אידישע נייעס ארום די וועלט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3492
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך יולי 15, 2020 10:22 am

אלט מאנרא האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אזוי מין שטויביג דא...


:lol: :lol: דאכצעך אין דע גוטע צייטן איז דעס געווען די העלבראנץ אשכול, עד שבא המחוקוק ומחק. חבל.


שוין, אז מהאט עס שוין אויפגעברענגט וואס טוהט זיך טאקע מיט זיי? זיי האבן אדורכגעלעבט קאראנא אין בבל...?


די פרעגסט אויף די ביסל וואס איז נאך דארט געבליבן אדער אויף די רוב וואס שמאכן דא און תפיסה


מרעדמער דאך פון 'בבל' נישט פון אמעריקא...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

בעל הנס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך בעל הנס » דינסטאג יולי 28, 2020 11:19 am

א זיכערהייט-וועכטער אין מאריפאל, אוקריינע, האט אפגעשלאגן א ווילדן פארשוין באוואפנט מיט א האק, וועלכער האט פרובירט זיך אריינצורייסן אינעם ארטיגן שול, שרייענדיג מיט באנומענע קולות.
דער ארטיגער רב, א חב"ד שליח, הרב מענדל כהן איז געווען אין די בנין מיט נאר נאך צוויי מענטשן, וויבאלד די שול איז ליידיג צוליב קאראנא.
צוגעלייגטע
ax.jpg
ax.jpg (268.71 KiB) געזעהן 1757 מאל

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5909
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

נייע אידישע מטבע אין ווילנא

תגובהדורך eller » פרייטאג אוקטובער 30, 2020 11:54 am

פאגלענד איז די נייעס פון דא"ד
ווילנא – עטליכע טעג צוריק האט די צענטראלע ליטע באנק ארויסגעשטעלט א נייע מטבע, ספּעציעל אין עהרע פונעם בארימטן ווילנער גאון זי"ע. די מטבע ווערט ארויסגעגעבן אין צירקולאציע צו דער אפּצייכענונג פון 300 יאר פון ווען דער גרויסער גאון איז אראפּגעקומען אויף דער וועלט, און דאס איז שוין נאכדעם וואס די רעגירונג אין דער ליטא האט דערקלערט דער יאר 020' אלס "דאס יאר פונעם ווילנא גאון" און פון "היסטאריע פון אידן אין ליטע". די מטבע האט א בילד פון א מנורה און אויך די ווערטער "ש הגר"א."
unnamed.jpg
unnamed.jpg (18.39 KiB) געזעהן 1567 מאל

אבער ערגעץ האב איך געזעהן באשריבן (דענק איך נישט וואו...) אז די מנורה וואס זיי האבן געלייגט איז א אנטיסעמיטשע סימבאל.
ווייסט איינער מער דערוועגן ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

KMW
שר האלף
תגובות: 1650
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: נייע אידישע מטבע אין ווילנא

תגובהדורך KMW » פרייטאג אוקטובער 30, 2020 12:06 pm

eller האט געשריבן:פאגלענד איז די נייעס פון דא"ד
ווילנא – עטליכע טעג צוריק האט די צענטראלע ליטע באנק ארויסגעשטעלט א נייע מטבע, ספּעציעל אין עהרע פונעם בארימטן ווילנער גאון זי"ע. די מטבע ווערט ארויסגעגעבן אין צירקולאציע צו דער אפּצייכענונג פון 300 יאר פון ווען דער גרויסער גאון איז אראפּגעקומען אויף דער וועלט, און דאס איז שוין נאכדעם וואס די רעגירונג אין דער ליטא האט דערקלערט דער יאר 020' אלס "דאס יאר פונעם ווילנא גאון" און פון "היסטאריע פון אידן אין ליטע". די מטבע האט א בילד פון א מנורה און אויך די ווערטער "ש הגר"א."
unnamed.jpg

אבער ערגעץ האב איך געזעהן באשריבן (דענק איך נישט וואו...) אז די מנורה וואס זיי האבן געלייגט איז א אנטיסעמיטשע סימבאל.
ווייסט איינער מער דערוועגן ?


די נייעס איז דאכט זיך אלט, וועגן די טענה זעה דא, עס איז געבלאקט ביי מיר ברענג איך נאר די SEARCH

https://www.google.com/search?q=Critics ... e&ie=UTF-8

אוועטאר
סעלפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך סעלפאן » פרייטאג אוקטובער 30, 2020 12:10 pm

איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5909
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך eller » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 5:53 pm

ברוקלין - א דראמאטישער סיפור וואס הערט זיך גראד ארויס פון די מעשה ביכלעך האט זיך טאקע אפגעשפילט דא אין ניו יארק לויט ווי עס דערציילן די ברודער למשפחת פרחי. די ברידער יצחק און אלבערט פרחי וועלכע פארמאגן בשותפות א דיאמאנט געשעפט האבן געפראוועט די סעודת ליל שב"ק אינאיינעם בשבת אחים, ווען פלוצלינג האט זיך דער טעלעפאן צוקלינגען. זיי האבן פארשטייט זיך נישט אויפגעהויבן אבער באלד דערנאך האט זיך געהערט א היסטערישער געשריי אויפן ענסערינג מאשין אז גנבים האבן זיך איינגעבראכן אין זייער געשעפט און זיי מוזן שוין אראפ קומען אהין. איבריג צו זאגן אז פאר די ברודער האט דאס געמיינט זייער גאנצע פרנסה וועלכע איז אין א סכנה, פארט האבן זיי אבער באשלאסן תיכף אז אזוי ווי עס איז שבת וועלן זיי גארנישט טון און האבן ווייטער ממשיך געווען מיט דער סעודה כאילו לא היה.

מוצאי שבת ווען די ברודער זענען ענדליך אראפ געפארן צום געשעפט אויסטשעקן די שאדנס האבן זיי געפונען די שלעסער אויפגעבראכן און אינעווייניג האט זיך געטון א באלאגאן, אבער עפענענדיג דעם סעיף האט ער געזען אז עס פעלט נישט קיין געלט און נישט קיין דיאמאנטן, די גנבים האבן גארנישט געקענט נעמען. אין גאנצן פארוואונדערט זענען זיי ארויס אויף דער גאס ווי א פאליציי אפיציר האט זיי דערציילט די אומגלויבליכע געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט: די גנבים, נישט קענענדיג עפענען דעם סעיף, האבן באשלאסן אריין צו נארן די ברודער אראפ צו קומען אין געשעפט, און דערנאך זיי צווינגען מיט געווער צו עפענען דעם סעיף, און שפעטער וואלטן זיי ווארשיינליך ערמארדעט די אייגנטומער. דערפאר האבן זיי געמאכט דעם טעלעפאון רוף, וועלנדיג זיי זאלן אראפ קומען צום געשעפט. וויבאלד אבער די ברודער האבן געהאלטן שבת האבן די גנבים געווארט און געווארט א לענגערע צייט און זעהנדיג אז זיי קומען נישט אן זענען זיי בלית ברירה אוועקגעגאנגען מיט ליידיגע הענט.דער פאליציאנט האט אויסגעפירט זיינע ווערטער זאגנדיג: "עס איז זיכער אז ענקער שבת האט ענק אפגעהיטן".

פון JD MEDIA
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
חבקוק
פורים רב תשפ"א
תגובות: 7756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך חבקוק » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 6:18 pm

זייער אינטערעסאנט!

יישר כח ר' עלער!

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5909
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך eller » זונטאג ינואר 17, 2021 4:27 pm

אינטערוויו: "גדולה הכנסת אורחים", ווי אזוי א איד פון קרית יואל איז וואונדערליך ניצל געווארן ווען זיי קאר האט זיך איבערגעדרייט נאכן איינקויפן פיש פאר די פופצן אומגעראכענטע געסט
https://www.yiddish24.com/interviews/12/32538
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5909
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך eller » זונטאג פאברואר 07, 2021 5:25 pm

רכסים - א סיפור דערציילט דורכן באקאנטן משפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, וועלכע האט פאסירט אין די שטאט רכסים, ברענגט ארויס וויאזוי דער רבוש"ע דער אבי היתומים בלייבט נישט שולדיג. די מעשה גייט אז א בר מצוה בחור'ל א יתום פון א ארימע שטוב האט געהאט שטארק חשק, האבנדיג א געפיל צו מוזיק, צו האבן א שיינע מוזיקאלישע באגלייטונג ביי די בר מצוה, א זאך וואס די משפחה האט זיך נישט געקענט ערלויבן, אנשטאט האט די אלמנה זיך געוואנדן מיט א בקשה צו א עסקן, וועלכער האט שטארק געמוטשעט א גרויסן בעל מנגן אנצונעמען דעם זשאב פאר אומזיסט טראץ דעם וואס דער זינגער האט לכתחילה נישט געוואלט.

די בר מצוה איז ב"ה דורך זייער שיין, אבער א טאג 2 שפעטער האט מען אים איינגעמאלדן אז דער בר מצוה בחור האט געטעסט פאזיטיוו פאר קאראנע און אויך ער ברויך זיך קוואראנטינען, א זאך וואס האט אים פארשטייט זיך נאכמער אומאנגענעם געמאכט ברענגענדיג ער זאל נישט קענען אננעמען קיין זשאבס פאר 2 וואכן, און אין די ענדע האט ער טאקע נאך געטעסט פאזיטיוו פאר קאראנע אויך... און ער האט דאס אלעס באשולדיגט אויף די בר מצוה.

אבער נישט צו לאנג שפעטער האט ער באקומען א איינלאדענונג פון א גרויסע צדקה ארגאניזאציע אין אמעריקע וועלכע האט געוואלט דוקא אים באשטעלן פאר א גאר גוט באצאלטע זשאב אין אמעריקע, וואס האט געדעקט אלע שאדנס און עגמת נפש וואס ער האט געהאט , און נאך מיט א שמיץ אריבער. וואונדער איבער וואונדער האט זיך ארויס געשטעלט אז די ארגאניזאציע איז אנגעקומען צו דעם בעל מנגן דורך דעם וואס זייער'ס א עסקן איז אנוועזנד געווען ביי דעם יתום'ס בר מצוה און אים געהערט דארט זינגען אין א וועג וואס האט אים גאר שטארק געפאלן. רבי מיילעך לייגט נאך צו אז די ארגאניזאציע האט זיך אויסגענומען אז עס איז נאר שייך אויב האט ער שוין געהאט קאראנע און איז מער נישט קיין געפאר פאר זיך און פאר אנדערע, און א דאנק די בר מצוה טאקע איז דאס אויך געווען מסודר...

פון JD MEDIA
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג פאברואר 09, 2021 2:27 pm

.
צוגעלייגטע
kaluv 2021.jpeg
kaluv 2021.jpeg (172.07 KiB) געזעהן 351 מאל

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5909
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך eller » מאנטאג פאברואר 22, 2021 4:54 pm

אין אינטערסאנטע אידישע נייעס איז די סקווירא ישיבה פון מאנטריאל באזעצט אין א תפיסה
נאט אייך אן אינטערסאנטע אינטערוויא אויף קולמא https://www.yiddish24.com/interviews/12/34677
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט