אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יוני 29, 2020 11:22 am

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:WAUK, סאו ער איז געוועהן די בעסטע פון די פאולסטערס? איך הער ענד איי געט איט!

לאמיר נישט גיין אין סירקעלס, וואלט ער ווען געגעבען א 51% שאנס פאר טראמפ צו געוואונען וואלטען מיר זיך יעצט בכלל נישט געטענהט, ריכטיג? ווייל זיינע שאנסען פאר טראמפס געוואונס וואלט ווען געוועהן בערך ווי עס איז געוועהן די נאכט פאר די עלעקשאן: ער האט געהאט א סיריעס שאנס צו געוואונען.

דאס אז ער האט נישט געגעבן די 50% שאנס פאר טראמפ דאס איז אין מיין אפיניען זיין פארלוסט און מאכט אים אומגעטרויבאר צו אנאליזירען די נייע טראמפ פארטיי, נישט ווייל ער איז שלעכט אדער מיינט שלעכט אדער עניטינג עלס, עס איז די מציאות אז ער און א ודאי און א ודאי די רעסט פון די מעינסטריעם מידיע פאולסטערס (וויא דו שרייבסט אליינס) האבען נישט די פארשטאנד ארויס צו האבען סיי טראמפ און סיי זיינע שטיצער און אט דאס איז מיין פוינט.


סאו די גלייבסט מער נישט די וועטער? זיי זענען פיל מאל געווען ראונג, טייל מאל זייער ראונג,

מען רעדט דא פון מענטשען, נישט בעל רוח הקודש, מיסקולקלעשיענס אדער לעצט מינוטיגע סווינגס א שטייגער ווי די קאמי שריט פאר די עלעקשיען קענען אייביג געשעהן

גראדע און די מיטורם און 2018 האט ער שטוינדעט אקוראט צי געטראפען וויפעל זיצען די דעמעקראטס וועלען אויפיקען, וואס איז שווערער ווי סתם א סטעיט אדער נאצינאלע פאולס.

איך גלייב די וועטער פון דעם היינטיגן טאג נאר ווען איך הער עס היינט...
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג יוני 29, 2020 11:50 am

זעהער האט געשריבן:די עולם זאל אויך אינאכט נעמען אז רוב פאולס היינטיגע טעג זענען רעגיסטירטע וואטערס אדער אדאלטס און נישט לייקלי וואטערס
דעריבער ווענדט זיך עס אסאך און וואס די פאולסטער חלומט ביינאכט (וויפיל פראצענט זענען רעפאבלוקאנער און וויפיל פראצענט מ'רעכנט פון יעדע סארט פאפולאציע וואס אין דעם איז נישט דא קיין 100% קראנטע באווייזן)

538 לייגט טאקע צו ארום א פראצענט פאר טראמפ אין זייער עוורידזש וועגן דעם.

-----------------


@מטעמים, איך ווייס נישט אויב ביידן וואלט טאקע געווינען מיט גאנצע 10%, אזוי ווי דו זאגסט, אבער איך וויל אייך נאר זאגן אז דאס טייטשט א בלויע דזשארדזשיע, און א גאר שמאלע מארדזשין אויף עני זייט אין טעקסאס אהייא און אייאווע.

פארוואס פאלט אייך אפילו ביי אז דער מיט די 51% טשענס געווינט 100% פון די צייט? עס וואלט אפילו נישט געמאכט קיין סענס אויב עס וואלט געווען אזוי.

פשט איז, אז איר זענט פון די מאיאריטעט מענטשן, וואס כאפן אויף 45% טשענס, כאילו עס איז נאנט צו זעראו.

quote="מטעמים"]זיי זאגען 38% און פארלירען די ראסט בעלט מיט צען פראצענט א יעדע איינע.[/quote]

זיי זאגן נישט ממש 38%, נאר אן די אנדיסיידעט, און אויב טראמפ פארלירט מיט צען, פארלירט ער די ראסט בעלט מיט קרוב צו צען פראצענט איטש, ווייל זיי זענען אלע בלויז 2-3 פראצענט צו רעכטס פון לאנד, און דארט איז דא מער סווינג וויילער ווי נאציאנאל.

---------


@נקודהלע ברענגט גוט ארויס די 30% טשענס פוינט.

----------


@וואקושע, צו ווי אזוי מען זאגט עס, וואס הייסט נישט גוט פאראויסגעזאגט?

ער האט געגעבן פאר טראמפ 30%, און ער האט אויסגעקוועטשט א זיג.

ווען די וועטער געבט 30% טשענס אז עס זאל רעגענען, און עס רעגנט, האבן זיי נישט גוט פאראויסגעזאגט?

--------------


בד"וו, לויט די בעסערע פארקעסטער וואס שאצן שוין יעצט - 538 האט נאכנישט קיין 2020 פארקעסט, און געוויסע קלענערע שאצערס געבן פאר טראמפ לאו סינגל דידזשעטס - האט טראמפ היינט ארום 13% טשענס צו געווינען אין 2020 אדער אביסל ווייניגער, אבער דאס איז נישט 538.

13% איז פשט אז דאס געשעט איינמאל אין אכט פעלער.

לויט די עקאנאמיסט מאדל, האט יעצט טראמפ 11% טשענס, און זיי זאגן אז לויט דעם יעצטיגן מאדל, וואלט ער פיר יאר צוריק אזא צייט געהאט א 30%.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

האלצשטיין
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מאנטאג יוני 29, 2020 1:21 pm

אין די יעצטיגע טעג ווערט איין יאר פון די ערשטע דעמאקראטישע דעבאטע וואו קאמאלא העריס האט ברוטאל צע'מזיק'ט דעם דעמאסלדיגע פראנט-ראנער דזשאו ביידען און ער האט שטארק אנגעהויבן צו פאלן אין די אנקעטעס און ער האט זיך שוין נישט באוויזן זיך צוריקצוכאפן צוליב זיין שוואכע פאנדרעיזינג און שוואכע מאמענטום און ער איז ארויסגעפאלן פון די פארמעסט נאך בעפאר אייאווע

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג יוני 29, 2020 1:38 pm

ענדרו יענג זאגט אין א אינטערוויו, אז ער וואלט געווען אפן צו לויפן פאר מעיאר אדער גאווערנאר, אויך זאגט ער אז ער וואלט געגליכן צו ארבעטן אין א ביידן אדמיניסטראציע צו פארבעסערן די גאווערמענט'ס ארבעט אויף טעכנאלאגיע.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג יוני 29, 2020 1:53 pm

Sorry to inform the Do Nothing Democrats, but I am getting VERY GOOD internal Polling Numbers. Just like 2016, the @nytimes Polls are Fake! The @FoxNews Polls are a JOKE! Do you think they will apologize to me & their subscribers AGAIN when I WIN? People want LAW, ORDER & SAFETY!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10680
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 29, 2020 2:21 pm

אנקעטע אויף פענסילוועניע

ביידען 46
טראמפ 41

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג יוני 29, 2020 2:30 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
פאראיעריגער שניי האט געשריבן:כפרעג נישט כזאג.

איז טראפאלגער געווען די גאר אקוראטע אנקעטע אין וויסקאנסין פענסעלוועניע און מישיגען אין זעכצן?


538 געבט עם א C- מיט א ליען פון 0.9 צו די רעפובליקאנער זייט, איך שיהיה איז די אנקעטע גאר שטארק פאר טראמפ.


וויפעל האט נאר 538 געגעבן א טשאנס פאר טראמפ אין 2016?


פאר מ'גיימיר ווייטער, וואס האלטסטו, וויפיל זענען געווען די שאנסן פון טראמפ צו געווינען אין 2016?
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג יוני 29, 2020 2:40 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:נעיט סילווער האט פון אלעם א סינעריאו. אזוי וואס עס זאל נאר פאסירן האט ער גאר פאראויסגעשאצט. האק מיר נישט אין קאפ וואס ער האט געזאגט אין 2016, ווייל דער איז הערסטו מיר געווען צעפראסקעט יענע נאכט פאר שאק, אז איך האב נישט קיין אהנונג וויזוי ער איז בכלל אויפגעשטאנען דעם נעקסטן אינדערפרי.

צל, אויב גייט טראמפ געווינען וועל איך בל״נ מער קיינמאל - ניטאמאל אנקוקן - אנקעטעס און מאפע בעלאוני׳ס. נישט אז יעצט גלייב איך יא אנקעטעס, איך ווער אבער עכ״פ נייגעריג דערין פון צייט צו צייט.

איך רעד פון אנקעטעס אזוי לאנג בעפארן גיין צום שטום בודקע.


אויב דו ליינסט אן אנקעטע וואס האט ביידען באקוועם פאראויס, און דו זעסט דערין א העדליין "ביידען גייט געווינען", איז איז בלויז דיין פראבלעם.

אנקעטעס זענען קינמאל נישט געווען, און האבן קיינמאל נישט געהייסן צו זיין, א פאראויס שאצונג אויף וואס ס'גייט פאסירן, נאר א (בערך'דיגע) בילד אויף די מצב בשעת מעשה, און איינער וואס קוקט עס אן פאר עפעס וואס איז נישט דארף עס אודאי טוהן אויף די אייגענע אחריות, און זיכער קען ער נישט האבן קיין טענות אויף קיינעם.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג יוני 29, 2020 2:41 pm

מטעמים האט געשריבן:זילבער האט געגעבן א זיבעציג פראצענטש שאנס פאר הילערי צו געוואונען, דאס רופסטו געבן א עכטע שאנס פאר טראמפ?


וויפיל איז טאקע געווען טראמפ'ס שאנס?
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4382
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג יוני 29, 2020 2:47 pm

האלצשטיין האט געשריבן:אין די יעצטיגע טעג ווערט איין יאר פון די ערשטע דעמאקראטישע דעבאטע וואו קאמאלא העריס האט ברוטאל צע'מזיק'ט דעם דעמאסלדיגע פראנט-ראנער דזשאו ביידען און ער האט שטארק אנגעהויבן צו פאלן אין די אנקעטעס און ער האט זיך שוין נישט באוויזן זיך צוריקצוכאפן צוליב זיין שוואכע פאנדרעיזינג און שוואכע מאמענטום און ער איז ארויסגעפאלן פון די פארמעסט נאך בעפאר אייאווע

wow שוין א יאר זינט איך האב געמיינט אז ביידען איז פארטיג?? אוי איז דאס געווען א קאם בעק, א פאליטישע ערדציטערניש וואס איז שוין נישט געזען געווארן פאר יארן.

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג יוני 29, 2020 2:49 pm

מטעמים האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ווער איז די ״מ״? פאולסטערס מיט אנקעטע נעמערס וואס זיי זינגען יעצט אז טראמפ גייט נאר באקומען 38% פון די וואוט זיי זענען אויט אוף טאטש מיט רעאליטעט, עס מאכט אויף קיין שום וועג נישט קיין סענס אז דאס זאל למעשה געשעהן און דו אליינס ביזט מודה דערצו.

ווען די עלעקשאנס איז ווען היינט באקומט טראמפ ארום 45% פון די וואוט ווס 55% פאר זיין קעגנער, דאס איז די קאמען סענס נאמבער, א פראצענט ארויף א פראצענט אראפ (זשאסט זאלסט נישט שרייען 44.8% אז איך האב נישט גוט פרעדיקטעד.

קאמען סענס רולס.

דאס איז דיין גאנצע פראבלעם מיט די אנקעטעס? זיי זאגן 40/50 און דו זאגסט 45/55?

דו ווייסט וויפיעל מיליאן מענטשען א חילוק דאס איז? עס איז א ערד ציטערנישט פון א דיפערענס.

די חילוק צווישען מעלת כבודך און מיר איז אז דו האלטסט אז טראמפ איז א צודרייטער און מענטשען קענען עניטיים רילייזען און ארויסקומען מיט מאסיווע וואוטס אים ארויס צו זעהן און עס קען געשעהן אבער איך האלט אז די זעכציג מיליאן פלאס אמעריקאנע וואס האבען לעצטע מאל געוואוט פאר אים ווייסען ער איז קרעזי און מיט דעם אלעם האבען זיי געוואוט פאר אים און זיי וועלן אים ווייטער שטיצען.

פארלירען א מיליאן צו צוויי מיליאן וואוטס וועט אים טאקע מאכען פארלירען די עלעקשאן אבער ער וועט נאכאלס נישט אנקומען צו קיין 38% ווי די אנקעטע נעמערס שיסען ארויס.


ער דארף ניטאמאל פארלירן קיין צוויי מיליאן שטימען.

אויב האט ער בלויז זיינע "זעכציג מיליאן פלאס אמעריקאנע וואס האבען לעצטע מאל געוואוט פאר אים" פארלירט ער מיט 15-20 פראצענט לויט די ערווארטעטע טוירנאוט, עפעס וואס מ'זעט נאכנישט אין די יעצטיגע אנקעטעס...
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג יוני 29, 2020 2:53 pm

דער טראמפ קאמפיין האט געבוקט קעיבל עדס פאר הערבסט, פון סעפטעמבער 8 ביז נאוועמבער 3, דערווייל אין די זעקס שטאטן, פלארידע נארט קארעליינע און אריזאנע, אהייא וויסקאנסין און פענסילוועניע.

דערווייל האבן זיי נאר געקויפט פאר דעמאלסט אין איין "רעכטע" סווינג סטעיט, אהייא, און דערווייל נישט געבוקט אין מישיגען, און אויך נישט פאר הערבסט אין אייאווע און דזשארדזשיע וואס יעצט האבן זיי יא עדס דארט.

יעצט האט דער טראמפ קאמפיין עדס אין פלארידע נארט קארעליינע און אריזאנע, מישיגען פענסילוועניע און וויסקאנסין, דזשארדזשיע און אייאווע, און אויך אין וואשינגטאן די סי פאר טראמפ צו זעהן ווען ער קוקט טעלעוויזיע, ווי אויך רעפאליקאנער פאליטיקאנטן וכדומה.


דער ביידן קאמפיין האט נאכנישט געבוקט זייערע הערבסט עדס, און יעצט האבן זיי אין מישיגען פענסילוועניע און וויסקאנסין, פלארידע נארט קארעליינע און אריזאנע.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג יוני 29, 2020 3:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג יוני 29, 2020 2:56 pm

מטעמים האט געשריבן:ער קען אפילו זיין 99% אקוראט אין מענטשענס אפיניענס! דאס איז נישט די פוינט דא.

א עלעקשאן וויא ער האט נישט געקענט פאראויס זאגען א דיסענט שאנס צו געוואונען פאר די אלטימעיט געוואונער ווייזט אז ער שאצט אינטער די פארטיי/קאנדידאט און אלע זיינע חכמות זענען נישט גענוג שטארק צו קענען געהעריג פאראויסשאצען.

וואלט ער ווען געגעבען א שטארקע שאנס פאר טראמפ פאריגעס מאל אבער נאכאלס געלייגט קלינטאן פאראויס וואלט ער ווען געקענט קלעימען אז ער האט כאטש פאראויסגעשאצט די פאפולערע וואוט (וואס איז לגמרי נישט די פוינט פון א יו עס עלעקשאן) ווייל א גוטע שאצער דארף יא קענען פארשטיין די עלעקטארעל קאלעדזש וואס יענס טוהט למעשה באשיידען ווער עס איז פרעזידענט)

אבער צוריק קומען נאך א עלעקשאן און קלעימען וויקטארי און דא נעמט מען אים נאכאמאל סיריעס דאס איז שוין בעיאנד מיין פארשטאנד! נעיט סילווער איז ביטערליך דורעך געפאלען אין 2016 און זיינע פרעדיקשענס זענען גארנישט ווערט.


רבונו של עולם... ווער זאגט אז ער האט געהאט א "דיסענט שאנס צו געוואונען"? וויאזוי וועגסטו דאס אפ?

קיין איין שאצער קלעימט נישט וויקטארי נאך וואלן ווייל ס'שטעלט זיך דאך אלס ארויס מעיקרא אז דער געווינער האט געוואונען מיט א הונדערט פראצענטיגע זיכערקייט, און קיין איין שאצער זאגט דאך אזוינס נישט...
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7036
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יוני 29, 2020 3:13 pm

די רעזולטאט זאגט אז ער האט געהאט א דיסענט שאנס צו געווינען און די פאראויסשאצערס האט דאס נישט געקענט פאראויסשאצען, וואלטען זיי געקענט מסביר זיין וואס איז געוועהן ראונג אין די חשבון קען מען טראכטען אז קומענדיגע מאל העלן זיי בעסער זיין אבער צו זאגען אז די חשבון איז גוט געוועהן דאס איז דאך נאנסענס.

Estimate vs Actual האט נישט געשטומט ווייל עפעס איז אבוויעסלי נישט געוועהן ריכטיג מיט זיין חשבון.
לעצט פאראכטן דורך מטעמים אום מאנטאג יוני 29, 2020 3:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וואוטס פאר פעיק מיט אסדר פאר ראשי קהלה! עס איז די ריכטיגע טיעם ארויף צו ברענגען אייוועלט צו די קומענדיגע שטאפעל פון סוקסעס!

עפרות זהב
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך עפרות זהב » מאנטאג יוני 29, 2020 3:14 pm

א נייע אנקעטע אין פענסילוועניא שטעלט ביידען מיט 5 פונקטען פאראויס 46% אקעגן 41% פאר טראמפ
poll by Susquehanna Polling and Research in partnership with FOX43.
איך האב שוין אמאל געפרעגט דא אז לכ' איז פענסילוועניא די נישט אזוי שטארק אין ביידען קאלום ווי אנדערע לויט אסאך אנקעטעס איז ער נאר איינצעלע נומערן פאראויס, פארוואס איז עס טאקע אזוי?
בעסער זאל איך פארלירן אויף א וועג אויסער מיין קאנטראל (אז מיין קאנדידאט וועט נישט באקומען גענוג שטימען) ווי אויף א וועג וואס איז יא אין מיין קאנטראל, מיטן שטיצן א קאנדידאט וואס איך האלט פאר נישט ריכטיג. (קרעדיט יענג2020)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10680
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 29, 2020 3:18 pm

עפרות זהב האט געשריבן:א נייע אנקעטע אין פענסילוועניא שטעלט ביידען מיט 5 פונקטען פאראויס 46% אקעגן 41% פאר טראמפ

שוין אראפגעברענגט דא פריער

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 29, 2020 3:24 pm

מטעמים האט געשריבן:די רעזולטאט זאגט אז ער האט געהאט א דיסענט שאנס צו געווינען און די פאראויסשאצערס האט דאס נישט געקענט פאראויסשאצען, וואלטען זיי געקענט מסביר זיין וואס איז געוועהן ראונג אין די חשבון קען מען טראכטען אז קומענדיגע מאל העלן זיי בעסער זיין אבער צו זאגען אז די חשבון איז גוט געוועהן דאס איז דאך נאנסענס.

Estimate vs Actual האט נישט געשטומט ווייל עפעס איז אבוויעסלי נישט געוועהן ריכטיג מיט זיין חשבון.

ער האט ארויסגעקוועטשט א זיג מיט 70 טויזנט שטימען,

ער האט אים געגעבן א 25-30% שאנס ער זאל געווינען.

אוועטאר
Mister
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך Mister » מאנטאג יוני 29, 2020 3:31 pm

אינטערעסאנטע קלער;

יעדער איז מודה אז פאר א קלינטאן סופארטער איז געװען א שאק אז זי האט פארלוירן אין 16' אקעגען אלע פאראויס שאצונגען, יא?

יעצט זעהט אויס (עטליעסט היינט) אז ביידן האט א בעסערע טשענס צו ארויסגיין א געװינער, אבער נאכאלץ האלטען רוב רובם טראמפּ שטיצער אז סוכ"ס װעט טראמפּ ארויסגיין דער געװינער, צו װייל די דעבאטעס אדער בעסערע קאמפּיין רעדעס אא"װ...

אויב שטעלט זיך ארויס אז ביידן איז דער געװינער, װער גייט האבן געהאט א גרעסערע סורפּרייס, קלינטאן שטיצער אין 16' אדער טראמפּ שטיצער אין 20'?

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7036
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יוני 29, 2020 3:36 pm

ער האט געוואונען דרייסיג שטאטען און אין געוואוסע געגענטער מיט ריזיגע נאמבערס, טראמפ האט געוואונען און זיין שאץ איז נישט געוועהן אפילו נאנט צו וואס עס האט למעשה פאסירט.

ווען איך קאמיט מיין באס א אינקריעס פון צען פראצענט אין סעילס און איך דעליווער נאר זיבען פראצענט בין איך וויטאין די רעינדזש אבער אויב איך בין אין א נעגאטיוו בין איך א דורעכפאל, סילווער איז א דורעכפאל פאר די 2016 עלעקשאן.

ער ווייסט נישט וויאזוי אפ צו לערנען די טראמפ קאנדידאטור און וואוטער! זיין מעלה איז אז ער איז די בעסטע פון די ערגסטע און דאס מאכט אים זייער ווייט פון גוט.
וואוטס פאר פעיק מיט אסדר פאר ראשי קהלה! עס איז די ריכטיגע טיעם ארויף צו ברענגען אייוועלט צו די קומענדיגע שטאפעל פון סוקסעס!

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7036
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יוני 29, 2020 3:37 pm

די טראמפ שטיצער האלטען נישט אז טראמפ גייט געוואונען אבער די נויז פון זיין ריזיגע פארלוסט וואס מען חלומט האט נישט קיין סיבה עס איז בלויז א וויש.
וואוטס פאר פעיק מיט אסדר פאר ראשי קהלה! עס איז די ריכטיגע טיעם ארויף צו ברענגען אייוועלט צו די קומענדיגע שטאפעל פון סוקסעס!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג יוני 29, 2020 4:01 pm

טראמפ האט אין ערגעץ נישט געווינען מיט קיין עכט גרויסע נאמבערס, זיין גרעסטע זיג איז געווען אין טעקסאס מיט א ביט העכער אכט הונדערט טויזנט, (און יעצט איז עס נעק ענד נעק) קלינטאן האט געווינען מאסעטשוסעטס, וואס איז אונטער א פערטל די פאפולאציע, מיט מער ווי דעם.

-----------


@מיסטער, דיין פוינט וואלט געווען גוט ווען נישט קאראנע, ווען די טראמפ שטיצער האבן געהאלטן אז טראמפ געווינט זיכער, יעצט האלטן רוב טראמפ שטיצער וואס איך קען, אז ווען די וואלן וואלט געווען יעצט, וואלט ביידן מסתמא געווינען, אבער ביז דעמאלטס, וועט/קען טראמפ נאך ווערן אסאך שטערקער.

--------


זילבער איז גראדע מודה אז ער האט זייער אונטערגעשאצט טראמפ אין די פריימעריס, ווען ער האט געהאלטן אז ער וועט נישט געווינען, אבער דאס איז נישט געווען געבויעט אויף די אנקעטעס.

-------------


סטוארט ראטענבערג, וועלכער האט געשאצט יאנואר 2019 אז די פארמעסט איז דעמאלסט געווען טאסאפ טילט דעמאקרעט, און האט עס געטוישט אין מערץ צו לינינג צו ביידן, האט עס יעצט געטוישט צו לייקלי ביידן, דאס מיינט אז לכאורה געווינט ביידן, אבער טראמפ קען נאך מאכן דעם פארמעסט מער קאמפעטעטיוו און אפשר אפילו געווינען די עלעקטארל קאלעדזש.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7036
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יוני 29, 2020 4:06 pm

איבער טעקסעס, דו האלטסט באמת עס איז דא א שיפט פון פיר הינדערט טויזענט וואוטערס טאוערדס די דעמאקראטישע פארטיי?!
וואוטס פאר פעיק מיט אסדר פאר ראשי קהלה! עס איז די ריכטיגע טיעם ארויף צו ברענגען אייוועלט צו די קומענדיגע שטאפעל פון סוקסעס!

האלצשטיין
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מאנטאג יוני 29, 2020 4:08 pm

מטעמים האט געשריבן:איבער טעקסעס, דו האלטסט באמת עס איז דא א שיפט פון פיר הינדערט טויזענט וואוטערס טאוערדס די דעמאקראטישע פארטיי?!

בעטא אראורק פירט אן אן ארגענעזאציא וואס גייט פון טיר צו טיר צו רעגעסטרירן ארום 350,000 נייע דעמאקראטישע וויילער וועלכע האבן זיך געצויגן קיין טעקסאס אין די לעצטערע יארן

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 29, 2020 4:10 pm

מטעמים האט געשריבן:ער האט געוואונען דרייסיג שטאטען און אין געוואוסע געגענטער מיט ריזיגע נאמבערס, טראמפ האט געוואונען און זיין שאץ איז נישט געוועהן אפילו נאנט צו וואס עס האט למעשה פאסירט.

ער האט געווינען מיט זיבעציג טוינזט וואוטס.

Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך Waukesha » מאנטאג יוני 29, 2020 4:15 pm

מטעמים האט געשריבן:איבער טעקסעס, דו האלטסט באמת עס איז דא א שיפט פון פיר הינדערט טויזענט וואוטערס טאוערדס די דעמאקראטישע פארטיי?!


פון 2012 ביז 2016 איז געווען א שיפט פון 450 טויזענט וואוטס, פארוואס קען נישט זיין אז פון 2016 ביז 2020 זאל נאכאמאל זיין אזא שיפט?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], חתם סופר'ניק, ממה נפשך, ענדרויד פען, פרוכט בוים און 30 געסט