פרעזידענט אבאמא נאכן ווייסן הויז

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 09, 2018 10:36 am

אויב איז ער מיט עפעס גלייך צו די נייטרא ראפעל, איז עס מיט די מזל פונעם געווינער.

דער משוגענער האט מזל ווי משוגע.
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
זונדל שאלאמאן
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:53 am

אבאמא אין זיצונגען פאר 2020 פרעזידענטליכע קאמפיין

תגובהדורך זונדל שאלאמאן » מאנטאג יוני 11, 2018 5:18 pm

דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא, וואס האט געדינט אינעם ווייסן הויז פאר 8 יאר, האט שטילערהייט אפגעהאלטן זיצונגען מיט אמווייניגסטנס ניין פאטענציאלע קאנדידאטן, וואס קלערן פון לויפן פאר די פרעזידענטשאפט אינעם קומענדיגן 2020 עלעקשאנס, לויט ווי עס איז באשטעטיגט געווארן פאר “פאליטיקא”.

ווי די וואס ווייסן דערפון דערציילן, איז אבאמא שטארק אמביציעז און פול מיט ענערגיע צו געבן ראט און טאט לויפנדיג קעגן דעם אמטירענדער פרעזידענט דאלאנד טראמפ, וועלכער האט אומגעווארפן מיט קראפט די מעכטיגע עסטאבלישמענט, און גענומען פאר א מיסיע צו צוברעקלען די לעגעסי פון אבאמא פון א’ ביז ת’.

קיין איין מענטש קען נישט מוחל זיין צו זען ווי א צווייטער צעמאלט מיט אזא איגא זיין שווערע הארעוואוניע פון יארן לאנג, איבערהויפט אזא איינער ווי באראק אבאמא, וואס האט געהאט די עסטאבלישמענט צו זיין זייט, און געטון ככל העולה על רוחו אנע אפגעבן קיין דין וחשבון פאר קיינעם, ווי עס האלטן אין איין ארויסקומען מער און מער באווייזן דערויף.

אבאמא האט פאר די אלע פאטענציאלע קאנדידאטן אנגעטראגן אומסיזטע הילף, צו קענען צוריקשטעלן די דעמאקראטישע פארטיי אויף אירע פיס פעסטערהייט, און ער איז אויסן צו ברענגען די בעסטע צוקונפט וואס נאר מעגליך, פאר די דעמאקראטן און זייער פארטיי.

די אלע זיצונגען און באגעגענישן זענען פארגעקומען אין אבאמא’ס פריוואטע ביורא אין וואשינגטאן, און טראץ וואס ער פלאנירט נישט דערווייל צו אינדארסירן קיינעם פאר פרעזידענט, וויל ער גאר שטארק ארויסזען דאנאלד טראמפ פון אוועל אפיס.

“איר מוזט ווייטער רעדן איבער די טראמפ רוסלאנד צוזאמענארבעט א גאנצע צייט” האט אבאמא געגעבן אן עצה. “דאס איז די בעסטע וועג אוועקצושלעפן זיינע וויילער”.


קרעדיט - אידישער ווינקל

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12397
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג יוני 11, 2018 6:44 pm

דאס אז אבאמא גייט אזוי שטארק ארבעטען פאר די קעגנערס פון טראמפ, וועט העלפען טראמפ ווען מען וועט זעהן ווער וויל אזוי שטארק זיין אפאונענט.

איך האף אז בערני סענדערס מיט מיסטער און מיסעס קלינטאן גייען אויך שטארק ארבעטען פאר דער קאנדידאט קעגען טראמפ.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

זיכער
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 11, 2018 2:50 pm

תגובהדורך זיכער » מאנטאג יוני 11, 2018 7:29 pm

זונדל שאלאמאן האט געשריבן:
“איר מוזט ווייטער רעדן איבער די טראמפ רוסלאנד צוזאמענארבעט א גאנצע צייט” האט אבאמא געגעבן אן עצה. “דאס איז די בעסטע וועג אוועקצושלעפן זיינע וויילער”.


קרעדיט - אידישער ווינקל


פון די עצה קוקט אויס אז דער צוקופטיגער קאנדידאט וועט ענדיגען דארט ווי הילערי האט גענדיגט...

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יוני 11, 2018 8:51 pm

זיכער האט געשריבן:
זונדל שאלאמאן האט געשריבן:
“איר מוזט ווייטער רעדן איבער די טראמפ רוסלאנד צוזאמענארבעט א גאנצע צייט” האט אבאמא געגעבן אן עצה. “דאס איז די בעסטע וועג אוועקצושלעפן זיינע וויילער”.


קרעדיט - אידישער ווינקל


פון די עצה קוקט אויס אז דער צוקופטיגער קאנדידאט וועט ענדיגען דארט ווי הילערי האט גענדיגט...

איך האב געמיינט אז אבאמא איז קלוגער פון דעם

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9834
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג יוני 19, 2018 5:26 pm

Virginia school will drop Confederate general name and call itself Barack Obama Elementary
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4177
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יוני 19, 2018 5:30 pm

לאמער האפן די נשמה זאל האבן אן עליה
לכבוד די צווייטע יאר טאג פון ווען דאנאלד טראמפ יר״ה איז געווארן איינגעשוואוירן אלטס דער פרעזידענט, האבעך דא קלענערע אויסצוגן פון עקספערטן און גרויסע מיינונג זאגערס, וואס האבן דורכאויס די לעצטע צוויי יאר פאראויסגעשאצט די פאלגענדע:

דראפבאקסגוגל דרייוו

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג יוני 19, 2018 5:34 pm

כאפצעם האט געשריבן:Virginia school will drop Confederate general name and call itself Barack Obama Elementary

נעוואדע אזוי.
נאר טראמפ מעג האבן א יוניווערסעטי נקראת על שמו?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » דינסטאג יוני 19, 2018 6:35 pm

כאפצעם האט געשריבן:Virginia school will drop Confederate general name and call itself Barack Obama Elementary

זאג זיי אז מען קען נישט וועהלן וועלכע נאמען יא צו נוצן און וועלכע צו אויסלאזן :P
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: חסידים ואנשי מעשה)

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 30, 2018 10:20 am

מעמד הנחת אבן הפינה פאר די אבאמא פרעזידענטליכע ביבליאטעק צענטער אין שיקאגא אפגעשטופט אויף קומענדיגע יאר

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג יולי 30, 2018 11:46 pm

חסידישע ווערטשאפט ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

בלינצע
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » דינסטאג יולי 31, 2018 9:48 am

פרעזידענט אבאמא און ווייס פרעזידענט ביידען האבן נעכטן געגעסן לאנטש אין א רעסטוראנט אין וואשינגטאן די סי, די מאסן זענען געגאנגען ווילד.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 25 געסט