אלעס איבער טראמפ און רעפאבליקאנער צוריקדרייען די אבאמא "לעגעסי"

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פעיק נוז
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 7:30 pm

משה כספי האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:די גרעסטע אמרעיקאנע פירמעס ווי עפל,גוגל, מייקראסאפט,לינקדאין,עמעזאן,באקס,יולעט,ליפט,נעטפליקס,טוויטער,פעיסבוק,עיר בנב,אובער,ווערייזאן וכו' האבן עס פארדאמט זאגענדיג אז דאס וועט שעדיגן %75 פון אמעריקאנע ביזנעסער און וועט גורם זיין אזויפיל ווי א האלב טריליאן דאלער פארלוסט פאר די עקאנאמיע (וואס די פראגראם האט לויט זיי שטארק געהאלפן פאר די רעסעסיע רעקאווערי)

איז דאך גוט וועלען זיי באצאלען אביסעל מער פאר ארבערטער און נוצען אמעריקאנער...

ס'איז אומדערהערט די חוצפה וואס די קאמפעניס האבן און נאכמער די מעין סטריעם מידיע! אנשטאט ברענגען ארבייטער פון מיטל אמעריקע זענען זיי געגאנגען און אומלעגאל אויפגענומען די ארבייטער פאר ביליג און זיך געפרייט ווען זיי זענען געווארן לעגאל און יעצט זענען זיי צובראכן!
סי ען ען האט איין ארטיקל נאכן צווייטן פון "לאביאיסטן"... ניטאמאל א בושה צו שרייבן

און אפי' אויף סי ען ען האבן אלע לעגאלע עקספערטן מודה געווען אז לעגאל איז עס נישט!

אגב איז אינטערעסאנט ווי יעדער וויינט אויף די קינדערלעך :-( וויי געוואלד אוי די אומשולדיגע קינדערלעך שלא טעמו טעם חטא! זיי זענען סתם בעלי חלומות (דריעמערס בלע"ז) וכו' וכו' האב איך געוואלט פרעגן אז פון זיי איז משמע אז די טאטעס האבן געבראכן געזעץ און זענען שוין נישט אומשולדיג, נו אפשר מאכט מען א געזעץ אז יעדע קינד באקומט סיטיזענשיפ אבער טאטע מאמע ווערן גראד דעפארטירט! לאמיר זעהן וואס זיי זאגן אויף דעם

און אז מען וועט צוריק שיקן די עלטערן אהן די קינדער וועלן זיי שרייען רוצחים! מ'טיילט אפ קינדער פון עלטערן

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 7:53 pm

רעדט מען דא פון קינדער? די גאנצע עקזעקוטיוו ארדער איז נאר געווען פאר אדאלטס.

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 7:59 pm

גרעיט זשאב מיסטער פרעזידנט.

דער בעסט געאייגענטער מענטש צוריקצודרייען אבאמאס לעגעסי.

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 8:08 pm

די אלע וויינערייען יעצט זענען אזוי מין קרעזי, עס איז ממש הילעריעס ווי מען קען נעמען עדאולטס אויף טעלעוויזיע און זיי שפילען דעם שאו כאילו עפעס איז היינט געשעהן.

בוידעם, צו טראמפ האט חן צו נישט ווענד זיך וועם דו פרעגסט, בערני סענדערס האט ביי מיר מער חן ווי הילערי, עס איז אין כלל פון טעם וריח ואין להתווכח.

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4137
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 8:46 pm

משה כספי האט געשריבן:ס'איז אומדערהערט די חוצפה וואס די קאמפעניס האבן און נאכמער די מעין סטריעם מידיע! אנשטאט ברענגען ארבייטער פון מיטל אמעריקע זענען זיי געגאנגען און אומלעגאל אויפגענומען די ארבייטער פאר ביליג און זיך געפרייט ווען זיי זענען געווארן לעגאל און יעצט זענען זיי צובראכן!
סי ען ען האט איין ארטיקל נאכן צווייטן פון "לאביאיסטן"... ניטאמאל א בושה צו שרייבן

און אפי' אויף סי ען ען האבן אלע לעגאלע עקספערטן מודה געווען אז לעגאל איז עס נישט!

אגב איז אינטערעסאנט ווי יעדער וויינט אויף די קינדערלעך :-( וויי געוואלד אוי די אומשולדיגע קינדערלעך שלא טעמו טעם חטא! זיי זענען סתם בעלי חלומות (דריעמערס בלע"ז) וכו' וכו' האב איך געוואלט פרעגן אז פון זיי איז משמע אז די טאטעס האבן געבראכן געזעץ און זענען שוין נישט אומשולדיג, נו אפשר מאכט מען א געזעץ אז יעדע קינד באקומט סיטיזענשיפ אבער טאטע מאמע ווערן גראד דעפארטירט! לאמיר זעהן וואס זיי זאגן אויף דעם

די ארבעטער האבן זיי אויפגענומען ליגעל דאס איז דאך געווען די דאקא ארדער

מען האט זיי געגעבן די רעכט צו באקומען דשאבס און נעמען דרייווערס לייסענס און זיי זענען געגאנגען ארבעטן. יעצט וויל מען זיי אוועקנעמען די רעכט

כלפי דיין צווייטן פונקט
וואס האט איינס מיטן צווייטן? מען קען האלטן אז מען טאר ביידע נישט דעפאטירן און מען קען האלטן - ווי כמעט גאנץ אמעריקע האלט - אז די דריעמערס זאל מען נישט טשעפענען

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4137
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 8:51 pm

מטעמים האט געשריבן:די אלע וויינערייען יעצט זענען אזוי מין קרעזי, עס איז ממש הילעריעס ווי מען קען נעמען עדאולטס אויף טעלעוויזיע און זיי שפילען דעם שאו כאילו עפעס איז היינט געשעהן.

אפשר זענט איר מסביר די הילעיריעס חלק דערפון?

אפי' דו זאלסט האלטן אז טראמפ האט געטוהן ריכטיג איז אבער נאך אלס נישט פאני, סאיז גאר ווייטאגלעך!

דאס זענען מענטשן פון בלוט און פלייש וואס האבן גארנישט געטוהן ראנג, און זייער לעבן צופאלט זיי פאר די אויגן. איך כאפ נישט די דשאוק.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 8:53 pm

יש ברירה האט געשריבן:

'מען' האט זיי געגעבן רעכט? די וואס מאכן די געזעץ האבן נישט געגעבן! איינער וואס האט איבערגעטראטן זיין פאוער מערער מאל (לויט'ן סופרים קאורט'ס יונענימעס פסק) האט דעסיידעד אז עס איז אויך אין זיין פאוער צו באשטימען געזעצן. ובכן?

און פון וואנעט איז דער ציפער "כמעט גאנץ אמעריקע"?

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 8:59 pm

יש ברירה האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:די אלע וויינערייען יעצט זענען אזוי מין קרעזי, עס איז ממש הילעריעס ווי מען קען נעמען עדאולטס אויף טעלעוויזיע און זיי שפילען דעם שאו כאילו עפעס איז היינט געשעהן.

אפשר זענט איר מסביר די הילעיריעס חלק דערפון?

אפי' דו זאלסט האלטן אז טראמפ האט געטוהן ריכטיג איז אבער נאך אלס נישט פאני, סאיז גאר ווייטאגלעך!

דאס זענען מענטשן פון בלוט און פלייש וואס האבן גארנישט געטוהן ראנג, און זייער לעבן צופאלט זיי פאר די אויגן. איך כאפ נישט די דשאוק.

פאני און הילעריעס איז ווי די אלע וואס שרייען און וויינען היסטעריש אז מ'רונט די לעבן פון פרעמדע בירגער וואס פארלעצן די אמעריקאנער געזעץ מיט זייער עצם דא זיין (יא, זיי האבן די ברירה ארויסצוגיין עניטיים! קיינער שטערט זיי נישט צו פאלגן די אמעריקאנער געזעצן.) צוליב'ן חטא פון פארלעצן דאס געזעץ, בעת וואס זיי גיבן נישט קיין דעם אויף די אייגענע בירגער וואס שמאכטן אין טורמע אויף מינדערוויכטיגע פארברעכנס אדער צוליב נאן ווייאלענט גניבות און אז מ'צוברעכט זיי און זייערע משפחות - וואס זיי האבן קיינמאל נישט געטון ראנג און זיי זענען אמעריקאנער - חוץ אויב זיי זענען דראג דילערס אדער אנטי פאליציי רוצחים.

היפאקריטיע בתפארתה.

יעצט לייג נאר צו אז בסך הכל מאכט מען צוריק דעם מצב צו וויזוי ס'געווען זעקס יאר צוריק ווען די דעמס האבן געהאט די ווייט האוז, קאנגרעס און סענאט, און זאג דו אליינס - איז עס נישט הילעריעס?
לעצט פאראכטן דורך משהזוךמיר אום דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 9:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 8:59 pm

יש ברירה האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:די אלע וויינערייען יעצט זענען אזוי מין קרעזי, עס איז ממש הילעריעס ווי מען קען נעמען עדאולטס אויף טעלעוויזיע און זיי שפילען דעם שאו כאילו עפעס איז היינט געשעהן.

אפשר זענט איר מסביר די הילעיריעס חלק דערפון?

אפי' דו זאלסט האלטן אז טראמפ האט געטוהן ריכטיג איז אבער נאך אלס נישט פאני, סאיז גאר ווייטאגלעך!

דאס זענען מענטשן פון בלוט און פלייש וואס האבן גארנישט געטוהן ראנג, און זייער לעבן צופאלט זיי פאר די אויגן. איך כאפ נישט די דשאוק.

ווייל עס איז גארנישט נוגע פאר היינט אדער ביז צוויי יאר פון יעצט - און קאנגרעס דארף טוהן זייער פליככטאון עס מאכען פאר א געזעץ.

די געוויינען איז נאר פאליטיש און צו סקאורען פוינט קעגן דעם פרעזידענט.

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4137
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 9:00 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
משה כספי האט געשריבן:ס'איז אומדערהערט די חוצפה וואס די קאמפעניס האבן און נאכמער די מעין סטריעם מידיע! אנשטאט ברענגען ארבייטער פון מיטל אמעריקע זענען זיי געגאנגען און אומלעגאל אויפגענומען די ארבייטער פאר ביליג און זיך געפרייט ווען זיי זענען געווארן לעגאל און יעצט זענען זיי צובראכן!
סי ען ען האט איין ארטיקל נאכן צווייטן פון "לאביאיסטן"... ניטאמאל א בושה צו שרייבן

די ארבעטער האבן זיי אויפגענומען ליגעל דאס איז דאך געווען די דאקא ארדער

מען האט זיי געגעבן די רעכט צו באקומען דשאבס און נעמען דרייווערס לייסענס און זיי זענען געגאנגען ארבעטן. יעצט וויל מען זיי אוועקנעמען די רעכט

'מען' האט זיי געגעבן רעכט? די וואס מאכן די געזעץ האבן נישט געגעבן! איינער וואס האט איבערגעטראטן זיין פאוער מערער מאל (לויט'ן סופרים קאורט'ס יונענימעס פסק) האט דעסיידעד אז עס איז אויך אין זיין פאוער צו באשטימען געזעצן. ובכן?

און פון וואנעט איז דער ציפער "כמעט גאנץ אמעריקע"?

די נושא דא איז נישט אויב אבאמא האט געהאט רעכט צו נישט. ער האט געזאגט אז די קאמפאניס האבן זיי אויפגענומען איליגעל. אויף דעם האב איך געשריבן אז ניין, די קאמפאניס האבן געטוהן לעגאל, און אפי' די סופרים קאורט וואלט געאורטיילט אז אבאמא האט נישט געהאט קיין רעכט וואלט מען נאך אלס נישט געקענט באשטראפן די פירמעס זיי האבן גארנישט געטוהן ראנג

___

געבויעט אויף א פאול וואס כאפצעם האט צוגעברענגט

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4137
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 9:04 pm

מטעמים האט געשריבן:ווייל עס איז גארנישט נוגע פאר היינט אדער ביז צוויי יאר פון יעצט - און קאנגרעס דארף טוהן זייער פליככטאון עס מאכען פאר א געזעץ.

די געוויינען איז נאר פאליטיש און צו סקאורען פוינט קעגן דעם פרעזידענט.

צוויי יאר אין א לעבן איז גארנישט

און וואס אויב קאנגרעס פירט נישט דורך קיין געזעץ?

וואס הייסט יעצט איז גארנישט געשעהן? אויב איינער נעמט סם וואס ארבעט בלויז צוויי יאר שפעטער האט ער ער גארנישט געטוהן? יעצט האט ער עס איינגענומען!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 9:41 pm

קעלנער האט געשריבן:רעדט מען דא פון קינדער? די גאנצע עקזעקוטיוו ארדער איז נאר געווען פאר אדאלטס.

גוט געפרעגט.. מ'קען מיינען אז מ'רעדט דא פון ארויס ווארפן קינדער אין די בעטלעך...

סך הכל רעדט מען פון עדאלטס, וואס 'ווייסן' אז זיי זענען דא אומלעגאל

תן חיוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am

תגובהדורך תן חיוך » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:16 pm

בוידעם האט געשריבן:די עצם דעבאטע איז א וועיסט אף טיים, די מיינונגען זענען שוין פון לאנג באשלאסן אויף ביידע זייטן.

אבער לגבי די מידיע אז זיי האבן געמאכט פאפולער דעם אומב׳חנ׳טן פרוי קלינטאן קעגן דעם מלא חן קאנדידאט סאנדערס, איז ווייט נישט אזא חידוש ווי דאס וואס זיי האבן געמאכט פאפולער דעם אומב׳חנטן טראמפ קעגן די אלע רעפובליקאנער קאנדידאטן, אזוי ווייט אז ער האט נושא חן געווען ביי איינע פון זיינע גרעסטע קעגנער, ידידינו הרב וויכי.

זיי האבן דעפענעטלי א שטארקן כח!

כאב נישט געוויסט אז די מידיע האט געמאכט טראמפ געווינען די פריימערי...
דעטס עי ריעל דשאוק...

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:19 pm

ווארשיינליך האסטו נישט מיגעהאלטן די פרייעמערי׳ס. דאנאלד טראמפ האט באקומען ביליאנען דאללער ווערט מידיע דעקונג גענצליך אומזיסט.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:23 pm

יש ברירה האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ווייל עס איז גארנישט נוגע פאר היינט אדער ביז צוויי יאר פון יעצט - און קאנגרעס דארף טוהן זייער פליככטאון עס מאכען פאר א געזעץ.

די געוויינען איז נאר פאליטיש און צו סקאורען פוינטס קעגן דעם פרעזידענט.

צוויי יאר אין א לעבן איז גארנישט

און וואס אויב קאנגרעס פירט נישט דורך קיין געזעץ?

וואס הייסט יעצט איז גארנישט געשעהן? אויב איינער נעמט סם וואס ארבעט בלויז צוויי יאר שפעטער האט ער ער גארנישט געטוהן? יעצט האט ער עס איינגענומען!

בארואיג דיך, מאך נישט קיין געוואלדעס מען גייט נאך באלד מיינען אז עפעס איז עכט געשעהן.

לויט די געזעץ טארען זיי נישט דא זיין, אבאמא איז געגאנגען קעגן די געזעץ מיט א עקזעקיוטיוו ארדער אז זיי קענען דא בלייבען, טראמפ האט געזאגט, איך האב רחמנות אויף זיי און איך האב נישט קיין פראבלעם אז זיי זאלען דא בלייבען נאר טוה פאר מיר און פאר זיי א טובה און מאך עס פאר א געהעריגע געזעץ.

שרייען סתם הייסט רעטאריק - עס איז די גרעסטע טובה פאר די דריעמערס פשוט צו קאלען זייערע קאנגרעסלייט אז זיי זאלען וואוטען פאר אזא בילל.

פארגעס נישט, אויב דעס גייט נישט ווערן קיין געזעץ מיינט נאך נישט אז זיי דארפען פליהען פון דא, טראמפ קען נאך טוהן וואס אבאמא האט געטוהן אבער ער פרובירט עס דערווייל נאר בעסער צו מאכען.

טשאדעלע באדעלע
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:37 pm

בוידעם האט געשריבן:ווארשיינליך האסטו נישט מיגעהאלטן די פרייעמערי׳ס. דאנאלד טראמפ האט באקומען ביליאנען דאללער ווערט מידיע דעקונג גענצליך אומזיסט.

אמת, אבער די סיבה פארוואס מ׳האט אים געדעקט איז געווען אים אנידערצורייסן, והא ראיה, קוק צוריק וואס די העדליינס זענען געווען יעדן איינציגן טאג. אבער וואס די פרעס האט נישט אינאכט גענומען איז געווען דער פאקט אז ״דעקונג״ איז גוט! נעגעטיוו, פאזעטיוו.. אבי רעד פון מיר. און ביי דע וועי... זיי האבן נאכאלטס נישט ארויס זייער פראבלעם, זיי ווייסן נישט ווי זייער לאך איז. און זיי רעדן פון אים טאג איין טאג אויס און רעדן און רעדן און רעדן.... ביז ער גייט געווינען נאכאמאל!
...!!!JOBS JOBS JOBS

אוועטאר
סארקאזי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:38 pm

איך פארשטיי נישט דעם גאנצען וויכוח דא, האט איינער געליינט די אפיציעלע סטעיטמענט פונעם ווייסען הויז?
דארט שמועסן זיי אויס העכסט פראפעסיאנאל דעם גאנצען ענין, אז אבאמא איז געקומען מיט אן אומגעזעצליכען עקזעקיטיוו ארדער, און געגעבן שיץ און פעדעראלע בענעפיטען פאר בערך 800,000 מענטשען איך נעם פשוט אוועק דעם אומלעגאלען אקט, און פון יעצט און ווייטער גייט מען נישט טיילען קיין פרישע אבער ס'עקספייערט נישט ביז צוויי יאר, אינדערצווישען קען קאנגרעס מאכען סיי וואספארא געזעץ זיך אנצונעמען פאר די באקריוודעטע 800,000 מענטשען, אויך האט ער געזאגט פאר די דעפארטמענט אוו דשאסטיס אז די מענטשען ווערען אויסדריקליך נישט קיין ציל פאר דעפארטעישאן, נאר אויב איינער איז א קרימינאל שטייטסעך, סמאכט זייער אסאך סענס טא מי, (אדרבה ליינט עס דורך סאיז דא ערגעץ אין אן אנדערן געהענגעל)
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:55 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:ווארשיינליך האסטו נישט מיגעהאלטן די פרייעמערי׳ס. דאנאלד טראמפ האט באקומען ביליאנען דאללער ווערט מידיע דעקונג גענצליך אומזיסט.

אמת, אבער די סיבה פארוואס מ׳האט אים געדעקט איז געווען אים אנידערצורייסן, והא ראיה, קוק צוריק וואס די העדליינס זענען געווען יעדן איינציגן טאג. אבער וואס די פרעס האט נישט אינאכט גענומען איז געווען דער פאקט אז ״דעקונג״ איז גוט! נעגעטיוו, פאזעטיוו.. אבי רעד פון מיר. און ביי דע וועי... זיי האבן נאכאלטס נישט ארויס זייער פראבלעם, זיי ווייסן נישט ווי זייער לאך איז. און זיי רעדן פון אים טאג איין טאג אויס און רעדן און רעדן און רעדן.... ביז ער גייט געווינען נאכאמאל!

אגרי 100% לגבי די פרייעמערי׳ס, זיי האבן פארזעהן אז מיט׳ן אים דעקן טוען זיי אים טובה.

לגבי יעצט, עס איז אינגאנצן א אנדערע סוגיא, ווען ער איז שוין אין אמט און איז אחראי אויף אלע זיינע סוקסעסן אדער דורכפעלער, איז נעגעטיווע דעקונג זייער שעדליך פאר אים.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:57 pm

סארקאזי האט געשריבן: אויך האט ער געזאגט פאר די דעפארטמענט אוו דשאסטיס אז די מענטשען ווערען אויסדריקליך נישט קיין ציל פאר דעפארטעישאן, נאר אויב איינער איז א קרימינאל שטייטסעך,

וואסי אזוי שטייטסעך? וואו אין די אמעריקאנער געזעץ ביכער ווערט געמאכט דעם חילוק צווישן קרימינאלע אומלעגאלע און נישט קרימינאלע?

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 11:00 pm

בוידעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:ווארשיינליך האסטו נישט מיגעהאלטן די פרייעמערי׳ס. דאנאלד טראמפ האט באקומען ביליאנען דאללער ווערט מידיע דעקונג גענצליך אומזיסט.

אמת, אבער די סיבה פארוואס מ׳האט אים געדעקט איז געווען אים אנידערצורייסן, והא ראיה, קוק צוריק וואס די העדליינס זענען געווען יעדן איינציגן טאג. אבער וואס די פרעס האט נישט אינאכט גענומען איז געווען דער פאקט אז ״דעקונג״ איז גוט! נעגעטיוו, פאזעטיוו.. אבי רעד פון מיר. און ביי דע וועי... זיי האבן נאכאלטס נישט ארויס זייער פראבלעם, זיי ווייסן נישט ווי זייער לאך איז. און זיי רעדן פון אים טאג איין טאג אויס און רעדן און רעדן און רעדן.... ביז ער גייט געווינען נאכאמאל!

אגרי 100% לגבי די פרייעמערי׳ס, זיי האבן פארזעהן אז מיט׳ן אים דעקן טוען זיי אים טובה.

לגבי יעצט, עס איז אינגאנצן א אנדערע סוגיא, ווען ער איז שוין אין אמט און איז אחראי אויף אלע זיינע סוקסעסן אדער דורכפעלער, איז נעגעטיווע דעקונג זייער שעדליך פאר אים.

100%

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4137
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 11:10 pm

מטעמים האט געשריבן:בארואיג דיך, מאך נישט קיין געוואלדעס מען גייט נאך באלד מיינען אז עפעס איז עכט געשעהן.

לויט די געזעץ טארען זיי נישט דא זיין, אבאמא איז געגאנגען קעגן די געזעץ מיט א עקזעקיוטיוו ארדער אז זיי קענען דא בלייבען, טראמפ האט געזאגט, איך האב רחמנות אויף זיי און איך האב נישט קיין פראבלעם אז זיי זאלען דא בלייבען נאר טוה פאר מיר און פאר זיי א טובה און מאך עס פאר א געהעריגע געזעץ.

שרייען סתם הייסט רעטאריק - עס איז די גרעסטע טובה פאר די דריעמערס פשוט צו קאלען זייערע קאנגרעסלייט אז זיי זאלען וואוטען פאר אזא בילל.

פארגעס נישט, אויב דעס גייט נישט ווערן קיין געזעץ מיינט נאך נישט אז זיי דארפען פליהען פון דא, טראמפ קען נאך טוהן וואס אבאמא האט געטוהן אבער ער פרובירט עס דערווייל נאר בעסער צו מאכען.

די געזעץ איז א מחלוקה פאר זיך און עס איז טאקע געוועהן אין געריכט און וואלט טראמפ געוועהן אזוי איבערצייגט אין די אומגעזעצליך דערפון וואלט ער עס געלאזט פאר סופרים קאורט צו אנולירן. כ'מיין וואס האט יעצט פאסירט? סתם זיך אויפגעוועקט אינמיטן א גרינעם דינסטאג און באשלאסן אז די עטליכע הונדרעטער טויזענט דריעמערס זענען יעצט די הויפט פראבלעם צו וועם מען דארף זיך זאפארט באנעמען

אפגעזעהן פונעם געזעץ, און לאמיר שוין זאגן אז עס קלאר נישט קאנסטיטושענעל! איז עס נאך אלץ א ווייטאגליכע טעמע וואס איז נישט פאני און נישט הילעריעס.

מען רעדט נישטא פון דעפאטירן. דאס איז שוין די נעקסטע שטאפל. מען רעדט דא אז זיי גייען פארלירן זייערע דזשאבס און לייסענס און דארפן גיין וואוינען אין די שאטענס ווי בעפאר. דאס אליינס איז געוואלדיגע מיטמאכעניש. שטעל דיך פאר ביזט אויף א דשאב עטליכע יאר, זיך שיין איינגעארדנט מיט די פאמיליע און פליצלונג וועסטו געוואויר אז ביז צוויי יאר ביסטו אויפן וואסער

אפגעזעהן צו טראמפ איז גערעכט צו נישט

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 12:46 am

הילעריעס און פאני איז ווען וואלף בליצער מיט זשעיק טעפפער וואס קעירן נישט קיין טראפ נישט וועגן די נעבעכדיגע אימלעגאלע אימיגראנטען און וויינען הויעך אויפען קול מיט קראקעדייל טרערן - און טראכט אויף וואס זיי וויינען - אז טראמפ האט פשוט געבעטן קאנגרעס צו מאכען די דריעמערס לעגאל אין אמעריקע.

וועם פרובירען זיי צו פאפען? יעדער ווייסט אז דאס איז נאר א פערזענליכע פייט מיטען פרעזידענט און זיי פרובירען אים אראפ צורייסען אפילו ווען ער טוהט די ריכטיגע זאך.

די קריטיק איז איין שטיק נאנסענס!

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 12:50 am

וואס איז יעצט געשעהן? וואס איז געשעהן 2010 פאר העלטקעיר אז מען האט עס איבער געמאכט? וואס איז געשעהן 2002 אז מען האט געמאכט טעקס קאטס? וואס איז געשעהן 1995 אז מען האט איבער געמאכט וועלפעיר?

א נייע פרעזידענט ברענגט נייע געדאנקען און יעדע פון זיי פרובירט בעסער צו מאכען דאס לאנד ווייל דאס איז זייער זשאב!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 1:06 am

יש ברירה האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
משה כספי האט געשריבן:ס'איז אומדערהערט די חוצפה וואס די קאמפעניס האבן און נאכמער די מעין סטריעם מידיע! אנשטאט ברענגען ארבייטער פון מיטל אמעריקע זענען זיי געגאנגען און אומלעגאל אויפגענומען די ארבייטער פאר ביליג און זיך געפרייט ווען זיי זענען געווארן לעגאל און יעצט זענען זיי צובראכן!
סי ען ען האט איין ארטיקל נאכן צווייטן פון "לאביאיסטן"... ניטאמאל א בושה צו שרייבן

די ארבעטער האבן זיי אויפגענומען ליגעל דאס איז דאך געווען די דאקא ארדער

מען האט זיי געגעבן די רעכט צו באקומען דשאבס און נעמען דרייווערס לייסענס און זיי זענען געגאנגען ארבעטן. יעצט וויל מען זיי אוועקנעמען די רעכט

'מען' האט זיי געגעבן רעכט? די וואס מאכן די געזעץ האבן נישט געגעבן! איינער וואס האט איבערגעטראטן זיין פאוער מערער מאל (לויט'ן סופרים קאורט'ס יונענימעס פסק) האט דעסיידעד אז עס איז אויך אין זיין פאוער צו באשטימען געזעצן. ובכן?

די נושא דא איז נישט אויב אבאמא האט געהאט רעכט צו נישט. ער האט געזאגט אז די קאמפאניס האבן זיי אויפגענומען איליגעל. אויף דעם האב איך געשריבן אז ניין, די קאמפאניס האבן געטוהן לעגאל, און אפי' די סופרים קאורט וואלט געאורטיילט אז אבאמא האט נישט געהאט קיין רעכט וואלט מען נאך אלס נישט געקענט באשטראפן די פירמעס זיי האבן גארנישט געטוהן ראנג

ווער רעדט פון באשטראפן?

אפגעזען צו דאקא איז לעגאל אדער נישט, איז עס נישט קיין געזעץ אויף די ביכער. אלס געזעץ אויס זענען זיי דא אומלעגאל און שטייען אויס דעפארטאציע, און כ''ז די געזעץ טוישט זיך נישט דארפן די וואס נעמען זיי אויף אלס ארבעטער זיך רישן אז איין טאג וועט אויפשטיין א צווייטער פרעזידענט און טוישן די פאליסי. שוין אפגערעדט ווען עס איז געשאפן געווארן אויף א וועג וואס איז גאר מעגליך אומלעגאל.

(כספי האט גע'טענה'ט אז די פירמע האבן זיי אויפגענומען אומלעגאל און דערנאך ווען ס'איז געווארן לעגאל האבן זיי זיך געפרייט. איך ווייס נישט פון וואו ער נעמט עס אבער זיין פוינט - אז זיי האבן אויפגענומען פרעמדע אנשטאט אמעריקאנער צו שפארן אפאר טאלער - איז וואליד אן דעם אויך, ווי ערקלערט.)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 12:30 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:די צוויי זאכן זענען אויפן וועג. אבער ביידע אומווארשיינליך אריינצוגיין אין אפעקט.

דאס אנהאלטן דעם איראן דיעל איז לשיטת די קעגנער געווען אן אפיזמענט, סאו...

איך ווייס נישט צו טראמפ קעיר גייט אריינגיין אין עפעקט, ער האט אבער א ברירה צו חרוב מאכן אבאמאקעיר אין איין סעקונדע, ער ציהט ארויס די אפיעל איבער א קאורט דעסיזשן פון סובסעדיס און אבאמאקעיר איז א היסטארי!! דערווייל נוצט ער דאס פאר א שטעקן אלס סטראשע...

הייסט אז טראמפ איז נישט באמת אינטערעסירט צו בטל מאכן אבאמא קעיר?!

וואס מאכטעך טראכטן אזוי?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: YEG, שמערעל און 25 געסט