פרעזידענט אבאמא נאכן ווייסן הויז

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 09, 2018 10:36 am

אויב איז ער מיט עפעס גלייך צו די נייטרא ראפעל, איז עס מיט די מזל פונעם געווינער.

דער משוגענער האט מזל ווי משוגע.
שנראה כל אחד מעלת חברינו

אוועטאר
זונדל שאלאמאן
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:53 am

אבאמא אין זיצונגען פאר 2020 פרעזידענטליכע קאמפיין

תגובהדורך זונדל שאלאמאן » מאנטאג יוני 11, 2018 5:18 pm

דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא, וואס האט געדינט אינעם ווייסן הויז פאר 8 יאר, האט שטילערהייט אפגעהאלטן זיצונגען מיט אמווייניגסטנס ניין פאטענציאלע קאנדידאטן, וואס קלערן פון לויפן פאר די פרעזידענטשאפט אינעם קומענדיגן 2020 עלעקשאנס, לויט ווי עס איז באשטעטיגט געווארן פאר “פאליטיקא”.

ווי די וואס ווייסן דערפון דערציילן, איז אבאמא שטארק אמביציעז און פול מיט ענערגיע צו געבן ראט און טאט לויפנדיג קעגן דעם אמטירענדער פרעזידענט דאלאנד טראמפ, וועלכער האט אומגעווארפן מיט קראפט די מעכטיגע עסטאבלישמענט, און גענומען פאר א מיסיע צו צוברעקלען די לעגעסי פון אבאמא פון א’ ביז ת’.

קיין איין מענטש קען נישט מוחל זיין צו זען ווי א צווייטער צעמאלט מיט אזא איגא זיין שווערע הארעוואוניע פון יארן לאנג, איבערהויפט אזא איינער ווי באראק אבאמא, וואס האט געהאט די עסטאבלישמענט צו זיין זייט, און געטון ככל העולה על רוחו אנע אפגעבן קיין דין וחשבון פאר קיינעם, ווי עס האלטן אין איין ארויסקומען מער און מער באווייזן דערויף.

אבאמא האט פאר די אלע פאטענציאלע קאנדידאטן אנגעטראגן אומסיזטע הילף, צו קענען צוריקשטעלן די דעמאקראטישע פארטיי אויף אירע פיס פעסטערהייט, און ער איז אויסן צו ברענגען די בעסטע צוקונפט וואס נאר מעגליך, פאר די דעמאקראטן און זייער פארטיי.

די אלע זיצונגען און באגעגענישן זענען פארגעקומען אין אבאמא’ס פריוואטע ביורא אין וואשינגטאן, און טראץ וואס ער פלאנירט נישט דערווייל צו אינדארסירן קיינעם פאר פרעזידענט, וויל ער גאר שטארק ארויסזען דאנאלד טראמפ פון אוועל אפיס.

“איר מוזט ווייטער רעדן איבער די טראמפ רוסלאנד צוזאמענארבעט א גאנצע צייט” האט אבאמא געגעבן אן עצה. “דאס איז די בעסטע וועג אוועקצושלעפן זיינע וויילער”.


קרעדיט - אידישער ווינקל

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג יוני 11, 2018 6:44 pm

דאס אז אבאמא גייט אזוי שטארק ארבעטען פאר די קעגנערס פון טראמפ, וועט העלפען טראמפ ווען מען וועט זעהן ווער וויל אזוי שטארק זיין אפאונענט.

איך האף אז בערני סענדערס מיט מיסטער און מיסעס קלינטאן גייען אויך שטארק ארבעטען פאר דער קאנדידאט קעגען טראמפ.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

זיכער
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 11, 2018 2:50 pm

תגובהדורך זיכער » מאנטאג יוני 11, 2018 7:29 pm

זונדל שאלאמאן האט געשריבן:
“איר מוזט ווייטער רעדן איבער די טראמפ רוסלאנד צוזאמענארבעט א גאנצע צייט” האט אבאמא געגעבן אן עצה. “דאס איז די בעסטע וועג אוועקצושלעפן זיינע וויילער”.


קרעדיט - אידישער ווינקל


פון די עצה קוקט אויס אז דער צוקופטיגער קאנדידאט וועט ענדיגען דארט ווי הילערי האט גענדיגט...

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יוני 11, 2018 8:51 pm

זיכער האט געשריבן:
זונדל שאלאמאן האט געשריבן:
“איר מוזט ווייטער רעדן איבער די טראמפ רוסלאנד צוזאמענארבעט א גאנצע צייט” האט אבאמא געגעבן אן עצה. “דאס איז די בעסטע וועג אוועקצושלעפן זיינע וויילער”.


קרעדיט - אידישער ווינקל


פון די עצה קוקט אויס אז דער צוקופטיגער קאנדידאט וועט ענדיגען דארט ווי הילערי האט גענדיגט...

איך האב געמיינט אז אבאמא איז קלוגער פון דעם
"we will stop him" = פיטער שטרויזאק


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Jobless, אזוי וויל איך, גראף פאטאצקי, וויכטיג מאכער, כאפצעם, פארקלאצט, פייווישעל, פעטער שמואל, פראצעדור, פריינד און 30 געסט