ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2017

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

Potus
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 11:29 pm

סאיז געווען פריער 7:00 איינער האט דיטעלס ווער סאיז בעסער געווען
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 10:16 am

ליינטס "פערל ווערטער פון די "חכם" דעבלאזיא אין א אינטערוויו
What’s been hardest is the way our legal system is structured to favor private property. I think people all over this city, of every background, would like to have the city government be able to determine which building goes where, how high it will be, who gets to live in it, what the rent will be
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4269
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 10:18 am

WOW

פשוט און פראסט א אנדערקאווער קאמוניסט

Bookkeeper
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm

תגובהדורך Bookkeeper » דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 10:21 am

יש ברירה האט געשריבן:WOW

פשוט און פראסט א אנדערקאווער קאמוניסט

וואס עפעס אנדערקאןןער ?
ער זאגט דאך בפירוש

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 11:40 am

דער שלאנקער בירגערמייסטער האט חרוב געמאכט די סיטי. דראגס האנדלעריי אין אלע גאסן; היימלאזע אין אלע ווינקלען. איך האף אז די רעפאבליקאנע שטעלן ארויס א קאמפעטענט קעגנער. אין 2013 איז גראדע געלאפן איינער א דזשאוי להאוטע, א נישקשע קאנדידאט מיט א שטארקע רעזומעי. אבער ער האט אנגעצויגן בלויז א קנאפע קוואדער פון די שטימען. די פארשטאפטע ניו יארקער זענען הפנים געווען פארגאפט ביז גאר אז דער ווייסער איטאליענער בלאזיא, וואס האט צוגעזאגט גאלד און גליק, האט א טונקעלע פאמיליע. (7/24 זענען געלאפן די רעקלאמעס פון זיינע צוויי שווארצע קינדער אז מען זאל שטימען פאר זייער פאטער.)

איצט אז בלאזיא'ס אמאליגע גלאנץ איז שוין היבש צוהויבלט, איז צום האפן אז זיין קעגנער אין נאוועמבער זאל אריינשניידן נאך א קוואדער, און צוריקשיקן דעם הויכן קלימאט טשעינדזש אקטיוויסט צו זיין דיסטריקט אין ברוקלין.

#זיסעחלומות
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3573
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 1:48 pm

למעשה הייסן די עסקנים וואויטען פאר אים.
אבער וואס גייט זיין למעשה מיט מציצה ? וואס איז זיין שטעלונג יעצט ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

באקסער בוים
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 2:05 pm

מונאוויטש האט געשריבן:דער שלאנקער בירגערמייסטער האט חרוב געמאכט די סיטי. דראגס האנדלעריי אין אלע גאסן; היימלאזע אין אלע ווינקלען.

#זיסעחלומות

זעהסט באמת אז די סיטי זאל זיין ערגער די לעצטע 4 יאר ווי די 12 יאר פאר דעם אונטער בלומבערג?

מער דראגס אויף די גאסן? מער היימלאזע?

איך פרעג באמת.

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 3:55 pm

באקסער בוים האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:דער שלאנקער בירגערמייסטער האט חרוב געמאכט די סיטי. דראגס האנדלעריי אין אלע גאסן; היימלאזע אין אלע ווינקלען.

#זיסעחלומות

זעהסט באמת אז די סיטי זאל זיין ערגער די לעצטע 4 יאר ווי די 12 יאר פאר דעם אונטער בלומבערג?

מער דראגס אויף די גאסן? מער היימלאזע?

איך פרעג באמת.

דראגס און היימלאזע אויף די גאסן האלט איצט ביי א שטאפל וואס די שטאט האט נישט געזעהן און פולע יארן. איך ווייס נישט וואס די אפיציעלע סטאטיסטיקס דערציילן; איך זאג וואס איך זעה מיט די אויגן. אונטער דזשוליאני און בלומבערג האט מען נישט געזעהן קיין אפיציעלע "הענד שעיקס" בריש גלי אינמיטן טאג, אין צענטער פון שטאט. עס איז אויך קיינע סוד אז די סיטי שטינקט פון חשיש! די אינגווארג רויכערט אפן און גראב בלי שום בושה.

אין מאנהעטען איז כמעט נישט דא קיין גאס אדער סאבוועי סטאנציע וואס איז נישט באצירט מיט די דאזיגע סצענעס:

homeless.jpg
homeless.jpg (96.62 KiB) געזעהן 1179 מאל
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3573
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 5:38 pm

שטייענדיג ערב ערב.. אט אט ..
עני אפדעיטס ? איז בכלל דא וואלן אדער איז ער שוין די געווינער ??
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 6:07 pm

eller האט געשריבן:שטייענדיג ערב ערב.. אט אט ..
עני אפדעיטס ? איז בכלל דא וואלן אדער איז ער שוין די געווינער ??

מאריסט אנקעטע די פארגאנגענע וואך:

- דע בלאזיא (דעמ.): 65%
- ניקאול מאלליאטאקיס (רעפ.): 18%
- שאר ירקות: 17%

אין אנדערע ווערטער, צום ווידערזעהן אין נאוועמבער 2021, בירושלים עיה"ק תובב"א.
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

לייבעלע הירש
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 7:42 pm

העפטיגע טענה'רייען איצטעט

ליבלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 12:16 am

ביל דעבלאזיא האט געווינען אין די גאנצע סיטי אחוץ אין בארא פארק און אין סטעטן איילענד ווי מעליאטאקיס האט געזיגט

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3573
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 6:30 pm

איז למעשה געווען וואלן ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 6:32 pm

eller האט געשריבן:איז למעשה געווען וואלן ?

כ'פארשטיי נישט דיין שאלה, אוודאי איז געווען וואלן און ער האט ליידער געוואנען.

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3573
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 6:34 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:
eller האט געשריבן:איז למעשה געווען וואלן ?

כ'פארשטיי נישט דיין שאלה, אוודאי איז געווען וואלן און ער האט ליידער געוואנען.

געמיינט צו פרעגן ווען כ'האב געפענט די אשכול האט מען זיך גערעכנט אז ס'וועט אפילו פאר אביסל ציען אויפמערקזאם צו מיט מציצה צו מיט אנדערע זאכן אבער למעשה האט איינער זיך מרחם געווען און ארויפגעברענגט די אשכול.
אבער דאס איז קיין וואלן נישט..... (נישטא קיין געמעקטע 20 בלעטער...)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 19 געסט