אלעס ארום ריפיעלן/פיקסן אבאמאקעיר

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 03, 2017 4:06 pm

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:לאמיר זען וואס די עווערידזש מאכער זאגן אויף ניו יארק, און לויט דעם וועט מען מחליט זיין צו זיי ווייסן וואס זיי רעדן צו נישט.
די סקרינשאטס זענען פון ניו יארק סטעיט אוו העלט. א לינק וועט נישט העלפן ווייל דו וועסט עס עניוועיז נישט קענען עפענען. עמיר פרובירן צו מאכן א סקרינשאט מיט די URL דערין.

פארוואס העט ער נישט קענען עפענען די לינק??
דא איז די לינק מאך אליין די סורטש.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » זונטאג דעצמבער 03, 2017 4:09 pm

ווייל מען קען נישט זען די פלענס נאר אויב מען האט אן אקאונט, מען האט אויסגעפילט די אפליקאציע, און מען האלט שוין ביי דעם שטאפל פון פיקן א פלען.
אדרבה, זאל איינער וואס קויפט נישט פון די עקסטשעינדזש פרובירן צו גיין ווייטער אויף פאראינטערעסירט'ס לינק, און צוריקקומען מיט די רעזאלטס.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 03, 2017 4:36 pm

איך ווייס נישט פון וואס איהר רעדט, אבער דאס קען יעדער זעהן,
צוגעלייגטע
Screenshot_20171203-162155.png
גאלד פלענס
Screenshot_20171203-162155.png (242.3 KiB) געזעהן 1196 מאל
Screenshot_20171203-162136.png
סילווער פלענס
Screenshot_20171203-162136.png (234.53 KiB) געזעהן 1196 מאל
Screenshot_20171203-162107.png
בראנדז פלענס
Screenshot_20171203-162107.png (233.01 KiB) געזעהן 1196 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » זונטאג דעצמבער 03, 2017 4:40 pm

אקעי, איך כאפ שוין מיין טעות.
איך בין געגאנגען צו די לאג אין, אנשטאט גלייך גיין צו פלען סעלעקשאן.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 03, 2017 4:42 pm

פלענס דיטעילס.
צוגעלייגטע
Screenshot_20171203-163837.png
Screenshot_20171203-163837.png (266.54 KiB) געזעהן 1187 מאל
Screenshot_20171203-163814.png
Screenshot_20171203-163814.png (269.36 KiB) געזעהן 1187 מאל
Screenshot_20171203-163750.png
Screenshot_20171203-163750.png (266.58 KiB) געזעהן 1187 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 10:55 am

א ביל פון א געבורט אין די גאלדענע יו. עס.

אנטקעגן א געבורט ביל פון שוועדן.

(יעצט לאמיר ציילן א קאונטדאון ביז א מוח געוואשענער שרייט סטאלין און מארקס)
צוגעלייגטע
A4102E43-76E0-42C9-8FA8-4B1F71A126DF.jpeg
A4102E43-76E0-42C9-8FA8-4B1F71A126DF.jpeg (133.04 KiB) געזעהן 1100 מאל

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 4:46 pm

בעריש'ל האט געשריבן:א ביל פון א געבורט אין די גאלדענע יו. עס.

אנטקעגן א געבורט ביל פון שוועדן.

(יעצט לאמיר ציילן א קאונטדאון ביז א מוח געוואשענער שרייט סטאלין און מארקס)

וואס גענוי וויל דיין נישט-געוואשענע כשר-לפסח'דיגע מח ארויסברענגען דערמיט?
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 9:25 pm

בעריש'ל האט געשריבן:א ביל פון א געבורט אין די גאלדענע יו. עס.

אנטקעגן א געבורט ביל פון שוועדן.

(יעצט לאמיר ציילן א קאונטדאון ביז א מוח געוואשענער שרייט סטאלין און מארקס)


איך ווייס נישט צו וואו די צילסט.

אבער עטליכע הערות.
אויף די ביל פון שוועדן שטייט נישט פארוואס זיי בילן, (עכ"פ איך זעה נישט...) עס קען זיין אז דאס איז נאר אויף א זייטיגע אפגרעיד, אדער סערוויס, פריוואטע צימער, אדער גאר די שפיטאל בילדער כאפער...

די ביל פון אבינגטאן מעמאריעל אין פענסילוועניע מאכט נישט קיין סענס. (א חוץ אויב עס איז געווען א סופער שווערע קאמפליצירטע דעליווערי)
ערשטנס די עוורעדזש נארמאלע געבורט קאסט אין די יו עס איז צווישן $3,000 צו $9,000 אריינגערעכנט די וויזיט'ס ביים דאקטער אין די חדשים פארדעם (א סי סעקשאן איז נאך 3-4 אלפים) טאקע הויך כלפי אסאך אנדערע לענדער, אבער ווייט ווייט פון די $42,000 דו ווייזט אויפן בילד.

נאכדעם עס קען אסאך מאל זיין אז דאס איז דזאסט די ביל וואס די שפיטאל שיקט צו די אינשורענס, אבער די אינשורענס רוקט אסאך מאל אראפ די ביל מיט מער ווי 50 - 60 פראצענט.

א רום קאסט נישט קיין 10 אדער גאר 16 אלפים א חוץ א VIP רום פאר עטליכע טעג קען יא זיין אזויפיל.
און אזוי ווייטער אסאך טשארדזעס דארטן מאכן נישט קיין סענס, נאר כאמור עס איז מן הסתם די ביל וואס די שפיטאל שיקט צו די אינשורענס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 9:38 pm

ר' פאראינטערעסירט, די ביל מאכט זייער אסאך סענס אין אמעריקע אויב רעכנט דאס אריין די וויזיטס בעפאר. איך האב בילס וואס דער שפיטאל האט געשיקט צו מיין ווייבס אינשורענס פאר ארום צוואנציג אלפים די געבורט אליין. (אנעסטיזשע צב"ש קאסט $4,000!)
נאר ווי איר זאגט, די אינשורענס צאלן קוים א צענטל פון די ביל.

אגב זעה איך יעצט אויף די 'צוגעלייגטע' עפעס א פאוסט ICU טשארדזש. זעט אויס אז די רעדע איז נישט פון א פשוטע געבורט.

באט עניוועיז זעה איך נישט וואס אונזער בערישל וויל ארויסברענגען. אפשר אז אבאמאקעיר איז גארנישט ווערט?
לעצט פאראכטן דורך רה''ק דקהל פורים אום מאנטאג דעצמבער 04, 2017 9:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 9:42 pm

בעריש'ל האט געשריבן:א ביל פון א געבורט אין די גאלדענע יו. עס.

אנטקעגן א געבורט ביל פון שוועדן.

(יעצט לאמיר ציילן א קאונטדאון ביז א מוח געוואשענער שרייט סטאלין און מארקס)

בילל אדער וויפיל מען ברויך צאלן?
אין שוועדן צאלסטו טעקס און דא צאלסטו פרימיומס!

גראדע אויף מעדיקעל קאסטן דא ביסטו גערעכט! אבער שולדיג איז נישט קיין צווייטער ווי די רעגירונג וועמען דו ווילסט פארטרויען די גאנצע העלט קעיר סיסטעם! אויב מעדיקעיר וואס איז פעדעראל (בערך 44 מיליאן) צאלן די געשוואלענע פרייזן פאר דראגס וואס אין יוראפ קאסטן האלב פרייז און עס איז זיי קיינמאל בייגעפאלן צו מאכן א דיעל מיט א פארמעסודיקעל מענופעקטשערינג פאר א ביליגע פרייז, זעה איך נישט קיין האפענונג ווען זיי וועלן קאנטראלירן 350 מיליאן מענטשן

די עצה פאר העלט קעיר אין מיין אפיניען איז

1) אויסרייניגן די FDA, דאס נעמט אריין
אפראוון גרינג מעדעצינען, מעדעצין פאבריצירער, וכד' וואס זענען שוין אפראווד אין ערשטע וועלט לענדער ווי ענגלאנד, יוראפ, שוועדן וכד'
לאזן פארמעסיס און שפיטעלער קויפן אפראווד מעדיצינען פון אנדערע לענדער (דאס וועט דראסטיש שניידן די פארמעסודיקעל הוצאות)

2) טאמער סוט מען א דאקטאר/שפיטאל וכד' און מען פארלירט, דארף מען באצאלן יענעמס לויער קאסטן (דאס וועט דראסטיש שניידן די מאלאפרעקטיס אינשורענס וואס קאסט די דאקטוירים/שפיטעלער ימים מיט געלט, און אויך א געוואלד אומנויטיגע procedures, אטאמאטיש קען דער דר. זיין ביליגער און די ארבעט ווייניגער)

3) לאזן קויפן אינשורענס אריבער סטעיט ליניעס (דאס וועט ברענגן קאמפעטישן און מיט דעם פארביליגערן די פרייזן פון אינשורענס)

4) אפשאפן די עסענשל העלט בענעפיטן (דאס וועט ברענגן קאמפעטישן און מיט דעם פארביליגערן די פרייזן פון אינשורענס)

5) מאדיפיצירן די פרי עקזיסטינג קאנדישענס!, די מהלך,
נעקסטע 2 יאר למשל מוז יעדע אינשורענס נעמען פרי עקזיסטינג קאנדישענס (פארשטייט זיך יעדע נייע קאמפעני וועט אויך מוזן עפעס א סכום יארן פשוט צו זיכער מאכן אז די גרויסע עפענען נישט קיין פרישע און לאזן די אלטע פייפן);
איינער וואס איז אינשורד קען נישט ווערן אראפגעווארפן צוליב וואס האט זיך נאכדעם געמאכט א קאנדישאן;
יעצט אויב איינער האט אינשורענס און האט א קינד איז דאס אטאמאטיש אונטער די מאמעס/טאטעס אינשורענס, קיין נפק"מ מיט/אָן א קאנדישן;
יעדע ביזנעס אינשורענס דארף האבן די אפציע צו קאנווערטן צו אן אינדיווידועל אינשורענס;
איינער וואס איז אויף מעדיקעיד פאר 5 יאר למשל (פשוט זיכער צו מאכן אז מען מאכט נישט מעדיקעיד צוליב די סיבה) מוז ווערן אנגענומען ביי אלע אינשורענס פירמעס קיין חילוק מיט/אָן קאנדישען;
אויב איינער האט זיך נישט אנגעשלאסן אין די 2 יאר אדער ער איז געווען געזונט און נישט געקויפט אינשורענס און קראנק געווארן שפעטער, דאן מוז די אינשורענס אנעמען אבער מעג בעטן 2-3 מאל די פרייז + א קאנטראקט פון למשל 5 יאר פאר די פרייז אפ' ער ווערט געזונט; (דאס איז אלעס אז דער אינשורענס קאמפאני זאל נישט ווערן באלעסטיגט מיט קראנקע מענטשען און מוזן הייבן פרייזן)

6) אויף די שפיטעלער מוז מען עפעס טאן (לדוגמה אז די רעגירונג צוזאמען מיט די שפיטעלער זאל 1 יאר ספענדן ביליאנען צו אפגרעידטן צו די נייעסטע מאשינערי אזוי צו פארביליגערן די סיסטעם) , אבער דערווייל האב איך נאכנישט קיין געהעריגע איידיע

אויב איז די אלע זאכן שייך צו טאן דאן קען דא זיין ביליגע און גוטע קוואליטעט העלט קעיר + א פרייע מארקעט, און אויב נישט (ווייל לאביאיסטן/קראפטירטע אינסיידערס וכו' וכו') דאן העט א רעגירונג געפירטע סיסטעם זיכער נישט טויגן...
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 9:43 am

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:ר' פאראינטערעסירט, די ביל מאכט זייער אסאך סענס אין אמעריקע אויב רעכנט דאס אריין די וויזיטס בעפאר. איך האב בילס וואס דער שפיטאל האט געשיקט צו מיין ווייבס אינשורענס פאר ארום צוואנציג אלפים די געבורט אליין. (אנעסטיזשע צב"ש קאסט $4,000!)
נאר ווי איר זאגט, די אינשורענס צאלן קוים א צענטל פון די ביל.

אגב זעה איך יעצט אויף די 'צוגעלייגטע' עפעס א פאוסט ICU טשארדזש. זעט אויס אז די רעדע איז נישט פון א פשוטע געבורט.

באט עניוועיז זעה איך נישט וואס אונזער בערישל וויל ארויסברענגען. אפשר אז אבאמאקעיר איז גארנישט ווערט?

ערשטנס די אמעריקאנע גע'בילאכטס איז טאקע גאר אסאך העכער ווי אין רוב אנדערע לענדער.

אבער די טשארדזש פון $16,000 פאר א רום דאזענט מעיק סענס, (1 טשארדזש פון $10,353 און די צווייטע פון $6,902.)
די לעבּס קאסטן אויך געווענליך נישט אזוי טייער,

די טשארדזש וואס מ'בעט פון אן אינווידועל איז טסאך ווייניגער וואו דאס וואס זיי בעטן פון אינשורענס, ווייל די אינשורענס רוקט דאס סייווי אראפ צו כמעט א דריטל אדער אפי' ביז א פערטל פונעם ריקוועסטעט פריייז.

באט עניוועי למאי נפקא מינה לגבי העלט קעיר.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 10:01 am

משה, עקזעקטלי! די גאווערמענט רעגולעישענס אויף די מאשינען און מעדיקעישעיס קאסטן די הויזן! און ס'נעמט חדשים לענגער ווי אין אנדערע לענדער צו אפראוון... די ערשטע זאך איז ריפארם די FDA...

נאכדעם איז די מעלפרעקטיס אישו... א דענטיסט האט ארויסגעריקט א ציין, 30 מיליאן דאללער לאו-סוט! מיר האט א קייראפרעקטער געזאגט אמאל אז זיין מעלפרעקטיס אינשורענס קאסט אים 10 פער חודש! 120 טויזענט דאללער א יאר!!! דאס איז א שיינע פאר יאר צוריק... קענסטעך אימעדזשענען א דאקטער'ס אפיס מיט מערערע מאשינען וויפיל מעלפרעקטיס אינשורענס קאסט? מ'דארף ריפארמען בלויז די צוויי זאכן און דאקטער קאסטן פאלט אימידיעטלי!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 11:56 am

משה כספי האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:א ביל פון א געבורט אין די גאלדענע יו. עס.

אנטקעגן א געבורט ביל פון שוועדן.

(יעצט לאמיר ציילן א קאונטדאון ביז א מוח געוואשענער שרייט סטאלין און מארקס)

בילל אדער וויפיל מען ברויך צאלן?
אין שוועדן צאלסטו טעקס און דא צאלסטו פרימיומס!

גראדע אויף מעדיקעל קאסטן דא ביסטו גערעכט! אבער שולדיג איז נישט קיין צווייטער ווי די רעגירונג וועמען דו ווילסט פארטרויען די גאנצע העלט קעיר סיסטעם! אויב מעדיקעיר וואס איז פעדעראל (בערך 44 מיליאן) צאלן די געשוואלענע פרייזן פאר דראגס וואס אין יוראפ קאסטן האלב פרייז און עס איז זיי קיינמאל בייגעפאלן צו מאכן א דיעל מיט א פארמעסודיקעל מענופעקטשערינג פאר א ביליגע פרייז, זעה איך נישט קיין האפענונג ווען זיי וועלן קאנטראלירן 350 מיליאן מענטשן

מעדיקעיר צאלט דאס ווייניגסטע קאמפערט מיט אנדערע אינשורענס'עס!

די סיבה פארוואס (כמעט) יעדער נעמט עס אהן איז צוליב וואס די רוב פאציענטן באשטייען פון עלטערע לייט, און עפ"ר פארמאגן זיי מעדיקעיר, ממילא אויב וויל מען זיין אין ביזנעס מוז מען נעמען מעדיקעיר,

נאנט צו 60 מיליאן מענטשן פארמאגן מעדיקעיר (נישט 44 מיליאן)

מעדיקעיר האט יא אגרימענטס מיט די דאקטוירים אין אלגעמיין מיט א זייער נידריגע צאלן ראטע,
לגבי פארמאסי איז דא א דיפרענט טייפ אויף מעדיקעיר (וואס האט בערך 42 מיליאן איינגעשריבענע) וואס טוט עפ"ר אויך צאלן זייער ווייניג.
דוק וטישטעך

וויכטיג מאכער האט געשריבן:משה, עקזעקטלי! די גאווערמענט רעגולעישענס אויף די מאשינען און מעדיקעישעיס קאסטן די הויזן! און ס'נעמט חדשים לענגער ווי אין אנדערע לענדער צו אפראוון... די ערשטע זאך איז ריפארם די FDA...

נאכדעם איז די מעלפרעקטיס אישו... א דענטיסט האט ארויסגעריקט א ציין, 30 מיליאן דאללער לאו-סוט! מיר האט א קייראפרעקטער געזאגט אמאל אז זיין מעלפרעקטיס אינשורענס קאסט אים 10 פער חודש! 120 טויזענט דאללער א יאר!!! דאס איז א שיינע פאר יאר צוריק... קענסטעך אימעדזשענען א דאקטער'ס אפיס מיט מערערע מאשינען וויפיל מעלפרעקטיס אינשורענס קאסט? מ'דארף ריפארמען בלויז די צוויי זאכן און דאקטער קאסטן פאלט אימידיעטלי!

לגבי די FDA, לאמיר זיך נישט נער'ן. רובא דרובא מעדיקעישן וואס זענען נישט אפראווד געווארן דורכן FDA זענען גארביטש!!! אפי' קליניקל טרייעלס פון אזעלכע מעדיקלי פארגעשריטענע לענדער וואו ארץ ישראל, דייטשלאנד וכדו', איך רעד נישט פון טרייעלס פון טשיינע אדער אינדיע וואס זענען אפי' נישט ווערט די שיפּפּינג קאסטן...

די FDA האט זייער שטרענגע ריקוויירמענטס און פראצעדורן וואס ס'פארלאנגט כדי א מעדיצין זאל ווערן אנגענומען,
עס האט דריי - פיר פאזע וואס מ'דארף דורכגיין, ווייניגער וואו %10 פראצענט האבן סוקסעס צו דורכגיין די פארשידענע פאזעס.
די ערשטע פאזע איז צו טעסטן די סייד עפעקטס פון די מעדיצין,
צווייטע פאזע איז צו זעהן אויב די טריעטמענט ארבעט
דריטע פאזע איז צו זעהן וואס עס זענען די מעלות פון די מעדיצין איבער די ביז יעצטיגע מעדיצין,
פערטע פאזע אי געווענליך שוין נאך אן FDA עפראוועל, עס איז צו זעהן די לאנג טורם עפעקטס פון די מעדיצין, וכו'

עכ"פ עס איז טאקע דא שטארקע טענות אויף די FDA אז עס מאנופילירט ביי די גרויסע פארמאסי קאמפאניס, און אז עס איז קאראפטירט, עס קאסט א געוואלד מיט געלט, וכדו', אבער עס נעמט נישט אוועק די מעלות פון האבן אזא שטרענגע סיסטעם, א מעדיצין וואס איז דורך די פראצעדור קען מען זיין רואיג בס"ד אז עס ארבעט.

לגבי די מעלפרעקטיס אינשורענס זענט עטץ הייליג גערעכט אין מיינע אויגן, אין די היינטיגע וועלט ווען פאר יעדע גליטש אין איינעם'ס פראפערטי קלאגט מען שוין, עס איז דא ספעציעלע לויערס וואס נעמען אהן קעיסעס פאר א %50 פראצענט אויף די געלט וואס מ'וועט באקומען פון די לאו סוט, ס'איז שוין צייט צו מאכן א געזעץ אז די אלע לאו סוטס זאלן דארפן ווערן באצאלט דורכן אנקלאגער אויב ער פארלירט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 1:01 pm

קיינער רעדט נישט פון אויפלעזן די FDA, מ'רעדט פון מאדיפייען... ס' איז דא גענוג און נאך וואס צו טוהן ביליגער צו מאכן די קאסטן אויף טייערע מעדיצין... קוק למשל נעקסיום, פאר סאם ריעזאן פלעגט עס קאסטן 8 דאללער פער פילל, לעצטענס קען מען קויפן אונטער א דאללער פער פילל!! כ'ביניש קלאר וואס די סיבה איז, אבער וואס מ'קען זעהן פון דעם איז אז אסאך מעדיקעישענס זענען טייער און קענען באמת זיין ביליגער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 9:05 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:קיינער רעדט נישט פון אויפלעזן די FDA, מ'רעדט פון מאדיפייען... ס' איז דא גענוג און נאך וואס צו טוהן ביליגער צו מאכן די קאסטן אויף טייערע מעדיצין... קוק למשל נעקסיום, פאר סאם ריעזאן פלעגט עס קאסטן 8 דאללער פער פילל, לעצטענס קען מען קויפן אונטער א דאללער פער פילל!! כ'ביניש קלאר וואס די סיבה איז, אבער וואס מ'קען זעהן פון דעם איז אז אסאך מעדיקעישענס זענען טייער און קענען באמת זיין ביליגער...

פארוואס נעמסטו Nexium??
Prilosec איז די זעלבע זאך נאר ביליגער!
דו צאלסט טייער פאר די ברענד.

----
אופס! יעצט געטשעקט אנליין ביי וואלגרינס און ביי עמעזאן, היינט צוטאגס איז נעקסיום שוין אפי' ביליגער וואו פּריילאסעק, באט אמאל פלעגסטו צאלן טייער פאר די ברענד, די דזשענעריקס זענען אייביג היבש ביליגער.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 9:46 pm

מעדיקעיר צאלט נאכאלטס מער ווי דענמארק און שוועדן וואס האבן אסאך ווייניגער מענטשן ווי 42 מיליאן
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 10:04 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
משה כספי האט געשריבן:

גראדע אויף מעדיקעל קאסטן דא ביסטו גערעכט! אבער שולדיג איז נישט קיין צווייטער ווי די רעגירונג וועמען דו ווילסט פארטרויען די גאנצע העלט קעיר סיסטעם! אויב מעדיקעיר וואס איז פעדעראל (בערך 44 מיליאן) צאלן די געשוואלענע פרייזן פאר דראגס וואס אין יוראפ קאסטן האלב פרייז און עס איז זיי קיינמאל בייגעפאלן צו מאכן א דיעל מיט א פארמעסודיקעל מענופעקטשערינג פאר א ביליגע פרייז, זעה איך נישט קיין האפענונג ווען זיי וועלן קאנטראלירן 350 מיליאן מענטשן

מעדיקעיר צאלט דאס ווייניגסטע קאמפערט מיט אנדערע אינשורענס'עס!

מעדיקעיר האט יא אגרימענטס מיט די דאקטוירים אין אלגעמיין מיט א זייער נידריגע צאלן ראטע,
לגבי פארמאסי איז דא א דיפרענט טייפ אויף מעדיקעיר (וואס האט בערך 42 מיליאן איינגעשריבענע) וואס טוט עפ"ר אויך צאלן זייער ווייניג.
דוק וטישטעך

ווי געשריבן, מער ווי דענמארק און שוועדן וואס האבן אסאך ווייניגער מענטשן אין טאטאל
פאראינטערסירט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:משה, עקזעקטלי! די גאווערמענט רעגולעישענס אויף די מאשינען און מעדיקעישעיס קאסטן די הויזן! און ס'נעמט חדשים לענגער ווי אין אנדערע לענדער צו אפראוון... די ערשטע זאך איז ריפארם די FDA...

לגבי די FDA, לאמיר זיך נישט נער'ן. רובא דרובא מעדיקעישן וואס זענען נישט אפראווד געווארן דורכן FDA זענען גארביטש!!! אפי' קליניקל טרייעלס פון אזעלכע מעדיקלי פארגעשריטענע לענדער וואו ארץ ישראל, דייטשלאנד וכדו', איך רעד נישט פון טרייעלס פון טשיינע אדער אינדיע וואס זענען אפי' נישט ווערט די שיפּפּינג קאסטן...

די FDA האט זייער שטרענגע ריקוויירמענטס און פראצעדורן וואס ס'פארלאנגט כדי א מעדיצין זאל ווערן אנגענומען,
עס האט דריי - פיר פאזע וואס מ'דארף דורכגיין, ווייניגער וואו %10 פראצענט האבן סוקסעס צו דורכגיין די פארשידענע פאזעס.
די ערשטע פאזע איז צו טעסטן די סייד עפעקטס פון די מעדיצין,
צווייטע פאזע איז צו זעהן אויב די טריעטמענט ארבעט
דריטע פאזע איז צו זעהן וואס עס זענען די מעלות פון די מעדיצין איבער די ביז יעצטיגע מעדיצין,
פערטע פאזע אי געווענליך שוין נאך אן FDA עפראוועל, עס איז צו זעהן די לאנג טורם עפעקטס פון די מעדיצין, וכו'

עכ"פ עס איז טאקע דא שטארקע טענות אויף די FDA אז עס מאנופילירט ביי די גרויסע פארמאסי קאמפאניס, און אז עס איז קאראפטירט, עס קאסט א געוואלד מיט געלט, וכדו', אבער עס נעמט נישט אוועק די מעלות פון האבן אזא שטרענגע סיסטעם, א מעדיצין וואס איז דורך די פראצעדור קען מען זיין רואיג בס"ד אז עס ארבעט.


קודם איך רעדט נישט פון טרייעלס אדער א לאנד ווי טשיינע.
איך רעדט פון;
אפראווד מעדיצינען פון ענגלאנד, יוראפ, קאנאדע וכד', וואס האבן שטרענגע געזעצן און אעפ"כ נעמט האלב צייט צו אפראוון נייע מעדיצינען און א צענטל פרייז דורכצוגיין די ביוראקראטיע
אפראווד מעדעצינישע מענופעקטשערינג פון די אויבנדערמאנטע לענדער.

פאראינטערסירט האט געשריבן: לגבי די מעלפרעקטיס אינשורענס זענט עטץ הייליג גערעכט אין מיינע אויגן, אין די היינטיגע וועלט ווען פאר יעדע גליטש אין איינעם'ס פראפערטי קלאגט מען שוין, עס איז דא ספעציעלע לויערס וואס נעמען אהן קעיסעס פאר א %50 פראצענט אויף די געלט וואס מ'וועט באקומען פון די לאו סוט, ס'איז שוין צייט צו מאכן א געזעץ אז די אלע לאו סוטס זאלן דארפן ווערן באצאלט דורכן אנקלאגער אויב ער פארלירט.

כאטש אגרי מיר אויף דעם :wink:

וואס זאגסטו אויף מיין אינשורענס פראפאזעלס?

די קאנווערטן פון עמפלויער צו אינדיווידועל איז א זאך וואס לייף אינשורענס האט (וויכי אלערט...) און העלט אינשורענס האט נאכנישט מאיזה סיבה
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 12:02 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:קיינער רעדט נישט פון אויפלעזן די FDA, מ'רעדט פון מאדיפייען... ס' איז דא גענוג און נאך וואס צו טוהן ביליגער צו מאכן די קאסטן אויף טייערע מעדיצין... קוק למשל נעקסיום, פאר סאם ריעזאן פלעגט עס קאסטן 8 דאללער פער פילל, לעצטענס קען מען קויפן אונטער א דאללער פער פילל!! כ'ביניש קלאר וואס די סיבה איז, אבער וואס מ'קען זעהן פון דעם איז אז אסאך מעדיקעישענס זענען טייער און קענען באמת זיין ביליגער...

פארוואס נעמסטו Nexium??
Prilosec איז די זעלבע זאך נאר ביליגער!
דו צאלסט טייער פאר די ברענד.

----
אופס! יעצט געטשעקט אנליין ביי וואלגרינס און ביי עמעזאן, היינט צוטאגס איז נעקסיום שוין אפי' ביליגער וואו פּריילאסעק, באט אמאל פלעגסטו צאלן טייער פאר די ברענד, די דזשענעריקס זענען אייביג היבש ביליגער.


פריילעסעק איז נישט אזוי גוט ווי נעקסיום!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 7:49 am

צוריק צום נושא.

אין די טעקס ביל וואס גייט בעזר השם היינט דורכגיין ווערט די אינדיווידועל מאנדאט בטל ומבוטל, שם רשעים ירקב...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אור
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 11:27 am

זאכליך האט געשריבן:צוריק צום נושא.

אין די טעקס ביל וואס גייט בעזר השם היינט דורכגיין ווערט די אינדיווידועל מאנדאט בטל ומבוטל, שם רשעים ירקב...
אינטרעסאנט אז מ'רעדט כמעט נישט דערפון

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 12:54 pm

א גוטע אנהייב אבער ווייט נישט גענוג.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 2:21 pm

איינע פון די גרעסטע אישוס מיטן ריפיעלן אבאמאקעיר איז געווען אז די CBO האט אפגעמאכט אז מיטן ריפיעלן די מענדעיט פארלירן צענדליגער מיליאונען זייער העלט אינשורענס... יעצט אז מ'גייט ריפיעלן אן די מענדעיט, ווייל סידעך שוין ריפיעלד, וועטעס זיין גרינגער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
גארגארפיק
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

תגובהדורך גארגארפיק » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 2:32 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איינע פון די גרעסטע אישוס מיטן ריפיעלן אבאמאקעיר איז געווען אז די CBO האט אפגעמאכט אז מיטן ריפיעלן די מענדעיט פארלירן צענדליגער מיליאונען זייער העלט אינשורענס... יעצט אז מ'גייט ריפיעלן אן די מענדעיט, ווייל סידעך שוין ריפיעלד, וועטעס זיין גרינגער...

גוט געזאגט!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 3:26 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איינע פון די גרעסטע אישוס מיטן ריפיעלן אבאמאקעיר איז געווען אז די CBO האט אפגעמאכט אז מיטן ריפיעלן די מענדעיט פארלירן צענדליגער מיליאונען זייער העלט אינשורענס... יעצט אז מ'גייט ריפיעלן אן די מענדעיט, ווייל סידעך שוין ריפיעלד, וועטעס זיין גרינגער...

;l;p- ארט אף דע דיעל...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 8:52 pm

ארט אוו די דיעל? די גרעסטע חידוש איז אז די דעמעקראטן כאפן נאכניש וואס טראמפ טוט מיט זיי... זינגטס ווייטער רוסלאנד, סינישטא קיין וואנט... זיין אפראוול איז לאו... קיפטס ענק ביזי, מ'וועטענק אויפוועקן נאך אביסל...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: rogers, טשאדעלע באדעלע, כאפצעם, נישקשה, פיצי קעפעלע, קיין נפקמ און 37 געסט