אלעס איבער טראמפ און רעפאבליקאנער צוריקדרייען די אבאמא "לעגעסי"

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג אוקטובער 08, 2017 7:33 pm

דאכצעך די סופרים קארט אינעם Burwell v. Hobby Lobby Stores, Inc. קעיס האט דאס שוין אפגעשאפן
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 12:24 pm

געזען עפעס אז די ענווייראמענטאל פראטעקשן סעקרעטאר סקאט פרויט האט געלאזט וויסן אז מען גייט ענדיגן געוויסע רעגולאציעס אויף די קוילן און גרין הויז עמישענס
EPA moves to repeal Obama’s Clean Power Plan coal regs

EPA Administrator Scott Pruitt announced Monday that the Trump administration is moving to scrap the Clean Power Plan, the Obama administration's signature regulatory program to curb emissions from coal-fired power plants.


Pruitt made the announcement at an event in Hazard, Ky., casting the previous policy as unfair.

“That rule really was about picking winners and losers,” Pruitt said. “The past administration was unapologetic, they were using every bit of power, authority to use the EPA to pick winners and losers on how we pick electricity in this country. That is wrong.”

He said that on Tuesday, he will sign a proposed rule to formally withdraw from the plan.

“It is right for this administration to say the war is over," Pruitt said.

The decision comes after President Trump in late March ordered a review of the controversial program, which was put on hold more than a year ago by the Supreme Court amid legal challenges from, among others, Pruitt himself.


The Clean Power Plan aimed to reduce carbon emissions from coal-burning power plants by having states meet certain targets. Supporters see the plan as a critical plank in efforts to curb global warming, but critics contend it would kill thousands of jobs and take direct aim at the struggling coal sector.

The move to officially nix the program was expected, following Trump's vow to end what he calls the "war on coal." Pruitt, however, can likely expect a new wave of litigation from the other side of the debate, as environmentalist groups and allied Democrats are sure to challenge the rollback.

The Clean Power Plan is hardly the only Obama policy being challenged or reversed by Trump. Just last Friday, the Department of Health and Human Services rolled back much of the ObamaCare requirement that employers provide contraceptive coverage.

Bloomberg first reported that the administration would propose rescinding the Clean Power Plan, by arguing it exceeded federal law. The next step reportedly would be to ask for public comment on how and whether to curb carbon emissions from these power plants.
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

פעיק נוז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:12 pm

וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער וועט נעמען דעם סאמע ערשטן שריט קעגן דעם נוקלעארן דיעל וואס די אמעריקאנער רעגירונג און אייראפעאישע לענדער האבן געשלאסן מיט דעם איראנער רעזשים מיט צוויי יאר צוריק, סטראשענדיג אז ער וועט עווענטועל גענצליך אפשאפן דעם דיעל, אויב וועט ער זען אז מ'קען עס נישט בעסער מאכן.

טראמפ'ס דעקלעראציע איז געקומען ביי א רעדע וואס ער האט געגעבן פרייטאג (יום שמח"ת) אין ווייסן הויז, וואו ער האט געזאגט אז דער דיעל, וואס איז געשלאסן געווארן מיט איראן אונטער דער אבאמא אדמיניסטראציע, איז גאר ווייך קעגן איראן, און ערלויבט איראן ווייטער צו טאן פארשידענע זאכן וואס זענען דירעקט קעגן אמעריקע'ס אינטערעסן.

מ'דערווארט אז טראמפ וועט נישט אונטערשרייבן די פרישע "סערטיפיקאציע", וואס דער פרעזידענט דארף יעדע 90 טעג אונטערשרייבן אז איראן פאלגט אויס דעם דיעל (וואס ביז יעצט האט טראמפ יא נאכאנאנד עס אונטערגעשריבן), און מיט דעם וואס טראמפ וועט עס נישט אונטערשרייבן, וועט קאנגרעס זיין געצווינגען אונטערצונעמען אויספארשונגען קעגן איראן, און קאנגרעס וועט דארפן באשליסן וואס צו טאן ווייטער.

אייראפעאישע לענדער האבן גאר שארף רעאגירט צו טראמפ'ס באשלוס, זאגנדיג אז דאס טוט אונטערמינעווען די זיכערהייט פון דער גאנצער וועלט. דייטשלאנד, ענגלאנד און פראנקרייך, האבן זיך דירעקט געבעטן ביי טראמפ אז ער זאל איבערטראכטן וואס ער טוט, אבער טראמפ האט ביי זיין רעדע דערקלערט אז ער טוט וואס ס'איז די בעסטע פאר אמעריקע'ס אינטערעסן, צו פארזיכערן אז איראן וועט קיינמאל נישט האבן קיין נוקלעארע וואפן.

דער איד דעלי.
Russia! Russia! Russia! .....

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:24 pm

פעיק נוז האט געשריבן:וועט קאנגרעס זיין געצווינגען אונטערצונעמען אויספארשונגען קעגן איראן, און קאנגרעס וועט דארפן באשליסן וואס צו טאן ווייטער.

דארפן, און געצווינגען זענען זיי גארנישט... זיי 'קענען' טוהן אויב זיי ווילן. (וואס די רעפובליקאנער קאנגרעס איז דאך באקאנט מיט זייער שטארקע פראדאקטיוויטי...)

איינציגסטע זאך וואס טראמפ קען יא טוהן איז זיך ארויסציען פונעם דיעל אז ער וויל דווקא, דערווייל זעהט אבער אויס האט ער נאכנישט די גאטס דערצו
Fine Tuned Machine

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:30 pm

כאפצעם האט געשריבן:איינציגסטע זאך וואס טראמפ קען יא טוהן איז זיך ארויסציען פונעם דיעל אז ער וויל דווקא

טענקס אבאמא('ס דורכפאל ארויפצוצווינגען דעם דיעל אויף קאנגרעס)

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג אוקטובער 15, 2017 3:39 pm

ווי עס זעט אויס איז שוין כמעט נישטא קיין איין ערענסטע זאך פונעם גאנצן אבאמא לעגעסי וואס איז געבליבן אומבארירט.

איראן, אבאמא קעיר, דאקא, פאריז, זענען אלע געווארן געדעמעזשד איינס מער איינס ווייניגער. און מען איז נאך ווייט פון פארטיג.

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג אוקטובער 15, 2017 5:00 pm

פרעזידענט טראמפ האט די וואך אפיציעל געמאלדן אז אמעריקע פלאנט זיך ארויסצוציען פון די איראן נוקלעארע דיעל המכונה בלשונו "די מערסטע איינזייטיגע דיעל פון די אמעריקאנער היסטאריע"...

ביי זיין רעדע האט ער אין קורצן דערציילט די גאנצע היסטאריע פון איראן מיט זייער שטיצן אלוועלטלעכע טעראר און מלחמה אינעם ראיאן, און אז זיי האלטן דאס נאך א היינט צו טאגס.

אויך האט ער דערציילט אז די איראנער רעזשים האלט זיך נישט צו די אגרימענט אויף מערער פעלער סיי מיטן שטערן די אינספעקטארס און סיי מיטן האבן אין באזיץ "שווערע וואסער" מער ווי זיי זענען ערלויבט, און צו דעם אלעם שטעלן זיי זיך נישט צו, צו די ספיריט פון די אגרימענט וואס דארף ברענגען שלום און מנוחה צום ראיאן, נאר אנשטאט טוהן זיי ווייטער שטיצן אגרעסיע און מלחמה.

דערנאך האט ער ארויסגעברענגט זיינע זארגן מיט די אגרימענט. קודם די פאקט אז מ'האט זיי געגעבן די גאנצע געלט פון אנפאנג, וואס ביי יעדע געווענדליכע דיעל גיבט מען געלט ערשט נאכדעם וואס די צווייטע זייט האלט איין די דיעל, אזוי אויך דאס אפשיקן די פולע פליגער מיט קעש (איר קענט זיך פרובירן פארצושטעלן וויאזוי אונזער פרעזידענט זאגט די ווארט קעש...) און דערנאך געזאגט מיט א קול געשטיקט מיט טרערן (נמביגדפ) "ווער ווייסט צו וועלכע טעראר ארגאניזאציע די קעש איז געגאנגען?" און בעיקר האט ער זיך געשטעלט אז א גרויס חלק פון די צוימינגען אויף איראן לויפט אפילו אפ אין געציילטע יאר אין פארגלייך צו געווענדליכע דיעלס וואס לויפט פאר א גאנצע סענטורי. און צום לעצט האט ער גערעדט פון דעם אז די אגרימענט באציט זיך בכלל נישט איבער מיסילס און אינטערקאנטינעטל באליסטיק מיסילס, און מ'זעהט טאקע אז איראן טוהט טעסטן זייער מיסיל מעגלעכקייטן.

"דערפאר" האט ער אויסגעפירט "וועל איך גיבן פאר קאנגרעס די געלעגנהייט צו איבערמאכן די אגרימענט אויף א וועג ס'זאל זיכער מאכן אז די פערסישע רעזשים וועט קיינמאל, און ווען איך זאג קיינמאל מיין איך קיינמאל נישט צוקומען צו נוקלעארע וואפן, אבער וויאזוי די אגרימענט איז יעצט איז עס גארנישט ווערט און איך גיי עס נישט ריסערטיפייען".

אויך האט ער ארויסגעברענגט די זארג אז צפון קאריע ארבייט האנט ביי האנט מיט איראן צו פראדעצורן נוקלעארע וואפן און ער האט באפוילן די שפיאנאזש געמיינדע צו מאכן א גרינטלעכע אויספארשונג ווי ווייט ס'גייט.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

נאך רעפובליקאנער אנטלויפן פון קאנגרעס

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 4:48 pm

לויט די נייעס, האבן די רעפאבליקאנער גאר א שווער פעלד...
וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט אז דער רעפובליקאנער ניו דזשערסי קאנגרעסמאן פרענק לאביאנדא וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג אין יאר 18', נאר ער וועט רעטייערן פון קאנגרעס. זיין מעלדונג קומט געציילטע טעג נאכדעם וואס דער רעפובליקאנער טעקסאס קאנגרעסמאן לאמאר סמיט האט אויך געמאלדן זיין רעטייערמענט פון קאנגרעס. אלעס אינאיינעם זענען שוין פארהאן א ליסטע פון צוועלף אמטירנדע רעפובליקאנער קאנגרעסלייט וועלכע גייען נישט לויפן פאר ווידערוויילונג, און דאקעגן האט דערווייל בלויז איין אמטירנדער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג. פאליטישע אנאליסטן זאגן אז די אלע רעטייערמענטס קומען צוליב וואס די רעפובליקאנער קאנגרעסלייט זענען באזארגט אז זיי וועלן פארלירן זייערע פארמעסטן צו זייערע דעמאקראטישע קעגנער, און די אנאליסטן זאגן אויך אז מיט די אלע רעטייערמענטס, ווערן בעסער און בעסער די שאנסן פאר די דעמאקראטן צו פארכאפן קאנגרעס קאנטראל ביי די מידטוירם וואלן קומענדיגן יאר. נעיט קאהן, פון "פייוו טוירטי עיט", צייגט אן אז די 12 רעטייערמענטס זענען פונקט אין די 12 רעפובליקאנער דיסטריקטס, וועלכע זענען דאס מערסטע אויסן זיך צו טוישן אלס דעמאקראטישע דיסטריקטס.
יוד דעלי
כאניש וואס צו טון האט געשריבן: גראדע בינעך "זייער" ביזי...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 4:54 pm

ווירדזשיניע – די דעמאקראטישע פארטיי איז פארנומען צו יובלירן און פאמפען מיט'ן פאקט אז זי האט אפגעהאלטן א סעריע וואל–זיגן איבער'ן לאנד, הויפטזעכטליך דער גאווערנאר פארמעסט אין ווירדזשיניע, וואס די דעמאקראטן זאגן אז די זיגן צייגן אז זיי בויען צוריק אויף דעם ענטוזיאזם ביי זייערע וויילער, און אז טראמפ'ס מאמענטום און שטיצע איבער'ן לאנד איז שטארק געפאלן.

דער הויכפונקט איז געווען דער פארמעסט אין ווירדזשיניע, וואו עס איז געלאפן דער דעמאקראטישער קאנדידאט ראלף נארטעם, א דאקטער, קעגן דעם רעפובליקאנער עד גילעספי, א לאנגיעריגער רעפובליקאנער פארטיי סטראטעגיסט און געוועזענער בוש אדמיניסטראציע באאמטער. נארטעם האט גאר גרינג באזיגט גילעספי, קריגנדיג מער ווי 54 פראצענט פון אלע אפגעגעבענע שטימען.

אויסער דעם געווינס פונעם גאווערנאר פארמעסט, האבן די דעמאקראטן אפגעהאלטן גאר שטארקע זיגן אויף א לאקאלן שטאפל אין ווירדזשיניע, דערמיט וואס זיי האבן געוואונען פרישע פערצן זיצן אינעם ווירדזשיניע סטעיט סענאט, און וועלן מעגליך פארכאפן קאנטראל דערפון צום ערשטן מאל זינט יאר 00', וואס דאס ווענדט זיך אין 4 פארמעסטן וועלכע זענען נאכנישט אנטשידן, ווייל עס איז צו שמאל און מ'גייט איבערציילן.

פרא-טראמפ רעפובליקאנער און ווייסע הויז באאמטע, זאגן אז די רעזולטאטן צייגן בכלל נישט עפעס איבער טראמפ, און אז ווירדזשיניע איז סייווי א דעמאקראטישע סטעיט וואס א רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט האט שוין נישט געוואונען פאר ארום פופצן יאר. אבער מען האט אפילו געהערט פונעם רעפובליקאנער ווירדזשיניע קאנגרעסמאן סקאט טעילאר, אז דער רעזולטאט אין ווירדזשיניע איז קלאר געווען א רעפערענדום אויף טראמפ'ס פרעזידענטשאפט ביז אהער, און עס צייגט אז די וויילער זענען נישט צופרידן פון אים.
יוד דעלי
כאניש וואס צו טון האט געשריבן: גראדע בינעך "זייער" ביזי...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 5:01 pm

דער פלאן פון פרעזידענט טראמפ און די רעפובליקאנער דורכצופירן א היסטארישן שטייער רעפארם ביל, האט זיך נעכטן אנגעשטויסן אין א סעריע שטרויכלונגען. ערשטנס האט מען געהערט פון די קאנגרעסלייט, וועלכע האבן צוזאמגעשטעלט דעם פארגעשלאגענעם שטייער רעפארם ביל, אז זיי האבן זיך עפעס גאר ערנסט פאררעכנט און אצינד דערזעען זיי זיך מיט א לאך פון 74 ביליאן דאלאר, וואס זיי קענען דאס נאר דעקן אויב זיי ציען אביסל צוריק פון די שטייער–שניטן פאר ביזנעסער אדער פון די שטייער שניטן פאר אינדיווידועלן. דערנאך האט מען געהערט פון רעפובליקאנער אינעם סענאט, אז די ווערסיע פונעם שטייער רעפארם ביל וואס דער סענאט גרייט זיך ארויסצוגעבן, איז גאר אנדערש ווי קאנגרעס' ווערסיע און עס וועט דעריבער זיין א גאר שווערער און קאמפליצירטער פראצעדור אז די קאנגרעסלייט און סענאטארן זאלן זיך פארגלייכן. באזונדער האט דער רעפובליקאנער סענאטאר אורין העטש געזאגט נעכטן, אז ער אנערקענט אז די רעפובליקאנער פארלוסטן דינסטאג ביים שטים בודקע, שוואכט אפ דעם רעפובליקאנער מאמענטום דורכצופירן א שטייער ביל.
יוד דעלי
כאניש וואס צו טון האט געשריבן: גראדע בינעך "זייער" ביזי...

רה''ק דקהל פורים
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 5:04 pm

דאס האט נישט גארנישט מיט אבאמא.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 12:28 pm

דער יוד דעילי האט געשריבן:ואשינגטאן – נעכטן האט זיך ארויסגעשיילט א הויפט מיינונגס פארשידנהייט צווישן די רעפובליקאנער אינעם סענאט און די רעפובליקאנער אין קאנגרעס, איבער שטייער רעפארם. די ווערסיע וואס קאנגרעס האט ארויסגעגעבן, מיט כמעט 2 וואכן צוריק, זאגט אז עס וועט מער נישט זיין קיין סטעיט און לאקאלע "אינקאם טעקס דידאקשען", וואס באדייט ווי פאלגענד: ביז היינט האט עס געארבעט אז ווען עמיצער האט געצאלט שטייער, וואס מ'דארף צאלן סיי לאקאלע און סטעיט שטייערן, און סיי פעדעראלע שטייערן, האט ער געקענט זאגן פאר דער פעדעראלער רעגירונג אז ער האט שוין געצאלט לאקאלע און סטעיט שטייערן, זאל מען אים דעריבער נאכלאזן אביסל פון די פעדעראלע שטייערן, לויט וויפיל געלט ער האט אריינגעצאלט פאר די סטעיט און לאקאלע שטייערן. אט דאס וועט אפגעשאפן ווערן, וואס וועט שאדן מאכן פאר מענטשן וואס צאלן אסאך סטעיט און לאקאלע שטייערן. למעשה טוט דער קאנגרעס פלאן יא לאזן אין אפעקט די סטעיט און לאקאלע "פראפערטי און סעילס טעקס דידאקשען", אבער די ווערסיע פונעם סענאט טוט עלימינירן דאס אויך.
כאניש וואס צו טון האט געשריבן: גראדע בינעך "זייער" ביזי...

רה''ק דקהל פורים
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 1:31 pm

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:דאס האט נישט גארנישט מיט אבאמא.

לייג עס ביי די טעקס רעפארם אשכול.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 1:34 pm

sorry נישט געוואוסט דערפון
כאניש וואס צו טון האט געשריבן: גראדע בינעך "זייער" ביזי...

רה''ק דקהל פורים
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 1:38 pm


אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 1:42 pm

ייש"כ
כאניש וואס צו טון האט געשריבן: גראדע בינעך "זייער" ביזי...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 2:38 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן: גראדע בינעך "זייער" ביזי...

פעיק נוז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 2:55 pm

די נעבראסקע סטעיט רעגולאציע באאמטע האבן נעכטן געגעבן ענדגילטיגע באשטעטיגונג פאר דעם סאמע לעצטן טייל פונעם מאסיוון קיסטאון אויל פייפליין. דער פייפליין ברענגט אריין שמוציגע אויל זאמד פון קאנאדע ביז קיין טעקסאס, וואו ס'געפינען זיך עטליכע גרויסע איינריכטונגען וואו די אויל זאמד ווערט אויסגעארבעט ארויסצונעמען דערפון די ריינע אויל פאר גאזאלין און אנדערע באנוץ.

אונטער דער אבאמא אדמיניסטראציע איז דער פראיעקט געווען אפגעשטעלט, צוליב וואס אבאמא האט עס בלאקירט פאר ענווייראמענטאלע אורזאכן, אבער טראמפ האט געגעבן זיין אונטערשריפט באלד נאכ'ן אריינקומען אין ווייסן הויז, אז מ'זאל פאראויסגיין מיט'ן פראיעקט, און נעכטן האט מען באקומען די באשטעטיגונג דורכצופירן דעם פייפליין אין נעבראסקע, ענדיגנדיג דעם גאנצן "רוט" וואו דער פייפליין וועט לויפן.

איד דעלי
Russia! Russia! Russia! .....

אוועטאר
זעמעל
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 12, 2017 11:24 pm

תגובהדורך זעמעל » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 4:52 pm

היינט האט די פרעזידענט(not mine )לכבוד יישכ טאג געפארדענד א טורקי האט ער געזאגט אז אפילו ער האט ליב איבדרייען אלעס וואס אבאמא האט האט געטון וועט ער לאזען די פארדאן פון דו פאריארגע פארדאן אן טאקט !
מען האט מיר אראפ געשיקט פון אויבען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט