אלעס ארום ריפיעלן/פיקסן אבאמאקעיר

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

אלעס ארום ריפיעלן/פיקסן אבאמאקעיר

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש ינואר 07, 2017 10:25 pm

דאנעלד טראמפ וואס איז געלאפן מיטן הויפט צוזאג פון ריפיעלן און ריפלעיסן אבאמאקעיר ווערט איינגעשוואירן אין ווייניגער ווי צוויי וואכן אבער דערווייל קוקט עס אויס א היבש ווייטער מציאות; אויפן מאמענט קוקט אויס ווי אבאמאקעיר וועט נישט אוועקגיין אזוי שנעל ווי מ'האט געקלערט, אויב בכלל.

די פייט איבערן ריפיעל האט זיך אנגעהויבן תיכף דעם פארלאפענעם דינסטאג מיטן קאנגרעס צוריקקער פון זייער וועקאציע. אינעם זעלבן טאג זענען ערשינען פרעזידענט אבאמא און וויצע פרעזידענט-עלעקט מייק פענס. אבאמא איז געקומען סטראטאגירן מיט דעמאקראטן וויאזוי עס צו ראטעווען און געפאדערט זיי זאלן אנהייבן א 'אן דע גראונד' אפעראציע דורכן ארומפארן אין זייערע דיסטריקטס ערקלערן די סכנות אויב די ביל פאלט.

וויצע פרעזידענט עלעקט מייק פענס איז ארויפגעקומען רעדן מיט רעפובליקאנער און נאך א פארמאכטע מיטינג מיט די קאנגרעסניאלע פירער ערקלערט אז ער איז "עקסיידעד" זיך צו נעמען צו די ארבייט פון ריפיעלן אבאמאקעיר און אז מ'דארף עס ריפיעלן תיכף ומיד און דערנאך וועט מען דעבאטירן אין די נעקסטע חדשים וויאזוי/אויב צו ריפלעיסן.

למעשה אין די נאכפאלגענדע טעג האט זיך אנגעהויבן ארויסשיילן אז זאכן זענען נישט אזוי גלאטיג ווי מ'האט זיך געראכטן.

פאול רייען האט ארגינעל געהאט פארשפראכן אז מ'גייט שטימען צו ריפיעלן אבאמאקעיר נאך דעם ענדע יאנואר אבער א טוץ רעפובליקאנער סענעטארן, צווישן זיי 'טאם קאטאן' און 'באב קארקער' האבן געמאלדן אז זיי גייען נישט שטימען צו ריפיעלן אבאמאקעיר אנע ריפלעיסמענט פעקעדזש, א זאך וואס יעדער איז מודה וועט נעמען יארן, אויב געלונגען סוקסעספול בכלל.

סענעטאר רענד פאול וועליכער איז אויך פון די גרויסע פארפירער אז ריפיעלן אבאמאקעיר אן עס ריפלעיסן תיכף ומיד וועט זיין א קאטאסטראפישע באשלוס האט היינט געמאלדן אז ער האט גערעדט מיט טראמפ און דער פרעזידענט עלעקט איז פולקאם איינשטימיג מיט אים.

למעשה, דאס עצם שרייבן א נייע העלטקעיר ביל האבן שוין רעפובליקאנער פראבירט די לעצטע 6 יאר און עס איז קיינמאל נישט געקומען נאענט צו א פאראייניגונג צווישן די רעפובליקאנער, אפילו זינט דעם טראמפ געווינס ווען עס איז געווארן קלאר אז מהאט ענדליך אן ערענסטער מעגליכקייט צו צוריקדרייען דעם ביל האט מען ווייטער געהערט פון קוועלער אינערהאלב קאנגרעס אז עס איז נישטא דערווייל קיין קאממאן גראונד אויף קיין איינע פון די פילע פארגעשלאגענע אבאמאקעיר אלטארנעטיוון.

אין פאל אלע רעפובליקאנער פאראייניגען זיך יא למעשה וועט נאך אויספעלן 60 סענעטארן צו באשטעטיגן א נייע ביל, מאמענטאל האבן די רעפובס. 52 שטימען (הגם ריפיעלן זעלבסט קענען זיי יא מיט בלויזע 52 שטימען ).

יעצט, דער דעמאקראטישער סענעאט פירער 'טשאק שומער' האט זיך נעכטן געלאזט הערן אז די דעמאקראטן גייען נישט שטימען צו באשטעטיגן קיין שום נייע העלטקעיר ביל אין פאל אבאמאקעיר ווערט ריפיעלד. הגם מ'דארף רעכענען אז א צאל דעמאקראטן וואס קומען פון רויטע שטאטן וואס טראמפ האט שטארק געווינען וועלן מעגליך יא שטימען מיט די רעפאבליקאנער איז אבער די נומער 60 א שווערע זאך צו דערגרייכן.

אין אנדערע ווערטער, כדאי צו קענען ריפיעלן אבאמאקעיר וועלן די רעפובליקאנער זיך מוזן קודם פאראייניגן, וואס קוקט אליין אויס א ווייטע מעגליכקייט, דערנאך פאראייניגן קאנגרעס מיט סענאט, אויך א שווערע זאך, דערנאך וועלן זיי נאך מוזן צוקומען צו כמעט א מנין דעמאקראטן, וואס שומער טענהט וועט נישט פאסירן. אין אנדערע ווערטער: א גאר הויעכער בארג ארויף.

אן אנדערע מעגליכע אויסוועג פאר די רעפאבליקאנער איז עס צו הארגענען שטילערהייט מיט א שטייטע טויט. א רעפובליקאנער פירער אין קאנגרעס האט ערקלערט וואס עס זענען די מעגליכע שריט וואס זיי באטראכטן.

קודם קען טראמפ אליין אראפנעמען די אמענדמענט פון די קנס/טעקס פאר די וואס אנטזאגן זיך פון העלט אינשורענס, א סעיף וואס קאנגרעס האט בשעתו געגעבן אטאריטעט פארן פרעזידענט צו מענאווערן (כדאי צו קענען זיין פלעקסיבל מיט די פארלאנגען פון די אינשורענס פירמעס ), דאס וועט מאכן אלע יונגע אויפן עקסטשעינדזש אנטלויפן און איבערלאזן די אלע וועם די אינשורענס פירמעס דארפן נישט.. עס וועט צווינגען די פירמעס צו שטארק הייבן די פרימיומס פאר יעדעם.

דערנאך קענען די רעפובליקאנער אין קאנגרעס אראפנעמען די הויעכע העלטקעיר שטייער וואס די גאר רייכע דארפן צאלן אויף אבאמאקעיר, דאס וועט אוועקנעמען א ריזיגע חלק פון די פאנדינג פונעם עקסטשעינדזש.

דאס נישט עמטליך אבער במיאות ריפיעלן און נישט ריפלעיסן אבאמאקעיר איז אין א וועג נאך ווייניגער שעדליך פאליטיש ווי אריינשטעלן א נייע געזעץ, וואס ווי געשריבן אפילו עס געלונגט זיי איבערצוקומען אלע אויבענדערמאנטע שוועריגקייטן און זיי לייגן אריין אין קראפט א גענצליך נייע העלטקעיר ביל וועלן זיי דערנאך זיין בעה"ב אויף אלע פראבלעמען דערפון.

דערווייל קוקט דאס אויס די מערסט נאענטע וועג צום מציאות פון הארגענען אבאמאקעיר, עס איז אבער נישט קלאר אויב טראמפ אדער בכלל גענוג רעפובליקאנער וועלן האבן חשק צו אזא שפיצל וואס וועט ווארשיינליך אויך נישט אריבערגיין אזוי שטיל און קען אויך האבן ערענסטע פאליטישע קאנסעקווענצן.

ימים ידברו.

היות די סובדזשעקט איז ערווארטעט צו זיין א הויפט טעמה אויפן פאליטישן ארענע אין די נעקסטע פאר חדשים/יארן האביך געקלערט ס'איז גוט מ'זאל האבן דערפאר א באזונדער אשכול.
ווייסע סופראמיסטן זענען פיינע מענטשן, אפריקאנער זענען גארבעדזש לעכער -דאנעלד טראמפ

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מוצ"ש ינואר 07, 2017 10:47 pm

שכוח פאר גיין פתיחה, א שיינע תגובה.

איך וויל מיר באציען צו די פונקט וואס האסט געשריבען.

כאפצעם האט געשריבן:אין פאל אלע רעפובליקאנער פאראייניגען זיך יא למעשה וועט נאך אויספעלן 60 סענעטארן צו באשטעטיגן א נייע ביל, מאמענטאל האבן די רעפובס. 52 שטימען (הגם ריפיעלן זעלבסט קענען זיי יא מיט בלויזע 52 שטימען ).

יעצט, דער דעמאקראטישער סענעאט פירער 'טשאק שומער' האט זיך נעכטן געלאזט הערן אז די דעמאקראטן גייען נישט שטימען צו באשטעטיגן קיין שום נייע העלטקעיר ביל אין פאל אבאמאקעיר ווערט ריפיעלד. הגם א צאל דעמאקראטן וואס קומען רויטע שטאטן וואס טראמפ האט שטארק געווינען וועלן מעגליך יא שטימען מיט די רעפאבליקאנער איז אבער די נומער 60 א שווערע זאך צו דערגרייכן.

אין אנדערע ווערטער, כדאי צו קענען ריפיעלן אבאמאקעיר וועלן די רעפובליקאנער זיך מוזן קודם פאראייניגן, וואס קוקט אליין אויס א ווייטע מעגליכקייט, דערנאך פאראייניגן קאנגרעס מיט סענאט, אויך א שווערע זאך, דערנאך וועלן זיי נאך מוזן צוקומען צו כמעט א מנין דעמאקראטן, וואס שומער טענהט וועט נישט פאסירן. אין אנדערע ווערטער: א גאר הויעכער בארג ארויף..


איז דען די ארגינעלע ביל יא אדורוך מיט זעכציג סענעטארן?

מיין זכרון איז נישט אייביג הונדערט פארצענט גערעכט, אבער עפעס דערמאנט מיר עס אז די ארגינעלע ביל איז אויך נאר דורוך מיט א טריק פון א אנדערע ביל.. קארעקט?!

און אויב דאס איז די קעיס, קענענן דען די רפובס נישט טיען די זעלבע זאך?

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש ינואר 07, 2017 10:53 pm

וואס איך האב געטראפן (שוין נאכן פעסן די ביל אין סענאט מיט א "סופער מעדזשארעטי" האט נאך גענימען 3 חדשים פאר קאנגרעס און סענאט זיך דורכצוקומען! ):

In the Senate, the Democrats gained eight seats to hold 57 out of 100 seats. At the time, there were two Independent Senators, and each was expected to vote for the law. The Democrats needed one more seat in the Senate to gain a supermajority, which is 60 seats, and ensure that the Republicans would be unable to block the passage with a filibuster.
This 60th seat would come unexpectedly, when Senator Arlen Specter of Pennsylvania switched his party affiliation from Republican to Democrat on April 28, 2009. On December 24, 2009, the Senate passed the Obamacare bill by a 60 to 39 vote. It would take another three months for the House and Senate bills to be reconciled. President Obama signed the ACA into law on March 23, 2010.
ווייסע סופראמיסטן זענען פיינע מענטשן, אפריקאנער זענען גארבעדזש לעכער -דאנעלד טראמפ

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מוצ"ש ינואר 07, 2017 10:58 pm

די צווייטע ביל נאכען זיך אדורך קימען מיט קאנגראס האט אויך געהאט 60 וואוטס?

אדער האבן זיי געטיען די טריק פון א אלטע ביל פאר א אנדערע סיבה?!

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש ינואר 07, 2017 11:09 pm

קאנגרעס האט למעשה געשטימט אויף די סענאט ביל.

They decided to have the House take up the identical bill that the Senate passed on Christmas Eve. It passed on March 21, 2010, by a 219 – 212 vote. This time, no Republicans came on board, and 34 Democrats voted against. President Obama signed the ACA legislation two days later on March 23.
ווייסע סופראמיסטן זענען פיינע מענטשן, אפריקאנער זענען גארבעדזש לעכער -דאנעלד טראמפ

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1714
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מוצ"ש ינואר 07, 2017 11:29 pm

כאפפפפפצעם!!! ענד געס וואט ס'איז געלונגען מיר האבן אים געכאפט! זייער א שיינעם באשרייבאכטס, א יישר כח פארן גיין פתיחה!
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג ינואר 08, 2017 12:12 am

אבאמא האט געגעבן א לענגערע אינטערוויו פאר וואקס, ספעציפיש איבער דעם העלטקעיר ביל. ער האט פארשפראכן עפנטליך צו ארויסקומען צו שטיצן די רעפובליקאנער ריפלעיסמענט ביל, אויב זיי קענען דעמאנסטרירן אז זייער פלאן קאווערט טאקע אלעס וואס אבאמא קעיר קאווערט, און נאך ביליגער און גרינגער.

"איך וועל זיין דער ערשטער ארויס צו קומען דערפאר. אין פאקט, דאס איז עקזעקטלי וואס איך האב געבעטן און געפאדערט פון די רעפובליקאנער כסדר ביים דרעפטן דעם אריגינעלן ביל. קומט אויף מיט בעסערע איידיעס, און מיר וועלן עס אינקארפארירן אינעם ביל.

"ווען מיר האבן אנגעהויבן באטראכטן פלענער, האבן מיר געזען א פלאן וואס איז צוזאמען געשטעלט געווארן מיט ביי פארטיזאן שטיצע אין מאסאטשוסעטס, א פלאן וואס האט 'אויסגעזען צו ארבעטן. עס האט געהאט היפשע שטיצע פון רעפובליקאנער, און מיר האבן גערעכנט אז עס וועט זיין מיט וועם צו ארבעטן. למעשה, זענען זיי פלוצלינג געווארן דערקעגן.

"די איידיע אז דאס האט עפעס מיט מיר, מיט פערסאנעל, די א.ג. "אבאמא לעגאסי" איז נארישקייטן. פארגעסט נישט, איך בין נישט געווען דער וואס האט עס אנגעהויבן צו רופן "אבאמאקעיר" , דאס האבן די רעפובליקאנער געטון צו אויפטרייבן אנטיפאטיע צום ביל".

(דער פרעזידענט האט אויך דערמאנט בתוך הדברים איבער אזא סטעיט ווי קענטאקי. וויבאלד ער פאולט נישט גוט דארט, האבן עס די לאקאלע אגענטורן א נאמען געגעבן אנדערש - "קעננעקט". אזוי האבן די מענטשן דארט געזאגט, איך בין זייער קעגן אבאמאקעיר פארשטייט זיך, אבער דער קעננעקט פראגראם ארבעט עפעס גאנץ גוט...).

אבאמא איז מודה אז ס'איז דא חסרונות אינעם ביל. ווען ער קען ווען אנהייבן פון סקרעטש, וואלט געווען די בעסטע צו האבן ווי בערני סענדערס האט געשטופט, סינגל פעיער העלטקעיר. אבער למעשה איז דאס נישט געווען מעגליך. איראניש, זאגט אבאמא, אז די חסרונות וואס זענען דא, בעיקר אז די מעדיקל פראצעדורן קאסטן צו טייער, און אז אין פילע רורעל געגנטער איז נישטא גענוג קאמפעטישאן וויבאלד קאמפאני'ס זענען נישט אינטערעסירט צו אפערן קאווערעזש אין יענע פלעצער, וואלטן געקענט פארראכטן ווערן מיט נאך מער אגרעסיווע לינקע ביג גאווערמענט פלענער. די רעגירונג קען ווען - אזוי ווי אין יעדע אנדערע לאנד - רעגולירן די פרייזן פון לעבנסוויכטיגע מעדיקל פראצעדורן. און אפערן דעם 'פאבליק אפשען' צו העלפן קאמפעטישאן אין די רורעל ערטער. אבער פארשטייט זיך אז די רעפובליקאנער זענען פייערדיג דערקעגן.

איבער די קאסטן זאגט ער (איך קען נישט די סוגיא בכלל, סאו איך בין נאר מעתיק אן פארשטיין) אז בעצם האט אבאמא קעיר געהאלפן רעדוצירן ! די שטייגנדע העלטקעיר קאסטן. די העלט קעיר אינפלאציע איז אויף די נידריגסטע שטאפל אין 50 יאר.

בנוגע די פרימיום'ס זאגט ער אז די סובסידי'ס דארפן ווען טאקע זיין העכער. ער זאגט אז די קאמפאני'ס מאכן עדזשאסטמענט'ס אין די פרייזן און ער מיינט אז נאך די לעצטיגע העכערונג דארפן זיך שוין די פרייזן סטאביליזירן. (אויב איז עס טאקע אזוי איז עס א גוטע געלעגנהייט פאר טראמפ צו לאזן אלעס אויפן פלאץ, און זיך סטרימען אז זייט ער איז פרעזידענט האבן זיך די פרימיום פרייזן געסעטלט...).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג ינואר 08, 2017 12:27 am

זייער אינטערסאנט. טענקס פארן ברענגן!

האמיר א מחלוקה פון אבאמא וואס איז גרייט צו שטיצן א רעפובליקאנע ריפלעיסמענט און טשאק שומער וואס זאגט בלא, ס'נישטא פון וואס צו רעדן אדער אבאמאקעיר אדער גארנישט...

איך דארף עס זעהן צו קענען זאגן זיכער, אבער איך מיין אז אבאמא טרייבט דא פשוט ליצי לצנות אויפן העכסטן לעוול פון די רעפובליקאנער..


מי חכם האט געשריבן:
איבער די קאסטן זאגט ער (איך קען נישט די סוגיא בכלל, סאו איך בין נאר מעתיק אן פארשטיין) אז בעצם האט אבאמא קעיר געהאלפן רעדוצירן ! די שטייגנדע העלטקעיר קאסטן. די העלט קעיר אינפלאציע איז אויף די נידריגסטע שטאפל אין 50 יאר.


דאס הייסט אז עס איז ארויף, אבער אסאך ווייניגער/שטייטער (לויט אינפלאציע ) ווי עס פלעגט ארויפגיין בעפאר אבאמאקעיר.
ווייסע סופראמיסטן זענען פיינע מענטשן, אפריקאנער זענען גארבעדזש לעכער -דאנעלד טראמפ

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג ינואר 08, 2017 12:42 am

צום סוף נעמט ער עס צוזאם אזוי: די פרימיום הייקס האבן למעשה נישט אפעקטירט די קאסטן אוט אוו פאקעט. נאר פאר די וואס באקומען נישט קיין סובסידי'ס. די וואס באקומען פון די רעגירונג, צאלט די רעגירונג מערפאר די סובסידי'ס , אבער עס קאסט נישט מער פאר מענטשן. (ד.ה. אז יעדער האט באקומען די בריוון און געווארן אויפגעברויזט איבער די העכערונגען, אבער די גרעסערע העלפט אדער אפילו רוב רובם אפעקטירט עס בכלל נישט).

נאך מער זאגט ער, די הייקס זענען נאר פאר ווער עס באקומט העלטקעיר דורך אבאמאקעיר עקטשעינזשעס. אבער 85 פראצענט אמעריקע באקומט דורך אנדערע וועגן (די עמפלויערס וכדו'). און די האבן זיך נאר געשפארט במשך די יארן. אין פאקט, זינט אבאמא קעיר איז אריין אין קראפט האבן זיי זיך שוין געשפארט ארום 3,000 דאלער וואס זיי וואלטן ווען געצאלט מער ווען די קאסטן שטייגן ווען ווייטער אזוי ווי ביז דעמאלט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1714
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג ינואר 08, 2017 3:25 am

כאפצעם האט געשריבן:זייער אינטערסאנט. טענקס פארן ברענגן!

האמיר א מחלוקה פון אבאמא וואס איז גרייט צו שטיצן א רעפובליקאנע ריפלעיסמענט און טשאק שומער וואס זאגט בלא, ס'נישטא פון וואס צו רעדן אדער אבאמאקעיר אדער גארנישט...

איך דארף עס זעהן צו קענען זאגן זיכער, אבער איך מיין אז אבאמא טרייבט דא פשוט ליצי לצנות אויפן העכסטן לעוול פון די רעפובליקאנער..


מי חכם האט געשריבן:
איבער די קאסטן זאגט ער (איך קען נישט די סוגיא בכלל, סאו איך בין נאר מעתיק אן פארשטיין) אז בעצם האט אבאמא קעיר געהאלפן רעדוצירן ! די שטייגנדע העלטקעיר קאסטן. די העלט קעיר אינפלאציע איז אויף די נידריגסטע שטאפל אין 50 יאר.


דאס הייסט אז עס איז ארויף, אבער אסאך ווייניגער/שטייטער (לויט אינפלאציע ) ווי עס פלעגט ארויפגיין בעפאר אבאמאקעיר.

איך ווייס נישט פונקטליך וואס ער האט צאמגערעדט דארט אבער איך אלס מענטש וואס נוצט אינשורענס קען זאגן פערסענאלי אז זייט אבאמא קעיר איז מיין פרימיום ארויף אזש איך האב געמוזט טוישן פראוויידער און ווען מיין פראוויידער האט געדשוינט די עקסטשעינדזש האט די פרימיום ארויף געפלויגן און די דעדאקטעבל איז געווען 6000 א יאר למעשה האב איך צוריקגעטשעינטש צו מיין ערשטע פראוויידער מיט א טייערערע פרייז אבער "נאר" א 2000 דיטאקטעבל
טענקס אבאמא!
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 08, 2017 7:07 am

יישר כח כאפצעם, זייער א שיינע און קלארע פתיחה.

איך וועל ברענגען וואס איך האב געשריבן אין אן אנדערע אשכול:
משהזוךמיר האט געשריבן:דזשאסט עי געס: דו ביזט אויף מעדיקעיד. ריכטיג?
איך בין נישט, און איך האב געצאלט פאראיאר $725.10 פאר איין מענטש!! פאר אינשורענס, פלאס ווען איך האב געהאט א קינד האט עס מיר געקאסט $1,300 פון מיין טאש, שוין נאכן מיעטן די $250 דעדאקטיבל, און איך האב נאכנישט קיין אינשורענס פאר היי יאר.
מיין חברותא'ס אינשורענס איז ארויף פון $700 אין 16 צו $1,000 אין 17, א בערך 40% העכערונג. טרעף מיר ווען אין די היסטאריע דאס איז געווען.
דא און דא און דא און דא שטייט אז העלטקעיר קאסטן איז געשטיגן אין דעם לעצטן יאר מער ווי סיי ווען אין די לעצטע 32 יאר!
ביל קלינטאן האט אויך גערעדט פון די מיליאנען וועם אבאמאקעיר האט געשאדט.
דא שטייט אז א דעמאקראטישע גאווערנאר און געוועזענע שטארקער שטיצער פאר אבאמאקעיר זאגט אז עס איז מער נישט עפארדעבל.
ווען אין די היסטאריע איז פרימיום'ס געשטיגן מיט 116 פראצענט, אזוי ווי עס האט פאסירט היי יאר אין אריזאנע?
און די אנדערע ריזיגע העכערונגען?
און א דריטל אמעריקע האט נאר איין אינשורענס פראוויידער, און נאך א דריטל האט נאר צוויי?

ווער איז ברעינוואשט? ווער האט צוגעהערט צו די עקסטרעמיסטישע לינקע משוגעים (ווייל די נישט עקסטרעמע משוגעים זאגן שוין אויך נישט אז עס האט נישט טייערער - און זאגאר ביליגער - געמאכט העלט אינשורענס.
אגב, ביי א דעבאטע בעפאר די עלעקשאןס האט א דעמאקראטישע קאנדידאט פאר קאנגרעס געזאגט " The Affordable Care Act has made health care more affordable" און די גאנצע זאל האט אויסגעבראכן אין א געלעכטער...
איי געס פאקטן מאכן נישט אויס.

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג ינואר 08, 2017 8:21 am

עס איז געשטיגן מער, אויב רעכנסטו נישט אריין אינפלעישאן.
ווייסע סופראמיסטן זענען פיינע מענטשן, אפריקאנער זענען גארבעדזש לעכער -דאנעלד טראמפ

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג ינואר 08, 2017 10:45 am

משהזוךמיר האט געשריבן:...

איך וועל ברענגען וואס איך האב געשריבן אין אן אנדערע אשכול:
משהזוךמיר האט געשריבן:דזשאסט עי געס: דו ביזט אויף מעדיקעיד. ריכטיג?
איך בין נישט, און איך האב געצאלט פאראיאר $725.10 פאר איין מענטש!! פאר אינשורענס, פלאס ווען איך האב געהאט א קינד האט עס מיר געקאסט $1,300 פון מיין טאש, שוין נאכן מיעטן די $250 דעדאקטיבל, און איך האב נאכנישט קיין אינשורענס פאר היי יאר.
מיין חברותא'ס אינשורענס איז ארויף פון $700 אין 16 צו $1,000 אין 17, א בערך 40% העכערונג. טרעף מיר ווען אין די היסטאריע דאס איז געווען.
דא און דא און דא און דא שטייט אז העלטקעיר קאסטן איז געשטיגן אין דעם לעצטן יאר מער ווי סיי ווען אין די לעצטע 32 יאר!
...

...

ווער איז ברעינוואשט? ווער האט צוגעהערט צו די עקסטרעמיסטישע לינקע משוגעים (ווייל די נישט עקסטרעמע משוגעים זאגן שוין אויך נישט אז עס האט נישט טייערער - און זאגאר ביליגער - געמאכט העלט אינשורענס.
אגב, ביי א דעבאטע בעפאר די עלעקשאןס האט א דעמאקראטישע קאנדידאט פאר קאנגרעס געזאגט " The Affordable Care Act has made health care more affordable" און די גאנצע זאל האט אויסגעבראכן אין א געלעכטער...

די אלע לינקס וואס דו ברענגסט רעדן פון איין ספעציפישן חודש, אוגוסט 2016, ווען העלטקעיר קאסטן זענען געשטיגן איבער א פראצענט פון א חודש פריער.
פארן גאנצן יאר זענען קאסטן ארויף מיט בערך 6.5%, אדער אומגעפער א האלבע פראצענט פער חודש אין דורכשניט.

אין 2015 איז העלטקעיר קאסטן געשטיגן מיט 6.8% פארן יאר
מיט 6.5% אין 2014
מיט 7.5% אין 2013
מיט 8.5% אין 2012
מיט 9.0% אין 2011
מיט 9.0% אין 2010
מיט 9.2% אין 2009
מיט 9.9% אין 2008
מיט 11.9% אין 2007.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 20, 2012 10:23 pm

תגובהדורך home » זונטאג ינואר 08, 2017 11:25 am

מיינ׳ס איז ארויף מיט 20%

חלהדעקל
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » זונטאג ינואר 08, 2017 11:34 am

זייער שיינער אנאליז @כאפצעם, שכויח
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג ינואר 08, 2017 12:25 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:...

איך וועל ברענגען וואס איך האב געשריבן אין אן אנדערע אשכול:
משהזוךמיר האט געשריבן:דזשאסט עי געס: דו ביזט אויף מעדיקעיד. ריכטיג?
איך בין נישט, און איך האב געצאלט פאראיאר $725.10 פאר איין מענטש!! פאר אינשורענס, פלאס ווען איך האב געהאט א קינד האט עס מיר געקאסט $1,300 פון מיין טאש, שוין נאכן מיעטן די $250 דעדאקטיבל, און איך האב נאכנישט קיין אינשורענס פאר היי יאר.
מיין חברותא'ס אינשורענס איז ארויף פון $700 אין 16 צו $1,000 אין 17, א בערך 40% העכערונג. טרעף מיר ווען אין די היסטאריע דאס איז געווען.
דא און דא און דא און דא שטייט אז העלטקעיר קאסטן איז געשטיגן אין דעם לעצטן יאר מער ווי סיי ווען אין די לעצטע 32 יאר!
...

...

ווער איז ברעינוואשט? ווער האט צוגעהערט צו די עקסטרעמיסטישע לינקע משוגעים (ווייל די נישט עקסטרעמע משוגעים זאגן שוין אויך נישט אז עס האט נישט טייערער - און זאגאר ביליגער - געמאכט העלט אינשורענס.
אגב, ביי א דעבאטע בעפאר די עלעקשאןס האט א דעמאקראטישע קאנדידאט פאר קאנגרעס געזאגט " The Affordable Care Act has made health care more affordable" און די גאנצע זאל האט אויסגעבראכן אין א געלעכטער...

די אלע לינקס וואס דו ברענגסט רעדן פון איין ספעציפישן חודש, אוגוסט 2016, ווען העלטקעיר קאסטן זענען געשטיגן איבער א פראצענט פון א חודש פריער.
פארן גאנצן יאר זענען קאסטן ארויף מיט בערך 6.5%, אדער אומגעפער א האלבע פראצענט פער חודש אין דורכשניט.

אין 2015 איז העלטקעיר קאסטן געשטיגן מיט 6.8% פארן יאר
מיט 6.5% אין 2014
מיט 7.5% אין 2013
מיט 8.5% אין 2012
מיט 9.0% אין 2011
מיט 9.0% אין 2010
מיט 9.2% אין 2009
מיט 9.9% אין 2008
מיט 11.9% אין 2007.



די טענה איז אז אין 2016 זענען די פרייזן ארויף ווי משוגע (און 2017 גייט זיין נאכמער) דארף מען ווארטן אויף די פרישע נומבערס
yes! he is my president

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג ינואר 08, 2017 1:03 pm

שלמה שרייבט אז דער טאטאל פאר 2016 איז געווען 6.5, בכלל נישט ארויף. נאר איין חודש אינמיטן יאר איז געווען א דראסטישע העכערונג.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג ינואר 08, 2017 1:23 pm

אנטשולדיגט טעיתי
yes! he is my president

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 08, 2017 1:35 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:...

איך וועל ברענגען וואס איך האב געשריבן אין אן אנדערע אשכול:
משהזוךמיר האט געשריבן:דזשאסט עי געס: דו ביזט אויף מעדיקעיד. ריכטיג?
איך בין נישט, און איך האב געצאלט פאראיאר $725.10 פאר איין מענטש!! פאר אינשורענס, פלאס ווען איך האב געהאט א קינד האט עס מיר געקאסט $1,300 פון מיין טאש, שוין נאכן מיעטן די $250 דעדאקטיבל, און איך האב נאכנישט קיין אינשורענס פאר היי יאר.
מיין חברותא'ס אינשורענס איז ארויף פון $700 אין 16 צו $1,000 אין 17, א בערך 40% העכערונג. טרעף מיר ווען אין די היסטאריע דאס איז געווען.
דא און דא און דא און דא שטייט אז העלטקעיר קאסטן איז געשטיגן אין דעם לעצטן יאר מער ווי סיי ווען אין די לעצטע 32 יאר!
...

...

די אלע לינקס וואס דו ברענגסט רעדן פון איין ספעציפישן חודש, אוגוסט 2016, ווען העלטקעיר קאסטן זענען געשטיגן איבער א פראצענט פון א חודש פריער.
פארן גאנצן יאר זענען קאסטן ארויף מיט בערך 6.5%, אדער אומגעפער א האלבע פראצענט פער חודש אין דורכשניט.

אין 2015 איז העלטקעיר קאסטן געשטיגן מיט 6.8% פארן יאר
מיט 6.5% אין 2014
מיט 7.5% אין 2013
מיט 8.5% אין 2012
מיט 9.0% אין 2011
מיט 9.0% אין 2010
מיט 9.2% אין 2009
מיט 9.9% אין 2008
מיט 11.9% אין 2007.


טעיתי און שלמה איז גערעכט מיט דעם, איך האב נישט באמערקט אז די לינקס רעדן נאר פון אויגוסט. אבער דאס איז ווען מ'רעכנט העלט קעיר קאסטן (וואס אין דעם איז אריינעגערעכנט דאס וואס ארבעטסגעבער צאלן פאר זייערע ארבעטערס אינשורענס וכדו'.) ווען מקוקט אויף וויפיל עס האט אפגעקאסט פאר מענטשן (צב"ש פרימיום'ס דעדאקטעבלס קאופעיס וכו' איז עס געשטיגן ווי משוגע, און מיינע אנדערע לינקס זענען נאך אקטועל:
משהזוךמיר האט געשריבן:איך בין נישט (אויף מעדיקעיד), און איך האב געצאלט פאראיאר $725 פאר איין מענטש!! פאר אינשורענס, פלאס ווען איך האב געהאט א קינד האט עס מיר געקאסט $1,300 פון מיין טאש, שוין נאכן מיעטן די $250 דעדאקטיבל, און איך האב נאכנישט קיין אינשורענס פאר היי יאר.
מיין חברותא'ס אינשורענס איז ארויף פון $700 אין 16 צו $1,000 אין 17, א בערך 40% העכערונג. טרעף מיר ווען אין די היסטאריע דאס איז געווען.

...

ביל קלינטאן האט אויך גערעדט פון די מיליאנען וועם אבאמאקעיר האט געשאדט.
דא שטייט אז א דעמאקראטישע גאווערנאר און געוועזענע שטארקער שטיצער פאר אבאמאקעיר זאגט אז עס איז מער נישט עפארדעבל.
ווען אין די היסטאריע איז פרימיום'ס געשטיגן מיט 116 פראצענט, אזוי ווי עס האט פאסירט היי יאר אין אריזאנע?
און - די - אנדערע - ריזיגע - העכערונגען?
און א דריטל אמעריקע האט נאר איין אינשורענס פראוויידער, און נאך א דריטל האט נאר צוויי (אויף די עקסטשעינדזשעס)?

ווער איז ברעינוואשט? ווער האט צוגעהערט צו די עקסטרעמיסטישע לינקע משוגעים (ווייל די נישט עקסטרעמע משוגעים זאגן שוין אויך נישט אז עס האט נישט טייערער - און זאגאר ביליגער - געמאכט העלט אינשורענס.
אגב, ביי א דעבאטע בעפאר די עלעקשאןס האט א דעמאקראטישע קאנדידאט פאר קאנגרעס געזאגט " The Affordable Care Act has made health care more affordable" און די גאנצע זאל האט אויסגעבראכן אין א געלעכטער...


די איינציגסטע וועג וויאזוי עס קען זיין אז די קאסטן זענען געפאלן, קען לכאורה נאר זיין אז מענטשן האלטן זיך אפ פון גיין צום דאקטאר ווייט זיי קענען/ווילן נישט באצאלן זייער דעדאקטיבל און קאופעי. אויב האט איינער אן אנדערע מהלך וויאזוי ס'קען זיין אז טראץ וואס אלע חלקים שטייגן אין די טאטעל קאסט פאלט זאל ער עס ביטע אויפברענגען.
איי געס פאקטן מאכן נישט אויס.

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג ינואר 08, 2017 2:46 pm

מי חכם האט געשריבן:נאך מער זאגט ער, די הייקס זענען נאר פאר ווער עס באקומט העלטקעיר דורך אבאמאקעיר עקטשעינזשעס. אבער 85 פראצענט אמעריקע באקומט דורך אנדערע וועגן (די עמפלויערס וכדו'). און די האבן זיך נאר געשפארט במשך די יארן. אין פאקט, זינט אבאמא קעיר איז אריין אין קראפט האבן זיי זיך שוין געשפארט ארום 3,000 דאלער וואס זיי וואלטן ווען געצאלט מער ווען די קאסטן שטייגן ווען ווייטער אזוי ווי ביז דעמאלט.

חלומות!

זינט אבאמאקעיר איז אריין אין קראפט זענען די פרימיאומס ביי אונזער קאמפאני געשטיגן פון בערך $300 א חודש פאר א סינגל פאליסי צו קרוב $800!!! דער בעה"ב שרייט אז ער קען נישט באצאלן מער ווי די אלטע פרייזן. רוב ארבייטער, אנטשטאט צו צאלן דעם גרויסן דיפערענץ גייען טאקע צו די סטעיט עסטשעינדזש ווי זיי קריגן א פאליסי גענצליך - אדער כמעט-גענצליך - בחינם. שרייט אבאמא: סוקסעס!!
מפתח צו מיינע אשכולות.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 08, 2017 2:52 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:נאך מער זאגט ער, די הייקס זענען נאר פאר ווער עס באקומט העלטקעיר דורך אבאמאקעיר עקטשעינזשעס. אבער 85 פראצענט אמעריקע באקומט דורך אנדערע וועגן (די עמפלויערס וכדו'). און די האבן זיך נאר געשפארט במשך די יארן. אין פאקט, זינט אבאמא קעיר איז אריין אין קראפט האבן זיי זיך שוין געשפארט ארום 3,000 דאלער וואס זיי וואלטן ווען געצאלט מער ווען די קאסטן שטייגן ווען ווייטער אזוי ווי ביז דעמאלט.

חלומות!

זינט אבאמאקעיר איז אריין אין קראפט זענען די פרימיאומס ביי אונזער קאמפאני געשטיגן פון בערך $300 א חודש פאר א סינגל פאליסי צו קרוב $800!!! דער בעה"ב שרייט אז ער קען נישט באצאלן מער ווי די אלטע פרייזן. רוב ארבייטער, אנטשטאט צו צאלן דעם גרויסן דיפערענץ גייען טאקע צו די סטעיט עסטשעינדזש ווי זיי קריגן א פאליסי גענצליך - אדער כמעט-גענצליך - בחינם. שרייט אבאמא: סוקסעס!!

איך האב געזען די 'בחינםדיגע' פלענס. דו ווייסט וויפיל די דעדאקטיבלס און דאופעיס זענען?
חלומות שחלמו אחרים על אחרים
איי געס פאקטן מאכן נישט אויס.

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג ינואר 08, 2017 3:13 pm

מי חכם האט געשריבן:אבאמא האט געגעבן א לענגערע אינטערוויו פאר וואקס, ספעציפיש איבער דעם העלטקעיר ביל. ער האט פארשפראכן עפנטליך צו ארויסקומען צו שטיצן די רעפובליקאנער ריפלעיסמענט ביל, אויב זיי קענען דעמאנסטרירן אז זייער פלאן קאווערט טאקע אלעס וואס אבאמא קעיר קאווערט, און נאך ביליגער און גרינגער.

"איך וועל זיין דער ערשטער ארויס צו קומען דערפאר. אין פאקט, דאס איז עקזעקטלי וואס איך האב געבעטן און געפאדערט פון די רעפובליקאנער כסדר ביים דרעפטן דעם אריגינעלן ביל. קומט אויף מיט בעסערע איידיעס, און מיר וועלן עס אינקארפארירן אינעם ביל.


כאפצעם האט געשריבן:זייער אינטערסאנט. טענקס פארן ברענגן!

האמיר א מחלוקה פון אבאמא וואס איז גרייט צו שטיצן א רעפובליקאנע ריפלעיסמענט און טשאק שומער וואס זאגט בלא, ס'נישטא פון וואס צו רעדן אדער אבאמאקעיר אדער גארנישט...

איך דארף עס זעהן צו קענען זאגן זיכער, אבער איך מיין אז אבאמא טרייבט דא פשוט ליצי לצנות אויפן העכסטן לעוול פון די רעפובליקאנער..



האמיר עס יעצט אויסגעהערט, עס איז טאקע מער א חוזק אנבאט, ער צילייגט די גאנצע ביל מיט אלע דעטאלן און השתלשלות איבער איין אהאלב שעה!

ער רעדט זייער קאנפידענט אז די רעפובליקאנער גייען נישט קענען אויפקומען מיט אן אלטארנאטיוו. קומענדיג פון איינעם וואס איז געווען ביזי דערמיט די לעצטע 10 יאר, דער הויפט אינדזשעניר פונעם גאנצן פראגראם און קען אלע ליגיסטישע און פאליטישע אפעקטן מיין איך אז רעפובליקאנער וואס טראכטן פון א ריפלעיסמענט האבן זיך וואס צו זארגן.
ווייסע סופראמיסטן זענען פיינע מענטשן, אפריקאנער זענען גארבעדזש לעכער -דאנעלד טראמפ

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 9:04 am

די סענאט האט נעכטן שפעט ביינאכט געשטימט אויף א רעזאלוציע וואס זאגט אז מ'דארף ריפיעלן אבאמאקעיר. שטימענדיג צווישן פארטיי ליניעס, מיטן אויסנאם פון רענד פאול וואס זאגט אז מ'טאר נישט ריפיעלן אן ריפלעיסן.
ווייסע סופראמיסטן זענען פיינע מענטשן, אפריקאנער זענען גארבעדזש לעכער -דאנעלד טראמפ

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 3:42 pm

מי חכם האט געשריבן:צום סוף נעמט ער עס צוזאם אזוי: די פרימיום הייקס האבן למעשה נישט אפעקטירט די קאסטן אוט אוו פאקעט. נאר פאר די וואס באקומען נישט קיין סובסידי'ס. די וואס באקומען פון די רעגירונג, צאלט די רעגירונג מערפאר די סובסידי'ס , אבער עס קאסט נישט מער פאר מענטשן. (ד.ה. אז יעדער האט באקומען די בריוון און געווארן אויפגעברויזט איבער די העכערונגען, אבער די גרעסערע העלפט אדער אפילו רוב רובם אפעקטירט עס בכלל נישט).
וויפיל דארף מען מאכן נישט צו באקומען סובסידיס? א מיליאן דאלער א יאר? אויב אלע היימישע ארבעטער וואלטן נישט געדרייט, וואלט כמעט קיינער נישט באקומען קיין סובסידיס! שריי נישט, לאמיר איבערגיין די נומערן. א משפחה פון דריי וואס פארדינט טויזנט דאלער א וואך הכל בכל, איז נישט עלידזשיבל פאר: פוד סטעמפס, סעקשאן 8, וויק, מעדיקעיד, און אויך נישט פאר קיין סובסידיס.

נאך מער זאגט ער, די הייקס זענען נאר פאר ווער עס באקומט העלטקעיר דורך אבאמאקעיר עקטשעינזשעס. אבער 85 פראצענט אמעריקע באקומט דורך אנדערע וועגן (די עמפלויערס וכדו'). און די האבן זיך נאר געשפארט במשך די יארן. אין פאקט, זינט אבאמא קעיר איז אריין אין קראפט האבן זיי זיך שוין געשפארט ארום 3,000 דאלער וואס זיי וואלטן ווען געצאלט מער ווען די קאסטן שטייגן ווען ווייטער אזוי ווי ביז דעמאלט.
ער זאגט. כ'הער. ער האט אויך געזאגט אז אויב דו האסט ליב דיין אינשורענס און דאקטאר קענסטו זיי האלטן, ושיקר במילתא דעבידא לגלויי (וואס אויף דעם האט דער בירך משה פארענטפערט אז מ'רעדט נישט פון קיין אינשי...)
דער מציאות זאגט אנדערש. (פון מיין אייגענע ערפארונג - און אנדערע ניקס האבן אויך אזוי מיטגעלעבט.)

לעצט פאראכטן דורך משהזוךמיר אום דאנארשטאג ינואר 12, 2017 4:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איי געס פאקטן מאכן נישט אויס.

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 4:19 pm

כאפצעם האט געשריבן:די סענאט האט נעכטן שפעט ביינאכט געשטימט אויף א רעזאלוציע וואס זאגט אז מ'דארף ריפיעלן אבאמאקעיר. שטימענדיג צווישן פארטיי ליניעס, מיטן אויסנאם פון רענד פאול וואס זאגט אז מ'טאר נישט ריפיעלן אן ריפלעיסן.

גערעכט איז ער
עס ווערט געזוכט א פאליטיקעל קארעקט סאבסיטוט צו ערזעצן די אלטע פאקטן.


ערנסט פאראינטערעסירטע ביטע זיך מעלדן אין אישי, און וועלן געכאפט ווערן מיט ביידע הענט.
פרייע העלט קעיר וועט ווערן צוגעשטעלט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פארקלאצט און 24 געסט