אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6928
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יוני 28, 2020 11:45 pm

מקעין איז נישט קיין חידוש - ראמני איז א חידוש.

א צובראכענע זייגער איז אויך ריכטיג צוויי מאל א טאג.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יוני 28, 2020 11:47 pm

מטעמים האט געשריבן:זילבער האט געגעבן א זיבעציג פראצענטש שאנס פאר הילערי צו געוואונען, דאס רופסטו געבן א עכטע שאנס פאר טראמפ?

יא מיין חבר, ווען "מ'" האט געהאלטן אז קלינטאן געווינט זיכער.

למעשה האט טראמפ באוויזן אויסצוקוועטשן א זיג.

בד"וו, דו שרייבסט אז דו האסט געהאלטן אז קלינטאן וועט באזיגן טראמפ מיט ארום 5%, אין די צוויי פארטיי וואויט, מיט אזא זיג, וואלט קלינטאן געווען פרעזידענט, 538 האט געשאצט אז זי וועט אן עוורידזש געווינען מיט 4%. למעשה האט זי געווינען מיט 2.2, און דאס איז לויט דיר גאנץ נאנט צו דיין שאצונג.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6928
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יוני 28, 2020 11:52 pm

Your kidding! איינער געט א זיבעציג פלאס פראצענט שאנס פאר וויקטארי פאר א קעגנער און ער קען נאך קלעימען געוואונען? אר יו אויט אוף יור מיינד?
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6928
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יוני 28, 2020 11:58 pm

ווער איז די ״מ״? פאולסטערס מיט אנקעטע נעמערס וואס זיי זינגען יעצט אז טראמפ גייט נאר באקומען 38% פון די וואוט זיי זענען אויט אוף טאטש מיט רעאליטעט, עס מאכט אויף קיין שום וועג נישט קיין סענס אז דאס זאל למעשה געשעהן און דו אליינס ביזט מודה דערצו.

ווען די עלעקשאנס איז ווען היינט באקומט טראמפ ארום 45% פון די וואוט ווס 55% פאר זיין קעגנער, דאס איז די קאמען סענס נאמבער, א פראצענט ארויף א פראצענט אראפ (זשאסט זאלסט נישט שרייען 44.8% אז איך האב נישט גוט פרעדיקטעד.

קאמען סענס רולס.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג יוני 29, 2020 12:04 am

איך זעה אז דו כאפסט נישט - אזוי ווי גאר אסאך מענטשן - וואס 30% טשענס באדייט.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6928
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יוני 29, 2020 12:14 am

און איך האב מורא אז דו ביזט נישט קלאר ווי ראונג ער איז געוועהן אז דו נעמסט אים נאך ערענסט יעצט.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך זעהער » מאנטאג יוני 29, 2020 12:32 am

די עולם זאל אויך אינאכט נעמען אז רוב פאולס היינטיגע טעג זענען רעגיסטירטע וואטערס אדער אדאלטס און נישט לייקלי וואטערס
דעריבער ווענדט זיך עס אסאך און וואס די פאולסטער חלומט ביינאכט (וויפיל פראצענט זענען רעפאבלוקאנער און וויפיל פראצענט מ'רעכנט פון יעדע סארט פאפולאציע וואס אין דעם איז נישט דא קיין 100% קראנטע באווייזן)

Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך Waukesha » מאנטאג יוני 29, 2020 9:00 am

בנוגע די 538 פארקעסט, ער האט געגעבן פאר טראמפ 28.6% טשענס צו געווינען, דאס איז א גרעסערע טשאנס ווי די טשענס אז די ערשטע 2 קינדער וואס איינער האט, וועלען ביידע זיין אינגלעך, בקיצור אן עכטע טשענס.

בנוגע זיין פאולסטער רעיטינגס, זיין דאטא איז אוועליביל אנליין, קענסט זיך אליין איבערצייגן. בנוגע זיין בייעס, אמת אז ער איז א דעמעקראט, אבער איינער וואס האלט אביסל מיט וואס ער זאגט, ווייסט אז זיין גרעסטע בייעס איז צו האבן א קראנטע פארקעסט.

Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך Waukesha » מאנטאג יוני 29, 2020 9:04 am

בנוגע אנקעטעס וואס זאגן אז טראמפ גייט באקומען בלויז 38%, באמת זאגט נישט קיין שום אנקעטע אזוי, די אנקעטעס וואס ווייזן אז טראמפ באקומט 38% האבן אויך אנדיסיידעד מענטשן, מילא זאגן זיי אויך נישט אז ענדגילטיג גייט טראמפ באקומען 38%.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 29, 2020 9:12 am

מטעמים האט געשריבן:ווער איז די ״מ״? פאולסטערס מיט אנקעטע נעמערס וואס זיי זינגען יעצט אז טראמפ גייט נאר באקומען 38% פון די וואוט זיי זענען אויט אוף טאטש מיט רעאליטעט, עס מאכט אויף קיין שום וועג נישט קיין סענס אז דאס זאל למעשה געשעהן און דו אליינס ביזט מודה דערצו.

ווען די עלעקשאנס איז ווען היינט באקומט טראמפ ארום 45% פון די וואוט ווס 55% פאר זיין קעגנער, דאס איז די קאמען סענס נאמבער, א פראצענט ארויף א פראצענט אראפ (זשאסט זאלסט נישט שרייען 44.8% אז איך האב נישט גוט פרעדיקטעד.

קאמען סענס רולס.

דאס איז דיין גאנצע פראבלעם מיט די אנקעטעס? זיי זאגן 40/50 און דו זאגסט 45/55?

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6928
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יוני 29, 2020 9:43 am

זיי זאגען 38% און פארלירען די ראסט בעלט מיט צען פראצענט א יעדע איינע.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6928
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יוני 29, 2020 9:46 am

נישט נאר האט ער נישט געקענט פאראויס זאגען די טראמפ געוואונס און נישט נאר האט ער אים נישט געגעבען קיין נארמאלע שאנס צו געוואונען און עס איז נאך דט וואס האלטען ער איז א גוטע פארקעסטער.

עס קען ארויס נעמען פון די דישעס צו הערן דיפענדען אזא איינעם.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6928
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יוני 29, 2020 9:59 am

יש ברירה האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ווער איז די ״מ״? פאולסטערס מיט אנקעטע נעמערס וואס זיי זינגען יעצט אז טראמפ גייט נאר באקומען 38% פון די וואוט זיי זענען אויט אוף טאטש מיט רעאליטעט, עס מאכט אויף קיין שום וועג נישט קיין סענס אז דאס זאל למעשה געשעהן און דו אליינס ביזט מודה דערצו.

ווען די עלעקשאנס איז ווען היינט באקומט טראמפ ארום 45% פון די וואוט ווס 55% פאר זיין קעגנער, דאס איז די קאמען סענס נאמבער, א פראצענט ארויף א פראצענט אראפ (זשאסט זאלסט נישט שרייען 44.8% אז איך האב נישט גוט פרעדיקטעד.

קאמען סענס רולס.

דאס איז דיין גאנצע פראבלעם מיט די אנקעטעס? זיי זאגן 40/50 און דו זאגסט 45/55?

דו ווייסט וויפיעל מיליאן מענטשען א חילוק דאס איז? עס איז א ערד ציטערנישט פון א דיפערענס.

די חילוק צווישען מעלת כבודך און מיר איז אז דו האלטסט אז טראמפ איז א צודרייטער און מענטשען קענען עניטיים רילייזען און ארויסקומען מיט מאסיווע וואוטס אים ארויס צו זעהן און עס קען געשעהן אבער איך האלט אז די זעכציג מיליאן פלאס אמעריקאנע וואס האבען לעצטע מאל געוואוט פאר אים ווייסען ער איז קרעזי און מיט דעם אלעם האבען זיי געוואוט פאר אים און זיי וועלן אים ווייטער שטיצען.

פארלירען א מיליאן צו צוויי מיליאן וואוטס וועט אים טאקע מאכען פארלירען די עלעקשאן אבער ער וועט נאכאלס נישט אנקומען צו קיין 38% ווי די אנקעטע נעמערס שיסען ארויס.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך Waukesha » מאנטאג יוני 29, 2020 9:59 am

מטעמים האט געשריבן:נישט נאר האט ער נישט געקענט פאראויס זאגען די טראמפ געוואונס און נישט נאר האט ער אים נישט געגעבען קיין נארמאלע שאנס צו געוואונען און עס איז נאך דט וואס האלטען ער איז א גוטע פארקעסטער.

עס קען ארויס נעמען פון די דישעס צו הערן דיפענדען אזא איינעם.


פארשטייסט נישט דעמאלסט וויאזוי צו שאצן א פארקעסט. זיין פארקעסט איז העכער פון 95% פארצענט אקוראט. מען קען נישט ברענגען א ראי׳ פון איין פארמעסט, אפילו אויב עס איז די גרעסטע פארמעסט.

הגע בעצמך, אויב יעדער מאל וואס ער זאגט אז איינער האט א 70% טשענס צו געוואונען, געווינט יענער, קומט אויס אז זיין פארקעסט איז נישט ריכטיג, ווייל ער שאצט פאר בלויז 70% געוואונען, און למעשה געוואונט מען 100%. קומט אויס אז אנשטאט די 70% פארקעסט וואס ער גיבט, וואלט די ריכטיגע נומבער געדארפט זיין 100%.

אוועטאר
נקודהלע
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקודהלע » מאנטאג יוני 29, 2020 10:08 am

Waukesha האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:נישט נאר האט ער נישט געקענט פאראויס זאגען די טראמפ געוואונס און נישט נאר האט ער אים נישט געגעבען קיין נארמאלע שאנס צו געוואונען און עס איז נאך דט וואס האלטען ער איז א גוטע פארקעסטער.

עס קען ארויס נעמען פון די דישעס צו הערן דיפענדען אזא איינעם.


פארשטייסט נישט דעמאלסט וויאזוי צו שאצן א פארקעסט. זיין פארקעסט איז העכער פון 95% פארצענט אקוראט. מען קען נישט ברענגען א ראי׳ פון איין פארמעסט, אפילו אויב עס איז די גרעסטע פארמעסט.

הגע בעצמך, אויב יעדער מאל וואס ער זאגט אז איינער האט א 70% טשענס צו געוואונען, געווינט יענער, קומט אויס אז זיין פארקעסט איז נישט ריכטיג, ווייל ער שאצט פאר בלויז 70% געוואונען, און למעשה געוואונט מען 100%. קומט אויס אז אנשטאט די 70% פארקעסט וואס ער גיבט, וואלט די ריכטיגע נומבער געדארפט זיין 100%.

איך כשלעצמי בין א שטיקל טראמפיסט, און כ'האלט אויך אז ס'דא אסאך שטילע טראמפ סעפורטער'ס וואס דאס מאכט ביי די פארמעסט שווערער צו זיין אקוראט מיט די פאלס. (פאלס זעען נאר וויפל מענשטן זענען אין שטוב, אז אפאר זענען באהאלטן אינטערן טיש וואס קען מען טון?...)
און איינער וואס האט געגעבן א %30 שאנס פאר טראמפ צו געוואנען אין '16 איז דאס גאנץ א שיינע נאמבער (דאס הייסט אפי' די פאלס האבן געוויזן פארקערט האט ער געזאגט אז ס'איז דא א בערך 1/3 שאנס אז אלע פאלס זענען פאלש און טראמפ האט א שיינע שאנס צו געוואונען.
מילא די ני"ט האט אים געגעבן עלעקשאן דעי 9 אזייגער ביינאכט א נישטיגע %5 הער איך וואס דו שרייסט, אבער איינער וואס האט אים געגעבן א %30 ער האט געטון וואס ער האט געדארפט... זיך גערעכנט מיט די פאלס.
און למעשה איז ער נישט געווען שלעכט, ווייל טראמפ האט דאך נישט געוואונען מיט קיין לענדס פלייד... ער האט דאך פארלוירן %2 פאפולער וואוטס... וואס פינקטליך האט ער געדארפט קענען צופיל בעסער פארשאצן?...
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 29, 2020 10:11 am

@וואקישא, אויסערגעווענליך קלאר!

אויב היסטאריע איז א עדות וועט מען זיך אי"ה אין בערך א חודש ארום ווידער טענה'ן איבער 538...

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6928
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יוני 29, 2020 10:13 am

ער קען אפילו זיין 99% אקוראט אין מענטשענס אפיניענס! דאס איז נישט די פוינט דא.

א עלעקשאן וויא ער האט נישט געקענט פאראויס זאגען א דיסענט שאנס צו געוואונען פאר די אלטימעיט געוואונער ווייזט אז ער שאצט אינטער די פארטיי/קאנדידאט און אלע זיינע חכמות זענען נישט גענוג שטארק צו קענען געהעריג פאראויסשאצען.

וואלט ער ווען געגעבען א שטארקע שאנס פאר טראמפ פאריגעס מאל אבער נאכאלס געלייגט קלינטאן פאראויס וואלט ער ווען געקענט קלעימען אז ער האט כאטש פאראויסגעשאצט די פאפולערע וואוט (וואס איז לגמרי נישט די פוינט פון א יו עס עלעקשאן) ווייל א גוטע שאצער דארף יא קענען פארשטיין די עלעקטארעל קאלעדזש וואס יענס טוהט למעשה באשיידען ווער עס איז פרעזידענט)

אבער צוריק קומען נאך א עלעקשאן און קלעימען וויקטארי און דא נעמט מען אים נאכאמאל סיריעס דאס איז שוין בעיאנד מיין פארשטאנד! נעיט סילווער איז ביטערליך דורעך געפאלען אין 2016 און זיינע פרעדיקשענס זענען גארנישט ווערט.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 29, 2020 10:14 am

מטעמים האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ווער איז די ״מ״? פאולסטערס מיט אנקעטע נעמערס וואס זיי זינגען יעצט אז טראמפ גייט נאר באקומען 38% פון די וואוט זיי זענען אויט אוף טאטש מיט רעאליטעט, עס מאכט אויף קיין שום וועג נישט קיין סענס אז דאס זאל למעשה געשעהן און דו אליינס ביזט מודה דערצו.

ווען די עלעקשאנס איז ווען היינט באקומט טראמפ ארום 45% פון די וואוט ווס 55% פאר זיין קעגנער, דאס איז די קאמען סענס נאמבער, א פראצענט ארויף א פראצענט אראפ (זשאסט זאלסט נישט שרייען 44.8% אז איך האב נישט גוט פרעדיקטעד.

קאמען סענס רולס.

דאס איז דיין גאנצע פראבלעם מיט די אנקעטעס? זיי זאגן 40/50 און דו זאגסט 45/55?

דו ווייסט וויפיעל מיליאן מענטשען א חילוק דאס איז? עס איז א ערד ציטערנישט פון א דיפערענס.

די חילוק צווישען מעלת כבודך און מיר איז אז דו האלטסט אז טראמפ איז א צודרייטער און מענטשען קענען עניטיים רילייזען און ארויסקומען מיט מאסיווע וואוטס אים ארויס צו זעהן און עס קען געשעהן אבער איך האלט אז די זעכציג מיליאן פלאס אמעריקאנע וואס האבען לעצטע מאל געוואוט פאר אים ווייסען ער איז קרעזי און מיט דעם אלעם האבען זיי געוואוט פאר אים און זיי וועלן אים ווייטער שטיצען.

פארלירען א מיליאן צו צוויי מיליאן וואוטס וועט אים טאקע מאכען פארלירען די עלעקשאן אבער ער וועט נאכאלס נישט אנקומען צו קיין 38% ווי די אנקעטע נעמערס שיסען ארויס.

איך האב בכלל נישט פארשטאנען וואס דיין אישו מיט די אנקעטעס זענען!...

איך האב געמיינט אז דיין פראבלעם איז די דיפערענץ — א צען פראצענט זיג הייסט א לענדסלייד, און דו גלייבסט נישט אז די אויסגאנג וועט זיין אזוי ברייט היות אמעריקע איז זייער צוטיילט...

Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך Waukesha » מאנטאג יוני 29, 2020 10:25 am

מטעמים האט געשריבן:ער קען אפילו זיין 99% אקוראט אין מענטשענס אפיניענס! דאס איז נישט די פוינט דא.

א עלעקשאן וויא ער האט נישט געקענט פאראויס זאגען א דיסענט שאנס צו געוואונען פאר די אלטימעיט געוואונער ווייזט אז ער שאצט אינטער די פארטיי/קאנדידאט און אלע זיינע חכמות זענען נישט גענוג שטארק צו קענען געהעריג פאראויסשאצען.

וואלט ער ווען געגעבען א שטארקע שאנס פאר טראמפ פאריגעס מאל אבער נאכאלס געלייגט קלינטאן פאראויס וואלט ער ווען געקענט קלעימען אז ער האט כאטש פאראויסגעשאצט די פאפולערע וואוט (וואס איז לגמרי נישט די פוינט פון א יו עס עלעקשאן) ווייל א גוטע שאצער דארף יא קענען פארשטיין די עלעקטארעל קאלעדזש וואס יענס טוהט למעשה באשיידען ווער עס איז פרעזידענט)

אבער צוריק קומען נאך א עלעקשאן און קלעימען וויקטארי און דא נעמט מען אים נאכאמאל סיריעס דאס איז שוין בעיאנד מיין פארשטאנד! נעיט סילווער איז ביטערליך דורעך געפאלען אין 2016 און זיינע פרעדיקשענס זענען גארנישט ווערט.


95% אקוראט איז נישט מיין אפיניען, דאס איז זיין טרעק רעקארד, ס׳איז א פאקט. ס׳איז דא א וועג צו מעסטן א פארקעסט, און לויט דער מעסטונג איז זיין טרעק רעקארד 95% אקוראט.

בנוגע 2016, ער האט געגעבן מער פון 25% טשאנס פאר טראמפ צו געוואונען, דאס איז אן ערענסטער טשענס. 25% איז די טשענס אז איינעם׳ס צוויי עלסטער קינדער זאלן ביידע זיין אינגלעך.

בנוגע קלעימען וויקטערי, אויב וואלסטו מיט געהאלטען וויפיל צרות די לינקע האבן עם אויסגעטיילט פאר בלויז טראכטען אז טראמפ האט א טשענס צו געוואונען, וואלסטו איינגעזען אז ס׳קומט עם יא א וויקטערי, בפרט אז ער איז געווען די איינציגסט׳ע פארקעסט וואס האט געוויזען אז טראמפ האט בכלל א טשענס.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6928
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יוני 29, 2020 10:54 am

WAUK, סאו ער איז געוועהן די בעסטע פון די פאולסטערס? איך הער ענד איי געט איט!

לאמיר נישט גיין אין סירקעלס, וואלט ער ווען געגעבען א 51% שאנס פאר טראמפ צו געוואונען וואלטען מיר זיך יעצט בכלל נישט געטענהט, ריכטיג? ווייל זיינע שאנסען פאר טראמפס געוואונס וואלט ווען געוועהן בערך ווי עס איז געוועהן די נאכט פאר די עלעקשאן: ער האט געהאט א סיריעס שאנס צו געוואונען.

דאס אז ער האט נישט געגעבן די 50% שאנס פאר טראמפ דאס איז אין מיין אפיניען זיין פארלוסט און מאכט אים אומגעטרויבאר צו אנאליזירען די נייע טראמפ פארטיי, נישט ווייל ער איז שלעכט אדער מיינט שלעכט אדער עניטינג עלס, עס איז די מציאות אז ער און א ודאי און א ודאי די רעסט פון די מעינסטריעם מידיע פאולסטערס (וויא דו שרייבסט אליינס) האבען נישט די פארשטאנד ארויס צו האבען סיי טראמפ און סיי זיינע שטיצער און אט דאס איז מיין פוינט.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » מאנטאג יוני 29, 2020 11:05 am

מטעמים האט געשריבן:WAUK, סאו ער איז געוועהן די בעסטע פון די פאולסטערס? איך הער ענד איי געט איט!

לאמיר נישט גיין אין סירקעלס, וואלט ער ווען געגעבען א 51% שאנס פאר טראמפ צו געוואונען וואלטען מיר זיך יעצט בכלל נישט געטענהט, ריכטיג? ווייל זיינע שאנסען פאר טראמפס געוואונס וואלט ווען געוועהן בערך ווי עס איז געוועהן די נאכט פאר די עלעקשאן: ער האט געהאט א סיריעס שאנס צו געוואונען.

דאס אז ער האט נישט געגעבן די 50% שאנס פאר טראמפ דאס איז אין מיין אפיניען זיין פארלוסט און מאכט אים אומגעטרויבאר צו אנאליזירען די נייע טראמפ פארטיי, נישט ווייל ער איז שלעכט אדער מיינט שלעכט אדער עניטינג עלס, עס איז די מציאות אז ער און א ודאי און א ודאי די רעסט פון די מעינסטריעם מידיע פאולסטערס (וויא דו שרייבסט אליינס) האבען נישט די פארשטאנד ארויס צו האבען סיי טראמפ און סיי זיינע שטיצער און אט דאס איז מיין פוינט.


סאו די גלייבסט מער נישט די וועטער? זיי זענען פיל מאל געווען ראונג, טייל מאל זייער ראונג,

מען רעדט דא פון מענטשען, נישט בעל רוח הקודש, מיסקולקלעשיענס אדער לעצט מינוטיגע סווינגס א שטייגער ווי די קאמי שריט פאר די עלעקשיען קענען אייביג געשעהן

גראדע און די מיטורם און 2018 האט ער שטוינדעט אקוראט צי געטראפען וויפעל זיצען די דעמעקראטס וועלען אויפיקען, וואס איז שווערער ווי סתם א סטעיט אדער נאצינאלע פאולס.
keep your words tasteful, you may have to eat them later

Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך Waukesha » מאנטאג יוני 29, 2020 11:14 am

אקעי, מיין לעצטע תגובה איבער דער נושא יעצט, ווייל איך וויל נישט גיין אין סירקעלס. ביידע פון אונז זענען מסכים אז אין 2016 איז ער נישט געווען גערעכט.

די טענה׳סט אז ער איז נישט געווען גערעכט ווייל ער פארשטייט נישט טראמפ.
איך טענה אז ער איז נישט געווען גערעכט ווייל פארקעסטס זענען ביסודם נישט 100% ריכטיג, בפרט ווען מען געט בלויז 70% טשענס צו געוואונען

לויט דיר קומט אויס אז זיינע 2020 שאצונגען זענען גארנישט ווערט ווייל ער פארשטייט נישט טראמפ.
לויט מיר קומט אויס אז זיינע 2020 שאצונגען זענען גערעכט מיט א 95% טשענס, דאס איז טיימס וועטעווער זיין שאצונג איז (למשל אויב זאגט ער 70% איז די אמת׳ער טשענס צעווישען 66.5 און 73.5)

האב איך קלאר ארויס דיין שיטה? האסטו קלאר ארויס מיין שיטה? אויב יא we will have to agree to disagree.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 29, 2020 11:17 am

דזשארדזשיא אנקעטע פון פובליק פאליסי פאולינג

ביידען 49
טראמפ 45

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6928
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יוני 29, 2020 11:18 am

עי פלעזשור טאלקינג וויט יו! מיר זענען קלאר 100%
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך Waukesha » מאנטאג יוני 29, 2020 11:20 am

איידער איך לאז איבער דעם טאפיק, דאס איז אלעס לגבי זיין פארקעסט. לגבי זיין פאולסטער רעיטינגס, איז דאס פשוטער דאטא וואס ער האט ארויף געלייגט אנליין, צוזאמען מיט אן ארטיקעל פונקט וויאזוי ער מאכט די חשבונות, אויף דעם איז באמת נישט דא וואס זיך צו טענה׳ן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Amazing, אבן יקרה און 21 געסט