אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3936
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 12:51 pm

יהודי האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:איך געדענקט נאך ווען איך בין געווען אויפן צימבל אזוי וואו סאבסיטוט, איך פלעג שרייבן אין מיין אשכול ''פון אלץ און אלעמען'' זאכן וואס פילע ניקס האבן הנאה געהאט צעדרייט דארף איך זיין נאך צו שרייבן דא אויפן וועלטל ווען רוב וועלט איז קעגן דיר פארזענליך ווייל איך האלט אנדערש וואו אייך

א גוטן פורים, איך דארף שרייבן פאר מיינע העטער'ס? וואס זענען גווארן העטערס צוליב נארישע פאליטיק'ס בלא

צדיקל איך האב דיר עס מסביר געווען אמאל. אז דו האלטסט עס נישט ביים פארשטיין איז עס דיין פראבלעם.

אויף דעי פארשטיי געבן האב איך א פראבלעם, אויב מ'איז קעגן טראמפ איז עס א פראבלעם, נישט וואס מ'שרייבט

הצלחה אין דיינע וועגן, קאמפלעמענטס פאר אטאקירער, איך געדענק נאך ווען דו האסט עס גאטאן צו אנדערע אויך דא אין די עפענטליכקייט

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 12:52 pm

דו קענסט מיר צו ווייזן ווי?
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7593
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 2:20 pm

אמביציע האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:איך געדענק נאך ווען מ'האט גערודפ'ט די טראמפ שטיצער, אזש מ'האט געמוזט עפענען א באזונדערע אשכול. יעצט האט זיך דאס רעדל איבערגעדרייעט.


איך מיז מיט דיר דיסיגריען, ס'האט ממש אייביג געהערשט א פרא טראמפ ליפט אויף אייוועלט, ...

...כאפ א בליק צוריק וועסטו זען אז הילערי איז געווען געסקראאט פון אלע זייטן דא בעת וואס טראמפ האט זיך געהאט זיינע פייערדיגע שטיצע וואס האבן געהאקט און געביסן ווער ס'האט זיך נאר דערוואגט, ...


כ'ווייס נישט וואס ס'מיינט ביי דיר "ממש אייביג", אבער ס'קוקט אויס ווי די רעדטס פון די צייטן נאכדעם וואס טראמפ האט שוין געווינען די נאמינאציע, (ווי מ'זעהט די שרייבסט קלינטאן ווס טראמפ).

איך רעד פון די צייטן פון ווען ער האט אנאנסירט אז ער לויפט ביז ער האט שוין געווינען א שיינע פאר סטעיטס, אין די צייט ווען די רעדע איז געווען טראמפ ווס רוביאו אדער קרוז, אין יענע צייט פלעגט מען רודפן די טראמפיסטן.

אדרבא גיב א קוק אין די ערשטע תגובה פון די אשכול וואס צווייפל האט געעפנט.

viewtopic.php?t=29260

צווייפעל האט געשריבן:דיזע אשכול ווערט געעפנט מיט א ריין גוטע כוונה.

אין די גרויסע פריימערי אשכול, גייען פארשינדענע ניקס דורך א שווערע איבערגאנג, זיי מוזן איצט טראנספערמירן זייער שכל, זייערע בליקן, און זיך צוגעוויינען צום פריש אנטוויקלטן מציאות.

דעריבער בייזערן זיי זיך אויף יעדע קלייניקייט, ווי יענער אנגעווייטאגטער איד, וועלכער שרייט א גאנצן טאג, סאיז צו הייס, סאיז צו קאלט, מאך קלענער די עירקאנדישן, מאך גרעסער די ערקאנדישן, שטילער די מוזיק, העכער, נידעריגער, שרייען אויפן בעל תפלה, דאווען שטייטער, דאווען שנעלער, וועלכע ביישויער מיינען אז אט די קלייניקייטן זענען דאס וואס רייצן דעם אידנס קוריאזקייט.

נאדערווייל זענען דאס בלויז סימפטאמס פון אינערליכע אויפברויז, אמאל צוליב עפעס א איבערלעבעניש, אמאל צוליב א באגרעניצטקייט אין מח וכו'.

ע"כ, ביז אט די אלע חשוב'ע ניקס וועלן ענדיגן  צו צוגעוואוינען זייערע טראכט אפאראטן צום נייעם וועטער, ווער דורך הילף, און ווער דורכן אייגענעם אמיון סיסטעם, איז מיר באקוועמער צו שטיין דא אין א זייט, א שטילע ווינקל, אויסלופטערן מיינע מחשבות...


די מציאות איז געווען אז איעדע פרא טראמפ תגובה איז געווארן פארשריגן סאך ערגער ווי היינט די אנטי טראמפ, כ'פלעג ציטערן צו שרייבן מיין מיינונג.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

משה חיים פנחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:43 pm

תגובהדורך משה חיים פנחס » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 2:52 pm

משה כספי האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:ס'אשאד זיך טענהן, א מענטש פון וועם די גאנצע וועלט לאכט זעהן טראמפ חסידים א רעספעקט

נעקסט קעיס

אנטשולדיגט פאר די אטאקע, לכאו' וועט עס פליען פון דא אינגיכן עניוועי
הרב סובסוטאט יעצט צום ענין
איך האב נישט קיין אנונג צו די ביסט יונג אדער אלט, א ניי געזעסענער אדער אלט געזעסענע, אבער איין זאך איז זייער קלאר דא; האלב פון דיינע תגובות האבן נישט נישט קיין שום תוכן, שייכות צו מציאות א.ד.ג.
יעצט איז אזוי
עס איז דא דא ב"ה א שפע פון נארמאלע באזעסענע שרייבער פון די אנטי טראמפ באזע, למשל בוידעם, כאפצעם, פאליטיקעלי, ועוד ועוד, די אלע שרייבן אויף א נארמאלע אופן, זאכליכע תגובות, מציאות און גאר איידל
זיי געבן צו צום נושא און מאכן דאס פלאץ א בא'טעמ'טקייט און געשמאק צו דעבאטירן

לעולם וואלט איך מיר איינגעהאלטן און נישט געשריבן ברבים גארנישט, אבער יעצט זעה איך ווי דו האסט די חוצפה צו אטאקירן אנדערע כאילו זיי ווייסן נישט וואס צו רעדן בשעת ווען דיינע תגובות זענען בלינדע שנאה און אומוויסענד, ווי אויך האסטו קיינמאל צוריקגעצויגן ווען דיינע תגובות זענען געווען קעגן מציאות, האב איך אפגעמאכט אז גענוג איז גענוג!
אם אין איש וועל איך זאגן מיין מיינונג

איך ווייס אז אז די הנהלה וועט לכאו' נעמען שריט קעגן די תגובה און אפשר קעגן מיר אבער למען כבוד חבירים וכבוד המקום שרייב איך דאס אפ

וויסן זאלט איר מיינע טייערע חברים פונעם וועלטל דא אז איך פרוביר נישט פוגע צו זיין אין די כבוד פון קיין איין ניק אבער כדי זיך אנצונעמען פאר האלב ניקים דא טו איך דאס שיקן

הק' משה כספי


במחילת כבודך הרמה

איך וויל דיר נישט אטאקירן איך וועל דערפאר אנהייבן מיט א קאמפלימענט מען קען זאגן אז איר זענט דער איינציגער טראמפיסט דא וואס א נארמאלער מענטש קען דא האבן א נארמאלע דיסקאשן בנוגע פאליטיק, (עקסקלודינג בוידעם וואס מיט זיין סארקאסטישע שפראך קען ער זיך יא מטפל זיין מיט די אנדערע אויך) די האלטסט זיך אבדשעקטיוו און די אנערקענסט ווען דער פרעזידענט טוט עפעס נישט ריכטיג אדער ליידט א דורכפאל וכדו

ומכלל הן אתה שומע... עס איז ממש אימעטיג און נערווען קריכענד צי פירן א דאבאטע מיט סיי וועלכע טראמפיסט דא אויפן וועלטל די רעדסט צום דופן ממש!! א שאד פאר די צייט! @סאבסיטוט האט זייער גוט געזאגט און עס איז אמת, מען קען פלאצן! און דאס איז די סיבה פארוואס אנטי טראמפ ניקים זענען פוחת והולך און מאכן פליטה פון דאנעט, עס איז ממש א שאד פאר זייער צייט די רעדסט צום לאמפ,

האסט שוין זיכער געהערט דאס ווארט אז די פרעגסט איינעם איינס פלאס איינס וויפל איז? אויב ער ענטפערט 5 קענסטו מיט אים זיך פארהערן און מסביר זיין אז עס איז נישט ריכטיג אויב אבער ענטפערט ער אז איינס פלאס איינס קימט אויס א חלה דעקל טראגסטו אפ פון שטח איא?

כלפי מה דברים אמורים גיי צוריק יעדע קאנווערסעשן גייט אן שכל און הסבר סתם קאפ און וואנט און דאס פארטרייבט נארמאלע מענטשן פון דא און מאכט סתם אומבעטמט די אויר דא

לדוגמא ווען טראמפ האט געכאפט מכות און אלאבאמא אנגעהויבן מיט די פריימעריעס געענדיגט ביי די ספעשל עלעקשאנס ווי ער איז געפאלן מיט דרייסיג פאוינטס פון א יאר צוריק ווען טראמפ האט געווינען די סטעיט מיט א-כ -ט א -י -ן צ -ו -ו -א -נ -צ -י -נ -ג פוינטס

הייבט זיך אן טראמפ האט מתחלה אים נישט געוואלט איין רגע נא דאן פארוואס האט ער געווינען די פריימערי? ?

קומט א צווייטער מיט א פשעטל גאר אז מאז יצא מתק דא זעהט מען גאר טראמפס שטארקייט ער שטייט גאר אפילו שטערקער ווי פאריאר! איי ער האט געטראסקעט מיט דרייסיג פונקטן? ? וואס רעדסטו? מיט אזעלכע סקאנדאלן וואלט מאאר געברויכט פארלירן מיט צוואנציג פוינטס דאס אז ער האט בלויז פארלוירן מיט צוויי פוינטס ווייזט אויף אויסערגעוונדליכע שטארקייט! ווי האט יענער גאזאגט יעצט פרעג מיר אפ ....

די יו ען רעזעלוציע ווי הינדערט אכט און צוואנציג לענדער האבן אינטערגעשריבן א פארדאמונג אויפן פרעזידענטס שריט איבער ירושלים אריינגערעכנט רוב פון אמעריקעס פריינט און אלעאירטע ענגלאנד דייטשלאנד פראנקרייך בעלגיע בקיצר ווער נישט דערלאנגענדיג א זעץ א שפיי פארן פרעזידענט און פרצף טראץ זיינע שארפע סטראשינקעס און ווארענונגען

הייבט זיך אן וואס רעדסטו די יו ען זענען דאך א באנדע קאווע טרינקער וועם אינטערסירט עס... חוץ פון דעם האבן זיך כמעט אלע אמעריקאנער פריינט זיך אפגעהאלטן פון שטימען..... איי די מציות איז פארקערט? ! די ווילסט הערן אדער די ווילסט פרעגן קשיות. .....
חוץ פון דעם גייט גוואנטומאלא ריקן זייער אמבעסאדער קיין ירושלים


אן אנקעטע וואס צייגט אז רוב אמעריקאנער אנערקענען אז אמעריקעס רעספעקט איבער די וועלט איז שטארק געפאלן די לעצטע יאר לכאורה זינט שומער איז די מינאריטי ליעדער... בקיצור האט זיך אנגעהויבן בערך אזוי

קודם ווער זענען די אמעריקאנער בירגער צו זאגן צו אמעריקע איז רעספעקטירט איבער די וועלט? ווי אזוי קענען זיי דאס וויסן? דאס ברויך מען פרעגן די אויסלענדער,

נאכדעם, פוטין איז אויך נישט רעספעקטירט און די וועלט! (פרעג מיר נישט מער הסבר ווייל איך ווייס נישט)

דריי, די וועלט רעספעקטירט נישט אמעריקא ווייל זיי גייען אויס פאר קנאה ווי שטארק אמעריקא באאמט... (איי דאס איז א סיבה יא צו רעספעקטירן נישט פארקערט? תיקו! בכלל דערמאנט עס פון חדר אזא סארט גערעדעכטס)

פיר, די וועלט רעספעקטירט נישט אמעריקא וועגן די אמעריקא פירסט פאליסי און וועגן זי האט זיך ארויסגעצויגן פון די פאריזער אפמאך.. (איי וואס האט דאס מיט רעספעקט איינגעשטויסן? די ווילסט הערן אדער פרעגן קשיות?!)
חוץ פון דעם וואס הייסט די וועלט רעספעקטירט נישט אמעריקע? גוואנטומאלא האט געמאלדן אז זי פירט אויך אריבער איר אמבעסאדער קיין ירושלים

און צום לעצט וועם אינטערסירט וואס די פאולס זאגן געדענקסטו דען נישט ווי זיי זענען געווען אףף ביי די פאריגע עלעקשאנס? פעיק ניוס!!!!!!!!!!!!!!!!
די זעלבע ביי סיי וועלכע אנקעטע וכו וכו

אבער ווי נאר עס קימט ארויס אן אנקעטע אז די פרעזידענטס אפראוועל ראטע איז ביי צוויי און דרייסיג און א האלב פארצענט אנשטאט צוויי און דרייסיג ווי די פעיק ניוס האט באריכטעט סעלעברעיטן די זעלבע חברה און טרינקען שאמפעין

ווי האט יענער געזאגט קודם איך איך האב נישט יעצט, נאכדעם איך האב דיר שוין לאנג באצאלט, און דערנאך איך האב קיינמאל נישט געבארגט
בקיצור יו גאט די פוינט

און אזוי ווייטער און ווייטער יעדע משגעת זיינער ווערט נארמאל און באווינדערט, יעדע פארלוסט ווערט פארוואנדעלט און א ספאנטאנער געווינס, יעדע טיפשות ווערט פארוואנדעלט און הימעלישע חכמה,
בקיצר עס איז ממש נישטא קיין נארמאלע אבדשעקטיוו טראמפיסט צום טיש דא!
און דאס איז טאקע דער סיבה אז דער עולם איז עוקר פון דא עס איז פשוט א שאד פאר די צייט

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4869
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 3:16 pm

רוב פון די טראמפיסטן דא, רעדן בדרך כלל עכטע נארמאלע פוינטס וואס מקען זיך נארמאל טענה'ן מיט זיי,

און אסאך מאל אפילו עגריען ווען זיי זענען גערעכט,

און צו דיר אמביציע רוב וועלט (חוץ אפשר אפאר עקסטרעמע טראמפיסטן) לעכצן צו ליינען וואס דו שרייבסט און האלטס,

פארגעס נישט רוב ניקס שרייבן כמעט קיינמאל, און קומען בעיקר ליינען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4869
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 3:25 pm

אפילו אסאך מאל זענען טראמפיסטן צו פארגלייבט אין אים, האבעך א עצה פארדעם לאז די פוינט הענגען און רעד ווייטער

אנדערע זאכן וואס ער הערט יא.

אזוי ווי להבדיל (בין ישראל לעמים) מיט א חב"ד סקער איז נישט געמאכט צו רעדן חסידישע פאליטיק,

נאר בעסער הערן פון אים שיינע נקודות, און אויב זאגט ער עפעס נאך פון היינטיגן רבי' הער אים אויס און

געגאנגען ווייטער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4869
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 3:33 pm

און צו דיר פאליק די אלע אמעריקע'ס פרענדס וואס דו רעדסט זענען אלע נארישע פעיק ניוז לענדער, אלע צוזאמען- איך לאז דיר

עס אויסרעכענען-האבן א קלענערע GDP פון יאפאן- די גרעסטע פון אמעריקע'ס עלייס-אליינס,

און קענעדע מעקסיקא, האבן די טראמפיסטן דא אויך געזאגט אז ס'איז וועגן נאפטע.

סוי די יוען UN וואויט איז די לעצטע זאך וואס א חסיד פון טראמפ זאל רעדן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4869
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 3:38 pm

abeg האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
zurech האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:בקיצר האסט נישט עפעס אנציווייזן חוץ די רויטע טפעכער און כינע? אקעי איי גאט יא


טשיינע שטעלט זיך היינט צו צו אמעריקע כמעט הונדערט פראצענט

אױך יאפאן אין דורם קארעא האבן שױן לאנג נישט געהאט אזעלעכע גיטע באציאנגען מיט אמעריקע אין אפ׳ פראנקרײך קימט זיך זײער גיט אױס מיט אמעריקע דאס איז חוץ ישראל װאס דארט איז די עיקור װי אמעריקע ברױך האבן גיטע באציאנגען


אנטשולדיגט זייער פיצי לענדל פון ארום 8.5 מיליאן מענטשן, וואס לעבט אויף אמעריקע'ס חסדים, איז נישט אמעריקע'ס וויכטיגסטע עליי.

איך רעד פון אלס אמעריקע'ס אינטערעסן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » זונטאג דעצמבער 31, 2017 12:49 am

@משה חיים פנחס, זיסע געלונגענע אנאליז!

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג דעצמבער 31, 2017 2:33 am

משה חיים פנחס האט געשריבן: עס איז ממש אימעטיג און נערווען קריכענד צי פירן א דאבאטע מיט סיי וועלכע טראמפיסט דא אויפן וועלטל די רעדסט צום דופן ממש!! א שאד פאר די צייט! ... האט זייער גוט געזאגט און עס איז אמת, מען קען פלאצן! און דאס איז די סיבה פארוואס אנטי טראמפ ניקים זענען פוחת והולך און מאכן פליטה פון דאנעט, עס איז ממש א שאד פאר זייער צייט די רעדסט צום לאמפ,


אפאר הקדמה פונקטן דערנאך צום ענין
א) א יישר כח פארן קאמפלימענט, אודה ולא אבוש איך האב הנאה געהאט...
ב) איך האב אטאקירט דא ברבים א ניק און איך וויל אים טאקע דא ברבים איבערבעטן, אונז וויל מיר אלע די יונגע און אלטע שרייבער צוגלייך

יעצט צום ענין טייערע ידידים יושבי איי-וועלט
לאמיר זיך דורכרעדן און איבערטראכטן איבער די גאנצע נושא פון שרייבן בכלל און אין פאליטיק בפרט
ווי מיר אלע ווייסן איז איי-וועלט געמאכט געווארן פאר אונז יודן וואס ווילן האבן א רואיגע ווינקל אוועק פון די גוי'אישע וועלט ווי מען זאל קענען זעהן, לערנען און ליינען איבער אלס און אלעמען אויפן ערליכן אופן, און מיט דאנק צו די מנהלים און אחראים איז די פלאץ ריין פון שמוץ און מחלוקת
איי-וועלט האט נאך אן אויסגעווענטליכע מעלה וואס אויף דעם איז מיין תגובה געשטעלט, עס איז א יודישע ווינקל זיך אויסצוליפטערן און שמועסן איבער ענינים, פאליטיק און current issues, מען דעבאטירט און מען זאגט מיינונג אא"וו
יעצט כדי עס זאל טאקע בלייבן אזוי, דהיינו אז זאכן זאלן ווערן אויסגעשמועסט און דעבאטירט און אין די זעלבע צייט זיין אינטערעסאנט פעלט אויס אפאר כללים, איך וועל אראפשרייבן דא מיין מיינונג (כלפי נייעס) צוטיילט לויט נושאים, יעדער איז איינגעלאדענט צוצולייגן, קריגן, דעבאטירן
וזה החלי
א) ברענגן נייעס
1) פרובירן צו ברענגען מיט די מקורות
2) פרובירן צו ברענגען מיט א נייטראלע אופן
3) אויב ק/פ א ארטיקל ביטע מאכן א קורצע תמצית אנפאנג איבער די ענין (למשל נ.י. טיימס - טראמפ געהילף געארבעט מיט רוסלאנד)
ב) דעבאטירן
1) קענען גוט די נושא בעפאר שרייבן!
2) שרייבן די מערסטע קלאר און פארשטענדליך!
3) גוט אדורך ליינען און פארשטיין די תגובה אויף וואס מען דעבאטירט
4) דעבאטירן מיט ראיות אדער זאכליכע סברות, אזעלכע וואס די וואלסט אנגענומען ווען יענער שרייבט עס (פעיק ניוז וכד' איז קיין טענה, אויב ווילסטו נוצן די אויסדרוק ביטע ברענג מקורות)
5) פארשטיין אז רוב מגיבים געווענליך האבן א געוויסע מאס בייעס
6) נישט גיין אין א רינג, דהיינו, אויב האט איינער אפגעשריבן א מיינונג און א צווייטער האט עס אפגעווארפן און דער ערשטער ענטפערט צוריק מיט די זעלבע זאך, דארף נישט יעצט א דריטער איבערזאגן דעם צווייטנס טענות נאכאמאל וחוזר חלילה
7) קיינמאל נישט אטאקירן יענעם צוליב זיין פאליטישע נויגונג! קודם ווייל געווענליך האסטו דאס אויך אויפן אנדערע זייט, דערנאך עס מאכט די גאנצע שמועס אומעטיג, אויב האלסטו אז יענער איז נישט גערעכט דאן ווענד אים אפ, אויב יענער האלט זיך ביי זיינע דאן לאז אים! אויב האסטו אים נישט איבערצייגט ביז יעצט וועסטו אים זיכער נישט איבערצייגן מיטן אים לעיבלן, און אויב האסטו מורא אז איינער וועט חלילה זיך טועה זיין מיט זיין פארפירערישע תגובה זאלסטו וויסן אז דאס לעיבלן וועט נישט העלפן... נאר א זאכליכע טענה קען!
8) פארנעמען אדער עכ"פ אראפשלינגן סארקאזם
9) נישט נעמען פאליטיק פערזענליך! ע"ף רוב זענען די אלע פאלעטישנס נישט קיין יודן און באלאנגען צום עם הדומה לחמור, טא פארוואס זאל באדערן אז מען בארעדט די חברה?!
10) והוא העיקר, נזהר זיין בכבוד חבירים אויפן העכסטען פארנעם!

איך מיין אז אויב וועט מען אנעמען די כללים וועט דעבאטירן און פארברענגן דא זיין געשמאק און בא'טעמ'ט

נ.ב. איך האף אי"ה צו צונעמען אפאר נושאים דא און פרובירן מסביר צו זיין מיט דעם מיינע פונקטן
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג דעצמבער 31, 2017 3:32 am

משה חיים פנחס האט געשריבן:ומכלל הן אתה שומע... עס איז ממש אימעטיג און נערווען קריכענד צי פירן א דאבאטע מיט סיי וועלכע טראמפיסט דא אויפן וועלטל די רעדסט צום דופן ממש!! א שאד פאר די צייט! @סאבסיטוט האט זייער גוט געזאגט און עס איז אמת, מען קען פלאצן! און דאס איז די סיבה פארוואס אנטי טראמפ ניקים זענען פוחת והולך און מאכן פליטה פון דאנעט, עס איז ממש א שאד פאר זייער צייט די רעדסט צום לאמפ,

הרב מח"פ, איך פארשטיי פארוואס די אנטי טראמפ ניקס פלאצן און זענען פוחת והולך... זעהט אויס אז דו געדענקסט נישט, אבער אין די צייט פון די פריימעריס און עלעקשאנס האבן די טראמפ שטיצער ניקס געליטן פון די אנטי ניקס און האבן אויך געפלאצט און פחתו והלכו, מ'האט זיי גע'רודפ'ט עפנטליך און אין אישי, מ'האט זיי געצאפט דאס בלוט און פארטריבן פון דא, און איך ווייס גענוג נעמען. די אנטי'ס כאפן צוריק די פיילן וואס זיי האבן געשאסן, ווען זיי שיסן ווען נישט וואלט נישט געווען מיט וואס צוריקצושיסן, זיי האבן אבער אזוי אראפגעשטעלט די טאן צו רעדן צו יעדע וואס גייט נישט מיט זיי, און יעצט ווען די מצב איז פונקט קאפויער נאך טראמפ'ס געווינס רעדן מיר מיטן זעלבן טאן וואס "זיי אליינס" האבן אראפגעשטעלט!

איך האב בעצם נישט וואס צוצולייגן צו @משה כספי'ס כללים, אבער נאך אזא היציגע פריימעריס און עלעקשאן תקופה דארפן ביידע זייטן זיך בארואיגן און דראסטיש נידערן די טענער און אויפמאכן די אויגן צו זעהן יענעמ'ס צד און אזוי אויך אראפשלינגען דעם ביטערן פיל ווען עפעס גייט אנדערש ווי דו האסט געמיינט... און איבער אלעם: זיי מודה! דרייט נישט קיין קאפ און טראלט נישט ארום, איר האט זיך טועה געווען - זייט מודה! לכה"פ טענה זיך נישט ווייטער, ברעך די גאוה און פיר זיך אויף ווי א מענטש.

און פאר די אנטי טראמפ מחנה: טראמפ שטיצער זענען נישט טראמפ, זיי האבן גענצליך אנדערע כשרונות און חסרונות, באשולדיגט אונז נישט מיט זיינע חסרונות...

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג דעצמבער 31, 2017 4:45 am

לאמיר נעמען קודם 1 נושא און עס צוטיילן
לדוגמא ווען טראמפ האט געכאפט מכות און אלאבאמא אנגעהויבן מיט די פריימעריעס געענדיגט ביי די ספעשל עלעקשאנס ווי ער איז געפאלן מיט דרייסיג פאוינטס פון א יאר צוריק ווען טראמפ האט געווינען די סטעיט מיט א-כ -ט א -י -ן צ -ו -ו -א -נ -צ -י -נ -ג פוינטס

הייבט זיך אן טראמפ האט מתחלה אים נישט געוואלט איין רגע נא דאן פארוואס האט ער געווינען די פריימערי? ?

קומט א צווייטער מיט א פשעטל גאר אז מאז יצא מתק דא זעהט מען גאר טראמפס שטארקייט ער שטייט גאר אפילו שטערקער ווי פאריאר! איי ער האט געטראסקעט מיט דרייסיג פונקטן? ? וואס רעדסטו? מיט אזעלכע סקאנדאלן וואלט מאאר געברויכט פארלירן מיט צוואנציג פוינטס דאס אז ער האט בלויז פארלוירן מיט צוויי פוינטס ווייזט אויף אויסערגעוונדליכע שטארקייט! ווי האט יענער גאזאגט יעצט פרעג מיר אפ ....

לאמיר צונעמען בקיצור די פאקטן פון די נושא ערשט און דערנאך אנאלאזירן
א פריימערי ספעציעלע עלעקשען אין די רויטע אלאבאמא איבער די זיץ פון דשעף סעשענס א טי פארטי/אנטי עסטאבלישמענט קאנסערוואטיוו, צייטווייליג זיצט א עסטאבלישמענט קאנדידאט לוטער סטרעינש אויפן בענקל
געלאפן בעיקר זענען 3 קאנדידאטן, פרעזידענט טראמפ האט געשטיצט סטרעינש און די פרא טראמפ אנטי עסטאבלישמענט האבן געשטיצט מאאר
דער מאאר איז געווען גאר א קאנטראווערסיאלע פיגור אבער האט קאמפיינט אלס אנטי מעקאנעל פרא פרא טראמפ
דאס איז געווען נאך די אבאמא קעיר ריפיעל דורכפאל
למעשה האט עס מאאר געווינען מיט בערך 9-10 פונקטן

שפעטער אינעם קאמפיין קעגן דעם דעמאקראט האט מאאר געהאט א אויבערהאנט אין די פאולס פון בערך 8% צוליב זיין קאנטערווערסיאלע שטעלונגען
אינעם לעצטן חודש איז ארויסגעקומען אויף אים א באמבשעל קאנטראווערסיע און זיין פאול נומבערס זענען שרעקליך געפאלן, צום סוף האט ער זיך צוריקגעכאפט צו עוורעדזש +2.2 און פרעזידענט טראמפ האט אים אינדראסירט זאגענדיג אז מען קען זיך נישט ערלויבן א דעמאקראט אין סענאט
לבסוף האט ער פארלוירן מיט 1.5 פראצענט

ביז דא פאקטן, יעצט צו די אנאליז
1) טראמפ האט פארלוירן אין פריימערי
איז דאס אמת אינגאנצן? דער מאאר האט דאך קאמפיינט אלס אנטי עסטאבלישמענט פרא טראמפ?! נאר די תירוץ איז;
יא, ער האט פארלוירן צוליב וואס זיין אינדראסירטער האט פארלוירן
ניין, ער האט נישט פארלוירן ווייל אדרבה זיין קאמפיין ליניע פון אנטי עסטאבלישמענט האט געווינען! דער פויבסטליכער פונעם פויבסט גאר האט געווינען!

2) טראמפ האט פארלוירן אין די דשענעראל
איז דאס אמת אינגאנצן?
יא, טראמפ האט אים למעשה אינדראסירט און ער האט פארלוירן!
ניין, ווייל טראמפ האט אים למעשה זייער פארעווע אינדראסירט און אויך נאר ממש צום סוף, ער האט למעשה געהאט א מעכטיגע סקאנדאל אויפן קאפ, די גאנצע עסטאבלישמענט האט אים געפייט

יעצט לאמיר גיין על ראשון ראשון
טראמפ האט געכאפט מכות און אלאבאמא אנגעהויבן מיט די פריימעריעס געענדיגט ביי די ספעשל עלעקשאנס ווי ער איז געפאלן מיט 30 פאוינטס פון א יאר צוריק ווען טראמפ האט געווינען די סטעיט מיט 28 פוינטס

לאמיר טראכטן א סעקונדע, האלסטו טאקע אז טראמפ איז געפאלען אין אלאבאמא מיט 30 פונקטן? אויב טראמפ לויפט יעצט דארט פארלירט ער מיט 1.5 פונקטן? ווען ברוקס לויפט ווען פארלירט ער?
יעצט מיין מיינונג איז אז ער איז שטארק דארט מער ווייניגער פונקט ווי א יאר צוריק, און א יאר צוריק וואלט מאאר אויך נישט געווינען! קענסט קריגן, אבער איך מיין אז קיין בלינד צו טראמפ וכו' וכו' איז נישט שייך צו זאגן אויף די מיינונג
הייבט זיך אן טראמפ האט מתחלה אים נישט געוואלט איין רגע נא דאן פארוואס האט ער געווינען די פריימערי? ?

קודם דאס איז אמת, טראמפ האט אים נישט געוואלט צוליב זיין קאנטערווערסיאלע שטעלונגען און זיך נישט געוואלט צורייסן מיט מעקאנעל, און געשטיצט ביג לוטער... ווייל ער האט זיך צוגעשטעלט
פארוואס האט מאאר געווינען? ווייל ער איז געווען אנטי עסטאבלישמענט פרא טראמפ, און עס איז יעדן געלעגן אין די ביינער די אבאמא קעיר דורכפאל
יעצט מיין מיינונג, אויב טראמפ שטיצט ווען ברוקס אלס דער אנטי עסטאבלישמענט קאנדידאט וואלט ברוקס געווינען זייער שטארק! ווייטער, דאס איז מיין מיינונג און די קענסט קריגן
קומט א צווייטער מיט א פשעטל דא זעהט מען גאר טראמפס שטארקייט ער שטייט גאר אפילו שטערקער ווי פאריאר! איי ער האט געטראסקעט מיט דרייסיג פונקטן? ? וואס רעדסטו? מיט אזעלכע סקאנדאלן וואלט מאאר געברויכט פארלירן מיט צוואנציג פוינטס דאס אז ער האט בלויז פארלוירן מיט צוויי פוינטס ווייזט אויף אויסערגעוונדליכע שטארקייט!

לאמיר זעהן, די 30 פונקטן האבן מיר שוין אויסגעשמועסט, ווייטער דאס זאגן אז פארלירן מיט 2 איז א סימן אויף שטארקייט איז אין מיינע אויגן א ספין, אבער אין א קלענערע מדרגה ווי זאגן אז מאאר פארלירן מיט 2 איז א סימן אויף טראמפ מיט 30
יעצט מיין מיינונג איז אז ווען ברוקס איז אויפן בעלאט און טראמפ אינדראסירט אים געווינט ער מיט 29 (1 פאר די נעווער טראמפ'ס וואס האבן נישט געשטימט פאר טראמפ...)

יעצט פון מיין (פרא טראמפ פראבירנדיג דא צו זיין אינדעפענדענט) קוק ווינקל ווייזט די דאזיגע עלעקשען אויף טראמפ זילטש!
אלס דעמאקראט וואלט איך געזאגט אז טראמפ'ס פאפולערקייט וואלט יא געדארפט העלפן און אין 16 וואלט מאאר יא געווינען מיט אפאר פונקטן, בס"ה וואלט איך געשאצט זיין נעט פארלוסט אין פאפולעריטעט ביי 3-5 פונקטן
אלס שטארק פרא טראמפ וואלט איך גענוצט אלע אויבנדערמאנטע אנאליזן און צוגעלייגט אויך די ספין אז ער וואלט געדארפט פארלירן אסאך שטערקער

יעצט איז מיין איך די דעבאטע גאר אנדערש, מיין מיינונג איז קלאר און די קענסט יעצט קריגן אָן רעטאריק, לכאו' פארשטייסטו מיין מיינונג און עס קען יעצט זיין א דעבאטע רואיג און געשמאק
אי"ה ווען דער צייט וועט ערלויבן וועל מיר זיך אומקערן צו די אנדערע נושאים
נ.ב. איך שרייב היינט ווייניגער ווי אמאל טאקע וועגן איך האב נישט די צייט אדורכצוטאן א נושא, ווי אויך גלייך איך אראפצושרייבן קלאר מיין מיינונג און דאס נעמט אריין אסאך צייט וואס איך האב שוין היינט נישט
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג דעצמבער 31, 2017 4:56 am

וואס האט פאסירט דא אין די אלאבאמא דעבאטע איז געווען
דער פרא טראמפ
האט זיך נישט קלאר ארויסגעברענגט, ער האט געספינט, ער האט נישט מודה געווען אינעם חלק דורכפאל וואס האט זיכער פאסירט
דער אנטי טראמפ
האט נישט פראבירט צו פארשטיין יענעם'ס מיינונג, ער האט גאר שטארק געספינט
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג דעצמבער 31, 2017 9:41 am

ייש''כ כספי, הערליך ארויסגעברענגט.

איין הוספה'לע: נישט נאר וואס די לינקע האבן עס שטארק געספינט, נאר זיי האבן נאך באזינגען און באקלעבט ווער עס וואגט זיך צו האלטן אנדערש אלס ספינערס, שקרנים און טראלס, ווי אין די תגובה וואס דו קוואוטסט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

משה חיים פנחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:43 pm

תגובהדורך משה חיים פנחס » זונטאג דעצמבער 31, 2017 1:56 pm

abeg האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
zurech האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:בקיצר האסט נישט עפעס אנציווייזן חוץ די רויטע טפעכער און כינע? אקעי איי גאט יא


טשיינע שטעלט זיך היינט צו צו אמעריקע כמעט הונדערט פראצענט

אױך יאפאן אין דורם קארעא האבן שױן לאנג נישט געהאט אזעלעכע גיטע באציאנגען מיט אמעריקע אין אפ׳ פראנקרײך קימט זיך זײער גיט אױס מיט אמעריקע דאס איז חוץ ישראל װאס דארט איז די עיקור װי אמעריקע ברױך האבן גיטע באציאנגען

וואס ווילסטו פינקטלעך? מען רעדט פון צוויי לענדער מיט אפגעשוואכטע מיליטער וואס האבן נישט קיין מעגלעכקייט זיך צו פארטיידיגט און פאל פון אן אגרעסיע פונעם קליינעם ראקעט מאן און מוזן צוקימען צו אמעריקאס שיץ,
און אפילו אזוי האבן ביידע פון זיי זיך אויסגעלאכט פונעם פרעזידענטס סטראשונקעס און געשטימט צו פארדאמען דעם פרעזידענטס שריט איבער ירושלים

#רעספעקט #אימה# פחד #אהבה

משה חיים פנחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:43 pm

תגובהדורך משה חיים פנחס » זונטאג דעצמבער 31, 2017 2:01 pm

פאליק האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
משה חיים פנחס האט געשריבן:
צפון קארעא לאכט און די פאסטען


זיי לאכן נישט מער ווי זיי האבן געלאכט ביז יעצט

שיסן מיסילס מיינט נישט לאכן, עס מיינט געשאסן א מיסיל! געווען מעכטיג!

אבאמא האט זיי קיינמאל נישט גענימען אויפן צימבל און געווארענט ווידער טראמפ האט דאך געווארענט מיט פייער און פיורי!! און דער קליינער גראבער גייט אן כאילו לא היה. אוי שפרידעלט רעספעקט...


אה טאקע די צוויי חדשים וואס ער האט גארנישט געטוהן נאכן דערקלערן אז אמעריקע האט אנגעהויבן קריג מיט זיי וועמענס קרעדיט איז עס?

אלבערט איינשטיין וואס האט ערפינדן דעם אטאם
יעדער פארשטייט אז ווי נאר ער שיסט כאפט ער געבראטענע מכות און מעגלעך אז די גאנצע לאנד איז פאר די ביכער

zurech
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:48 pm

תגובהדורך zurech » זונטאג דעצמבער 31, 2017 2:18 pm

משה חיים פנחס האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
zurech האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:בקיצר האסט נישט עפעס אנציווייזן חוץ די רויטע טפעכער און כינע? אקעי איי גאט יא


טשיינע שטעלט זיך היינט צו צו אמעריקע כמעט הונדערט פראצענט

אױך יאפאן אין דורם קארעא האבן שױן לאנג נישט געהאט אזעלעכע גיטע באציאנגען מיט אמעריקע אין אפ׳ פראנקרײך קימט זיך זײער גיט אױס מיט אמעריקע דאס איז חוץ ישראל װאס דארט איז די עיקור װי אמעריקע ברױך האבן גיטע באציאנגען

וואס ווילסטו פינקטלעך? מען רעדט פון צוויי לענדער מיט אפגעשוואכטע מיליטער וואס האבן נישט קיין מעגלעכקייט זיך צו פארטיידיגט און פאל פון אן אגרעסיע פונעם קליינעם ראקעט מאן און מוזן צוקימען צו אמעריקאס שיץ,
און אפילו אזוי האבן ביידע פון זיי זיך אויסגעלאכט פונעם פרעזידענטס סטראשונקעס און געשטימט צו פארדאמען דעם פרעזידענטס שריט איבער ירושלים

#רעספעקט #אימה# פחד #אהבה



אז מען רעדט שוין איז נעכטן געווען באריכטעט אז און צוגאב וואס איז געווארן באריכטעט פאריגע וואך דורכן פרעזידענט אז טשיינע איז געכאפט געווארן רויט האנטיג פארלעצן די יו ען סאנקציעס מיטן אריינשמוגלען אויל קיין צפון קארעא איז נעכטן געווארן באריכטעט אז אויך איר צווייטער שכן רוסלאנד איז געכאפט געווארן פארלעצן די סאנקציעס
און דאס איז שוין בנוגע צפון קארעא וואס איז ווייט נישט און זייערע אינטערעסן אז דער קליינער אומסטאבילער זאל ווערן א נוקעלערע מאכט און אוודאי ווילן זיי נישט דארט א נוקעלערע מלחמה מיט אמעריקא אלזא וואס פשט פון ברעכן די סאנקציעס??
עס זעהט אויס אז דער קליינער פעטער ראקעט מאן האט פשוט א שטארקערע השפעה אויף זיי ווי דער הויכגעשעצטער רעספעקטירטער אמעריקאנער פרעזידענט

#סעד
לעצט פאראכטן דורך zurech אום זונטאג דעצמבער 31, 2017 2:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

zurech
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:48 pm

תגובהדורך zurech » זונטאג דעצמבער 31, 2017 2:29 pm

פאליק האט געשריבן:וועגן די יו. ען האבן זיך אלע (חוץ געציילטע) אמעריקאנער פריינט צוריקגעהאלטן פון שטימען צוליב טראמפ'ס כבוד

פאר די רעקארד פאר ווער עס זוכט דעם טשארט וויאזוי דער עולם האט געשטימט,

קלארשטעלונג פאר די וואס ווייסן נישט אדער מישן אויס גרין האבן געשטימט צו פארדאמען, און רויט האבן געשטימט דערקעגן (נישט פארקערט)

געיל האט זיך נישט באטייליגט ביים שטימען אדער זיך אפגעהאלטן פון נעמען א צד

15aead6173da4b1b8ea709af79a1cafa_18.jpg
15aead6173da4b1b8ea709af79a1cafa_18.jpg (55.84 KiB) געזעהן 966 מאל


און פאלגענד די ליסטע

געשטימט יא:

Afghanistan
Albania
Algeria
Andorra
Angola
Armenia
Austria
Azerbaijan
Bahrain
Bangladesh
Barbados
Belarus
Belgium
Belize
Bolivia
Botswana
Brazil
Brunei
Bulgaria
Burkina Faso
Burundi
Cape Verde
Cambodia
Chad
Chile
China
Comoros
Congo
Costa Rica
Cuba
Cyprus
Denmark
Dijbouti
Dominica
Ecuador
Egypt
Eritrea
Estonia
Finland
France
Gabon
Gambia
Germany
Ghana
Greece
Grenada
Guinea
Guyana
Iceland
India
Indonesia
Iran
Iraq
Ireland
Italy
Ivory Coast
Japan
Jordan
Kazakhstan
Kuwait
Kyrgyzstan
Laos
Lebanon
Liberia
Libya
Liechtenstein
Lithuania
Luxembourg
Madagascar
Malaysia
Maldives
Mali
Malta
Mauritania
Mauritius
Monaco
Montenegro
Morocco
Mozambique
Namibia
Nepal
Netherlands
New Zealand
Nicaragua
Niger
Nigeria
North Korea
Norway
Oman
Pakistan
Papua New Guinea
Peru
Portugal
Qatar
Russia
St Vincent and Grenadines
Saudi Arabia
Senegal
Serbia
Seychelles
Singapore
Slovakia
Slovenia
Somalia
South Africa
South Korea
Spain
Sri Lanka
Sudan
Suriname
Sweden
Switzerland
Syria
Tajikistan
Tanzania
Thailand
Macedonia
Tunisia
Turkey
United Arab Emirates
United Kingdom
Uruguay
Uzbekistan
Venezuela
Vietnam
Yemen
Zimbabwe

געשטימט ניין:

Guatemala
Honduras
Israel
Marshall Islands
Micronesia
Nauru
Palau
Togo
US

זיך נישט באטייליגט ביים אפשטימונג:

Antigua and Barbuda
Argentina
Australia
Bahamas
Benin
Bhutan
Bosnia and Herzegovina
Cameroon
Canada
Colombia
Croatia
Czech Republic
Dominican Republic
Equatorial Guinea
Fiji
Haiti
Hungary
Jamaica
Latvia
Lesotho
Kiribati
Malawi
Mexico
Panama
Paraguay
Philippines
Poland
Romania
Rwanda
Solomon Islands
South Sudan
Trinidad and Tobago
Tuvalu
Uganda
Vanuatu

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4869
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 09, 2018 4:15 pm

א גוטן.

איך וויל וויסן וואס דער עולם - פרא און אנטי טראמפ - האלטן בנוגע וואס טראמפ האט געזאגט פאר מייקל שמידט פון ניו יארק טיימס, ער האט אים געזאגט צוויי סיבות פארוואס ער גייט געווינען ריעלעקשען, איין סיבה ווייל אמעריקע ווערט גרעיט, אבער נישט וועגן דעם וויל איך פרעגן, וועגן דעם וויל איך שרייבן א צווייטע מאל, די צווייטע סיבה וואס טראמפ האט געזאגט איז בעסיקלי אז אן אים אלס פרעזידענט וועלן די צייטונגען און פרעסע דערלייגן שווערע געלטער, ממילא האלט ער אז די לעצטע האלבע יאר פאר די וואלן וועט די מידיא נישט גיין קעגן אים, ולשונו אז זיי וועלן אים זאגן, פליז פליז דאנעלד טראמפ דאנט לאז דיס עלעקשן.

סוי וויל איך פרעגן דעם ציבור דא, וואס האלט דער עולם וועט די מידיא טון, אויב למשל לאמיר זאגן אז יאסל ביידען לויפט פאר פרעזידענט און עס איז א האלבע יאר פאר די וואלן, און ביידען איז העכער אזא 10 15 פוינטס, צו די מידיא גייט אראפרייסן טראמפ, אדער אויס מורא אז די רעטינגס גייען טראסקענען וועלן זיי בלית ברירה פאר א האלב יאר דעקן טראמפ פאזיטיוו?

איך בעט יעדן וואס האט א מיינונג עס צו זאגן און אויס שמועסן פארוואס ער האלט אזוי, וועל מיר קענען האבן א נארמאלע רואיגע אומפרטייאישע שמועס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
א נייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

מיין ארימע מיינוג

תגובהדורך א נייער » דינסטאג ינואר 09, 2018 5:37 pm

איך האלט אז טראמפ איז נישט גערעכט
די מידיע איז טאקע מחיה מיט אים ווייל ער שטעלט צו שטאף
אבער זיי זענען אויך געווען קעגן בוש וויל זיי זענען מיסודו לינק
מילא ווילן זיי אים נישט עס קען זיין אז ס'איז דא חברה וואס ווילן די פאן
אבער איך מיין אז דע מינע חברה מאכט זיך מער ביי אייוועלט
און די חברה גייען וועלן זעהן נקמה
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4869
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 09, 2018 6:12 pm

שכח א נייער פאר אייער אנאליז.

איך האף אז נאך אירע וועלן זיך משתתף זיין.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג ינואר 09, 2018 6:42 pm

די מידיע גייט בלויז אן רעיטינגס און ווי בעסער די רעיטינגס מיינט דאס אטאמאטיש טייערערע אדווערטייזמענטס, איקוואלס מער פראפיט פאר די קאמפעני.

די פראדוסערס פון די שאוס אויף וועלכע מען רייסט אראפ דעם פרעזידענט כסדר קוקן אויף איין זאך, און דאס איז וויאזוי זיי באשליסן וואס אין וויאזוי - און אויב בכלל - צי קאווערן סיי וועלכע נייעס.

על פי רוב וועט א האוסט זאגן דאס וואס די פראדוסער וועט אים 'אנגרייטען' - אויפן אנווייזונג פון די קאמפעניס פיינענשעל טיעם וועלכע זיצט אויף די רעיטינגס און אויף די בעק-ענד דעטע.
עס איז זייער שטארק מעגליך אז אין רוב קעיסעס ווי די מידיע מאכט זיך צינאר מיטן צינאר מאכן טראמפ האט דער "האסט" אין פריוואטען לעבן נישט קיין אישו מיט די "שאקינג דיסקאוועריס" וועלכע ער באריכטעט מיט פולע דראמא...

צוריק צום ענין.
די מידיע איז זיך מחיה מיט טראמפ. ער גיבט זיי שטאף אנציפולען אלע 'בלאקס' פון די בראודקעסטינג.

"בלאקס" איז די נאמען וואס די טעלעוויזשען ביזנעס ניצט פאר די חלקים פון די נייעס וועלכע ווערט בבאריכטעטאויף יעדע שאו עקסטער. יעדע שאו האט זיך זיינע "בלאקס" און די קאמערשעלס צווישן איינס און צווייטען.

עס לויפט בערך אז יעדע שאו געדוירט לאמיר זאגן א קימא לן פון איין שעה. אין די שעה איז פארהאן 4 "בלאקס" פון 12 מינוט.
יעדע 12 מינוט איז דא א קאמערשעל ברעיק פאר אדווערטייזמענטס.
יעצט, די ערשטע 12 מינוט פון די שאו הייסט "בלאק A". דארט רעדט מען איבער די 'הייסע' נייעס - געמאסטן לויט די בייעס פון די שאו'ס 'פראדוסער' - נישט די שאוס 'האוסט' (דער וואס רעדט למעשה צום קעמארע).

דערנאך איז דא בלאק B, בלאק C און בלאק D. (אין בלאק D שטיפט מען אריין די אלע נייעס וואס מען וויל נישט עכט ריפארטען.. אבער מען מוז עס לייגן אויף צי "יוצא זיין" און אויך כדי מען זאל נישט קענען שרייען אז די מידיע האט נישט ריפארטעט די נייעס..)

הכלל. פרעזידענט טראמפ גיבט פאר די מידיע מאטריאל אנציפולען יעדע בלאק פון די שאו.... און אויב יעדע בלאק פון די שאו איז לאודעד מיט מטעמים, און דאס פאלק האט עס ליעב צו מיטהאלטן - ריגארדלעס צו זיי קויפן די סחורה, אדער קוקן עס בלויז צו קענען כאפן די ריפארטערס ביי בייעס, וועלכע עקזעסטירט גאר ברייט - האבן אבער די שאוס העכערע רעיטינגס, וואס דאס ברענגט אז די אדווערטייזמענט אינדאסטרי וועט צאלן טייערער פאר א עד אין א שאו וועלכע האט הויכע רעיטינגס.

און היות פרעזידענט טראמפ איז א "טי.ווי אינסיידער" און ער אליין איז אמאל געווען אין די ליין, ווייסט ער גאר גוט די פאלטשקייט פון די חברה-לייט, און ער קען זיך ארומטשעפען מיט זיי.
(און זיי גלייכן עס אויך.. ווען זיי - די בעלי בתים פון די מידיע - טרעפען זיך פריוואט מיטן פרעזידענט קלאפן זיי זיך אין פלייצע איינער דעם צווייטען ווי גוט יענער האט אריינגעריסן אין צווייטען! און מיר די אמעריקאנע בירגער - אין די ארבייטער אין די מידיע - ווערן נעבעך פערדלעך אויפן שאך ברעט פאר די חברה און נעמען עס נעבעך פערזענליך, אזש ביז מידיע מעלטדאון....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג ינואר 09, 2018 7:08 pm

מיין מיינונג איז אז די מידיא פיינטשאפט צו טראמפ איז גאר שטארק און נאכדערצו אז עס איז נאך א מלחמה
און אויב איז עס אזוי מיינט עס אז זיי וועלן גרייט זיין אויף סוסייד אבי צו דערשטיקן טראמפ, אבער דאס קען אים נאר העלפן צוליב ווייל זיי וועלן בפשטות ארויסווייזן זייער בייעס גאר שטארק און זיינע שטיצער וועלן אים נאך מער שטיצן

נ.ב. יוסל ביידען איז אויך נישט שלעכט פאר די מידיע רעטינג'ס, ער איז אפשר מער דיפלאמאט אבער פאר פאן גלייכט ער אביסל שטארק...
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 10, 2018 12:51 am

משה כספי האט געשריבן:נ.ב. יוסל ביידען איז אויך נישט שלעכט פאר די מידיע רעטינג'ס, ער איז אפשר מער דיפלאמאט אבער פאר פאן גלייכט ער אביסל שטארק...

וויזוי האט נאר רוביא געזאגט אויף איינע פון די דעבאטע׳ס?.
איי לייק טראמפ ווערי מאָטש. הי איז ע גרעיט אינטערטעינער.
ביידן די זעלבע
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4869
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 10, 2018 12:52 am

א ריזיגע שכח רב שמאטע מיט רב כספי פאר אייערע רייכע אנאליזן.

סוי רב א נייער האלט אז די מידיא וועט נישט אויפהערן אראפרייסן טראמפ, און רב כספי האלט אויך אזוי אבער ער לייגט צו אז עס גייט העלפן טראמפ ווייל זייער בייעס גייט זיך אנזעהן ערגער. און רב שמאטע האלט אזוי ווי טראמפ אז פאר די וואלן וועלן זיי זיכער מאכן אז טראמפ געווינט.

סוי רב שמאטע, ביידען וועט אויפהערן לאכן אזוי זיס אויף דיין אוועטער. :lol:

בד"וו לויט ווי גוט די לייגסט אראפ די אינסיידט ביזטו אן אינסיידער, און ווען זיי האבן ווען שכל ביזטו טאקע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, Growth hacker, police, Wow a1, ?אפשרטאקע, א גוטן, איי קנוי, וויכטיג מאכער, ידעתי, יש ברירה, מי חכם, קנעטענע קיגעל, שדה ורוד און 59 געסט