אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 17, 2019 9:16 am

די דעמאקראטישע פלאטפארמע עקט בלוי האט אויפגעטריבן 420 מיליאן דאלער אינעם איצטיגן סעזאן פון 3.3 מיליאן ביישטייערער און די געלט איז געגאנגען צו 9 טויזנט קאמפיינס און לינקע ארגאנאזאציעס ,די ציפערן זענען א גאר שטארקע שפרונג פון די 249 מיליאן אויפגעטריבן דורך 4.9 באנוצער צו די איצטיגע צייט אין 2018 למספרם
די ביישטייערער זענען טארע ווייניגער אבער די ביישטייערונגען זענען גרעסער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 22, 2019 9:24 am

דעמאקראטן נעמען אונטער א קאמפיין אונטערצוהאקן טראמפ'ס מעסעדזש אויף די עקאנאמיע

די קאמפיין וועט לויפן אין זיבן סווינג שטאטן, מישיגען, וויסקאנסין, פענסילוועניע, אהייא, פלארידא, נעוואדע און אריזאנא

די אונטערנעמונג וועט ארייננעמען זיצונגען מיט אויטא ארבעטער און אנדערע פאבריק איינגעשטעלטע וועלכע שפירן נישט קיין עקאנאמישע אויפוואכונג אויף די אייגענע הויט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 23, 2019 11:40 am

פריאריטעטן יו עס עי פארזיצער שאצט פאר אז אויב די וואלן וואלטן פארגעקומען היינט וואלט דער דעמאקראט געוואונען 278-260

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 23, 2019 11:40 am

ער זאגט אבער אז אויב טוירנאוט צווישן נישט ווייסע אמעריקאנער פאלט מיט 2% געוואונט טראמפ מיט 280-258

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 23, 2019 11:40 am

אויך זאגט ער אז אין פאל די ווייסע ארבעטער קלאס שטיצע פאר דעמאקראטן פאלט מיט 1% געוואונט טראמפ מיט 290-248

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 23, 2019 11:41 am

די פעק פלאנט צו שפענדן 350-400 טויזנט דאלער אויף א וועכנטליכע פארנעם אין די קומענדיגע צייט אויף דידזשיטאל רעקלאמעס

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 23, 2019 11:42 am

אויף די פראגע צו דעמאקראטישע קאנדידאטן אדרעסירן גענוג די עקאנאמיע זאגט ער: איך קלער אז זיי פרובירן, טייל טוען עס בעסער ווי אנדערע
דאס איז די פראבלעם פון לויפן אין די ערא פון דאנאלד טראמפ

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 30, 2019 6:20 pm

קאליפארניע גאווערנאר ניוסאם האט עאין די ענדע אונטערגעשריבן די געזעץ וועלכע פארלאנגט קאנדידאטן ארויסצוגעבן די שטייער בויגנס צו קענען לויפן אין די סטעיט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 31, 2019 11:09 am

א נייע סופערפעק אין טעקסאס געציהלט צו רעגיסטרירן מער רעפובליקאנע וויילער אין די סטעיט האט אויפגעטריבן 9.6 מיליאן דאלער אין די ערשטע האלב פונעם למספרם יאר

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 1:37 pm

נעיט קאהן דערקלערט "טעקסעס" אלס סווינג סטעיט.
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21891
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוגוסט 04, 2019 2:51 am

וואס האט ער געזאגט 2016 איבער פענסעלוועיניע מישיגן און וויסקאנסין?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:12 am

אז סאיז אויך סווינג סטעיטס.
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8388
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 2:55 pm

וויכי'ס שאן טרענד זאגט אז די רעפאבליקאנער זאלן ציטערן פון טעקסאס.

https://www.realclearpolitics.com/artic ... texas.html
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5674
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 3:15 pm

ווער זאל ענדערש ציטערן. די ריפאבליקענס פון טעקסעס? אדער די דעמעקרעטס פון פענסעלוועניע!?
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21891
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 3:20 pm

אויב איינער זוכט צו קויפן א שאן טרענד, איך האב אפאר שטיק צו פארקויפן...

#וויכי'ס שאן טרענד

קען זיין אז דו האסט נישט געליינט, אבער ער האלט נישט אז טעקסעס איז אין פלעי אויף די מינוט, ער זאגט נאר א די טרענד איז נישט גוט, די מארדזשינס ווערן שמעלער...

און איך זאג, אויף וויפיל סיז שייך צו פרעדיקטן, אויב גייט זיין א נארמאלע עלעקשן,( נישט קיין רעסעשאן אדער מלחמה אדער סיי וואס וועט פיהרן צו אבנארמאלע עלעקשן) גייען די ריפאבליקענס ארויסקומען בעסער אין טעקסעס ווי אין 2018...

אין 2018 איז געווען א מידטוירם, וואס ווי אייביג איז אנטי אינקאמבענט, און סיז געווען בעטא... בעטא איז געווען א חידוש בשעתו... דאס געשעהט נישט טעגליך... סיז מעגליך אז סיז צוגעקומען דעמעקראטישע וויילער, אבער די אנדערע פאקטארן גייען עס איבערוועגן!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 5:08 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ווער זאל ענדערש ציטערן. די ריפאבליקענס פון טעקסעס? אדער די דעמעקרעטס פון פענסעלוועניע!?

דעמאקרעטס פון פענסילוועניע?

דאס שיינט ליגט שוין אין די בעג.
צוגעלייגטע
Screenshot_20190808-170744_Twitter.jpg
Screenshot_20190808-170744_Twitter.jpg (147.12 KiB) געזעהן 471 מאל
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21891
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 6:10 pm

חחח

און וואס האבן זיי געוויזן 2016?

#ליגט שוין אין די בעג...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 7:01 pm

נאכן איסור אויף בעג'ס, בלייבט דאס בעגלאז.
חוקי רציחה איז אויך ראסיזם. מען זאגט דעם וולד, גיי צוריק פון וואו דו ביסט געקומען.

שרייב ווערק
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 2:39 pm

תגובהדורך שרייב ווערק » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 1:26 pm

מ'האלט בלויז פופצן חדשים אוועק פון די 2020 אלגעמיינע פרעזידענטליכע וואלן אין די פאראייניגטע שטאטן, און ס'איז אינטרעסאנט א בליק צו טוהן אויף עטליכע פאקטארן אין די מצב פונעם פארמעסט.

לאמיר נעמען פאר א דוגמא אן אנקעטע פון נארט קארעליינע וואס איז היינט ארויסגעקומען פון Civitas/SurveyUSA וואס שטעלט די פארמעסט ווי פאלגענד: ביידען 49 צו טראמפ 41, סאנדערס 47 צו טראמפ 43, ווארען 44 צו טראמפ 43, העריס 43 צו טראמפ 44, און בוטעדזשעדזש 41 צו טראמפ 43.

ווען מ'קוקט אויף די אויבן אויף נומער קוקט אויס ווי טראמפ מאכט עס לויט די אנקעטע קעגן העריס און בוטאדזשעדזש, ווארען קוועטשט אויס א שמאלע זיג, סאנדערס א ברייטערע, און ביידען גאר א ברייטע.

מ'דארף אבער אינאכט נעמען אז ס'זענען דאך דא א צאל אומבאשלאסענע וויילער וואס זיי אליינס ווייסן נאכנישט צו וועם זיי וואלטן געגאנגען, און זיכער קענען מיר נישט וויסן. אבער צו שפעקולירן קען מען זאגן, אז אויב מ'זעט א טרענד אז די וואס האבן א קלענערע צאל אומבאשלאסענע (בפשטות צוליב וואס זיי זענען מער באקאנט) זענען שטערקער קעגן טראמפ ווי די וואס האבן א גרעסערע צאל אומבאשלאסענע, מיינט דאס אז איינמאל וויילער קענען דעם דעמאקראט וועלן זיי ענדערש קלויבן יענעם ווי טראמפ, נאר זיי קענען עס נישט זאגן ווי לאנג זיי קענען נישט יענעם.

למשל, בערני סאנדערס באזיגט טראמפ אין די אנקעטע מיט פיר, ס'דא וואס טענה'ען אז סאנדערס איז צו לינק און ער וואלט געווען אסאך שוואכער ווי אנדערע קאנדידאטן, און ס'דא וואס טענה'ען אז דעמאקראטן וועלן שטימען פאר סיי וועם בכדאי ארויסצודערזעהן טראמפ, אבער לכאורה איז נישטא קיין עכטע שטארקע סיבה צו זאגן אז סאנדערס זאל זיין שטערקער ווי אנדערע קאנדידאטן.

אבער אויב זאל מען גיין מיט די כלל אז די וואס זענען אומבאשלאסן נאר ווייל די קאנדידאט איז אומבאקאנט גייען למעשה לאנדן ביים דעמאקראט שטימט עס זייער גוט: ביי ביידען און ביי סאנדערס (וואס זענען מייסטנס באקאנט) זענען דא ניינציג פראצענט באשלאסענע, ביי ווארען און ביי העריס (וואס זענען ווייניגער באקאנט) זענען דא בלויז 87 פראצענט באשלאסענע, און ביי בוטעדזשעדזש (וואס איז נאך ווייניגער באקאנט) זענען דא בלויז 84 פראצענט באשלאסענע, לייג צו די דריי פראצענט צו ווארען/העריס, און די זעקס פראצענט צו בוטעדזשעדזש, און ווארען/בוטעדזשעדזש באזיגן טראמפ מיט פיר פונקטן (פונקט ווי סאנדערס), און העריס מיט דריי פונקטן (איינס שוואכער ווי די אנדערע, אפשר ראסיזם?).

די איינציגסטער וואס איז "ארויס פון די טשארטס" איז ביידען וואס באזיגט דארט טראמפ מיט אכט פונקטן, אבער אלע אנדערע דעמאקראטן וואס זענען נישט אזוי מעסיג ווי ביידען זיצן ביי בערך דריי-פיר פונקטן פאראויס פון טראמפ צו די יעצטיגע צייט אין נארט קאראליינע.

פאר די וואס האבן ליב חוזק צו מאכן ווען מ'קוקט אויף אנקעטעס אזוי פרי (ווי כאילו ס'זענען דא אלטערנאטיוון אויף וואס צו קוקן יעצט) און זיי פרעגן "וואו איז קלינטאן געשטאנען קעגן טראמפ פאר פיר יאר צוריק?" איז ווערד צו אנצייכענען אז די איינציגסטע נארט קארעליינע אנקעטע אין אויגוסט 2015 איז געווען א PPP אנקעטע וואס האט געוויזן אז טראמפ באזיגט דארט קלינטאן דריי פונקטן, און למעשה האט טראמפ באזיגט קלינטאן דארט מיט 3.6 פונקטן.

שרייב ווערק
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 2:39 pm

תגובהדורך שרייב ווערק » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 1:46 pm

גאר ענליך זעט מען אין א IBD/TIPP נאציאנאלע אנקעטע וואו ביי ביידען און סאנדערס זענען 95 פראצענט באשלאסן, אין די צייט וואס ביידען איז פאראויס מיט אזויפיל ווי דרייצן, איז סאנדערס פאראויס מיט בלויז פינף. ביי ווארען זענען בלויז 94 פראצענט באשלאסן איז זי איז טאקע פאראויס מיט בלויז פיר פונקטן, און ביי העריס זענען זענען בלויז 92 פראצענט באשלאסן איז זי איז טאקע פאראויס מיט בלויז צוויי פונקטן.

אויב מ'טוט עס "אידזשאסטן" שטעלט זיך ארויס אז טראמפ וואלט פארלוירן קעגן יעדעם מיט בערך פינף, אויסער ביידען וואס וואלט אים באזיגט מיט דאבל דידזשיטס.

נ. ב. אין 2016 האט די אנקעטע פירמע געהאט אין די טאג פון די וואלן אז טראמפ באזיגט קלינטאן מיט צוויי פונקטן נאציאנאל אין א פיר-וועג פארמעסט, און קלינטאן באזיגט טראמפ מיט איין פונקט נאציאנאל אין א צוויי וועג פארמעסט.

אוועטאר
Yang2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 1:53 pm

שרייב ווערק האט געשריבן:(ווי כאילו ס'זענען דא אלטערנאטיוון אויף וואס צו קוקן יעצט)


זיכער איז דא. עס רופט זיך בעטינג מארקעטס, און שטודיעס ווייזן אז זיי זענען אסאך פונקטליכער ווי אנקעטעס, ובפרט אזוי פרי.

דער הסבר פון באקאנט און אומבאקאנט שטימט מער ווייניגער אויך דארט, אבער ברעכט אונטער ווען עס קומט צו יענג (58.82% קעגן טראמפ אויף primary.guide, העכסטע פון אלע), און אביסל ווייניגער גאבארד (50.71%).
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

שרייב ווערק
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 2:39 pm

תגובהדורך שרייב ווערק » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 2:12 pm

Yang2020 האט געשריבן:
שרייב ווערק האט געשריבן:(ווי כאילו ס'זענען דא אלטערנאטיוון אויף וואס צו קוקן יעצט)


זיכער איז דא. עס רופט זיך בעטינג מארקעטס, און שטודיעס ווייזן אז זיי זענען אסאך פונקטליכער ווי אנקעטעס, ובפרט אזוי פרי.


די אלע וואס בעטן דארט בויען זייערע מיינונגען אויף... אנקעטעס! זיי האבן נאר די ברירה אין אכט צו נעמען פאקטארן אין די אנקעטעס ווי קורץ טערמיניגע באמפס, היסטאריע פון די אנקעטע פירמע, טרענדס וכדו'

שרייב ווערק
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 2:39 pm

תגובהדורך שרייב ווערק » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 2:25 pm

אז מ'רעדט פון טעקסאס, איז ארויסגעקומען דעם דינסטאג אן אנקעטע פון DMN/Emerson וואס ווייזט אז סיי ביידען און סיי סאנדערס וואלטן דארט באזיגט טראמפ מיט צוויי פונקטן.

ס'איז זייער אינטרעסאנט אז פאר עפעס א סיבה איז ביידען דארט נישט שטערקער ווי סאנדערס לויט די אנקעטע, אנדערע קאנדידאטן זענען יא פיל שוואכער.

נ. ב. די אנקעטע האט דארט אינטערגעשאצט קלינטאן אין 2016 מיט פינף פונקטן.

אוועטאר
Yang2020
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 2:29 pm

אמת אז זיי בויען אויך אויף אנקעטעס. זיי בויען אויך אויף אסאך אנדערע זאכן. (אויב דארף איינער א ראיה, הילערי קלינטאן איז יעצט העכער ווי אורארק...)

אבער נישט דווקא אז די בעטערס, יעדער פאר זיך, ווייסן עפעס מער ווי די אנקעטעס. נאר אלע צוזאמען קומט אויס מער, דורך wisdom of the crowds.

--

האקט
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5519
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 7:36 pm

די אנקעטעס האלטען אין איין ווייזען אז טראמפ גייט נישט קענען באזיגען קיין איינס פון די דעמאקראטישע קאנדידאטען.

האבען אבער די דעמאקראטישע קאנדידאטען היינט געטראפען א וועג וויאזוי דאס צו טוישען: מען גייט ריפען טראמפ א ווייסע נאציאנאליסט און א ויייסע סופרעמעסיסט און יעצט גייט שוין טראמפ קענען געווינען.

אזא אידיאטישע מאוו פון די דעמאקראטען האב איך שוין לאנג נישט געזעהן.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], El Rushbo, jay, גאפל, שרייזשע און 52 געסט