בינגא: נייע געשעפט אין בארא פארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 11:57 pm

:P

יאיר גאלד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:05 am

אין בארא פארק איז די פרייז ארויף. אין געוויסע ערטער, א כפרה היינט נאכט ערב יום הקדוש איז 20 דאלער!!

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:11 am

יעצט געשלאגן פאר 9 דאללער אין בארא פארק.

יאיר גאלד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:19 am

ווישוואש האט געשריבן:יעצט געשלאגן פאר 9 דאללער אין בארא פארק.

איך האב פריער געשלאגן מיין אתרוג סוחר אין בארא פארק פאר א בלויזן פינעווער...

אוועטאר
ליידיג גייער
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 2:03 am

יאיר גאלד האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:יעצט געשלאגן פאר 9 דאללער אין בארא פארק.

איך האב פריער געשלאגן מיין אתרוג סוחר אין בארא פארק פאר א בלויזן פינעווער...

פינעוו מאות? מיטן לולב אדער אנעם לולב? פארדעם לערנט ער אויס שאקלען אויך? (אזויווי די שופר קלי תקיעה שרבים מגדולי ישראל תוקעין בו...)

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 10:33 am

ווישוואש האט געשריבן:יעצט געשלאגן פאר 9 דאללער אין בארא פארק.

ווי?

א נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

תגובהדורך א נעכטיגן טאג » זונטאג אוקטובער 01, 2017 12:32 am

שטאטסמאן האט געשריבן:
נאך א זאך, זיין סטראטעגיע פון אנפאנג איז געווען, אריינצוברענגען א ריס ציווישן די קאסטומערס און דעם געשעפטסמאן, "ווי קען זיין אז ער איז אזוי ביליג און עטס זענטס אזוי טייער?!" מוז דאך זיין אז עטס רייטס אויפן עולם.
און איך מוז זאגן אז ס'האט אביסל גע'ארבעט, ווי עס קען עדות זאגן די צענדליגער בלעטער אין דעם אשכול. גראדע נאך פסח האט זיך אלעס בא'רואיגט, די געשעפטן האבן אויפגעהערט צו וויינען, זיי זענען צירוק געווארן ביזי, מענטשען האבן אנגעפאנגן צירוק צו קומען. דאס קען מען פרעגען פין די סעילסלייט, זיי זאגן אז נאך פסח האט זיך אלעס געטוישט. נישט אז בינגא איז ליידיג, אפילו די פרייזן זענען געהויבן געווארן א ביסל, נאר ס'דא גענוג פאר יעדעם.
די זעלבע זאך ביי די כפרות, אים איז פונקט גוט אז דער עולם זאת שרייען אז די מוסדות און אלע כפרות צענטער'ס זענען געלט פרעסער'ס, והא ראי' קוק ווי ביליג בינגא פארקויפט עס פאר. איז עס ווייטער א גוטע PR פאר זיי.

רוב זאכן האט מען שוין געהאט טענות נאך פאר בינגא, למשל אתרוגים,מצות, כפרות, און בכלל גראסערי פרייזן, זיי האבן באשלאסן צו פארדינען פון דעם.

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 881
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » זונטאג אוקטובער 01, 2017 1:59 am

יאיר גאלד האט געשריבן:אין בארא פארק איז די פרייז ארויף. אין געוויסע ערטער, א כפרה היינט נאכט ערב יום הקדוש איז 20 דאלער!!

אבל אשמים אנחנו, מ'לאזט זיך פון אלעם פארדעם שלאגן מען מיט אונז כפרות,
האב איך געהערט פון א קראנטע מקור אז דער אדמינסטראטער פון א ריזיגע מוסד אין וויליאמסבורג וואס האט לעצטנס געהויבן שכר לימוד פרייז, און ס'האט געשאפט א שטיקל שערירי', האט געזאגט אז ער האט זיך געדרייט אויף אסאך א גרעסערע טומל...

Chairlift
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 02, 2007 11:36 am
לאקאציע: ציווישען הימעל און ערד

תגובהדורך Chairlift » זונטאג אוקטובער 01, 2017 8:19 am

IMG_3800.JPG
IMG_3800.JPG (194.88 KiB) געזעהן 1597 מאל

אוועטאר
נו שוין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג אוקטובער 01, 2017 8:26 am

אוי ציפט עס, יעצט אפגעספענד אפאר הונדערד דולער ברעטער, 35 בערך.א שטיק, נו שוין זאל זיין א כפרה פאר מיינע זינד.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג אוקטובער 01, 2017 11:33 am

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:משמועסט אז ער דארף די כפרות פאר די פלייש אין סאטמאר מהר"א קעמפ וואס ער פירט אן[/quote

וואס שמועסט מען?? ער גייט עס האלטן אין פריזער ביז דעמאלטס? אפשר האט איינער געוואלט מען זאל אזוי שמועסן

קענסט נישט די פלייש ביזנעס
די אלע בהמה פלייש וואס מקויפט פאר יו"ט מיינסטע איז פריש געשאכטען ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

א נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

תגובהדורך א נעכטיגן טאג » זונטאג אוקטובער 01, 2017 12:10 pm

וועלמיר ווארטן ביז ער וועט האבן די לייטער סטייל סוכה.

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » זונטאג אוקטובער 01, 2017 12:11 pm

פארוואס האבן זיי נישט פארקויפט ביז היינט קיין סוכה ברעטער, שוין היפש שפעט פאר די ברעטער ביזנעס.
איינער ווייסט ווי הויעך די פענעלס זענען?

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג אוקטובער 01, 2017 1:06 pm

טשאקלעט האט געשריבן:פארוואס האבן זיי נישט פארקויפט ביז היינט קיין סוכה ברעטער, שוין היפש שפעט פאר די ברעטער ביזנעס.

ער האט נישט געוואלט טשעפענען אנדערע ביזנעסעס.

משגיח תמידי
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 2:45 pm

תגובהדורך משגיח תמידי » זונטאג אוקטובער 01, 2017 1:12 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:
טשאקלעט האט געשריבן:פארוואס האבן זיי נישט פארקויפט ביז היינט קיין סוכה ברעטער, שוין היפש שפעט פאר די ברעטער ביזנעס.

ער האט נישט געוואלט טשעפענען אנדערע ביזנעסעס.


ער האט נישט געוואלט דערלייגן צופיל געלט

זכאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 5:00 pm

תגובהדורך זכאי » זונטאג אוקטובער 01, 2017 2:00 pm

נישטא מער פון די ברעטער!

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » זונטאג אוקטובער 01, 2017 2:39 pm

נישט נאר אזוי ביליג, די לעכער זענען גראד
(א מאנארא'ער וועט פארשטיין)

אוועטאר
פרעזידענט
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » זונטאג אוקטובער 01, 2017 3:30 pm

איך שטעל זיך פאר אז...
אכטונג שמשים:
קאמינג אפ נעקסט
הושענות: מעקס 2.50 א באנטש

אוועטאר
פרעזידענט
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » זונטאג אוקטובער 01, 2017 3:36 pm

איך פארשטיי די לאגיק דערפון...
אמאל האט גראסעריס געקאסט טייער, האט דער בוטשער, פיש געשעפט, אתרוג סוחר, משמש, סוכה סענטער, מצה בעקעריי, סקול סעפליי געשעפט, הארדוועיר סטאר וכו׳ געדארפט מאכן אויף צום לעבן, כדי צו קענען דעקן די גראסערי הוצאות
משא״כ היינט איז גראסעריס אזוי ביליג אז דאס לעבן קאסט שוין נישט אזוי אסאך
א שאד צו דורכדרייען דאס געלט ביים המון עם...

תן חיוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am

תגובהדורך תן חיוך » זונטאג אוקטובער 01, 2017 4:45 pm

זכאי האט געשריבן:נישטא מער פון די ברעטער!


יא יא...
זיך פארגעשטעלט...
זיין מהלך איז אז ער נעמט יעדע שטיק צייט עפעס א וויכטיגע אייטעם, מאכט עס גאר ביליג, ער האט נאר ״אביסל״,
ער פארלירט אפאר דאלאר....
אבער נאך אלץ די בעסטע אדווערטייזמענט.

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » זונטאג אוקטובער 01, 2017 4:50 pm

אפשר קען בינגא אריינברענגן דעם שטריימעל?????
צוגעלייגטע
שטריימל.jpg
שטריימל.jpg (149.63 KiB) געזעהן 734 מאל

שמועסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

פעמפערס

תגובהדורך שמועסער » זונטאג אוקטובער 01, 2017 6:03 pm

איינער קען ביטע ארויפשטעלן די פרייזן פון בינגא אויף פעמפערס??
#מעיק-אייוועלט-גרעיט-עיגען

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3373
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג אוקטובער 01, 2017 6:08 pm

למעשה זעה איך אז די אויפטו פון בינגא איז יא דא צו העלפן די ציבור נישט א פשוטע מאני ביזנעס ער מאכט נישט צופיל געלט פון אזא ברעיט אין אויך נישט פון די כפרות.
זאל אים די זכות ביישטייען.
אין פאר מיר פערזענליך וואלט כ'מיר שטארק געוואוטשען אזא געשעפטעל אין ווילי......
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג אוקטובער 01, 2017 6:31 pm

eller האט געשריבן:למעשה זעה איך אז די אויפטו פון בינגא איז יא דא צו העלפן די ציבור נישט א פשוטע מאני ביזנעס ער מאכט נישט צופיל געלט פון אזא ברעיט אין אויך נישט פון די כפרות.
זאל אים די זכות ביישטייען.
אין פאר מיר פערזענליך וואלט כ'מיר שטארק געוואוטשען אזא געשעפטעל אין ווילי......

ער איז דא צו העלפן זיך דורך די גאר טייערע אדווערטייזמענט מעטאד פון אוועקגעבן וויכטיקע אייטעמס פאר בעלאו קאסט (אויב מ'רעכנט אריין ספעיס און לעיבאר), און ס'איז גארנישט שלעכט דערמיט...

והיינו טעמא דארי ווייס והיינו טעמא דעקיבא הערש קליין וכו' ואטו כי רוכלא...

דאס אראפצומאלן עס אלץ 'עסקנות' 'טובה פונעם ציבור' וכל שום וחניכא דאית ליה, איז א געדאנק וואס האט זיך אריינגעכאפט ביי אונז פון די ליבעראלע גאס ווי ס'איז געווארן וויכטיגער פאר א קאמפעני צו שטיצן די ריכטיגע [אומ]ווירדן ווי צו צושטעלן א גוטע פראדוקט/סערוויס. און 'מאכן געלט' איז געווארן א מיאוסע ווארט.

Haklal
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג אוקטובער 01, 2017 6:46 pm

נו שוין האט געשריבן:אוי ציפט עס, יעצט אפגעספענד אפאר הונדערד דולער ברעטער, 35 בערך.א שטיק, נו שוין זאל זיין א כפרה פאר מיינע זינד.

ווער האט יעצט זינד? נו שוין....


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט