אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 4:13 am

פאליק האט געשריבן:וועגן די יו. ען האבן זיך אלע (חוץ געציילטע) אמעריקאנער פריינט צוריקגעהאלטן פון שטימען צוליב טראמפ'ס כבוד


רב פאליק דאס איז ממש שטיסעם במחילות כבודך , גיי דורך די ליסט.

נאר פשוט פאר א משל, ענגלאנד פראנקרייך דייטשלאנד איטאליע יאפאן סאוט קאריע און נאך כמעט 20 לענדער אין אייראפע,

און לויט די טראמפ ניקס דא אויך רוסלאנד און טשיינע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 9:45 am

אפשר צייגט מיך אײנער אן וועלכע אקטיווע ניק דא איז יא מודה ווען ער איז נישט גערעכט. איך בין שוין דא א היפשע צייט און נאכנישט געטראפן. אזוי איז די טבע פון מענטשן וואס זענען שטארק עפיניענעיטעד.

עס באדערט מיך די אויפרייס אויף סאבסעטוט! ער איז א נארמאלע מענטש וועלכע האלט זיין טאן נידריג און שרייבט עפ"ר מיט רעספעקט אבער מען אטאקירט אים כאילו ער איז א טראלל.

יא, ס'קען זיין א 5٪ פון זיינע תגובות זענען זאכן וואס איך און דיך וואלטן נישט געשריבן. פון די אנדערע זייט זענען פארהאן צענדליגער ניקעם אויף די טראמפ זייט וועלכע מאלן וואסער און לייגן גארנישט צו און קיינער זאגט גארנישט. וואו איז די אויפברויז?!

ווען איינער ברענגט צעהן ארטיקלען פון פאקס ניוז אן עס אפילו איבערטייטשן זאגט מען ברענג נאך, אבער ווען איינער ברענגט פון די טריפה'נע "די הילל" ווערט ער אטאקירט אזש ער דארף זיך פארענטפערן.

די עקאו טשעמבער וואס דא טוט זיך איז אין לשער. איך פארשטיי אז רוב עולם האלט פון טראמפ אבער איינער וואס שרייבט קעגן אים איז נישט אטאמאטיש א טיפוש וואס איז דא צו משוגע מאכן.

פארוואס דארף דער אנטי טראמפ זיך האלטן אויף א העכערע שטאפל ווי די פארקערטע?! ווייל זיי זענען די מיעוט און ס'איז גרינגער זיי ארויס צו סינגלען?!

דאס וואס מען חזר'ט כסדר אז "נאך א מזל ער, אדער יענער, איז דא אזוי איז דא א דעבאטע" איז נישט אמת. רובא דרובא עולם וואלט גערן געקענט באשטיין אז כאפצעם פאליטיקלי און סאבסעטוט וכו' זאלן גיין פון דא אזוי אז די עקאו טשעימבער זאל זיין 100 פראצענט.

#איך פיל בעסער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4942
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 9:47 am

סתם פאר נייגער, פארוואס האסטו נישט אנגעכאפט בוידעם, שלמה הילדעסהיימער (ע''ה) אדער יש ברירה אלס דוגמא פון ניקס וואס מען וואלט געוואלט זען גיין?
#יש דברים בגוי
(גראדע פאליטיקלי האסטו נישט גוט אנגעכאפט. מעגליך אז אמאל (ווען עריז נאך געווען אביסל רוי) וואלטן אסאך געקענט באשטיין אים צו זען גיין, אבער היינט צו טאגס גיבט ער אסאך צו און עס וואלט געווען אן אומערפילבארע חלל)

אגב, רה''ק דקהל פורים האט אין די לעצטע וואך צוויי אליינס עטליכע מאל מודה געווען אז ער איז נישט גערעכט.
לעצט פאראכטן דורך משהזוךמיר אום פרייטאג דעצמבער 29, 2017 9:51 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 9:47 am

יש ברירה האט געשריבן:אפשר צייגט מיך אײנער אן וועלכע אקטיווע ניק דא איז יא מודה ווען ער איז נישט גערעכט. איך בין שוין דא א היפשע צייט און נאכנישט געטראפן. אזוי איז די טבע פון מענטשן וואס זענען שטארק עפיניענעיטעד.

עס באדערט מיך די אויפרייס אויף סאבסעטוט! ער איז א נארמאלע מענטש וועלכע האלט זיין טאן נידריג און שרייבט עפ"ר מיט רעספעקט אבער מען אטאקירט אים כאילו ער איז א טראלל.

יא, ס'קען זיין א 5٪ פון זיינע תגובות זענען זאכן וואס איך און דיך וואלטן נישט געשריבן. פון די אנדערע זייט זענען פארהאן צענדליגער ניקעם אויף די טראמפ זייט וועלכע מאלן וואסער און לייגן גארנישט צו און קיינער זאגט גארנישט. וואו איז די אויפברויז?!

ווען איינער ברענגט צעהן ארטיקלען פון פאקס ניוז אן עס אפילו איבערטייטשן זאגט מען ברענג נאך, אבער ווען איינער ברענגט פון די טריפה'נע "די הילל" ווערט ער אטאקירט אזש ער דארף זיך פארענטפערן.

די עקאו טשעמבער וואס דא טוט זיך איז אין לשער. איך פארשטיי אז רוב עולם האלט פון טראמפ אבער איינער וואס שרייבט קעגן אים איז נישט אטאמאטיש א טיפוש וואס איז דא צו משוגע מאכן.

פארוואס דארף דער אנטי טראמפ זיך האלטן אויף א העכערע שטאפל ווי די פארקערטע?! ווייל זיי זענען די מיעוט און ס'איז גרינגער זיי ארויס צו סינגלען?!

דאס וואס מען חזר'ט כסדר אז "נאך א מזל ער, אדער יענער, איז דא אזוי איז דא א דעבאטע" איז נישט אמת. רובא דרובא עולם וואלט גערן געקענט באשטיין אז כאפצעם פאליטיקלי און סאבסעטוט וכו' זאלן גיין פון דא אזוי אז די עקאו טשעימבער זאל זיין 100 פראצענט.

#איך פיל בעסער


יישר כח, עס גייט נאך ווייטער, אבער שוין....

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4942
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 9:49 am

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:...


יישר כח, עס גייט נאך ווייטער, אבער שוין....

וכן להיפך, אבער שוין.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 9:54 am

משהזוךמיר האט געשריבן:סתם פאר נייגער, פארוואס האסטו נישט אנגעכאפט בוידעם, שלמה הילדעסהיימער (ע''ה) אדער יש ברירה אלס דוגמא פון ניקס וואס מען וואלט געוואלט זען גיין?
#יש דברים בגוי

אגב, רה''ק דקהל פורים האט אין די לעצטע וואך צוויי אליינס עטליכע מאל מודה געווען אז ער איז נישט גערעכט.

קוק צוריק וואס מען פלעגט שרייבן אויף שלמה. ער איז א פארלוסט פאר איי-וועלט און ווען ער ווערט ווען געטריעט ווי איינער וואס איז וועלקאם וואלט ער נאך דא געווען!

און בוידעם איז די זעלבע נאר ער פארמאגט א סענס אוו יומער און האט נישט מורא אראפצוקומען אין די מאראסט קעגן זיינע קעגנער, און ער פארנעמט מער ווי די עוורידש מענטש
לעצט פאראכטן דורך יש ברירה אום פרייטאג דעצמבער 29, 2017 9:56 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 9:56 am

משהזוךמיר האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:...


יישר כח, עס גייט נאך ווייטער, אבער שוין....

וכן להיפך, אבער שוין.


זייער אינטרעסאנט ווי די הערה איז נישט אוועגעפלויגן אין די צייט וואס סאבסיטוט'ס הערה אינעם אנדערן געהענגל איז אוועגעפלויגן ווייל ער האט געשריבן "ווי אר טייערד אוף וויניג"...

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 9:56 am

יש ברירה האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:סתם פאר נייגער, פארוואס האסטו נישט אנגעכאפט בוידעם, שלמה הילדעסהיימער (ע''ה) אדער יש ברירה אלס דוגמא פון ניקס וואס מען וואלט געוואלט זען גיין?
#יש דברים בגוי

אגב, רה''ק דקהל פורים האט אין די לעצטע וואך צוויי אליינס עטליכע מאל מודה געווען אז ער איז נישט גערעכט.

קוק צוריק וואס מען פלעגט שרייבן אויף שלמה. ער איז א פארלוסט פאר איי-וועלט און ווען ער ווערט ווען געטריעט ווי איינער וואס איז וועלקאם וואלט ער נאך דא געווען!

און בוידעם איז די זעלבע נאר ער פארמאגט א סענס אוו יומער און האט נישט מורא אראפצוקומען אין די מאראסט קעגן זיינע קעגנער, און ער פארנעמט מער ווי די עוורידש מענטש

RT

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 9:57 am

און כאפצעם שרייבט דא זייער ווייניג לעצטענס מהאי טעמא...

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 9:58 am

און @משה ועיקר שכחתי

שלמה האט געהאט א גאר הויעכע סטאנדארט. במילא איז וואס?!

יעדע אנטי טראמפ מיז זיין א שלמה?! פארוואס קען ער נישט זיין אזוי ווי יעדע ניק דא? שרייבט צו די זאך און נארמאל און דא דארט שרייבט ער נארישקייטן. ער איז א מענטש.

ער מיז נישט זיין מער פערפעקט ווי 90٪ עולם דא, בלויז ווייל ער האלט אנדערש ווי זיי

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: און ערגעץ נישט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 10:08 am

ששש.. מ׳הערט אריין די קולות און די נעקסטע חדר. אביסל שטילער
!...Jobs Jobs Jobs

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7561
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 10:08 am

אגרי מיט יש ברירה.

איך געדענק נאך ווען מ'האט גערודפ'ט די טראמפ שטיצער, אזש מ'האט געמוזט עפענען א באזונדערע אשכול. יעצט האט זיך דאס רעדל איבערגעדרייעט.

צווייטענס, יעדע נייע ניק נעמט צייט ביז מ'רייבט זיך אויס און מ'פיט אריין אינעם סיסטעם, מ'דארף האבן אביסעלע סבלנות.

דריטענס, אויב שפירסטו ווי נעם תגובה שטעכט, מוז עס נישט זיין ווייל ער שרייבט בייסיגע ף, ווייל אסאך מאל טוהט די אמת וויי.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: און ערגעץ נישט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 10:10 am

זאכליך האט געשריבן:אגרי מיט יש ברירה.

איך געדענק נאך ווען מ'האט גערודפ'ט די טראמפ שטיצער, אזש מ'האט געמוזט עפענען א באזונדערע אשכול. יעצט האט זיך דאס רעדל איבערגעדרייעט.

צווייטענס, יעדע נייע ניק נעמט צייט ביז מ'רייבט זיך אויס און מ'פיט אריין אינעם סיסטעם, מ'דארף האבן אביסעלע סבלנות.

דריטענס, אויב שפירסטו ווי נעם תגובה שטעכט, מוז עס נישט זיין ווייל ער שרייבט בייסיגע ף, ווייל אסאך מאל טוהט די אמת וויי.

;l;p-
!...Jobs Jobs Jobs

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4942
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 10:50 am

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:...


יישר כח, עס גייט נאך ווייטער, אבער שוין....

וכן להיפך, אבער שוין.


זייער אינטרעסאנט ווי די הערה איז נישט אוועגעפלויגן אין די צייט וואס סאבסיטוט'ס הערה אינעם אנדערן געהענגל איז אוועגעפלויגן ווייל ער האט געשריבן "ווי אר טייערד אוף וויניג"...

וואסי? נאר מיין חתימה מעג מען מעקן איינמאל און נאכאמאל?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4942
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 10:54 am

איך וויל נישט זאגן קיין נעמען, אבער ס'דא געוויסע שרייבער וואס נישט נאר האט די הנהלה באקומען אן א שיעור קאמפלעינטס אויף זיי, נאר טייל חברי הנהלה זעלבסט (און נישט דוקא פון די אנדערע זייט פאליטיש) האבן קאמפלעינט אז זיי פירן זיך אויף ווי טראלס.
ס'דא מענטשן וואס זענען אזוי משוגע געווארן פון טראמפס געווינס אז פון געלונגענע, באזעסענע שרייבער זענען זיי געווארן טראלס וואס שרייבן זאכן וואס זיי ווייסן איז נישט אמת נאר כדי אויפצורעגן יענעם. ער קען שרייבן אין איין מינוט פיר תגובות, וואס יעדע לייגט אראפ דער מציאות גענוי קאפויער ווי די אנדערע.
מיט אזא איינעם קען מען נישט פירן קיין נארמאלע קאנווערסעישאן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: און ערגעץ נישט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 11:40 am

פשוט וויזוי איך קוק אהן דעי גאנצע ערד ציטערניש דעם היינטיגן פרייטאג פר׳ ויחי דא אויפן וועלטל.
העך בין נישט קיין נייער אויף אייוועלט בכלל, איך בין צום ערשטן מאל ארויפגעקומען אהער דאכצעך בערך 5 יאר צוריק ווען מיט ראמני איז געווארן די ריפאבליקען נאמעני צום 2012 דזשענעראל עלעקשן. איך האב אלטס נאר געליינט, און קיינמאל נישט געשריבן, נישט וועגן עפעס א ספעסיפישן סיבה, נאר פשוט כ׳האב מער ליב צו ליינען ווי שרייבן.

אבער וואס כ׳האב יא אויפגעפאסט איז אז כסדר קומען ארויף אהער נייע שרייבער לאו דוקא און פאליטיק און שרייבן און שרייבן און שרייבן ביז זע ווערן נימוס פון שרייבן און זע ווערן פארשווינדן, אזוי גלגל החוזר און יעדע ווינקל פונעם וועלטל, און נאר היבש א קלענערע צאל וואס בלייבן יא דא (אלטס שרייבער עכ״פ) צו האלטן דעמוילעם געשפאנט.

אזוי ווי יעדע יונגע שרייבער,(זאכליך האט אנגעריט די נקודה מער אינקורצן) און אנפאנג שרייבט מען מער אפט און מער אגרעסיוו, בייסיג און מער מויל שפראך. ס׳זאל דיר ח״ו נישט בייפאלן אז איינער מיינט עפעס איינער פערזענדליך חלילה, נאר אזוי האט דער בוכ״ע באשאפן א מענטש אז ס׳נעמט אביסל צייט ביז מ׳געוויינצעך צו צום סיסטעם און מ׳פארט אראפ א טאון. און אפילו איך פערזענדליך, הגם כ׳דריי מיר שוין דא סאך לענגער פון ווי אלט מיין ניק איז, מיט דעם אלעם שרייב איך נאך ברייטער ווי די מער עלטערע ניקס. און ס׳איז פארשטענדליך. איז ווען מ׳וויל לערנען א געוויסע ניק וויזוי זיך אויפצופירן ביים שרייבן, איז די בעסטע עצה ווען מ׳שרייבט יענעם א אישי, אדער אפילו א ריפליי צו יענעם׳ס תגובה אויף מער א בעסערן אויפן. אבער צו אראפרייסן יענעם פשוט פארן פאקט אז יענער האט נאך נישט ארויס די גאנצע געשעפט האט נישט קיין פשט.
יעדער איז דאנקבאר פאר יעדעם דא, אין שום תערימות ולא שמתא ולא ארור. שקויעך

- טשאדעלע באדעלע

#כ׳פיל בעסער
!...Jobs Jobs Jobs

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 12:18 pm

צל עובר האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:וועגן די יו. ען האבן זיך אלע (חוץ געציילטע) אמעריקאנער פריינט צוריקגעהאלטן פון שטימען צוליב טראמפ'ס כבוד


רב פאליק דאס איז ממש שטיסעם במחילות כבודך , גיי דורך די ליסט.

נאר פשוט פאר א משל, ענגלאנד פראנקרייך דייטשלאנד איטאליע יאפאן סאוט קאריע און נאך כמעט 20 לענדער אין אייראפע,

און לויט די טראמפ ניקס דא אויך רוסלאנד און טשיינע.



און וואס טוט זיך מיט פוילן אוסטראליע קאנאדע מעקסיקא ועוד?

זיכער איז דא וואס יא אבער די אלע וואס האבן נישט געשטימט (בערך 30 אין צאל ) האבן עס געטוהן פאר טראמפ'ס כבוד
כ"ש שאר האנשים בראותם האמת נוטה עם הא' לא יקשה עורף וע"ז אמרו הוי מודה על האמת רצ"ל אע"פ שתוכל להציל נפשך בטענות תוכחיות כשתדע שהם אמת דבריו אשר טענתך עליו גלויה מפני חולשתו או מפני יכולתך להטעות האמת חזור לדבריו :

רמב"ם

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 12:23 pm

שכח פאר די חשובע ניקס פאר די ווארימע חיזוק ווערטער.

און א גוט שבת פאר אלע העיטערס און לוזערס! (קרעדיט: מר. דאנעלד)

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 12:33 pm

זאכליך האט געשריבן:אגרי מיט יש ברירה.

איך געדענק נאך ווען מ'האט גערודפ'ט די טראמפ שטיצער, אזש מ'האט געמוזט עפענען א באזונדערע אשכול. יעצט האט זיך דאס רעדל איבערגעדרייעט.

צווייטענס, יעדע נייע ניק נעמט צייט ביז מ'רייבט זיך אויס און מ'פיט אריין אינעם סיסטעם, מ'דארף האבן אביסעלע סבלנות.

דריטענס, אויב שפירסטו ווי נעם תגובה שטעכט, מוז עס נישט זיין ווייל ער שרייבט בייסיגע ף, ווייל אסאך מאל טוהט די אמת וויי.

איך מיז מיט דיר דיסיגריען, ס'האט ממש אייביג געהערשט א פרא טראמפ ליפט אויף אייוועלט, נאר וואס דען, טראמפ האט מען ממש נישט געטארט אטאקירן ווייל זיינע שטיצע זענען ממש ארויס פון די געהירן פון יעדע קריטיק וואס מ'האט געשריבן, אבער כאפ א בליק צוריק וועסטו זען אז הילערי איז געווען געסקראלט פון אלע זייטן דא בעת וואס טראמפ האט זיך געהאט זיינע פייערדיגע שטיצע וואס האבן געהאקט און געביסן ווער ס'האט זיך נאר דערוואגט, אייוולעט קען מען זאגן איז טראמפ לאנד חוץ פון ממש געציילטע תגובות, אפילו אלע מעקערס זענען מער פרא טראמפ און דערפאר פליט פון זיי ווייניגער אראפ

איך שרייב מער נישט קיין סאך ווייל איך זעי אז איך בין ממש אליין אויפן וואסער און נישט קיין אינטערשייד וואס איך גיי נאר שרייבן גייט דאס זיין אפגעפרעגט ווייל דא איז דאך טראמפ לאנד, א שאד צו שרייבן ווען ס'מאכט גארנישט אויס

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 12:37 pm

יהודי האט געשריבן:כספי ;l;p-
גוט געזאגט

ביסט אלץ געווען די ערשעט צו געבן קאמפלעמענטן פאר אן אטאקירער, געדענקסט נאך??..

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 12:40 pm

אמביציע האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:כספי ;l;p-
גוט געזאגט

ביסט אלץ געווען די ערשעט צו געבן קאמפלעמענטן פאר אן אטאקירער, געדענקסט נאך??..

ניין

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: און ערגעץ נישט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 12:40 pm

סאבסיטוט האט געשריבן:שכח פאר די חשובע ניקס פאר די ווארימע חיזוק ווערטער.

און א גוט שבת פאר אלע העיטערס און לוזערס! (קרעדיט: מר. דאנעלד)

.
!...Jobs Jobs Jobs

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: און ערגעץ נישט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 12:41 pm

אמביציע האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:כספי ;l;p-
גוט געזאגט

ביסט אלץ געווען די ערשעט צו געבן קאמפלעמענטן פאר אן אטאקירער, געדענקסט נאך??..

אנטשולדיגט. ס׳נישט אמת.
ס׳דא וואס האלטן פינקט פארקערט ווי דיר. כ׳וועל דיר געבן איין קליינעם משל און שוין. ווען ס׳איז ארויס די נייעס אז פאול מענעפארד איז אנגעקלאגט געווארן אויף א נישט טראמפ/ראשע רילעידעט קריים, און אז ער מיט זיין שיתוף ווערן ג׳רודפט דורך מוללער בערך וויזוי ראבאשקין איז גערודפט געווארן (כ׳פארגלייך נישט, כ׳מיין נאר די פוינט)האטעס מיר ווייגעטאן (נישט פערזענדליך, נאר פאליטיש) און ווען כ׳האב געזען וויזוי ניקס דא זענען אָל עקסיידעד, האבעך אויך אנגעהויבן טראכטן אז איי וועלט איז פרא קלינטאן
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום פרייטאג דעצמבער 29, 2017 12:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!...Jobs Jobs Jobs

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 12:46 pm

איך געדענקט נאך ווען איך בין געווען אויפן צימבל אזוי וואו סאבסיטוט, איך פלעג שרייבן אין מיין אשכול ''פון אלץ און אלעמען'' זאכן וואס פילע ניקס האבן הנאה געהאט צעדרייט דארף איך זיין נאך צו שרייבן דא אויפן וועלטל ווען רוב וועלט איז קעגן דיר פארזענליך ווייל איך האלט אנדערש וואו אייך

א גוטן פורים, איך דארף שרייבן פאר מיינע העטער'ס? וואס זענען גווארן העטערס צוליב נארישע פאליטיק'ס בלא

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 12:48 pm

אמביציע האט געשריבן:איך געדענקט נאך ווען איך בין געווען אויפן צימבל אזוי וואו סאבסיטוט, איך פלעג שרייבן אין מיין אשכול ''פון אלץ און אלעמען'' זאכן וואס פילע ניקס האבן הנאה געהאט צעדרייט דארף איך זיין נאך צו שרייבן דא אויפן וועלטל ווען רוב וועלט איז קעגן דיר פארזענליך ווייל איך האלט אנדערש וואו אייך

א גוטן פורים, איך דארף שרייבן פאר מיינע העטער'ס? וואס זענען גווארן העטערס צוליב נארישע פאליטיק'ס בלא

צדיקל איך האב דיר עס מסביר געווען אמאל. אז דו האלטסט עס נישט ביים פארשטיין איז עס דיין פראבלעם.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”