בלאט 75 פון 134

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:04 pm
דורך להוסיף
שוין. קום איך יעצט פון 'בינגא'. די רעוואלאציע האלט אן!! כן ירבה.

אפאר אבזערוואציעס: אתרוגים און סוכה ברעטער פאר ביליג איז זייער שיין. אבער. 'נישט דא ליגט די הונט באגראבן'. [מאמר העולם]

די 'בינגא' קאסטומערס זוכן 'ברעד ענד באטער' פאר ביליג. דאס הייסט די טעגליכע געברויכענישן. וואס מען מוז האבן בכל עת ובכל שעה.
[איך ווייס נישט וויפיל מענטשן עס וואלט געשטערט צו צאלן נאך אפאר דאלער פאר א אתרוג - אדער סוכה ברעטער וואס האלטן אפאר יאר]
נאכאמאל. מענטשן ווילן ביליגע מילעכיגס. פלייש. פיש. [ווער געדענקט די געלונגענע 'קאטעדזש טשיז רעוואלאציע' אין ארץ ישראל??]

כ'האב הנאה גיהאט צו זען אז קאטעדזש טשיז קאסט יעצט 2.99 [איך האב קיין ספק אז 'מהדרין' און 'בינגא' פארדינען דערויף..] און '108 סלייס טשיז' איז 10.99 [עפעס א נייע קאמפעני. מסתם א שטיף-קינד פון 'מהדרין']

פלייש און פיש איז זייער ביליג. בעקעריי איז אביסל ארויף. עס איז יעצט רעגולער פרייז. [דוגמא: די פשוטע בעיגעלס איז 40 סענט א שטיק. און דאס איז ווען דו קויפסט 6!]

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:15 pm
דורך מחזור
קען איינער ברענגן א בילד פון די צוזאמלייג בעטן?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:20 pm
דורך חמרא טבא
שוואכע מעשיות

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:22 pm
דורך קאמפיוטער עקספערט
להוסיף האט געשריבן:בעקעריי איז אביסל ארויף. עס איז יעצט רעגולער פרייז. [דוגמא: די פשוטע בעיגעלס איז 40 סענט א שטיק. און דאס איז ווען דו קויפסט 6!]

קעיק איז נאכאלס זייער ביליג

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 02, 2017 10:13 pm
דורך וואוילע שעפעלע
בענקעל האט געשריבן:
20171002_124719.jpg
fill up on gas in jersey
spend your money wisely bingo...

אייזענע מארקעטינג איידיע

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:05 pm
דורך נודה לך
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:
20171002_124719.jpg
fill up on gas in jersey
spend your money wisely bingo...

אייזענע מארקעטינג איידיע

מיך אויך שטארק געכאפט די איידיע!!

וועלכע מארקעטינג קאמפאני נוצן זיי?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:14 pm
דורך יאיר גאלד
וועלכע וויין האבן זיי און וואס זענען די פרייזן?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:16 pm
דורך זינגער
די וויין האט נישט מיט בינגאו, אזוי אויך די אתרוגים האט נישט מיט בינגאו, כ'גלייב זיי צאלן געלט פאר בינגאו צו דינגען א פלאץ און זיי שטעלן זיך צו צו בינגאוס פרייזן.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:39 pm
דורך וועלטניק
דיין כ'גלייב גייט ארויף אויף דיין גאנצן תגובה אדער דער ערשטער חלק איז קראנט?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:48 pm
דורך זינגער
איך האב געהאט א פראבלעם מיט א אתרוג, ווען איך בין געגאנגען צו בינגאו קאסטאומער סערוויס האבען זיי מיר געזאגט אז די אתרוגים האט נישט מיט זיי גיי רעד מיט די חב"ד'צקער וואס שטייט דארט.

די איבעריגע שטעל איך זיך פאר...

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 11, 2017 4:14 pm
דורך משגיח תמידי
ביי די גרויסע בעגס קענדיס/לאליס שטייט אויך א פרייז, און זייער קליין שטייט per lbs וואס קומט בכלל נישט אויסגאבע ביליג, דעס איז חוץ וואס איך האב געדארפט שטיין און די ליין פאר ארום צוואנציג מינוט צו צאלן, און נאכדעם אליינס פאקן מיינע בעגס

געשריבן: מוצ"ש אוקטובער 28, 2017 10:51 pm
דורך תן חיוך
געקויפט א פערקאלעיטער פאר 19.99 און געמיינט אז דאס איז א מציאה, אבער למעשה שטעלט זיך ארויס אז עס האט זיך בכלל נישט געלוינט...
א געהעריגע ארבייט אז ווען עס קומט אן צו א געוויסע טעמפעטשער הערט עס אויף צו קאכן ביז עס פעלט זיך אויס נאכאמאל,
אבער בינגא׳ס קאכט א גאנצן צייט...
די חסרונות פון דעם איז אז 1) עס קאכט אויס די וואסער, און בערך א פערטל פון די וואסער ליידיגט זיך אויס דורכאויס שבת 2) עס קאסט לעקטעריק, דאס הייסט אז די 20׳גער וואס איך האב זיך געשפארט ביים קויפן וועט גיין אנשטאט פאר באזז העט עס גיין פאר קאנעד.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 29, 2017 10:06 am
דורך דגל יהודה
איך האב געהאט בערך די זעלבע עקספיריענס מיט זייער האט פלעיט פאר פסח אין סהאט ניטאמאל געהאלטען ווארעם די עסן. אבער בין איך דארט געווען זייט פסח אפאר מאל אין איינגעזעהן אז מקויפט נישט דארט קיין עלעקטראניקס אין קיין פרישע פרודוקטען. חוץ פין דעם איז עס א מעכטיגע רעווילוציע

געשריבן: זונטאג אוקטובער 29, 2017 10:48 am
דורך א גולם
ערגעץ די וואך אז זייער געבורטס טאג!!

געשריבן: זונטאג אוקטובער 29, 2017 11:41 am
דורך זינגער
תן חיוך האט געשריבן:געקויפט א פערקאלעיטער פאר 19.99 און געמיינט אז דאס איז א מציאה, אבער למעשה שטעלט זיך ארויס אז עס האט זיך בכלל נישט געלוינט...
א געהעריגע ארבייט אז ווען עס קומט אן צו א געוויסע טעמפעטשער הערט עס אויף צו קאכן ביז עס פעלט זיך אויס נאכאמאל,
אבער בינגא׳ס קאכט א גאנצן צייט...
די חסרונות פון דעם איז אז 1) עס קאכט אויס די וואסער, און בערך א פערטל פון די וואסער ליידיגט זיך אויס דורכאויס שבת 2) עס קאסט לעקטעריק, דאס הייסט אז די 20׳גער וואס איך האב זיך געשפארט ביים קויפן וועט גיין אנשטאט פאר באזז העט עס גיין פאר קאנעד.

עס פאלט דיר נישט ביי אז די "באזז" האט די זעלבע סחורה ווי בינגאו.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 29, 2017 11:44 am
דורך זינגער
דגל יהודה האט געשריבן:איך האב געהאט בערך די זעלבע עקספיריענס מיט זייער האט פלעיט פאר פסח אין סהאט ניטאמאל געהאלטען ווארעם די עסן. אבער בין איך דארט געווען זייט פסח אפאר מאל אין איינגעזעהן אז מקויפט נישט דארט קיין עלעקטראניקס אין קיין פרישע פרודוקטען. חוץ פין דעם איז עס א מעכטיגע רעווילוציע

איידער די רעדסט אויף די האט פלעיטס מאך אביסל ריסערטש, קוק אפאר בלעטער צוריק, זייער האט פלעיטס זענען די טאפ אף די ליין, אלע קאמפאניס מאכען ביי די זעלבע פלאץ.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 29, 2017 1:04 pm
דורך דגל יהודה
זינגער האט געשריבן:

איך ווייס נישט פארוואס די נעמסט עס סא פירסענאל. א חוץ אז די ביסט ביה"ב. (גלייב מיר איך קען באשטיין) דעס וואס סשטייט אויף די פריערדיגע בלעטער איך האף אז די האלטסט נישט איך דארף דורך לייענען קארגע 75 בלעטער. אין צי אנדערע מאכען עס ביי די זעלבע פלאץ גייט מיר גאנץ קנאפ אן. די פאקט איז אז דעה ארבעטען נישט אין אנדערע יא. איך טרייסט מעך נישט אין סאינטערעסירט מיך נישט ווי אנדערע מאכען עס. אין איך האף אז די גייסט נישט סתם שיסען אז ארבעט גאר פינקט ווי די פין די אנדערע סטארס.

וועגען די סטאר אין בכלל בין איך א גרויסע חסיד. אבער נישט קיין בלינדע. די פאקט איז זייער עלעקטראניקס ארבעט נישט גיט אדער אפילו גאר גאר שוואך. אין זייער פרודוקטען זענען נישט די בעסטע.
זאלן זיי סטיקען צי פארקויפען ביליגע גראסערי פרודוקטען וועלן זיי זיין גאר גאר גוט

געשריבן: זונטאג אוקטובער 29, 2017 1:34 pm
דורך AMAZON HELP
Well said I bought by bingo a SANDWICH MAKER what should I tell you it doesn’t reach the 10% of any other company very slow and bad quality let them stick to households and grocery products

געשריבן: זונטאג אוקטובער 29, 2017 6:32 pm
דורך קאפ און אקסל
ווי האלט די אפסטעיט סטאר, חלומות נאך אדער מען האלט שוין און די ערנסטע פאזעס?

געשריבן: זונטאג אוקטובער 29, 2017 7:20 pm
דורך דגל יהודה
קאפ און אקסל האט געשריבן:ווי האלט די אפסטעיט סטאר, חלומות נאך אדער מען האלט שוין און די ערנסטע פאזעס?

ווי דארף עס צי זיין?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 30, 2017 1:36 am
דורך זינגער
דגל יהודה האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:
דגל יהודה האט געשריבן:איך האב געהאט בערך די זעלבע עקספיריענס מיט זייער האט פלעיט פאר פסח אין סהאט ניטאמאל געהאלטען ווארעם די עסן. אבער בין איך דארט געווען זייט פסח אפאר מאל אין איינגעזעהן אז מקויפט נישט דארט קיין עלעקטראניקס אין קיין פרישע פרודוקטען. חוץ פין דעם איז עס א מעכטיגע רעווילוציע

איידער די רעדסט אויף די האט פלעיטס מאך אביסל ריסערטש, קוק אפאר בלעטער צוריק, זייער האט פלעיטס זענען די טאפ אף די ליין, אלע קאמפאניס מאכען ביי די זעלבע פלאץ.

איך ווייס נישט פארוואס די נעמסט עס סא פירסענאל. א חוץ אז די ביסט ביה"ב. (גלייב מיר איך קען באשטיין) דעס וואס סשטייט אויף די פריערדיגע בלעטער איך האף אז די האלטסט נישט איך דארף דורך לייענען קארגע 75 בלעטער. אין צי אנדערע מאכען עס ביי די זעלבע פלאץ גייט מיר גאנץ קנאפ אן. די פאקט איז אז דעה ארבעטען נישט אין אנדערע יא. איך טרייסט מעך נישט אין סאינטערעסירט מיך נישט ווי אנדערע מאכען עס. אין איך האף אז די גייסט נישט סתם שיסען אז ארבעט גאר פינקט ווי די פין די אנדערע סטארס.

וועגען די סטאר אין בכלל בין איך א גרויסע חסיד. אבער נישט קיין בלינדע. די פאקט איז זייער עלעקטראניקס ארבעט נישט גיט אדער אפילו גאר גאר שוואך. אין זייער פרודוקטען זענען נישט די בעסטע.
זאלן זיי סטיקען צי פארקויפען ביליגע גראסערי פרודוקטען וועלן זיי זיין גאר גאר גוט

איך בין נישט די בעה"ב, איך פלאן נישט צו זיין, איך קען פשוט גוט די עלעקטראניק ליין און איך ווייס אביסל וואס עס גייט פאר, ס'קוקט אויס ווי מען געבט אזא פסל אפ די גאנצע עלעקטראניק ליין ווייל די האסט געהאט שלעכטע עקספיריענס מיט איין אייטעם, מענטשן קענען זיך שפארן א געוואלד מיט געלט.

איך ווייס נישט אלע אייטעמס וואס זיי האבען, אבער די האט פלעיט מיט די הייס וואסער זאך ווייס איך אויף זיכער אז ס'איז פיינע סחורה, די סענדוויטש מעיקער קען איך נישט זאגען איך בין נישט זיכער פון ווי זיי נעמען.

Toaster oven bingo

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 30, 2017 8:57 am
דורך ווילעךיא
מיר האבן דארט געקויפט א טאוסטער אווען און עס האט געספארקט ביים ערשטן מאל ניצן.

עס דארף אבער ארויסגעברענגט ווערן ווי לייכט זיי נעמען צוריק און געבן דיר א נייע. ביים רעדשיסטער, נעמט ער דאס אלטע און רעכנט דיר נישט פאר די נייע.

זייערע עלעקטראניקס זענען דערווייל זייער שוואך און א שאד פאר די געלט. לאמיר האפן אז זיי וועלן דא אויך קענען ערצייגן גוטע סחורה פאר ביליג און לעבן זאלן די רעוואלוציע...

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 30, 2017 9:10 am
דורך דגל יהודה
בקיצור איז אז דא אויף די בלאט איז דא דרייב אדער פיר יודן מיט וואס רעדען זיך אפ אויף זייער עלעקטעראניקס אבער ווער סקען די ליין טרייט מסביר צי זיין ווי גוט סאיז. יראי הקהל וישפט

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 30, 2017 9:19 am
דורך בסד
איך האב א סענדוויטש מעיקער, איך בין זייער צופרידן.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 30, 2017 9:25 am
דורך פרעזידענט
די פרייזן אין אלגעמיין זענען געשטיגן אינעם געשעפט?