אלעס איבער טראמפ און רעפאבליקאנער צוריקדרייען די אבאמא "לעגעסי"

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

אלעס איבער טראמפ און רעפאבליקאנער צוריקדרייען די אבאמא "לעגעסי"

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך ינואר 04, 2017 8:12 pm

(דער קעפל איז אנפאנג גווען "די אנהייב פון די ענדע פון אבאמא לעגעסי". אזוי ווי מאנכע אבאמא שטיצער האבן געפילט אז עס איז צו שטעכעדיג איז עס געווארן געטוישט צו "אלעס איבער טראמפ און רעפאבליקאנער צוריקדרייען די אבאמא לעגעסי"). ביטע האלטן דעם אשכול איבער דעם נושא וואס איז געפענט געווארן)

אבאמא גייט ארויס פון אמט אין א 2 וואכן לאזענדיג נאך זיך א גאנצע רייע פון קוראזשפולע דערגרייכונגען. עס איז א גרויסע מחלוקת צו די דערגרייכונגען זענען גוט צו נישט, געוואנדען מערסטענס לויט פארטייאישע אפילאציעס (ווייניג טראכטען מיטן אייגענעם קאפ..)דאס איז אבער יעדער מודה אז אבאמא האט אוויקגעשטעלט א "לעגעסי" וואס ענטהאלט גאנץ אסך באלד עקשאנס.

אבאמא האט געווארענט אין די לעצטע וואך פאר די וואלן זיינע שטיצער. אויב טראמפ געווינט גייט דאס מאכן א שטארקן שאדן פאר מיין לעגעסי.. די גאנצע שווערע ארבעט פון די לעצטע אכט יאר גייט דאון די דרעין.

אנדערש ווי אסך פון אבאמאס דרשות וואס ענטהאלט אמאל מער רעטאריק ווי פאקטן, איז אבער דער אויבנדערמאנטער ציטאט שטארק אמת, ספעציעל אז די רעפאבליקאנער קאנטראלירן די 2 הייזער.

(CNN)In a strong appeal to black voters on Wednesday, President Barack Obama warned that if Donald Trump wins the election next week, the Republican presidential nominee would undo his administration's legacy.

"If we let this thing slip and I've got a situation where my last two months in office are preparing for a transition to Donald Trump, whose staff people have said that their primary agenda is to have him in the first couple of weeks sitting in the Oval Office and reverse every single thing that we've done," Obama said during an interview on the "Tom Joyner Morning Show," a syndicated radio program.

אבער פונקט דאס איז געשען וואס אבאמא האט מורא געהאט.

טראמפ איז טאקע נאך נישט אין אמט, אבער דער 115טער קאנגרעס איז שוין אין דינסט, און ביידע הייזער האבן שוין אנגעהויבן אנגרייטן דעם באדן צוריקצודרייען אבאמאקעיר, אבאמאס גרעסטע אינערן פאליטיק אויפטוע/לעגעסי.

לויט ווי פאליטישע זאך קענער זאגן קען מען רעכענען אז זיי וועלן מצליח זיין דאס צו טוען, דערלאנגענדיג א שנעלער קלאפ פאר אבאמא, הארט נאכן פארלאזן אפיס.

עס איז צו ערווארטען נאך פארשידענע אבאמא ריווערסעלס, ספעציעל וואס אנטבלאנגט עקזעקעטיוו ארדערס, און עס וועט קענען קונה שביתה זיין אין דעם אשכול.
לעצט פאראכטן דורך היימישער אינגערמאן אום דאנארשטאג ינואר 12, 2017 4:16 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 04, 2017 8:51 pm

עז לאנג די נייע קאנגרעס/פרעזידענט דרייט נישט צוריק די 16 מיליאן דזשאבס פון די לעצטע 8 יאר איז אקעי.
Fine Tuned Machine

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך ינואר 04, 2017 9:02 pm

כאפצעם האט געשריבן:עז לאנג די נייע קאנגרעס/פרעזידענט דרייט נישט צוריק די 16 מיליאן דזשאבס פון די לעצטע 8 יאר איז אקעי.

viewtopic.php?f=6&t=32081&p=1357794&hilit=%D7%9C%D7%A2%D7%92%D7%A2%D7%A1%D7%99#p1357794

דארט איז עס דער סענטערפיס. עטליעסט זיי קאנסיסטענט.

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 04, 2017 9:07 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:עז לאנג די נייע קאנגרעס/פרעזידענט דרייט נישט צוריק די 16 מיליאן דזשאבס פון די לעצטע 8 יאר איז אקעי.

viewtopic.php?f=6&t=32081&p=1357794&hilit=%D7%9C%D7%A2%D7%92%D7%A2%D7%A1%D7%99#p1357794

דארט איז עס דער סענטערפיס. עטליעסט זיי קאנסיסטענט.

יא יא. לייען אביסל ווייטער. די "סענטער פיעס" איז אבאמאקעיר, די "גרעסטע און וויכטיגסטע" אקאמפלישמענט איז די עקאנאמיע און די 16 מיליאן דזשאבס.

כ'גלייב נישט דאס איז עפעס וואס איינער דיסאגריעט.
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך ינואר 04, 2017 9:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Fine Tuned Machine

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 04, 2017 10:03 pm

אמר האחראי: די פאלגנדע תגובה באציהט זיך צו תגובות וואס זענען פארמעקט געווארן צוליב פארדרייען די נושא וכדומה, מיר וואלטן אויך דעם תגובה פארמעקט ווען נישט די יגיעה וואס דער שרייבער האט אריינגעלייגט דערין.
פלוני האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:איך מעג פארשטיין וואס ס'קרענקט דיר אזוי אז אידן האפן אז זייער העלטקעיר ביל גייט אראפגיין?

איך האב גערעד צו אן אינגערמאן וואס טוט אין העלט אינשארענ'ס און ער האט מיר געזאגט אז די אלע נארישקייטן וואס אינגעלייט רעדן דא צוזאם זענען גארנישט מיט נישט, אלץ איז פיסטע נאכגעזאגעכצער און צו ווייזן אז מ'פארשטייט אדער האט מען זיך צו געהערט צו עקסטרעמיסטישע חברה וואס האבן אריין געבאקן נארישקייטן, ער זאגט מיר אז די העלט קיר איז א פיינער זאך און דעי אלע גערעדעכצער איז אויסגעזויגן, ווער ס'וויל קען איך עם זאגן א נאמען פון דעם איד אין אישי.

דזשאסט עי געס: דו ביזט אויף מעדיקעיד. ריכטיג?
איך בין נישט, און איך האב געצאלט פאראיאר $725.10 פאר איין מענטש!! פאר אינשורענס, פלאס ווען איך האב געהאט א קינד האט עס מיר געקאסט $1,300 פון מיין טאש, שוין נאכן מיעטן די $250 דעדאקטיבל, און איך האב נאכנישט קיין אינשורענס פאר היי יאר.
מיין חברותא'ס אינשורענס איז ארויף פון $700 אין 16 צו $1,000 אין 1, א בערך 40% העכערונג. טרעף מיר ווען אין די היסטאריע דאס איז געווען.
דא און דא און דא און דא שטייט אז העלטקעיר קאסטן איז געשטיגן אין דעם לעצטן יאר מער ווי סיי ווען אין די לעצטע 32 יאר!
ביל קלינטאן האט אויך גערעדט פון די מיליאנען וועם אבאמאקעיר האט געשאדט.
דא שטייט אז א דעמאקראטישע גאווערנאר און געוועזענע שטארקער שטיצער פאר אבאמאקעיר זאגט אז עס איז מער נישט עפארדעבל.
ווען אין די היסטאריע איז פרימיום'ס געשטיגן מיט 116 פראצענט, אזוי ווי עס האט פאסירט היי יאר אין אריזאנע?
און די אנדערע ריזיגע העכערונגען?
און א דריטל אמעריקע האט נאר איין אינשורענס פראוויידער, און נאך א דריטל האט נאר צוויי?

זאג מיר אין אישי ווער דער פיקח איז (איך בלעים נישט אים און נישט דיר פאר'ן נישט וועלן ארויסשטעלן זיין נאמען אין פאבליק.)
ווער איז ברעינוואשט? ווער האט צוגעהערט צו די עקסטרעמיסטישע לינקע משוגעים (ווייל די נישט עקסטרעמע משוגעים זאגן שוין אויך נישט אז עס האט נישט טייערער - און זאגאר ביליגער - געמאכט העלט אינשורענס.
אגב, ביי א דעבאטע בעפאר די עלעקשאןס האט א דעמאקראטישע קאנדידאט פאר קאנגרעס געזאגט " The Affordable Care Act has made health care more affordable" און די גאנצע זאל האט אויסגעבראכן אין א געלעכטער...

SPUSMN איז גערעכט. עטץ לעבט בכלל נישט אויף דעם פלאנעט. עטץ האטס/מאכטס אייגענע פאקטן.
לעצט פאראכטן דורך משהזוךמיר אום מיטוואך ינואר 04, 2017 10:06 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך ינואר 04, 2017 10:06 pm

שיינע אפהאנדלונג און עפענונג @היימישער יונגערמאן, יישר כח פארן שרייבן
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

חלהדעקל
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 11:40 am

זאגט נעכטן יוסי געשטעטנער אויף קול מבשר, אז פון טראמפס טוויטס נעכטן קוקט היבש אויס אז ער האלט נישט אזוי שנעל ביים צוריקדרייען קיין אבאמא קער עכ"פ פאר די רעפאבליקענס האבן מיט וואס עס צו רעפלעיסן, און אויב העט די יאר דורכגיין אן ריפיעלן אבאמא קער, זאל מען געדענקן אז ער האט עס שוין פארגעזאגט פ' ויגש...
1 + 1 = חלה דעקל...

סטעמפ
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2015 6:12 pm

תגובהדורך סטעמפ » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:50 pm

די עיקר ריפיעל אויף אבאמאקעיר וועט נישט אריינגיין אין עפעקט בעפאר יארע 19'.
(קרעדיט: ניו יארק רעפובליקאנער קאנגרעסמאן קאלינס אויף מארנינג דזשאו)

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:55 pm

חלהדעקל האט געשריבן:זאגט נעכטן יוסי געשטעטנער אויף קול מבשר, אז פון טראמפס טוויטס נעכטן קוקט היבש אויס אז ער האלט נישט אזוי שנעל ביים צוריקדרייען קיין אבאמא קער עכ"פ פאר די רעפאבליקענס האבן מיט וואס עס צו רעפלעיסן, און אויב העט די יאר דורכגיין אן ריפיעלן אבאמא קער, זאל מען געדענקן אז ער האט עס שוין פארגעזאגט פ' ויגש...

וואס דארפסטו צוקומען צו יוסי געשטעטנער'ס נביאות פארדעם? די קאנגרעס רעפובליקאנער זאגן אליין אז זיי ווילן "ריפיעל און דילעי", דאס הייסט אז עס וועט ערשט אריינגיין אין אפעקט אין עטליכע יאר, הערשט נאך וואס זיי (ווילן דיר איינרעדן אז זיי גייען) האבן א ריפלעיסמענט.

שטייצעך איינמאל ס'איז ריפיעלד גייען שוין רוב רעפובליקאנער זיין צעפרידן מיט זיך, די וואס גייען יא רידערן גייען זיך נישט קענען פאראייניגן אויף א ריפלעיסמענט פלאן. טראמפ וועט ווארשיינליך פאלן פארן טריק און סיינען די ריפיעל.
Fine Tuned Machine

קיין נפקמ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:13 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:אבאמא גייט ארויס פון אמט אין א 2 וואכן לאזענדיג נאך זיך א גאנצע רייע פון קוראזשפולע דערגרייכונגען. עס איז א גרויסע מחלוקת צו די דערגרייכונגען זענען גוט צו נישט, געוואנדען מערסטענס לויט פארטייאישע אפילאציעס (ווייניג טראכטען מיטן אייגענעם קאפ..)דאס איז אבער יעדער מודה אז אבאמא האט אוויקגעשטעלט א "לעגעסי" וואס ענטהאלט גאנץ אסך באלד עקשאנס.

אבאמא האט געווארענט אין די לעצטע וואך פאר די וואלן זיינע שטיצער. אויב טראמפ געווינט גייט דאס מאכן א שטארקן שאדן פאר מיין לעגעסי.. די גאנצע שווערע ארבעט פון די לעצטע אכט יאר גייט דאון די דרעין.

אנדערש ווי אסך פון אבאמאס דרשות וואס ענטהאלט אמאל מער רעטאריק ווי פאקטן, איז אבער דער אויבנדערמאנטער ציטאט שטארק אמת, ספעציעל אז די רעפאבליקאנער קאנטראלירן די 2 הייזער.

(CNN)In a strong appeal to black voters on Wednesday, President Barack Obama warned that if Donald Trump wins the election next week, the Republican presidential nominee would undo his administration's legacy.

"If we let this thing slip and I've got a situation where my last two months in office are preparing for a transition to Donald Trump, whose staff people have said that their primary agenda is to have him in the first couple of weeks sitting in the Oval Office and reverse every single thing that we've done," Obama said during an interview on the "Tom Joyner Morning Show," a syndicated radio program.

אבער פונקט דאס איז געשען וואס אבאמא האט מורא געהאט.

טראמפ איז טאקע נאך נישט אין אמט, אבער דער 115טער קאנגרעס איז שוין אין דינסט, און ביידע הייזער האבן שוין אנגעהויבן אנגרייטן דעם באדן צוריקצודרייען אבאמאקעיר, אבאמאס גרעסטע אינערן פאליטיק אויפטוע/לעגעסי.

לויט ווי פאליטישע זאך קענער זאגן קען מען רעכענען אז זיי וועלן מצליח זיין דאס צו טוען, דערלאנגענדיג א שנעלער קלאפ פאר אבאמא, הארט נאכן פארלאזן אפיס.

עס איז צו ערווארטען נאך פארשידענע אבאמא ריווערסעלס, ספעציעל וואס אנטבלאנגט עקזעקעטיוו ארדערס, און עס וועט קענען קונה שביתה זיין אין דעם אשכול.

איך האלט, ווען אבאמא איז ווען נישט אזוי מיטן קאפ אין וואנט מיט זיינע פאליסיס, און אזוי נישט וויליג צי קאפארירן מיט די רעפאבס אויף אפילו א קוץ, וואלט ער ווען געהאט שטארקע שאנסן זיינע זאכן זאלן בלייבן כאטשיק במקצת.

אזוי קיקט מען אויס ווען מטראכט נאר פין זיך אן זיין גרייט צי קיקן אויף די אנדערע פליגלן, שוין נאכדעם וואס די רעפאבס האבן סאלידלי געהאלטן אין איין געווינען קאנגרעס, סענאט גאווערנער שטילן וכו.

דאס איז פשט מה דאטיפת אטיפתך וכו.

זאל ער נאר נישט האבן קיין טענות אויף קיינעם אויסער אויף זיך אליין

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:19 pm

קיין נפקמ האט געשריבן:איך האלט, ווען אבאמא איז ווען נישט אזוי מיטן קאפ אין וואנט מיט זיינע פאליסיס, און אזוי נישט וויליג צי קאפארירן מיט די רעפאבס אויף אפילו א קוץ, וואלט ער ווען געהאט שטארקע שאנסן זיינע זאכן זאלן בלייבן כאטשיק במקצת.

מאכסט מיר לאכן, וואס האט ער זיי נישט נאכגעגעבן?
Fine Tuned Machine

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:20 pm

כאפצעם האט געשריבן:
קיין נפקמ האט געשריבן:איך האלט, ווען אבאמא איז ווען נישט אזוי מיטן קאפ אין וואנט מיט זיינע פאליסיס, און אזוי נישט וויליג צי קאפארירן מיט די רעפאבס אויף אפילו א קוץ, וואלט ער ווען געהאט שטארקע שאנסן זיינע זאכן זאלן בלייבן כאטשיק במקצת.

מאכסט מיר לאכן, וואס האט ער זיי נישט נאכגעגעבן?

:roll:

קיין נפקמ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:25 pm

כאפצעם האט געשריבן:
קיין נפקמ האט געשריבן:איך האלט, ווען אבאמא איז ווען נישט אזוי מיטן קאפ אין וואנט מיט זיינע פאליסיס, און אזוי נישט וויליג צי קאפארירן מיט די רעפאבס אויף אפילו א קוץ, וואלט ער ווען געהאט שטארקע שאנסן זיינע זאכן זאלן בלייבן כאטשיק במקצת.

מאכסט מיר לאכן, וואס האט ער זיי נישט נאכגעגעבן?

וואס יא ?
וואס אויסער סופרים קאורט ריכטער האט ער נישט אויסגעפירט פינקט ווי ער האט געוואלט ?

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:56 pm

קיין נפקמ האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
קיין נפקמ האט געשריבן:איך האלט, ווען אבאמא איז ווען נישט אזוי מיטן קאפ אין וואנט מיט זיינע פאליסיס, און אזוי נישט וויליג צי קאפארירן מיט די רעפאבס אויף אפילו א קוץ, וואלט ער ווען געהאט שטארקע שאנסן זיינע זאכן זאלן בלייבן כאטשיק במקצת.

מאכסט מיר לאכן, וואס האט ער זיי נישט נאכגעגעבן?

וואס יא ?
וואס אויסער סופרים קאורט ריכטער האט ער נישט אויסגעפירט פינקט ווי ער האט געוואלט ?

ער האט ביי אלע זיינע פלענער געשניטן און קאמפראמייזד, אנגעהויבן פון טוישן זיין פלאן פון יוניווערסל העלט קעיר צו א מאדערעט העלט קעיר סיסטעם, פון זיין סטימיולעס פלאן פון 1.5 טריליאן צו האלב דערפון, פון א שטרענגע גאן קאנטראל צו א גאר מאדערעט מינימום קאנטראל, פון א לינקער צו א גאנץ מאדערעט סופרים קאורט נאמיני, מיטן לאזן די בוש טעקס קאטס וכו' וכו'

אבער שטייצעך אז ער האט קיינמאל נישט באקומען קיין איין איינציגע רעפובליקאנער שטימע.
Fine Tuned Machine

קיין נפקמ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 4:16 pm

כאפצעם האט געשריבן:
קיין נפקמ האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
קיין נפקמ האט געשריבן:איך האלט, ווען אבאמא איז ווען נישט אזוי מיטן קאפ אין וואנט מיט זיינע פאליסיס, און אזוי נישט וויליג צי קאפארירן מיט די רעפאבס אויף אפילו א קוץ, וואלט ער ווען געהאט שטארקע שאנסן זיינע זאכן זאלן בלייבן כאטשיק במקצת.

מאכסט מיר לאכן, וואס האט ער זיי נישט נאכגעגעבן?

וואס יא ?
וואס אויסער סופרים קאורט ריכטער האט ער נישט אויסגעפירט פינקט ווי ער האט געוואלט ?

ער האט ביי אלע זיינע פלענער געשניטן און קאמפראמייזד, אנגעהויבן פון טוישן זיין פלאן פון יוניווערסל העלט קעיר צו א מאדערעט העלט קעיר סיסטעם, פון זיין סטימיולעס פלאן פון 1.5 טריליאן צו האלב דערפון, פון א שטרענגע גאן קאנטראל צו א גאר מאדערעט מינימום קאנטראל, פון א לינקער צו א גאנץ מאדערעט סופרים קאורט נאמיני, מיטן לאזן די בוש טעקס קאטס וכו' וכו'

אבער שטייצעך אז ער האט קיינמאל נישט באקומען קיין איין איינציגע רעפובליקאנער שטימע.

טאקע קאמפראמייסט. ער האט געוואלט ממש אלעס לינק עס קאוט בי און ער האט קאמפראמייסט צי זיין אביסל ווייניגער לינק...... האט ער זיך אראפגעזעצט פארהאנדלען מיט די רעפאבליקאנער צי זעהן ווי מקען זיי נאכגעבן צי קימן מער אין סענטער ? ריעד אדער פאלאוסי ?

גאן קאנטראל האט ער געהאט א אישו מיט א שיין ביסל דעמעקראדס אויך.

טעקס קאטס מיין איך איז עפעס וואס שטימט יא מיט די דעמעקראטן אויך. עס איז לאו דווקא פאר רייכע

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 4:45 pm

קיין נפקמ האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
קיין נפקמ האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
קיין נפקמ האט געשריבן:איך האלט, ווען אבאמא איז ווען נישט אזוי מיטן קאפ אין וואנט מיט זיינע פאליסיס, און אזוי נישט וויליג צי קאפארירן מיט די רעפאבס אויף אפילו א קוץ, וואלט ער ווען געהאט שטארקע שאנסן זיינע זאכן זאלן בלייבן כאטשיק במקצת.

מאכסט מיר לאכן, וואס האט ער זיי נישט נאכגעגעבן?

וואס יא ?
וואס אויסער סופרים קאורט ריכטער האט ער נישט אויסגעפירט פינקט ווי ער האט געוואלט ?

ער האט ביי אלע זיינע פלענער געשניטן און קאמפראמייזד, אנגעהויבן פון טוישן זיין פלאן פון יוניווערסל העלט קעיר צו א מאדערעט העלט קעיר סיסטעם, פון זיין סטימיולעס פלאן פון 1.5 טריליאן צו האלב דערפון, פון א שטרענגע גאן קאנטראל צו א גאר מאדערעט מינימום קאנטראל, פון א לינקער צו א גאנץ מאדערעט סופרים קאורט נאמיני, מיטן לאזן די בוש טעקס קאטס וכו' וכו'

אבער שטייצעך אז ער האט קיינמאל נישט באקומען קיין איין איינציגע רעפובליקאנער שטימע.

טאקע קאמפראמייסט. ער האט געוואלט ממש אלעס לינק עס קאוט בי און ער האט קאמפראמייסט צי זיין אביסל ווייניגער לינק......

קודם זעהסטו שוין אז ער האט פארקוקט מער ווי א קוץ.

נאכדעם, וואס הייסט "אביסל ווייניגער" לינק? פון יוניווערסל העלט קעיר ביז א געהעריגע מאדערעיט העלט קעיר סיסטעם וואס אפילו זשאן קעיסיק און אנדערע רעפובליקאנער לויבן אויס, הייסט אביסל?

פון גאן קאנטראל פאר יעדע אסאולט רייפל און גאר שווערע בעקראונד טשעקס ביז בלויז גאן קאנטראל אויף די עף בי איי וואטש ליסט טעראריסטן, הייסט אביסל?

לאזן אלע בוש טעקס קאטס, הייסט אביסל?

קיין נפקמ האט געשריבן: האט ער זיך אראפגעזעצט פארהאנדלען מיט די רעפאבליקאנער צי זעהן ווי מקען זיי נאכגעבן צי קימן מער אין סענטער ? ריעד אדער פאלאוסי ?

שיינסט ניי אין פאליטיק. ווער האט געווינען מיט 10 מיליאן שטימען און א מיאריטעט פון קאנגרעס און סענאט און דאך אראפגעקומען אין קאנגרעס צו פראבירן פארהאנדלען מיט די רעפובליקאנער און ווען ער איז נאך געווען "אויפן וועג" אהין איז שוין ארומגעפארן א אימעיל צווישן אלע רעפובס. אז מ'פארהאנדעלט אויף גארנישט?....

זאג דו מיר צו ער האט נאך געהאט ווייטער מיט וועם צו האנדלען. (אבער ער האט דאך ווייטער פראבירט ווי א נער ).
Fine Tuned Machine

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 5:46 pm

דער איין זאך וואס איך האב זייער געוואלט אז ער זאל טוהן (אן ער האט צוגעזאגט אז ער וועט עס טוהן) האט ער נישט געטוהן; און דאס איז פארמאכען גאנטאנימאו בעי.

עס איז נישט א געזעצליכער מקום, און מאכט חוזק פון די קאנסטיטוציע. עס סירקומווענט די געזעץ.

דער סיסטעם דארף קענען ארבעטען צו האלטען טעראריסטען אין די אייגענע לאנד און נישט אויף שיפען אדער אינזלען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 6:47 pm

SPUSMN האט געשריבן:דער איין זאך וואס איך האב זייער געוואלט אז ער זאל טוהן (אן ער האט צוגעזאגט אז ער וועט עס טוהן) האט ער נישט געטוהן; און דאס איז פארמאכען גאנטאנימאו בעי.

עס איז נישט א געזעצליכער מקום, און מאכט חוזק פון די קאנסטיטוציע. עס סירקומווענט די געזעץ.

דער סיסטעם דארף קענען ארבעטען צו האלטען טעראריסטען אין די אייגענע לאנד און נישט אויף שיפען אדער אינזלען.

אויף וואספארא חשבון?פון לאזן געפארפולע טעראריסטן אויף די פריי?
און זאג מיר נישט אז זיי זענען נישט קיין געפארפולע טעראריסטן, געדענקסט וואס איז געשען ווען איינער פון די חברה איז פארשוואונדן אויף עטליכע וואכן, ווי גאנץ דרום אמעריקע האט געציטערט?
לעצט פאראכטן דורך משהזוךמיר אום דאנארשטאג ינואר 05, 2017 7:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 7:14 pm

SPUSMN האט געשריבן:דער איין זאך וואס איך האב זייער געוואלט אז ער זאל טוהן (אן ער האט צוגעזאגט אז ער וועט עס טוהן) האט ער נישט געטוהן; און דאס איז פארמאכען גאנטאנימאו בעי.

עס איז נישט א געזעצליכער מקום, און מאכט חוזק פון די קאנסטיטוציע. עס סירקומווענט די געזעץ.

דער סיסטעם דארף קענען ארבעטען צו האלטען טעראריסטען אין די אייגענע לאנד און נישט אויף שיפען אדער אינזלען.

עס לאזט זיך שטארק הערן אייער קריטיק אנטקעגן גיטמא. און מען קען אפילו קריטיקירען די רעפאבליקאנער וכולי, אבער דעם רעיון פון "ארויסלאזן" טעראריסטען צו פרימיטיווע לענדער, אדער לענדער וואס קענען זיין סימפאטיש צו די טעראריסטען אזוי ארום אז די טעראריסטען זאלן קענען גיין צוריק צו די ארבעט איז MIND BOGGLING.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 10:18 pm

כאפצעם האט געשריבן:
קיין נפקמ האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
קיין נפקמ האט געשריבן:איך האלט, ווען אבאמא איז ווען נישט אזוי מיטן קאפ אין וואנט מיט זיינע פאליסיס, און אזוי נישט וויליג צי קאפארירן מיט די רעפאבס אויף אפילו א קוץ, וואלט ער ווען געהאט שטארקע שאנסן זיינע זאכן זאלן בלייבן כאטשיק במקצת.

מאכסט מיר לאכן, וואס האט ער זיי נישט נאכגעגעבן?

וואס יא ?
וואס אויסער סופרים קאורט ריכטער האט ער נישט אויסגעפירט פינקט ווי ער האט געוואלט ?

ער האט ביי אלע זיינע פלענער געשניטן און קאמפראמייזד, אנגעהויבן פון טוישן זיין פלאן פון יוניווערסל העלט קעיר צו א מאדערעט העלט קעיר סיסטעם, פון זיין סטימיולעס פלאן פון 1.5 טריליאן צו האלב דערפון, פון א שטרענגע גאן קאנטראל צו א גאר מאדערעט מינימום קאנטראל, פון א לינקער צו א גאנץ מאדערעט סופרים קאורט נאמיני, מיטן לאזן די בוש טעקס קאטס וכו' וכו'

אבער שטייצעך אז ער האט קיינמאל נישט באקומען קיין איין איינציגע רעפובליקאנער שטימע.

נאכגעגעבן ווייל ער האט געוואלט נאכגעבן אדער ווייל ער האט נישט געהאט קיין ברירה?

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 10:24 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:

ווענציך ביי וועלעכע פאל.

ביי גאן קאנטראל און סופרים קאורט, יא, וועגן ער האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה מיט א רעפובליקאנער קאנגרעס.

ביי טעקס קאטס, מרצונו, אלס אייגענע שיטה.

ביי העלט קעיר, האבענדיג קאנגרעס און סענאט וואלט ער נישט עכט געדארפט נאכגעבן, אבער האט נאכגעגעבן פראבירענדיג צו מאכן עפעס וואס יעדער זאל זיין צעפרידן, קוקנדיג אין די לאנג ראן אז די רעפובליקאנער וועלן עס ריפיעלן אויב זענען זיי נישט אן באורד.

אבער למעשה האט אים גארנישט געהאלפן.
Fine Tuned Machine

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג ינואר 06, 2017 9:00 am

אבי גערעדט! ער האט נאכגעגעבן די אלע זאכן ווייל ער האט נישט געקענט סעקיורן זיינע אייגענע זעכציג סענעטארן, האסט פארגעסן וויזוי סאט אויסגעקוקט יענע טעג, איין מינוט האט נעלסן פארלאנגט אזא טויש, א מינוט שפעטער האט א צווייטע פארלאנגט עפעס אנדערש, יעדע קאמפרעמייז וואס איז געווען אין אבאמאקעיר איז געווען צו באקומען קאנגרעסס און סענאט אפשטומונג פון זיין אייגענע פארטיי! ער האט גארנישט נאכגעגעבן פאר ריפאבליקענס...

מ'קען זיך דינגן אויף יעדע זאך, לדעתי, און רוב מענטשן וואס האבן מיטגעהאלטן אביסל פאר מער ווי אכט יאר האלטן אז אבאמא איז געווען די ערגסטע אין דעם הינזיכט! ער האט נאר פארהאנדלט ווען ער האט געמוזט! און אפילו ווען סאט אויסגעקוקט אז ער מוז האט ער אויך געטוהן אלעס נישט צו פארהאנדלן! קוק וואס ער טוט יעצט, ווייז מיר איין פרעזידענט וואס האצעך אזוי אויפגעפיהרט נאך די עלעקשן פון זיין נאכפאלגער... ער שיסט ארדערס, טוישן אמעריקא'ס פאלעסיס קעגן א"י, שלאגצעך מיט רוסלאנד... קיין איין פרעזידענט איז נישט געווען נאנט צו אים! קיינער איז נישט געווען אזוי אקטיוו די לעצטע פאר טעג!!

און אלעס איז פאר איין סיבה, אבאמא איז א ליבעראל אקטיוויסט, און ער האט א ציהל אדורכצופיהרן זיין לינקע אגענדע... און פארדעם האטער כמעט נישט נארמאל פארהאנדלט מיט די ריפאבליקענס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג ינואר 06, 2017 9:29 am

יעדער ווייסט אז ער איז א ליבעראלע אקטיוויסט, די שאלה איז געווען צו אפילו אלס ליבעראלער האט ער פראבירט צו פארהאנדלען/נאכגעבן פאר רעפובליקאנער.

לגבי זיין נאכגעבן ביי די העלטקעיר ביל, טאקע, רוב זאכן וואס ער האט נאכגעגעבן איז געווען פאר דעמאקראטן, ווייסט פארוואס? ווייל די רעפובליקאנער האבן ניטאמאל געוואלט רעדן מיט אים, ווען ער האט זיך פראבירט ביקן און ארויפקומען אין קאנגרעס ספעציעל צו זיי איז ארומגעפארן א אימעיל אז מ'גייט לאכן פון אים. איט וואס אלל עבאוט פאליטיקס. און קלוג האבן זיי געטוהן! ווייל אזוי האבן זיי אלע פראבלעמען געקענט נעכדעם בלעימען אויף אבאמא.

יעצט די זאכן וואס ער האט נאכגעגעבן פאר דעמאקראטן זענען רעפובליקאנע זאכן, די דעמאקראטן פון וועם דו רעדטסט דא זענען מער רעכט ווי לינק, דו רעדטסט דא פון מענטשן וואס האבן נישט געוואלט אונטערשרייבן די ביל ווייל ס'אינקלודט פלענט פערנדהוד... אבאמא האט געמוזט איינשפאנען די קירכע זיי צו בארוהיגן אז ס'איז אקעי.
Fine Tuned Machine

רוח מצויה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 4:43 pm

תגובהדורך רוח מצויה » פרייטאג ינואר 06, 2017 11:35 am

כ' פרעג נאר,

בוש איז זיינע יארן איז מער גרייט געווען צו פארהאנדלען מיט די דעמאקרעטס מרצונו הטוב מער ווי אבאמא? ס'איז נישט כך הוא דרכו של פאליטיק אז ווען א פרעזידענט געווינט אויב האט ער אויך די האוז און סענאט און כ"ש אזוי שטארק ווי אבאמא אין זיינע ערשטע תקופה מיט א סופער מעזשארעטי פון 60 אין סענאט טוהט ער וואס ער וויל?

בנוגע גיטמאו, @ספוסמאן איז לכאורה ביטער גערעכט אז ס'איז כנגד הצדק והיושר והשכל צו האלטן מענטשן פארשפארט לעולם ועד אן זיי שטעלן צו א פראצעס, די מציאות אבער איז אז ס'איז כמעט נישט מעגליך צו שטעלן רוב געכאפטע ארעסטאנטען דארט פאר א פראצעס, ס'איז רוב מאל נישט דא קיין גאר קלארע באווייזן זיי צו קענען געפונען שילדיג דורך א ריכטער, סאו וואס איז יא די ריכטיגע וועג? אהיימשיקן און זיי לאזן אויף הפקר? טוהן וואס אבאמא טוהט זיי צו שיקן צו לענדער וואס זענען גרייט כלומ'פרש צו נעמען אחריות אויף זיי? (כ' מיין אז די פראגרעם האט זיך שוין אנגעפאנגען אונטער בוש, אבאמא האט עס נאר מוראדיג פארברייטערט) זיי באפרייען אין אמעריקע און לאזן דא וואוינען מיט א שטענדיגע סעקיוריטע גארד ארום זיי? (אפשר גאר אויך אויסהאלטן אויף אלע רעגירונג פראגראמען?) ס'קוקט מיר באמת אויס ווי א ביין און האלדז נישט אראפצושלינגען און נישט אויסצושפייען.

בכלל מה דינו פון א לאו רעינקינג טאליבאן געפאנגענעם וואס מ'הא געכאפט למשל אונטערשטעלן א בובי טרפ באמבע אין די זייט פון די ראוד אין אפגאניסטאן בשעת די אינוואזיע דארט און מ'האט עים אהערגעליפערט צו גיטמאו, איז ער א געפאנגענער סאלדאט פונם שונא געכאפט אינמיטן דינען זיין לאנד און זיין מיליטער? האט ער א דין פון א טעראריסט צו באקמען לעבנסלענגליכע תפיסה? ס'איז כמעט זיכער אז ווען ער האט ווען די מעגליכקייט וואלט ער אויסגע'שחט'ן אלע אמעריקאנער וואס ער קען נאר, סאו איז דעס א תירוץ/סיבה עים צו האלטן איינגעשפארט אין גיטמאו?

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג ינואר 06, 2017 11:43 am

ס׳איז גוט אז די רוח איז מצויה, אזא פיינע דערפישענדער ווינטל.
דאנקע שעהן!
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: רה''ק דקהל פורים און 21 געסט