אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 10, 2018 11:32 am

אגרי מיט כספי.

די דזשאוק פון שטופל טראמפ צוליב רעיטינגס איז גוט געוועו ביי די פריימעריס. ביי די דזשענעראל עלעקשאן איז עס שוין געווען א שטיקל מלחמה. יעצט איז עס א פארביסענע דזשיהאד מלחמה וואו יעדע זייט איז גרייט אויף זעלבסטמארד אבי צו ערלעדיגן יענעם (טראמפ איז אפשר נישט ממש גרייט אויף זעלבסטמארד, אבער ער איז גרייט זיך צו שעדיגן).

ועוד, זייערע הויכע רעיטינגס האט זיי געקאסט א טייערע פרייז אין באגלויבטקייט, וואס אין די לאנג ראן (נאך טראמפ'ס אימפיטשמענט/רעזיגנאציע/ערשטע טערמין/צווייטע טערמין) ועט עס זיי קאסטן אסאך אין רעיטינגס.

און דאס איז נאך פאר'ן נעמען אין חשבון ווי טראמפ צונעמט איינס ביי איינס אלע 'אויפטוען' פון זייער אפגאט אבאמא.

א נייער
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

די מידיע האט נאך אסאך צייט אפ צו מאכען וויאזוי צו הענדלען די זאך
זיי האבן נאך צויי יאר

און זיי קענען מאכן א טעסט פון די 18 עלקשנס

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מיטוואך ינואר 10, 2018 5:59 pm

צל עובר האט געשריבן:א ריזיגע שכח רב שמאטע מיט רב כספי פאר אייערע רייכע אנאליזן.

סוי רב א נייער האלט אז די מידיא וועט נישט אויפהערן אראפרייסן טראמפ, און רב כספי האלט אויך אזוי אבער ער לייגט צו אז עס גייט העלפן טראמפ ווייל זייער בייעס גייט זיך אנזעהן ערגער. און רב שמאטע האלט אזוי ווי טראמפ אז פאר די וואלן וועלן זיי זיכער מאכן אז טראמפ געווינט.

סוי רב שמאטע, ביידען וועט אויפהערן לאכן אזוי זיס אויף דיין אוועטער. :lol:

בד"וו לויט ווי גוט די לייגסט אראפ די אינסיידט ביזטו אן אינסיידער, און ווען זיי האבן ווען שכל ביזטו טאקע.

איך ווייס נישט וועם די מיינסט מיט די בד"וו אבער אויב מיינסטו מיר, דאן ווער זאגט אז איך בין נישט?... נו שוין איך פאל באלד נאך דורך מיט גילו רח"ל :wink:
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], וואס עפעס?, יאנקעל פעדראטשיק, כאפצעם, ממה נפשך, נישקשה, פיצי קעפעלע, קיין נפקמ און 31 געסט