ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2017

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 9:55 pm

יש ברירה האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:זיי זענען זייער קלוג און זייער פארשטענדליך און ווען עס קומט צו ביזנעס זענען זיי אויסנאם גוט און זיי האבען אלע באקומען א עקסעלענט עדזשיוקעשען וואס איז זייער ארויפגעקיקט ביי א סך גויים.

ער האט זייער א סך קוואליפיקאציעס. ער און זיין שוועסטער איוואנקא זענען געוועהן טייל פון די רעאלעטי שאו וואס זייער טאטע האט געפיהרט אויף ען בי סי נייעס אגענטור.

מען קען זיין א גוטע שוי שפילער און זיין א שוטה גמור האליוואד איז פיל דערמיט..

עדיוקעישין מאכט נישט איינעם קליג אויב מיר רעדן פון די זעלבע סארט קליגשאפט

איך קען נישט זייערע ביזנעס אייגענשאפטן זיי ארבעטן פארן טאטען נו וואס קען איך זעהן? וואס איך זעה און הער איז זייערע אינטערוויאס וכו', נו, מען האט שוין געהערט אזאנס! איך זעה נישט די קליגשאפט

ווייל די מידיא זאגט אזוי? :wink:

דיין היראו הילערי זאגט אויך אזוי...

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 9:56 pm

דאונט ווארי די מידיע זאגט נישט אזוי.... סאושעל מידיע זאגט, דאס מיינט שוין יא עפעס.

#מידיע_אווער
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4137
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 9:59 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:זיי זענען זייער קלוג און זייער פארשטענדליך און ווען עס קומט צו ביזנעס זענען זיי אויסנאם גוט און זיי האבען אלע באקומען א עקסעלענט עדזשיוקעשען וואס איז זייער ארויפגעקיקט ביי א סך גויים.

ער האט זייער א סך קוואליפיקאציעס. ער און זיין שוועסטער איוואנקא זענען געוועהן טייל פון די רעאלעטי שאו וואס זייער טאטע האט געפיהרט אויף ען בי סי נייעס אגענטור.

מען קען זיין א גוטע שוי שפילער און זיין א שוטה גמור האליוואד איז פיל דערמיט..

עדיוקעישין מאכט נישט איינעם קליג אויב מיר רעדן פון די זעלבע סארט קליגשאפט

איך קען נישט זייערע ביזנעס אייגענשאפטן זיי ארבעטן פארן טאטען נו וואס קען איך זעהן? וואס איך זעה און הער איז זייערע אינטערוויאס וכו', נו, מען האט שוין געהערט אזאנס! איך זעה נישט די קליגשאפט

ווייל די מידיא זאגט אזוי? :wink:

דיין היראו הילערי זאגט אויך אזוי...

מיין וואס? :lol:

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 10:50 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:טו בי האנעסט

איך קען באשטיין צו וויסן אלע פאקטען איבער דעם פאזיציע, און איבער די נפק"מ צווישן דעם און דיסטריקט אטורני'ס און צווישן דעם אטרוני דזשענעראל פון די סי

אבער איך וויל קיינעם נישט באלמוטשען מילא שרייב נאר אויב האסטו געדולד, אז נישט וועט אויך גוט זיין.

די דזשאסטיס דעפארטמענט, וואס ווערט געפירט דורך דעם אטוירני דזשענערעל אין וואשינגטאן (דהיינו דער הויפט פראקוראר פון אמעריקע), איז באשטימט צו אינפארסירן די פעדעראלע געזעץ (פעדעראל מארשאלס), אויסצופארשן קרימינאלן (FBI) און אנצוקלאגן פארברעכער אין געריכט (אטוירניס), האט צוטיילט גאנץ אמעריקע (וואס רעכנט אריין אלע סטעיטס, וואשינגטאן DC, פארטא ריקא, US ווירדזשין איילענדס, גואם און די נארטערן מאריאנא איילענדס) אין 94 דיסטריקטס, און יעדע דיסטריקט האט א דיסטריקט אטוירני (חוץ גואם און די נארטערן מאריאנא איילענדס וואס האבן צוזאמען איינס), וואס ער איז די הויפט פעדעראלע פראקוראר אין זיין דיסטריקט, ער איז מחליט וועם מ'גייט אויספארשן, וואספארא (פעדעראלע) קלאגעס אריינצוטראגן אין יעדע קעיס (פארשטייט זיך אז ער זיצט נישט אליין אויף יעדע קעיס, אויף דעם האט ער געהילפן, Assistant U.S. Attorney, וואס זיי זיצן פאקטיש אויף די קעיסעס און פארטרעטן די פעגעראלע געריכט אין קארט.
בעיסיקלי, יעדע פון די 94 דיסטריקטס האט אסאך פראקורארן וואס אויף זיי פארפיגט דער דיסטריקט אטוירני, וואס זיי זענען אונטער דעם אטוירני דזשענעראל.

זייער גוט געזאגט, אבער להוסיף נופח..

א "US Attorney" איז געשטעלט אויף פעדעראלע קעיסעס, דאס מיינט פארברעכן קעגן די קאנסטיטוציע, לדוגמה באשווינדלען די IRS, וואפן, וכדומה זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט די סטעיטס,

א "District Attorney" איז א סטעיט פראוקאר וואס זיצט אויף אלע סטעיט קעיסעס/קלאגעס,

א US Attorney ווערט אפפוינטעט דורכן פרעזידענט, און באשטעטיגט דורכן סענאט פאר א פיר יאר טורם,
א District Attorney ווערט ערוועלט דורך לאקעל וואלן,

אזוי ווי @משהזוךמיר האט שוין געזאגט איז דא אין אמעריקע 94 US Attorney's איינגעטיילט אין 94 דיסטריקטס געוואנדן אין פארשידענע חשבונות, יעדע סטעיט האט מינומים איין Judicial דיסטריקט,

אין ניו יארק איז דא Us Attorney's 4
אגב פריטט בהארארא איז די US Attorney פאר די פאלגענדע קאונטי'ס
New York (Manhattan), Bronx, Westchester, Putnam, Rockland, Orange, Dutchess, and Sullivan
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 11:00 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:זייער גוט געזאגט, אבער להוסיף נופח..

א "US Attorney" איז געשטעלט אויף פעדעראלע קעיסעס, דאס מיינט פארברעכן קעגן די קאנסטיטוציע, לדוגמה באשווינדלען די IRS, וואפן, וכדומה זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט די סטעיטס,

א "District Attorney" איז א סטעיט פראוקאר וואס זיצט אויף אלע סטעיט קעיסעס/קלאגעס,

א US Attorney ווערט אפפוינטעט דורכן פרעזידענט, און באשטעטיגט דורכן סענאט פאר א פיר יאר טורם,
א District Attorney ווערט ערוועלט דורך לאקעל וואלן,

אזוי ווי @משהזוךמיר האט שוין געזאגט איז דא אין אמעריקע 94 US Attorney's איינגעטיילט אין 94 דיסטריקטס געוואנדן אין פארשידענע חשבונות, יעדע סטעיט האט מינומים איין Judicial דיסטריקט,

אין ניו יארק איז דא Us Attorney's 4
אגב פריטט בהארארא איז די US Attorney פאר די פאלגענדע קאונטי'ס
New York (Manhattan), Bronx, Westchester, Putnam, Rockland, Orange, Dutchess, and Sullivan

יישר כח פאר די קלארע הסבר.
אגב, איז נאר דא 93 US ATTORNEY פאר די 94 דיסטריקטס. גואם און די נארטערן מאריאנא איילענדס האבן איינס צוזאמען.

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

פון דער איד דעילי

תגובהדורך eller » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 11:07 am

דעבלאזיא קריגט
וויכטיגן אינדארסמענט
מאנהעטן - די ״סערוויס ווארקער״ ארבעטער יוניאן גרופע האט נעכטן געמאלדן, אז זי אינדארסירט מעיאר ביל דעבלאזיא פאר זיין ווידערוויילונג קאמפיין צו דערן מעיאר פאזיציע, ווען ער וועט לויפן קומענדיגעס יאר. דאס קומט נאכדעם ווי דעבלאזיא האט שוין באקומען די אינדארסמענטס פון די סאניטאציע ארבעטער יוניאן און די ריטעיל ארבעטער יוניאן. דעבלאזיא וועט קריטיש דארפן האבן שטיצע פון די יוניאנס, וויבאלד עטליכע דעמאקראטן פלאנן צו לויפן קעגן אים אין א פריימערי.

קאמפטראלער סטרינגער
קריטיקירט דעבלאזיא

ניו יארק סיטי - קאמפטראלער סקאט סטרינגער האט נעכטן גאר שארף אראפגעריסן מעיאר ביל דעבלאזיא, מיט דער טענה אז די סיטי׳ס ״האוזינג פרעזערוועישאן און דעוועלאפמענט״ אגענטור האט אין יאר 14׳ און 15׳ בלויז איינקאסירט ארום 3 פראצענט פון די סך הכל פון 34 מיליאן דאלאר שטראף געלטער וואס זי האט געהאט ארויפגעלייגט אויף דעוועלאפערס און געביידע אייגענטימער לענגאויס די סיטי. סטרינגער באשולדיגט דעבלאזיא'ן, אז די רייכע דעוועלאפערס פון דער סיטי האבן אים אין טאש און דעריבער טוט ער נישט שטרענג אינפארסירן דאס זאמלען די שטראף-געלטער.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג נובעמבער 20, 2016 5:52 pm

געוועזענע מעיר דעוויד דינקינס און ברוקלין בארא פרעזידענט האבן אינדארסט די-בלאזיא פאר א צווייטע טערמין .
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג דעצמבער 04, 2016 2:36 pm

ניו יארק סיטי - א באריכט אינעם ״ניו יארק פאוסט״ דעקט אויף, אז די מאסיווע טראפיק פראבלעמען וואס מען זעט אין די לעצטערע וואכן לענגאויס ניו יארק סיטי האט גארנישט מיט טראמפ׳ס אנוועזנהייט אדער מיט'ן חאגע סעזאן, נאר איז א רעזולטאט פון א לאנגיעריגער אינזשענירטער אקציע דורך די אדמיניסטראציעס פון בלומבערג און אמטירנדער מעיאר ביל דעבלאזיא. דער פאוסט ברענגט נאך פון הויכראנגיקע סיטי פאליציי באאמטע אז בלומבערג און דעבלאזיא האבן אין די לעצטערע יארן געארבעט איבערצומאכן דעם טראפיק פלייץ פון דער סיטי, אריינגערעכנט דאס צולייגן מער ״פיסגייער פלאזאס״, ווייל זיי ווילן אז דרייווערס זאלן איינזען אז ס׳איז אוממעגליך צו דרייוון אין דער סיטי און זאלן דעריבער איבערלאזן די קארס אינדערהיים און נוצן נאר פובליק טראנספארטאציע.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 10:29 am

א באריכט דארף דאס אויפדעקן?
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג דעצמבער 16, 2016 1:20 pm

נאך א דעמאקראט די סטעיט סענעטער פון קווינס טאני האוולע א שטארקע קריטיקירער פון דיבלאזיא האט אריין געגעבן פאפירען צו לויפן פאר מעיר און א פריימערי קעגן אים
און ער גייט עס אפיציעל מעלדן קומענדיגע זונטאג
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 2:58 pm

eller האט געשריבן:נאך א דעמאקראט די סטעיט סענעטער פון קווינס טאני האוולע א שטארקע קריטיקירער פון דיבלאזיא האט אריין געגעבן פאפירען צו לויפן פאר מעיר און א פריימערי קעגן אים
און ער גייט עס אפיציעל מעלדן קומענדיגע זונטאג

טאוני אוועלא לויפט פאר מעיאר
מאנהעטן – דער ניו יארק סטעיט סענאטאר, טאוני אוועלא, דעמאקראט פון קווינס, האט נעכטן אפיציעל געמאלדן אז ער לויפט פאר מעיאר אין די וואלן וואס וועלן פארקומען קומענדיגן יאר. אוועלא איז פון די גרופע "אינדעפענדענט דעמאקראטן" וועלכע שטימען אייביג מיט די רעפובליקאנער אינעם סטעיט סענאט, געבנדיג קאנטראל פונעם סטעיט סענאט פאר די רעפובליקאנער. אוועלא איז שוין געלאפן פאר מעיאר אין 09' אבער איז נישט געווען סוקסעספול. אצינד האפט ער צו רייטן אויפן שלעכטן מזל וואס דער אמטירנדער מעיאר ביל דעבלאזיא האט לעצטנס, און ער האט אויסגעוועלט צו מאכן די מעלדונג איבער זיין קאנדידאטור ביי א האטעל אין מאספּאט, קווינס, וועלכע ווערט גענוצט צו פלאצירן היימלאזע ניו יארק סיטי בירגער, פארפירנדיג אז עס קאסט פאר די שטאטישע שטייערצאלער מיליאנען דאלארן צו פאנדן דעבלאזיא'ס פלאן פון פלאצירן היימלאזע אין טייערע האטעלן.
קרעדיט דער איד דעילי
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

וויוועריטא שליסט נישט אויס מעיאר פארמעסט

תגובהדורך eller » זונטאג דעצמבער 25, 2016 1:52 pm

ניו יארק – מאליסא מארק-וויוועריטא, ניו יארק סיטי קאונסיל ספיקער, האט געזאגט אז זי שליסט נישט אויס די מעגליכקייט פון דערקלערן איר קאנדידאטור פאר מעיאר. אויב זי וועט עס טאן, וועט זי לויפן אין א דעמאקראטישע פריימערי קעגן דעם אמטירנדן מעיאר ביל דעבלאזיא. וויוועריטא זאגט אבער אז זי וועט שטיצן דעבלאזיא פאר ווידערוויילונג, "אויב" ער באשליסט צו לויפן נאכאמאל. אירע ווערטער זענען אויפגענומען געווארן מיט וואונדער, ווייל דעבלאזיא לויפט שוין פאקטיש עטליכע מאנאטן פאר ווידערוויילונג, און ער האט שוין באקומען די אינדארסמענטס פון פילע סיטי קאונסיל מיטגלידער. שפעקולאציעס דרייען זיך ארום צי וויוועריטא האט עפעס אינערליכע אינפארמאציע אז דעבלאזיא וועט אנגעקלאגט געווארן מיט קארופציע – אן אנטוויקלונג וואס וועט אים זיכער צווינגען צוריקצוציען פון לויפן פאר ווידערוויילונג.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
ברוינפן באטל
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 4:27 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

תגובהדורך ברוינפן באטל » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 10:22 am

מעיאר דעבלאזיא ריקט אריין א פאנק צוזאמען מיט זיין זון
צוגעלייגטע
photo_2016-12-27_10-19-19.jpg
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק נאט אייך א גלעזעלע

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

פובליק אדוואקאט דערווייטערט פון דעבלאזיא

תגובהדורך eller » זונטאג ינואר 01, 2017 2:32 pm

מאנהעטן – רעדנדיג צו רעפארטערס, האט די ניו יארק סיטי פובליק אדוואקאטקע, לעטישע דזשעימס, זיך אנטזאגט צו אינדארסירן מעיאר ביל דעבלאזיא פאר א פרישן טערמין אלס מעיאר. דאס איז א שטארקער טויש פון דאס וואס זי האט געזאגט אין אוגוסט, אז עס קומט זיך דעבלאזיא'ן נאך א טערמין נאך זיינע אויפטוען וואס ער האט געטאן פאר דער סיטי. דזשעימס וויל דערווייל נישט קאמענטירן איבער דעבלאזיא'ס ווידערוויילונג קאמפיין, וויבאלד זיינע פאנדרעיזינג אקטיוויטעטן זענען אונטער אויספארשונג דורך ניו יארק סטעיט און פעדעראלע פראקורארן. עס זענען דא שפעקולאציעס אז דזשעימס אליינס וועט אריינשפרינגען אינעם פארמעסט און לויפן קעגן דעבלאזיא.
דער איד דעילי
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 8:32 am

איך האב געזעהן היינט באריכטעט אז הילארי קלינטאן האט א קלער צו לויפן אנטקעגן דעבלאזיא פאר די ניו יארק סיטי מעיאר אמט, דאס קימט נאך געפערליכע לחץ פון די הויפט דעמעקראטן וואס דארפן א גיטן אלטערנאטיוו וואס וועט זיכער געווינען אנטקעגן דעבלאזיא ,און ווי אויך האלטן אירע עדווייזערס אז טראמפ גייט זיין א דיזעסטער פון א פרעזידענט, און כדי זי זאל קענען לויפן נאכמאל פאר פרעזידענט אין 2020 דארף זי בלייבן א פובליק פיגור, און אנטקעגן דיבלאזיא גייט זי זיכער געווינען ווייל זי וועט קענען גיט אריינשניידן אין דעבאזיא'ס ספאנישע און שווארצע באזע, וואס דאס איז זיין עיקר שטארקייט.
לעצט פאראכטן דורך געקלערט אום דאנארשטאג ינואר 05, 2017 9:20 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 8:46 am

נישט מעגליך, זי איז נישט פאר מעיאר, און נאציענאל איז זי שוין פארברענט,

אין פאליטיקס איז זי פיניש, איר נעקסטע דעסטענאציע איז זיצען און שטריקען אויף די פלארידע בארטען׳ס.

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 9:00 am

Hillary Clinton Urged to Run for New York Mayor

By John Gizzi
Wednesday, 04 Jan 2017 9:52 PM

Barely two months after Hillary Clinton lost the presidency to Donald Trump, she is being urged by major Democratic donors and leaders to make a bid for New York City's mayor and challenge incumbent Bill de Blasio, Newsmax has learned.

"She's talking about it," a former city Democratic elected official admitted to Newsmax over the weekend, saying the idea has not been dismissed by the former first lady's inner circle.

He and other sources say Clinton is being pushed to run by Democrats dissatisfied over de Blasio's mayoralty.

"If she ran, she'd win," another source with deep ties to the Democratic and media establishment said.

Some Clinton advisers are reportedly predicting Trump will stumble badly in his first term, encouraging Hillary to stay on the sidelines in case she wants to make another bid for the White House in 2020.

But even her closest allies say the chances of her running for president again are small.

Veteran New York Democratic consultant Hank Sheinkopf told Newsmax that Clinton "would be a terrific candidate for mayor."

"She is wildly popular among New Yorkers — so much so that were she to file, de Blasio would have to file his retirement papers on the same day."

In the past, de Blasio and Clinton have had a friendly relationship and the mayor served as campaign manager in her first race for the U.S. Senate in 2000.

But other Democrats say the pair are not close today, and Hillary no longer backs de Blasio's strident progressivism.

Sheinkopf, a top operative in Bill Clinton's 1996 re-election campaign, recalled "de Blasio endorsed her very late in the Democratic race last year and at times appeared to be quite friendly to Bernie Sanders."

Clinton's spokesperson did not return a call for comment, but her reported consideration of a mayoral bid comes at a time the embattled de Blasio is at his lowest ebb in popularity since taking office in 2013.

The New York Post started the new year with an editorial blasting Hizzoner: "[V]agrancy is way up, along with aggressive panhandling and related intrusions into public spaces. Plus, streets seem dirtier, graffiti is out of control, traffic is a nightmare, and the subways are crowded beyond belief."

The paper also noted "the mayor and his administration have been the subject of one state or federal investigation or another from his earliest months in office."

Clinton would offer de Blasio a stiff challenge, quickly raising money through her national network of supporters.

She remains popular in New York City. She just carried the Big Apple, winning 79 percent of the vote against its hometown boy Donald Trump. She also carried the city in two Senate landslides.

De Blasio, who counts Hispanics and Blacks as his core supporters, would find "Team Clinton" – Hillary and Bill – as formidable opponents who could cut into his base vote. Bill Clinton still maintains his presidential offices in Harlem.

Some critics suggest the New York mayoralty would be a step down for the internationally celebrated Clintons.

But some supporters say Mrs. Clinton could delegate local governance to a strong team of deputy mayors as she used the stage New York affords to become a national leader for Democratic issues and values – while relishing her new role in Trump's own backyard.

At least nine other Democrats are eyeing a bid for mayor this year. Among those mentioned are New York City Comptroller Scott Stringer, Bronx Borough President Ruben Diaz, Jr., and outgoing Office of Management and Budget Director Shaun Donovan, who also served as city housing preservation and development commissioner under former Mayor Michael Bloomberg.

Republican billionaire John Catsimatidis is also mulling a bid. Catsimatidis ran for the Republican mayoral nomination in 2013 and lost, but remains a popular figure .in GOP and media circles

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 4:11 pm

עס ווערט באריכטעט אין די נאציאנאלע פרעסע אז נ.י. סיטי האט געבראכן א רעקארד האבענדיג די לעצטע יאר די נידעריגסטע פארברעכנס ראטע אין זייער היסטאריע.

דאס איז גלאנציגע נייעס פאר דיבלאזיע, זשאסט אין טיים.
Fine Tuned Machine

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

קלינטאן וועט נישט לויפן פאר מעיאר

תגובהדורך eller » מאנטאג ינואר 09, 2017 2:19 pm

ניו יארק – א הויכראנגיקער געוועזענער געהילף פון פרוי קלינטאן, נירא טאנדאן, האט נעכטן אפגעווארפן די פארשידענע שמועות אז קלינטאן פלאנירט צו לויפן פאר מעיאר אין ניו יארק סיטי. די באריכטן זאגן אז פילע הויכראנגיקע דעמאקראטישע פאליטישאנס אין ניו יארק סיטי לייגן שטארקע דרוק אויף קלינטאן, זי זאל לויפן קעגן דעם אמטירנדן מעיאר ביל דעבלאזיא, וועלכער ווערט באטראכט אלס דורכפאל מיט דער מעגליכקייט אז ער וועט אנגעקלאגט ווערן אויף קארופציע איבער פאנדרעיזינג שווינדלערייען, אבער טאנדאן זאגט אז זי גלייבט אז פרוי קלינטאן וועט מער קיינמאל אין איר לעבן נישט זוכן קיין שום פאליטישע פובליק פאזיציע, נאר וועט זיך אריינלייגן מער אין דער "קלינטאן גלאבאלער איניציאטיוו" ארגאניזאציע.
דער איד דעילי
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג ינואר 09, 2017 2:28 pm

וואלט ווען שיין געווען א לאקאלע קלינטאן טראמפ פארמעסט
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג ינואר 09, 2017 2:50 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:וואלט ווען שיין געווען א לאקאלע קלינטאן טראמפ פארמעסט

דאנאלד דזשוניער האט געהאט א פלאן
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

א נייע מעשה
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » מאנטאג ינואר 09, 2017 2:52 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:איר נעקסטע דעסטענאציע איז זיצען און שטריקען אויף די פלארידע בארטען׳ס.

:lol: :lol:

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מאנטאג ינואר 09, 2017 5:55 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:וואלט ווען שיין געווען א לאקאלע קלינטאן טראמפ פארמעסט

איך וואלט ווען געשטימט פאר איר אין די פריימעריס קעגן דעבלאזיא, איך האלט זי פארשטייט ביזנעס 1000 מאל מער פון אים
עקסטער וואס דעבלאזיא איז שוידערלעך לינק און זי איז מער צענטער
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

קלינטאן וועט מעגליך יא לויפן פאר מעיאר

תגובהדורך eller » מיטוואך ינואר 25, 2017 1:18 pm

ברוקלין - א באקאנטער ניו יארק סיטי פאליטישער אקטיוויסט זאגט, אז פרוי קלינטאן האט נאך אלץ נישט באשלאסן אויף הונדערט פראצענט נישט צו לויפן פאר מעיאר אין ניו יארק, איז דעריבער דא א פופציג פראצענט שאנס אז זי וועט יא לויפן. דזשאן קאטסימאטידיס, וועלכער איז אליינס שוין געלאפן פאר מעיאר אין ניו יארק, זאגט אז ער האט גערעדט צו קלינטאן און פון וואס ער האט געהערט פון איר, זעט אויס ווי זי טראכט נאך יא פון לויפן. קאטסימאטידיס זאגט אז ער וויל לויפן, אבער ער וועט ווארטן צו מעלדן זיין ענדגילטיגן באשלוס ערשט נאכ'ן הערן וואס פרוי קלינטאן האט באשלאסן.
דער איד דעלי
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך ינואר 25, 2017 2:13 pm

משה כספי האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:וואלט ווען שיין געווען א לאקאלע קלינטאן טראמפ פארמעסט

איך וואלט ווען געשטימט פאר איר אין די פריימעריס קעגן דעבלאזיא, איך האלט זי פארשטייט ביזנעס 1000 מאל מער פון אים
עקסטער וואס דעבלאזיא איז שוידערלעך לינק און זי איז מער צענטער

זי איז געווען מער אין צענטער ווען זי האט געפלאנט צו ווערן פרעזידענט און געדארפט צוקומען צו די אינדיפענדענטס.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וויכטיג מאכער, קנעטענע קיגעל און 21 געסט