל מעיקער האט געשריבן:א פארפירישע קעפל..... למעשה איז ער נישט רייך געווארן

וואס איז דיין פראבלעם, אז ס'דא נאך איינער וואס מאכט טראבל...???

נע! טראבל מעיקערס האבען ליעב שותפים!
מ'טאר נישט זיין קליינקעפיג, אין אויב ביסטו יא דאן האלט עס אין בויך.

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

פון jpupdates

תגובהדורך מאכט סענס? » דאנארשטאג אפריל 06, 2017 4:58 pm

ווייניג אמעריקאנער האבן אנטיסעמיטישע בליקן און א מאיאריטעט זענען באזארגט איבער אנטיסעמעטיזם

א אנקעטע דורך די ADL אנטי דעפעמעשעין ליעג, טרעפט אז א מאיאריטעט אמעריקאנע האבן נישט קיינע אנטיסעמיטישע געדאנקען און זענען באזארגט איבער אנטיסעמעטיזם.
בלויז 14 פראצענט אמעריקאנער האבן אויסגעדרוקט אנטיסעמיטישע בליקן, א אויפשטייג פון די 10 פראצענט פיגור אין די 2010 אנקעטע, לויט די אנקעטע האבן עלטערע און שוואך געלערענטע א גרעסערע פראצענט אנטיסעמיטישע געדאנקען.

52 פראצענט פון די אויסגעפרעגטע האבן געזאגט אז זיי זענען באזארגט איבער געוואלדטאטן אקעגן אידן, עס איז נאך אלץ ווייניגער ווי די 76 פראצענט וואס זענען באזארגט איבער געוואלדטאטן אקעגן מוסלמענע, 47 פראצענט אויסגעפרעגטע זאגן אז אין די 2016 וואל סעזאן איז געווען מער אנטיסעמעטיזם ווי אין אנדערע צייטן, כמעט א האלב פון די אמעריקאנע באפעלקערונג 49 פראצענט זאגן אז דאנעלד טראמפ האט אלץ קאנדידאט נישט געטון גענוג צו אפשלאגן אנטי אידישע סענטימענטן אין זיין קאמפיין, 39 פראצענט זאגן אז ער האט יא געטון גענוג.

די אנקעטע געפינט אויך אז ביי די מוסלעמענע אמעריקאנע באפעלקערונג איז דא א העכערע פראצענט פון אנטיסעמעטיזם, 34 פראצענט אמעריקאנע מוסלעמענע האבן אנטיסעמיטישע בליקן, דאס איז ווייניגער ווי ביי מוסלעמענע אין אייראפע מיטל מזרח אדער צפון אפריקע, וואס 55 און 75 פראצענט האבן אנטיסעמיטישע בליקן.
אין גאר א אינטערעסאנטע פאזיטיווע געפינס פון די אנקעטע, האלטן 50 פראצענט פון אמעריקאנע מוסלעמענער א פאזיטיווע בליק אויף מדינת ישראל, רוב מוסלעמענע 89 פראצענט, זענען באזארגט איבער געוואלדטאטן קעגן זיי און זייערע אינסטעטוציעס.

תורה סחורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:12 pm

תגובהדורך תורה סחורה » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 11:16 am

הניח תפילין לראשונה בגיל 90, שבוע לפני מותו
היה זה השנה בתאריך ח' ניסן. הרב לוי קרץ, השליח בגבעת מורה, הגיע במסגרת ביקורי הבית אותם הוא עורך אצל יהודי האיזור, אל ביתו של יהודי מבוגר, שעלה ארצה מברית המועצות.
התברר כי יהודי זה, גדל כנער בבית יתומים נוצרי ברוסיה, לא חגג בר מצווה ועדיין לא הניח תפילין מימיו. הרב קרץ לא התמהמה, והניח לו, לראשונה בחייו, תפילין מהודרות וקרא עימו "שמע ישראל".
היהודי כבר שכב במיטת חוליו בעת שזכה לראשונה בחייו להניח תפילין, והוא הודה בהתרגשות לשליח על שזיכה אותו. שבוע לאחר מיכן, נפטר אותו יהודי, בשנות התשעים לחייו,
לאחר שזכה להניח תפילין.

https://www.dropbox.com/s/ddh59xpne1.mp4
צוגעלייגטע
Capture.PNG

תורה סחורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:12 pm

תגובהדורך תורה סחורה » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 3:04 pm

Israel: 90-year-old Russian immigrant who read Krias Shema and put on Tefillin for first time last week has died at age 90
צוגעלייגטע
Capture.PNG

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3491
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

ציפערן: 14.4 מיליאן אידן איבער דער גארער וועלט

תגובהדורך eller » פרייטאג אפריל 21, 2017 1:06 pm

ניו יארק – פרישע ציפערן וואס זענען ערשינען דורך די איזראעלישע "צענטראל ביורא אוו סטאטיסטיקס" צייגט אז איבער דער וועלט זענען היינט צוטאגס דא אזויפיל ווי 14.4 מיליאן אידן. הארט בעפאר דער צווייטער וועלט קריג זענען געווען 16.7 מיליאן אידן אויף דער וועלט, איז דאס א באדייט אז דאס אידישע פאלק איז שוין היפש זיך צעוואקסן נאכ'ן ביטערן פארלוסט פון די אויסגעמארדעטע זעקס מיליאן אידן הי"ד ביי דער ביטערער מלחמה. די ציפערן צייגן אז 44 פראצענט פון איבער דער וועלט, דאס הייסט 6,335,000 אידן, וואוינען אין ארץ ישראל; 39.5 פראצענט פון אידן איבער דער וועלט, דאס הייסט ארום 5,700,000 אידן, וואוינען אין אמעריקע; 2.7 פראצענט, דאס הייסט 388 טויזנט אידן, וואוינען אין קאנאדע; 3.2 פראצענט, דאס הייסט 460 טויזנט אידן, וואוינען אין פראנקרייך, און ענגלאנד איז די קומענדיגע אין דער ריי מיט 2 פראצענט, דאס הייסט 290 טויזנט אידן. ארגענטינע, רוסלאנד, דייטשלאנד און אויסטראליע האבן אויך אידישע געמיינדעס מער ווי 100 טויזנט איטליכע.
דער איד דעלי

די שאלע איז נאר וויפיל פון דעם זענען אמאל געווען פרום און וויפיל זענען היינט שומרי תומרי תו"מ
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3491
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג מאי 01, 2017 1:46 pm

פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעגעבן א פרעזידענטליכע דעקלעראציע, אז דער מאנאט מאי היי יאר, וואס הייבט זיך אן היינט, זאל ווערן באצייכנט אלס "אידישע היסטאריע מאנאט".
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4442
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג מאי 01, 2017 9:35 pm

אוי וויי עס מיינט אז ער גייט רוקען די עמבעסי א בראך פאר כלל ישראל, די טאג פון ה' אייר גייט נעבך אן.
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » דינסטאג מאי 02, 2017 8:49 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:אוי וויי עס מיינט אז ער גייט רוקען די עמבעסי א בראך פאר כלל ישראל, די טאג פון ה' אייר גייט נעבך אן.

ווי זעהסטו פון דעם אז ער פלאנט צו ריקן די עמבעסי?

תורה סחורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:12 pm

תגובהדורך תורה סחורה » דאנארשטאג מאי 04, 2017 2:35 pm

קאמיש - א אייזל האט אריינשפאצירט אין די וועירהויז פון די ציון וויין פירמע אין ירושלים,
נעמענדיג עטליכע מינוט ביז מען האט אים געקענט ארויסזען
צוגעלייגטע
C_AKJDpUMAADnKO.jpg
C_AKJDpUMAADnKO.jpg (165.94 KiB) געזעהן 1347 מאל

תורה סחורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:12 pm

תגובהדורך תורה סחורה » דאנארשטאג מאי 04, 2017 2:45 pm

תלמידים פון תלמוד תורה פאפא ביים לערנען די וואך די מצוה פון ''מפני שיבה תקום והדרת פני זקן''
צוגעלייגטע
IMG_4043.jpg
IMG_4043.jpg (102.85 KiB) געזעהן 1333 מאל
IMG_4214.jpg
IMG_4214.jpg (113.58 KiB) געזעהן 1333 מאל
IMG_4187.jpg
IMG_4187.jpg (145.13 KiB) געזעהן 1333 מאל

תורה סחורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:12 pm

תגובהדורך תורה סחורה » דאנארשטאג מאי 04, 2017 2:46 pm

עוד..
צוגעלייגטע
IMG_4069.jpg
IMG_4069.jpg (132.55 KiB) געזעהן 1330 מאל
IMG_4143.jpg
IMG_4143.jpg (114.7 KiB) געזעהן 1330 מאל
IMG_4099.jpg
IMG_4099.jpg (97.62 KiB) געזעהן 1330 מאל

אוועטאר
שמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

והדרת פני זקן

תגובהדורך שמן » דאנארשטאג מאי 04, 2017 2:57 pm

זייער שיין ! די בעסטע איז נאך ווי זיי זיצן אויפ'ן באס, נו זיי האבען דאך נישט געהאט אזעלכע באסעס אלץ קינדער האבען זיי כאטש יעצט ווי זאגט מען better later then never

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:15 pm

תורה סחורה האט געשריבן:קאמיש - א אייזל האט אריינשפאצירט אין די וועירהויז פון די ציון וויין פירמע אין ירושלים,
נעמענדיג עטליכע מינוט ביז מען האט אים געקענט ארויסזען

אזא שטיקל נייעס קאן נישט ארויסגיין אן א קעפל... "אוסרי לגפן עירה ולשורקה בני אתונו"
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:19 pm

לכאורה האט געשריבן:
תורה סחורה האט געשריבן:קאמיש - א אייזל האט אריינשפאצירט אין די וועירהויז פון די ציון וויין פירמע אין ירושלים,
נעמענדיג עטליכע מינוט ביז מען האט אים געקענט ארויסזען

אזא שטיקל נייעס קאן נישט ארויסגיין אן א קעפל... "אוסרי לגפן עירה ולשורקה בני אתונו"

קלער איך אז סי'ז במכוון אריינגעברענגט געווארן אהין, לעשות מזה אדווערטייזמענט, עם כותרת הפסוק הנ"ל ..

תורה סחורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:12 pm

תגובהדורך תורה סחורה » דינסטאג מאי 09, 2017 3:59 pm

כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א הגיע הצהריים לעיירה בעלזא באוקראינה, בדרכו ללונדון, שם ישהה בל"ג בעומר הקרוב לרגל מעמד חנוכת הבית לבנין הת"ת החדש והמפואר. צפו בשיירת הפאר הגדולה ברחובות העיירה בעלזא

https://www.dropbox.com/s/v66dzqnu6p8giqh/FY9pkvIvq9cNREy9.ts?dl=0
צוגעלייגטע
לכידה-שיירה-בעלזא.jpg
לכידה-שיירה-בעלזא.jpg (181.68 KiB) געזעהן 1047 מאל

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20152
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג מאי 09, 2017 4:02 pm

א פראכט פאר די חסידות. WOW

תורה סחורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:12 pm

תגובהדורך תורה סחורה » דינסטאג מאי 09, 2017 4:05 pm

בילדער פון לעבעדיגע רבנים איז נישט ערלויבט

מאניש


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הרב_שלום, טעם וריח, יאנקעל פעדראטשיק, ראפאט קראמפלי, שאהן הענניטי און 42 געסט